☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דעבאטירן און קאמענטירן אויף אלטע אשכולות

דעבאטירן און קאמענטירן אויף אלטע אשכולות

62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7670
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 1:49 pm

· #238471
דעבאטירן און קאמענטירן אויף אלטע אשכולות
איך האב לעצטנס אנטדעקט דא אין קאווע שטיבל אן אוצר פון אלטע (נישט אקטיווע) אשכולות.
וויאזוי איך האב פארזען דעם אוצר, ווייס איך נישט. אבער דער פאקט איז אז כ'האב עס אדורכגעליינט מיט גרויס געשמאק. בבחינת "שש אנוכי על אמרתיך כמוצא שלל רב".
און איך האב אויך קאמענטירט איבער א סאך פון זיי. האט זיך אויפגעהויבן א שטורעם דא אין קאווע שטיבל. כמעט א סומאטאכע. איך האב געהערט פון צוויי מנהלים. אויך פון עטליכע ניקס. "ס'הייסט איך האב געטון אזא שרעקליכע עוולה, און קאמענטירט אויף פארשלאפענע אשכולות. עד כדי כך אז מ'האט אפילו שפעקולירט אויב איך בין דער ניק המכנה את עצמו "אשכולות אויפוועקער".
לפענ"ד זעה איך נישט וואס איך טוה דא נישט ריכטיג מיט קאמענטירן לפי ראות עיני אויף די גאר אינטרעסאנטע סובדזשעקטס וואס ווערן אדורכגעלופטערט אין די אשכולות.
אדרבה. ס'געט צו צו די לעבעדיגקייט פונ'ם שמועס.
מילא ווען מ'דעבאטירט אויב מ'זאל פארן צום חוזה מ'לובלין אדער צום יוד הקדוש, פארשטיי איך אז ס'איז עבר זמנו. די דעבאטע און די מענטשן זענען שוין לאנג נישט דא בעולם. אבער זאכן וואס זענען אדורכגעשמועסט געווארן מיט צוויי יאר צוריק אדער נאך שפעטער, זעה איך נישט פארוואס דאס קען נישט נאכאמאל אויפגעברענגט און דעבאטירט ווערן.

אשר על כן, ווענד איך מיך צו די חשוב'ע חברי השטיבל. ירא הקהל וישפוט. זאלל דער עולם ארויסזאגן א מיינונג אויב ס'איז ריכטיג אדער נישט צו קאמענטירן און דעבאטירן איבער אומ-אקטיווע אשכולות.

אויך. וואס איז די הגדרה פון אן אלטן אשכול, אדער סובדזשעקט, וואס מאכט א סאך מענטשן ארויסגיין פון די כלים...נאך צוויי חדשים? זעקס חדשים? א יאר, אדער מער?... 😮

יואב » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 1:57 pm

· #238473
איך זע נישט דעם פראבלעם, אשכולות פארמאגן נישט קיין עקספארעישן דעיטס. וישן מפני חדש תוציאו!

ומכלל הן אתה שומע לאו. אמאל אויב איז דא אן אשכול וואס איז ממש מער נישט נוגע, האט דאס געוויס יא אן עקספארעישן דעיט. צום  ביישפיל: אויב איינער שלעפט ארויף אויף דער אויבערפלאך אן אשכול צו ריק סאנטוירום גייט געווינען די רעפאבליקאנער פריימערי פון 2012, דאן קען דאס זיין מאדנע, און באטראכט ווערן צומאל אלס א פרואוו פון א טראל צו וועלן שפילן געימס אויפ'ן חשבון פונעם ליינער'ס נערווען.

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 2:12 pm

· #238475
קודם כל מזל טוב פאר דיין ערשטע אשכול אין קאווע שטיבל, איטס נעווער טו לעיט און מיר נעמען אלע ארויס א מוסר השכל דערפון אז אפילו מיט א גרייז גרויע בארד קען מען זיך אויך א נעם טאן.

לגופו של עניין קען איך נישט מער ווי ווידערהוילן וואס איך האב געשריבן צו אייך אין אישי וז''ל:
כוכב

דיינע קאמענטארן זענען נישט קיין פרישע אינפארמאציע צו דער נושא סתם אבי געמאלן וואסער בלע'ז. דער מאן דאמר צו וועמען דו באציעסטוך וועט עס ווארשיינליך נישט ליינען ניטאמאל געדענקט ער וואס האסט געשריבן און די גאנצע נושא אינטערעסירט אים נישט
פאקט איז אז סמאכט געפערליך נערוועז עבר זמנו בטל קרבנו און אן אשכול זאל נאר ארויפגעברענגט ווערן משום דבר שנתחדש בה. דיינע תגובות געבן גארנישט צו צום שטיבל און ברענגט נאר אונטער די געדאנק פון אקטיווע אשכולות.
קענסטוך נישט איינהאלטן, האסט א גוטס אין בויך האבעך פאר דער א פשוטע עצה, דרוק דעם פריוואט קנעפל און שרייב יענעם אין אישי.
סארי פאר מיין חוצפה הגם וואלסט מסתמא געקענט זיין מיין זיידע אבער האמת ניתן להיאמר.

