דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #7581
91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7581
בלאט: 1 2
דער נייער בעל הבית איז א איד?
פארוואס זאל ער יא אנערקענען ווען ער האט גארנישט באקומען דערפון?

אריינגעמופט אין א שיינע הויז אין בארא פארק
פארוואס איז די ארגינעלר בעל הבית אויף די פריי?
איז דאס ליגאל וואס ער האט געטאן?
ער האט אימגליקלעך געמאכט צענדליגער משפחות.

סאיז צייט זיך צי אויסלערנען נישט צי מאכען קיין קעש געשעפטן. אויב יא איז הניח מעותיו על קרן הצבי.
אויב קענסטו מאכען א ליגעל קאנטרעקט איז גוט אויב נישט שטיי אוועק

קען מען אפשר הערן מער אינפארמעשן וואס דא גייט פאר?
מוסר השכל, מ'דארף וויסען מיט וועמען מ'האנדעלט, און מ'דארף גיין גראד
למעשה איז עס שוידערליך און א רחמנות אויף די אלע משפחות, קען עימצער דערציילען מער פרטים ❓

ב"ה נאך א ביישפיל פון אונזערע פרנסה סיסטעם אין אירע שענסטע פארבן.
ווי אזוי האט יענער זקן אשמאי געזאגט: "אלעס בלייבט ביים אלטן". לאמיר טאקע גארנישט טוישן.

