דארף באבוב 45 פאלגען דער פסק?
94 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7577
דארף באבוב 45 פאלגען דער פסק?
כ'בין זיכער אז אין 48 האלט מען אז יא, און 45 האלט אז נישט.
אבער וואס זענען די צדדים אין דער זאך?
די צד אויף יא אידאך פשוט, ס'איז געוועהן שטרי בירורין און ביידע צדדים האבען זיך מקבל געוועהן צו פאלגען דער פסק, יעצט איז דא א פסק דין, דארף מען פאלגען.
ווידער די צד אויף נישט, ווייל דער פסק איז געשריבען זעהר איינזייטיג, און איין רב ווערט באשולדיגט פאר נעמען שוחד דורך געבען א הכשר אויף אינטערעסען מצד 48.
די שאלה איז עם כל זה. גיבט דאס א רעכט נישט צו פאלגען?
און וואס זענען די השלכות אויב זיי פאלגען נישט, מיינט דאס אז וויפיל דיינים פין דין תורות ווערען אראפגעקוקט דורך כלל ישראל, ווערט יעצט זייער כבוד נאך קלענער, ווייל ווי פארשטענדליך איז דער וואס פארלירט א דין תורה קיינמאל נישט צופרידען מיט דער פסוק, און זיכט זיך א וועג ארויס, און ממילא קען ער זיך יעצט אנהענגען אין אילן רברבא, זאגען אויב א גאנצע קהלה האט נישט געפאלגט מה נשתנה איך? פארוואס ברויך איך יא פאלגען?
און אויב וועט זיין רב אים סטראשען ארויסצוווארפען פין בית מדרש אדער נישט געבען עליות וכו', קען ער האבען א טענה צו זיין רב, ווען יענער קהלה האט נישט געפאלגט האסטו זיי באשייגעצט אזוי ווי די באשייגעצט מיר? (די איינציגסטע וואס וועלען יעצט מוזען פאלגען דין תורות וועט זיין 48 חסידים, נעבעך).
סוף דבר, דין תורות איז שוין לאנג א אבן נגף פאר כלל ישראל, זייט די בוררים אין אמעריקא האבען איבערגענומען די דין תורות, זענען דין תורות געווארען א חוכא ואטלולא, עס איז שוין צייט אדער די רבנים זאלען טוישען אביסעל די דין תורות מצב, אדער מבטל זיין כח הדיינים פין דין תורות.
זאל ער נישט פאלגן אין עס וועט ווערן באצווינגען אין קארט וועט שוין יעדע וויסען אז מען דארף פאלגן א ב"ד
הינדערט פראצענט ער דארף פאלגען . אפילו אויב סאיז א פסק וואס שטינקט פין קאפ ביז אראפ אין סאיז קלאר אז די דיינים זענען משוחד אין corrupt דארף ער זיין א וועגווייזער פאר סתם אידען אז מען דארף פאלגען א פסק בי"ד , אויב איז ער א ערענסטע מענטש דארף ער גלייבען אז פון פאלגען א פסק דין וועט ער נישט שאדען האבן דער אייבערשטער וועט עם ממלא זיין זיין חסרון אין באצאלען פאר די דיינים וואס סקומט זיי אויב האבן זיי געפסקנט שלא על פי תורה. אויב טוט ער עס וועט ער זיין רעספעקטירט אין ארויפגעקיקט בי אלע שיכטען פון כלל ישראל אין וועט נאר פארדינען אין טאמער נישט איז ער פונקט אזא low life ווי אלע אנדערע וואס פאלגען נישט קיין בי" ד..
אוודא דארף ער פאלגען אין פארדעם וועט ער פאלגען, זייער פשוט
כ׳פארשטיי נישט די פראגע.
דא האנדלט זיך פון א בוררות.
די הלכה איז קלאר, אפילו, לשיטתם, וואס די דיינים זענען רועי בקר, אפילו אויב איינער האט גענומען שוחד, אפילו ס׳איז געפאסקנט קעגן די תורה.
דאך איז דער הלכה קלאר אין שולחן ערוך, אז ״מיט דעם אלעם״ מוז מען פאלגן די פסק דין ״100%״!
אויב גייט רמ״ד באשליסן ״נישט״ צו פאלגן די די״ת, אז עס גארנישט אנדערש, ווי עסן א שטיקל חזיר ביים טיש סוכות, אדער צו רויכערן א ציגארעטל ביים טיש פרייטאג צו נאכטס, עסן קרעקער ביי כל נדרי.
תורה׳דיג האט ער נישט קיין ״שום״ וועג ארויס אויף נישט צו פאלגן.ער קען ברענגען לאגישע תירוצים, מיט חתימות פון אומבאקאנטע רבנים וויפיל ער וויל, דאס אלעס געבט עם נישט קיין שום היתר פון צו נישט פאלגן דער פסק דין.
ער איז יעצט אנגעקומען אין די קארנער, ווי ער האט זיך בידים אליינס אריינגעשטעלט.
"די הלכה איז קלאר, אפילו, לשיטתם, וואס די דיינים זענען רועי בקר, אפילו אויב איינער האט גענומען שוחד, אפילו ס׳איז געפאסקנט קעגן די תורה.
דאך איז דער הלכה קלאר אין שולחן ערוך, אז ״מיט דעם אלעם״ מוז מען פאלגן די פסק דין ״100%״!"
סתם פאר אינטערעסאנטקייט ווי איז די מקור פאר די שו"ע?
קען מיך איינער מסביר זיין איינמאל פאר אלעמאל? כ'זעה אנשי רמ''ד שרייען משוחד אין קראפטירט, כ'דארף דאס גלייבן? וואס ווילט עטץ, אנשי רמ''ד זאלן זאגן ''ס'קומט זיך אונז פעטש''?
עטץ מיינטס ווען רב''צ וואלט פארלוירען וואלט ער נישט געשריגן אז די רבנים זענען משוחד? מיט בעסערע סברות ווי געבן א הכשר פאר א טענענט פון באבוב.
נישט קיין ספק רמ''ד האט געכאפט אין זיבטן ריפ, אין מסתמא קומט זיך עיהם, ס'איז געזעצן א ציבור דיינים אויפן קעיס פאר יארן, געלאסט יעדער צד אויספאקען זייער גאנצע ווייטאג, אז זיי האבן אנגענומען איין צד מסתמא איז דאס ריכטיג,
אין טאמער האט צד רמ''ד ארויסגעשטעלט שוואכט נציגים קומט זיך עיהם הערשט קלעפ, סתם שרייען משוחד ווייל די לוזער שרייט משוחד איז טיפשות.
moshe613"די הלכה איז קלאר, אפילו, לשיטתם, וואס די דיינים זענען רועי בקר, אפילו אויב איינער האט גענומען שוחד, אפילו ס׳איז געפאסקנט קעגן די תורה.