דאס האב איך געשריבן אויף א צווייטע פלאץ
כוכב
צאמיר געהאט אן אנשיקעניש אשר בשם אשכולות אויפוועקער יכונה וואס מהאמיר סוקסעספול אונטערגעברענגט. פראבלעם איז א צרות אחרונות משכחות ראשונות, אויפוועקער איז גאלד קעגן דעם פרישן פריקן קרענק ווארום ער פלעגט וועקן ענינא דיומא'ס און יארצייטן ווידעראום דער נייער צדיק וועקט אשכולות אן א פארוואס און אן א פארווען די גאנצע אקטיווע אשכולות זייטל האט פארלוירן משמעות, זוכט זיך אפיר אלטע שמועסן לייגט צו עפעס א ווארט און יאלא.
דעריבער טו איך דא עפענען א פעטיציע, טייערער רבי
@berlbalaguala
ווי לאוו יו דעירלי, יעדעס מאל איך טרעפ דריי לייקס נאכן נישט שרייבן א וואך ווייס איך סקומט פון דיר, אבער פליז, דיין געוועקאכטס טרעט מיר צו צו די נערוון, סקריכט געפערליך סאו פליז סטאפ דע מעדנעס נאו!!!!

יואב » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 2:26 pm

· #238478
כוכב
קודם כל מזל טוב פאר דיין ערשטע אשכול אין קאווע שטיבל, איטס נעווער טו לעיט און מיר נעמען אלע ארויס א מוסר השכל דערפון אז אפילו מיט א גרייז גרויע בארד קען מען זיך אויך א נעם טאן.

לגופו של עניין קען איך נישט מער ווי ווידערהוילן וואס איך האב געשריבן צו אייך אין אישי וז''ל:
כוכב

דיינע קאמענטארן זענען נישט קיין פרישע אינפארמאציע צו דער נושא סתם אבי געמאלן וואסער בלע'ז. דער מאן דאמר צו וועמען דו באציעסטוך וועט עס ווארשיינליך נישט ליינען ניטאמאל געדענקט ער וואס האסט געשריבן און די גאנצע נושא אינטערעסירט אים נישט
פאקט איז אז סמאכט געפערליך נערוועז עבר זמנו בטל קרבנו און אן אשכול זאל נאר ארויפגעברענגט ווערן משום דבר שנתחדש בה. דיינע תגובות געבן גארנישט צו צום שטיבל און ברענגט נאר אונטער די געדאנק פון אקטיווע אשכולות.
קענסטוך נישט איינהאלטן, האסט א גוטס אין בויך האבעך פאר דער א פשוטע עצה, דרוק דעם פריוואט קנעפל און שרייב יענעם אין אישי.
סארי פאר מיין חוצפה הגם וואלסט מסתמא געקענט זיין מיין זיידע אבער האמת ניתן להיאמר.

איך שפיר אז איך מוז פארדאמען אזא תגובה. און נישט ווייל מ'רעדט נישט אזוי צו אן עלטערן איד, נאר ווייל מ'רעדט נישט אזוי צו א ניק וואס וויל קאמענטירן אויף זיין אייגנארטיגן שטייגער אפגעזען צו דער בעל האשכול וועט ליינען בערל'ס קאממענט צו נישט, און קיין חילוק וויפיל ס'גיבט צו אדער נישט אדער וויפיל א דריטער האלט אז ס'גיבט צו אדער נישט.

כוכב, דו ביזט אומטאלעראנט, און פרידאם אף ספיטש ווערט נישט געטיילט באזירט אויף אן אייגענעם געשמאק. כל זמן א ניק קומט נאך די פארשריפטן פון דער הנהלה, איז נישטא קיין שום סיבה אוועק צו נעמען פון עמען דאס ערלויבעניש צו שרייבן.

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 2:35 pm

· #238480
קודם כל סאיז אן אישי תגובה וואו מערלויבט זיך מער... צוויי מ'רעדט נישטא פון אים צו נעמען רשות הכתיבה נאר זיך אליין איינצוימען צוליב א טעכנישע פראבלעמען, נעמליך דאס צעווארפן די געדאנק פון אקטיווע אשכולות, א טענה וואס מהערט פון אנדערע אויך, און ווי דער הודאות בעל דין, איז עס שוין אנערקענט געווארן דורך צוויי מנהלים אויסער א טוץ ניקים.
דריי איך בין דער ערשטער קאמענטאר דא ארויפצוברענגען די צווייטע צד פון דער מטבע האב איך געדארפט אראפשטעלן דעם ארגומענט. מיך איינצוצוימען פון שרייבן די אנדערע זייט פון דער געשיכטע איז פונקט אזוי אומטאלעראנט...
אין יעדן פאל, אויב האב איך גענוצט צו א שארפן לשון כדרכי בקודש בעט איך אנטשולדיגונג און איך בין גרייט צו רעדאגירן אויפ'ן פערזענליכע פארלאנג פון אונזער הויכגעשעצטן און אלעמען באליבטן ר' בערל שליט''א.

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 2:43 pm

· #238483

כוכב: ניין. דו דארפסט דיך גארנישט איינצוימען אין דיינע שטורמישע לשונות אדער בעטן סליחה ומחילה. אלעס לויפט פיין ב"ה. אדרבה. איך בין צופרידן צו פרובירן פארשטיין וואס דער פראבלעם איז. כדאמרן.
יואב: א יישר כח פאר זיך אננעמען פאר מיין כבוד המדומה. דיינע ווערטער זענען כמים קרים על נפש עייפה. (קרעדיט הרב מנשה פליפ פלאפ.( אדער, קילורין לעיניים. אזוי ווי רבינו הקדוש. הגאון הקדוש שליט"א, השוכן כבוד בעיר התורה והקדושה, קר"י יצ"ו. ה"ה מהר"א שליט"א... 🙄

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 2:49 pm

· #238485
ס'דא נאך א פרט וואס ר' בערל האט בכלל נישט בארירט אין זיין בלעכענעם פנים תגובה:
ארויפברענגען אן אשכול לעיתים, נו, מ'קען מקיל זיין, ס'שטערט קיינעם נישט, יעדער איז מסכים אז ממעג און מ'זאל אמאל ארויפברענגען אן אלטע שמייכל אשכול פון יואב. דאס איז אינגאנצן נישט די שמועס צי אשכולות זאלן האבן א עקספיראציע דאטום ווי בערל האט אזוי טעמיש געפרעגט.
די שמועס דא איז אז בערל האט זיך געמאכט א מיסיע ער ברענגט ארויף עטליכע און צומאל מערערע אויף אמאל, אויף א כמעט טאג טעגליכע פארנעם, ועל זה ידוו כל הדווים.

