בשעת די בעל סדר הדורות איז געווען רב אין מינסק, האט דאן די שאגת אריה געוואוינט דארט, מאכט זיך אמאל אז די בעל סדר הדורות האט געזאגט א דרשה אויף די עלטערע יארן זיינע, דאן האט ער געליטן פון א מחלה אז ביים גיין פלעגט ער אינטערטאנצן, האט זיך די שאגת אריה זיך אנגערופן כשם שהוא רוקד כך אינו יכול.
וויצן און שארפע מעשה'לעך פון צדיקי הדורות
90 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7650
בלאט: 1 2
רעדנדיג פונעם שאגת ארי' פארציילן מען אז שפעטער ווען ער'ז געווארן רב אין מיץ האבן די ראשי קהילה אריינגעברענגט א פאפיר מיט א פעדער צו אים, זאגענדיג דערביי, אז דא אין שטאט פירט מען זיך אז דער נייער רב שרייבט תקנות וואס יעדער מוז איינהאלטן.
האט דער שאגת ארי' אפגעשריבן די עשרת הדברות....

אמאל פלעגט מען א חשובע איד אויפגערופן צום תורה יעמוד החבר.
ווען מען האט אויף גענומען די מראה יחזקאל פאר רב אין שטאט זינבערגען, האט מען אים געגעבן אן עליה די ערשטע שבת. אבער דא וויבאלד עס איז א נייע רב האבן די גבאים און ראשי קהילה -געשוואוירענע עמי הארצים- מחליט געווען אים אויפרופן אים יעמוד "החובר חבר".
ווען די מראה יחזקאל האט פאר מוסף געגעבן זיין איינטריט רעדע, האט ער געזאגט "פריער בין איך געווען א חובר חבר, יעצט וועל איך זיין א דורש אל המתים"...

דער גארליצער רב האט זיך אויסגעדריקט אמאל אויפן ערשטן באבוב'ער רב הרה''ק מהר''ש זצוק''ל
באבוב איז ר''ת בא אחיך במרמה ויקח ברכותיך
(כידוע אז די שוועסטער הרבנית הצ' נחמה'לע האט געבעטן הרה''ק מגארליץ אויפצוהערן צו טשעפען און ער האט איר געענטפערט אז זי זאל זיך נישט אריינמישן, ביז דער גארליצער רב האט מסכים געוועהן און א קורצע צייט שפעטער איז דער באבוב'ער רב נסתלק געווארן, און הרה''ק מגראליץ האט געזאגט, כ'האב געבעטן מ'זאל זיך נישט אריינמישן, ומי יעמוד בסוד קדושים)

ווען ד קדושת ציון האט אמגעהויבען אנצוטון דעם קולפיק אין מיטן די וואך האט די סטוטשינער רב זיך אוסגעדריקט
"אז ווי ער מיר באזוכן מיט די הוט קען ער קומען ווען ער וויל אבער מיט די קולפיק נאר פורים"

