☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #7581

אשכול אן א טיטל #7581

91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7581
בלאט: 1 2

שעפטל » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 9:56 am

· #236555
דעס אז די מידיא איז דארט איז ווייט פון א מעלה... וואס ווארט מען?? מ'זאל אויפפיקן דעם לוה/דעוועלאפער? צו מ'זאל גאר אויפפיקן די קונים....? וד"ל.

📎 IMG-20141120-WA066.jpg
📎 IMG-20141120-WA065.jpg

די שעריף'ס זענען דארט ווייל נישט יעדער איז ארויס, די עוויקשאן נאטיס איז אין אפעקט פאר יעדע מינוט וואס די לענדערס קענען אראפקומען און מאכן זעכער אז יעדער איז טאקע אינדרויסן, אבער אפיציעל האט מען פארלענגערט די פארהאנדלונגן פאר נאך א וואך, נאכן דורכפאלן איטליכע מאל אין די לעצטע דריי פיר וואכן.

📎 IMG-20141120-WA061.jpg

און דאס הענגט מען ארום....

📎 IMG-20141120-WA064.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:20 am

· #236560
לויט ווי מ'ליינט דא אויפ'ן אשכול איז דער מעשה ווי פאלגענד:
א איד האט געקויפט א שטיקל קרקע און געבארגט געלט פון א צווייטע איד דערויף. דער מלוה האט מיט איהם א היתר עיסקא, הייסט'ס ער איז א שותף אינ'ם געשעפט, און ער באקומט פערצענט'ן ווייל דער 'לוה' וויל נישט מאכען א שבועה אין ב"ד וועגען די רווחים (אזוי גייט די קונץ פון היתר עיסקא). יעצט גיבען די קונים געלט פאר'ן ביזנעס (הייסט'ס ביידע שותפים) צו קויפען דירות א דבר שלא בא לעולם. דער מוכר נעמט די געלט און נעמט זיך בויען, אבער ער טוט א נאכלעסיגע ארבעט און ער בויט נישט צו דער זאך. די קונים האבען אליינס אינוועסטירט געלט צו ענדיגען די דירות (וואס באלאנגען צום ביזנעס) און זיי ציען זיך אריין, אין דירות וואס באלאנגען נאך נישט צו זיי. יעצט וויל די 'מלוה' צוריק זיין געלט פונ'ם פראיעקט און ער הייסט די קונים אפפיצען פון דאנעט.
יעצט לאמיר זען די הלכה. די קונים האבען געקויפט א דבשלב"ל, און ס'באלאנגט גארנישט צו זיי. זיי האבען א רעכט צו זייער געלט ותו לא מידי. כפי דברי הגמ' ב"מ סו: דארפען זיי באצאלען שכר דירה אויך פאר די צייט וואס זיי האבען געוואוינט (הדרא ארעא והדרא פירי). נאר טאמער ס'איז דא א סיטומתא, א מנהג, אז מ'קען קויפען א דבשלב"ל, דוכט זיך אז ר' שלמה קלוגער קלערט פאר א שאלה צו ס'העלפט. (חכמת שלמה אויף שו"ע חו"מ אדער ר"ו הלכות סיטומתא אדער רי"ב הלכות דבשלב"ל, קוקט'ס עס נאך) אבער יעצט איז דער מנהג נישט אזוי וויכטיג, ווייל ס'איז נישט געטוהן געווארען באופן המנהג, נאר אונטער'ן טיש.
די קונים האבען אבער די ערשטע רעכט אויף די נכסים פונ'ם ביזנעס. פאר דער 'מלוה', ווייל דער מלוה אי א שותף, און ער איז פונקט אזוי שולדיג פאר'ן קונים ווי די דעוועלעפא"ר. מסתמא וועגען דעם האבען די רבנים געזאגט אז אויב ער פיהרט און מאנט ווי א מלוה, זענען זיין שטרי עיסקא באמת נישט גילטיג, ווייל ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין עיסקא, נאר א הלוואה, וואס אויף דעם האט דער תורה גע'אסרט רבית.
ס'איז דא נאך זאכען צו טראכטען, אבער פאר א התחלה איז דא וואס צו טוהן. טאמער איך האב געמאכט אטעות אינ'ם מעשה אדער הלכה, ביטער ערקלער מיר.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:31 am

