☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » שפאנונג אין פערגוסאן...

שפאנונג אין פערגוסאן...

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7637
בלאט: 1 2

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:59 pm

· #237752
יאיר
ישראל קאפקע

זאגן אז ווייסע פאליציאנטן וועלן גרינגער שיסן א שווארצן, אויב איז עס אמת איז עס לאו דווקא פאראורטייל, כאטש באשולדיגן א ספעציפישע ווייסן פאליציאנט אז ער וועט גרינגער שיסן א שווארצן מאן איז פילייכט יא.

אלזא, אויב איך באשולדיג א ווייסן פאליציאנט (אן קיין הארטע באווייזן) אז ער איז נוטה צו שיסן שווארצע מענטשן צוליב זיין ראסיזם, בין איך פילייכט אליין עובר אויף א גאר ענליכער פארברעכן פון פאראורטייל. שטימט?

יאפ. יתכן.
אבער פארשטייט זיך אז עס איז דא אסאך שטאפלען, עס איז פאראן א חילוק פון האבן ראסיסטישע מיינונגען, און ארום גיין הרגנען שווארצע, צווישן זיין א ראסיסט אדער פאראורטיילליך אין הארץ אדער ווארט, צי ארום גיין אנרייסן אידן אדער אימיגראנטן.

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:16 am

· #237758
אודאי. מיר רעדן דאך נישט דא פון די סארט הארטע-קערן פאראורטיילער/ראסיסטן. נאר אזעלכע "ווייכע" ראסיסטן וואס פארמאגן בלויז א נטיה, אפשר אפילו אונטער'ן באוואוסטזיין. ווי למשל א ווייסער פאליציאנט וועלכער וועט ווערן מער דערשראקן ווען ער ווערט אטאקירט פון א שווארצן, וואס וועט אים אויטאמאטיש ענדערש מאכן שלעפן דעם צינגל. אדער א מענטש וואס האלט אז מען דארף ארעסטירן דעם ווייסן פאליציאנט אפילו ער האט נישט קיין באווייז אז זיין שלעפן דעם צינגל איז טאקע נגרם געווארן דורך ראסיזם.

ישראל קאפקע » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:34 am

· #237762
יאיר
אודאי. מיר רעדן דאך נישט דא פון די סארט הארטע-קערן פאראורטיילער/ראסיסטן. נאר אזעלכע "ווייכע" ראסיסטן וואס פארמאגן בלויז א נטיה, אפשר אפילו אונטער'ן באוואוסטזיין. ווי למשל א ווייסער פאליציאנט וועלכער וועט ווערן מער דערשראקן ווען ער ווערט אטאקירט פון א שווארצן, וואס וועט אים אויטאמאטיש ענדערש מאכן שלעפן דעם צינגל. אדער א מענטש וואס האלט אז מען דארף ארעסטירן דעם ווייסן פאליציאנט אפילו ער האט נישט קיין באווייז אז זיין שלעפן דעם צינגל איז טאקע נגרם געווארן דורך ראסיזם.

נו נו, ווי אגרי טו אגרי אן דע עבאוו סטעיטמענט.
אבער דא איז פאקטיש פארגעקומען א מארד פון אן אומשולדיגן יוגנטליכן, אויך לויט די פאליציסטס ווערסיע האט ער אים געשאסן ווען ער האט אוועקשפאצירט פונעם אטאמאביל, און אלע אנוועזנדע ביישויער שטיצן אונטער דעם פאקט, נו כאטש א געהעריגע פראצעס!
ליידער (האט די דזשורי געאורטיילט אז עס) איז נישט דא גענוג באווייזן, נא, טוט מיר וויי אז דאס איז די מציאות, איך זאג נישט ח''ו ''נעם דעם פאליציאנט, שפאר אים איין, און ווארף אוועק דעם שליסל, בלויז אויף פאראורטייל'', אדרבה האלט אפ א געהעריגע פראצעס און גיב ארויס אן ''אורטייל'',
(אסאך זענען זיך טועה, אז די דזשורי האט פרייגעשפראכן דעם פאליציאנט, ד.מ. cleared of wrongdoing, זיי האבן ס.ה. געפסקנט אז עס איז נישט פאראן גענוג באווייזן צו שטעלן צו א פולער פראצעס).
פארשטייט זיך אז הרב יאיר קען האלטן אנדערש, אבער עס איז נישט די פאל דא ביי א פאסירונג וואס איך ווייס גארנישט וואס האט פאסירט, און מיין גאנצע מיינונג איז נאר מכוח פאראורטייל.

ישראל קאפקע » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:29 am

· #237765
פישל'ע העררינג
ישראל,

א אומשולדיגע קינד וואס טשאלענדזשד א פאליציי מאן - לערענט מען אפיציעל אויס אין פאליס אקעדעמי אז עס איז אחת דתו. ווייל אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעוהו, און כדי עס זאלן זיין פאליציי לייט אויף די גאסן מוזן זיי זיך פילען סעקיורד. איינער וואס לויפט אקעגן א פאליציי מאן מיט דער קאפ אויף אראפ - אזוי ווי א באסקעט באלל פלעיער (אזוי איז געוועהן דער עדות'שאפט בעפאר דער גרענד דזשורי) איז דער דעמקאראטישע געזעץ איהם צו דערשיסן. א ווייסע צו א שווארצע צו א ברוינע צו א געלע, יעדער האט דער זעלבע דין.

