☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מהר"א מ'סאטמאר אדרעסירט די שוידערליכע פרשה אין א"י

מהר"א מ'סאטמאר אדרעסירט די שוידערליכע פרשה אין א"י

103 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7606
בלאט: 1 2 3

היסטאריקער » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:41 pm

· #236347
מהר"א מ'סאטמאר אדרעסירט די שוידערליכע פרשה אין א"י
ווי באריכטעט אין ערוץ שבעה

ליינט די לעצטע שורה, וועם מיינען זיי דערמיט?

Satmar Rebbe Blames Massacre on Jews Visiting Temple Mount

Satmar Rebbe blames observant Jews ascending Temple Mount for Har Nof massacre, says it 'costs lives.'

The Satmar Rebbe eulogized the victims of the massacre in Har Nof Tuesday, pointing the blame not at the Palestinian Arabs who killed them, but at Jews who ascend the Temple Mount (Judaism's holiest site - ed.) as the cause.

"These days, bad news comes from the holy city of Jerusalem," the Satmar Rebbe stated, as quoted by hareidi website Kikar Hashabbat. "Just today we heard terrifying news from Jerusalem of the loss of precious lives."

Rebbe called to pray and study the Torah in wake of the massacre, ''and to teach the books of our holy Satmar teachers, to memorize the pure view in times like these."

He then pointed an accusatory finger at Jews ascending the Temple Mount.

"Regarding the prohibition of ascending the Temple Mount, which all Jews who fear G-d know demands the punishment of karet [a severe punishment; open to interpretation, could mean premature death or spiritual excision - ed.], it has unfortunately become easy for people to take it lightly because of false beliefs," he stated. "Who knows how many victims were killed by observant Jews going up to the Temple Mount, and who knows what it will cost us, G-d have mercy, as a result of them."

Satmar hassidim believe, based on their interpretation of a Talmudic passage, that the State of Israel should have been established only after the coming of the Messiah.

The more stringent of the Satmar hassidic sect do not visit the Western Wall or Rachel's Tomb because Jews were killed in order to gain control of those sites.

It should also be noted that the hareidi community at large disapproves of ascending the Temple Mount, the allowance of which in Jewish law constitutes a controversial debate among contemporary Torah sources.

This, however, is not the first time the Satmar Rebbe has made controversial statements after a tragedy.

In July, Rabbi Aaron Teitelbaum of Satmar blamed the abduction of murdered teens Naftali Frankel (16), Gilad Sha'ar (16), and Eyal Yifrah (19) on the boys' parents for being "settlers" living beyond 1949 Armistice lines and the “evil inclination and the desire for Jews to inhabit the entire State of Israel.”

Several senior Satmar officials later condemned the statements.

<a class="postlink" href="http://www.israelnationalnews.com/News/News.aspx/187652#.VGzx85so475">http://www.israelnationalnews.com/News/ ... Gzx85so475</a>

אפטעמיסט » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:49 pm

· #236353
דער זכר דארף אן ערענסטער דאקטאר

היסטאריקער » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:05 pm

· #236365
[ציטאט אראפגענומען]



יא, 1) ער האט מפייס געווען קאשויער רב ז"ל ברבים

2) ער האט זיך אפגעשאקעלט פן משה גבאי, איינזעהענדיג אז ער פירט אים שלעכט

ועוד ועוד,אבער לאמיר צוריק גיין צום נושא

פערינא » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:14 pm

· #236371
אלעס פיין און וואיל, אבער פארוואס איז עס געשען אין הר נוף, און נישט אין מאנרא?

גאלד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:15 pm

· #236372
טעות טעות טעות,
ר' אהרן האט גארנישט גערעדט, ערוץ שבע האט ארויפגעלייגט די ראנג בילד, זיי זענען מעתיק פון ככר השבת, דארט שרייבן זיי מפורש אז די רעדע איז פון ר' זלמן לייב,
בחדרי חרדים האט אפי' די קליפ,
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=76098">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=76098</a>

יא דאס געשעהט ליידער ווען ס'נישטא קיין "היכר"

יואב » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:29 pm

· #236378
גאלד

יא דאס געשעהט ליידער ווען ס'נישטא קיין "היכר"

אויב איז טאקע וואר אז זאליקא שטייט אונטער יענע שורות, דאן ברויך מען דוקא נישט א היכר.

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:44 pm

· #236383
די אלע וואס האבן זיך איינגערעדט אז די גאות רוח, טראציגקייט, און אומסענסיטיוויטעט צו מענטשנ'ס געפילן איז עפעס א פערזענליכער פראבלעם פון מהר"א מסאטמאר, זאלן טאקע וויסן אז דאס איז איינגעקריצט אין די גענעס פון מער ווי איין מיטגליד אין די טייטלבוים משפחה.