דער מוכר האט פארשפילט די קאנסטראקשן לאון, ס'א ביטערע מעשה און דער עולם האט באצאלט 700 טויזנט דאלער פער דירה, א שיינע חלק קעש, ווי די דראג לארדס אין מעקסיקא
דולה ומשקהב"ה נאך א ביישפיל פון אונזערע פרנסה סיסטעם אין אירע שענסטע פארבן.
ווי אזוי האט יענער זקן אשמאי געזאגט: "אלעס בלייבט ביים אלטן". לאמיר טאקע גארנישט טוישן.
מאכט זיך נישט קיין שווינדלערס, אדער שענער געזאגט אנזעצערס ביי נישט חסידישע אידן?
איז דאס דער בנין פון ר' משה יחזקאל לויפער, אבד'ק זשיקוב?
ווער איז דער איצטיגער בעל הבית? דער אלטער בעל הבית האט זיך געבויט א מענשין אין בארא פארק און אין די קעטסקילס כאחד הנגידים....ער איז וועגן דעם אנטלאפען פין וויליאמסבורג ווייל דארט האט ער אסאך שונאים
נולד מאוחרדולה ומשקהב"ה נאך א ביישפיל פון אונזערע פרנסה סיסטעם אין אירע שענסטע פארבן.
ווי אזוי האט יענער זקן אשמאי געזאגט: "אלעס בלייבט ביים אלטן". לאמיר טאקע גארנישט טוישן.
מאכט זיך נישט קיין שווינדלערס, אדער שענער געזאגט אנזעצערס ביי נישט חסידישע אידן?
מסתם יא! אבער קומטס נישט נאכדעם זאגן אז אונז זעמעיר עפעס בעסער אדער מעהר סופּעריער ווייל אונז גייען מיט רעשוואָלקעס און האלטן זיך צו מסורה פונעם רבי׳ן זי״ע (אדער אין חב״ד זז״ג)
אין אנדערע ווערטער׃ ביזנעס עס יוזשעאל אין אמעריקא ...
אמאל איז געוועהן צו ערוואַרטן פון א פרומער איד מיט א קאַפּל אז ער איז ערליך און אפילו דער גוי האט רעספעקטירט אונזער קולטור און אונז אָנגעקוקט מיט א אנדערע בליק און מעהר ווייניגער געוואוסט אז מ׳קען זיך פארלאזן אויף אונז און מ׳קען אונז טראסטן ,
אבער היינט ליידער....
😞 😞 😞 😞 😞 😞 נישט קיין ווינדער אז אונזערע זיידעס הי''ד זענען נישט אוועק פון זייער שטעטל ווען היטלער איז געווען ביים טויער 😞 😞 😞 😞 😞 😞
Yossyסאיז צייט זיך צי אויסלערנען נישט צי מאכען קיין קעש געשעפטן. אויב יא איז הניח מעותיו על קרן הצבי.
אויב קענסטו מאכען א ליגעל קאנטרעקט איז גוט אויב נישט שטיי אוועק
אויב 99% ארבעט די אינטערן טיש געשעפטן, מאכט נישט קיין סענס צי טוישן ווייל איין מאל איז דאס דורך געפאלן.
ווען דער ארגינעלער בעל הבית האט וועין אביסול ערענסקייט וואלט ער געדארפט זיך פארקויפן די הויזן און אפצאלן יעדען עד פ"א.
לגבי דער וואס האט אפגעקויפט די נאוט, טאמער איז ער א איד, האט ער זיך בא'נער'ישט מיט זיך אריינלאזן אין די חזעריי
לגבי דער וואס האט אפגעקויפט די נאוט, טאמער איז ער א איד, האט ער זיך בא'נער'ישט מיט זיך אריינלאזן אין די חזעריי
נולד מאוחרדולה ומשקהב"ה נאך א ביישפיל פון אונזערע פרנסה סיסטעם אין אירע שענסטע פארבן.
ווי אזוי האט יענער זקן אשמאי געזאגט: "אלעס בלייבט ביים אלטן". לאמיר טאקע גארנישט טוישן.
מאכט זיך נישט קיין שווינדלערס, אדער שענער געזאגט אנזעצערס ביי נישט חסידישע אידן?
אוודאי מאכט זיך אבער די קענסט גיין צי די attorney General אין זיי קענען הייסען די באנק זאל זיך רעכענען מיט דיר אין בדרך כלל , משא"כ ווען די האסט געגעבן קעש אין האסט א צעטל גחתמעט ביי א רב , קענסטו זיך אינטערווישען מיט עס אין ביסט אליין שולדיג סאיז נישט ווערט לצור על פי צלוחיתו
רבותי it's time to grow up.
Yossyנולד מאוחרדולה ומשקהב"ה נאך א ביישפיל פון אונזערע פרנסה סיסטעם אין אירע שענסטע פארבן.
ווי אזוי האט יענער זקן אשמאי געזאגט: "אלעס בלייבט ביים אלטן". לאמיר טאקע גארנישט טוישן.
מאכט זיך נישט קיין שווינדלערס, אדער שענער געזאגט אנזעצערס ביי נישט חסידישע אידן?
אוודאי מאכט זיך אבער די קענסט גיין צי די attorney General אין זיי קענען הייסען די באנק זאל זיך רעכענען מיט דיר אין בדרך כלל , משא"כ ווען די האסט געגעבן קעש אין האסט א צעטל גחתמעט ביי א רב , קענסטו זיך אינטערווישען מיט עס אין ביסט אליין שולדיג סאיז נישט ווערט לצור על פי צלוחיתו
רבותי it's time to grow up.
קיינער האט נישט קיין צעטל וואס איז גחתמעט ביי א רב, ווייל ס'בלייבט ביים רב אין לעדל
נולד מאוחרYossyסאיז צייט זיך צי אויסלערנען נישט צי מאכען קיין קעש געשעפטן. אויב יא איז הניח מעותיו על קרן הצבי.
אויב קענסטו מאכען א ליגעל קאנטרעקט איז גוט אויב נישט שטיי אוועק
אויב 99% ארבעט די אינטערן טיש געשעפטן, מאכט נישט קיין סענס צי טוישן ווייל איין מאל איז דאס דורך געפאלן.
די ווייסט נישט אלעס יעדע צווייטע סעיל איז דא דין תורות טאקע ווייל סאיז נישט געמאכט דורך א לאיער
עס ארבייט קיינמאל נישט. ס`געלונט אסאך מאל
איז דא מער דין תורת אויף אידישע דיעלס ווי קוארט קעיסעס אויף גוישע דיעלס?
נולד מאוחראיז דא מער דין תורת אויף אידישע דיעלס ווי קוארט קעיסעס אויף גוישע דיעלס?
מאכסט זיך טעמיש ? אדער די ביסט עכט סלאו 😉 אזא מעשה וואלט זיך קיינמאל זיך נישט געמאכט ביי גויים
סלוינט זיך צי צאלען פיפציג טויזענט דאלער מער אין נישט דורכגיין די עגמת נפש.
יעדעס יאר מאכט זיך די זעלבע מעשיות מיט summer homes אבער דעס איז א שמיעס פאר זיך
איך קען נישט פארשטיין וויאזוי דער גנב האט נאך א טעם אין זיינע מענשענס....ער האט געמאכט א נגידישע חתונה..
אה ב"ה א אקציע מיר זענען שוין ווייטער שילדיג
ווער איז שילדיג
ווער איז שילדיג
מיר קיקן זיך צו, מובינג טרעק אויס געלייגט, מארשאל'ס אויפן גענאק, די טויערן ציעפענט ברייט, געשרייען אלעס הערויס, א גאנצע בילדינג מיז ווערן לער, קיינער טאר נישט בלייבן, ניין משפחות לאזן אלעס איבער, איז עס די ערשטע מאל וואס דאס פאסירט אינעם עיר ואם בישראל, איז עס דאס לעצטע מאל וואס דאס גייט פאסירן דעיס איז די בראך, על זה אני בוכה, מיר איינוואוינער לערנען זיך נישט פון אינזערע פעלערן, מיר טיען דאס זעלביגע נאך אמאל, און נאך אמאל, מיר וועלן זיך חלילה נישט לערנען פון אינזערע טיעותים, ווייל דאס טיען דאך נאר אויבער חכמים, מען ברויך ווייטער גיין מיטן שוואנג, ווייטער טיען דאס זעלבע, האפן אויף בעסערע טעיג, קיינער זאל זיך נישט ווייגן אויפציוועקן, אלעס זאל ווייטער בלייבן שלאפן, שששש שששש שששש, דריי נישט איבער, מאך נישט קיין געוואלד, אלעס וועט זיכער זיין לטובה, עס איז זיכער נאר וועיגן אינזערע חטאים, אלעס איז באשערט, מען איז אין גלות.
רבותי וואס איז מיט אינז, איז אינזער בליט באמת הפקר, פארוואס לייגען מיר געלט אויף הערשן הערנער, אלעס ווייל די רבנים שטייען אינטער די שגץ שטיק, זיי טיען מאכן כל ערליי פאפירן וואס איז נאר גיט ביז מען ברויך דערצי ציקומען, אלעס איז טראסט, מיר זענען אלע פאריקטע, קיין שום פלאץ אינדע וועלט פאסירט דאס נישט, נאר ווייל מיר פארלאזן זיך.אויפ די רבנים, זיי מאכן אלע ערליי שטרות, וואס מיר באקימען ניטאמאל קיין קאפי, אפילו לרוץ על פי צליחותו קענען מיר נישט זוכה זיין, ווייל מיר קריגן נישט דעים דאקאמענט.
פארוואס ריפט קיינער נישט צי דין תורה דעים רב, ער האט דאך געברויכט מאכן זיכער אז דער קונה איז געוועין פארזיכערט, ער האט דאך געשריבן א קאנטראקט, פארוואס ווען עס גייט זויער איז ער נישט צים האַבן, האט ער דען נישט געקריגן געניג געצאלט פאר דעים שגץ שטיק, עפעס אן אחריות ברויך ער דאך נעמען, ער האט דאך ציגעלאזט אזא אימרעכט אין די נאמען פון די הייליגע תורה.האט ער דען נישט ג'ענדיגט דעים שטר מיט הכל שריר וקיים,
קאמענטארן זענען איבריג, מיר וועלן ווייטער טיען מיר וועלן פאלגען, חלילה נישט מרים זיין יד בתורת משה, אבער זיי וועלן ווייטער טיען דאס זעלבע וואס זיי טיען, ווייטער מרים זיין בתורת משה, מקיים זיין דעים פסוק לפני עוור לא תתן מכשול, ווייטער קאפארירן מיט די שווינדלערס, ציקיקן ווי אידיש בליט גיסט זיך, קיין שום אנדערע רב וועט חלילה קיין ווארט נישט ארויס זאגן קיין מוק, וואס קען חלילה מרמז זיין קעיגן דעים רב וואס וואס פירט אן מיט די שטיק, אדרבה האט איינער געזעין עפעס א בריוול פון א רב, איינער זאל זיך אנטראגן עפעס צוצילייגן א האנט, חוץ עטליכע בעל בתים, ווי גייט די וויץ, דער עיקר איז זיך צאם האלטן, נישט אוועק רירן קיין סוס כלשהוא.