· #236598
אז מ'רעדט שוין מיט די מידיא, ביטע גיב איבער אז איך האב א קאר צו פארקויפען. ווער עס וויל עס זען זאל זיך מעלדען צו מיר אין ק"ש. פארוואס זאל מען לאזען לריק אונזער געלעגענהייט צו רעדען פאר'ן וועלט? לאמיר מאכען אפאר דאללאר דערויף.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:34 am

· #236599
פארגעסען נאך א הלכהדיג'ע נקודה.
די ארבעט וואס זיי האבען אריינגעלייגט אינ'ם דירות און די געלט איז אזוי ווי א יורד שלא ברשות. זיי האבען דאך יורד געווען אדעתא דנפשייהו, און שלא ברשות. ממילא קומט זיי גארנישט. אפילו ווען ס'וואלט זיי יא עפעס געקומען, איז דאס נאר יציאה שיעור שבח, הייסט'ס די קלענסטע מאז געלט, אדער זייערע הוצאות, אדער די שבח פונ'ם בנין וואס איז ארויס פון זייער געלט. נישט מער. אבער יעצט אז זיי האבען יורד געוון אדעתא דנשפייהו, איז דא א שו"ת מהר"ם געברענגט אין שו"ע אז זיי באקומען גארנישט.

outspoken » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 12:16 pm

· #236621
עיני עיני ירדה מים, מ'רעדט נישט דא פון אינוועסטערס פליפערס וכדומה, מ'רעדט דא פון אידן וואס האבן זיך צוזאמען געבארגט שווערע געלטער צו האבן א דאך העכערן קאפ פון זייער משפחה, בשעתן קויפן איז געווען אנדערע בילדערס אזוי ווי דושונסקי, מאיר שטערן און נאך, וואס נאך א יאר האבן אלע געקלאסט און די עולם ווייסט ב''ה פון קיין צרות, ווידער די וואס האבן דא געקויפט לעבען שוין די אלע יארן מיט פחד בבקר תאמר מי יתן ערב ובערב תאמר מי יתן בקר מפחד לבבך. אוי דארפן די וואס די רבוש''ע האט אפגעראטעוועט פון דארט צו קויפען דאנקען די באשעפער א גאנצען טאג.

איחוד פעלד » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 1:37 pm

· #236649
ליטוואק פון בודאפעסט
פארגעסען נאך א הלכהדיג'ע נקודה.
די ארבעט וואס זיי האבען אריינגעלייגט אינ'ם דירות און די געלט איז אזוי ווי א יורד שלא ברשות. זיי האבען דאך יורד געווען אדעתא דנפשייהו, און שלא ברשות. ממילא קומט זיי גארנישט. אפילו ווען ס'וואלט זיי יא עפעס געקומען, איז דאס נאר יציאה שיעור שבח, הייסט'ס די קלענסטע מאז געלט, אדער זייערע הוצאות, אדער די שבח פונ'ם בנין וואס איז ארויס פון זייער געלט. נישט מער. אבער יעצט אז זיי האבען יורד געוון אדעתא דנשפייהו, איז דא א שו"ת מהר"ם געברענגט אין שו"ע אז זיי באקומען גארנישט.


עס איז א שולחן ערוך. מען באקומט לפי ההוצאה.

אבער מען דארף זיין היבש קרום זיי דן צו זיין וי א יורד שלא. רשות.

דאס איז חוץ דער צד אז זיי האבען באצאלט מער ווי מען מעג לעגאל ממילא איז דא דער בית שלמה וואס האלט אז אידרוף הייסט קנין כסף.

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 2:05 pm

· #236654
יע איך בין נבהל ונשתומם ווי די רבנים דערמאנען נישט קיין אות אחת אפילו ברמיזה די ציפקע צרות וואס די קונים האבען אויסגעטיילט פאר די אינוועסטערס מיט אלע מינע דריידעלך כנוסח ווילי [און אויך ווערט נישט דערמאנט דער גנב בזוי דער ערשער בילדער].

