☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » שפאנונג אין פערגוסאן...

שפאנונג אין פערגוסאן...

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7637
בלאט: 1 2

Bpjew » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:41 am

· #237522
שפאנונג אין פערגוסאן...
אין מיזורי איז יו"ט אינדערוואכן די מאסן פלינדערן געשעפטן וואו אויך ברענען היפש א צאל פייערס, און גרויס אויפברויז האבן די מאסן פארברענט א אמערקאנער פאן בשעתן "פרידלעך" פראטעסטן אויף אבאמא'ס פארלאנג אז מען זאל פרידלעך פראטעסטן כדי די שטומעס זאלן דערהערט ווערן,
אבער עס איז ווייט פון וואס מען האט זיך גערישט אז עס וועט אויסברעכן נאכן הערן די "נאט גילטי" פסק.

אין ניו יארק סיטי זענען ארויסגעקומען אין טיימס סקווער הינדערטער מענטשן פראטעסטירן אקעגן דעם אימיושר'דיגן פסק. איי וואס פראטעסטירסטע עס איז דאך געווען א דזשורי פון אימפארטייאישע צוועלעף מענטשן?
נו שוין א קשיא אויף די שחורים ..


ביי די פראטעסט אין טיימס סקווער איז און מיטן ערשינען די פאליס קאמישענער ביל ברעטן האט איינע פון די ציהיצטע פראטעסטירער גענומען א רויטע ליקוואט וואס קוקט אויס וואו בליט און עס געווארפן אויף ברעטן און עס איז געלונגן אויפן קאמישאנער אין פנים,
מען האט יענעם געכאפט און ארעסטירט.

Bpjew » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:41 am

· #237523
דער עולם שלאפט דא????

בשבילי! » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:50 am

· #237525
image (1).jpg

Bpjew » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:16 am

· #237528
📎 IMG-20141125-WA0031.jpg

יואב » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 9:09 am

· #237542
ווען ס'קומט צו ציווילע רעכטן וועל איך דאס תמיד פארטיידיגן; ראסיזם איז פון די לעצטע זאכן וואס איך קען און וועל טאלערירן.

למעשה איז מיר א חידוש פארוואס די שווארצע פירער קומען נישט ארויס שארף צו פארדאמען די מהומות און פלינדערייען; פארוואס שפירן אזופיל ליבעראלן אז זיי מוזן מישן קאשע דא. פארוואס מוזן מענטשן וואס פראפאגאנדירן פרייהייט שפירן אזא דראנג פון דערלויבן די סענטימענטאלן צו דערשטיקן שכל און לאגיק אלץ כדי ס'זאל פאסן זייער אלגעמיינעם קאמף פאר גלייכבארעכטיגקייט.

איך פארשטיי אלע טענות קעגן פאליציי ברוטאליטעט, דאס איז אלץ גוט באופן כללי. איז נישט נארמאל אז א גרענד-דזשורי זאל קומען צו א מסקנה אז זיי האבן נישט גענוג באווייזן אנצוקלאגן איינעם אויף מארד קלאגעס אפילו אויב זאל זיך דאס האנדלן פון א ווייסן מאן וועמען מ'האט אומגעבראכט?

נישטא גענוג באווייזן, נעקסט קעיס, זאל א מענטש ווייניגער ווערן פאראורטיילט צו לעבנסלענגליכער תפיסה אדער גאר טויט-שטראף.  וואס איז די injustice, און פארוואס איז דאס א קלאפ פאר ציווילע רעכטן? אויב עפעס איז פארקערט: דעמאקראטיע האט געראטעוועט נאך א מענטש פון נישט דארפן אויסשטיין די אומ'ישרות פון דער אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם.

פארקערט וואלט אייביג געקענט זיין א טענה. ס'טייטש אויב ווילסאן למשל וואלט געווען א שווארצער, און א גרענד-דזשורי וואלט געטראפן באווייזן אים אנצוקלאגן.

It's indeed a sad day for justice and liberty.

פישלע העררינג » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 10:12 am

· #237545
בדרך כלל.

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:31 am

· #237551
סאו עס דארף מיר נישט אנגיין אז אן אומשולדיג קינד איז געשאסן געווארן צום טויט, און א דזשורי אורטיילט אז זיין מערדער גייט נישט ווערן געשטעלט פאר א פראצעס, אבער עס זאל מיר יא אנגיין אז עס גייט צוברענגען צו געלט שאדנס פאר לאקאלע איינוואוינער?

@פישלע,
איך וואלט געזאגט אז מען מעג ווען אביסל באהאלטן די אפענע ראסיזם, ספעציעל ווען מען דינט אלס גבאי, וואס איז אן אפיציעלע פאסטן אין שטיבל.