דאך איז דער הלכה קלאר אין שולחן ערוך, אז ״מיט דעם אלעם״ מוז מען פאלגן די פסק דין ״100%״!"
סתם פאר אינטערעסאנטקייט ווי איז די מקור פאר די שו"ע?
דער חלק פין קעגען די תורה איז ער גערעכט, מען איז מקבל א פשרה אפילו כנגד הדין.
שוחד ווייס איך נישט. אפשר איז ער גערעכט.
אין די גאס הייסט אז ער גייט נישט פאלגען, דער עיקר סיבה ווייל זיין עולם וויל נישט פאלגען, און טאמער גיבט ער זיך אונטער פארלירט ער א חלק פין זיין עולם.
למעשה'דיג גרעדט אפילו אויב פארלירט ער די כבוד און הערצה פין די גאס, וועט זיין עולם בלייבען ביי אים גשוואוירען.
איז דער חשבון אז איינס פלאס איינס מאכט צוויי. נישט פאלגען.
איחוד פעלדאין די גאס הייסט אז ער גייט נישט פאלגען, דער עיקר סיבה ווייל זיין עולם וויל נישט פאלגען, און טאמער גיבט ער זיך אונטער פארלירט ער א חלק פין זיין עולם.
למעשה'דיג גרעדט אפילו אויב פארלירט ער די כבוד און הערצה פין די גאס, וועט זיין עולם בלייבען ביי אים גשוואוירען.
מסכים אז זיין עולם וועט בלייבן, ווער ס'האט אראנגעשלינגן גיין פיר מאל אין ערכאות וועט דאס אויך פארדייען!
@איחוד פעלדהאט געפענט א אשכול וואס טראגט מיט זיך א שאלה "דארף באבוב 45 פאלגען דער פסק?" ער איז נישט דן וואס דער עתיד וועט טאקע זיין, נאר פאר אינטרעסאנטקייט צו זיין דארפען בכלל פאלגען דער פסק, אפגעזעהן צו ער וועט יא אדער נישט פאלגען.
נאכען דולה זיין וויל איך איבער געבען אנצוטריקען פאר די אקסען און קעלבלעך דעתי הקלושה.
ס'דרייען זיך דא אזעלעכע ווי חסיד און נתן מנחם וואס פייערט היתכן א מנהיג עדה של לכל הפחות עשרה בטלנים, זאל גיין אקעגן דער שולחן ערוך און נישט פאלגען א פסק בית דין. אקעי איך הער זיי האבען א שטיקעל טענה, אדער בעסער געזאגט א שטארקע טענה.
אבער למעשה, ר' מרדכי דוד זאל און מוז טוהן וואס איז גוט פאר זוך און פאר זיין עולם. פינטעל. שלינג אראפ. ער דארף נישט געבן א דין וחשבון לכל הפחות בהאי עלמא פאר קיינעם נישט. אויסער אויב באבוב 48 גייט איהם נעמן בערכאות של עכו"ם (אויב יא, האפענטליך מיט רשות בי"ד).
דער גאס האט איהם נישט אנגעקוקט די ערשטע עטליכע יאר, דער גאס האט איהם נישט געשטיצט, די צייטונגן האבען איהם דערמאנט אלץ "כ"ק הגה"צ רבי מרדכי דוד אונגער שליט"א חדב"נ כ"ק אדמו"ר מהרנ"ץ מבאבוב זצ"ל", יא דאס איז געוועהן זיין טיטול דעמאלס. באבוב 45 האט געמאכט זייערע אייגענע פראפאגאנדע זאלן זיי ווייטער אזוי טוהן. דער נעקסטע דריי חדשים איז דאס גוט פאר די בלאגס פאר די נאקעטע אין די מקוה און די בעלי הכתרות'ס גרופעס אויס צו גרעפסן דעם נושא. באדעם ליין קיינער גייט נישט אן דאס, פונקט ווי קיינער גייט נישט אן דער סאטמאר הולכי ערכאות, און פונקט ווי הג"ר יחזקאל ראטה האט נישט געפאלגט פסק בי"ד און זיך ווייטער גערופען קארלוסבורג. נאוי באדי קעירס.
ווען דער פסק וואלט ווען געוועהן האלב וועגס נארמאל געשריבען, החרשתי. אבער קען דען איין נארמאלע מענטש (באבוב 48 אינם בכלל) זאגען אז די 6 בלעטער איז נישט עפעס אנדערש ווי א ביליגע פשקעוויל? קען מען דען דאס רופען א 'פסק' פון א 'בית דין'? מ'דארף איגנארירען די חתימות פון די שלשה רועי בקר און אנגיין ווייטער כאילו לא היה.
ר' מרדכי דוד טאר דאס נישט טוהן הן מצד חסידיו ומעריציו, והן מצד כבוד חותנו הגדול רבי נפתלי צבי מבאבוב זצוק"ל. איי זיין שווער וואלט יא געפאלגט אפילו אזא פסק. איים סארי, ר' מרדכי דוד איז נישט זיין שווער, יפתח בדורו כשמואל בדורו, יעדע מנהיג לעבט און א אנדערע תקופה, יעצט איז דער צייט ארויס צו ווייזען תקיפות, האלט דיך מיט דיין דריי הונדרעט פופציג טויזענט דוללער יעדער דריי פערטל יאר. זאל אלע באבוב 48 חסידים אנקוקן בלויז און נאר זייערע רבי און פארטיג.
איז ר' בן ציון אריה ליבוש בכלל א מעין דמעין פון זיין גרויסע טאטע? זיכער נישט, ס'דא וואס ווילן מיט געוואלד איינרעדען דער מענטשהייט אז ער איז יא.
למען הסיכום: אויף גאנץ באבוב קען מען ארויף לייגען איין גרויסע פעד לאק. דער חכמת שלמה איז נישט געוועהן אזא גרויסע חכמה, ער האט נישט געשריבען קיין צוואה, און דער תוצאה דערפון איז מחלוקות ושנאת אחים ושנאת ישראל אויף גאר א גרויסע פארנעם.
די קענסט שרייען ווי הויעך די ווילסט, די ביזט לגמרי נישט גערעכט.
א ב''ד שבישראל וואס איז געווען מרוצה אויף ביידע צדדים (פארשטייט זיך אז נאר ביזן פס''ד) האט ארויס געגעבן א פסק מיזן עס אלע צדדים איינהאלטן, אז נישט רייסט מען אויס די גאנצע תורה הק'( וואס איז שוין ליידער כמעט אויסגעריסען) דער צד פון ר' מרדכי דוד שליט''א אויב ווילן זיי נישט איינהאלטן 'דעם פסק, זאל זיי אויף נעמען א טוען רבני אדער א בורר, און פראבירן איבערצוקליגן דעם פסק. סתם אזוי שרייען איך וויל נישט פאלגען, וועגן קאראפציע אדער אנדערע סיבות, איז פארבאטן לפי דעת תורתינו הק'. און עס ווייזט אויף שוואכקייט, דאס פאסט אויסדריקליך נאר פאר הגז''ל מסיגוט מיט זיינע נאכשלעפער. א ערליכע יוד דארף פאלגן א פסק ב''ד. פינטל......
