מהר"א מ'סאטמאר אדרעסירט די שוידערליכע פרשה אין א"י
103 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7606
Blind obedience איז בלויז א געוויסע פונקט אינעם fallacy.
The dangerous fallacy that an argument or action is right simply and solely because a respected leader or source (an expert, parents, one's own "side,"
כ'האף דו פארשטייסט וואס איך מיין.
ויפתח אלוקים את פי האתון.
איך האב שוין געווארט אויף דעם. ווער וועט זיין דער ערשטער וואס וועט ארויסווייזען זיין בהמישקייט.
יעצט דארף מען נאך הערען וואס ניטורי חיזבללה האבען צו פארקויפען.
אין מדינת ישראל שרייען אלע פאליטישע פארטייען אויסער הבית היהודי אז דאס איז וועגן הר הבית, ביבי נתניהו, אביגדור ליבערמאן, די צוויי גרעסטע רעכטע פאליטיקאנטן שרייען אז דאס קומט נאר וועגן די הר הבית ארויף גיין, אויך די ש.ב. זאגן די זעלבע, דאס איז נישט קיין מלחמה איבער א מדינה דאס איז א מלחמת דת, און טאקע דערפאר זענען זיי אריין אין א שוהל און געהארגעט נאר חרדים.
עפ"י תורה איז אסור ארויף צו גיין אויפן הר הבית באיסור כרת אזוי פאסקנען די פרומע רבנים פון די קנאים, אגודה, דגל, ש"ס, ביז די רבנות הראשית, און ווען הגאון חכם עבדי' יוסף זצוק"ל האט געזאגט די זעלבע זאך תש"ס ווען שרון איז ארויף אויפן הר הבית האט עס יעדער פארשטאנען, דא רעדט מען פון א איסור כרת עפ"י תורה און פון טיפשות עפ"י פאליטיק.
ווען דער רב הראשי ר' יצחק יוסף האט געזאגט ביים הספד פון הבחור הקדוש נכד ר' שמעון בעדני, ביים לוי' ווען מתו מוטל לפניו נישט אין ניו יארק, אז דאס איז א עונש אויפן עובר זיין אויף די איסור כרת האט עס יעדער פארשטאנען, אבער יעצט אז א סאטמאר רבי זאגט עס איז עס פסול טרייף.
דאס דערמאנט מיר די מעשה פון איינע פון די רבנים וואס איז געפארן אויף א באן אין די צ' יאהרן און א פרייער איד האט עם אנגעשריגן אז ער מאכט א חילול השם מיטן גיין די אלטמאדישע קליידער א הוט און בעקישע, דער רב האט זיך נישט פארלוירן און גענפערט איך באלאנג פאר די אעמיש באפעלקרונג נישט פאר די אידישע, דער פרייער איד האט זיך שנעל אנטשולדיגט און מחזק געווען זיין טראדיציע פון אעמיש, דער רב האט עם אנגעהויבן צו באשייגעצן, אעמיש אויב גייען זיי מיט זייער טראדיציע זענען זיי גוט און אידן מאכן א חילול השם?
סאטמאר רבי מעג זאגן וואס ער האלט פונקט ווי דער רב הראשי מעג, און להבדיל ווי יעדער פרעדיגער פון די רעכטע און די לינקע מעגן, און זיי דארפן נישט קוקן וואס צוויי דריי פרייע אידן אויף קאווע שטיבל וועלן זאגן אויף זיי, ווייל די זעלבע אידן וועלן פארטיידיגן די זעלבע ווערטער אויב ווערט עס געזאגט פון א רב הראשי בשעת די לוי'.
