☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » וויצן און שארפע מעשה'לעך פון צדיקי הדורות

וויצן און שארפע מעשה'לעך פון צדיקי הדורות

90 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7650
בלאט: 1 2

דער גרעסטער שרייבער » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 6:16 am

· #237973
וויצן און שארפע מעשה'לעך פון צדיקי הדורות
כ"ק אדמו"ר מספינקא בני ברק זצ"ל האט זיך אמאל אנגערופן "הראנו ה' חסדך" טאטע זיסער דו ווייזט אונז דאך ממילא אזוי פיל חסדים, אזוי פיל אידן האבן קינדער, אזוי פיל קראנקע ווערן געהיילט, בעט איך דיר "וישעך תתן לנו" די ישועות זאלן חףכאטש קומען דורך מיינע ברכות און איך וועל מאכן אפאר פונט...

איש עברי » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 6:37 am

· #237974
כ"ק אדמו"ר מסוכוטשוב רחובות האט זיך אויסגעדריקט גאר ענליך.

בשבילי! » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 6:45 am

· #237975
איש עברי
כ"ק אדמו"ר מסוכוטשוב רחובות האט זיך אויסגעדריקט גאר ענליך.

ער האט עס נאכגעזאגט בשם בני ברק ספינקא רבי

דריידל » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 7:42 am

· #237979
א ראש ישיבה האט ביי א הספד פון א גדול געזאגט מיט בכיות:
ר' משה איז שוין ניטא
ר' יעקב איז אויך ניטא
און איך בין שוין אויך ניט קיין יונגערמאן....

דער גרעסטער שרייבער » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 8:45 am

· #237988
רבי יענקעלע גאלינסקי זצ"ל האט פארציילט:
אין א טאג שפאציר איך אין די בני ברק'ע גאסן, און איך באמערק א גרופע פון אינגעלעך וואס שפילען זיך מיט כארטליך פון 'עולם הרבנים' (בילדער פון רבי'עס און רבנים), און זיי טוישן אויף איינער מיטן צווייטען, אינמיטן הער איך איין אינגל רופט זיך אן "איך האב אפאר פון ר' יענקלע גאלינסקי ווער וויל מיר זיי אויפטוישן"... רופן זיך אן אלע קינדער צוזאמען "יענקלע גאלינסקי ער איז א ביליגער און ס'לוינט זיך נישט טוישן מיט אים"...

דער גרעסטער שרייבער » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 12:51 pm

· #238255
הרה"ק רבי מאיר מפרימישלאן האט זיך אמאל אנגערופן שבת ביי זיין הייליגן טיש און געזאגט:
די הייליגע מאכל 'לאקשן קוגעל' האבן די אידישע קינדער באקומען מסיני...
לימים האט זיין אייניקל כ"ק ר' הערשעלע פון קרעטשניף צוגעלייגט אז 'כארטאפל קוגעל' האבן זיכער די אידן אליין אויסגעפונען געוועזנדיג אין מדבר... ווען דעם איז דאס דאך אסאך בעסער...

דער גרעסטער שרייבער » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 12:54 pm

· #238256
נאך האט רבי הערשעלע פון קרעטשניף געזאגט במעלת ה'קוגעל':
דער אמת איז אז אונז וואלטין זיך געדארפט אריין לייגען אין דעם הייליגן מאכל, אבער אז מיר קענען נישט לייגען מיר חאטש אריין דאס מאכל אין אונז...
אבער ווען משיח וועט קומען וועט דער באשעפער מאכן א גאר גרויסע קוגעל און מיר אלע וועלן זיך טובל'ען אין דעם...

לית דין בר נש » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 1:01 pm

· #238258
איך האב גיהערט פון ר' הערשלע קרעטשניף'ע
אז די מקוה דארף זיין אזוי הייס ווי די קאווע
און די קאווע אזוי גרויס ווי די מקוה

לית דין בר נש » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 1:03 pm

· #238260
ועוד שמעתי מאותו צדיק אז די זיידע ר' לייזער וואלף האט גיגעסן ערב שבת פאר טועמיה א גאנצע וואנע מיט באנדלעך

דער גרעסטער שרייבער » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 3:43 pm

· #238278
[ציטאט אראפגענומען]

אן אמתיע עובדא איז אז ביי די לוויה פון הרב שך האט הרב אזרחי פארציילט אז בשעת די לוויה פון הייליגן חזון איש איז הרב שך נישט ארויס באגלייטן די מיטה און ער האט זיך גענוצט מיטן לשון 'טוב הכלב החי מהארי המת' אז אפילו א הונט וואס לעבט מיינענדיג אויף זיך איז בעסער פון א טויטן לייב דער חזון איש... און הרב אזרחי האט בטעות צוגענדיגט: "און יעצט איז אויך דער הונט שוין געשטארבן" (ועכשיו כבר גם הכלב מת...)