נהורא נפישאאין בעלז טרונקט מען קעיק פארן דאווענען, איך ווייס אבער נישט צו זיי מאכן על המחיה.
און אין סקווירא טרונקט מען טשאלנט, שבת אינדערפריה פאר'ן דאווענען. אבער מ'טרונקט נישט קיין קאווע. און דאס איז טאקע דער טעסט פאר א סקווערער יונגערמאן. מ'איז עים מכבד מיט א קאווע. אויב ער וויל נישט טרונקען, איז א סימן אז ער האט שוין געטרונקען טשאלנט... 🙄
א יונגע חסר דעה ל״ע איז ארויפגעקומען צו א רב מיט א מעסער שרייענדיג ״אדער טאנצט די רב ארויס פון פענסטער אדער הרג׳ע איך די רב״. האט זיך די רב אנגערופן א גרויסע גדולה ארויסטאנצן פון פענסטער, יעדער שמויגער קען דאס טוהן, איך גיי דיר ווייזן אסאך א גרעסער קונץ. דו בלייב דא, און איך גיי ארויסגיין אינדרויסן און ארויפטאנצן די שטאק״! וכך הוה די רב איז ארויסגעגאנגען און געלאפן רופן הילף...
דער מעשה איז געווען דאכציך ביי ר'יונתן אייבשיץ
הערט א מעשה פון ר' ישראל סאלאנטער:
ר ' ישראל זי"ע האט אמאל געזען ווי צוויי קינדער קריגן זיך ארום און איינער פון זיי איז די קאפל אראפ געפאלן, האט די אנדערע איהם געזאגט "די גייסט אהן א קאפל (בלויז'ן קאפ), ביסטו א גוי"
האט ר ישראל זיך אנגערופן "ביסט נישט גערעכט יונגעלע, א יעדער גוי גייט אהן א קאפל, אבער נישט יעדער וואס גייט אהן א קאפל איז א גוי"
אמאל האט א קלוגע חסידישע יוד דאס איבערגעזאגט פאר א בנש"ק וואס איז געגאנגען מיט די שמונה בגדים
און ער האט צולעלייגט "א רבי גייט מיט סטראקעס, אבער נישט יעדער וואס גייט מיט סטראקעס איז א רבי" ודפח"ח.

בריסקע רב האט מסביר געווען אויף די נטורי קרתא : וואס איז די חילוק פין א בעל בית'תע אינדערהיים און א קאץ כלפי א מייז. ? ביידע, די פרוי און די קאץ ווילן פארטיליגען די מייז.... נאר די חילוק איז אז די פרוי וויל נישט דער מייז זאל קימען בכלל. משא"כ די קאץ קוקט ארויס אויפן מייז זאל האלטן אין איין קומען און ער וועט האבן צו עסן..... די זעלבע זייך ביי פירצות די אמת'ע קנאים ווילן נישט קיין פירצות משא"כ די עקסטרעמיסטן ווילן סזאל זיין ווי מער כדאי זיי זאלן קענען מוחה זיין............. ( לפענ"ד איז די זעלבע ביי די עקסטרעם לינקע )
דער מהרי"ד פון בעלזא האט געזאגט:
יעדער שווער האט א ניצוץ פון לבן... אבער נישט א יעדער איידעם האט א ניצוץ פון יעקב אבינו...
און א יעדער גבאי האט א ניצוץ פון 'גיחזי' אבער נישט יעדער רבי האט א ניצוץ פון אלישע...

רבי פנחס מקאריץ:
אסאך מענטשן בעטין אויף 'רוח הקודש' אבער 'תפילה עושה מחצה' און זיי בלייבן נאר מיטן 'רוח' אליין.

דער דברי יואל:
אויב וואלטן די גויים מכיר געווען אין די געוואלדיגע תענוג וואס א איד שפירט אין א טאג וואס מ'זאגט נישט קיין תחנון, האבן זיי זיך אלע מגייר געווען.

די גארליצער רב זי"ע האט אמאל געזאגט אז מ'טאר נישט גיין מיט א יעקעשע רב אין א באהאלטן פלאץ
וויל ער איז חשוד אויף שפיכת דמים כדי ער זא קענען זאגן א שיינע הספד

הרה"ק מראפשיץ זי"ע האט זיך אמאל אנגערופן:
פרו"ם איז ר"ת פ'יל ר'שעות ו'וייניג מ'צוות...
און ס'איז דא וואס האבן צוגעלייגט:
פפרומ"ט מאכט פ'יל פ'יל ר'שעות ו'וייניג מ'עשים ט'ובים...