ברסלבער » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:51 am

· #237559
ישראל קאפקע
סאו עס דארף מיר נישט אנגיין אז אן אומשולדיג קינד איז געשאסן געווארן צום טויט

נאכן דורכקוקן אלעס, און איבערגיין די צדדים לכאן ולכאן, האסטו באשטעטיגט אז ער איז זיכער אומשולדיג, און אז דער פאליסמאן איז זיכער שולדיג?
מען האט געזעצט א דשזורי וואס זאל טוהן די ארבעט פאר דיר, און זיי זענען ארויסגעקומען פה אחד מיט די החלטה אז דער פאליסמאן איז נישט שולדיג.
און די וואס פלינדערן געשעפטן און זייען אן חרבנות זענען גאר גערעכט?! אתמהה

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:57 am

· #237560
ישראל קאפקע
סאו עס דארף מיר נישט אנגיין אז אן אומשולדיג קינד איז געשאסן געווארן צום טויט, און א דזשורי אורטיילט אז זיין מערדער גייט נישט ווערן געשטעלט פאר א פראצעס, אבער עס זאל מיר יא אנגיין אז עס גייט צוברענגען צו געלט שאדנס פאר לאקאלע איינוואוינער?

די שאלה איז נישט אויב ער איז געווען אומשולדיג, נאר אויב דער פאליציאנט האט געהאט רעכט צו שפירן אז זיין לעבן איז באדראעט. און אויף דעם איז די זשורי געקומען צו די החלטה אז יא, באזירט אויף די עדות'שאפט פון מערערע מענטשן.

יין שרף » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:01 pm

· #237561
SALE! Brand new, slightly burned plasm TVs, in ALL styles & sizes for ONLY $2.99!
Offer good while riots last, not valid outside Missouri.

@Turxjokes

יואב » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:02 pm

· #237562
ישראל קאפקע
סאו עס דארף מיר נישט אנגיין אז אן אומשולדיג קינד איז געשאסן געווארן צום טויט, און א דזשורי אורטיילט אז זיין מערדער גייט נישט ווערן געשטעלט פאר א פראצעס, אבער עס זאל מיר יא אנגיין אז עס גייט צוברענגען צו געלט שאדנס פאר לאקאלע איינוואוינער?

@פישלע,
איך וואלט געזאגט אז מען מעג ווען אביסל באהאלטן די אפענע ראסיזם, ספעציעל ווען מען דינט אלס גבאי, וואס איז אן אפיציעלע פאסטן אין שטיבל.

ס'ברויך יא אנגיין פאר יעדן רעכטדענקענדן מענטש אז א זיבעצן יעריגער איז פאטאל אומגעברענגט געווארן – הגם גענוי ווי אומשולדיג ער איז געווען איז בכלל נישט אזוי זיכער. דאס דארף אויפשאקלען די זיכערהייט קארידארן איבער אמעריקע, פילע געזעצן אנבאלאנגט דער איבערגעטריבענער פאליצייאישער מאכט מוז איינמאל פאר אלעמאל מאדעפיצירט ווערן לטובת דעם ציווילן בירגער.

למעשה אבער: פארוואס דארף טאקע ראסע שפילן א ראלע? ס'איז מעשים בכל יום אז פאליציי שיסן מענטשן; ברצון ובאונס, ווייסע אדער שווארצע. יוסטיץ פאר הקדוש מייקל בראון וועט סערווירט ווערן דורכן משפט'ן דעם מזיק באזירט אויף סענטימענטאלן? קאממאן!
–
דער עולם האקט!

פישלע העררינג » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:17 pm

· #237565
@ישראל קאפקע,

קודם כל, אפשר.

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:21 pm

· #237566
עס איז ראסיסטיש צו אנשמירן א "גאנצע געמיינדע" מיט די חטאים פון עטליכע הונדערט אינדיווידועלן.

יואב » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:23 pm

· #237567
פישל'ע העררינג
@ישראל קאפקע,

קודם כל, אין די פארשריפטן פאר די חודש גבאים שטייט בפירוש אז מען זאל זיך נישט איינהאלטן פון זאגן א פריוואטע מיינונג, ווייל מען רעפרעזענטירט "נישט" דער אפיציעלע שטיבל. וכן נוהגין.

לגופו של ענין, עס איז נישט ראסיסטיטש צו אנאלזירן וויאזוי א גאנצע געמיינדע רעאגירט צו א געשעעניש. פלינדערן געשעפטן? גנב'ענען פון אומשולדיגע מענטשן? האקן שטיקער פון פאליציי לייט? שטערן דער אטאו פארקער פאר מענטשן דעט גאו עבאויט דעיר ביזנעס? דער געפירעכטס איז א הנהגה פון אן עם הדומה לחמור, וועלכע זענען נעכנישט רייף פאר ציוויליזאציע.

ס'איז יא ראסיסטיש.
–
 יאיר איז אנטשלאסן מיך צו צעהאקן היינט.

