☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » א שמייכל גאראנטירט דורך רוסישע דרייווערס

א שמייכל גאראנטירט דורך רוסישע דרייווערס

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4869

אליצפן » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:18 am

· #153966
א שמייכל גאראנטירט דורך רוסישע דרייווערס
די מצב אויף די ראודס אין רוסלאנד איז איום ונורא. עס קומען דארט פאר איבער 200,000 עקסידענטן מיט איבער 30,000 פאטאליטעטן יעדעס יאר. די קאמבינאציע פון שלעכטע ראודס, שיכור'ע דרייווערס, און כמעט שטענדיגע שניי/אייז אויפן ראוד, שאפט גאר א טויטליכע סיטואציע.
אזוי אויך די איז די פאליציי דארט קארופטירט עד לב השמים, און ווער עס צאלט מער געלט אויף אים שרייבט דער פאליס אז ער איז אומשולדיג, ווי אויך שטעלן דארט מענטשן אונטער עקסידענטן בדווקא, ווי למשל מאכן א פלוצים'ער שארט סטאפ וכדו', כדי איינצומאנען אינשורענס.

לעצטנס איז צוליב דעם אלעם געווארן דער סטייל דארט אז יעדער אינסטאלירט א דעשבאורד קעמרא אין זייער קארס, אזוי זעט מען קלאר ווער ס'איז שולדיג, און פטור אן עסק.
למעשה די ווידיאוס וואס זענען דא פון די קעמראס זענען שאקירנד און פאני ביז גאר. מ'זעט זיך ממש אין א וועלט פון שיכרות און הפקרות, וואו דרייווערס טוען ככל העולה על רוחם, און מענטשען ווערן געהארגעט רעכטס און לינקס.

אין דעם אשכול וועל איך אראפברענגען די סאמע שאקירנדע און ווילדסטע עקסידענטן וואס כ'קען נאר געפינען.



אכטונג: דער פאלגנדער קליפ איז נישט פאר שוואכע הערצער


אליצפן » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:23 am

· #153969

זר זהב » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:48 am

· #153980
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/109814">viewtopic.php?p=109814#p109814</a><!-- l -->

אליצפן » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 3:12 pm

· #154098
דא האט איר נאך א קליפ פון עפעס וואס מאכט זיך אויך גאר אפט אין רוסלאנד: ראוד רעידזש.

אליצפן » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 9:11 pm

· #154154

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 6, 2013 4:28 pm

· #154428
ממש א שוידער וואס טוט זיך דארט. ממש א הפקר וועלט? די ראודס ווערן דאך חרוב ונחרב! וויפיל קאסט למשל קאר אינשורענס דארטן?
עס קוקט אויס פון כמה קליפס אז די דרייווערס ווילן מרצונם באגיין זעלבסטמארד מיט א מיתה משונה רח"ל.
כ'קען עס נישט פארשטיין.

פאריז » זונטאג אקטאבער 6, 2013 4:50 pm

· #154437
דאס איז נאך א סיבה גומל צי בענטשן ווען מען קימט צירוק פון אומאן/ווילעדניק/בארדיטשוב.

אליצפן » זונטאג אקטאבער 6, 2013 4:51 pm

· #154439
שמעקעדיג
ממש א שוידער וואס טוט זיך דארט. ממש א הפקר וועלט? די ראודס ווערן דאך חרוב ונחרב! וויפיל קאסט למשל קאר אינשורענס דארטן?
עס קוקט אויס פון כמה קליפס אז די דרייווערס ווילן מרצונם באגיין זעלבסטמארד מיט א מיתה משונה רח"ל.
כ'קען עס נישט פארשטיין.

שודערליך איז נישט דאס ווארט. ס'איז ממש אן עפידעמיע וואס גייט דארט פאר. אזויווי אין אמעריקא קומט פאר הריגות דורך גאן'ס, קומט דארט פאר מאסן רציחות מיט קארס.
כ'האב שוין געוואטשט צענדליגער שעות פון די סארט ווידיאו, און דער סאך הכל איז אז ס'דא דארט א טאטאלער הפקרות. מענטשן האלטן נישט איין די רויטע ליכט געזעצן, מ'פעסט קארס אין די פארקערטע ריכטונג אן קוקן צו ס'קומען קארס, און טראק דרייווערס טוען ככל העולה על רוחם ממש, און בכלל קען דער עולם דארט ממש נישט דרייוון.
עכ''פ נעקסטע מאל איר פארט קיין רוסלאנד מאהט זיכער נאר צו נוצען די באן, און קוקטס זיבן מאל אין אלע ריכטונגען פארן אריבערגיין די גאס.

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 6, 2013 5:03 pm

· #154442
וועל, איך האב רחמנות אויף סנאודען, ער האט ווארשיינליך נישט געוואטשט די קליפס בעפאר ער האט באשלאסן צו עמיגרירן קיין מאמע רוסלאנד..