הרה"ק מראפשיץ זי"ע:
א פרומער - איז א גאלאח...
א גוטער - איז א נואף...
א קלוגער - איז א משומד...
און זיי אלע דריי צוזאמען - איז א רבי
א פרומער - איז א גאלאח...
א גוטער - איז א נואף...
א קלוגער - איז א משומד...
און זיי אלע דריי צוזאמען - איז א רבי
דער גרעסטער שרייבערדער דברי יואל:
אויב וואלטן די גויים מכיר געווען אין די געוואלדיגע תענוג וואס א איד שפירט אין א טאג וואס מ'זאגט נישט קיין תחנון, האבן זיי זיך אלע מגייר געווען.
נישט דער דברי יואל, עס שטייט אים פשוט נישט גוט אזא סארט ווערטל, נישט געווען זיין סטיל בכלל.
כ'מיין מען זאגט עס נאך פון ר' יעקעלע מפשעווארסק.
מעגליך האט ער עס געזאגט אויף דעם תעונג פון מעביר סדרה זיין די קורצע נצבים-וילך סדרות.
אין ירושלמי שטייט געשריבן אז 'עם הארץ אימת שבת עליו' אן עם הארץ האט מורא פון שבת...
פארוואס?
וויל שבת קודש האט ער נישט זיין קאמפיוטער מיט די 'אוצר החכמה' מילא ציטערט ער אז מ'וועט אים פרעגן שאלות און ער וועט נישט וויסן צו ענטפערן...

דער גרעסטער שרייבעראין ירושלמי שטייט געשריבן אז 'עם הארץ אימת שבת עליו' אן עם הארץ האט מורא פון שבת...
פארוואס?
וויל שבת קודש האט ער נישט זיין קאמפיוטער מיט די 'אוצר החכמה' מילא ציטערט ער אז מ'וועט אים פרעגן שאלות און ער וועט נישט וויסן צו ענטפערן...
דעיס ווארט זאגט מען נאך פונ'ם חוזה פון לובלין, אדער פון צאנזער רב?...!... 😂
berlbalagulehדער גרעסטער שרייבעראין ירושלמי שטייט געשריבן אז 'עם הארץ אימת שבת עליו' אן עם הארץ האט מורא פון שבת...
פארוואס?
וויל שבת קודש האט ער נישט זיין קאמפיוטער מיט די 'אוצר החכמה' מילא ציטערט ער אז מ'וועט אים פרעגן שאלות און ער וועט נישט וויסן צו ענטפערן...
דעיס ווארט זאגט מען נאך פונ'ם חוזה פון לובלין, אדער פון צאנזער רב?...!... 😂
איך האב דאס געהערט פון רבי שמעון שמואל הלברשטאם פון ירושלים דער זוהן פון הגאה"צ רבי משה זצ"ל פון די עדה החרדית...
יש אומרים אז תלמיד חכם איז בבחינת שבת אגאנצע וואך כידוע ווייל ער קען טאקע אהן די אלע כלים.
berlbalagulehלית דין בר נשועוד שמעתי מאותו צדיק אז די זיידע ר' לייזער וואלף האט גיגעסן ערב שבת פאר טועמיה א גאנצע וואנע מיט באנדלעך
נאר וואס ס'איז נאכדעם געשעען פארציילט ער נישט. מסתמא איז עס געווען אין אן זומער'דיגן ערב שבת, ווען מ'האט געקענט אויפמאכן די פענצטערס בהרחבה... 😂 🙄
ואני שמעתי, אז ער האט געזאגט די טעם פארוואס מען בלאזט נישט שופר ראש השנה שחל בשבת, ווייל די מלאך הממונה אויף שופר איז די זעלבער ווי די מלאך הממונה אויף טשולנט, ואין מלאך אחד עושה שתי שליחויות...
סיפר לי הרה"ג רבי יעקב יוסף אונסדורפער שליט"א ממונטריאול:
כידוע יעדן זומער לערין איך בחברותא מיט כ"ק מהר"א מסאטמר שליט"א, איין יאהר האב איך אים געפרעגט וויפל דרשות גרייט ער זיך צו ביי פארשידענע מעמדים און צום סוף זאגט ער עס נישט, ווייל מ'איז אים נישט מכבד אדער ס'קומט נישט אויס...
האט ער מיר גענטפערט אז ס'איז דא אזוי פיל דרשות אזאלכע אז ער קען שוין מחבר זיין פון דעם א גאנצע ספר, און אויך א נאמען האט ער שוין פאר די ספר "וידום אהרן"...