וואס מען לערנט אויס אין פאליציי אקאדעמיע איז 'אחת דתו' מיינט נישט עפעס, ווייל 'פאליציי אקאדעמיעס' מאכן נישט קיינע 'דתים', און אין אמעריקע איז דאס וואס דער פאליציי לערער לערנט, נאך נישט 'דעמאקראטישע געזעץ'! אנדערע וועלן טענהן אז דאס איז ענדערש 'טיראניע'.
אלמלא מוראה של מלכות, איז די יוסטיץ סיסטעם, אויב הרגעסטו א מענטש גייט די געריכט דיר צוטיילן טויט שטראף אדער לעבנסלענגליכע טורמע, אויב גנבעסטו וכו', נישט אז דער פאליציאנט גייט דיר טויטן פארן לקחנען עטליכע ציגארעטלעך אדער ציקערלעך, א בעסערע ווארט דערפאר איז טעראר.

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:02 am

· #237772
ישראל קאפקע

אלמלא מוראה של מלכות, איז די יוסטיץ סיסטעם, אויב הרגעסטו א מענטש גייט די געריכט דיר צוטיילן טויט שטראף אדער לעבנסלענגליכע טורמע, אויב גנבעסטו וכו', נישט אז דער פאליציאנט גייט דיר טויטן פארן לקחנען עטליכע ציגארעטלעך אדער ציקערלעך, א בעסערע ווארט דערפאר איז טעראר.

דאס איז א ריכטיגער שטרוי מאן ארגומענט. האט פישל'ע געזאגט אז מען דארף הרג'ענען ציגארעטן גנבים?

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:08 am

· #237773
ישראל קאפקע
יאיר
אודאי. מיר רעדן דאך נישט דא פון די סארט הארטע-קערן פאראורטיילער/ראסיסטן. נאר אזעלכע "ווייכע" ראסיסטן וואס פארמאגן בלויז א נטיה, אפשר אפילו אונטער'ן באוואוסטזיין. ווי למשל א ווייסער פאליציאנט וועלכער וועט ווערן מער דערשראקן ווען ער ווערט אטאקירט פון א שווארצן, וואס וועט אים אויטאמאטיש ענדערש מאכן שלעפן דעם צינגל. אדער א מענטש וואס האלט אז מען דארף ארעסטירן דעם ווייסן פאליציאנט אפילו ער האט נישט קיין באווייז אז זיין שלעפן דעם צינגל איז טאקע נגרם געווארן דורך ראסיזם.

נו נו, ווי אגרי טו אגרי אן דע עבאוו סטעיטמענט.
אבער דא איז פאקטיש פארגעקומען א מארד פון אן אומשולדיגן יוגנטליכן, אויך לויט די פאליציסטס ווערסיע האט ער אים געשאסן ווען ער האט אוועקשפאצירט פונעם אטאמאביל, און אלע אנוועזנדע ביישויער שטיצן אונטער דעם פאקט, נו כאטש א געהעריגע פראצעס!

דא האסטו דעם פאליציאנט'ס גירסא מפה קדשו:
<a class="postlink" href="http://abcnews.go.com/WNT/video/darren-wilson-discusses-deadly-confrontation-michael-brown-27181675">http://abcnews.go.com/WNT/video/darren- ... n-27181675</a>

יואב » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:50 pm

· #237853
אלען דערשאוויץ איבער דעם באשלוס פון דער גראנד-דזשורי און איבער איראנ'ס נוקלערע וואפן.

שעפטל » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:28 pm

· #237876
יין שרף
נישט אלע שווארצע זענען צולאזענע גנבים און אומ-ערצויגענע ברואים. פאר גאר אסאך שכינותדיגע שחורים באדערט גאר שטארק די אימעדש וואס די פראטעסטירער לאזן איבער אויפן גאנצע געמיידע.
בילד: אפאר שווארצע איגענטליכע וואלאנטירן צו אויפרוימען די מיוזורי גאסן נאכן פראטעסט.

איך זעה גראדע נישט וויאזוי דו קענסט ציווילעזירן דאס גאנצע טינקעלע פאלק מיטן ברענגן א בילד ווי איינצעלנע רוימען אויף....

מ גפני » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 4:45 pm

· #237881
איך בין נאכנישט איבערגעצייגט אז דאס איז א בילד פון היינט, דארט איז יעצט ביטער קאלט און די חברה גייען אנגעטון זומערדיג

ישמעאל הכהן » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 10:18 pm

· #237933

פלעין יודיש » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 7:03 am

· #237976
ישמעאל, ווי איז צימערמאן?

איש עברי » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 12:51 pm

· #238031
איך ווער משוגע פאר דעם יונגערמאן, ער האט געטוהן א נאבעלע שריט!

כוכב » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 1:01 pm

· #238033
ער הייסט כמדומה יאסי הכהן ווייס מחשובי אנ''ש פאפא וויליאמסבורג. די שמייכל צום סוף הרג'עט עס אביסל, און מ'זעט אז ער איז דארט פאר ענטערטעינמענט פורפוסעס אנלי.

יתרו » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 11:35 am

· #238252
מר. ווילסאן האט היינט\נעכטן ריזייענד פון זיין פאסטן, צו אלעמען'ס פרייד\אנטריסונג, געוואנדען צו וועלכע לאגער\ראסע איר געהערט.
בלאט: 1 2