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 2:55 pm

· #238487
כיואב ועוד, בין איך מוחה אויף די אפענע דיסקרימינאציע. עס איז א גרויסער פארברעכן נישט צו ערלויבן א ספעציפישן ניק צו ארויפברענגען אשכולות פשוט ווייל עס געפעלט דיר נישט זיינע תגובות, און מילא, אז ס'קומט צווישן אנדערע וועל איך דיר טאלערירן, אבער צו זען א גאנצע אשכול נאר צו ליינען א פרישע תגובה פון מיין "דענערווירנדן" מגיב, דאס שוין נישט.
און עס איז נישט מעלה ומוריד אויב פאר דעם דיסקרימינירנדן גייט עס אן אדער נישט. בערל האט נישט קיין רעכט זיך צו לאזן דיסקרימינירן, פונקט ווי ער האט נישט קיין רעכט צו דיסקרימינירן קעגן א צווייטן.
וועגן דעם עצם ענין זאג איך נישט קיין מיינונג, איך וועל זיך באגענונגן מיט'ן זיך צוצוקוקן ווי מ'טענה'ט זיך 🙂

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 3:06 pm

· #238489
יאיר, דאס איז קלאר נישט די נושא. איך בין זיך מצטרף צו די דברי מחאה קעגן דיסקרמינירן קעגן א ניק ווייל מגלייכט נישט זיינע תגובות.
איך וועל מסביר זיין מיינע ווערטער וואס יאיר איז בעצם גענוג קלוג צו כאפן אליין און כ'פארשטיי נישט פארוואס ער האט נישט געהאלטן זיינע הארסיס און זיך אנגעשלאסן אין א קשר בוגדים מיטן שר צבא ה' קעגן מיין הויכגעשעצטן מאיעסטעט.
נעמט למשל דעם וועבערמאן אשכול, לו יצוייר אז סדא פרישע אפדעיטס אינעם קעיס איז נישט מער ווי נארמאל ארויפצוברענגען דעם אשכול.
אבער אין א גרינע דינסטאג צו קאמענטירן אויף א באמערקונג פון לעמאן זשוס פון צוויי יאר צוריק מיט עפעס א וויץ איבער מנשה פילאפ איז אביסל נישט אין פלאץ און שמעקט פון טראליזם.
און ווידערמאל אז ספאסירט אמאל מאכט מען זיך ווי מהערט נישט, דער פראבלעם איז אז דאס גייט אן אויף א מאסנשטאבליכע פארנעם און שטערט איינע פון די יסודות דיגע פיטשורס פונעם שטיבל, נעמליך דעם אקטיווע אשכולות אויסשטעל.

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 3:18 pm

· #238491
יאיר
כיואב ועוד, בין איך מוחה אויף די אפענע דיסקרימינאציע. עס איז א גרויסער פארברעכן נישט צו ערלויבן א ספעציפישן ניק צו ארויפברענגען אשכולות פשוט ווייל עס געפעלט דיר נישט זיינע תגובות, און מילא, אז ס'קומט צווישן אנדערע וועל איך דיר טאלערירן, אבער צו זען א גאנצע אשכול נאר צו ליינען א פרישע תגובה פון מיין "דענערווירנדן" מגיב, דאס שוין נישט.
און עס איז נישט מעלה ומוריד אויב פאר דעם דיסקרימינירנדן גייט עס אן אדער נישט. בערל האט נישט קיין רעכט זיך צו לאזן דיסקרימינירן, פונקט ווי ער האט נישט קיין רעכט צו דיסקרימינירן קעגן א צווייטן.
וועגן דעם עצם ענין זאג איך נישט קיין מיינונג, איך וועל זיך באגענונגן מיט'ן זיך צוצוקוקן ווי מ'טענה'ט זיך 🙂

יואב: שקויעך פאר'ן אריינגיין בעובי הקורה... זיך אנצונעמען פאר מיין כבוד הרמוסה...
לאמיך אראפמאלן (צייכענען) א בילד. משל למה הדבר דומה.
ס'שטייען די גרויסע, און שטארקע ווארלד קלעס, העווי וועיט טשעמפיאנס אין באקסינג אדער רעסלינג. פון איין זייט שטייט דער אלעמען באקאנטער, גרויסער העלד "כוכב" מיט זיינע באקסינג הענטשקעס גרייט און די פויסטן פארמאכט. גרייט אריינצוריקן נאך א לעפט האאק. פון די אנדערע זייט שטייען די גרויסע גיבורים פונ'ם קאווע שטיבל. ה"ה יואב און יאיר. גרייט אפצוענטפערן א יעדע מעגליכע אטאקע וואס דער מאהאמעד אלי פון שטיבל קען און וויל דערלאנגען. אינמיטן שטייט א קליין מענטשעלע וואס מ'זעהט איהם קוים ארויס פון צווישן די ריזן. דער מענטשעלע הייסט בערל בעל עגלה. ער שטייט און קוקט זיך צו וויאזוי די דזשייענטס פון קאווע שטיבל דערלאנגען זיך איינער פארן צווייטן. ווען מ'וועט גוט קוקן קענמען באמערקן ווי ער שמייכלט זיך אונטער פאר הנאה. און ער ווארט צו זעהן ווער ס'וועט דערלאנגען א נאק-אוט פאר'ן צד שכנגד. יישר כח יישר כח... 😂 🙄