דאס זעלבע פאר די צוויי סאטמאר פראקציעס, ווען איינער זאגט די ווערטער שרייט דער צווייטער שפיכת דמים, אבער ווען זיין רבי זאגט עס איז עס גוט און פיין, קוק זיך אן יעצט און געדענק עס ווען דער צווייטער זאגט עס, איך ווייס אז יעדער וועט האבן א זאק מיט תרוצים אז יעצט איז אנדערש
הגאון רבי דן סגל שליט''א האט אויך משמיע געווען די זעלבע ווערטער אינטערסאנט אז קיינער פילט נישט פאר וויכטיג צו באפאלען נאר די סאטמארע רביס
יעצט אדרעסירט עס,
ער וויינט בבכיות נוראות,
די רגע געזאגט די ווערטער "אראבערס רוצחים", ער האט עס אויך געזאגט ביי די פאריגע רציחה
ווער וויינט?
ער האט טישוס?
Breaking News Tweets @MajorNewsTweets 10m10 minutes ago
Satmar Rebbe wishing the tears now while saying Divra hesped on the 4 kedoshim at terror in attack in Jerusalem hookup 2124449899 ex.311
0
אלע רבנים מורי הוראה האבן געהאלטטן איז התגרות באומות איז רציחה,
די גבול פון התגרות איז ווילאנג ער שטערט דיין פריוואטע לייף,
אונז זעמיר אין גלות און די לענדער זענען ביי די גוים,
פלעצער וואס זיצן ביי די אראבערס אז דו גייסט אריין דארט, האט עס גארנישט מיט דיין פריוואטע לייף, זאגן אלךע רבנים און מורי הוראה אפילו הרב שטיינמאן אז עס הייסט התגרות באומות,
אבער עטליכע קאווע שטיבל שרייבער, וואס אין בית מדרש קוקט זיי קיינער אהן זאגן אז עס הייסט נישט,
וועם גלייב איך?
איך וועהל אויס ענדערש די רבנים ומורי הוראה בישראל
ער האט זיין טאש טיכל,
ער זאגט זייער קלאר די שולד פון די עולי הר הבית
וואס האבן זיך פארגליסט דאס זעלבע ווי די מתנחלישע קבוצות, וואס דאס איז די שורש פון די לעצטערע רציחות אויף די אידן ר''ל.
ער אדרעסירט אויך די ארגונים וואס פלאנען צו בויען די בית המקדש
העלאאלע רבנים מורי הוראה האבן געהאלטטן איז התגרות באומות איז רציחה,
די גבול פון התגרות איז ווילאנג ער שטערט דיין פריוואטע לייף,
אונז זעמיר אין גלות און די לענדער זענען ביי די גוים,
פלעצער וואס זיצן ביי די אראבערס אז דו גייסט אריין דארט, האט עס גארנישט מיט דיין פריוואטע לייף, זאגן אלךע רבנים און מורי הוראה אפילו הרב שטיינמאן אז עס הייסט התגרות באומות,
אבער עטליכע קאווע שטיבל שרייבער, וואס אין בית מדרש קוקט זיי קיינער אהן זאגן אז עס הייסט נישט,
וועם גלייב איך?
איך וועהל אויס ענדערש די רבנים ומורי הוראה בישראל
איך בין גראדע איינער פון די גרויסע גדולי ישראל. ווען דו ווייסט ווען ווער, וואלסטו גע'חלש'ט.
אויב דו האסט סמיכה להוראה פון א מו"ץ סמוך,
הייב איך אהן זיך צו רעכענען מיט דיין פסק,
אבער עטליכע קאווע שטיבל שרייבער, וואס אין בית מדרש קוקט זיי קיינער אהן
גילוי אלערט!!