בכלל די גאנצע שאלה צו רמ״ד שליט״א גייט פאלגן די פסק איז זייער לעכערדיג. ווייל דאס איז זיכער אז כהיום הזה וועט ער זיכער פאלגן די פסק, ער איז אן ערנסטע ייד וואס פאלגט תורה אין ווערט נישט פארפאלן פין א פארלוסט, די שאלה גייט זיין אויב וועלן זיינע חסידים מיט עסקנים ארויף ברענגן ביום התשעים לפסק הבית דין - א בריוו פיןראב״ד העדה החרדית, מיט רבי חיים קנייבסקי, מיט היתר בית דין מער ווי איין בי״ד, אן עיקול אויף דעם בי״ד אין א קלארק פסק אין תמיכה פין קראנטע רבנים גדולי תורה וואס זאגן אז דער בית דין פסק דין פין באבוב איז איין גרויסע fraud אין מען זאל נישט פאלגן נאר זיך שטילן צו אן נייען ערליכן אויגעהאלטענע נארמאלע בית דין וואס דארף פאסקענען על פי תורה - דעמאלס קענסטו פרעגן דיין שאלה וואס זאל רמ״ד טוהן??!!!
קאך לעפל - די ביסט אדער די מאכט זיך?!?? רמ״ד האט גאר שטארקע תורהדיגע טענות ביי אין קהילה סיי אין ירושה אין זיי האבן ארויסגעגעבן גאנצע ספרים - די בי״ד האט ארויסגעגעבן א פסק וואס געבט זיי זירו אהן קיין שום הסבר!!! הישמע כזאת בישראל? נעם אלע שאלות ותשובות ספרים פין די גאנצע יידישע היסטאריע אין ווארף ארויס אין גארבידז - ווייל לשיטת די באבובע בי״ד ווער דארף א גיבן א הסבר אויף א פסק הלכה? מען פסקנט אהן וויאזוי מען וויל אהן צו גיבן אפילו נישט קיין איין סינגל מראה מקום. דאס איז קארופטעט דאס שרייט געוואלד, ווייל צו איז נישט אז מען האט דא געמאכט א פשרה צווישן צוויי זייטן וואס דעמאלס אוודאי גייט מען נישט ממש לפי הדין ווייל מען מאכט א פשרה, דא האסטו איין זייט אינגאנצן אויסגעטוהן פין אלעמען, ממש לפי חומרת הדין, איז ווי איז די מקור להלכה? א פלא אז מען שרייט קארופט ? צו שרייט פין זיך אליינס.
אין בדרך אגב אין די שטרי בוררים שטייט קלאר געשריבן אז די בי״ד דארף פאסקענען דין הקרוב לאמת על פי תורה, 45 האט רעכט צו פרעגן פשט אויף אזיין פסק, אין טאמער מען געבט נישט קיין פשט - שטינקט עס ביזן קאפ.
לאודועי בעלמא, דער גמרא זאגט אין איזהו נשך אז א מאדנע פסק איז דער ב"ד מחוייב מסביר צו זיין. זיי מעגען נישט לאזען א פסק אן נימוקים במקום די אויגען פון נארמאלע מענטשען פון דערויסען קוקען עס אן מאדנע.
הרב רוזנברג מוז ארויסגעבען זיין נימוקים פון דער פסק.
איך ווייס אויך נישט די הלכה ווען איינער פון די דיינים האבען נישט געחתמ'ט אויפ'ן פסק. ס'דאכט זיך אין די לעצטע סעיף אין סימן י"ד אין חו"מ שטייט אז מ'דארף אלע דיינים ביים פסק, און ס'העלפט נישט רוב.
אין די הלכה פון זבל"א שטייט נישט אז ער מוז אננעמען א פסול. נאר ווען ער זאגט להדיא נאמן עלי שלשה רועי בקר. און אפילו דעמאלס גלייב איך נישט אז ס'העלפט ביי שחד, ווייל מיט שחד איז דאס נישט קיין פסק, נישט אז די מענטש ווערט בלויז פסול.
moshe613קאך לעפל - די ביסט אדער די מאכט זיך?!?? רמ״ד האט גאר שטארקע תורהדיגע טענות ביי אין קהילה סיי אין ירושה אין זיי האבן ארויסגעגעבן גאנצע ספרים - די בי״ד האט ארויסגעגעבן א פסק וואס געבט זיי זירו אהן קיין שום הסבר!!! הישמע כזאת בישראל? נעם אלע שאלות ותשובות ספרים פין די גאנצע יידישע היסטאריע אין ווארף ארויס אין גארבידז - ווייל לשיטת די באבובע בי״ד ווער דארף א גיבן א הסבר אויף א פסק הלכה? מען פסקנט אהן וויאזוי מען וויל אהן צו גיבן אפילו נישט קיין איין סינגל מראה מקום. דאס איז קארופטעט דאס שרייט געוואלד, ווייל צו איז נישט אז מען האט דא געמאכט א פשרה צווישן צוויי זייטן וואס דעמאלס אוודאי גייט מען נישט ממש לפי הדין ווייל מען מאכט א פשרה, דא האסטו איין זייט אינגאנצן אויסגעטוהן פין אלעמען, ממש לפי חומרת הדין, איז ווי איז די מקור להלכה? א פלא אז מען שרייט קארופט ? צו שרייט פין זיך אליינס.
אין בדרך אגב אין די שטרי בוררים שטייט קלאר געשריבן אז די בי״ד דארף פאסקענען דין הקרוב לאמת על פי תורה, 45 האט רעכט צו פרעגן פשט אויף אזיין פסק, אין טאמער מען געבט נישט קיין פשט - שטינקט עס ביזן קאפ.
סליחה:
ב''ד דארף זיך נישט פארענפערן פאר יעדן שמוטעפונא, וואס שרייט ווי א עגלה עריפה חותנו כבנו. ע'פ הלכה דארף ב''ד נישט זאגן קיין מראי מקומות, ביידע צדים האבן זיך מחייב געווען צו פאלגען זייטדשע מוחל פאלגט אויס וואס ב''ד האט אייך געהייסן, און פארדרייט נישט קיין ספאדיק.....
איין זאך איז 100% קלאר אז ווען ב''ד פסק'עט ווען לטובת רמ''ד, וואלטן מיר נישט געהאט איצט דעם שמיעס, נאר די וואלסט מפליא געווען דאס ישרות פון ב''ד, און דער פסק וואלט געווען כנתנתן מסיני.