אליצפן » זונטאג אקטאבער 6, 2013 6:33 pm

· #154455
טראק דרייווערס: out of control

אליצפן » זונטאג אקטאבער 6, 2013 6:49 pm

· #154460
איין קראך נאכן אנדערן אויף די שנייאיגע ראודס

קאווע טרינקער » זונטאג אקטאבער 6, 2013 8:44 pm

· #154501
איין זאך יא, די רוסישע האבן גוטע קעמרעס, די דרייווער לעבט נישט איבער, די קעמרע יא.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 6, 2013 11:10 pm

· #154526
קאווע טרינקער
איין זאך יא, די רוסישע האבן גוטע קעמרעס, די דרייווער לעבט נישט איבער, די קעמרע יא.

איך האלט אז א גרויסער טייל פון די קרעשעס זענען "סטעידזש'ד.

אליצפן » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 5:16 am

· #154575
berlbalaguleh
קאווע טרינקער
איין זאך יא, די רוסישע האבן גוטע קעמרעס, די דרייווער לעבט נישט איבער, די קעמרע יא.

איך האלט אז א גרויסער טייל פון די קרעשעס זענען "סטעידזש'ד.

וואס טייטש סטעיזשד? ווער שטעלט אונטער אזעלכע מאסיווע עקסידענטן אויסער האליוואד מאווי פירמעס? די אלע עקסידענטן זענען 100 פערצענט עכט, ס'איז דברים ידועים וואס גייט דארט פאר.
מיט 200,000 עקסידענטן א יאר פעלט נישט אויס צו סטעידשזן גארנישט.

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 9:32 am

· #154608
די פאקט אז מערערע קליפס זענען נישט פון פשוט'ע קעמרעס אויפן דעשבאורד, מען קען זעהן ווי עס דרייעט זיך און פאלגט נאך אן אנקומענדן עקסידענט, קען אפשר מאכן אויסקוקן אז עס איז נישט נאטורליך נאר געשפיעלט.

אליצפן » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 11:16 am

· #154649
איך האב נישט באמערקט קיין איין אזא קליפ. אדרבה ווייז מיך אן וואו דו זעסט אזאנס.

רויטע וואנצעס » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 11:40 am

· #154661
וואדקע, אייז, כעס, און בלעד.

דער (פינטעל) איד » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 6:31 pm

· #157831
נעכטן איז פארגעקימען א זעלבסטמערדערישע אקציע אויף א סיטיבאס אין רוסלאנד, זעקס מענטשן זענען געשטארבן. און דאס אויך איז געווארן רעקארדירט פון א דעשקעם! מען זעט ווי באס רייסט אויף און פלאמען

אליצפן » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 4:35 am

· #157883

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 2:11 am

· #165318
וואס ס'געשעט אלץ נישט אין רוסלאנד.. אויב איז עס נישט א קאר מיט א קאר איז עס א קאר מיט דער ערד אליינס!

אליצפן » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:49 pm

· #168514
ווינטער אין רוסלאנד...

טעפל » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 11:13 am

· #168609
דער (פינטעל) איד
וואס ס'געשעט אלץ נישט אין רוסלאנד.. אויב איז עס נישט א קאר מיט א קאר איז עס א קאר מיט דער ערד אליינס!


דאס איז "פאני" און גאראנטירט א שמייכל, די אנדערע גראנטירט וויינען נישט קיין שמייכל.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 1:21 am

· #169105
שמעקעדיג
ממש א שוידער וואס טוט זיך דארט. ממש א הפקר וועלט? די ראודס ווערן דאך חרוב ונחרב! וויפיל קאסט למשל קאר אינשורענס דארטן?
עס קוקט אויס פון כמה קליפס אז די דרייווערס ווילן מרצונם באגיין זעלבסטמארד מיט א מיתה משונה רח"ל.
כ'קען עס נישט פארשטיין.

א סאך פון די "עקסידענטס" זענען סטעידזשט. ס'איז געמאכט דורך "סטאנט" דרייווערס. 🙄 😂

אליצפן » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 1:34 am

· #169106
berlbalaguleh
שמעקעדיג
ממש א שוידער וואס טוט זיך דארט. ממש א הפקר וועלט? די ראודס ווערן דאך חרוב ונחרב! וויפיל קאסט למשל קאר אינשורענס דארטן?
עס קוקט אויס פון כמה קליפס אז די דרייווערס ווילן מרצונם באגיין זעלבסטמארד מיט א מיתה משונה רח"ל.
כ'קען עס נישט פארשטיין.

א סאך פון די "עקסידענטס" זענען סטעידזשט. ס'איז געמאכט דורך "סטאנט" דרייווערס. 🙄 😂

מאכט נישט קיין סענס פאר צוויי סיבות.
ערשטנס, ווער סטעידזשט אזוי פיל עקסידענטן? און פארוואס זאל מען עס סטעידזשען? אמאל סטעעדזשט מען פאר א מאווי אדער א עדווערטייזמענט, אבער סתם סטעידזשן הונדערטער עקסידענטן אין די וועלט אריין? פארוואס, פארווען?

צווייטנס, אז ס'וואלט געווען סטעידזשט, וואלט עס געווען פיל מער פראפעסיאנעל, און דער קאמערא וואלט געפאוקעסט אויפן ריכטיגן פלאץ א גאנצע צייט, כמעט אלע פון די קליפס קומען פון דעשקעם'ס אדער cctv's וואס מ'קען זען קלאר אז ס'איז פונקט געווארן אפגעכאפט.