בקיצור וואס ר' אהרן האט געזאגט אפאר מינוט צוריק,
1. מספד געווען די קדושים בקול בכי (צו ער האט זיך געמאכט וועל איך לאזן פאר יעדנס עמעדשענעשן)
2. זיי אנגערופן, "יראי השם", "מקיימי מצות", "תמומי לב",
3. געוואונטשן א רפואה שלמה פאר די נזקקים
4. מזכיר געווען די אלע לעצטערע רציחות,
5. מ'טאר חלילה נישט טראכטן פון נעמען נקמה אין אונזער הענט,
6. נאר גאט קען דאס טאן, און ער וועט עס אוואדי טאן,
7. ס'העכסט צייט אז כלל ישרא' זאל פארדאמען און פארשרייען די אלע אויפרייצערס,
8. דאס בלוט ליגט אויף זייערע הענט,
9. ממה נפשך גלייבסטו אז דער הר הבית איז א מקום קדוש מוזטו דאך גלייבן אז ס'איסור דארט צו גיין, און אז נישט וואס זוכסטו דארט,
10. די גאנצע וועלט ספראוועט זיך מיט די "חיות טורפות" (אייסיס ודומיהם),
11. ווי איז די אחריות פון זיך גיין רייצן מיט זיי,
בערך, תנא ושייר,
מאי שייר דהאי שייר?
#9 איז "קולע באבן אל-השערה!"
גאלד, וואס איז די נפק''מ פון #7 ביז #11
טוה מיר א טובה פארהער מיך נישט, מיין ציל איז נאר דא צו ברענגען דברים כהוויתן לויט מיין בעסטער זכרון, און זאל דער המון אליינס דורש זיין לשבח או לגנאי,
כמאמר החכם FOX NEWS: ווי ריפארט יו דיסייד
"9. ממה נפשך גלייבסטו אז דער הר הבית איז א מקום קדוש מוזטו דאך גלייבן אז ס'איסור דארט צו גיין, און אז נישט וואס זוכסטו דארט"
כמאמר החכם: "דעטס די בעסט יו גאטט?"
( א צימעס אין די זייט ?)
אחב"י בפרט חסידי סאטמאר מהרז"ל - ביטע טוט נישט די זעלבע טעות ווי פאריגע מאל זיך אנצונעמען פאר די מתנחלים דעמאלט איז עס געווען בשוגג מ'האט זיך נישט געכאפט מיט וואס מ'שפילט
אבער די כלל איז פון א טעות לערנט מען זיך נישט מ'חזר'ט דאס איבער נעמט ענק נישט אן פאר די מתנחלים
גאנצל( א צימעס אין די זייט ?)
אחב"י בפרט חסידי סאטמאר מהרז"ל - ביטע טוט נישט די זעלבע טעות ווי פאריגע מאל זיך אנצונעמען פאר די מתנחלים דעמאלט איז עס געווען בשוגג מ'האט זיך נישט געכאפט מיט וואס מ'שפילט
אבער די כלל איז פון א טעות לערנט מען זיך נישט מ'חזר'ט דאס איבער נעמט ענק נישט אן פאר די מתנחלים
קיינער האט זיך נישט אנגענומען פאר די מתנחלים, מ'האט זיך אנגענומען פאר די צובראכענע עלטערן פון די דריי בחורים וואס זענען פערזענליך אטאקירט געווארן.
וויאזוי זאגט נאר וויי וועלט יחי ההבדל הקטן.
<a class="postlink" href="http://www.ch10.co.il/news/108254/#.VG4xvzTF8rU">http://www.ch10.co.il/news/108254/#.VG4xvzTF8rU</a>
<a class="postlink" href="http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%94%D7%A8%D7%91%D7%99-%D7%9E%D7%A1%D7%90%D7%98%D7%9E%D7%A8-%D7%9C%D7%90-%D7%9C%D7%A0%D7%A7%D7%95%D7%9D-%D7%9C%D7%9E%D7%97%D7%95%D7%AA-%D7%A0%D7%92%D7%93-%D7%91%D7%A0%D7%99%D7%99%D7%94.html">http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%94%D ... D7%94.html</a>
<a class="postlink" href="http://www.ladaat.info/article.aspx?artid=16139">http://www.ladaat.info/article.aspx?artid=16139</a>
<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/418445">http://www.jdn.co.il/news/418445</a>
די דרשה פונעם רב הראשי הרב יצחק יוסף ביי די לוי' פון הבחור שלום אהרן בעדני הי"ד לפני מיטתו
📎 1505516_390183481130088_2507691329661823526_n.jpg
ראש המדבריםhttp://www.ladaat.info/article.aspx?artid=16139
<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/418445">http://www.jdn.co.il/news/418445</a>
אלץ איז יענער שולדיג. די ווייבער, די ציונים. וואס איז מיט זיך?