Ben-Shishim » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:48 pm

· #236384
[ציטאט אראפגענומען]


ר אנאנים
עס פאסט נישט פין דיר אזוי צי רעדען

גאלד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:52 pm

· #236387
יאיר
די אלע וואס האבן זיך איינגערעדט אז די גאות רוח, טראציגקייט, און אומסענסיטיוויטעט צו מענטשנ'ס געפילן איז עפעס א פערזענליכער פראבלעם פון מהר"א מסאטמאר, זאלן טאקע וויסן אז דאס איז איינגעקריצט אין די גענעס פון די גאנצע טייטלבוים משפחה, ומשם יפרד צו גאנץ מלכות סאטמאר.


איך גלייב אז מרים וועבסטער וואלט נישט בעסער געקענט דיפיינען די ווארט "ראסיזם" ווי דער סטעיטמענט

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:53 pm

· #236388
#צימעס אלערט

היסטאריקער » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:53 pm

· #236389
גאלד
טעות טעות טעות,
ר' אהרן האט גארנישט גערעדט, ערוץ שבע האט ארויפגעלייגט די ראנג בילד, זיי זענען מעתיק פון ככר השבת, דארט שרייבן זיי מפורש אז די רעדע איז פון ר' זלמן לייב,
בחדרי חרדים האט אפי' די קליפ,
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=76098">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=76098</a>

יא דאס געשעהט ליידער ווען ס'נישטא קיין "היכר"


אה ב"ה, אבי דער דעת תורה ווערט געזאגט

היסטאריקער » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:54 pm

· #236390
יאיר
די אלע וואס האבן זיך איינגערעדט אז די גאות רוח, טראציגקייט, און אומסענסיטיוויטעט צו מענטשנ'ס געפילן איז עפעס א פערזענליכער פראבלעם פון מהר"א מסאטמאר, זאלן טאקע וויסן אז דאס איז איינגעקריצט אין די גענעס פון די גאנצע טייטלבוים משפחה, ומשם יפרד צו גאנץ מלכות סאטמאר.



איך פארשטיי נישט, זיי מעגן נישט זאגן אז התגרות באומות ברענגט שרעקליכע עונשים אזוי ווי זיי האבן מקבל געווען פון זייערע רבי'ס זצ"ל?

מעגסט האלטן אנדערש, אבער זיי זענן בארעכטיגט צו זייער מיינוג

העלא » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:55 pm

· #236391
קודם עס איז א פאלנע שקר,
ער האט נאך נישט גערעדט פון די רציחה,
צווייטנס, עס פאלט אים יא ביי אז מויזקאפף איז געשטארבן פון זיינע חטאים, וועגןדעם האט ער מספיד געווען ביי זיין לוי' שלא כדרכו,
אבער אזויווי עס שטייט "לייט אמאן דמגלי חטאיו ברבים" וויל ער עס נישט זאגן ברבים
דריטענס, ביי די דריי בחורים האט ער נישט גערעדט פון עבירות וואס ברענגען צרות, ער האט געזאגט אז די אראבערס זענען רוצחים, סא מ'טאר נישט וואוינען אין פלעצער וואס רעגט זיי אויף ווייל מ'שטעלט איין די לעבן אין א סכנה, איך זעה דא נאר ווארעמקייט צו אידן, נישט קיין קאלטקייט, ער האט עס געזאגט מחמת פחד, ווייל ער וואלט געציטערט צו וואוינען דארט,

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 3:56 pm

· #236392
@יאיר כ'בין מוחה אויף דיינע נישט שיינע ווערטער, און @איך אויך פאר דיין לייק.

אגב, טייטלבוימ'ס זענען גארנישט ערגער ווי אנדערע רבי'ס אין דעם הינזיכט (עכ"פ טייל פון זיי).

העלא » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:01 pm

· #236394
סאטמאר רבי (מהר"א) שליט"א האט "נישט" גערעדט זייט די מעשה רצי
איך עפען דעם אשכול מכח ק"ו,
מה דאך אויף שקר וואס איז דא א עשה "מדבר שקר תרחק" און א לא תעשה פון "לא תשקרו", מעג מען עפענען א אשכול, כל שכן אויף א אמת,
ער האט נאך נישט געהאלטן קיין דרשה דערוועגן,
און הר נוץ איז נישט קיין מקום סכנה, ער האט גערעדט ביי די דריי בחורים פון א מקום סכנה,
ער טאר שוין נישט זאגן אז מ'טאר נישט וואוינען אין א מקום סכנה?