דער גרעסטער שרייבער » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 3:54 pm

· #238279
דער 'דברי יואל' איז אמאל געפארן צוזאמען אין קאר מיט הגאון רבי אליעזר סילבר פון סינסיניטי און אינמיטן וועג האט זיך רבי אליעזר אנגערופן און געזאגט:
"וואס מיינט איר רבי אז נאר איר זענט א 'אייניקל' (א רעבי'ש קינד) איך בין אויך אן אייניקל...
-פון וועם, פרעגט אים דער 'דברי יואל'?...
-פון אברהם אבינו, ענטפערט ר' אליעזר מיט א שמייכל... אבער דער סאטמערע רב בלייבט נישט שטיל און פרעגט אים
- "פון וועלכע פרוי???...

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 4:22 pm

· #238282
דער גרעסטער שרייבער
הרה"ק רבי מאיר מפרימישלאן האט זיך אמאל אנגערופן שבת ביי זיין הייליגן טיש און געזאגט:
די הייליגע מאכל 'לאקשן קוגעל' האבן די אידישע קינדער באקומען מסיני...
לימים האט זיין אייניקל כ"ק ר' הערשעלע פון קרעטשניף צוגעלייגט אז 'כארטאפל קוגעל' האבן זיכער די אידן אליין אויסגעפונען געוועזנדיג אין מדבר... ווען דעם איז דאס דאך אסאך בעסער...

און מיין רבי שליט"א האטציך אמאל אויסגעדרוקט ביי שלש סעודות תורה אז אייז קריעם האבן די אידן אויסגעפונען ביי קריעת ים סוף. דעפאר איז עס טאקע זייער א גוט מאכל. ס'איז נאר א ביסל צו קאלט... 😂

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 4:25 pm

· #238283
לית דין בר נש
ועוד שמעתי מאותו צדיק אז די זיידע ר' לייזער וואלף האט גיגעסן ערב שבת פאר טועמיה א גאנצע וואנע מיט באנדלעך

נאר וואס ס'איז נאכדעם געשעען פארציילט ער נישט. מסתמא איז עס געווען אין אן זומער'דיגן ערב שבת, ווען מ'האט געקענט אויפמאכן די פענצטערס בהרחבה... 😂 🙄

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 4:32 pm

· #238284
מעשה שהיה: באוזני שמעתי. ביי א כ"א כסלו דינער האט דער דאמאלס'דיגער ראש הקהל, ר' לייביש לעפקאוויטש ע"ה געזאגט כהאי לישנא: "זייט דער רבי זי"ע איז ב"ה נישט געזונט געווארן, זענען זיך די מוסדות, ליידער צו וואקסן... 😂

חסיד » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 4:42 pm

· #238285
הרה"ק מראפשיץ זצ"ל איז אמאל אין א רעגענדיגן שמיני עצרת געגאנגן שפעט צום דאווענען באגעגנט אים דער רעפארם ראביי און זאגט "דער רב זעט, איך האב שוין געדאווענט און געזאגט גשם און שוין רעגנט"!
האט דער ראפשיצער רב געענטפערט "דאס איז גארנישט קיין קונץ, אזעלכע ווי די האבן שוין אמאל געברענגט א מבול"! ודפח"ח

I'm back » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 7:54 pm

· #238308
דער גרעסטער שרייבער
דער 'דברי יואל' איז אמאל געפארן צוזאמען אין קאר מיט הגאון רבי אליעזר סילבר פון סינסיניטי און אינמיטן וועג האט זיך רבי אליעזר אנגערופן און געזאגט:
"וואס מיינט איר רבי אז נאר איר זענט א 'אייניקל' (א רעבי'ש קינד) איך בין אויך אן אייניקל...
-פון וועם, פרעגט אים דער 'דברי יואל'?...
-פון אברהם אבינו, ענטפערט ר' אליעזר מיט א שמייכל... אבער דער סאטמערע רב בלייבט נישט שטיל און פרעגט אים
- "פון וועלכע פרוי???...