ער זאגט אז אין הימל איז ער נישט אבער מיט אויגן פון א בשר ודם קען ער זאגן וואס ער זעט
און ער זעהט אז ער מיט זיינע מענטשן זענען ריין ווי די ווינט-געבלאזענע שניי.
ישראל קאפקע
נאך א וויכטיגע פונקט וואס @מאטי און @יאיר דארפן נעמען אין באטראכט, די פיר קרבנות האבן אויסדרוקליך 'נישט' מיטגעטיילט די אידעאלאגיע וואס מיר באהאנדלען דא, אין דעם זין זענען זיי פשוט אומשולדיגע קרבנות צו אן אידעאלאגיע וואס האט ווארשיינליך גורם געווען זייער מארד,
מיינסט אודאי צו זאגן: אומשולדיגע קרבנות צו אן אידעאלאגיע וואס זאגט אז אויב מיר געפעלט נישט די אידעאלאגיע פון געוויסע מענטשן פון איין רעליגיע דארף מען אויס'הרג'ענען אלע מענטשן פון יענע רעליגיע.
בדרך אגב, איך האלט נישט אז ארויפגיין אויפ'ן הר הבית, אדער סיי וואספארא רעליגיעזע אידעאלאגיע, איז ווערד צו שטעלן אפילו איין מענטש אין א צל ספק פון סכנה.
ס'איז די צוויי אידעאלאגיעס אינאיינעם, וואס איז גורם די טרויעריגע פאלגן.
יאירישראל קאפקע
נאך א וויכטיגע פונקט וואס @מאטי און @יאיר דארפן נעמען אין באטראכט, די פיר קרבנות האבן אויסדרוקליך 'נישט' מיטגעטיילט די אידעאלאגיע וואס מיר באהאנדלען דא, אין דעם זין זענען זיי פשוט אומשולדיגע קרבנות צו אן אידעאלאגיע וואס האט ווארשיינליך גורם געווען זייער מארד,
מיינסט אודאי צו זאגן: אומשולדיגע קרבנות צו אן אידעאלאגיע וואס זאגט אז אויב מיר געפעלט נישט די אידעאלאגיע פון געוויסע מענטשן פון איין רעליגיע דארף מען אויס'הרג'ענען אלע מענטשן פון יענע רעליגיע.
בדרך אגב, איך האלט נישט אז ארויפגיין אויפ'ן הר הבית, אדער סיי וואספארא רעליגיעזע אידעאלאגיע, איז ווערד צו שטעלן אפילו איין מענטש אין א צל ספק פון סכנה.
יאיר: דו דארפסט זיך נישט פארענטפערן. די אישו דא איז נישט וואס רו און איך האלטן. ס'איז, אז מ'טרעפט אייביג צו יענעם'ס חטאים. דאס אז אין אייגענעם הויף אדער שטעיטל איז אויך נישט אלעס אין גרעסטן ארדענונג, און אפשר וואלט כדאי געוועין איינמאל, פאר א טשעינדזש אנהייבן מפשפש במעשים זיין ביי זיך אליינס, דאס פאלט נישט איין.