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:23 pm

· #237568
ברסלבער
ישראל קאפקע
סאו עס דארף מיר נישט אנגיין אז אן אומשולדיג קינד איז געשאסן געווארן צום טויט

נאכן דורכקוקן אלעס, און איבערגיין די צדדים לכאן ולכאן, האסטו באשטעטיגט אז ער איז זיכער אומשולדיג, און אז דער פאליסמאן איז זיכער שולדיג?
מען האט געזעצט א דשזורי וואס זאל טוהן די ארבעט פאר דיר, און זיי זענען ארויסגעקומען פה אחד מיט די החלטה אז דער פאליסמאן איז נישט שולדיג.
און די וואס פלינדערן געשעפטן און זייען אן חרבנות זענען גאר גערעכט?! אתמהה

איך דארף גארנישט און איך בין גארנישט דורגעגאנגען, איך האב נישט געזאגט אז די פאליציאנט איז שולדיג, און די דזשורי האט טאקע געאורטיילט אז עס איז נישט דא גענוג עווידעס אין די גאנצע קעיס עס צו שטעלן פאר א טרייעל.

וואס פונקטליך איז פארגעקומען איז נישט באוואוסט, און וועט פילייכט קיינמאל נישט זיין, אבער אזויפיל איז קלאר אז ער איז נישט געווען באוואפנט, און קיין שום יוסטיץ סיסטעם אויפן כדור הארץ וואלט אים נישט געשאנקן דעם טויט פארן פארברעך וואס ער איז באגאנגען עטליכע שעה פארדעם, אין דעם זין איז ער אן אומשולדיגע יוגנטליכער, וואס האט שפאצירט אויפן גאס מיט א פריינט.

מיין שאלה איז נאר געווענדעט צו די (ראסיסטיש גענויגטע) אמעריקאנער וואס זענען אויף (און מיט א באהאלטענע סאטיספיקאציע) ווייזן אן אויף די אומרוען אין מיזורי, 'דו' ביסט אויף דערמיט, 'דו' מאכסט א גאנצער בראטל פון אויסגעשאסענע פענסטער, און אונטערגעצונדענע קארס וכו', דאס איז ביי דיר וויכטיג? א מענטליכן לעבן (אפי' פון די 'אומציווילזירטע' סארט, וואס זענען נישט גרייט פאר דעמאקראטיע) איז ביי מיר פיל מער וויכטיג!

ווי יעדן איינעם דא, ווייס איך אויך וואס די דזשורי האט געפסקנט נעכטן נאכט, פארט באדער''ט מיר די פאקט אז אן אומשולדיג קינד איז געשאסן געווארן צום טויט.

פישלע העררינג » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:28 pm

· #237570
יאיר
עס איז ראסיסטיש צו אנשמירן א "גאנצע געמיינדע" מיט די חטאים פון עטליכע הונדערט אינדיווידועלן.

עטליכע.

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:30 pm

· #237571
פישל'ע העררינג
יאיר
עס איז ראסיסטיש צו אנשמירן א "גאנצע געמיינדע" מיט די חטאים פון עטליכע הונדערט אינדיווידועלן.

עטליכע.

די בלויזע ווערטער 'עם הדומה לחמור' איז אזוי ראסיסטיש ווי עס קען נאר זיין.

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:31 pm

· #237572
פישל'ע העררינג

לגבי דיין גבאי'שאפט ביזטו גערעכט, אנטשולדיגט.

אבער לגבי אויב עס איז ראסיזם, אוודאי איז עס ראסיזם, און דו ביזט נאך מער מסביר דיין ראסיסטישע מיינונג, זאגסט עס נאר קלארער ארויס. 😮
#שפאנונג אין שטיבל 😉

פישלע העררינג » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:32 pm

· #237573
ישראל,ניין

ברסלבער » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:36 pm

· #237574
ישראל קאפקע, דו האלטס אז עס איז אים נישט געקומען מיתה, קען זיין דו ביזט גערעכט. למעשה האט די דשורי אנגענומען אז דער פאליסמאן איז נישט שולדיג. יעצט צו וועם האסטו טענות? אויפן פאליסמאן קען מען נישט האבן טענות, ווייל ער איז נישט שולדיג. די איינציגסטע צו וועם די טענות קענען זיין געווענדעט איז צו די פארברעכער וואס פלינדערן און שעדיגן ווייל מען האט נישט גע'פסק'נט אזוי ווי זיי האבן געוואלט. און דו האסט נאך טענות אויף די וואס זענען ברוגז אויף די רייאטן? הזאת יוסטיץ?