פליקעראה ב"ה א אקציע מיר זענען שוין ווייטער שילדיג
😃 😃 😃
אבער קאמאן למעשה זיצן משפחות אויפן גאס, זייהאבן געלייגט די גאנצע גל אין די צוויי הונדערט אלפים אין זענען יעצט אויסגעשפיגען.
לאמער זיין אביסעל ווארעם, ס'דא נגידים וואס וועלן געבן שיין, וועם גייט אן טאמער די משפחות מאכן צירוק אביסעל פון ברייט הארציגע נגידים?
דעיס איז געוועין זייער אויסווייל, זיי האבן גענימען די ריזיקע, זיי האבן אנגעווירן דאס געלט בידים, איך האב נישט רחמנות אויף זיי, ווען מען וועט אזעלעכס נישט טיען, ווען מען וועט מאכן א חשבון הנפש, ווען מען וועט זיך עפעס אראפ לערנען דערפין, איז א אנדערע מעשה, מען גייט גיין נאך געלט זיי זאלן קענען געיבן דאס געלט פאר נאך א גנב, שטייט אויף מיין שטערן אריין געקריצט בהמה ציוואס, זאלן זיי פיצן צי א פלאץ וואס א דירה קאסט מיט צוויי הינדערט טויזענט ווייניגער און קעיס קלאזד
גערעכט, אבער מ'דארף האבן רחמנות אויף א איד אין יעדער פאל
אז א איד וועט פארן אויפן הייוועי 90 מפ"ש אין וועט זיין אינוואלווד אין א מיאוסע עקסידענט, וועט זיך שלאגן פאר זיין לעבן ווי א פליג, וועסטו זאגן גוט פאר עיהם?
הגם אין אונזערע סעסייעטי קענען מיר נישט זאגן אז ער האט געלייגט די געלט אויף א ריסק, אין ער איז אינגאנצן צודרייט, ווייל ליידער איז דאס די וועג היינט ווי אזוי מ'קויפט א דירה,
דער אינגערמאן קומט אריין אין ביהמ"ד וועט ער הערען פון אלע חבירים אז זיי האבן געטוען די זעלבע.
ס'דא "הונדערטע" אינגערלייט וואס האבן אזוי געקויפט אין ב"ה ס'זיי גארנישט געשעהן, נישט ח"ו אז איך פארגיטיגט די וועג פון קויפן הייזער...