ווען ער זאגט נישט, שרייסטו אז ער איז א רבי און מוז זאגן,
ווען ער זאגט יא, איז א משוגענער,
סא אפשר זאגסט אים וואס צו טוהן, ער וויל דירא זייער שטארק צופרידן שטעלן, ער פרובירט צו זאגן נאר וואס דו ווילסט, אבער וויזוי ער זאגט ביזטו נישט צופרידן,
ער איז אובד עצות,

קאם אאן, יו אר סמארטער דען דעט

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:04 pm

· #236395
גאלד
יאיר
די אלע וואס האבן זיך איינגערעדט אז די גאות רוח, טראציגקייט, און אומסענסיטיוויטעט צו מענטשנ'ס געפילן איז עפעס א פערזענליכער פראבלעם פון מהר"א מסאטמאר, זאלן טאקע וויסן אז דאס איז איינגעקריצט אין די גענעס פון די גאנצע טייטלבוים משפחה, ומשם יפרד צו גאנץ מלכות סאטמאר.


איך גלייב אז מרים וועבסטער וואלט נישט בעסער געקענט דיפיינען די ווארט "ראסיזם" ווי דער סטעיטמענט

נישט ממש ראסיזם, נאר סטערעאטיפ. עניוועי, א דאנק פאר'ן אויפמערקן, איך האב געטוישט די ווערטער וואס שמעקן מיט זשענעראלייזעישאן און סטעריאטיפס.

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:06 pm

· #236396
היסטאריקער
יאיר
די אלע וואס האבן זיך איינגערעדט אז די גאות רוח, טראציגקייט, און אומסענסיטיוויטעט צו מענטשנ'ס געפילן איז עפעס א פערזענליכער פראבלעם פון מהר"א מסאטמאר, זאלן טאקע וויסן אז דאס איז איינגעקריצט אין די גענעס פון די גאנצע טייטלבוים משפחה, ומשם יפרד צו גאנץ מלכות סאטמאר.



איך פארשטיי נישט, זיי מעגן נישט זאגן אז התגרות באומות ברענגט שרעקליכע עונשים אזוי ווי זיי האבן מקבל געווען פון זייערע רבי'ס זצ"ל?


ניין זיי מעגן נישט. נישט זיי און נישט זייערע רבי'ס.

outspoken » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:11 pm

· #236397
ס'גארנישט ראנג, בעסער געזאגט מ'איז מחיוב צו טראכטען בשל מי הרעה הזאת ווי מ'האט אלץ אזוי געטון (עיין בויו''מ בהקדמה) און ווען א צרה קומט בחוש עפ''י סיבה אז מ'טוט עפעס און יענע זאך איז אסור עפ''י התורה דארף מען דאס זאגען, ביי ר' אהרן איז געווען די פראבלעם (ביי וועם ס'געווען) אז ער האט פארזענטליך אטאקירט די עלטערן אלץ רוצחים ווען די וואנד איז געווען אפען.

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:14 pm

· #236398
יפשפש במעשיו שטייט, נישט במעשי אחרים.
מ'האט אלץ געטון אסאך רשעות.

לעיקוואד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:15 pm

· #236399
אויב גדעון לוי מעג אזוי זאגען מעג הרב טייטלבוים אויך.

העלא » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:16 pm

· #236400
די תורה האט אויף געזאגט אחרי מות שני בני שלא תמות כדרך שמת פלוני בשעת די וואונד איז געווען אפען,
די רבי האט געזאגט פאר זיינע חסידים אז איז א סעמפל וואס קען געשעהן ווען מ'וואוינט במקום סכנה,
ב"ה אז עס געשעהט נישט יעדן טאג, אבער אז ס'איז געשעהן, האט ער געוואלט מזהיר זיין אז מ'זאל זיך אפהיטן שלא תמות כדרך שמת פלוני

אפטעמיסט » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:19 pm

· #236401
פארטיידיג טאקע דעם גרויס מויל ווייל ביסט געבוירן ביי אן ארוינישער טאטע.

גאלד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:20 pm

· #236402
איך פארשטיי באמת נישט וואס די מילער איז דא, מיר זענען אלע מודה אז טומאת מקדש וקדשיו איז פון די דברים החמורים ביותר שבמקדש, ער האט דאך נישט באשולדיגט די הרוגים אדער זייער משפחה, ס'געשעהן א צרה אין ירושלים, די עלייה להר הבית איז איינע פון די דברים העומדים על הפרק, נו אז איינער רעדט דערפון דארף מען איהם שוין ציפליקן אויף שטיקר

העלא » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:22 pm

· #236404
אפטעמיסט,
ישר כח פארן זאגן דיין מיינונג,
אבער דערווייל האסטו מיר נאכנישט אפגעוואנדן,
איך האב געזאגט אמת'ע פאקטן,

ביטע ווענד מיר אפ, פראף מי ראנג פליז,

דיינע ווערטער קענען איינעם מאכן טראכטן אז "העלא" איז גערעכט, און דו האסט נישט וואס צו ענטפערן,
זאגסטו א סטעיטמענט מענין לענין באותו ענין, וואס ווייזט נישט אז איך בין ראנג