יתרו » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 3:22 pm

· #238492
כוכב, די ביסט טאקע זייער קיוט, ווי טיטאניק ז"ל האט שוין מעיד געווען אויף דיר, און די געסט א געוואלד צו צום שטיבל. אבער פון די אנדערע זייט פירסטו מלחמות דא מיט צופיל ניקים, צומאל מיט אפענע ראסיזים און אנטיסעמעטיזם. האלט דיינע הארסיס אביסל.

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 3:28 pm

· #238493
😳

קען זיך איינער אפשר אננעמען פאר מיין כבוד? וואו זענען מיינע גוטע פריינט?

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 3:29 pm

· #238494
יתרו
כוכב, די ביסט טאקע זייער קיוט, ווי טיטאניק ז"ל האט שוין מעיד געווען אויף דיר, און די געסט א געוואלד צו צום שטיבל. אבער פון די אנדערע זייט פירסטו מלחמות דא מיט צופיל ניקים, צומאל מיט אפענע ראסיזים און אנטיסעמעטיזם. האלט דיינע הארסיס אביסל.

יתרו: ניין איך בין נישט מסכים מיט דיר. כוכב און א יעדער האט א רעכט אויסצודריקן זיין מיינונג און עס מטעים זיין בק"ן טעמים. דו האסט א ברירה נישט מסכים צו זיין מיט איהם. דאס איז די מעלה פון "קאווע שטיבל". מ'מוז נישט שרייבן לפי רוחם פון די שוויצערס אדער די אפיציעלע ליניע פון די פארטיי. אנישט ווערט מען געמעקט אדער באגאסן מיט קיתונות של שופכין... פאר אט די מענטשן האט שוין דער אייבישטער ב"ה באזארגט אן אכסניא. די פלאץ הייסט עולם ביצה. דארט מוז מען געפלן פאר די מאכערס...!

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 3:32 pm

· #238495
אפשר קען מען אויפהערן שיסן דעם מעסענזשער און זיך אפרעכענען מיט אלע מיינע חטאים?
ביטע זיך באציען צו דעם עצם נושא. א דאנק

יתרו » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 3:39 pm

· #238496
לגבי דעם עצם נושא איז פשוט אז עס איז דא א מקום פאר אן אשכולות אויפוועקער, און אויב בערל טוט עס מיט א פאר סמייליס איז נאטינג ראנג. העכסטענס ברויך ער עס מער לימיטען, דאס הייסט איין אדער צוויי אשכולות פער טאג, והנלענ"ד כתבתי.

פליקער » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 5:05 pm

· #238508
לכבוד כוכב

איך טי שטארק שעצן דיין מיינונג, אבער ביטע רעספעקטיר מיין מיינונג, איך האלט זייער פון אלטע אשכולות, עס איז דא פיל אשכולות וואס זענען ציריק געווארן אינטערעסאנט אפילו עס איז דורך געלאפן חדשים אדער יארן, למשל ווי מיינע אשכולות... עכעהם.

ווידעראים איז דא נייע אשכולות וואס אינטערעסירן מיך נישט א שטייגער ווי.. איך העל נישט זאגן, אבער וועיגן דעים האב איך רשות צי ליינען וועלכע אשכול עס געפעלט מיר, איך האב נישט קיין טענות אויפן מחבר, הלמאי ער לייגט ארויף א אשכול וואס איז מיר נישט אינטערעסאנט, ווייל איך פארשטיי אז איך בין נישט איינער אליין, איינער גלייכט אייזקרים און איינער גלייכט בארשט, אבער מען קען נישט שרייען אויפן בארשט ליבהאבער אז דו גייסט אויפ מיינע געהירן מיט דיין בארשט עסעריי, ווייל ער וועט ווערן זייער געשטערט, ער וועט שפירן אז מיט יעדע שלינג בארשט וואס ער גיבט שטעכט ער אריין דירעקט אינעם בארשט שונא, און בסך הכל גלייכט ער בארשט, און דער וואס האט פיינט זיין בארשט קען זיך ווענדן צים טישל ווי מען סערווירט זיין אייזקרעים.

#אוי האב איך פיינט בארשט.

לעיקוואד » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 5:26 pm

· #238509
לעולם איז אוודאי ריכטיג אז אשכולות עקספייערען נישט, און אסאך נושאים איז נאך אינטרעסאנט און איז דא וואס צוצולייגען וכו'. דאס איז שכל'דיג.
פאקטיש אבער, איז זעלטן אז צולייגען א נייע תגובה אויף אן אלטער אשכול וועקט טאקע אויף דער שמועס. מסתמא די פסיכאלאגען דא וועלן מסביר זיין מיט פארשידענע טעאריעס פארוואס דאס איז אזוי, אבער דער עקספיריענס, סיי דא סיי אין אנדערע פורומס, ווייזט אז על פי רוב טאמער וויל מען מחדש זיין א שמועס אפילו איבער א נושא וואס מ'האט שוין דורכגעשמועסט לוינט זיך ענדערש מאכען א נייער אשכול.

פישלע העררינג » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 5:39 pm

· #238513
אויב איך לייג איינעם אויף מיין נודניק ליסט (עס ארבעט נאך?), טוישט עס וויאזוי מיין "אקטיווע אשכולות" זעהט אויס?

