☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » הארצרייסנדע וויי געשריי

הארצרייסנדע וויי געשריי

67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7692
בלאט: 1 2

עין טובה » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 8:26 am

· #240102
אז די קענסט אים פעזענליך מיין איך אז די זאלסט איהם פערזענליך בעטן אז ער זאל אהערקומען

פארוואס? » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:51 am

· #240133
איש את רעהו
וואס האט דען עין טובה דא געזאגט? ער האט בסך הכל געהאלפען א איד צו זיין א איד, יתכן מאוד אז יענער איז נישט געווען אזוי אנגעליינט ווי פאריקט פון זיינע תאוות
אבער מה פשעו ומה חטאתו פון עין טובה אז מען באפאלט אים אזוי?


ער טרייבט שפאס פון דעם עולם דא, ער דערציילט א מעשה, און ווען מ׳פאנגט איהם אן צו פרעגן די רעלעווענטע דעטאלן, קען ער נישט שרייבן, ווען
יעדע מינוט שרייבט ער עפעס אנדערע תירוצים.

אדרבה, מיר ווארטן מיט שפאנונג צו הערן וואס יענער האט געפרעגט און וואס עין טובה האט איהם געענטפערט.
ווי עטליכע האבן געשריבן דא, איז נישטא קיין איין קושיות-פרעגער/ אפיקורוס / אטעיסט, וואס פלאגט זיך מיט עולם קדמון פראבלעמען. סא, פון וועמען מאכט ער חוזק דא?

איש את רעהו » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:36 pm

· #240298
פארוואס?
איש את רעהו
וואס האט דען עין טובה דא געזאגט? ער האט בסך הכל געהאלפען א איד צו זיין א איד, יתכן מאוד אז יענער איז נישט געווען אזוי אנגעליינט ווי פאריקט פון זיינע תאוות
אבער מה פשעו ומה חטאתו פון עין טובה אז מען באפאלט אים אזוי?


ער טרייבט שפאס פון דעם עולם דא, ער דערציילט א מעשה, און ווען מ׳פאנגט איהם אן צו פרעגן די רעלעווענטע דעטאלן, קען ער נישט שרייבן, ווען
יעדע מינוט שרייבט ער עפעס אנדערע תירוצים.


עס האט ענדערש אויסגעזען ווי אנדערע טרייען צו טרייבען שפאס פון די בעל האשכול @עין טובה

עין טובה האט זייער קלאר פארציילט די מעשה וואס ער האט געהאט מיט איינער סתם א נארישע בעל תאוה וואס האט בהכרח געזיכט עפעס ווערטער דא דארט מיט וואס צו פארענטפערן זיינע שווערע געפילן אז ער איז א מורד בד' און ב''ה מיט עטליכע קלארע ווערטער אין אידישקייט און אמונה וואס @עין טובה האט מיט אים גערעדט איז דער יעניגער בעל תאוה געווארן איבערצייגט אז אלעס איז בלויזע תירוצים און נישט קיין קשיות.

עין טובה » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 10:37 am

· #240379
יא


שנייד אבער גארנישט!

יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:48 pm

· #240439
שיין, שיין...
דער איד וואס שטייט אונטער דעם עין טובה ניק האלט זיך מסתמא ביי די זייטן...

כוכב » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:50 pm

· #240440
בקיצור, מיין נאז שמעקט פיין, א האלבע מינוט נאכ'ן ארויסשטעלן זיין אשכול אין אייוועלט האב איך שוין תופס געווען ברוח קדשי אז דער איז א ביליגע אטענשאן סיקער מיט א מעשה שלא היה ולא נברא, קען נישט קיין אמונה, ווייסט נישט בחייכון וביומיכון ובעגלא, סתם נאך א יואלי פון יואלי-לאנד,
האמיר און זיימיר און לויף כאפ א פלאץ אויף די פארענטשעס אין דער ארמערי.

יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:52 pm

· #240441
גראדע זעט מיר אויס ווי ער ווייסט גאנץ גוט בחייכון וביומיכון און דאס איז סתם א שפיל וואס ער שפילט.

עין טובה » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:51 pm

· #240454
איך האב באמת נישט געוואלט ארויפלייגן דא די ארטיקל, אבער לאחר בקשת כמה ידידי קאווע שטיבל וואס דרייען זיך אויף אייוועלט אויך, האב איך עס ארויפגעלייגט.

ווען איך זאל ווען וויסן וואס דאס גייט מיר קאסטן....

מאטי » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 3:09 pm

· #240455
איך וויין אויף די טייערע מינוטן וואס הרב כעלעמ'ר האט פארברענגט צו פירן דעם נארישן ויכוח. וויפיל וויסענשאפט וואלט ער ווען געקענט אריינכאפן אין די צייט?
!what a silly waste of resources

יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 3:23 pm

· #240460
עין טובה
איך האב באמת נישט געוואלט ארויפלייגן דא די ארטיקל, אבער לאחר בקשת כמה ידידי קאווע שטיבל וואס דרייען זיך אויף אייוועלט אויך, האב איך עס ארויפגעלייגט.

ווען איך זאל ווען וויסן וואס דאס גייט מיר קאסטן....

די וואל סטריט זשורנאל ליינער וואס דרייען זיך אויף אייוועלט האבן דיר נישט געבעטן עס ארויפצושטעלן דארט אויך?

