☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » סאטמאר-מהרז"ל-86 לאנדאן ערוועלט א רב ר' ברוך נתן הלברשטאם

סאטמאר-מהרז"ל-86 לאנדאן ערוועלט א רב ר' ברוך נתן הלברשטאם

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7681

שעפטל » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 2:56 pm

· #238675
סאטמאר-מהרז"ל-86 לאנדאן ערוועלט א רב ר' ברוך נתן הלברשטאם
א גאר אינטערסאנטע זאך איז נעכטן פארגעקומען אין לאנדאן, ווען איין פראקציע פון די סאטמארע קהילה דארט האט ערוועהלט א נייע רב.

אין זוממער תשס"ט האט הגאון הגדול פוסק הדור דער בעל שבט הלוי שליט"א צוריקגערופן זיין זון הגה"צ רבי חיים מאיר וואזנער שליט"א, דאן אב"ד ור"מ סאטמאר לאנדאן (ביידע פארטייען), צוריקצוקומען קיין בני ברק און דינען אלס דומ"ץ וראב"ד שבט הלוי און ראש ישיבת חכמי לובלין.
מיטן איבערלאזן דעם חלל ברבנות נאך בערך 18 יאר אין לאנדאן, האט סאטמאר-מהר"א (26 ווי אנדערע רופן עס) אויפגענומען אום ד' בלק תש"ע, זיין זון הגה"צ רבי יוסף בנימין שליט"א, מלפנים רב דקהל בית חסידים אין אלעד, אלס אב"ד ור"מ.

לעצטענס איז געווען א שטארקע פארלאנג צווישן די צד מהרז"ל, ספעציעל די אינגעלייט אז זיי זאלן אויך אויפנעמען א רב אין די קהילה.

איינע פון די נעמען וואס זענען ארויפגעקומען איז געווען הרב ברוך נתן האלבערשטאם שליט"א, וואס איז ממש אויפגענומען געווארן אלס אב"ד בלומענבורג, די קהלה האט באשלאסן צו מאכן וואלן און זאל דער עולם באשליסן. (אגב, דער נייער רב איז שוין געווען כ"א כסלו כ'מיין אין תשע"א, אלס נואם הכבוד דארט, ס'האט געהייסן אז מ'גייט אים דעמאלטס אויפנעמען, למעשה איז עס נישט געשעהן)

יעצט למעשה איז געווען וואהלן, און דער נייער רב האט געווינען מיט אן איבערוויגענדע מערהייט, ווען ער האט באקומען 495 שטימען פאר יא. 12 האבן געשטימט פאר ניין. און 21 זענען געווען ליידיג (חוץ פון איבער 100 וואס זענען נישט געגאנגן שטימען.

דער נייער רב איז א זון פון הרה"צ ר' משה, אדמו"ר מקיוויאשד זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' מאטל שטיין פון פאלטישאן ב"פ.
דער דיין האט יארן געדינט אלס דיין אין בי"ד משפט שלום אין וויליאמסבורג, און ממש לעצטענס אלס רב, דיין צו משפיע רוחני אינעם נייעם שטעטל אין בלומענבורג.
(אגב, ער איז א מחותן מיט מהרז"ל, זיין איידעם איז הרב ליפא בן מהרז"ל)

וואלן אין א סאטמארע קהילה איז היפש א דורכבראך, נאכדעם וואס על פי רוב דינען אויף פאזיציעס אין די גרעסערע שטעט, בני וחתני כ"ק אדמו"ר הברך משה זצ"ל געשטעלט געווארן דורכן ברך משה, אן וואהלן
ב"פ: חתנו הגה"צ רבי בעריש מייזליש שליט"א, - בנוסף אינעם 15'טע עוו. ביהמ"ד דינט בנו הגה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א - (צד מהרז"ל האט נאר א דיין)
קרית יואל: בנו מהר"א, - (צד מהרז"ל האט נאר א דיין)
וויליאמסבורג: צד מהרז"ל, בנו מהרז"ל - צד מהר"א, הגה"צ ר' מנחם מענדל טייטלבוים שליט"א, בן מהר"א.
מאנטריאל: חתנו הגה"צ רבי דוד מייזליש שליט"א אלע ביידע.
מאנסי: קהל ויואל משה, חתנו הגה"צ רבי חיים יושע האלבערשטאם שליט"א - קהל יטב לב (מהר"א), הגה"צ ר' אברהם הערש וואוזנער שליט"א.