אוודאי שוין איך זיי, אבער ביז געלט, וויאזוי ווער איך דערפאר שילדיג, וויאזוי ווערט דאס א צוועק, איך וועל אי"ה מתפלל זיין אז דער אייבישטער זאל ממלא זיין זייער חסרון.
פליקעראוודאי שוין איך זיי, אבער ביז געלט, וויאזוי ווער איך דערפאר שילדיג, וויאזוי ווערט דאס א צוועק, איך וועל אי"ה מתפלל זיין אז דער אייבישטער זאל ממלא זיין זייער חסרון.
ביי א איד אז ער שוינט באמת בלייבט עס נישט ביי אים אין הארץ. עס דערקענט זיך אויך אויפן בערזעל.
וכשטילע ועוד זענען זיי סתם קרבנות פינעם סיסטעם טין קיינער האט נישט ערווארט אז זיי זאלן טין אנדערש פין יעדעם.
ווי לאנג וואינען זיי שוין דארט אן צאלען רענט? לאמיר זאגען פיר יאר. דאס איז ווערט דריי טויזענט א חודש.
שוין עטליכע יאר, דאס נעמט אבער נישט אוועק דעי בראך, אפילו זיי האבן שוין אפגעלעיבט א חלק פינעם געלט, ווייל היינט ברויכן ציי צאלן פיל מער פאר א דירה, עס איז א ביטער פעקל
פליקער, איך גלייך זייער דיינע געשרייבאכץ אבער וואט די העק ווילסטי פון די רבנים דא? די רב איז נישט געווען דא אינוואלווד צו פראטעקטן די קונה. די קונים האבן געזאלט נעמען א לויער אדער לכה"פ א קאמפיטענט ת"ח באהאווענט אין חו"מ צו פארזיכערן זייערע רעכטן. איך ווייס אז ווי ס'איז איינגעפירט טיט די מוכר וואס ער וויל בבחינת take it or leave it און די קונה דערוואגט זיך נישט צו עפענען דאס מויל, אבער פארדעם דארף מען נאכנישט בלעימן די רב ווייל סוף כל סוף האט די קונה איינגעשטימט אויף די פראצעדור.
ווייטאגליכער געשיכטע.
לעסאן אף די סטארי, ס'צייט אויפצוהערן מיט די היימישע הערינג און אייער קיכלעך דיל וואס אויסער א גלאז שליבקאוויץ מיט א להלכה ולא למעשה שטר האט דער קונה גארנישט, זילטש, ניטאמאל די רעכט פון א בליק צו טאן אויפן דירה. צוויי מאות גרינע עובר לסוחר ביני ובינך, און ביי דעם פאל איז עס טאקע נאר געבליבן ביי דעם.