לויט ווי איך האב ערגעץ געליינט האבען זיי שוין עטליכע יאר נישט געצאלט גארנישט נישט קיין מארגעדש און אוודאי נישט קיין רענט אזוי אז אפילו נאר די געלט אליינס איז א סכום נכבד מאוד ,איך וואלט זיך געפרייט אויב איינער וואס איז בקי בטיב הדברים קען דאס מאשר זיין אדער מכחיש זיין.

איי געסס געוויסע רבנים לעבן נאך אונטער א אילאזיע אז די קאלענדער ווייזט יארע 1960 און פארשטייען נישט אז היינט איז זייער שווער געווארן צו פארקויפן קרעפלך פארען עולם.

signout » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 2:15 pm

· #236660
זייט עס איז ארויסגעקומען רבנים זיך אננעמן פאר די רוכשים, נעמען זיך אלע סעלפ העיטינג חברה אן פאר די לוה #טיפיקעל

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 2:31 pm

· #236667
מיסטער ארויס ,איך מיין אז איך בין דשוסט עבאוט עז פאר פון סעלף-העיטינג ווי עס איך שייך דא אויף ק''ש ,אבער זאכן דארפן מאכן סענס ובלע''ז It doesn't pass the smell test.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 3:34 pm

· #236698
דוכט זיך דער תשובה וועגען אדרו׳׳ף איז א מים חיים געברענגט אין פתחי תשובה חו׳׳מ ר׳׳ז סעי׳ י׳׳א. אבער ס׳העלפט נישט. קנין כסף העלפט נישט ביי דבשלב׳׳ל.
טאמער דו קוקסט עס אן ווי דמי קדימה, איז אפילו ביי ערבוני יקון מעגען ביידער חוזר זיין. עי׳ חו׳׳מ ק׳׳צ. נאר יד החוזר בו על התחתונה טאמער די פרייז האט זיך געטוישט.

שלמה המלך » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 3:42 pm

· #236703
קיינער רעד נישט וועגען לויפער און נישט פון זיין דזשיקוב'ער ביהמד"ר אין דעם בנין! אויך איז ער נישט אויף די ליסטע ווי בי"ד האט געשריבען די נעמען! וואס איז פשט? און וואס איז די מצב מיט אים/זיין שוהל?

Kool man » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 4:42 pm

· #236730
ווער איז דער מיט די גרויסע גרויע בארדע וואס פלאפעלט פאר די ריפארטער ווי א ערשט קלאסיגע שוטה?

chusid » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 9:15 pm

· #236804
why are they angry on the person who owns it now more than the original developer?

outspoken » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 9:28 pm

· #236806
chusid
why are they angry on the person who owns it now more than the original developer?

Because he is now non relevant

chusid » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:37 pm

· #236833
outspoken
chusid
why are they angry on the person who owns it now more than the original developer?

Because he is now non relevant

ווער איז דער גנב דא? איז נישט די מעשה אז דער דעוועלאפער האט זייער דיפאזיט?

פישלע העררינג » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 1:58 pm

· #237389
[ציטאט אראפגענומען]

נו, פיר אויס...

סאשי פיש » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 2:44 pm

· #237402
[ציטאט אראפגענומען]

לא דובים ולא יער!!
די שול האט פארהאנדלט. ווען מען האט ארויסגעטריבען די משפחות האט מען נישט צוגערירט די שול.
דארט איז גאר געווען א מנין תהילים פאר די משפחות!
קען זיין ווייל די ספרדים האבען מורא צו טשעפען א שול?!

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 3:07 pm

· #237408
סאשי פיש
[ציטאט אראפגענומען]

לא דובים ולא יער!!
די שול האט פארהאנדלט. ווען מען האט ארויסגעטריבען די משפחות האט מען נישט צוגערירט די שול.
דארט איז גאר געווען א מנין תהילים פאר די משפחות!
קען זיין ווייל די ספרדים האבען מורא צו טשעפען א שול?!