בנוסף זענען די איבריגע רבנים
לעיקוואד: הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א, אלע ביידע.... 😉 וואס איז אגב אפיציעל נאר אויפגענומען געווארן אלס דומ"ץ.
אנטווערפן: האט נישט קיין רב זינט מהרמ"מ אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומב"ג האט פארלאזט.
מאנטשעסטער: הגה"צ רבי ישראל חיים הוראוויץ שליט"א - (צד מהרז"ל האט נאר א דיין)
ירושלים: צד מהרז"ל, הגה"צ ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א, בן מהרז"ל. - (צד מהר"א האט נאר א דיין)
בני ברק: הגה"צ ר' אלי' כ"ץ, זון פונעם פריערדיגן רב.
אלעד: הגה"צ ר' חיים הערש מייזליש, בן אב"ד ב"פ
און בעיסוואטער האט נישט גארנישט....

תשית לראשו עטרת פז.
והעיר לאנדאן צהלה ושמחה... והעיר בלומענבורג נבוכה...

איש את רעהו » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 3:19 pm

· #238680
מזל טוב, ווער נעמט איבער אין בלומינגבורג?

פלעין יודיש » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 4:14 pm

· #238697
/

הרב_שלום » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 12:58 am

· #238782
אין מאנסי פארמאגען די זאליס בלויז איין ביהמ"ד אין לאנדאן האבן זיי פיהר
86 Caznvoe , 57 Bethune, 42 Craven, Upper clapton
די סאטמאר קהילה אין לאנדאן סיי ארונים און סיי זאלי איז גרעסער ווי מאנטיריאל און מאנסי און קען נאך זיין ווי בארא פארק

הדד בן בדד » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 4:58 am

· #238788
אין מאנסי פארמאגן די זאליס אפיציעל נישט אפילו איין בית המדרש.

איך וואונטש דעם נייעם רב גרויס הצלחה אויף זיין נייעם פאזיציע.

ישמעאל הכהן » מיטוואך יאנואר 14, 2015 4:57 pm

· #247948
וועלכער איז האלבערשטאם? אפשר קענסט עס איבערלייגן אן די וואסער צייכן?

לית דין בר נש » מיטוואך יאנואר 14, 2015 5:58 pm

· #247974
א הערליך בילד מען זעהט שוין יא אמאל א בילד פון א רבי ארום גענומען מיט א טיש פון וואוילע אידן!

קאך_לעפל » מיטוואך יאנואר 14, 2015 6:17 pm

· #247981
הערליך בילד איז נישט דאס ווארט, זען ווי כ''ק רבינו שליט''א זיצט ארום גענומען מיט א זעלעכע לייבן, מיט פאטריאכישע צירות, און דער רבי שליט''א זיצט מיט אזא ענווה ווי עס פאסט זיך צו זיצן פאר אזעלכע לייבן, דאס דארף פאר אונז אלע דינען פאר א מוסר השכל ווי שטארק מען דארף זיך מכניע זיין פאר אריות, אזוי ווי רבינו שליט''א, ער פארשטייט אז די אריות קענען מער לערנןע פון אים, איז ער זיך מכניע פאר זיי כקליפת השום, וכנחבא אל הכלים בנעימות המידות עד להפליא..... אשרינו אז מיר האבן די זכיה צו זיין דבוק בדביקות אמיתי אין אזא ענוותן כהלל......

בשבילי! » מיטוואך יאנואר 14, 2015 6:23 pm

· #247984
הא הא הא! די ביזט דאך עפעס נישט נארמאל גוט!! זאג מיר יאנקל מיללער האט שוין געהערט פון דיר?? ער זאל בעסער זוכן א נייע פרנסה ווי שנעלער.... חחח דו ביזט עפעס שלא מעלמא הדין!!...

קאך_לעפל » מיטוואך יאנואר 14, 2015 6:36 pm

· #247987
בשבילי!
הא הא הא! די ביזט דאך עפעס נישט נארמאל גוט!! זאג מיר יאנקל מיללער האט שוין געהערט פון דיר?? ער זאל בעסער זוכן א נייע פרנסה ווי שנעלער.... חחח דו ביזט עפעס שלא מעלמא הדין!!...


נאך עפעס בשביל? אדער ביזט שוין פיניש... אז יא ביטע פלאש....

בשירות טובות

בשבילי! » מיטוואך יאנואר 14, 2015 6:47 pm

· #247991
וואס פיניש? געב נאך פון דיינע זאפטיגע סחורה.... פאקסט איין דעם מיללער! איך וואלט געזאגט אפילו בעסער ווי מעסאן!..... ווען איך בין דו וואלט איך געבעטן געלט פאר יעדע תגובה.... א מין לץ דער לעפל!!! חחחחח......