ס'שיינט ווי רשעות צו רודפן היימישע באנקירער. איינער האט דיך באגנבט דיפאזיטס. וואס ווילסטו פון די באנק? און אנדערע היימישע בענק ווי וואלווי לאנדא אדער בערי הערשקא וואלטן געטון אנדערש? יעדע באנק וואס בארגט אויף היימישע בניינים שטייט גרייט אוועק צו נעמען די קאלעטעראל אויב באצאלט מען נישט. און קיינער פארהאנדעלט נישט נאכדעם וואס די רודפסט אויס און קאורט מיט צוואנציג מאושענס. ווען סעפדי פארלירט זיין הויזען דא וואלט קיינער נישט געבלינקט. יעצט בלינקט ער נישט.
א אומגליק? אוודאי! אבער לאז אפ די באנקירער. מיינסט סעפדי דארף די הויז? ער דארף צוריק זיין הלוואה. אפשר גיי שרייען צו די לאמבער יארד ער זאל צוריק געבען די געלט?
וואס יא? גיי בעט צוריק די געלט פון די נארישע לויערס וואס האבן זיך איינגערעדט מ'גייט געווינען.

chusidווער איז דער איצטיגער בעל הבית? דער אלטער בעל הבית האט זיך געבויט א מענשין אין בארא פארק און אין די קעטסקילס כאחד הנגידים....ער איז וועגן דעם אנטלאפען פין וויליאמסבורג ווייל דארט האט ער אסאך שונאים
יעצט גייט ער האבן נאך א סאך מער שונאים. וואס הייסט. ר'איז אנטלאפן קיין בארא פארק. מילא, ווען ער אנטלויפט קיין בראזיל אדער רוואנדא, פארשטיי איך. אבער, בארא פארק איז דאך סך הכל נישט מער ווי א שיעור חימוץ פון די הייליגע שטאט וויליאמפעסט...!
ווארט נאך ווארט, באלד וועלן נאך די ארימע אידן ווערן די גנבים (כ'האב דארט געוואלט געבען א דיפאזיט, הודו לד', אז כ'האב געגעבן א דיפאזיט אויף אן אנדערע דירה טאקע פאר אפאר דאלער טייערער , און ב''ה מ'וואוינט דארט)
דריידלפליקער, איך גלייך זייער דיינע געשרייבאכץ אבער וואט די העק ווילסטי פון די רבנים דא? די רב איז נישט געווען דא אינוואלווד צו פראטעקטן די קונה. די קונים האבן געזאלט נעמען א לויער אדער לכה"פ א קאמפיטענט ת"ח באהאווענט אין חו"מ צו פארזיכערן זייערע רעכטן. איך ווייס אז ווי ס'איז איינגעפירט טיט די מוכר וואס ער וויל בבחינת take it or leave it און די קונה דערוואגט זיך נישט צו עפענען דאס מויל, אבער פארדעם דארף מען נאכנישט בלעימן די רב ווייל סוף כל סוף האט די קונה איינגעשטימט אויף די פראצעדור.
די רבנים שטעלן זיך אהער ווי זיי טיען פראטעקטן די קונים, זיי נעמען איבער די פאזיציע פינעם לויער, זיי טיען נישט אויפמערקזאם מאכן אז אלע זייערע שטרות זענען ווערט לנפיח בעלמא, זיי קריגען באצאלט פינעם קונה, אבער די שטרות זענען נאר גיט פארן מוכר, און זיי לייגען עס אוועק לעבן די גרעסערע העלפט, און דער קונה דארף נאר מתפלל זיין אז ער וועט בויען ווייל טאמער נישט וועלן זיי אויסזעין ווי 481 פארק פארוואס זאל עס אזוי זיין, זיי ברויכען צישטעלן עפעס א מהלך צי פראטעקטן די קונים, אדער בכלל נישט צילאזן אזעלכע שטיק וואס איז קלאר קעיגן די געזעץ.
יאסל ראקאווערס'שיינט ווי רשעות צו רודפן היימישע באנקירער. איינער האט דיך באגנבט דיפאזיטס. וואס ווילסטו פון די באנק? און אנדערע היימישע בענק ווי וואלווי לאנדא אדער בערי הערשקא וואלטן געטון אנדערש? יעדע באנק וואס בארגט אויף היימישע בניינים שטייט גרייט אוועק צו נעמען די קאלעטעראל אויב באצאלט מען נישט. און קיינער פארהאנדעלט נישט נאכדעם וואס די רודפסט אויס און קאורט מיט צוואנציג מאושענס. ווען סעפדי פארלירט זיין הויזען דא וואלט קיינער נישט געבלינקט. יעצט בלינקט ער נישט.
א אומגליק? אוודאי! אבער לאז אפ די באנקירער. מיינסט סעפדי דארף די הויז? ער דארף צוריק זיין הלוואה. אפשר גיי שרייען צו די לאמבער יארד ער זאל צוריק געבען די געלט?
וואס יא? גיי בעט צוריק די געלט פון די נארישע לויערס וואס האבן זיך איינגערעדט מ'גייט געווינען.
@יאסל ראקאווער, עס קוק אויס אז די ווייסט אביסל וואס עס איז פארגעגאנגען מיט די פארהאנדלונגען מיט די באנק,אפשר געבסטו מער דיטעלס?
איך ווייס שוין נישט וועם צו גלייבן
Cp
Please look the other side of the story mosha avrum got a stop order on this development he was not be able to move fwd mean wile it cost him interest.he told every one to tack Beck his deposit every one laugh in from him. he decide to stop pay the mortgage & he called every one to din tora they didn't come now they will eat up it's,there own fold