דעריבער פארוואס דארף מען זיך פאפן???????? פאלגט אויס דעם פסק, אדער זיכט א לופאל אין דעם פסק און שפילט אויס דעם סיסטעם, סתם אזוי שרייען קאראפציע, מהיכן דנתנו, חותנו כבנו, און ארויסגעבן דיקע ביכער פון פארצייטישע תשיבה ספרים, מאכט איר נאר פון אייך דאס גענאר, יעדע דין תורה איז אנדערש, בכלל פארוואס דארף מען בכלל גיין צו די ד''ת, עס איז דאך חותנו כבנו???? וואס איז בכלל די שאילה? אלא מאי... איר פארדרייט א קאפ פאר די מענטשהייט, און איר מאכט פון אייך דאס גענאר, טיט אן א גארטל (א צאנזע) און מאכט א לשם יחוד און פאלגט אויס דעם פסק פון ב''ד, און הערט אויף ו פארשעמן די הייליגע תורה, און מאכט נישט אייער רבי צו שאנד און שפאט....
מענטשען מיט א גראבער שפראך ענטפער איך נישט, טרעף דיר איינעם דיין גלייכס.
אינטרעסאנט. יעדע אשכול וואס עפענט זיך אויף דער טעמע, קומען צו לויפען די אלע מענטשען פון באבוב 48 און נעמען זיך קאמאנדעווען מיט אזא מאס האס און צארען אז ס'לאזט זיך נישט גלויבען. דאס פרעדיגט מען דארט? מ'האלט אין איין מעסטען ווער געווינט און ווער פארפליערט? יעדער זאך ווערט געמאסטען מיט דער וואגשאל? כנראה פון דעם רעדט מען טאג און נאכט אין די הייזער און דאס איז דער נושא פון יעדער אסיפה פון קהל וכדו'.
נאך אפאר אזעלכע געווינס'ן קענסטו זיך רו'איגעהייט באגראבען.
איך ווייס נאר נישט צו די מענטשען פון באבוב 45 האבען אויך דער נאטור, נאר פערצופאל דרייען זיי זיך נישט אין ק"ש? אדער עפעס אנדעריש. איך האב געפרעגט א איד, נישט קיין באבוב'ער אבער אן איידעם ביי א באבוב'ער (45) און ער זאגט מיר אז די שפאלט איז געווען אויף אן אופן אז די פשוט'ער מענטשען, די פויער'ס און די גאס יונגען זענען אין 48, און די דערהויבענער יונגעלייט, די מגידי שיעור און תלמידי חכמים (אוודאי כפי ערכם) זענען אין 45. איז דאס אמת? און אויב נישט, ווי איז דער נידריגע נוסח פון באבוב 45?
ערגעץ האב איך געליינט אז אויף די שטרי בירורין איז געשטאנען אז די פסק מוז ווערן אינטערגעשריבן פון אלע פינף דיינים. קען דאס איינער באשטעטיגן? איז דא ערגעץ ווי מ'קען זעהן די שטרי בירורין?
ליטוואק פון בודאפעסטלאודועי בעלמא, דער גמרא זאגט אין איזהו נשך אז א מאדנע פסק איז דער ב"ד מחוייב מסביר צו זיין. זיי מעגען נישט לאזען א פסק אן נימוקים במקום די אויגען פון נארמאלע מענטשען פון דערויסען קוקען עס אן מאדנע.
הרב רוזנברג מוז ארויסגעבען זיין נימוקים פון דער פסק.
איך ווייס אויך נישט די הלכה ווען איינער פון די דיינים האבען נישט געחתמ'ט אויפ'ן פסק. ס'דאכט זיך אין די לעצטע סעיף אין סימן י"ד אין חו"מ שטייט אז מ'דארף אלע דיינים ביים פסק, און ס'העלפט נישט רוב.
אין די הלכה פון זבל"א שטייט נישט אז ער מוז אננעמען א פסול. נאר ווען ער זאגט להדיא נאמן עלי שלשה רועי בקר. און אפילו דעמאלס גלייב איך נישט אז ס'העלפט ביי שחד, ווייל מיט שחד איז דאס נישט קיין פסק, נישט אז די מענטש ווערט בלויז פסול.
דו און די אנדערע שרייבערס שרייען חי וקיים ״מהיכן דנתני״.
ענקערע פארשטייער אין בי״ד, האבן נישט געבעטן פון בי״ד ״מהיכן דנתני״, זעהט אויס אויס אז זיי ווייסן גאנץ קלאר איז די הלכה איז ווי בי״ד האט גע׳פסק׳נט.
איך האב א פארשטייער אין ב"ד? אינטרעסאנט, ווער איז דאס? וואס האב איך מיט דעם?
מיין שייכות איז נאר אז איך בין נאנט צו א גרויסע תלמיד חכם, און ווען מ'איז געקומען צו איהם מיט'ן פסק ב"ד, האט ער זיך געמאלדען צו רעדען מיט הרב רוזנברג און צו הערען די נימוקים ווייל די פסק זעט אויס מאדנע. איך ווייס נישט צו די באבוב'ער (45) חסידים האבען אנגענומען דער עצה, אבער אזוי איז די הלכה אז הרב רוזנברג מוז זיך מסביר זיין.
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב א פארשטייער אין ב"ד? אינטרעסאנט, ווער איז דאס? וואס האב איך מיט דעם?

ליטוואק, איי פיל יאר פעין!
אזויווי די הלכה איז? ווי איז די הלכה אז א רב מוז זיך מסביר זיין? קען זיין אז דאס איז אין תורת אני שלום!
עיין בשו"ת אבקת רוכל יז, יב, ע"ד לרבינו יוסף קארו זצוק"ל:
"לא ראינו מי שתבע לבית דין שדנוהו הורוני מהיכן דנתוני" עכלה"ק
אבער איי געס אזויווי די איסור הליכה ערכאות וועכלע איז נאר געוועהן גילטיג ביז תשס''ה איז דאס אויך א חלק פונעם תורה חדשה!
באקומען אויף וואטסאפ
📎 IMG-20141117-WA0004.jpg
יעדער מענטש וואס ער האלט נישט אז דער רב"צ איז אין גאנצען גערעכט מוז זיין א חסיד פון דער רמ"ד? ס'איז נישט מעגליך צו זיין א זייטיגער מענטש וואס האט אפאר חשן משפט הערות. דער גאנצע מעשה יעצט איז צו ווייזען פאר'ן גאס ווער איז גערעכט און ווער נישט. אינעווייניג מאכט עס נישט קיין שום חילוק. איז איך בין פון די מענטשען פון דער פרעמד וואס מ'וויל יעצט איבערצייגען, און לויט וואס איך האב געלערנט דארף דער ב"ד נאך אלס אפגעבען א דין וחשבון.