מ'זאגט פון הרב שמואל חארקובער זצ"ל (ראש ישיבת בית התלמוד נ.י.) אן אמעריקאנער בחור וויל צוויי זאכען: חומרות מיט טשאקאלא"ט קוכען.
chusidבריסקע רב האט מסביר געווען אויף די נטורי קרתא : וואס איז די חילוק פין א בעל בית'תע אינדערהיים און א קאץ כלפי א מייז. ? ביידע, די פרוי און די קאץ ווילן פארטיליגען די מייז.... נאר די חילוק איז אז די פרוי וויל נישט דער מייז זאל קימען בכלל. משא"כ די קאץ קוקט ארויס אויפן מייז זאל האלטן אין איין קומען און ער וועט האבן צו עסן..... די זעלבע זייך ביי פירצות די אמת'ע קנאים ווילן נישט קיין פירצות משא"כ די עקסטרעמיסטן ווילן סזאל זיין ווי מער כדאי זיי זאלן קענען מוחה זיין............. ( לפענ"ד איז די זעלבע ביי די עקסטרעם לינקע )
דער מעשה איז געווען מיט ר' חיים בריסקער וואס ער האט עס געזאגט אויף הרב יצחק אלחנן ספקטור זצ"ל און זיין באקאנטער גבאי'ן יענקעל ליפשיץ (זיידע פונ'ם רעדאקטער פונ'ם אמעריקאנער יתד פנחס ליפשיץ) מח"ס זכרון יעקב אז ביידע שלאגען זיך מיט די ציונים און די משכילים, דער חילוק איז אבער.... (ווי דערמאנט).
הרה"ק רבי מאיר מפרימישלאן זי"ע:
קיין שום איד דאוונט נישט קיין 'תפילה בזמנה'...
נאר "חסידים" דאוונען "תפילה" און "מתנגדים" דאווענען "בזמנה"...