איז דא עפעס דאקומענטן פון די די"ת ווי ראזנער האט תובע געווען די קונים? וואס איז געווען זיין טענה?
דער אמת איז אז מ'דארף וויסן וואס איז געשטאנען אין שטר. טאמער האט ער זיך אינטערגענומען צוצושטעלן א דירה פאר די געלט וואס ער האט באקומען קען ער נישט שפעטער זאגן נעמטס צוריק די דיפאזיט, חוץ אויב ס'געשטאנען אז ער קען ארויסבעקן פונ'ם געשעפט אויב קאסט עס אים צופיל.

איך פארשטיי נישט: די (נישט געווארענע) טענענטס, האבן נישט קיין דירה, און די דעוועלאפערס האבן נאך ארויסבאקומען א כתב סירוב און רשות בי"ד צו גיין לערכאות אקעיגן זיי?!
ס'הייסט, די דעוועלאפערס האבן געוואלט געיבן געלט און די קונים האבן נישט געוואלט נעמען? און אויך, זיך נישט שטעלן צו ד"ת.? נאר לוי ווי איך קען דעם מנהל הבי"ד וספרא דדיינא האט ער א גוטן חוש הריח. ער דערשמעקט וואו ס'איז דא געלט. אדער מער געלט. ביי עים קענמען קויפן "פסקים" ווער ס'געט מער געלט דער האט אויטאמאטיש געוואונען די ד"ת, .!"
יעצט זענען די נישט געווארענע טענענטס/קאסטומערס לעקיש מכאן ומכאן...!