ס'איז נישט נאר די ספרדים. א יעדער נארמאלער מענטש וועלכער האט א פינטל יראת שמים, ווייסט אז א שול טשעפעט מען נישט. און ווער יא. האט נישט גוט אפגעשניטן, ל"ע. איך ווייס כמה מעשיות שאינני רוצה להעלות על הכתב, וואו איינער איז געוועין אן אויבער חכם און האט געטשעפעט מיט א ביהמ"ד. ער האט געוואלט ווייזן אז ער שרעקט זיך נישט. ער האט געסטראשעט אז ער גייט פארמאכן דעם שול. און ער האט נעבעך באקומען זיין עונש...

נולד מאוחר » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 4:47 pm

· #237431
סאיז טאקע מסתבר טשעפנען א מענטש מיט פילינגס נו מהאט שוין געהערט אזאנס, אבער א שול?!
אזוי ווי רעדן לשון הרע אויפן א נפטר וואס שפיערט נישט, מענטשען ציטערן, אבער אויף א לעבעדיגע מענטש נישט געפערליך.

איחוד פעלד » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 5:10 pm

· #237438
ער טשעפעט טאקע נישט די שוהל. די שאלה איז נאר ווער איז רב דארט....

chusid » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 6:51 pm

· #237466
איך האב געהערט אז שלמה הערש קארפן האט אפגעקויפט די נאוט

חכם עתיק » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 3:44 pm

· #237637
chusid
איך האב געהערט אז שלמה הערש קארפן האט אפגעקויפט די נאוט


וואס נאך האסטו געהערט, ער פראבירט אפשר, אבער דערווייל הער איך אן קיין רעזאלטס. געהערט אז די שוהל וואלט אויך געווארן פארשפארט נאר נישט אויפן מינוט, וואס דען איז די תהלים געזאגעכץ דארט.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:33 pm

· #241120
נולד מאוחר
סאיז טאקע מסתבר טשעפנען א מענטש מיט פילינגס נו מהאט שוין געהערט אזאנס, אבער א שול?!
אזוי ווי רעדן לשון הרע אויפן א נפטר וואס שפיערט נישט, מענטשען ציטערן, אבער אויף א לעבעדיגע מענטש נישט געפערליך.

נולד: דו ווייסט גאנץ גוט אז אויב מ'טשעפעט א לעבעדיגן מענטש און מ'דערגייט איהם די יארן באקומט מען אויך ח"ו דעם עונש אויף די וועלט. דו ווילסט נאר זאגן א גוט ווערטל. א גוטע מליצה.... 🙄 איך דארף דיר נישט ברענגען קיין ראיות אויף דעם. ווייל דו קענסט אויכעט מענטשן וועלכע זענען דערגאנגען די יארן פאר א יחיד, האבן ל"ע נישט גוט אפגעשניטן. יש בעל הבית לבירה. ס'איז נישט הפקר א וועלט...!

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:42 pm

· #241122
איך זעה די שוהל הייסט זכרון יהודה. האב איך מיר דערמאנט אין בארא פארק האט מען אויך אפגעשפארט א בית מדרש מיט די זעלבע נאמען. זכרון יהודה אויף 19/47.

יין שרף » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:53 pm

· #241126
סא די נעקסטע ביהמ"ד גייט הייסן זכרון זכרון יהודה?

נולד מאוחר » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 1:49 am

· #244487
די גראטס זענען וואס מהאט ארויפגעלייגט
עיני עיני ירדה מים
📎 702231146_19876.jpg

סאשי פיש » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 12:32 pm

· #244584
נולד מאוחר
די גראטס זענען וואס מהאט ארויפגעלייגט
עיני עיני ירדה מים
image.jpg

שמן זית » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 1:09 pm

· #244599
קומט אויס אז די איינציגסטע זאך וואס איך דארף טון, איז זיך לערנען אפאר שיינע חסידישע תורות, דברי חיזוק, זיך איינקויפן אפאר חסידים, און איך בין א פארטיגער עושר...

די חסידים וועלן שוין אנזעצן איך זאל האבן אפאר דאלער....

ווי איז די רשע וואס האט מיר איינגערעדט אז פאר געלט דארף מען ארבעטן??.....