לית דין בר נש » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 5:39 pm

· #238514
מיי טו סענס
מען קען נישט אוועק נעמען פון בעל עגלינו אלעס אויב וויל מען אים אוועק נעמען די אלטע אשכולות מוז מען אים צריקגעבן די הונדערטע סמייליס אין יעדע תגובה.
און סתם אזוי האלט איך אז מען קען נוצן דא א פעקל פילן (קיינעם פערזענליך) דעם נעווירט סמייליס דעם נערווירט אלטע אשכולות שלינג אראפ און גיי וויטער

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 5:43 pm

· #238516
פישל'ע העררינג
אויב איך לייג איינעם אויף מיין נודניק ליסט (עס ארבעט נאך?), טוישט עס וויאזוי מיין "אקטיווע אשכולות" זעהט אויס?

פישל'ע: ס'איז נישט די גברא. ס'איז די חפצא...ודו"ק...!

פישלע העררינג » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 5:44 pm

· #238517
ניין.

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 5:45 pm

· #238518
לית דין בר נש
מיי טו סענס
מען קען נישט אוועק נעמען פון בעל עגלינו אלעס אויב וויל מען אים אוועק נעמען די אלטע אשכולות מוז מען אים צריקגעבן די הונדערטע סמייליס אין יעדע תגובה.
און סתם אזוי האלט איך אז מען קען נוצן דא א פעקל פילן (קיינעם פערזענליך) דעם נעווירט סמייליס דעם נערווירט אלטע אשכולות שלינג אראפ און גיי וויטער

לית דין בר נש: ברוך שכיוונת. ווייל די סמייליס האביך אויך נאר אויפגעהערט צו ניצן בגדול, ווייל א חשוב'ער איד האט מיר געלאזט וויסן אין אישי אז ס'דא מענטשן וועים ס'מאכט נערוועז.... 🙄

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 6:20 pm

· #238525
אין לנו אלא דברי כוכב'ל עס איז פיור מעדנעסס ועם ידידי בעלגלינו הסליחה.

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 6:49 pm

· #238526
איך האלט אז בערל איז פארפירעריש מיט זיין אשכול דא, די נושא איז נישט צי מ'זאל יא אדער נישט קאמענטירן אויף אלטע אשכולות, לעיקוואדס פסיכאלאגישע ביאורים זענען בכלל נישט אין פלאץ, די נושא דארף זיין אך ורק די מהלך וואס בערל האט גענומען, איז עס ריכטיג צי נישט.

פארוואס? » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 7:03 pm

· #238528
יאיר

און עס איז נישט מעלה ומוריד אויב פאר דעם דיסקרימינירנדן גייט עס אן אדער נישט. בערל האט נישט קיין רעכט זיך צו לאזן דיסקרימינירן, פונקט ווי ער האט נישט קיין רעכט צו דיסקרימינירן קעגן א צווייטן.

א נייעם איסור, פון וואו שטאמט די מקור?

וועגן דעם עצם ענין זאג איך נישט קיין מיינונג, איך וועל זיך באגענונגן מיט'ן זיך צוצוקוקן ווי מ'טענה'ט זיך 🙂

פארוואס? » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 7:09 pm

· #238529
כוכב
:oops:

קען זיך איינער אפשר אננעמען פאר מיין כבוד? וואו זענען מיינע גוטע פריינט?

דער עולם האלט אז דו קענסט אליינס.
איך האף אז דו ביסט נישט קיין פאפירענער טייגער.

שמערל » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 7:14 pm

· #238531
אין לנו אלא דברי יאיר, עס איז א געפערליכע עזות און אוממענטשליכקייט צו רעדן אזוי צו א ניק, אונטער דעם שטייט א עכטער מענטש וואס האט געפילן פונקט ווי דעם וואס די טרעפן רעדן אין בית מדרש און די האלטסט אז ער רעדט שטותים, וואלסטו א וודאי נישט אזוי באוואשען, און אויב יא, גלייב איך נישט אז קיינער דא וואלט געוואלט האבן שייכות מיט אזא סמארק.

נאכדערצו ווען הערשט נעכטן איז דער זעלבער כוכב געווען ביזי מיט אויסקלארן די לופט און מ'האט דא ארויסגעווארפן אן אומערפארענעם ערשטע זמן בחור, היינט טיילט ער פסקים ווי ביים טאטען אין וויינגארטען.

שמערל » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 7:18 pm

· #238532
לענינו האלט איך ווי פישעלעס עצה, אז מ'זאל נאר מגיה זיין אין א ספעציעלע אשכול, (ווען איך האב געזען די אשכול'ס קעפל הרב איך לכתחילה פארשטאנען אז עס איז פארדעם געעפנט געווארן). פארוואס נישט מאכן א אנקעטע?

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 7:22 pm

· #238533
יתרו
כוכב, די ביסט טאקע זייער קיוט, ווי טיטאניק ז"ל האט שוין מעיד געווען אויף דיר, און די געסט א געוואלד צו צום שטיבל. אבער פון די אנדערע זייט פירסטו מלחמות דא מיט צופיל ניקים, צומאל מיט אפענע ראסיזים און אנטיסעמעטיזם. האלט דיינע הארסיס אביסל.

א ישר כוח פאר די קאמפלימענט.

ביטע צוצייכענען א לינק וואו איך האב איינעם זאגאר אפן פאראורטיילט צוליב זיין ראסע אדער צוליב זיין א איד.
אויב געפינט איר נישט ערווארט איך אן אנטשולדיגונג אין דער עפנטליכקייט.