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:38 pm

· #237575
ישראל קאפקע


מיין שאלה איז נאר געווענדעט צו די (ראסיסטיש גענויגטע) אמעריקאנער וואס זענען אויף (און מיט א באהאלטענע סאטיספיקאציע) ווייזן אן אויף די אומרוען אין מיזורי, 'דו' ביסט אויף דערמיט, 'דו' מאכסט א גאנצער בראטל פון אויסגעשאסענע פענסטער, און אונטערגעצונדענע קארס וכו', דאס איז ביי דיר וויכטיג? א מענטליכן לעבן (אפי' פון די 'אומציווילזירטע' סארט, וואס זענען נישט גרייט פאר דעמאקראטיע) איז ביי מיר פיל מער וויכטיג!

ווי יעדן איינעם דא, ווייס איך אויך וואס די דזשורי האט געפסקנט נעכטן נאכט, פארט באדער''ט מיר די פאקט אז אן אומשולדיג קינד איז געשאסן געווארן צום טויט.

מענטשן ווערן גע'הרג'עט יעדן טאג און קיינער מאכט נישט דערפון קיין נייעס. מאסן מענטשן וואס צינדן אונטער פייערס איז נייעס.
בכל אופן, אויב דעם פאליציאנט'ס ווערסיע איז ריכטיג, קענסטו רואיג איבערלאזן דיין שלאפלאזע נאכט פאר א צווייטן. יעדער יונגאטש מעג וויסן אז אויב ער פרובירט ארוסצוכאפן דעם גאן פון א פאליציאנט וועט מען אים שיסן.

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:42 pm

· #237577
אין אנדערע נייעס, איך האב א כלליות'דיגע שאלה: איינער וואס האלט אז א ווייסער פאליציאנט וועט גרינגער שיסן א שווארצן ווי א ווייסן איז א ראסיסט?

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:46 pm

· #237578
יאיר
אין אנדערע נייעס, איך האב א כלליות'דיגע שאלה: איינער וואס האלט אז א ווייסער פאליציאנט וועט גרינגער שיסן א שווארצן ווי א ווייסן איז א ראסיסט?

קאונט מין אין. 🙄
איינער וואס האלט אז אידן האבן א גרעסערע מעגליכקייט צו זיין א לויער, אדער א שווארצער א דזשעניטאר, אדער שפאנישער אן דעליווערי בוי, איז לויט דעם דעפיניציע אויך א ראסיסט.
אבער אין טאגטעגליכן באנוץ איז ראסיסט נאר באנוצט ווען דער זאגער וויל זאגן עפעס נעגאטיוו איבער א עטנישע געמיינדע, דווקא ווען עס איז נעגאטיוו, און דווקא ווען עס איז אויף אן עטנישן גרופע.

ברסלבער » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:49 pm

· #237581
נאכן זעהן די אויפפירונג פון די עטליכע הונדערט אומציוויליזירטע פארשוינען, האב איך מורא אז א פאליציאנט וועט ענדערש שיסן אויף א שווארצן, מורא האבענדיג אז אפשר איז יענער אויך פון די עטליכע הונדערט.

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:59 pm

· #237585
ישראל קאפקע
יאיר
אין אנדערע נייעס, איך האב א כלליות'דיגע שאלה: איינער וואס האלט אז א ווייסער פאליציאנט וועט גרינגער שיסן א שווארצן ווי א ווייסן איז א ראסיסט?

קאונט מין אין. 🙄
איינער וואס האלט אז אידן האבן א גרעסערע מעגליכקייט צו זיין א לויער, אדער א שווארצער א דזשעניטאר, אדער שפאנישער אן דעליווערי בוי, איז לויט דעם דעפיניציע אויך א ראסיסט.
אבער אין טאגטעגליכן באנוץ איז ראסיסט נאר באנוצט ווען דער זאגער וויל זאגן עפעס נעגאטיוו איבער א עטנישע געמיינדע, דווקא ווען עס איז נעגאטיוו, און דווקא ווען עס איז אויף אן עטנישן גרופע.

איך בין נישט קלאר אין דיין ענטפער. דו טענה'סט אז ווייסע אמעריקאנער זענען נישט קיין עטנישע גרופע? און אז שיסן מענטשן צוליב ראסיזם איז נישט קיין נעגאטיווע זאך?

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:17 pm

· #237589
פישל'ע העררינג
וויאזוי א גאנצע געמיינדע רעאגירט צו א געשעעניש. פלינדערן געשעפטן? גנב'ענען פון אומשולדיגע מענטשן? האקן שטיקער פון פאליציי לייט? שטערן דער אטאו פארקער פאר מענטשן דעט גאו עבאויט דעיר ביזנעס? דער געפירעכטס איז א הנהגה פון אן עם הדומה לחמור, וועלכע זענען נעכנישט רייף פאר ציוויליזאציע.

עפעס דערמאנט עס מיר דער תיאור.. עפעס צוטוהן מיט א פסוק ויעל מלך ישראל.