עין טובה » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 4:13 pm

· #240467
נאכנישט.

עם עקש תתפתל.

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 4:27 pm

· #240468
האלא, דזשאן קערי האט מיר אהערגעשיקט.
קען מען אויסארבעטן עפעס א שלום פלאן? אדער איז פאראן אזויפיל האפענונג ווי א מיטל-מזרח שלום פלאן?

איש את רעהו » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 4:35 pm

· #240469
ער איז נאכנישט פערטיג אין די מזרח התיכון, שוין האט ער צייט צו קאווע שטיבל?

כספי » זונטאג אוגוסט 27, 2023 10:20 pm

· #534520
כאטשיג די חכמי השטיבל האבן געפסק'נט אז @עין טובה איז א טראלל, מיין איך אז מ'קען מליץ יושר זיין, ס'מאכט זיך ביי א יונגערמאן וואס איז אביסל קלארער געווארן אין אונזער תורה מער וויפיל מ'האט עם געפיטערט אין חדר און אין ישיבה, און ער איז שוין זיכער אז ער קען מחזיר בתשובה זיין אלע כופרים, בפרט אויב ער האט שוין טאקע קלארער געמאכט זיינס א חבר (וואס האט געהאט די זעלבע פראבלעמען ווי ער), און דא שטעקט די תמימות נישט צו וועלן אויסזאגן די קושיות... נאר ווי מ'הייבט אן פרעגן די עכטע שאלות ווערט ער פארלוירן נישט האבנדיג אמאל געהערט בכלל די טערמינען.
פארוואס איך בין מליץ אויף עם, ווייל אביסל זעה איך מיך אין שפיגל אפאר יאר צוריק... 😂

כספי » זונטאג אוגוסט 27, 2023 10:25 pm

· #534525
[ציטאט אראפגענומען]
זאגסט דאך אזוי גוט, "א נארמאלע מענטש וועט א וודאי נישט אינוועסטן זיין גאנצע לעבן אין א אינוועסטמענט וואס האט קושיא", וואו קומסטו אבער אן צו דיין מסקנא? 'די נישט-חרדישע חינוך וואס שעצט יעדעם וכו' דאס איז ריכטיג'?! ס'איז אסאך גרינגער צוטרעפן די שקר ווי די אמת, וויבאלד די שקר איז דא אסאך אסאך מער, ווייל יעדע זאך וואס איז נישט אמת איז שוין שקר, אמת איז א פינטעלע אמת, הוא ואין בלתו, וויאזוי קען מען שעצן יעדע מהלך אין אידישקייט און שעצן יעדן מיינונג וכו', אויב אמת איז דא איינס, און דאס איז מיין לעבן?!
כ'רעד נישט פון שעצן און מכבד זיין דעם פערזאן, אפגעזען אויף וואס פארא מהלך ער גייט, כ'רעד דייקא פון שעצן די שיטה און מהלך, וואס דורך דעם וועט מען לויט דיינע ווערטער, קענען לעבן מיט שאלות און קושיות, פונקט פארקערט, אויב יעדע מהלך איז אנגענומען, נאר איך טוה דאס ווייל ס'איז זיס אדער מורשה, וואט די העק? איך וועל טרעפן אסאך א זיסערע מהלך וואס וועט מיר נישט אזוי באגרעניצן אין מיין טאג-טעגליכע אדער בעסער געזאגט רגע-רגעליכע פון מיין לעבן
בקיצור מיין פוינט איז צוויי-פאכיג אויב רעדט מען דא פון מיין לעבן, גיי איך מיך נישט פירן און באגרעניצן (און א ודאי זיך נישט לאזן הרג'ענען אוועק נעמען מיין לעבן) – ווי אונזערע זיידעס אין מדבר האבן מקבל געווען אויף זיך) אויף א לעבנס שטייגער וואס איז נישט די פולקאמע און איינציגע אמת, אין איין ווארט 'אמת'
צווייטנס, וועט דאס נישט אוועקנעמען די שאלות און קושיות, נאר פונקט פונקט פארקערט איך קען דאך זיין פונקט אזוי גוט, אויב איך גלייב אין יומיניטי ותו לא!

טראלל » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 2:33 am

· #535646
כספי
ס'איז אסאך גרינגער צוטרעפן די שקר ווי די אמת, וויבאלד די שקר איז דא אסאך אסאך מער, ווייל יעדע זאך וואס איז נישט אמת איז שוין שקר, אמת איז א פינטעלע אמת, הוא ואין בלתו
דאס טאקע איז די חרדישע קרענק, אוודאי קען יא זיין צוויי אמת. איז עסן טשיעזקעיק א גוטע זאך? ווענדט זיך פאר וועם, פאר מיך יא, פאר איינער וואס איז אלערדשיק צו מילך נישט, פאר א דייעבעטיק אויך נישט. ווען דער דייעבעטיק זאל עסן טשיעזקעיק איז עס self sabotage, ווען איך עס נישט טשיעזקעיק איז עס אויך self sabotage, ביידע זענען אמת.

טמיר » זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 8:06 pm

· #535778
Re: הארצרייסנדע וויי געשריי
[ציטאט אראפגענומען]
Wow
ניין יאר האב איך געדארפט ווארטן צי ליינען די הייליגע דיבורים?
בלאט: 1 2