איך גלייב נישט.

היסטאריקער » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 12:10 pm

· #238359
berlbalaguleh
מעשה שהיה: באוזני שמעתי. ביי א כ"א כסלו דינער האט דער דאמאלס'דיגער ראש הקהל, ר' לייביש לעפקאוויטש ע"ה געזאגט כהאי לישנא: "זייט דער רבי זי"ע איז ב"ה נישט געזונט געווארן, זענען זיך די מוסדות, ליידער צו וואקסן... 😂


דאס באלאנגט ביי "צדיקי הדורות"?

גאלד » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 12:33 pm

· #238362
דער גרעסטער שרייבער
כ"ק אדמו"ר מספינקא בני ברק זצ"ל האט זיך אמאל אנגערופן "הראנו ה' חסדך" טאטע זיסער דו ווייזט אונז דאך ממילא אזוי פיל חסדים, אזוי פיל אידן האבן קינדער, אזוי פיל קראנקע ווערן געהיילט, בעט איך דיר "וישעך תתן לנו" די ישועות זאלן חףכאטש קומען דורך מיינע ברכות און איך וועל מאכן אפאר פונט...


כ'דענק נישט פונקטליך, אבער עפעס א מקור האט דער מעשה,

אז א גנב האט אמאל מתפלל געווען, רבוש"ע! אויב ס'באשערט פאר איינעם צו פארלירן געלט זאל עס קומען דורך מיר.

לית דין בר נש » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 12:41 pm

· #238363
דאכט זיך מיר די מעשה איז גיוועהן ביי א פרימישלאנע איד וואס איז גיוועהן א גרויסע גנב און פאר די הייליגע טעג האט ער געוואלט אריין גיין צו רבי מאיר פרימישלאנע פאר א ברכה
ער האט אבער געוויסט אז ער קען נישט בעטן די רבי אז זיינע גניבות זאלן געלונגען האט ער זיך אריינגעשמאגלט צווישן א גרויסע עולם אידן און עס האט אויסגיזעהן ווי ר' מאיר'ל איז אין אן אנדערע וועלט (דביקות) און געהאפט אזוי צובאקומען א ברכה פונעם רבין אויף הצלחה
למעשה ווען ער איז אנגעקומען צום רבין האט רבי מאיר'ל גיגעבן א שריי מאיר'ל ווילסטו אויך באגנבענן?
האט דער איד גיענטפערט ח"ו נאר איך וויל בעטן דעם רבין א ברכה אז אויב איז דא א איד וואס עס איז אים באשערט צו ווערן באגנבט זאל עס כאטש זיין דוירך מיר!

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 12:49 pm

· #238364
היסטאריקער
berlbalaguleh
מעשה שהיה: באוזני שמעתי. ביי א כ"א כסלו דינער האט דער דאמאלס'דיגער ראש הקהל, ר' לייביש לעפקאוויטש ע"ה געזאגט כהאי לישנא: "זייט דער רבי זי"ע איז ב"ה נישט געזונט געווארן, זענען זיך די מוסדות, ליידער צו וואקסן... 😂


דאס באלאנגט ביי "צדיקי הדורות"?

יא. דער סאטמערער רבי זי"ע איז געוועין א צדיק הדורות...!

דער גרעסטער שרייבער » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 1:03 pm

· #238365
I'm back
דער גרעסטער שרייבער
דער 'דברי יואל' איז אמאל געפארן צוזאמען אין קאר מיט הגאון רבי אליעזר סילבר פון סינסיניטי און אינמיטן וועג האט זיך רבי אליעזר אנגערופן און געזאגט:
"וואס מיינט איר רבי אז נאר איר זענט א 'אייניקל' (א רעבי'ש קינד) איך בין אויך אן אייניקל...
-פון וועם, פרעגט אים דער 'דברי יואל'?...
-פון אברהם אבינו, ענטפערט ר' אליעזר מיט א שמייכל... אבער דער סאטמערע רב בלייבט נישט שטיל און פרעגט אים
- "פון וועלכע פרוי???...


איך גלייב נישט.