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 2, 2015 10:14 am

· #245305
@נולד מאוחר איך בעט דיר. עיני ירדה מים אויף א געביידע אין חו"ל? מ'באקלאגט א פאלאץ אין אמעריקא?! איך פארשטיי אז מ'האט טענות אויף אן עוולה, אז מ'פילט מיטלייד מיט א מענטש וואס האט נישט קיין דירה, אבער עיני ירדה מים באלאנגט אויף ביהמ"ק, אויף א"י, אויף דער גלות פון עם ישראל. נישט אויף דער אייננעמען פון א בנין ע"י דער מלוה. ש"ס איז פול מיט אזעלכע מעשים מיט אדרכתא אכרזתא וכדו'. דער וועלט האט זיך נישט גע'ענדיגט אזוי ווי ביים חרבן.

שמן זית » פרייטאג יאנואר 2, 2015 11:18 am

· #245336
@ליטוואק, איך זעה נישט קיין שום סיבה פארוואס "עיני עיני יורדה מים" זאל זיך נישט אריינפאסן דא.

אפגערעדט פון דעם וואס א ביהמ"ק מעט איז אפגעשפארט געווארן, וואס די שכינה איז פארטריבן געווארן פון איר אכסני', וואס אויף דעם פאסט עס זיכער. אבער אפילו מ'רעדט נאר פון דירות, עס איז פשוט אז א אידישע שטוב איז א וואוינארט פאר די שכינה הק'.

און ווען מ'פארטרייבט די שכינה, אויף דעם דארף מען שרייען "עיני עיני יורדה מים"

כנלע"ד

דריידל » פרייטאג יאנואר 2, 2015 11:38 am

· #245347
"נאר פון דירות"?!

ביי מיר איז סאך גרעסער די ווייטאג פאר משפחות וואס האבן פארלוירן זייער לייף סעיווינגס ווי אויף מתפללים וואס קענען זיך גרינג איינקוואטירן און א צווייט ביהמ" ד

שמן זית » פרייטאג יאנואר 2, 2015 12:12 pm

· #245368
מ'רעדט דאך דא צו עס פאסט צו נוצן דעם לשון "עיני עיני יורדה מים" וואס איז אנגעבליך רעזערווירט פאר א פאל וואס די שכינה האט פארלוירן איר וואוינונג.

אויף דעם האב איך מיר באצויגן זאגענדיג אז אפילו מ'רעדט "נאר פון דירות" וכו'

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 4, 2015 9:34 am

· #245634
און איך האלט נאך ביי מיינ'ס. שטארבען איז א טראגעדיע, א קינד אראפגייען פון אידישע וועג איז א טראגעדיע, חרבן ביהמ"ק איז א קאטאסטראף. פארלירען געלט איז א ווייטאג. מישען צוזאם די דריי זאכען איז א קרומקייט.
און פארצייל מיר נישט וועגען א ביהמ"ד. מ'רעדט, כפי הנראה, פון א שטיבעל, וואס כשלעצמה האט א תכלית אז דער רעבעלע דארף נישט באצאלען שטייערען און ער קען זיך האלטען א שיינע איד, נישט ווייניגע ווי הונדרעטער אנדערע אין ב"פ וומסב"ג לעיקוואוד וכדו'. אבער דאס אנצורופען א מקום השראת השכינה, ווען ס'איז קלאר נאר א שטיבעל (וכמבואר בשו"ת ד"ח אז דער גאנצע היתר פון די סעודות אין שטיבלעך א שטייגער ווי ש"ס אדער טישען וכו' איז נאר ווייל ס'האט דוקא נישט קיין קדושת ביהמ"ד וביהכנ"ס) איז אויך א קרומקייט. אידישקייט האט נישט געכאפט קיין קלאפ אין דער פאל, נאר מענטשענ'ס לעבען, וואס מ'דארף טאקע רחמנות האבען, אבער נישט אויף אן אופן כאילו מ'רעדט פון חרבן ביהמ"ק צו א ריזיגע קאטאסטארף.
דער נוסח דערמאנט פון דער מעשה פון דער סעפטי"ק טענ"ק אין קר"י, ווי מ'האט אויך געשריגען כאילו דער וועלט גייט אונטער ווייל 'מ'פארמאכט א ביהמ"ד'. דעמאלס האט יעדער געכאפט די ליצנות.

smart » זונטאג יאנואר 4, 2015 3:08 pm

· #245712
נישט קיין נפקא מינה וואו אזוי מען ריפט עס... די גאנצע פרשה איז א אנגעווייגטע מעשה.