קאך_לעפל » מיטוואך יאנואר 14, 2015 7:05 pm

· #247997
בשבילי!
וואס פיניש? געב נאך פון דיינע זאפטיגע סחורה.... פאקסט איין דעם מיללער! איך וואלט געזאגט אפילו בעסער ווי מעסאן!..... ווען איך בין דו וואלט איך געבעטן געלט פאר יעדע תגובה.... א מין לץ דער לעפל!!! חחחחח......


זאג? דאס איז שוין נאכן פלאשן? די שטינקסט דאך אן דאס פלאטץ.... פלאש פאר א גוט יאר......

בשבילי! » מיטוואך יאנואר 14, 2015 7:08 pm

· #247998
ניין, דו ביזט צו גוט.... פלאשן? חחחחח..... ביטע געב נאך וויצן........ נו

קאך_לעפל » מיטוואך יאנואר 14, 2015 7:31 pm

· #248004
שוין דער בשבילי האלט נישט ביים פלאשן, מיר ווילן מיזן נאך א ביסל נהנה זיין פון זיין געשמאקע גרוך.... נא.... סזאל זיין.....

אגב ווער גייט ממלא מקום זיין דעם לאנדענער רב שליט''א אין בלומבערג? איך הער אז דער זון פון כ''ק אדמו''ר שליט''א רבי אהרן גייט ווערן מ''מ, האסט עפעס געהערט דערפון מר אומפלאשער בשבילי?

בשבילי! » מיטוואך יאנואר 14, 2015 7:36 pm

· #248005
ניין גארנישט געהערט!
באט העי פלאשן דארף דער וואס האט אנגעמאכט..... נו ביז די פלאשט זאג נאך עפעס אגוטס! נו.....

יין שרף » מיטוואך יאנואר 14, 2015 7:40 pm

· #248006
#א_באנדע_משוגעים

קאך_לעפל » מיטוואך יאנואר 14, 2015 8:00 pm

· #248011
בשבילי!
ניין גארנישט געהערט!
באט העי פלאשן דארף דער וואס האט אנגעמאכט..... נו ביז די פלאשט זאג נאך עפעס אגוטס! נו.....


די ביזט א דאדא...... או נא..... די ביזט א דאדא.....

יו איך שעהמעך...... איך ציה ציריק.......

smart » מיטוואך יאנואר 14, 2015 8:11 pm

· #248014
טאקע א שיינע מחזה הוד

ווער איז דער עולם דארט איך וועל אנפילען וויפעל איך קען..
1) הרב ברוך נתן
2) ??
3)??
4) הרב שמעיה גרינבוים (נישט זיכער)
5) הרב יצחק יוחנן האגער מוויזניץ
6) אחד ממשפחת קאסאני (נישט זיכער)
7) ???

ווער עס קען איז מכובד אנצופילען די אינפא

שמן זית » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 3:38 pm

· #248210
איין קלייניגקייט עגבערט מיר א ביסל, עס איז מן הסתם נעריש וואס איך גיי יעצט פרעגן, אבער, איך בעט ענק, לאכטס מיר נישט אויס, איך וויל באמת פארשטיין..
וואס איז די מעשה דארט? עס איז נישט געווען קיין רב דארט ביז יעצט? אויב נישט, וואס האט געפעלט ביז יעצט? עס זענען געווען זאכן וואס האבן געפעלט אין די קהילה ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין רב?
איך מיין צו פרעגן, פארוואס און אויף וואס האט מען אים אויפגענומען? וואס פונקליך גייט ער טון דארט? ער גייט אויפטון זאכן וואס זענען נאכנישט געווען? למשל וואס? מער שיעורי תורה?.. מ'זאל ערליכער דאווענען?..

קאך_לעפל » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 6:16 pm

· #248246
שמן זית
איין קלייניגקייט עגבערט מיר א ביסל, עס איז מן הסתם נעריש וואס איך גיי יעצט פרעגן, אבער, איך בעט ענק, לאכטס מיר נישט אויס, איך וויל באמת פארשטיין..
וואס איז די מעשה דארט? עס איז נישט געווען קיין רב דארט ביז יעצט? אויב נישט, וואס האט געפעלט ביז יעצט? עס זענען געווען זאכן וואס האבן געפעלט אין די קהילה ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין רב?
איך מיין צו פרעגן, פארוואס און אויף וואס האט מען אים אויפגענומען? וואס פונקליך גייט ער טון דארט? ער גייט אויפטון זאכן וואס זענען נאכנישט געווען? למשל וואס? מער שיעורי תורה?.. מ'זאל ערליכער דאווענען?..