אפאר מעשיות פון יהושע בהמה דער גבאי פון הרה"ק מראפשיץ זי"ע ווי ס'איז געשטאנען אין דעם מאמר 'כד בדחו רבנן' אין גליון 'נתיבות', מיט א בחן'ט לשון:
היה זה באחת מלילות החורף של אותם שנים, ורביה"ק מראפשיץ יצא לשוטט ברחובות עירו, באותם ימים היה נוהג קבוע בין כל דרי העיר, שבכל לילה היו כמה תושבים אחרים מנדדים שינה מעיניהם ועומדים על המשמר ברחובות העיר, לבל יכנסו אנשי דלא מעלי, ויעשו את אשר יעשו. העשירים שבעם להם לא היה נאה לעמוד ולשמור, מה עוד שלא רצו הם לחסוך את עצמם ולו לילה נוסף חוץ מליל חג השבועות, מלישון על מיטותיהם ה... היו משלמים פרוטות ספורות לבחור לא חכם ושמו היה 'יהושע' או כפי כינויו 'שׁיעֶ בהמה', והוא היה שומר במקומם, כך היה זה אף באותו ליל מדובר. רביה"ק הילך לו רגועות ברחובה של עיר, כשלפתע ניגש אליו 'יהושע' ובתמימותו האופיינית שואל הוא: "אני שומר כאן הלילה בשביל געציל הגביר... ו... במקום מי שומר כאן הרבי?..." ומשהבחין רביה"ק מראפשיץ בקליטתו ה'מהירה' של יהושע הנער, לקחו אל ביתו שישמשו בכל דרכיו, מבלי שיבין קצות דרכיו, וכמובן מבלי שיספר לעם כולו מי הוא רבם הנערץ.
ואכן נחת רב חווה רביה"ק מראפשיץ מיהושע זה, דוגמא מובהקת היא גלגולי השלג שלו, בהם היה נעמד בפסגת ההר מכוסה השלג והיה סונט ביהושע משמשו, הלה היה מזהיר את הרבי "רבי, הפסק להקניטני כי אני אדחוף אותך את ההר כולו", ומשלא היה מפסיק היה 'שׁיעֶ בהמה' אכן דוחפו בכל הכוח, ורביה"ק היה יוצא נשכר בכפליים, גם קיים גלגול שלג, ובעיקר... איש לא ידע מכך.
העדות החזקה ביותר עד כמה היה 'שׁיעֶ בהמה' מיועד לתפקיד זה היא הספידו לאחר עלות רבינו בסערה השמימה בה אמר הוא "אינני מבין מה התפעלותכם הגדולה מהרבי, הרי לא היה הוא אדם בריא בנפשו, הוא היה אדם מוזר ביותר, ואתן לכם דוגמא לכך, פעמים רבות עת יצא הוא בשונותו ומוזרותו לטבול בנהר הקפוא בעוד ליל, היה הוא נצרך מאש ובהעדר אבנים מתאימים היה מורה לי לשפשף שני גושי קרח ומזה היה הוא מבעיר אש... אח כמה מוזר היה", כך סיים יהושע ולא הוסיף, אך התלמידים הבינו אל נכון, שלעולם כבר לא יבינו מי היה רבם הנערץ ומה הוא הסתיר.
ואם ביהושע ופטירתו של הרבי כבר עסקינן, נציין את אשר סיפר הרה"ק רבי סיני הלברשטאם מז'מיגראד זי"ע (בנו של רביה"ק מגארליץ זי"ע בעל ה'חמדה גנוזה') את אשר שמע מפי דודו רביה"ק משינאווא זי"ע, שלאחר עלותו בסערה השמימה של רביה"ק מראפשיץ, ניגש בנו בכורו רביה"ק רבי אליעזר מדזיקוב זי"ע אל יהושע דידן ושאל אותו, אינני מבין מדוע לא המשכת את הנהגתו של אבי הקדוש, הרי היית יכול להפוך לרבי גדול כמו הרה"ק רבי הערש'לע מרימנוב זי"ע שירש את כס ההנהגה של רבו רביה"ק רבי מנחם מנדל זי"ע. ענה לו יהושע בברק של שנינות, אמת יכלתי לדרוש את ההנהגה, אבל רציתי שאתה תהיה הרבי...

דער רביצין פונ'ם ראפשיצער רב האט אמאל געהערט ווי שיע'לע בהמה זאגט 'שלא עשני אשה', האט זי זיך געטענה'ט פאר איהר מאן 'ווי קומט ער צו זאגען שלא עשני אשה?', האט דער ראפשיצער רב גע'ענטפערט 'יעדע זאגט עס אויף זיין אייגענער'. (איך האב געזען דער זעלבע מימרא אינ'ם ספר 'פון וואלאזין ביז ירושלים' פון הרב מאיר בר-אילן אויף זיין באבע די פרוי פון ר' חיים וואלאזינער)
מ'קען צושטעלען נאך א מעשה. דער שיע'לע בהמה האט קיינמאל נישט חתונה געהאט. מ'האט איהם געפרעגט פארוואס, האט ער געזאגט 'וואס דארף איך א ווייב אויפ'ן קאפ?'
מ'האט איהם געזאגט 'אבער וואס וועגען קינעדר?'
האט ער גע'ענטפערט 'אויף קינדער? אויף קינדער פארט קיין בעלזא און מ'ווערט געהאלפען!'
לכאורה זענען ביידע מעשה'ס גיט אויף נאכצוזאעגן ביי שבע ברכות.

מנוול זה...
די גמרא (סוכה נב) ברענט וועגן דעם יצר הרע "אם פגע בך מנוול זה משכהו אחריך לבית המדרש"...
פרעגט רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל : אין בית מדרש איז דען קיין יצר הרע פארהאן, וויפל לשון הרע און מחלוקת פירט זיך טאקע דארט אין בית המדרש...
און ער האט גענטפערט:
יא יא דער יצר הרע איז דא... אבער דער 'מנוול' דער יצר וואס איז מפתה א מענטש צו ניוול ושיקוץ ער איז נישט דא...