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 4, 2015 6:39 pm

· #245816
רביס האבן פונקט אזא רעכט ווי יעדע מענטש צי בויען וואס זיי ווילען. אזוי לאנג ווי ער הייסט נישט זיינע מתפללים נישט צי בויען שיינע הייזער

יין שרף » זונטאג יאנואר 4, 2015 8:19 pm

· #245834
אמת. אבער א רבי וואס שנארערט פאר זיין מקום מקדש מעט פון בעלי בתים, וואס דערנאך וועלן זיי געבן ווייניגער פאר וויכטיגערע צוועקן, זענען עתיד ליתן את הדין.

אהבת ישראל » זונטאג יאנואר 4, 2015 11:55 pm

· #245888
ענטפער פאר אנאנים
איך וויל נישט עובר זיין אויף גילוי ח"ו..אבער דער עזריאל קיקט מיר אויס צי זיין עפעס א רב מיט א קליינעם אנגעזעצטען שול...מיט אפאר קארגע מתפללים וואס גייט נעבעך אויס צי זען דעם זיקובער רביןס געוועזנע מלוכה...סא רב לעבען יעצט האט איר שוין נישט וואס מקנא צי זיין...אויב האב איך א טעות אין איר זענט בלויז א בעה"ב פאסט אפילו נישט פאר אייך צי מקנא זיין א רב...מיט זייער סטרעסט לעבען ווען איר וואלט געוויסט וויפעל דע רבנים מאכען מיט ארום דעם " כבוד המדומה " וואלט דיר דאס אפעטיט פארגאנגען פין אטאקירען רבנים.....ביטע נישט נעמען פערזנליך

דריידל » מאנטאג יאנואר 5, 2015 11:16 am

· #245930
די שמועס איז בכלל נישט אין פלאץ. ערשטענס איז די אשכול געווידמעט צו שרייבן איבער דאס פארטרייבן די איינוואינער און נישט אויב רבישע קינדער האבן א רעכט צו שנארן פאר זיין שול. צווייטענס, איך קען די שול און די רב - ר' משה יחזקאל. די שול איז געבויעט געווארן מיט די ציל אז מענטשן זאלן האבן א געשמאק פלאץ צו לערנען און דאווענען (כאטשיג איך פערזענטליך וואלט נישט געווען באקוועם דארט, מחמת כמה סיבות). ס'איז געווען ציגעשטעלט א פרעכטיגע אוצר הספרים, א שיינע מקוה, און דאס האט מען נישט אויסגעשנארט פון די מתפללים.

די שול איז בכלל נישט נתיסד געווארן מיט'ן ציל פון רייטן אויפ'ן ציבור און זיך בויען א מלוכה. די רב דארט האט מיטאמטל געהאט א שטענדער די ערשטע פאר יאר. דאס וואס עזריאל שרייבט אז ס'האט געקאסט דריי מיליאן דאלער איז הולך דמיונית. ס'איז בכלל נישט געבויעט לוקזוריאס, ס'האט לכאורה נישט געקאסט מער ווי 1 מיליאן.

לאמיר זיך האלטן צום ענין און בלויז באריכטן נייעס און אנטוויקלונגען איבער ענינים העומדים על הפרק בנוגע דעם בנין.

שאולדיספריםפאקער » פרייטאג יוני 10, 2016 2:10 pm

· #337598
[ציטאט אראפגענומען]

וואס הייסט ?
אפשר ביסטו מער מרחיב דאס דיבור דיינע

שמעון וואלף » דינסטאג יוני 14, 2016 2:35 am

· #337630
איך הער (ליין) אז די שול איז געווען אפען יו"ט!
📎 IMG-20160610-WA0002.jpg

אברך משי » דינסטאג יוני 14, 2016 3:42 pm

· #337723
על כל פנים פיינע פרישע קעיק און סאדע איז געווען בהרחבה גדולה כיד המלך
כפי הנראה מכח התמונה המוכחת
בלאט: 1 2