אויב גלייבסטו נישט וועל איך דיך פארציילן נאך א מעשה וואס איז געווען מיטן סאטמערן רב און רבי אליעזר, די מעשה איז געברענגט געווארן אין 'הפנקס' ח"ה און איך ברענג דאס אראפ ככתבו וכלשונו בלשון הקודש:
פעם נסע הרב מסאטמר ז"ל יחד עם הגאון רבי אליעזר סילבר ז"ל מסינסינטי ברכב אחד, ובמשך הדרך נתקעו בפקק תנועה ועמדו מנסיעתם, פנה רבי אליעזר סילבר אל הרבי מסאטמר ואמר: רבי תפוס אומנות אבותיך בידיך והראה את כוחך בקפיצת הדרך, נענה הרבי ואמר: הנה באבי האומה הישראלית אברהם אבינו ע"ה מצינו כבר כזאת עת נסע לעקוד את יצחק בנו על גבי המזבח בהר המוריה אשר בירושלים עיר הקודש, ונסעו דרך שלשת ימים, ובכל זאת לא קפצה להם הדרך, עד שאמר אבינו אל נעריו 'שבו לכם פה עם החמור' והנה אך ירד מעל החמור וכבר 'וישא עיניו וירא את המקום' וקפצה לו דרכו, ומדוע לא עשה זאת מתחילה, אלא – פנה הרבי בחיוך אל רבי אליעזר – מוכרחים לומר שהטעם שמקודם לא היה להם קפיצת הדרך, היה מפני ש'אליעזר' היה עימהם, והבן.

דער גרעסטער שרייבער » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 1:06 pm

· #238366
berlbalaguleh
היסטאריקער
berlbalaguleh
מעשה שהיה: באוזני שמעתי. ביי א כ"א כסלו דינער האט דער דאמאלס'דיגער ראש הקהל, ר' לייביש לעפקאוויטש ע"ה געזאגט כהאי לישנא: "זייט דער רבי זי"ע איז ב"ה נישט געזונט געווארן, זענען זיך די מוסדות, ליידער צו וואקסן... 😂


דאס באלאנגט ביי "צדיקי הדורות"?

[b]יא. דער סאטמערער רבי זי"ע איז געוועין א צדיק הדורות...!


צווי זאכן
א' סאטמערער רב איז געווען א צדיק הדור און נישט הדורות...
ב' די מעשה איז פון ראש הקהל און נישט פון דער רב ז"ל ממילא איז נישטא קיין מקום באליידיגט ווערן...

דער גרעסטער שרייבער » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 1:11 pm

· #238367
שמעתי פון הרה"צ רבי שלמה'לע גולדמאן פון ירושלים דער זון פון זוויעהל'ע רבי פון בני ברק:
מיר בעטן 'אבינו מלכנו זכור כי עפר אנחנו', וואס עפעס זאמד?
נאר ווי חז"ל זאגן (בבא מציעא מב) "כספים אין להם שמירה אלא בקרקע" געלט באגראבט מען אין די ערד צו זיי היטן...
בעטן אונז טאטע געדענק אונז זענען זאמד און שיק ארין אין אונז די גאנצע געלט...

דער גרעסטער שרייבער » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 2:28 pm

· #238371
דער הייליגער גארליצער רב האט פארציילט:
די התגלות און פרסום פון מעזריטש'ן מגיד איז געווען א שטראף פאר אים, וויל ער האט געפארן אמאל אין חול המועד... און לויט זיין צדקות איז עס נחשב געווען אלץ א פגם...
און ער האט צוגענדיגט:
און די היינטיגע רבי'ס זענען מסכים פארן אפילו אין שבת אבי מפורסם צו ווערן...
און איך ענדיג צו:
"דאס האט ער געזאגט מיט הונדערט יאהר צוריק.........."

חסיד » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 4:30 pm

· #238385
א איד איז אמאל געקומען צום רב אז זיין זוהן איז משוגע געווארן ער טאנצט מיט שיקסעס און פרעסט חזיר
האט דער רב געענטפערט: דאס הייסט קאליע געווארן, משוגע וואלט געווען ווען ער טאנצט מיט חזירים און פרעסט שיקסעס

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 5:03 pm

· #238387
דער גרעסטער שרייבער
berlbalaguleh
היסטאריקער
berlbalaguleh
מעשה שהיה: באוזני שמעתי. ביי א כ"א כסלו דינער האט דער דאמאלס'דיגער ראש הקהל, ר' לייביש לעפקאוויטש ע"ה געזאגט כהאי לישנא: "זייט דער רבי זי"ע איז ב"ה נישט געזונט געווארן, זענען זיך די מוסדות, ליידער צו וואקסן... 😂


דאס באלאנגט ביי "צדיקי הדורות"?