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:20 pm

· #237590
פישל'ע העררינג
ישראל,

א אומשולדיגע קינד וואס טשאלענדזשד א פאליציי מאן - לערענט מען אפיציעל אויס אין פאליס אקעדעמי אז עס איז אחת דתו. ווייל אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעוהו, און כדי עס זאלן זיין פאליציי לייט אויף די גאסן מוזן זיי זיך פילען סעקיורד. איינער וואס לויפט אקעגן א פאליציי מאן מיט דער קאפ אויף אראפ - אזוי ווי א באסקעט באלל פלעיער (אזוי איז געוועהן דער עדות'שאפט בעפאר דער גרענד דזשורי) איז דער דעמקאראטישע געזעץ איהם צו דערשיסן. א ווייסע צו א שווארצע צו א ברוינע צו א געלע, יעדער האט דער זעלבע דין.


אזוי איז דער געזעץ?? פאר'ן לויפען קעגן א פאליציי מאן אויף א געוויסע וועג איז דער גזר דין מיתה?? עס הערט זיך מיר ווי דער געזעץ פון א חברה אוממענטשען וואס זענען נישט רייף פאר ציוויליזאציע.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:21 pm

· #237591
ישראל קאפקע
יאיר
אין אנדערע נייעס, איך האב א כלליות'דיגע שאלה: איינער וואס האלט אז א ווייסער פאליציאנט וועט גרינגער שיסן א שווארצן ווי א ווייסן איז א ראסיסט?

קאונט מין אין. 🙄
איינער וואס האלט אז אידן האבן א גרעסערע מעגליכקייט צו זיין א לויער, אדער א שווארצער א דזשעניטאר, אדער שפאנישער אן דעליווערי בוי, איז לויט דעם דעפיניציע אויך א ראסיסט.
אבער אין טאגטעגליכן באנוץ איז ראסיסט נאר באנוצט ווען דער זאגער וויל זאגן עפעס נעגאטיוו איבער א עטנישע געמיינדע, דווקא ווען עס איז נעגאטיוו, און דווקא ווען עס איז אויף אן עטנישן גרופע.

יא. אבער ס'איז א חילוק אויב איינער האט א נעגאטיווע מיינונג איבער א געוויסע ראסע אדער עטנישע גרופ. און איינער וואס קוקט אויף סטאטיטיקס. און אויף דעים סמך באזירט ער זיין מיינונג און החלטות.
למשל. די סטאטיסטיקס ווייזן אז א שווארצער יוגנטליכער איז מער גענייגט צו אטאקירן א דורכגייער וועם ער באגעגנט, ווי א ווייסער יוגנטליכער. איינער וואס וועט זיך היטן פון באגעגענען מיט דעם ערשטן, ווערט נאכנישט קיין ראסיסט מיט זיין החלטה. דער שווארצער פיהרער דזשעסי דזשעקסאן האט געזאגט פאר די מידיא אז ווען ער זעהט פון ווייט איין אדער מערערע שווארצע יוגנטליכע גייט ער ענדערש אריבער די גאס. וואס ער וואלט נישט געטון אין פאל ווען ער טרעפט זיך מיט א ווייסן.
קען דען איינער זאגן אז דזשעקסאן איז א ראסיסט?! ווען ער האט אוועקגעגעבן זיין גאנץ לעבן צו קעמפן פאר די רעכטן פון זיין אייגענער ראסע...!

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:24 pm

· #237593
ברסלבער
נאכן זעהן די אויפפירונג פון די עטליכע הונדערט אומציוויליזירטע פארשוינען, האב איך מורא אז א פאליציאנט וועט ענדערש שיסן אויף א שווארצן, מורא האבענדיג אז אפשר איז יענער אויך פון די עטליכע הונדערט.

אויף דעם האט מען געגעבן א מענטש שכל ער זאל נישט לאזען עפעס וואס ער זעהט אויף טעלעוויזיע פון אפאר מענטשען דיקטירן וויאזוי ער פירט זיך אלעמאל. אה,כ'האב פארגעסן , מענטשען מיט שכל לאזט מען נישט אריין אין פאליציי אקעדעמי. פאר זיין אומציוויליזירט קומט זיך נישט מיתה.

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:28 pm

· #237594
אין אנדערע נייעס, די וואס שיקען קרוז מיסעלס אין די היימען פון זייערע שונאים ווייל זיי האבען זיך געטשעפעט מיט זייער ביזנעס, און באמבאדירען חתונות מיט דראונס פון מענטשען וואס זענען פאליטיש נישט מיט זיי, זיי זענען נושאי דגל הציביליזציה. ממש מבחר האנושי. נאר אפאר קינדער וואס פארברענען אפאר נעבאכדיגגע געשעפטן וועגן זייער כעס, דאס איז עם הדומה לחמור. דאס איז דער לאגיק פון ראסיזם.