איי איי איי די פרעדסט דאך זייער גוט..... לאמיר האפן אז דער חוט המשולש רבי ישמאל, בשבילי, און דריידל וועלן דיר עס מסביר זיין..... ווארט..... איצט קומט א אפפאל-שטורם......

פלעין יודיש » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 6:26 pm

· #248249
לעפעלע!!!! איינער האט דיר דא אהער געריפען?
פיץ זאפארט ארויס פון דא

קאך_לעפל » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 6:28 pm

· #248250
פלעין יודיש
לעפעלע!!!! איינער האט דיר דא אהער געריפען?
פיץ זאפארט ארויס פון דא


ניין איך פייף אריין אין דיר, אז די האסט א פראבלעים יאג די ארויס פון דא........ 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂

פלעין יודיש » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 6:30 pm

· #248251
קיקט אויס ווי דעי בראך-לעפל האלט נישט אויס אז דעי אשכול געפינט זיך נאכאלס אינטער בלוע קאלירען, ער וויל דאס זעהן פארצימעסט אין ברוין
ס'וועט דיר גארנישט העלפן
דיינע תגובות העט מען באלד פארמעקן אין דעי אשכול וועט דא בלייבען שטיין לשם ולנוי

שכלדיג » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 6:49 pm

· #248255
זייער פשוט, אין מאנסי האבן די זאליס א רב מיטן נאמען האלבערשטאם, זענען געקומען די אהרונים און געברענגט א רב מיטן נאמען וואזנער עם צו טרעטן אויף די הינער אויגן, האבן אצינד די זאלונים מחליט געווען נוקם צו זיין, די אהרונים האבן א רב מיטן נאמען וואזנער האבן די זאליס געברענגט א רב מיטן נאמען האלבערשטאם צו טרעטן אויף די הינער אויגן פון דעם רב וואזנער, נקמה איז זייער זיס...

דריידל » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 10:59 pm

· #248311
א רב אין ביהמ"ד ברענגט א געוויסע רעספעקט און ערענסטקייט. א מו"צ איז סתם א שיק יונגל וואס דארף נאכטאנצן וואס מ'הייסט פון אויבן. למשל, ווען די רבי באקומט א התעוררות צו מייסד זיין א דף הקהילה אדער אן אנדערע מנהג וועט די מו"ץ דארפן נאכטאנצן. שבת הגדול, למשל, וועט מען דווקא ברענגן א פרעמדער זאל רעדן אז דער מו"ץ זאל זיך נישט איינרעדן אז ער איז בעה"ב. א רב איז מער זעלבסשטענדיג און דעריבער טראגט עס אן ערענסטערער פנים.

קאך_לעפל » פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:11 pm

· #248437
פלעין יודיש
קיקט אויס ווי דעי בראך-לעפל האלט נישט אויס אז דעי אשכול געפינט זיך נאכאלס אינטער בלוע קאלירען, ער וויל דאס זעהן פארצימעסט אין ברוין
ס'וועט דיר גארנישט העלפן
דיינע תגובות העט מען באלד פארמעקן אין דעי אשכול וועט דא בלייבען שטיין לשם ולנוי


אט דא איז איר פאסיגער פלאטץ,

דער ציל פון בויען א פארטייאישע אגענדע אין א נוטראלער אשכול האט זיך עיט אויס נישט געהעריג אויסגעארבייט, לדאבון פון געוויסע פארטייאישע ניקים, און דער שיינער אשכול מיט איר ציל האט טאקע געלאנדעט אין איר ריכטיגע פלאטץ, ווי שרייבער האבן זייער רעכט אויסצוליפטערן זייער איינזייטיגע און פארטייאישע אגענדס......

קאסטנער » פרייטאג יאנואר 16, 2015 3:25 pm

· #248476
הער איך סאיז געוועזן היינט לחיים אין הופער לכבוד'ן דאס ארנלייגן די אשכול אין צימעס.

שעפטל » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 3:38 pm

· #250838
סארי טו טעל יו. באט א באנדע קינדער. דאס אשכול וואלט געדארפט בלייבן א געהעריגע נייעס אן די פאליטישע טיש (ונתנו סטייל..)!

ביליג » זונטאג יוני 7, 2015 1:50 pm

· #281130
נו ? וואס איז געווארן ? פארוואס פארט ער נישט ?

סאשי פיש » זונטאג יוני 7, 2015 11:36 pm

· #281272
Re: סאטמאר-מהרז"ל-86 לאנדאן ערוועלט א רב ר' ברוך נתן הלברשטא
ער איז שוין לאנג דארטען