ליטוואק פון בודאפעסטchusidבריסקע רב האט מסביר געווען אויף די נטורי קרתא : וואס איז די חילוק פין א בעל בית'תע אינדערהיים און א קאץ כלפי א מייז. ? ביידע, די פרוי און די קאץ ווילן פארטיליגען די מייז.... נאר די חילוק איז אז די פרוי וויל נישט דער מייז זאל קימען בכלל. משא"כ די קאץ קוקט ארויס אויפן מייז זאל האלטן אין איין קומען און ער וועט האבן צו עסן..... די זעלבע זייך ביי פירצות די אמת'ע קנאים ווילן נישט קיין פירצות משא"כ די עקסטרעמיסטן ווילן סזאל זיין ווי מער כדאי זיי זאלן קענען מוחה זיין............. ( לפענ"ד איז די זעלבע ביי די עקסטרעם לינקע )
דער מעשה איז געווען מיט ר' חיים בריסקער וואס ער האט עס געזאגט אויף הרב יצחק אלחנן ספקטור זצ"ל און זיין באקאנטער גבאי'ן יענקעל ליפשיץ (זיידע פונ'ם רעדאקטער פונ'ם אמעריקאנער יתד פנחס ליפשיץ) מח"ס זכרון יעקב אז ביידע שלאגען זיך מיט די ציונים און די משכילים, דער חילוק איז אבער.... (ווי דערמאנט).
זענען זיי געווען פון די נטורי כרתא?
וואס איז דער שאלה? וואס מיינט עס נטורי קרתא? ער האט געהאלטען אז דער דמיון פון ציונות איז נישט פראקטיש און וויבאלד ביזדערווייל זענען אידען אין רוסלאנד, און דער רוסישע רעגירונג זוכט ביטער צו מאכען דער לעבען פון אידען דארט, דארף מען זען צו ארבעטען מיט זיי. טאמער אידען מאכען א טראסק א מ'וויל אן אייגענעם מדינה, וואס וועט אוודאי נאר זיין פאר א קליין צאל אידען, וועלין אלע אנדערע אידען ליידען אין רוסלאנד ווייל מ'וועט זיי אנקוקען ווי א 'פיפט'ע קלומ"ן' אינ'ם לאנד. ער האט עס אנגעקוקט אומ'אחריותדיג, עכ"פ כלפי חוץ. ר' חיים האט מגלה געווען וואס ער האט געוואלט אויפ'ן אמת.
דאס האט עפעס מיט נטורי קרתא? ווייס איך נישט. איך קען נישט נטורי קרתא פון אן ערנסט'ע שטאנדפונקט. ס'זעט אויס ווי סתם נעריש'ע מענטשען וואס האנדלען איין זאך און פארגעסען פון זייערע גאנצע לעבען און אידישקייט ווייל נאר איין ציל האבען זיי.

נאך די מקוה ער"ש איז דער באר מים חיים געווארן מיט א קאפ העכער.
דערציילט דער ר"ר הערשעלע מקרעטשניף אז דער זיידע ר' לייזער וואלף איז אגאנצע וואך געווען מיט א קאפ העכער, ביז מיטוואך פונעם פארגאנגענעם שבת און פון מיטוואך פונעם קומענדיגן.