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:30 pm

· #237595
@יאיר,
ווייסע פאליציאנטן זענען זיכער נישט, (כאטש אין אמעריקע איז 'ווייס' אויך נישט קיין עטניסיטי) אבער די עיקר פונקט איז אז איך דרוק ארויס אז דער ראסע אדער עטניסיטי האט א נעגאטיווער אייגנארטיגקייט, א חסרון, וואס קומט מכוח די נאטור (אין היינטיגע שפראך; גענעס) פון דעם ראסע.
און כאטש דו קענסט זיך דינגען און זאגן אז באצייכענען כינעזער אלס קלוגער, אידן אלס שארפער, וכו' איז אויך 'ראסיסטיש', ווערט עס אבער געווענליך נישט אנגערופן ראסיזם.

לעיקוואוד האקט, ביג טיים! (אוי, איז נישט לעיקוואוד אן עטניסיטי?)

ברסלבער » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:38 pm

· #237599
לעיקוואד
פאר זיין אומציוויליזירט קומט זיך נישט מיתה.

אמת. אבער ווען א ציוויליזירטער מענטש קומט מיר צו לויפן מיט כעס וועל איך זיך נישט שפירן אזוי אין א סכנה, ווי ווען עס האנדלט זיך פון אן אומציוויליזירטער.

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:50 pm

· #237602
ברסלבער
לעיקוואד
פאר זיין אומציוויליזירט קומט זיך נישט מיתה.

אמת. אבער ווען א ציוויליזירטער מענטש קומט מיר צו לויפן מיט כעס וועל איך זיך נישט שפירן אזוי אין א סכנה, ווי ווען עס האנדלט זיך פון אן אומציוויליזירטער.

ווער ביזטו צו דעפינירן 'ציוויליזירט' 'אומציוויליזירט'?
געווענליך ווען מען באצייכנט איינעם אומציוויליזירט וויל מען קריטיקירן נישט נאר דעם מענטש פערזענליך, נאר עס איז א קריטיק אויף זיין גאנצע עטניסיטי און קולטור ארום, און דאס איז די דעפיניציע פון ראסיזם.

כוכב » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:07 pm

· #237605
לעיקוואד, אז איינער שפירט זיין לעבן באדראעט מעג ער נוצן געווער?

שמערל » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:15 pm

· #237608
כוכב
לעיקוואד, אז איינער שפירט זיין לעבן באדראעט מעג ער נוצן געווער?

כוכב, און אויב א גאנצע ציוויליזאציע (אדער אומציוויליזאציע) שפירן זיך באדראעט, מעגן זיי נוצן שטעקענעס און רייאטען?

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:16 pm

· #237609
כוכב
לעיקוואד, אז איינער שפירט זיין לעבן באדראעט מעג ער נוצן געווער?

דעפיניר "שפירט". איך שפיר מיין לעבן איז אין געפאר ווייל כוכב דינגט זיך מיט מיר. גיט דאס מיר א היתר דיר שיסען?

כוכב » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:17 pm

· #237610
אז איינער כאפט מכות פון א ברייט ביינערדיגן שווארצן כדי להמית.

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:23 pm

· #237612
פארוואס זאגסטו דער ווארט שווארצע אין דיין שאלה? איז דען נישט פונקט די זעלבע חקירה א ווייסע אדער ברוינע אדער געלע?

פישלע העררינג » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:23 pm

· #237613
פאר א טיפערע שמועס איבער "ראסיזם" והמסתעף, אומאפהענגיק אין די איצטיגע נייעס פון פארגוסען, ביטע דריקט דעם לינק. ותשח"ח לידידינו @לעיקוואד פאר פותח זיין מיט אן אריכות כיד ד' הטובה עליו. <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/237607">viewtopic.php?p=237607#p237607</a><!-- l -->

כוכב » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:31 pm

· #237618
לעיקוואד
פארוואס זאגסטו דער ווארט שווארצע אין דיין שאלה? איז דען נישט פונקט די זעלבע חקירה א ווייסע אדער ברוינע אדער געלע?


איך רעד פון א ספעציפישע געשיכטע וואס האט פאסירט אין מיזוירי.
(אגב שווארצע זענען אין גרויס טייל בעלי כוח ממילא גיבט דאס צו צו דער שילדערונג)

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:41 pm

· #237624
אויב איינער האט מורא פאר זיין לעבן וויבאלד יענער איז א שווארצע און עם ליגט אין קאפ אז שווארצע זענען מער מסוכן איז דער דמיון זיינער נישט קיין היתר צו שיסען.
ביי יענער מעשה ביניך נישט געווען.

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:44 pm

· #237627
ברסלבער
לעיקוואד
פאר זיין אומציוויליזירט קומט זיך נישט מיתה.

אמת. אבער ווען א ציוויליזירטער מענטש קומט מיר צו לויפן מיט כעס וועל איך זיך נישט שפירן אזוי אין א סכנה, ווי ווען עס האנדלט זיך פון אן אומציוויליזירטער.