אפטעמיסט » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:27 pm

· #236406
ר' אהרן האט זיך איינגעקויפט מפטיר יונה מיט דעם וואס דיין טאטע איז אן ארוני. יעצט קען ער אפילו מארדן און טון דאס ערגסטע און זיין געטרייער העלא וועט אים פארטיידיגן מיט ציין און נעגל. נאך א מזל דיין טאטע איז אן ארוני

אפטעמיסט » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:33 pm

· #236408
און דו ביסט אויך שולדיג ווייל דער רחמנות אראבער (דא ווערן מיינע אויגן נאס) באדערט זייער א באנטש אז דו גלייבסט נישט אין מוחמד און גייסט א בארד אויף וואס ער האט א טרעידמארק. (דא גייט שוין ממש בכיות). מיין הארץ גייט ממש אויס אויף דעם אומשולדיגער אראבער.

העלא » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:35 pm

· #236409
איך פארטיידיג נישט ר' אהרן מער פון א צווייטן דא אויף קאווע שטיבל,
איך זאג די אמת,
דערווייל ווענד מען מיר נישט אפ,
מ'זאגט נאר אז דאס איז נישט מיין מיינונג, נאר איך זאג אזוי ווייל מיין טאטע איז ארויני, וואס ווער זאגט אז ער איז

איך האב געזאגט פאקטן וואס מאכן סענס,
סא פארוואס קען עס נישט זיין אמת,
הלואי זאל איך מיר איינער אפווענדן וועל איך זעהן אז די אידן וואס רעדן אויף אים ווייסן וואס זיי רעדן,

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:36 pm

· #236410
גאלד
איך פארשטיי באמת נישט וואס די מילער איז דא, מיר זענען אלע מודה אז טומאת מקדש וקדשיו איז פון די דברים החמורים ביותר שבמקדש, ער האט דאך נישט באשולדיגט די הרוגים אדער זייער משפחה, ס'געשעהן א צרה אין ירושלים, די עלייה להר הבית איז איינע פון די דברים העומדים על הפרק, נו אז איינער רעדט דערפון דארף מען איהם שוין ציפליקן אויף שטיקר

סתם ביי די וועי, עלייה להר הבית האט נישט קיין צל צילו איינגעלייגט מיט טומאת מקדש וקדשיו. ס'איז א גדר וואס געוויסע רבנים האבן געמאכט. דער "איסור כרת" דערויף איז ניטאמאל קיין מפוקפק'דיגע משמעות פון אן אגדתא גמרא.

העלא » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:38 pm

· #236412
איך בין פארן אמת,
ווען איינער וועט שרייבן שקר בשם ר' זלמן לייב, וועל איך מיר די זעלבע אננעמען פאר אים,

און ווען איינער זאל מיר פראפן אז ר' אהרן איז ראנג און אז מיינע ווערטער זענען נישט אמת וועל איך עס די זעלבע אננעמען,

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:38 pm

· #236413
עס איז אייביג כדאי צו האלטן פאר די אויגן אז:
איך אויך
אלע סאטמארע רביס האבען געהאט א לויז צינגל ,עס נעמט נישט אוועק פון זייער גרויסקייט/קליינקייט.

און מיט דעם ווערט אסאך זאכן פארענטפערט (אבער בעסער געזאגט קשיא מעיקרא ליכא).

גאלד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:47 pm

· #236414
יאיר
גאלד
איך פארשטיי באמת נישט וואס די מילער איז דא, מיר זענען אלע מודה אז טומאת מקדש וקדשיו איז פון די דברים החמורים ביותר שבמקדש, ער האט דאך נישט באשולדיגט די הרוגים אדער זייער משפחה, ס'געשעהן א צרה אין ירושלים, די עלייה להר הבית איז איינע פון די דברים העומדים על הפרק, נו אז איינער רעדט דערפון דארף מען איהם שוין ציפליקן אויף שטיקר

סתם ביי די וועי, עלייה להר הבית האט נישט קיין צל צילו איינגעלייגט מיט טומאת מקדש וקדשיו. ס'איז א גדר וואס געוויסע רבנים האבן געמאכט. דער "איסור כרת" דערויף איז ניטאמאל קיין מפוקפק'דיגע משמעות פון אן אגדתא גמרא.


קען זיין איך האב א טעות, איך בין גרייט צו מודה זיין, איך קלעים נישט אז איך ווייס אלעס,

איך וויל נאר פארשטיין, די זאגסט עס ווייל עליה "להר הבית" מיינט נישט די עצם מקום המקדש נאר ארויסציר, אדער ווייל דער גאנצער איסור איז נישט גילטיג בימינו,

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 4:49 pm

· #236416
צוליב דער ערשטער סיבה.