יעצט לענין ההלכה, איך האב געברענגט א גמרא אין איזהו נשך אז א ב"ד דארף זיך מסביר זיין אין א מאדנע פסק. דו ברענגסט א תשובות אבקת רוכל אז לא שמענו כן מעולם. לכאורה א סתירה, ניין?
יעצט הער גוט צו, וועסטו פארשטיין. ס'איז דא צוויי ערליי סוגיות, איינס אין סנהדרין סוף פרק זה בורר און איינס אין פרק איזהו נשך אין ב"מ. דער גמרא אין סנהדרין רעדט פון א פאל ווי צוויי בעלי דין שלאגען זיך ווי דן צו זיין. דער גמרא זאגט אז מ'האט נישט קיין רעכט צו זאגען לב"ד הגדול קאתינא, איך וויל גייען צום גרעסטען ב"ד אין דער וועלט, ווייל כי יוציא אדם מנה על מנה? דארף א מענטש דען אויסגעבען זיין געלט אויף צו מאכען דער זעלבע געלט? נאר וואס, ער האט א רעכט צו פארלאנגען אז מ'זאל שיקען דער פסק פאר'ן ב"ד הגדול, דער ב"ד דאהי זאל שרייבען איהר פסק מהיכן דנתוני, און דער ב"ד הגדול וועט מחליט זיין צו זיי זענען גערעכט.
דער גמרא אין ב"מ מיינט גאר עפעס אנדעריש. ווען א ב"ד גיבט א פסק וואס זעט אויס מאדנע, מוזען זיי זאגען פאר'ן בעלי דין וואס דער נימוק איז. דאס שרייבט מען נישט צום ב"ד הגדול, דאס איז צו די בעלי דינים אליין.
און אז מ'קוקט ווייטער אין תשובה פונ'ם אבקת רוכל, קען מען זען גאר דער חילוק. ער הייבט אן אז מ'האט נישט געהערט אזא זאך, אבער יעצט הייבט מען אן צו פרעגען מהיכן דנתוני, ממילא איז ער מסביר פארוואס מ'האט טאקע נישט אזא רעכט אין די אומשטענדען וואס ער רעדט דארט. מ'האט קיינמאל נישט מוותר געווען אויף די רעכטען פונ'ם גמרא אין ב"מ, און נישט אויף דעם גייט דער אבקת רוכל.
נאכן זעהן אז אפאר סאטמארע נעמן זיך אן פאר רב"ץ, ווייל אויב רמ"ד נעמט ער נישט אן דער פסק בי"ד, איז מרים יד און תורת משה.
איז מיר אויפגעקומען אן איסתפקתא, וואס איז ארגער? גיין לכתחילה און ערכאות? אדער גיין צו בי"ד און אנפייפען א גרויליגע משונהדיגע פסק בי"ד?
לדעתי זענען ביי מיר ביידע אייניג, סאו וואס איז רמ"ד ארגער פון מהר"א מיט מהרז"ל פון סאטמאר? זענען אלע קאראפטירט און פארטיג,
ליטוואק פון בודאפעסטיעדער מענטש וואס ער האלט נישט אז דער רב"צ איז אין גאנצען גערעכט מוז זיין א חסיד פון דער רמ"ד? ס'איז נישט מעגליך צו זיין א זייטיגער מענטש וואס האט אפאר חשן משפט הערות. דער גאנצע מעשה יעצט איז צו ווייזען פאר'ן גאס ווער איז גערעכט און ווער נישט. אינעווייניג מאכט עס נישט קיין שום חילוק. איז איך בין פון די מענטשען פון דער פרעמד וואס מ'וויל יעצט איבערצייגען, און לויט וואס איך האב געלערנט דארף דער ב"ד נאך אלס אפגעבען א דין וחשבון.
יעצט לענין ההלכה, איך האב געברענגט א גמרא אין איזהו נשך אז א ב"ד דארף זיך מסביר זיין אין א מאדנע פסק. דו ברענגסט א תשובות אבקת רוכל אז לא שמענו כן מעולם. לכאורה א סתירה, ניין?
יעצט הער גוט צו, וועסטו פארשטיין. ס'איז דא צוויי ערליי סוגיות, איינס אין סנהדרין סוף פרק זה בורר און איינס אין פרק איזהו נשך אין ב"מ. דער גמרא אין סנהדרין רעדט פון א פאל ווי צוויי בעלי דין שלאגען זיך ווי דן צו זיין. דער גמרא זאגט אז מ'האט נישט קיין רעכט צו זאגען לב"ד הגדול קאתינא, איך וויל גייען צום גרעסטען ב"ד אין דער וועלט, ווייל כי יוציא אדם מנה על מנה? דארף א מענטש דען אויסגעבען זיין געלט אויף צו מאכען דער זעלבע געלט? נאר וואס, ער האט א רעכט צו פארלאנגען אז מ'זאל שיקען דער פסק פאר'ן ב"ד הגדול, דער ב"ד דאהי זאל שרייבען איהר פסק מהיכן דנתוני, און דער ב"ד הגדול וועט מחליט זיין צו זיי זענען גערעכט.
דער גמרא אין ב"מ מיינט גאר עפעס אנדעריש. ווען א ב"ד גיבט א פסק וואס זעט אויס מאדנע, מוזען זיי זאגען פאר'ן בעלי דין וואס דער נימוק איז. דאס שרייבט מען נישט צום ב"ד הגדול, דאס איז צו די בעלי דינים אליין.
און אז מ'קוקט ווייטער אין תשובה פונ'ם אבקת רוכל, קען מען זען גאר דער חילוק. ער הייבט אן אז מ'האט נישט געהערט אזא זאך, אבער יעצט הייבט מען אן צו פרעגען מהיכן דנתוני, ממילא איז ער מסביר פארוואס מ'האט טאקע נישט אזא רעכט אין די אומשטענדען וואס ער רעדט דארט. מ'האט קיינמאל נישט מוותר געווען אויף די רעכטען פונ'ם גמרא אין ב"מ, און נישט אויף דעם גייט דער אבקת רוכל.
ועוד גם זאת האסטו פארגעסן די פאקט אז אין די שטרי ברורין שטייט קלאר אז די רבנים דארפן נישט
און וועלן נישט געבן קיין היכן דנתנו'ס ! ע"כ בשכר זאת הקב"ה ישמרנו ויצילנו מכל צרה צוקה נגע ומחלה וישלח ברכה והצלחה בכל מעשי ידיהם עם כל ישראל אחיהם ונאמר אמן!