ס'איז דא א באקאנטע מעשה אויף דעים. די חיות האבן איינמאל געמאכט אן אסיפה כללית וואו מ'האט באהאנדלט די מעגליכע סיבה פאר די צרות וואס האט זיי באפאלן אין די לעצטע צייטן. אלע חיות און בהמות זענען געקומען צום מיטינג. האטציך אויפגעשטעלט דער לייב אלס ראש המדברים (נישט דער ניק אין קאווע שטיבל.) און ער האט געזאגט. "את חטאי אני מזכיר. איך בין געגאנען אויף מיין וועיג ווען כ'האב געזעהן א סטאדע מיט אקסן ביניך באפאלן איינעם פון זיי און פארציקט. האטץיך אנגערופן דער שופט פון די חיות. "ניין. דו ביסט נישט שולדיג. דאס איז דיין נאטור. דו פארציקסט די שואכערע...! נעקסט האטציך אויפגעשטעלט דער טיגער, און געזאגט די זעלבע. די ענטפער פון די שופטים איז געוועין די זעלבע...זיי זענען נישט שולדיג. זיי זענען דאך חיות טורפות. און דאס איז זייער נאטור. און אזוי זענען אדורעך אלע חיות. און מ'האט זיי געענטפערט די זעלבע. ביז...צום סוף איז געקומען די שעפעלע און ער האט געזאגט. רבותי, איך וויל מודה זיין אויף אן אומרעכט וואס איך בין באגאנגען. ס'איז אדורעך געפאהרן א וואגן פול מיט שטרוי, דארט וואו מיין שטאל איז. ס'איז אראפגעפאלן א שטרוי פונ'ם וואגן. איך בין זייער שטארק הונגעריג געוועין האביך עס אויפגעהויבן און געגעסן. זענען אלע חיות ארויפגעשפרינגען אויף די שעפעלע און געזאגט..."יא. דו ביסט שולדיג אין אלע אונזערע צרות"...! די נמשל איז זייער פארשטענדליך...!
ר' בערל ,ובזמננו זאגט מען נאך יארמער רב'ס ווארט אז ראחמסטריווקא האלט אפ משיח. והכוונה חדא היא.
ישראל קאפקעס'איז די צוויי אידעאלאגיעס אינאיינעם, וואס איז גורם די טרויעריגע פאלגן.
לויט דיין געדאנקענגאנג האבן צוויי אידעאלאגיעס אינאיינעם גורם געווען די האלאקאוסט: אידישקייט און נאציזם.
איך פארשטיי נישט, יעדען צווייטן טאג איז דא ביי אונז אסיפות, מחאות, אויף פירצות וואס זענן דא בתוך מחנינו, אינטערנעט, צניעות, און נאך, ביי יעדע אומגליק ל"ע ווייזן די רבנים וואס עס דארף א תיקון,דעמאלס רייסט מען אראפ די רבנים היתכן זיי זוכען חסרונות,
יעצט ווען מ' זאגט נאך אז די עונש פאר התגרות באומות איז אז "אני מתיר את בשרכם כצבאות או כאילות השדה", שרייט מען זאל ער זוכן אין זיין שטאדט
נישט אין זיין שטאט, אין זיין הארץ.
יאירנישט אין זיין שטאט, אין זיין הארץ.
ער דארף צוזאם רופן אן עצרת התעוררות כדי אליין תשובה צו טאן?
דאס איז בינו לבין קונו
היסטאריקעראיך פארשטיי נישט, יעדען צווייטן טאג איז דא ביי אונז אסיפות, מחאות, אויף פירצות וואס זענן דא בתוך מחנינו, אינטערנעט, צניעות, און נאך, ביי יעדע אומגליק ל"ע ווייזן די רבנים וואס עס דארף א תיקון,דעמאלס רייסט מען אראפ די רבנים היתכן זיי זוכען חסרונות,
יעצט ווען מ' זאגט נאך אז די עונש פאר התגרות באומות איז אז "אני מתיר את בשרכם כצבאות או כאילות השדה", שרייט מען זאל ער זוכן אין זיין שטאדט
לדעתי דארף מען כאטש איין מאל יאר מאכען אן אסיפה נאר למען מ'זאל קאנגרעדולעיטען יעדן איינעם פאר'ן לערנען, פאר'ן דאווענען, פאר די צדקה וחסד וואס זיי טוהען, פאר די גוטע קינדער וואס זיי האדעווען, א.א.וו.