רויטע וואנצעס » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 7:23 pm

· #238535
רבותי, מ'אטעמט אריין.. מ'האלט עס אריין און מ'ציילט ביז פינף.... אהה, מ'בלאזט ארויס שטייט. אזוי פינף מאל. א אנדערע עצה איז ציילן ביז 10 זייער שטאט און רואיג.

רויטע וואנצעס » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 7:31 pm

· #238538
כוכב איז א קאצקער חסיד. אין קאצק האט מען נישט געהאלטן פון דעם עבר. ווידעראום בערל איז א איד פון דור הקדום ווי נאסטאלגיע שפילט א גרויסע ראלע.

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 7:32 pm

· #238539
שמערל
אין לנו אלא דברי יאיר, עס איז א געפערליכע עזות און אוממענטשליכקייט צו רעדן אזוי צו א ניק, אונטער דעם שטייט א עכטער מענטש וואס האט געפילן פונקט ווי דעם וואס די טרעפן רעדן אין בית מדרש און די האלטסט אז ער רעדט שטותים, וואלסטו א וודאי נישט אזוי באוואשען, און אויב יא, גלייב איך נישט אז קיינער דא וואלט געוואלט האבן שייכות מיט אזא סמארק.

נאכדערצו ווען הערשט נעכטן איז דער זעלבער כוכב געווען ביזי מיט אויסקלארן די לופט און מ'האט דא ארויסגעווארפן אן אומערפארענעם ערשטע זמן בחור, היינט טיילט ער פסקים ווי ביים טאטען אין וויינגארטען.

צום צענטן מאל פאר די וואס ליידן פון אן ארעמע ריעדינג קאמפריהענטשן.
עס איז קיינמאל נישט געווען דא קיין אישו צי מגלייכט בערלס תגובות אדער נישט, בערל האט א שיינע פאלאואפ פון פענס דא אין שטיבל און אין פאקט זענען זיינע אנעקדאטן צוזאמענגענומען געווארן לפונדק אחד דורכאויס די אראומע קאמפיין מעשה ידיו להתפאר פון בשבילי, צוליב איר רייכן אינהאלט.
ווען עס איז געשריבן געווארן אז בערלס תגובות געבן נישט צו צום שטיבל, איז עס געווען א טייל פון א קאנטעקסט, אז ארויפשלעפן און קאמענטארן אויף אלטע אשכולות אין פאל ווען עס איז גארנישט נתחדש געווארן לאותו סוגיא, גיט גארנישט צו צום שטיבל.
און צו אלע צעלייגער, ביטע באנוצט זיך מיט אנאנים'ס עצה און קוקט וויפיל לייקס אדער קאמענטס די סארט תגובות פון בערל האבן געקריגן.
אגב שמערל, אונטער דעם ניק כוכב שטייט אויך א מענטש מיט פילינגס 😉
אגב דאגב איך האב דעם אשכול נישט געעפענט נאר דער בעל דברים מדעתו ורצונו הטוב און ער האט פארלאנגט אן אויפריכטיגע דעבאטע, נו, האב איך געזאגט מיין מיינונג כרצונו. איך בין דאך נישט בעל בית אויף וואס מיין מיינונג זאל זיין, איך בין אנוס דערויף, און איך זע נישט פארוואס עס קומט מיר צו ווערן דערפאר אראפגעריסן.

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 7:49 pm

· #238543
שמערל
לענינו האלט איך ווי פישעלעס עצה, אז מ'זאל נאר מגיה זיין אין א ספעציעלע אשכול, (ווען איך האב געזען די אשכול'ס קעפל הרב איך לכתחילה פארשטאנען אז עס איז פארדעם געעפנט געווארן). פארוואס נישט מאכן א אנקעטע?

שמערל: דער אשכול איז אן אנקעטע. דער חילוק איז נאר, אז שטאטס צו האבן נאמבערס און קאלומס, דרוקט א יעדער איינער אויס זיינע בויך סברות. און דאס איז דאך דער תכלית...!

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 7:49 pm

· #238544
כוכב'ל גערעכט גערעכט ,די שמאלקעפיקייט פון די 'אפענע קעפ' איז צומאל שטוינענד.

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 7:57 pm

· #238545
ישר כוח @ איך אויך פאר דיין חיזוק אבער דאס איז נישט א אפענע קאפ ווערסוס פארמאכטע קאפ אישו און פראפיילינג איז סתם אזוי נישט מיין זאך און איך טרעף עס נישט הילפבאר.
אגב, כאילו דאס איז מיין קאמף, כאילו איך שטיי דא אויס עפעס צו פארדינען, סך הכל זוך איך דעם טובה פון די שטיבל, זאכן זאלן פארן אין ארדענונג כבשנים קדמוניות, מצדי זאל יעדער וועקן אשכולות און טראלן פון צופרי ביז ביינאכט.
יאפ, שווער צו גלייבן, סאיז נאך דא איינער וואס גיט א פליעדיגע וויאזוי הייסט עס נאר לטובת השטיבל.

שמערל » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:00 pm

· #238546
זיך צו פארענטפערן אויף א ראונג סטעיטמענט אז עס איז נאר געווען אינעם קאנטעקסט, איז טאקע גאנץ א אנגענומענע פאליטיש קארעקטער אפאלעזשי, עס קען אבער נישט קלעקן אפצושלאגן די דברי מחאה פונעם אנדערען לאגער, אפגערעדט פון זיין א בארעכטיגונג יענעם צו דיאגנאזירן מיט שווער קלינגענדיגע נעמען.