ליטוואק פון בודאפעסטיעדער מענטש וואס ער האלט נישט אז דער רב"צ איז אין גאנצען גערעכט מוז זיין א חסיד פון דער רמ"ד? ס'איז נישט מעגליך צו זיין א זייטיגער מענטש וואס האט אפאר חשן משפט הערות. דער גאנצע מעשה יעצט איז צו ווייזען פאר'ן גאס ווער איז גערעכט און ווער נישט. אינעווייניג מאכט עס נישט קיין שום חילוק. איז איך בין פון די מענטשען פון דער פרעמד וואס מ'וויל יעצט איבערצייגען, און לויט וואס איך האב געלערנט דארף דער ב"ד נאך אלס אפגעבען א דין וחשבון.
יעצט לענין ההלכה, איך האב געברענגט א גמרא אין איזהו נשך אז א ב"ד דארף זיך מסביר זיין אין א מאדנע פסק. דו ברענגסט א תשובות אבקת רוכל אז לא שמענו כן מעולם. לכאורה א סתירה, ניין?
יעצט הער גוט צו, וועסטו פארשטיין. ס'איז דא צוויי ערליי סוגיות, איינס אין סנהדרין סוף פרק זה בורר און איינס אין פרק איזהו נשך אין ב"מ. דער גמרא אין סנהדרין רעדט פון א פאל ווי צוויי בעלי דין שלאגען זיך ווי דן צו זיין. דער גמרא זאגט אז מ'האט נישט קיין רעכט צו זאגען לב"ד הגדול קאתינא, איך וויל גייען צום גרעסטען ב"ד אין דער וועלט, ווייל כי יוציא אדם מנה על מנה? דארף א מענטש דען אויסגעבען זיין געלט אויף צו מאכען דער זעלבע געלט? נאר וואס, ער האט א רעכט צו פארלאנגען אז מ'זאל שיקען דער פסק פאר'ן ב"ד הגדול, דער ב"ד דאהי זאל שרייבען איהר פסק מהיכן דנתוני, און דער ב"ד הגדול וועט מחליט זיין צו זיי זענען גערעכט.
דער גמרא אין ב"מ מיינט גאר עפעס אנדעריש. ווען א ב"ד גיבט א פסק וואס זעט אויס מאדנע, מוזען זיי זאגען פאר'ן בעלי דין וואס דער נימוק איז. דאס שרייבט מען נישט צום ב"ד הגדול, דאס איז צו די בעלי דינים אליין.
און אז מ'קוקט ווייטער אין תשובה פונ'ם אבקת רוכל, קען מען זען גאר דער חילוק. ער הייבט אן אז מ'האט נישט געהערט אזא זאך, אבער יעצט הייבט מען אן צו פרעגען מהיכן דנתוני, ממילא איז ער מסביר פארוואס מ'האט טאקע נישט אזא רעכט אין די אומשטענדען וואס ער רעדט דארט. מ'האט קיינמאל נישט מוותר געווען אויף די רעכטען פונ'ם גמרא אין ב"מ, און נישט אויף דעם גייט דער אבקת רוכל.
נאט דיר אז מ'דארף נישט מסביר זיין קיין היכן דנתנו
📎 pxe2kxvx.jpg
הוא הדבר אשר דברתי. דאס האט אלס צו טוהן מיט׳ן טענה פון מהיכן דנתוני, און גארנישט צו טוהן מיט׳ן טענה פון כל כה׳׳ג בוודאי צריך לאודועי אין ב׳׳מ.
ייש׳׳כ רבי חסיד. איך זעה אז די חסידי באבוב 48 שטייען גרייט אפילו צו העלפען חסידי באבוב 45 בעת הצורך.
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב א פארשטייער אין ב"ד? אינטרעסאנט, ווער איז דאס? וואס האב איך מיט דעם?
מיין שייכות איז נאר אז איך בין נאנט צו א גרויסע תלמיד חכם, און ווען מ'איז געקומען צו איהם מיט'ן פסק ב"ד, האט ער זיך געמאלדען צו רעדען מיט הרב רוזנברג און צו הערען די נימוקים ווייל די פסק זעט אויס מאדנע. איך ווייס נישט צו די באבוב'ער (45) חסידים האבען אנגענומען דער עצה, אבער אזוי איז די הלכה אז הרב רוזנברג מוז זיך מסביר זיין.
נא פיר אויס האט הרב רויזנבערג אים געזאגט די נימוקים? די האסט געזאגט א מאמר המוסגר אז ער האט זיך געמאלדן! וואס איז נאכדעם גישעהן?
יעצט לפי ידיעתי האט צד 45 נישט גיבעטן פון בי"ד נאכ'ן פסק מהיכן דנתני
און איך האב Confirmed ביי הרב זעלטענרייך און הרב רויזענבערג אז זיי האבן נאכנישט באקומען פון קיין איין רב, רבי, דיין א בקשה אז זיי ווילן פארשטיין די פסק!!!
איז ווייל די שרייבסט אויף קאווע שטיבל אז די ווילסט פארשטיין דארף ער דיר אנרופען מסביר זיין???
שיק ארויף any רב אדער דיין צו זיי און לאמיר זעהן וואס וועט זיין!
ממש א שאד אויב מען דארף פשוט דעם שיק אינגעל צו בעטן א מהיכן דנתני, זאל עס 48 טון אנשטאט ארומלויפען צו אנדערע רבנים
און אז מען וועט האבען א קלארע מהיכן דנתוני פאר די גאס, וועט עטוואס לייכטער ווערן די מצב מיט א אויסגעקלארטע בילד וואס דא טוט זיך.
אביסעל שכלזאל ער נישט פאלגן אין עס וועט ווערן באצווינגען אין קארט וועט שוין יעדע וויסען אז מען דארף פאלגן א ב"ד
לויט די arbitration rules איז דער פסק גארנישט ווערט אין קארט, ווייל עס פעלט איין חתומה, און ווייל עס לאזט אפען דער פסק, עס איז נישט final.
פליישיגערממש א שאד אויב מען דארף פשוט דעם שיק אינגעל צו בעטן א מהיכן דנתני, זאל עס 48 טון אנשטאט ארומלויפען צו אנדערע רבנים
און אז מען וועט האבען א קלארע מהיכן דנתוני פאר די גאס, וועט עטוואס לייכטער ווערן די מצב מיט א אויסגעקלארטע בילד וואס דא טוט זיך.
בי"ד קען נישט געבן א מהיכן דנתנו צו איינער וואס פארשטייט די פסק ער פארשטייט דאך
בי"ד וויל הערן פון איינער וואס זאגט אז ער פארשטייט נישט, וואס ער פארשטייט נישט און בי"ד וועט עס מסביר זיין בטוב טעם ודעת!!!
מארקוסכ׳פארשטיי נישט די פראגע.
דא האנדלט זיך פון א בוררות.