גאלד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 5:00 pm

· #236418
אהא

קוק וואס זיי שרייבן דא,

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Temple_Mount_entry_restrictions#Halachic_restrictions">http://en.wikipedia.org/wiki/Temple_Mou ... strictions</a>


berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 5:16 pm

· #236421
אפטעמיסט
און דו ביסט אויך שולדיג ווייל דער רחמנות אראבער (דא ווערן מיינע אויגן נאס) באדערט זייער א באנטש אז דו גלייבסט נישט אין מוחמד און גייסט א בארד אויף וואס ער האט א טרעידמארק. (דא גייט שוין ממש בכיות). מיין הארץ גייט ממש אויס אויף דעם אומשולדיגער אראבער.

אפטעמיסט: א גרויסן יישר כח פאר די אמת'ע און לאגישע דיבורים. ב"ה דו טראכטסט און רעדסט מיט שכל און געפיהל. דער גאנצער שקלא וטריא ווער ס'איז מער ראנג. דער ארויני רעבע אדער דער זאלוני רעבע איז א פלפול של הבל. אבער זיי אלע פארגעסן פון דעים פאקט אז די פארשאלטענע, שמוציגע און סרח'דיגע אראבערס ימ"ש זענען גרויסע רוצחים, און זיי האבן פיינט א יעדן איד באשר הוא שם. מעיג ער יא גיין אדער נישט גיין אויפ'ן הר הבית (די מתפללים, הי"ד זענען דען ארויף אויפ'ן הר הבית?) . זיי האבן אייביג אן אנדערן תירוץ פארוואס זיי הרג'נען אידן. און די טיפשים פון צווישן אינז געבן זיי נאך גערעכט....!

פלעין יודיש » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 5:24 pm

· #236422
ר' זלמן לייב טאר נישט אזוי רעדן אבער אז רב שטיינמאן זאגט איז שוין א אנדערע מעשה, נישט אזוי?
מעקטס שוין אויס ענקערע אויבנדערמאנטע נארישע סטעיטמענטס אז נישט קיקט חלילה אויס ווי עטס האטס מורד געווען אינעם גדול הדור...

בני ביתו של מרן ראש הישיבה הגראי"ל שטיינמן סיפרו לו על הטבח הנורא בבית הכנסת בירושלים, כאשר בתגובה, תקף ראש הישיבה בחריפות את העולים להר הבית ואמר כי הטבח הנורא נגרם כתוצאה מהעלייה להר: "אפילו שהנרצחים לא קשורים לזה - צדיקים נתפסים בעוון הדור"

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 5:58 pm

· #236430
גאלד
אהא

קוק וואס זיי שרייבן דא,

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Temple_Mount_entry_restrictions#Halachic_restrictions">http://en.wikipedia.org/wiki/Temple_Mou ... strictions</a>



יא. אבער די רבנות איז דאך טריפה/ פסול בתכלית הטריפות. יעצט זענען זיי כשר?...!

ראש המדברים » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 6:22 pm

· #236440
אויב די טעמע איז צוריק אויפן טיש איז אינטרעסאנט צו ברענגן א ארטיקל פון א פרומער לויער אין א"י דב הלבטל וואס האט געשריבן אויף מארגן פון די ערשטע טעראר אטאקע ווען די קליין 3 חדשים קינד זיסל בראן איז אומגעברענגט געווארן.

פארוואס האט דאס נישט געברעגט די בייזע בלוט און ענפערס אז ער טאנצט אויף הייסע בלוט?




<a class="postlink" href="http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%93%D7%9E%D7%99-%D7%94%D7%A0%D7%A8%D7%A6%D7%97%D7%95%D7%AA-%D7%96%D7%95%D7%A2%D7%A7%D7%95%D7%AA-%D7%90%D7%9C-%D7%94%D7%9E%D7%AA%D7%A0%D7%97%D7%9C%D7%99%D7%9D-%D7%9E%D7%9F-%D7%94%D7%90%D7%93%D7%9E%D7%94.html">http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%93%D ... D7%94.html</a>

דמי הנרצחות זועקות אל המתנחלים מן האדמה / דעה
יש למתנחלים אחריות בהירצחן של התינוקת והגיורת מאקוודור בידי בני עוולה. הם אינם יכולים לומר - עינינו לא ראו. כך נגיע לאינתיפאדה שלישית. יתכן שחלק ימנע, אם השר אריאל ייעצר (דעות)
עו"ד דב הלברטל|ד' בחשוון תשעה 16:30 28.10.14
הדפסה
אאא
כותב השורות, דב הלברטל - דם הנרצחות זועק למתנחלים
כותב השורות, דב הלברטל (צילום: קובי ישעיהו)
יש למתנחלים אחריות בהירצחן של התינוקת והגיורת מאקוודור בידי בני עוולה. הם אינם יכולים לומר - עינינו לא ראו.