זאת ועוד אז ביים באמ"ח האבן געוויסע צדיקים מסביר געווען אז ס'מיינט נישט ממש בגשמיות, נאר בחינת קומה השלימה וכו' כמבואר בסה"ק. אבער ביים זיידן ר' לייזער וואלף איז דאך דאס געווען כפשוטו ממש...!
דער גרעסטער שרייבערהרה"ק מראפשיץ זי"ע האט זיך אמאל אנגערופן:
פרו"ם איז ר"ת פ'יל ר'שעות ו'וייניג מ'צוות...
און ס'איז דא וואס האבן צוגעלייגט:
פפרומ"ט מאכט פ'יל פ'יל ר'שעות ו'וייניג מ'עשים ט'ובים...
דער קלויזענבורגר רב ז"ל האט צוגעלייגט אז היינט מיינט עס
פרו"ם
פ פוד סטעמפס
ר רענט ריליף (די 8טער)
ו וועל פעיר
ם מעדיקעיד
דער קאז'ניצער מגיד זצ"ל האט אמאהל געזאגט בדרך הלצה... (זייער שארף)
פארוואס האט יעקב אבינו אויסגעפעלט צו גנב'נן די ברכות, אויב ער גנב'ט ווען נישט וואלט ער באקומען די ברכה פון " והי' כאשר תריד וגו' אז ווען עשיו וועט נישט היט'ן די תורה וועט יעקב האבען אלעס גוטס?
האט ער גע ענטפערט... נאר דאס פאסירט ווען פרויען מישן זיך אריין

דער רוז'ינער זצ"ל האט אמאהל געפרעגט...
פארוואס איז די בית המקדש נישט געבויעט געווארן אויף הר סיני, דארט ווי מען האט געגעבן די תורה?
ענטפערט ער, אמת אויף הר סיני האט מען געגעבן די תורה, אבער אויף הר המורי' האט א איד זיך אויסגעשטרעקט זיין האלדז פאר'ן באשעפער... (די עקידה)

ציבעלע-קיגלדער קאז'ניצער מגיד זצ"ל האט אמאהל געזאגט בדרך הלצה... (זייער שארף)
פארוואס האט יעקב אבינו אויסגעפעלט צו גנב'נן די ברכות, אויב ער גנב'ט ווען נישט וואלט ער באקומען די ברכה פון " והי' כאשר תריד וגו' אז ווען עשיו וועט נישט היט'ן די תורה וועט יעקב האבען אלעס גוטס?
האט ער גע ענטפערט... נאר דאס פאסירט ווען פרויען מישן זיך אריין
איך וואלט געזאגט אז די ביסט זיך טועה נישט די קאזניץ'ע מגיד נאר ר' אהרן קאזניץ'ע
לית דין בר נשציבעלע-קיגלדער קאז'ניצער מגיד זצ"ל האט אמאהל געזאגט בדרך הלצה... (זייער שארף)
פארוואס האט יעקב אבינו אויסגעפעלט צו גנב'נן די ברכות, אויב ער גנב'ט ווען נישט וואלט ער באקומען די ברכה פון " והי' כאשר תריד וגו' אז ווען עשיו וועט נישט היט'ן די תורה וועט יעקב האבען אלעס גוטס?
האט ער גע ענטפערט... נאר דאס פאסירט ווען פרויען מישן זיך אריין
איך וואלט געזאגט אז די ביסט זיך טועה נישט די קאזניץ'ע מגיד נאר ר' אהרן קאזניץ'ע
קאן זיין אז דו ביזט גערעכט, איך געדענק אז מיין ראש ישיבה ז"ל האט עס נאך געזאגט פון דער קאז'ניצער, איך געדענק נישט פונקט וועלעכע...
אבער א גוט ווארט איז עס
עס איז אייגנטליך געדרוקט אין אמרי פנחס, פון ר' פנחס'ל קאריצער.
ער איז נישט א קיין צדיק הדור אבער מען האט שוין גערעדט פון אוהם דא קאן מען צולייגען...
לייביש לעפקאוויטש האט אמאהל גערעדט ביי א דינר איבער וואס סאטמר פרמאגט...
אונז האבן א ישיבה פון קרוב צו 5 טויזענט אינגלך בלי עין הרע כן ירבו
אונז האבן א מיידל סקול פון קרוב צו 4 טויזנט מיידליך בלי עין הרע כן ירבו
אונז האבן א מוסד פאר קראנקע קינדער פון ווי מען גיבט זיך אפ מיט כמעט 1 טויזנט קראנקע קינדער בלי עין הרע כן ירבו