די הלכה איז קלאר, אפילו, לשיטתם, וואס די דיינים זענען רועי בקר, אפילו אויב איינער האט גענומען שוחד, אפילו ס׳איז געפאסקנט קעגן די תורה.
דאך איז דער הלכה קלאר אין שולחן ערוך, אז ״מיט דעם אלעם״ מוז מען פאלגן די פסק דין ״100%״!
אויב גייט רמ״ד באשליסן ״נישט״ צו פאלגן די די״ת, אז עס גארנישט אנדערש, ווי עסן א שטיקל חזיר ביים טיש סוכות, אדער צו רויכערן א ציגארעטל ביים טיש פרייטאג צו נאכטס, עסן קרעקער ביי כל נדרי.
תורה׳דיג האט ער נישט קיין ״שום״ וועג ארויס אויף נישט צו פאלגן.ער קען ברענגען לאגישע תירוצים, מיט חתימות פון אומבאקאנטע רבנים וויפיל ער וויל, דאס אלעס געבט עם נישט קיין שום היתר פון צו נישט פאלגן דער פסק דין.
ער איז יעצט אנגעקומען אין די קארנער, ווי ער האט זיך בידים אליינס אריינגעשטעלט.
אפילו אויב איינער האט גענומען שוחד בלייבט דער פסק א פסק? ווי שטייט דעס?
שטילע אינגערמאן קען מיך איינער מסביר זיין איינמאל פאר אלעמאל? כ'זעה אנשי רמ''ד שרייען משוחד אין קראפטירט, כ'דארף דאס גלייבן? וואס ווילט עטץ, אנשי רמ''ד זאלן זאגן ''ס'קומט זיך אונז פעטש''?
עטץ מיינטס ווען רב''צ וואלט פארלוירען וואלט ער נישט געשריגן אז די רבנים זענען משוחד? מיט בעסערע סברות ווי געבן א הכשר פאר א טענענט פון באבוב.
נישט קיין ספק רמ''ד האט געכאפט אין זיבטן ריפ, אין מסתמא קומט זיך עיהם, ס'איז געזעצן א ציבור דיינים אויפן קעיס פאר יארן, געלאסט יעדער צד אויספאקען זייער גאנצע ווייטאג, אז זיי האבן אנגענומען איין צד מסתמא איז דאס ריכטיג,
אין טאמער האט צד רמ''ד ארויסגעשטעלט שוואכט נציגים קומט זיך עיהם הערשט קלעפ, סתם שרייען משוחד ווייל די לוזער שרייט משוחד איז טיפשות.
נישט געכאפט איז זיביטען ריפ, טרייב נישט איבער. אויב האט איינער געכאפט אין זיבעטען ריפ איז עס פארטי עיט סטריט וואס רוב עולם איז שוין אוועק פון דארט, און דער העמערידז האלט נשיט ביי סטאפען. די וואס האבען נישט געקענט קומען קיין פארטי פיפט מאיזה טעם שיהיה האבען היינט אנדערע רבי'ס.
כ'פארשטיי נישט.
לאמיר זאגען ליטוואק איז גערעכט, בכה""ג צריך לאודיעי.
לכאורה איז דאס א הלכה וואס האט נישט מיט דער בעל דין, נאר אויף די בית דין.
אין אנדערע ווערטער, א בעל דין קען נישט זאגען כ'פאלג נישט דער פסק ווייל לדעתי איז דער פסק מאדנע, און בית דין דארף זאגען פשט אין פסק.
דער אמת'ע סיבה פארוואס בתי דינים לייגען אריין היינט אין שטרי בירורין אז מען ברויך נישט געבען מהיכן דנתני, איז ווייל געוועהנליך דער וואס פארלירט וויל נישט פאלגען, בעהט ער מהיכן דנתני, און נאכדעם פאר אפאר דאלאר פרעגט איינער אהן דער פסק, כדרכה של תורה, זה בונה וזה סותר, ואין לדבר סוף.
דער סיבה פארוואס 45 וויל דער מהיכן דנתני איז גאר פארשטענדליך, אבער דער סיבה פין בית דין נישט צו געבען איז נאכמער פארשטענדליך.
48 האט סייווי פארלוירען אפילו אויב 45 פאלגט יא, דער כבוד פין די גאס האבען זיי ממילא נישט.
קען איינער מיך ביטע מסביר זיין וואס גייט דא פאר?
ליינענגיד הגר"מ שטרנבוך'ס בריעף שרייבט ער אז די סיבה פארוואס די פסק איז "תמוה" און זיינע אויגען איז ווייל כלה"ק "וכן הסכימו לפשרה הקרוב לדין תורה", און למעשה איז עס געווען "דין" און מ'האט נישט געטוהן ווי עס שטייט און שו"ע באופן פון א פשרה צו מוותר זיין אויף א שליש וכו'.
אבער קוקענדיג און די שטרי ברורין וואס איז לעצטנס מפורסם געווארען, זעה איך קלאהר געשריבען, "בין אם יהא על פי דין תורה בין אם יהא על פי פשר הקרוב לדין". איז פון ווי האט הגר"מ גענומען אז ביידע האבען געוואלט פשר הקרוב לדין? צו זאגען אז ער האט סתם געגלייבט רא"ח, אהן צו זעהן די שטרי בירורין איז א חידוש. אפשר וועט מען זאגען מ'האט עם געוויזען א פאלטשע שטר? סיי ווי ס'איז נאר, איז לכאו' דער וואס זעט די שטרי בירורין פאלט אראפ די גאנצע "תמוה".
ביטע עקלערן.
ב"מ סט.
הנהו תרי כותאי דעבוד עסקא בהדי הדדי אזיל חד מנייהו פליג זוזי בלא דעתיה דחבריה אתו לקמיה דרב פפא אמר ליה מאי נפקא מינה הכי אמר רב נחמן זוזי כמאן דפליגי דמו לשנה זבון חמרא בהדי הדדי קם אידך פליג ליה בלא דעתיה דחבריה אתו לקמיה דרב פפא אמר ליה מאן פלג לך אמר ליה קא חזינא דבתר דידי קא אתי מר אמר רב פפא כהאי גונא ודאי צריך לאודועיה זוזי מי שקיל טבי ושביק חסרי (אמר ליה לא אמר ליה) חמרא כולי עלמא ידעי דאיכא דבסים ואיכא דלא בסים.
וכ' התוס' וז"ל, כי האי גוונא ודאי צריך לאודועיה - משמע דוקא הכא לפי שהיה לו פתחון פה לחשדו קאמר דצריך לאודועיה משום והייתם נקיים מה' ומישראל (במדבר לב) אבל בעלמא לא והא דאמר בסוף זה בורר (סנהדרין דף לא: ושם ד"ה ואם) שנים שנתעצמו לדין שכופין אותו ודן בעירו ואם אמר כתבוני מאיזה טעם דנתוני כותבין ונותנין לו אר"ת מכח ההיא דהכא דוקא התם דלא רצה לדון אלא על ידי כפייה אבל אם מדעתו דנו אותו אין כותבין ונותנין לו עכ"ל.