כי כך זה התחיל: שלושת החטופים הי"ד עמדו בטרמפיאדה בשעות הלילה המאוחרות. הם חונכו על ברכי האידיאולוגיה המנחילה בליבות הנוער כי בהיותם אדוני הארץ, נחלת אבותינו, זכותם לעמוד בטרמפיאדות באמצע הלילה, לבד. ומה יעשו הם, נערים תמימים, ולא יחטאו? הם נחטפו ונרצחו על ידי מרצחים שפלים מהחמאס, שלא התחשבו בשיכרון הכוח של המתנחלים.

בתגובה, הצבא פשט על החמאס בשטחים. בתגובת נגד, החמאס בעזה ירה טילים. מלחמת צוק איתן החלה. שישים וששה חיילים נהרגו. מתנחל הרג ערבי ממזרח ירושלים כנקמה. ערביי מזרח ירושלים החלו בפרעות. ערבי דרס את התינוקת ואת הגיורת מאקוודור.

הנה הקשר של סיבה ומסובב. המתנחלים הם חלק גדול בסיבה, והשאר מסובב. נציג המתנחלים בממשלה, השר אריאל, השרוי באופוריה מעוצמתו הפוליטית הגוברת, כבר עלה על הר הבית. הוא גם יעבור לגור בכפר סילוואן. כך, כסיבה ומסובב, נגיע חלילה לאינתיפאדה שלישית. יהודים ייהרגו וייפצעו. המתנחלים יעצימו את אחיזתם בנחלת אבותינו, בנצלם את השנאה. הערבים יגבירו את התפרעויותיהם. המתנחלים יאמרו שזו מלחמת גוג ומגוג.

• עשו לייק לעמוד הפייסבוק של 'חדשות' ותישארו מעודכנים
יתכן שחלק ימנע, אם השר אריאל ייעצר במעצר בית מנהלי. דבר זה מתבקש. כך היו נוהגים בכל מתנחל שבפרובוקציות שלו מסכן חיים.

בקשר זה של סיבה ומסובב, כבר נרצחו יהודים רבים. כי מה הוא האדם לעומת האדמה. הרי אנשים נולדים ומתים, אך לאדמה אין תחליף. כך הסביר הרב שך את האידיאולוגיה של המתנחלים. ועוד הוסיף הרב שך: יהודים מוסרים נפשם על אידיאולוגיות זרות, שאין להן אחיזה במקורות. אדרבא, התורה מזהירה שלא יעפילו לעלות אל ראש ההר. וזו אזהרה לדורות. וחלילה להעפיל אל ראש ההר תוך התגרות באומות העולם, במעטה של מצווה ועניינים שבפנימיות התורה, ולא עוד אלא שמחשיבים מצווה זו למצוות יישוב הארץ.

ישנם מטיפים ומסיתים לדבר, ומכריזים ללכת דווקא למקומות אשר הינם בגדר ויעפילו לעלות אל ראש ההר. אלו דברי הרב שך. אין ספק - כיום אלה הם השר אריאל וחבריו, אנשי כפר סילוואן.

הם, המורדים באומות העולם ובגדולי הדור, בעלי דת חדשה המקדשת את האדמה מעל האדם.

אך לעת זו, כאשר הסיבה כבר הביאה אל המסובב, דמי התינוקת והגיורת מאקוודור זועקים זעקה זו אל המתנחלים, מן האדמה, ספוגת הדם היהודי.

מאטי » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 9:38 pm

· #236484
ס'איז זייער וויכטיג צו אנאליזירן די ווערטער פון ביידע סאטמערע פירער. יעדעס ווארט זייערע איז געמאסטן און געוואויגן בי"ג נפה וכברות, זיי זענען באמת דורכגעטראכטע אקעדעמישע טיפע טראכטער (ווי זייערע וויקיפידיע זייטלעך געבן אן) און צום מערסטנס, האבן זיי טיף ארויס דעם סאטמער געשטימטע טעאלאגיע ממש כמונח בקופסא. ווי ר' משה ז"ל אונטער יענע חופה ביים פסק'נן "אינה נאמנת."

בנוסף האבן זיי א פראפעסיענאלע שטאב פון רעדע שרייבער אין שפיץ פון א קאמיוניקאציע דירעקטער וואס איז אן עקספערט אין שרייבן פאליסי און געווינען דעם דעת הציבור.

אלזא א שורה, א ווארט, פון די צוויי רבי'ס, א דריי מיט די נאז, א געוויסע טאון, איז באמת ווייטגרייכענד! און איז ווערט אן אנאליז, וואס פונקטליך ליגט אונטערן ווארט, וועלכע באהאלטענע טיפע דינאמיקס זיי האבן פארשטאנען אין די ישראלישע פאליטיק וואס אונז פשוט'ע המון עם האבן פשוט פארפאסט.

ישמעאל הכהן » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 9:39 pm

· #236485
דו מוזט זיין סארקאסטיש... קאם אן מאטי! זאז מיר נישט אז נישט..