פון אומצווויליזירט פון מאכען ראיאטען ביז אומצוווילזירט פון הרגנען איז א לאנגע וועג. גלייב מיר איך האב זיך געדרייט אין מאה שערים..

chusid » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:56 pm

· #237629
אמאל פלעגט זיין ראסיזם, דאס הייסט א שחור איז א קנעכט וואס עפעס? א יוד קען נישט קויפן אין דעם געשעפט וואס עפעס? ראסיזם! אינמיטן די נאכט האב איך מורא פין שחורים נישט ווייל איך בין א ראסיסט נאר ווייל די לאגיק זאגט מיר אז איך בין אין א מעגליכער( נישט זיכער-סאיז דא וואוילע שווארצע) סכנה. וואס האט דאס מיט ראסיזם? איך קען אמאל אויכט דערקענען אויף א ווייסן אז ער איז שעדליך. גייען מיר אמאל צילוב ראסיזם איבער די אמת'ע לאגיק?

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 3:45 pm

· #237639
לעיקוואד
פישל'ע העררינג
ישראל,

א אומשולדיגע קינד וואס טשאלענדזשד א פאליציי מאן - לערענט מען אפיציעל אויס אין פאליס אקעדעמי אז עס איז אחת דתו. ווייל אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעוהו, און כדי עס זאלן זיין פאליציי לייט אויף די גאסן מוזן זיי זיך פילען סעקיורד. איינער וואס לויפט אקעגן א פאליציי מאן מיט דער קאפ אויף אראפ - אזוי ווי א באסקעט באלל פלעיער (אזוי איז געוועהן דער עדות'שאפט בעפאר דער גרענד דזשורי) איז דער דעמקאראטישע געזעץ איהם צו דערשיסן. א ווייסע צו א שווארצע צו א ברוינע צו א געלע, יעדער האט דער זעלבע דין.


אזוי איז דער געזעץ?? פאר'ן לויפען קעגן א פאליציי מאן אויף א געוויסע וועג איז דער גזר דין מיתה?? עס הערט זיך מיר ווי דער געזעץ פון א חברה אוממענטשען וואס זענען נישט רייף פאר ציוויליזאציע.

טאקע, די וואס מאכן די געזעצן מוזן זיין סתם אוממענטשן וואס האבן ליב צו שעכטן מענטשן וואס לויפן עפעס א פאני וועג.

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 3:46 pm

· #237640
chusid
אמאל פלעגט זיין ראסיזם, דאס הייסט א שחור איז א קנעכט וואס עפעס? א יוד קען נישט קויפן אין דעם געשעפט וואס עפעס? ראסיזם! אינמיטן די נאכט האב איך מורא פין שחורים נישט ווייל איך בין א ראסיסט נאר ווייל די לאגיק זאגט מיר אז איך בין אין א מעגליכער( נישט זיכער-סאיז דא וואוילע שווארצע) סכנה. וואס האט דאס מיט ראסיזם? איך קען אמאל אויכט דערקענען אויף א ווייסן אז ער איז שעדליך. גייען מיר אמאל צילוב ראסיזם איבער די אמת'ע לאגיק?

ראסיזם איז נישט בהכרח אומלאגיש, עס איז אוממאראליש.

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 3:49 pm

· #237642
ישראל קאפקע
@יאיר,
ווייסע פאליציאנטן זענען זיכער נישט, (כאטש אין אמעריקע איז 'ווייס' אויך נישט קיין עטניסיטי) אבער די עיקר פונקט איז אז איך דרוק ארויס אז דער ראסע אדער עטניסיטי האט א נעגאטיווער אייגנארטיגקייט, א חסרון, וואס קומט מכוח די נאטור (אין היינטיגע שפראך; גענעס) פון דעם ראסע.
און כאטש דו קענסט זיך דינגען און זאגן אז באצייכענען כינעזער אלס קלוגער, אידן אלס שארפער, וכו' איז אויך 'ראסיסטיש', ווערט עס אבער געווענליך נישט אנגערופן ראסיזם.

לעיקוואוד האקט, ביג טיים! (אוי, איז נישט לעיקוואוד אן עטניסיטי?)

פארשטייסט דאך איך מיין נישט דוקא דעם מובן פון דעם פונקטליכן גדר פון דעם ראסיזם טערמין און ווער עס איז יא עטניש און ווער נישט. אין מיינע אויגן איז נישט קיין גרויסע נפקא מינא אויב מען זאגט אז שווארצע האבן רוצחישע די ען עי אדער מען זאגט אז אלע זשינזשיס זענען כעסנים ווייל זיי ווערן געבוירן אין מזל מאדים. די שורש איז prejudice. ממילא גיי צוריק צו מיין שאלה און לייג אריין prejudice אנשטאט ראסיזם.