ער האט פארקויפט די דירות פאר בערך $250 א ס''פ, ביים וועלן צירוק געבען די דיפאזיט האט די מארקעט געהאלטן ביי $400 א ס''פ, די (נישט געווארענע) טענענטס, האבן געהאלטן אז ער וויל דאס פארקויפען פאר גוים.
outspokenער האט פארקויפט די דירות פאר בערך $250 א ס''פ, ביים וועלן צירוק געבען די דיפאזיט האט די מארקעט געהאלטן ביי $400 א ס''פ, די (נישט געווארענע) טענענטס, האבן געהאלטן אז ער וויל דאס פארקויפען פאר גוים.
דעיס איז אן ערנסטע חושן משפט שאלה. נאר ס'איז נישט פאר בעלי עגלות אדער שיפ'ס קאפיטאנען צו פסק'נען...דער פראבלעים איז, אבער אז, א גרויסער טייל פון די רבנים וועלכע וואלטן געדארפט ברענגען דעם דבר ה' צו די אידן, זענען ליידער אינגאנצן קארופט...!
יעדער איד איז דאך מחיוב עפעס צו טון דערוועגן, האב איך געטראכט א שטיקל פלאן פאר די אידן אז זיי זאלן נישט בלייבן אויפן גאס.
מ'זאל די דירות פארקויפען פאר גוים פאר $650 א ס''פ, פארהאנדלען מיט די באנק אז מ'זאל זיי צירוק געבן די 200 אלפים, אפקויפען 9 הייזער אין בלומינגבערג פאר א גוטן פרייז, זיי און כלל ישרא' וועלן פארדינען.
אדרבה,אז איר האטס בעסער'ס שרייבט'ס, ווייל סאכדעס האט פאר זיי זיכער נישט בעסער'ס...

זעכער זוכט מען וועמען צו בלעימען, און די רבנים זענען שטענדיג די ערשטע און באקוועמסטע אפשען, [נישט פאר דעם זענען זיי דא? 😉 ], רבנים = שטר מאכערס שטעלען צו וואס מ'באשטעלט פון זיי, אין די פעלער ווערען די שטרות באשטעלט דורעך די מוכרים און דעוועלאופערס, און ווערט באצאלט דורעך די וואס האבען עס באשטעלט, די קונים האבען די ברירה דורעכצוליינען די שטרות און דיסיידען אויב זיי זענען באקוועם מיט די שטר אדער נישט, און זיי האבען די ברירה נישט צו קויפען, דער מוכר האט די ברירה צו מעקען אדער צולייגען זאכען אויף די פארלאנג פון די קונה, אויב דער מוכר וויל נישט, און דער קונה קויפט דאך, איז עס אדער די קונה'ס שולד, אדער העכסטענס די מוכר, די רב באשאפט נישט קיין טערמס און קאנדישענס, ער שטעלט צו פאר זיין קליענט וואס מ'האט ביין'אים באשטעלט
ווי איך זעה ווערען פארקויפט הונדערטער און אפשר טויזענטער דירות, און ס'די ערשטע מאהל איך הער פון אזא שרעקליכע מעשה, קוקט אויס ס'יז מער צווישען קויפער און מוכר ווי רבנים [שטר מאכערס בלע"ז]

ווילאמסבורגער: פארוןואס זענען די שעריפים דארט? וועימען דארפן זיי ארויסווארפן?...!
פון ווי נעמט זיך די הלכה אז איינער וואס שטעלט זיך נישט צו דין תורה און איז "לא ציית דינא" ביי איין סכסוך, איז אלע זיינע שטרות וואס איז געמאכט דורך א היתר עיסקא, "כל שטרות שיש לו על אחרים, הם בכלל שטרות שיש בו ריבית, שאין גובין אפילו את הקרן"!
איך קען פארשטיין אז די רבנים ווילען ווייזען מיטלייד מיט זייערע פריינט און טרייען אויסצוניצען זייער טיטלען און כוח בית דין צו משפיע זיין און א ווייטיגליכע אפערע אבער פון נעמט מען די היתר זיך אויפצופירען ווי גענגסטערס? ווער גייט בארגען געלט אויף עיסקא פאר א היימישע ייד אז ווען ס'קומט צו אנקעסירען שטייט מען vulnerable צו מאפיא שטיק פון א pack of wolves.
ווי איך הער האט סעפדי א היתר בית דין פון עפעס א יאנקי מארקאוויטש, וואס גיט אים א רעכט צו גיין אינפארסען זיין מארטגעדזש, די היתר ליגט אוועק געלייגט ביי די חב"ד רב פון סאוט פלארידע אין זיין שיפלאד.
די מקוה ייד מיט דיינע לויערס האבן דיר געזאגט גייסט געווינען אלעס. מ'גייט נישט קענען עוויקטען ווייל ס'איז א קאמיוניטי פעסיליטי און נאך שיינע לומדת. יעצנו רע. האסט געהאט שרעקליכע נישט אויסגעטראכטע עצות און יעצט איז רח"ל צו שפעט.
לאמיר זאגען תהלים און מתפלל זיין אז די אייבישטע זאל אריין שיקען א רחמנות אין די הארץ פון די הארד מאני לענדער וואס איז רייך געווארן פון היימישע יידען און זאל ער כאטש נישט טון זאכען וואס מאכט נישט קיין סענס פון א ביזנעס בליק נאר נקמה