[b]יא. דער סאטמערער רבי זי"ע איז געוועין א צדיק הדורות...!


צווי זאכן
א' סאטמערער רב איז געווען א צדיק הדור און נישט הדורות...
ב' די מעשה איז פון ראש הקהל און נישט פון דער רב ז"ל ממילא איז נישטא קיין מקום באליידיגט ווערן...

ר' גרעסטער שרייבער: איך האב געטראכט דיר צו ענטפערן אויף אלע ביידע נקודות וואס דו האסט מעורר געווען. נאר,
חישבתי דרכי ואשובה.(כ'ווייס נישט אויב ס'איז דא אזא פסוק. ווען נישט מאך איך עס יעצט.). איך ווייס אז דו וועסט מיר נאכדעם צוריקענטפערן. אויף וואס איך גיי שרייבן א תגובה. ואם כן אין לדבר סוף...זאלל עס בלייבן אזוי . ושלום על ישראל...!

דער גרעסטער שרייבער » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 5:50 pm

· #238395
א איד איז געקומען צום 'דברי חיים' - צאנזער רב און אוועק געלייגט אויף זיין טיש צווי גילדן אלץ א פדיון... און געבעטן אז ער וויל טרעפן זיין אבידה וואס ער האט פארלוירן פופציג גילדן...
דער הייליגער גארליצ'ער רב וואס האט געזעצן דארט האט זיך גלייך אנגערופן און אים געזאגט "יעצט האסטו שוין פארלוירן צווי און פופציג"...

דער גרעסטער שרייבער » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 6:22 am

· #238432
רבי אברהם באסע זי"ע א גדול פון אפאר הונדערט יאהר צוריק שרייבט אין זיין ספר 'צרור המור':
"וינחם יצחק אחר אמו" יצחק אבינו האט זיך מתנחם געווען אויף די פטירה פון שרה זיין מאמע נאך זיין חתונה האבן מיט רבקה... וועגן ער האט זיך געפרייט אז זיין מאמע וועט נישט האבן קיין שוויגער... זיין לשון איז: "שלא יהיה לה חותנת..."...

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 8:20 am

· #238433
מיינסט צו זאגן, זיין "ווייב" וועט נישט האבן. ריכטיג?

דער גרעסטער שרייבער » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 9:07 am

· #238434
שמעקעדיג
מיינסט צו זאגן, זיין "ווייב" וועט נישט האבן. ריכטיג?

גערעכט
תיקון טעות...
"זיין ווייב וועט נישט האבן א שוויגער"...

דער גרעסטער שרייבער » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 11:08 am

· #238441
לרגל די פוליטישע איבערקערענישן אין ארץ ישראל:
מען האט געפרעגט אמאל הרב בענגיס ז"ל פארוואס רופן די ציונים זייער מדינה 'ישראל' און נישט 'ארץ ישראל'...
האט ער גענטפערט מיט א פסוק וואס שטייט:
"על מה אבדה הארץ- על עזבם את תורתי"...

chusid » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 1:52 pm

· #238472
רבי ר' זושא מ'האניפאלי האט געזאגט אז דריי זאכן אין עבודת השם האט ער זיך געלערנט פין א גנב, . איינס פין די איז הצנא לכת. . האט מען אים געפרעגט וואס עפעס דארף די רבי זיך דאס לערנען פין א גנב?! , עס איז א בפירושע פסוק אז מען זאל זיין הצנא לכת.... האט ער געענטפערט : ווייל א גנב וויל "טאקע נישט" מען זאל וויסן..... וד"ל

דער גרעסטער שרייבער » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 2:54 pm

· #238486
די גמרא אין פסחים רופט אן 'רבי מנחם בר סימאי' א 'בנם של קדושים' און די סיבה דערפאר איז ווייל ער האט גארנישט געקענט קיין צורת המטבע...
ווערט געפרעגט: אויב אזוי איז ער דאך א קדוש אליינס און נישט נאר א בנם של קדושים...
מוז מען זאגען אז א קדוש און קיין רבי קען מען נישט זיין אויב מ'קען נישט קיין צורת המטבע, והבן...
(שמעתי מידידי הרה"ג רבי זלמן לייב גנזל שליט"א דער עורך פון די פאפעלירע גליון 'באר הפרשה' פון הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א)...