פארוואס זאמעלט מען מענטשען נאר צו זידלען און קלייבען געלט?
כ'דענק גראדע דער ברך משה ווען ער האט מספיד געווען זיין טאכטער חי' ע"ה וואס איז אוועק פון קענסער ל"ע, האט ער אויסגערופן איך בין א חוטא און וויל מיך מתודה זיין חטאתי עוותי פשעתי,
און דער זעלבער ברך משה איז געווען רבי כמעט 30 יאר האט קיינמאל געמאכט קיין העדליינס מיט קנאות סטעיטמענטס,
נאר אז ס'דא קאמפעטישן פרובירט יעדער צו איבערשטייגן דעם אנדערן מיט קנאות,
הירשל ציגלדעתי דארף מען כאטש איין מאל יאר מאכען אן אסיפה נאר למען מ'זאל קאנגרעדולעיטען יעדן איינעם פאר'ן לערנען, פאר'ן דאווענען, פאר די צדקה וחסד וואס זיי טוהען, פאר די גוטע קינדער וואס זיי האדעווען, א.א.וו.
פארוואס זאמעלט מען מענטשען נאר צו זידלען און קלייבען געלט?
מ' טוט דאס נאך יעדע מסכת וואס מ' איז מסיים אין די אלע חבורות, חוץ מזה צאלט מען געלט נאך יעדע פארהער
יאירישראל קאפקעס'איז די צוויי אידעאלאגיעס אינאיינעם, וואס איז גורם די טרויעריגע פאלגן.
לויט דיין געדאנקענגאנג האבן צוויי אידעאלאגיעס אינאיינעם גורם געווען די האלאקאוסט: אידישקייט און נאציזם.
האב איך דען געזאגט אז אין יעדן פאל זענען ביידע זייטן שולדיג?
האב איך דען באשולדיגט דעם איד, שווארצן אדער אנדערער מינאריטעט פארן ראסיסטישע אטאקע? אדער דאס פרוי פארן רעיפיסטס איבערפאל?
אידישקייט איז נישט קיין אידעאלאגיע, די אידישע ראסע זיכער נישט, די נאציס האבן געוואלט אויסמארדן אונזער ראסע (אדער עטניסיטי), התנחלות איז אן אידעאלאגיע, וואס ווערט אידענטיפיצירט מערסטנס מיט רעליגיעזע אידן אין מדינת ישראל, און אין די אויגן פון די יו.ען. און רובו ככולו פון די וועלט געמיינדע איז עס קעגן פאלעסטינער מענטשן רעכט, און א קלארער קריג'ס פארברעכן.
אין גאנג פון דעם אידעאלאגיע האבן זיך עטליכע צענדליגע רעכטע אידעאליסטישע פאמיליעס אריינגעצויגן אין די אויסשלוסליך אראבישן געגנט סילוואן אין מזרח ירושלים מיט געציילטע וואכן צוריק.
די קאמפיין ארויפצוגיין אויפן הר הבית, וואו עס געפונט זיך זייער שמייליגע געבעט הויז איז אן אידעאלאגיע, און עס ווערט אידענטיפיצירט אויסשלוסליך מיט רעליגיעזע אידן אין מדינת ישראל.
צו פארגלייכן דעם פאל, וואס כמעט יעדע פאליטיקאנט, אנאליסט, שרייבער און עדיטאריאל, פילע רבנים אין ארץ ישראל און אין אויסלאנד, און אינדי''ד יעדע מענטש וואס זוכט נישט צו קריכן אויף גראדע ווענט, קען אידענטיפיצירן די צוויי אווערלעפינ''ג אידעאלאגיעס, אלס דירעקטן אורזאך פארן שוידערליכן בלוט פארגיסונג אין אן ארטאדאקסישן געבעט הויז אין ירושלים, צו די האלאקאוסט, איז עפעס וואס פאסט מער פאר אונזער ליבליכע ר' בערל, נישט פאר רבינו בחכמה ומדע @יאיר.