האלאנד » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 10:40 pm

· #236496
@ראשאקאל די פארעקלסט מיך

אפטעמיסט » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 10:47 pm

· #236498
אוי וויי, פארוואס? האסט געזען א מייז אין זיין הויז?

zurich » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:00 pm

· #236504
עטץ זענטץ א באנדע אזיאטישע מארמארישע פערד! יא ס' קלאר ווי די טאג אז די אראבער זענען זייער בייז אויף דעם וואס מען גייט ארויף אויפן הר הבית איף יו לייק איט אר נאט!! ס' האט גארנישט צוטוהן צו די תורה לויט עס צו נישט! זיי רעגן זיך דערויף און פארטיג! פיריעט!! און וועגן דעם האט זיך די ערשטע אינטיפאדע אנגעהויבן ווען שרון איז ארויפגעגאנגען צום הר הבית

און ווייל ר' אהרן זאגט עס "מיינט נישט אז ס' נישט אמת"

מאטי » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:10 pm

· #236507
ציריך טייערער, וויפיל איז די שיעור וואס דו ביסט וויליג אויפצוגעבן פון דיין פרייהייט אבי נישט אויפצורייצן די אראבער. אויב למשל, גיין צום כותל, רייצט זיי אויף, דארף מען זיך פארמיידן פון גיין? וואס טוט זיך אויב למשל ס'באדערט זיי אז אידן גייען מיט לאנגע פיאות, איז אראפ דערמיט? לערן דיך אויס א כלל וואס די גאנצע פרייע וועלט נעמט אן אלס א פשטות (חוץ, פארשטייט זיך ווען מ'האנדלט איבער מד"י) פרייהייט איז קיינמאל נישט אויפן פארהאנדלונגס טיש, ניטאמאל ביים ערשטן שטאפל וואס קען אוועקגעקוקט ווערן.

אפטעמיסט » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:14 pm

· #236510
גוט געזאגט, מאטי. איך האב אקוראט די זעלבע געשריבן פריער.

אני הקטן
אז דו ביסט אויך שולדיג ווייל דער רחמנות אראבער (דא ווערן מיינע אויגן נאס) באדערט זייער א באנטש אז דו גלייבסט נישט אין מוחמד און גייסט א בארד אויף וואס ער האט א טרעידמארק. (דא גייט שוין ממש בכיות). מיין הארץ גייט ממש אויס אויף דעם אומשולדיגער אראבער.

zurich » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:18 pm

· #236512
סא מאטי ביסטו בעסיקלי מודה אז דאס איז טאקע די שילד דיין טענה איז נאר אז פאר פרייהייט לוינט זיך עס.
עם איי קארעקט?

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:24 pm

· #236514
לערנט זיך דאס אויס, ווען א רעיפיסט איז מאנס א יפת תואר וואס גייט האלב נאקעט, איז דער רעיפיסט דער איינציגער שולדיגער אין דעם פארברעכן.
ווען א מוסלעמענער רוצח אטאקירט אן אומשולדיגער ישראלי איז דא איין שולדיגער: דער רוצח. הוא ולא אחר.
ווען דער נאצי פארגאזט א איד ווייל עס געפעלט אים נישט זיין נאז, איז דער נאצי דער איינציגער שולדיגער.
אויב דו ביסט א פסיכאלאג און דו ווילסט שטודירן וואס מאטיווירט א רוצח, דאן ביסטו פרייוויליג אנצוגעבן די קראנקהאפטע מוח פראצעדור פון דעם רוצח/ רעיפיסט/ נאצי.
אויב מען קומט דיר אנפרעגן אן עצה, קענסטו ראטן די יפת תואר צו גיין פארדעקט, דעם איד צו מאכן א נאז ארבעט, און דעם ישראלי ארויסצומופן פון ישראל, און אזוי ארום זיך ארויסצודרייען פון די אכזריות'דיגע לאפעס פון דעם פארברעכער.

מאטי » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:53 pm

· #236517
zurich
סא מאטי ביסטו בעסיקלי מודה אז דאס איז טאקע די שילד דיין טענה איז נאר אז פאר פרייהייט לוינט זיך עס.
עם איי קארעקט?
ס'נישט א פראגע צו ס'לוינט, ס'איז א פראגע פון פרעצעדענט. ס'איז א פראגע פון ווי אזוי ראציאנאלע מענטשן מאכן החלטות אין לעבן געוואנדן לויט די טשאנסן לכאן ולכאן.

ס'איז קלאר אז מיט דרייוון צוויי אהאלב שעה אין די זומער צוויי מאהל א וואך איז מען ענדערש אויסגעשטעלט צו זיין פארמישט אין אן עקסידענט ווי בלייבן אינדערהיים. אלזא, איז דא מקום צו זאגן אז דער וואס טוט דאס איז אומ'אחריות'דיג?

