די דזשורי וואס איז געזיצן אויף די קעיס אויב מ'קען אנקלאגן פאליציי אפיציר דעניעל פענטעלאו וואס האט דערשטיקט עריק (איסאה) גארנער, -ווי דא באריכטעט- האבן אים פרייגעשפראכן פון אלע קלאגעס!
לויט די ניו יארקע געזעצן דארפן כאטש 12 פון די 23 דזשורי'ס זאגן שילדיג אז מ'זאל אים ווען קענען אנקלאגן (15 דערפון זענען געווען ווייסע...)
היינט 4:30 גייט פארקומען די ערשטע עמטליכע ראלי ביים גרענד סענטראל סטעישאן. דערנאך 5:00 מיט די משפחה ביי טיימס סקווער, פון דארטן וועט מען מארשירן קיין יוניאן סקווער, מ'וועט זיין דארט בערך 7:00. ס'ווערן ערווארטעט ענדליכע ראלי'ס כאטש אין סטעיטן איילענד ווי די מארד איז פארגעקומען. שוין גערופן געווארן איינס פאר מארגן 5:00 אין פולי סקווער.
עס ווערט ערווארטעט יעצט אין ניו יארק, אז די טינקעלע וועלן אטאקירן די פאליציי, אינטערצינדן, פלינדערן, בארויבן דאס האב און גוטס פון אומשילדיגע מענטשן און געשעפטן. (איינער האט א פלייוואט פאר מיין אפיס פענסטער??)
זעהט אויס אז די זשורי האט פארשטאנען אז מ'מוז געבן עפעס מאכט פאר די פאליציי צו קענען אינפארסירן די געזעץ. כו"ע מודים אז די פאליציאנט האט עפעס געדארפט טון און מ'קען נישט צולאזן אז מ'זאל נישט דארפן אויספירן פאליצייאישע באפעלן. אויך פארשטייט יעדער אז פון א בלויזע טשאקהאלד שטארבט מען נישט. דא האט זיך ליידער אויסגעשטעלט אז א קראנקער מענטש האט איגנארירט די באפעל פון פאליס אין די טשאקהאלד האט קאנטריביוטעט צו זיין טויט.
מיינע צוויי פרוטות, איך האלט אז די אומרועהן פון די חיות טרף אין פערגוסאן האט באוואויגען די זשורי דאהי צו פריילאזען דעם פאליציאנט, אז מ'פירט זיך אויף ווי חיתו יער ווי מאלפעס (סארי), קענען זיי ערווארטען אזא רעאקציע פון געווענליכע מענטשען (זשורי בלע"ז) ❗
די מערסטע די פאליציי קען טוען איז אים ארויסווארפן פון די פארס אהן א פענסיע. די פעדעראל גאווערמענט קען אויך עפענן א סיוויל רייטס אינוועסטעגעישן ווי אין פרגעסין.
מ'דארף געדענקן אז די סיסטעם פון נעמען דזשוריס איז אויסגעשטעלט אז די מערסט ישרות'דיגע פסק זאל ארויסקומען, און ווי עס ווייזט זיך אויס האט די דעת בעלי בעתים באשלסן צו פטור'ן דעם פאליס. איוף די טענה אז די דשזורי איז געווען געדרקיט צו בארעכטיגין די פאליס, ווען מ'גיבט מיר מו זיצן אויף דעם טרייל איך מיין אז איך וואלט נישט געהאט קיין דרוק, נאר איך וואלט אויסגעפירט מיין פליכט ארויסצוברענגען די יושר
ס'נישט ממש אזוי, די סיבה פארוואס פאליציי ווערן סאך מער באפרייט ווי סתם המון, איז נאר ווייל דער געזעץ זאגט אזוי, א פאליציימאן די רגע וואס ער איז אין א קאנפראטעשן מיט א סוספעקט, איז געזעצליך הותרה הרצועה, ער קען ממש טאן כל מה שלבו חפץ צו ברענגן יענעם אונטער ארעסט, און דאס איז טאקע די פראבלעם, טראכט אליינס אריין, אז א ציווילער מענטש שפרינגט ארויף אויף איינעם ווי א חי', ווארפט איהם אראפ אויף די פלאר אין בינדט איהם הענט אין פיס, איז ער א וויילענד קרימינעל, און ווערט תיכף אריינגעשליידערט אין רייקערס ווידער א פאליציימאן פאר פונקטליך די זעלבע אקט איז א העלד, ממילא דער פאליסמאן האט אלס די טענה, איך האב געטאן פונקטליך וויזוי מ'האט מיך אויסגעלערנט, און דאס, און נאר דאס, איז די סיבה פארוואס ס'שווער צי אינדייטן א פאליס אפיסער
אז א פראעסקיוטער איז איבערצייגט 100% אז איינער האט קיין שום שאנס בעולם צו באשולדיגט ווערן געזעצליך, איז עס פשוט אומאחריות'דיג צו ברענגען צו א פראצעס, סתם פאר די מעסעדש, ס'געשווענדט שטייער-צאלער געלט, מ'מאכט צירקוס פון אנדערטהאלבן יאר, ווי ביי זימערמאן, און נאכדעם קומט ממילא ארויס די פסק נישט שולדיג, הייבט זיך דעמאלטס אן אודך פראטעסט, נו וואס איז די אויפטוה?
מייקל איז קראנק צו זיין בויך פון די נעכטיגע גרענד דזשורי באשלוס. נישט ווי דער טיפיקעל קאנסערוואטיווער וואס מוז זיך אייביג אנעמען פאר די פאליציי, שרייט סעוועזש אז דער אפיציר איז א מערדער! מייקל האט א הארץ, ער קען נישט קומען צו זיך
For once I can't agree with him more. וואס די פאליציאנט האט געטון איז דאך קלאר געווען אומלעגאל, דאס אז ער האט געהאט א שוואכע הארץ און געהאט א סיזשער איז נישט קיין תירוץ, זיי האבן געטון א ווילדע עקלהאפטיגע 'אומלעגאלע' זאך, און דאס האט גורם געווען די טויט פון פרידליכע בירגער א פאטער פון זעקס, אין א יוסטיץ סיסטעם וואו כמעט הונדערט פראצענט גרענד דזשוריס ענדיגן זיך מיט אן אינדייטמענט, איז א פארברעך צו לאזן א באנדע פון אזעלכע מערדער גיין פריי, זאגאר אן א טרייעל!
די איינציגע זאכליכע טענה אינעם שמועס איז ווען דער אפיציר זאגט אז פאליציאנטן זענען געוואוינט צו הערן די לשונות I can't breathe ביים ארעסטירן פארברעכער, דעריבער האבן זיי אים נישט גענומען ערנסט ווען "ער" האט דאס געזאגט.
אבער דאס איז לגמרי נישט קיין תירוץ! אויב שרייט א מענטש "איך קען נישט אטעמען!... און דו האלטסט אים אראפ ביים קארג שטערנדיג דערביי זיין אטעם ביסטו אחריות אויף זיין טויט, וואס דען האט דער מאן געדארפט טוהן? דער מאן איז נישט שולדיג אז אנדערע שרייען אויך. די פאליציאנטן האבן גענומען א ליעפ און דערמיט פארשניטן זיין לעבן.