נקודת החבדית » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 4:03 pm

· #238498
chusid
רבי ר' זושא מ'האניפאלי האט געזאגט אז דריי זאכן אין עבודת השם האט ער זיך געלערנט פין א גנב,

היום יום - ג אייר, יח לעומר:
כל המדות, אף גם המדות הלא טובות, או גם רעות על פי תוארם ושמותיהם, אפשר להשתמש בהם לעבודת ה' ע"פ התורה. וכמו שהרה"צ ר' משולם זוסיא זצ"ל מהאניפאליא למד כמה דרכים בדרכי העבודה מגנב: א) הצנע לכת ב) מעמיד עצמו בסכנה ג) דבר היותר קטן חשוב כדבר גדול ד) עמל בטרחא גדולה ה) זריזות ו) בוטח ומקוה ז) אם לא הצליח בפעם הראשונה חוזר הרבה פעמים.

chusid » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 5:51 pm

· #238520
מען האט פארציילט פאר המשפיע ר' יואל כהנא מחב"ד די באוואוסטע מעשה אז ביי קריאת התורה ווען רבי ר' אלימלך האט געליינט די פרשה פון קריעת ים סוף האט זיך רבי ר' אלימלך ארויפגעצויגן די בעקיטשע כדאי עס זאל נישט נאס ווערן.... עד כדאי כך האט ער מיטגעלעבט מיט די קריאה! . אבער ר' יואל האט געענטפערט איך גלייב נישט! ווען ר' אלימלך לעבט מיט מיט די התגלות אלקות פין קריעת ים סוף איז ער נישט פארנומען מיט די בעקיטשע זאל נישט נאס ווערן...

פישלע העררינג » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 5:58 pm

· #238521
chusid
מען האט פארציילט פאר המשפיע ר' יואל כהנא מחב"ד די באוואוסטע מעשה אז ביי קריאת התורה ווען רבי ר' אלימלך האט געליינט די פרשה פון קריעת ים סוף האט זיך רבי ר' אלימלך ארויפגעצויגן די בעקיטשע כדאי עס זאל נישט נאס ווערן.... עד כדאי כך האט ער מיטגעלעבט מיט די קריאה! . אבער ר' יואל האט געענטפערט איך גלייב נישט! ווען ר' אלימלך לעבט מיט מיט די התגלות אלקות פין קריעת ים סוף איז ער נישט פארנומען מיט די בעקיטשע זאל נישט נאס ווערן...

👍

דער גרעסטער שרייבער » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 5:59 pm

· #238522
שמעתי פון א קלוגער איד:
אמאל - האט א יעדער צדיק געהאט זיין וועג...
היינט - האט א יעדע וועג זיין צדיק...

דער גרעסטער שרייבער » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 6:02 pm

· #238523
איך בין אמאל געפארן א שבת מיטן היינטיגן קאליב'ער רבי פון ירושלים האט ער מיר געזאגט אזוי:
לולב איז ראשי תיבות:
ו'תן ב'ליבנו ב'ינה ל'הבין ו'להשכיל ל'שמוע ל'למוד ו'ללמד ל'שמור ו'לעשות ו'לקיים...

דער גרעסטער שרייבער » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 4:41 am

· #238637
שמעתי פון הגאון רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט"א - פה מפיק מרגליות:
פארוואס גייען די אראבער ימ"ש זייער גארטיל אויפן שפיץ קאפ... (כידוע גייען זיי א שמאטע אויפן קאפ וואס וערט אנגערופן 'כאפיה' און אויף דעם לייגען זיי א שטריק)...
און האט גענטפערט:
אין הלכה ווערט געברענגט (סי' צ' או"ח) א סיבה פארן גיין א גארטל 'כדי לחצוץ בין לבו לערווה' אבער דער ישמעאלי איז דאך זיין גאנצע גוף א שטיק ערווה (כידוע...וד"ל) וועגן דעם לייגט ער עס אויף זיין קאפ...
📎 כאפיה.jpg

יין שרף » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 9:56 am

· #238645
און די ליטוואק לייגט זיין הפסק בין ראשו לגופו...