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:03 pm

· #238547
רויטע וואנצעס
כוכב איז א קאצקער חסיד. אין קאצק האט מען נישט געהאלטן פון דעם עבר. ווידעראום בערל איז א איד פון דור הקדום ווי נאסטאלגיע שפילט א גרויסע ראלע.

רויטע וואנצעס: דו האסט זייער גוט געזאגט. נאר, דיין באמערקונג לייגט איהם (כוכב) אריין אין איין קאטעגאריע מיט להבדיל דעם וויסטן שונא ישראל און פאטאלאגישער אנטיסעמיט הענרי פארד, ימח שמו וזכרו. וואס ער האט געזאגט, אז היסטאריע איז נישט וויכטיג. וואס ס'איז וויכטיג איז דער הווה...!

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:09 pm

· #238550
כוכב
ישר כוח @ איך אויך פאר דיין חיזוק אבער דאס איז נישט א אפענע קאפ ווערסוס פארמאכטע קאפ אישו און פראפיילינג איז סתם אזוי נישט מיין זאך און איך טרעף עס נישט הילפבאר.
אגב, כאילו דאס איז מיין קאמף, כאילו איך שטיי דא אויס עפעס צו פארדינען, סך הכל זוך איך דעם טובה פון די שטיבל, זאכן זאלן פארן אין ארדענונג כבשנים קדמוניות, מצדי זאל יעדער וועקן אשכולות און טראלן פון צופרי ביז ביינאכט.
יאפ, שווער צו גלייבן, סאיז נאך דא איינער וואס גיט א פליעדיגע וויאזוי הייסט עס נאר לטובת השטיבל.

כוכב: נאך א מזל דו זאגסט (האפנטליך) א יעדן אינדערפריה די ברכה "שלא עשני אשה". ווייל שלמה המלך ע"ה זאגט אין אין קוהלת "אדם אחד מאלף מצאתי, ואשה בכל אלה לא מצאתי"...אבי ס'איז נאך דא איינער וואס געט א ש-ט. און ער מיינט דעם טובת הכלל. ב"ה... 🙄

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:12 pm

· #238551
שמערל
זיך צו פארענטפערן אויף א ראונג סטעיטמענט אז עס איז נאר געווען אינעם קאנטעקסט, איז טאקע גאנץ א אנגענומענע פאליטיש קארעקטער אפאלעזשי, עס קען אבער נישט קלעקן אפצושלאגן די דברי מחאה פונעם אנדערען לאגער, אפגערעדט פון זיין א בארעכטיגונג יענעם צו דיאגנאזירן מיט שווער קלינגענדיגע נעמען.

זייער פראפעשענעל געענטפערט, סזעט אבער נישט אויס ווי האסט פארשטאנען וואס כהאב געזאגט. איך האב ציטירט פון אן אויפריכטיגע שמועס וואס איך האב געהאט מיט בערל אי האב זייער שיין מסביר געווען מיין שטעלונג פון די ערשטע מינוט אן, ס'האט זיך מיט גארנישט געטוישט ואין כאן לא עפאלאזשי ולא צורך לעפאלאזשי.
איבער קלינגענדיגע נעמען דאכט מיר אז איך בין דער וואס איז פארצייכנט געווארן אלס געפערליכער עזות און אוממענטשליכקייט דורכ נישט קיין צווייטער ווי אייך אליין.

מאטי » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:20 pm

· #238552
איך האלט אז פארן טובה פונעם שטיבל זאלן די צדדים אויסהאמערן א טאלק פריוואטערהייט. ס'ווערט דא צוויי מחנות כוכבויניס, מיט באלגויניס, ס'גייט ווערן אריינגעשלעפט אין נצחון, ביז א קורצע צייט וועט מען שוין אפילו נישט וויסן פארוואס מ'שלאגט זיך. ס'איז קיינמאל נישט קיין גוטע זאך ווען א פראפייל פון א ניק איז אפען פאר דעבאטע צום ציבור.

יין שרף » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:31 pm

· #238558
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/214704">viewtopic.php?p=214704#p214704</a><!-- l -->

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:36 pm

· #238561
איך וואלט ביידע גערעכט געגעבן (בשבילי, ביטע דערמאן מיר נאר דעם פראפעסיאנאלע ווארט פון אמת), רבי בערל מעג ארויפברענגען אשכולות געזונטערהייט, אבער מה אעשה אז ס'רוב מאל ברעך איך זיך קאפ צו פארשטיין ואיני יודע מה בא ללמדינו, אבער מעגליך אז אנדערע זענען נהנה דערפון, ממילא נעם איך נישט קיין שטעלונג,

און כוכב זיסער, מיר זענען דיר אלע שולדיג א דאנק פאר דיין אימערמידליכע ארבעט אין שטיבל, ביסט באמת א מעסטערפיעס, און יעדער לאזט דיר גערן זיך אויסדרוקן דיין בארעכטיגטע דעה, סך הכל פאדערט מען אביסל מער רעספעקט פאר א איד א זקן, קענסט זאגן די דעות אביסל רואיגער, דברי חכמים בנחת נשמעים, איך אין בערל'ס שיך וואלט מסתמא פארלאזט א טרער פון די שארפע ווערטער (גענוי ווי איך פארלאז ביים שניידן שארפע צוויבל..), והדרת פני זקן איז פארט א דאורייתא, און צו שמערל און אנדערע מוכיחים, ולא תשא עליו חטא בשעת הוכחה איז אויך א דאורייתא, אלזא ברודער לאמיר בלייבן ציוויליזירט, לאמיר פארבלייבן גוטע פריינט, א שאד אז א נישטיגע דעבאטע זאל אונז ארויסנעמען פון די דישעס, ויה"ר שנזכה לואת והב בסופה אמן.