יין שרף » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 8:21 pm

· #237702
די שווארצע האבן זיך ערשט יעצט אויפגעוועקט מיט א פראטעסט אין ראקלענד קאונטי.
שערף דעפ. האט זיך העפטיג געגרייט דערפאר
1416964643.jpg IMG_20141125_202015.jpg

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 8:59 pm

· #237712
יאיר
ישראל קאפקע
@יאיר,
ווייסע פאליציאנטן זענען זיכער נישט, (כאטש אין אמעריקע איז 'ווייס' אויך נישט קיין עטניסיטי) אבער די עיקר פונקט איז אז איך דרוק ארויס אז דער ראסע אדער עטניסיטי האט א נעגאטיווער אייגנארטיגקייט, א חסרון, וואס קומט מכוח די נאטור (אין היינטיגע שפראך; גענעס) פון דעם ראסע.
און כאטש דו קענסט זיך דינגען און זאגן אז באצייכענען כינעזער אלס קלוגער, אידן אלס שארפער, וכו' איז אויך 'ראסיסטיש', ווערט עס אבער געווענליך נישט אנגערופן ראסיזם.

לעיקוואוד האקט, ביג טיים! (אוי, איז נישט לעיקוואוד אן עטניסיטי?)

פארשטייסט דאך איך מיין נישט דוקא דעם מובן פון דעם פונקטליכן גדר פון דעם ראסיזם טערמין און ווער עס איז יא עטניש און ווער נישט. אין מיינע אויגן איז נישט קיין גרויסע נפקא מינא אויב מען זאגט אז שווארצע האבן רוצחישע די ען עי אדער מען זאגט אז אלע זשינזשיס זענען כעסנים ווייל זיי ווערן געבוירן אין מזל מאדים. די שורש איז prejudice. ממילא גיי צוריק צו מיין שאלה און לייג אריין prejudice אנשטאט ראסיזם.

פאראורטייל (prejudice) איז נישט פונקטליך ראסיזם, פאראורטייל קען אריינרעכענען ראסיזם, סעקסיזם, אנטיסעמיטיזם, איסלאמאפאוביע, איראנאפאוביע, סטעריאטיפן, אימיגרנאפאוביע, (יעצט אויפגעמאכט 😉 ), און נאך, פאראורטייל קען זיין א פערזענליכע שנאה און איינרעדעניש, און אפי' א שנאה צו א ספעציפישע ארוני צי זלמוני פון די קעגנערישע צד, די פשוטע דעפיניציע איז; אורטיילן א צווייטן נישט איבער יענעמס פערזענליכע אייגנשאפטן און מעלות, אדער חסרונות, נאר צוליב א פון פאראויס געהאלטענע שיטה אדער שמועה, און דעטס ליגט פשוט אין די ווארט, פאר-אורטייל pre-judice, ופשוט.

ראסיזם איז איינע (און פילייכט דאס שעדליכסטע און ברייטפארשפרייטסטע) פון די פילע סארטן פאראורטייל.

פאראורטייל איז געווענליך נעגאטיוו, כאטש סטעריאטיפ, איין סארט פאראורטייל דארף נישט אייביג זיין נעגאטיוו.

ראסיזם איז אייביג נעגאטיוו, איבער א עטנישע גרופע, און איז אין זייער נאטור, אדער גענעס, געווענליך האט ראסיזם א קערנדל אמת אין זיך, אוו דאס איז וואס מאכט עס אזוי געפערליך.

זאגן אז ווייסע פאליציאנטן וועלן גרינגער שיסן א שווארצן, אויב איז עס אמת איז עס לאו דווקא פאראורטייל, כאטש באשולדיגן א ספעציפישע ווייסן פאליציאנט אז ער וועט גרינגער שיסן א שווארצן מאן איז פילייכט יא.

יין שרף » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 9:45 pm

· #237722
נישט אלע שווארצע זענען צולאזענע גנבים און אומ-ערצויגענע ברואים. פאר גאר אסאך שכינותדיגע שחורים באדערט גאר שטארק די אימעדש וואס די פראטעסטירער לאזן איבער אויפן גאנצע געמיידע.
בילד: אפאר שווארצע איגענטליכע וואלאנטירן צו אויפרוימען די מיוזורי גאסן נאכן פראטעסט.
1416969451.jpg

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:32 pm

· #237743
ישראל קאפקע

זאגן אז ווייסע פאליציאנטן וועלן גרינגער שיסן א שווארצן, אויב איז עס אמת איז עס לאו דווקא פאראורטייל, כאטש באשולדיגן א ספעציפישע ווייסן פאליציאנט אז ער וועט גרינגער שיסן א שווארצן מאן איז פילייכט יא.

אלזא, אויב איך באשולדיג א ווייסן פאליציאנט (אן קיין הארטע באווייזן) אז ער איז נוטה צו שיסן שווארצע מענטשן צוליב זיין ראסיזם, בין איך פילייכט אליין עובר אויף א גאר ענליכער פארברעכן פון פאראורטייל. שטימט?
בלאט: 1 2