דער גרעסטער שרייבער » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 5:20 am

· #238789
רבי שלמה זלמן אויערבאך זי"ע האט אמאל געזאגט:
פארן זיך טויבל'ן אין מקווה דארף מען נעמען א שאווער מטעם 'ואהבת לרעך' און דערנאך וועגן דיין אייגענעם 'כמוך'...
און איך לייג צו:
פארן זיך טובל'ן נעמט מען א שאווער וועגן דעם 'כמוך' אלץ מענטשלעכקייט, און דערנאך וועגן דעם 'ואהבת לריעך' דו זאלסט נישט שטינקען אגאנצן טאג.

דער גרעסטער שרייבער » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 11:13 am

· #238821
האט איינער געזאגט:
"צדקתך" - די אלע צדיקים "כהררי קל" פארן כסדר אויף די בערג...
"משפטיך" - די דיינים בעלי המשפט "תהום רבה" פארן און די טיפע פלעצער ביי די וואסערן..
אבער "אדם ובהמה" איך מיט מיין ווייב "תושיע ה'" אונז דארפן ווארטן אויף ישועת ה' כדי זיך אפצורוען...

דער גרעסטער שרייבער » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 12:15 pm

· #238840
א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן ראפשיצער רב און געפרעגט:
"ס'איז דאן אמת אז דער רוז'ינער האט אויף אייך געזאגט -איך האב געווסט אז דו ביסט א חכם אבער אז דו ביסט אזא חכם דאס האב איך נישט געווסט"
האט אים דער ראפשיצער רב צוריק גענטפערט:
"איך האב גאר געווסט אז דו ביסט א נאר אבער אזא נאר האב איך נישט געווסט אז דו ביסט"...

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 1:03 pm

· #238849
chusid
מען האט פארציילט פאר המשפיע ר' יואל כהנא מחב"ד די באוואוסטע מעשה אז ביי קריאת התורה ווען רבי ר' אלימלך האט געליינט די פרשה פון קריעת ים סוף האט זיך רבי ר' אלימלך ארויפגעצויגן די בעקיטשע כדאי עס זאל נישט נאס ווערן.... עד כדאי כך האט ער מיטגעלעבט מיט די קריאה! . אבער ר' יואל האט געענטפערט איך גלייב נישט! ווען ר' אלימלך לעבט מיט מיט די התגלות אלקות פין קריעת ים סוף איז ער נישט פארנומען מיט די בעקיטשע זאל נישט נאס ווערן...


די מעשה איז סתם אזוי שווער ווייל פארוואס האט ער געדארפט אויפהייבן די בעקיטשע דער ים האט זיך געשפאלטען? און עס איס טרוקען געווארען. ווי עס שטייט וישם את הים לחרבה

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 2:55 pm

· #238875
עס איז געוועהן אמאהל אז צוויי גרויסע ראש ישיבות זענען אוועק צוזאמען. האט זיך אויפגעשטעלט א ראש ישיבה זיי מספיד צו זיין.
האט ער געזאגט אזוי.

רבותי, מיתת צדיקים איז א קרבן, שטעלט אייך פאר, מיר ברענגען היינט צוויי אזעלעכע גרויסע אקסען,

ירח בן יומו » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 8:19 pm

· #238941
די גורליצער רב זצוק"ל האט געזאגט אז דער וואס קען "על מחיה" אויסענוויניג איז א זולל וסובא.

נהורא נפישא » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 8:23 pm

· #238944
I actually know alot of people who eat quite well, but can't recite Al Hamichyu by heart

ירח בן יומו » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 8:38 pm

· #238950
נהורא נפישא
I actually know alot of people who eat quite well, but can't recite Al Hamichyu by heart



נישט יעדער זולל וסובא קען על המחיה,
אבער דער וואס קען עס בעל פה איז א פרעסער

מאטי » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 8:48 pm

· #238951
אויף וואספארא געטראנק מאכט מען אן על המחי'?

נהורא נפישא » דאנערשטאג דעצעמבער 4, 2014 9:41 pm

· #238969
אין בעלז טרונקט מען קעיק פארן דאווענען, איך ווייס אבער נישט צו זיי מאכן על המחיה.
בלאט: 1 2