---
דער מנהל האקט

כוכב » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:48 pm

· #238567
זייער שיין שמעקעדיג פאר'ן פארדאמען מיין אום-דרך ארץ צו רבי בערל'ן, הגם איך זע נישט מיט וואס. און יעצט פארדאם ביטע די קיתון של שופכין וואס איך האב דא אריינגעהויבן אן די מינדעסטע רעספעקט און אן די מינדעסטע הכרת הטוב פאר מיין קאנטריביושן צום שטיבל.

פישלע העררינג » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:55 pm

· #238576
#למעשה

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:55 pm

· #238577
שמעקעדיג: דו ביסט, ווי אייביג, דער ענן הכבוד. וועלכער זוכט אויסצוגלעטן די עקמומיות שבלב. נאר אין אמת'ן איז נישט דא קיין חילוקי דיעות. כוכב איז גערעכט מיט זיין דעה אז שלאפעדיגע אשכולות זאלן בלייבן שלאפן. און די אנדערע ניקס וועלכע האבן זיך אנגענומען פאר מיין כבוד הרמוסה זענען אויכעט גערעכט. דער אמת איז ערגעץ אינמיטן. די אונטערשטע שורה איז אז א יעדער קען אויסדרוקן זיין (אדער איר) מיינונג, לפי ראות עיניו. און א יעדער דארף מקבל זיין דברי חביריו כמו שנאמרו. און נישט מאכן א פערסאנאל אישו פון דעים...!

בשבילי! » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:58 pm

· #238579
דער גרעסטער וויץ וועט זיין ווען אין צוויי יאר ארום וועט ר' בערל ארויפשלעפן טאקע אט די אשכול דא... ס'וועט זיין מענייני דיומא פון אלע צדדים

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:59 pm

· #238580
פארוואס?
יאיר

און עס איז נישט מעלה ומוריד אויב פאר דעם דיסקרימינירנדן גייט עס אן אדער נישט. בערל האט נישט קיין רעכט זיך צו לאזן דיסקרימינירן, פונקט ווי ער האט נישט קיין רעכט צו דיסקרימינירן קעגן א צווייטן.

א נייעם איסור, פון וואו שטאמט די מקור?
[/quote]
הלא הוא כתוב על ספרי הפילוסופים, החל מספר ישן שאסר על האדם לקחת את נפשו. והסברא פשוטה.

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 9:01 pm

· #238581
בשבילי!
דער גרעסטער וויץ וועט זיין ווען אין צוויי יאר ארום וועט ר' בערל ארויפשלעפן טאקע אט די אשכול דא... ס'וועט זיין מענייני דיומא פון אלע צדדים

ר' בערל איז מתפלל אז אין צוויי יאר ארום זאל ער פאנקשיאנען אזוי ווי ער פאנקשיאנט היינט. אכיה"ר....!

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 9:05 pm

· #238584
כוכב
שמערל
אין לנו אלא דברי יאיר, עס איז א געפערליכע עזות און אוממענטשליכקייט צו רעדן אזוי צו א ניק, אונטער דעם שטייט א עכטער מענטש וואס האט געפילן פונקט ווי דעם וואס די טרעפן רעדן אין בית מדרש און די האלטסט אז ער רעדט שטותים, וואלסטו א וודאי נישט אזוי באוואשען, און אויב יא, גלייב איך נישט אז קיינער דא וואלט געוואלט האבן שייכות מיט אזא סמארק.

נאכדערצו ווען הערשט נעכטן איז דער זעלבער כוכב געווען ביזי מיט אויסקלארן די לופט און מ'האט דא ארויסגעווארפן אן אומערפארענעם ערשטע זמן בחור, היינט טיילט ער פסקים ווי ביים טאטען אין וויינגארטען.

צום צענטן מאל פאר די וואס ליידן פון אן ארעמע ריעדינג קאמפריהענטשן.
עס איז קיינמאל נישט געווען דא קיין אישו צי מגלייכט בערלס תגובות אדער נישט, בערל האט א שיינע פאלאואפ פון פענס דא אין שטיבל און אין פאקט זענען זיינע אנעקדאטן צוזאמענגענומען געווארן לפונדק אחד דורכאויס די אראומע קאמפיין מעשה ידיו להתפאר פון בשבילי, צוליב איר רייכן אינהאלט.
ווען עס איז געשריבן געווארן אז בערלס תגובות געבן נישט צו צום שטיבל, איז עס געווען א טייל פון א קאנטעקסט, אז ארויפשלעפן און קאמענטארן אויף אלטע אשכולות אין פאל ווען עס איז גארנישט נתחדש געווארן לאותו סוגיא, גיט גארנישט צו צום שטיבל.

אויב דאס איז דער מציאות, זאל מען מאכן א חילוק אין תוכן פון א תגובה, נישט באזירט אויף א ספעציפישער ניק. למשל, אויב איינער האט א וויץ צוצולייגן איז אסור. דאקעגן אין פאל וואס מען וויל צולייגן א וויכטיגע פרט אין די דעבאטע, איז דער רמב"ם מתיר. הגה ולספר מעשה שכבר סיפר באשכול אחר אסור לכל הפוסקים.

קינות גירושין » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 9:41 pm

· #238594
מענין בענין מאותו עניין כמיין מהאט עס שוין אמאל אויפגברענגט ,האב איך רעכט/כח אויסצומעקן א אשכול וואס איך האב אויפגעמאכט, די קליינע וואקסען מיר אונטער כוויל נישט זיי זאלען דא טרעפן מיינע בויך ווי
בלאט: 1 2