איך האלט אז איצט האט איסטערן יוניען א פרייע פעלד צי פארקויפן פאר גויים, ווייל קיין שום איד טאר דאך נישט קויפן.
איך גלייב אז איינער וואס טראסקעט ארויס ניין משפחות אויפן גאס, ציטערט נישט פארן גרויסן כוח הרבנים, על כן איז דאס א נערישער שריט, זיי ברויכן וועין אפקויפן די דירות, ענדערש ווי זיך שלאגן בדין, אדער זיי אראפ ברעינגן צי די קני, אז זיי זאלן זיך קומען בעיטן מען זאל זיי ארויס לאזן פינעם געשעפט.

ווי איך ליין, האט דער עולם אביסל פאלש ארויס די זאך. זיי האבן נישט אפגעקויפט קיין שום נאוט, זיי זענען געווען די פריוואטע הארד-מאני לענדערס. זיי בארגן געלט אויף עיסקא און אויב צאלט מען נישט טוהן זיי וואס זיי טוהן דא.
למעשה פאר וואטעווער ריזען, איז די לאון נישט געצאלט געווארן דורכן דעוועלאפער. שוין א שיינע פאר יאר וואס די מלווים האבן פרובירט צו פארהאנדלן מיט די קונים, זינט דער לוה לאכט.
די קונים שרייען אונז ווילן מיר נאר צאלן 250 דאלער א סקווער פיס (למשל) און די מלוה זאגט, אלעס פיין אין וואויל, אבער איך ליג דא מיט נאך אפאר מיליאן דאלער אין דעם פראיעקט, איך וויל דאס צוריקזעהן, ס'אינטערסירט מיך נישט אז ס'גייט אויסקומען אז דו גייסט צאלן $400 א ס.פ.
באמת, די קונים קענען סך הכל רופן צו דין תורה דעם דעוועלאפער. און בעטן די איבריגע געלט, אדער טוהן וואס זיי פילן ס'איז ריכטיג.
די לענדערס האבן פרובירט צו פארהאנדלן די לעצטע פאר יאר, מ'האט זיי איגנארירט גענצליך ביז זיי האבן געפיילט פאר פארקלאוזשער אויף אלע דירות, דאן האט מען זיי געאאפערט א דיעל וואס זיי וואלטן ווען דערלייגט אפאר מיליאן דאלער, די קונים שרייען אז די קרן וואלטן זיי צוריקגעמאכט, ס'איז סך הכל די ריווח וואלטן זיי נישט געמאכט, די לענדערס זאגן זיי זענען אקעי... אדער מאכן זיי צוריק די געלט אדער שטעלן זיי ארויס יעדעם און פארקויפן די דירות מארקעט פרייז און מאכן צוריק וויפיל זיי האבן געטראכט זיי גייען מאכן.
אפילו נאך די פארקלאוזשער, האבן די קונים געשפילט א שטיקל געים. יעצט ווען ס'איז א פאקט מיט די עוויקשאן שרייען זיי און וויינען... האבן זיך ענדליך אביסל צאמגענומען און געשיקט אן הזמנה און לויפן ארום כאפן חתימות. גיי ווייס ווי זיי זענען געווען אפאר וואכן צוריק אין די טאג וואס די עוויקשאן נאטיס איז אנגעקומען?? האסט פשוט נישט געגלייבט אז ס'גייט פארסירן????
אגב, זיי צו סטראשענען אז קיין איד וועט נישט קויפן א דירה דארט איז נאריש און גאר א ריסק, ווי ס'קוקט אויס וואוינען נישט די לענדערס אין וויליאמסבורג, און וואלטן קיין פראבלעם געהאט אריינצורוקן די נידריגע אויסגעלאסענע בלעם'ניקעס AKA ארטיסטן בלע"ז...

די מידיא איז יעצט דארט.
פארוואס איז די שעריף דארט, איז נאכנישט יעדער ארויס?