דער אמת איז; יעדע זאך וואס מ'טוט אין לעבן האט קאנסעקווענצן, גיין צו תשליך, דרייוון א היילאו, בויען בנינים, בלייבן ליגן אין בעט קען ברענגן וואסער אין די לונגען, אפילו יעצט שרייבענדיג אויף א סמארט פאון, וואס א יוגענטליכער אין כינע האט צוזאמגעשטעלט אונטער אוממענטשליכע באדינונגען פון אן אכזריות'דיגן אומקאנטראלירטער אויפזעער, און א שיינע מספר שטארבן אזוי אוועק יעדעס יאר, בין איך אומוועלנדיג א שותף דערין.

די נקודה איז, אז די וויכטיגקייט פון די פעולה לויט די ריזיקע דארף באלאנסירט ווערן געוואנדן לויטן פרעצעדענט ווי אזוי רוב נארמאלע מענטשן פירן זיך אויף. אויב האט מען נאכגעפאלגט די דאזיגע סאציאלע אנגענומענע פראצעדורן, דאן ווען אן אומגליק פאסירט, אדרעסירט מען די רעזולטאטן בלויז צו די וואס האבן פארלעצט די כללים.

יאיר האקט..

ישראל קאפקע » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 12:35 am

· #236522
מאטי
ציריך טייערער, וויפיל איז די שיעור וואס דו ביסט וויליג אויפצוגעבן פון דיין פרייהייט אבי נישט אויפצורייצן די אראבער. אויב למשל, גיין צום כותל, רייצט זיי אויף, דארף מען זיך פארמיידן פון גיין? וואס טוט זיך אויב למשל ס'באדערט זיי אז אידן גייען מיט לאנגע פיאות, איז אראפ דערמיט? לערן דיך אויס א כלל וואס די גאנצע פרייע וועלט נעמט אן אלס א פשטות (חוץ, פארשטייט זיך ווען מ'האנדלט איבער מד"י) פרייהייט איז קיינמאל נישט אויפן פארהאנדלונגס טיש, ניטאמאל ביים ערשטן שטאפל וואס קען אוועקגעקוקט ווערן.


ווי איינער האט שוין אנגעמערקט ערגעץ אנדערש
''הרי אנשים נולדים ומתים, אך לאדמה אין תחליף!''
אזוי האט רב שך כאראקטעריזירט די מתנחלישע אידיעלאגיע,

ווי אלל געט איט, די מתנחלים האלטן אז עס איז אן ענין פון 'רעכטן' און 'פרינציפן', אפי' אן ענין פון א 'מצוה',
זיי זענען אבער (ב''ה) נישט די איינציגסטע הוגה דיעות אין דעם פרומען לאגער אין ארץ ישראל, ווי אונז זעען אז פאראנטווארטליכע פירער האבן זיך אויסגעדרוקט, ווי הרב שטיינמאן שליט"א האט געזאגט, און די רעליגיעזן פירער פון עפעס א קליינטשיגע קהילה אין ירושלים ''האט מעורר געווען 'זיין קהילה' אין א לייוו הוקאפ,''
און אנאליסטן שרייבער און עדיטאריעלס האבן שיין ארויסגעברענגט,

נאך א וויכטיגע פונקט וואס @מאטי און @יאיר דארפן נעמען אין באטראכט, די פיר קרבנות האבן אויסדרוקליך 'נישט' מיטגעטיילט די אידעאלאגיע וואס מיר באהאנדלען דא, אין דעם זין זענען זיי פשוט אומשולדיגע קרבנות צו אן אידעאלאגיע וואס האט ווארשיינליך גורם געווען זייער מארד,

מאטי » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 12:48 am

· #236525
ישראל, מאכט אייך באקאנט מיט דעם פאלגענדע logical fallacy וואס איר האט זייער ליב צו נוצן.

Blind Loyalty (also Blind Obedience, the "Team Player" appeal, or the Nuremberg Defense). The dangerous fallacy that an argument or action is right simply and solely because a respected leader or source (an expert, parents, one's own "side," team or country, one’s boss or commanding officers) say it is right.

This is over-reliance on authority, a corrupted argument from ethos that puts loyalty above truth or above one's own reason and conscience. In this case, a person attempts to justify incorrect, stupid or criminal behavior by whining "That's what I was told to do," or “I was just following orders."

ישראל קאפקע » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 12:56 am

· #236528
קען נישט זיין ווייטער פון מיר!
Blind conformity צו normative ideology איז די היפך פון מיין נאטור, (און איך מיין אז דו ווייסט דאס גאנץ גוט)

Blind Obedience איז נישט ממש דאס, עס איז ווען איך גיי 'טון' אומריכטיג מיט א פארענטפערונג פון 'אויטאריטעט!' (!not even in another life)
בלאט: 1 2 3