היסטאריקערהירשל ציגלדעתי דארף מען כאטש איין מאל יאר מאכען אן אסיפה נאר למען מ'זאל קאנגרעדולעיטען יעדן איינעם פאר'ן לערנען, פאר'ן דאווענען, פאר די צדקה וחסד וואס זיי טוהען, פאר די גוטע קינדער וואס זיי האדעווען, א.א.וו.
פארוואס זאמעלט מען מענטשען נאר צו זידלען און קלייבען געלט?
מ' טוט דאס נאך יעדע מסכת וואס מ' איז מסיים אין די אלע חבורות, חוץ מזה צאלט מען געלט נאך יעדע פארהער
זייער שיין פון זיי. און איינער וואס לערנט פריוואט? ווען קנאקט מען אים אויף די פלייצע און מ'דאנקט אים?
די פוינט איז אז מ'"דרשנ'ט צום כאר" ווען מ'מאכט אסיפות. ווער גייט דען צו די אסיפות? די פרימערע, נישט דיע וואס דארפען גיין בעצם.
'סאחיליק. עולם כמנהגו נוהג.
גאלדכ'דענק גראדע דער ברך משה ווען ער האט מספיד געווען זיין טאכטער חי' ע"ה וואס איז אוועק פון קענסער ל"ע, האט ער אויסגערופן איך בין א חוטא און וויל מיך מתודה זיין חטאתי עוותי פשעתי,
און דער זעלבער ברך משה איז געווען רבי כמעט 30 יאר האט קיינמאל געמאכט קיין העדליינס מיט קנאות סטעיטמענטס,
נאר אז ס'דא קאמפעטישן פרובירט יעדער צו איבערשטייגן דעם אנדערן מיט קנאות,
יש מספרים אז ביי די שרעקליכע שריפה רח''ל במשפחתו האט ער זיך אויסגעדרוקט אז דאס א עונש ווייל ער האט געטשעפעט בעלזא.
דעם רבי'נס דרשה איז יעצט ארויף במלואה!
<a class="postlink" href="http://www.bechatsrossatmar.com/audio/DK-EY-Toldos5775.mp3">http://www.bechatsrossatmar.com/audio/D ... os5775.mp3</a>
📎 B26M3VECEAAtxJG.jpg
גאלד
און דער זעלבער ברך משה איז געווען רבי כמעט 30 יאר האט קיינמאל געמאכט קיין העדליינס מיט קנאות סטעיטמענטס,
,
פאסט נישט פאר דיר אזא שטיקל טיפשות, אין אז פאר זיין פעטערס דרשות איז יא געווען העדליינס יעדן טאג מיינט עס אז דער ברך משה פעלט עפעס?
ישראל קאפקעס'איז די צוויי אידעאלאגיעס אינאיינעם, וואס איז גורם די טרויעריגע פאלגן.
איינס די אידעאלאגיע פון נישט גיין אין מיליטער און האלטן א ביקס. צווי, די אידעאלאגיע פון ארויסטראבן סאלדאטן פון שוהלן
diffישראל קאפקעס'איז די צוויי אידעאלאגיעס אינאיינעם, וואס איז גורם די טרויעריגע פאלגן.
איינס די אידעאלאגיע פון נישט גיין אין מיליטער און האלטן א ביקס. צווי, די אידעאלאגיע פון ארויסטראבן סאלדאטן פון שוהלן
גלייבט מיר אין הר נוף פארטרייבט מען נישט קיין סאלדאטן פון שול.
זיי טוהן אויס די געווער און ירושלים און אין בני ברק
אז אונז מעגען האבן שגיונות (אידעאלאגיעס ) מעגען זיי אויך