ליטוואק פון בודאפעסטב"מ סט.

שוין ווייטער מיטי די זעלבע ככלב שב על קיאו!
האסט געזעהן די שטרי ברורין? מה כתיב בה? מ'האט מקבל קנין געוועהן אדעתא דהכא און מקבל געוועהן את הדין בכל אופן שהוא!
אה, ס'שמעקט דיר נישט דעם פסק, פאק די פעק און פאר אהיים קיין בודאפעשט, רוף דיך פושפוקלאדיינער ראש הקהל, טוה זיך אן א ליטווישן צעלינדער און שטיי אויף איין פיס און שריי "אונז האבן פארלוירן"!!
איחוד פעלדכ'פארשטיי נישט.
לאמיר זאגען ליטוואק איז גערעכט, בכה""ג צריך לאודיעי.
לכאורה איז דאס א הלכה וואס האט נישט מיט דער בעל דין, נאר אויף די בית דין.
אין אנדערע ווערטער, א בעל דין קען נישט זאגען כ'פאלג נישט דער פסק ווייל לדעתי איז דער פסק מאדנע, און בית דין דארף זאגען פשט אין פסק.
דער אמת'ע סיבה פארוואס בתי דינים לייגען אריין היינט אין שטרי בירורין אז מען ברויך נישט געבען מהיכן דנתני, איז ווייל געוועהנליך דער וואס פארלירט וויל נישט פאלגען, בעהט ער מהיכן דנתני, און נאכדעם פאר אפאר דאלאר פרעגט איינער אהן דער פסק, כדרכה של תורה, זה בונה וזה סותר, ואין לדבר סוף.
דער סיבה פארוואס 45 וויל דער מהיכן דנתני איז גאר פארשטענדליך, אבער דער סיבה פין בית דין נישט צו געבען איז נאכמער פארשטענדליך.
48 האט סייווי פארלוירען אפילו אויב 45 פאלגט יא, דער כבוד פין די גאס האבען זיי ממילא נישט.
פשוט, דער סיבה פארוואס בית דין שרייבט אריין אז זיי מוזען נישט געבען קיין היכן דנתני, איז ווייל זיי האלטען נישט דערביי.
דער סיסטעם פון אריין שרייבען אז די דין תורה דארף נישט געפירט ווערען על פי דיני תורה איז קאראפטירט און דארף ווערען געטוישט. א בעל דין איז נאך גרייט אראפ צו שלינגען אפילו אויב ער שפירט אז ער איז גערעכט; אבער אז בית דין זאל אים צווינגען צו סיינען אז ער איז מסכים צו א דין תורה שלא על פי דין תורה, און נישט פאר בית דין'ס פראטעקשען (אזוי ווי מען רעדט איין), נאר אז בית דין זאל טאקע האבען די רעכט צו מעוות זיין דער דין, צו דעם איז קיינער נישט מסכים, און דער בית דין איז אפגעפרעגט מעיקרא, חוץ אויב זיי וועלען זיך לאזעם מתדיין זיין און א אנדערע בית דין אז זיי זענען געווען כשר.
ביז דענמאלט איז דער בית דין אפגערעגט, און זייער פסק איז קיין פסק נישט.
כנוראיחוד פעלדכ'פארשטיי נישט.

שעפעלע זיסער! נניח אז ביסט גערעכט אז מ'וואלט נישט געדארפט אזוי שרייבן, אבער דער פאקט בלייבט פאקט איף יא לייק איט אר נאט! מ'האט מקבל קנין געוועהן און גע'חתם'עט! קום נישט יעצט וויינען וואס וואלט ווען געדארפט זיין! קבלת, קיים!
און זיי מוחל און זעץ דיך אויף די ערד און טוה אויס די שיך און וויין איכה, ביסט געבליבן אן די בנינים און ביסט נישט באבוב! גירא בעיני דשיטנא!
כנוראיחוד פעלדכ'פארשטיי נישט.
אבער אז בית דין זאל אים צווינגען צו סיינען אז ער איז מסכים צו א דין תורה שלא על פי דין תורה
בי"ד האט אים נישט געצווינגען ער איז געקומען צו בי"ד אז ער וויל זיך מתדיין זיין
Yossyהינדערט פראצענט ער דארף פאלגען . אפילו אויב סאיז א פסק וואס שטינקט פין קאפ ביז אראפ אין סאיז קלאר אז די דיינים זענען משוחד אין corrupt דארף ער זיין א וועגווייזער פאר סתם אידען אז מען דארף פאלגען א פסק בי"ד , אויב איז ער א ערענסטע מענטש דארף ער גלייבען אז פון פאלגען א פסק דין וועט ער נישט שאדען האבן דער אייבערשטער וועט עם ממלא זיין זיין חסרון אין באצאלען פאר די דיינים וואס סקומט זיי אויב האבן זיי געפסקנט שלא על פי תורה. אויב טוט ער עס וועט ער זיין רעספעקטירט אין ארויפגעקיקט בי אלע שיכטען פון כלל ישראל אין וועט נאר פארדינען אין טאמער נישט איז ער פונקט אזא low life ווי אלע אנדערע וואס פאלגען נישט קיין בי" ד..
אויב עס וואלט געווען דאס פארקערטע, וואלסטו אויך געזאגט די זעלבע? פארווואס פאדערסטו צדקות פון 45 און שלינגסט אראפ רשעות פון 48?
אוודאי אויב 45 שלינגט עס אראפ איז עס צדקות, אבער צדקות איז לפנים משורת הדין, און מען קען עס נישט דעמענדען.
כנורYossyהינדערט פראצענט ער דארף פאלגען . אפילו אויב סאיז א פסק וואס שטינקט פין קאפ ביז אראפ אין סאיז קלאר אז די דיינים זענען משוחד אין corrupt דארף ער זיין א וועגווייזער פאר סתם אידען אז מען דארף פאלגען א פסק בי"ד , אויב איז ער א ערענסטע מענטש דארף ער גלייבען אז פון פאלגען א פסק דין וועט ער נישט שאדען האבן דער אייבערשטער וועט עם ממלא זיין זיין חסרון אין באצאלען פאר די דיינים וואס סקומט זיי אויב האבן זיי געפסקנט שלא על פי תורה. אויב טוט ער עס וועט ער זיין רעספעקטירט אין ארויפגעקיקט בי אלע שיכטען פון כלל ישראל אין וועט נאר פארדינען אין טאמער נישט איז ער פונקט אזא low life ווי אלע אנדערע וואס פאלגען נישט קיין בי" ד..
אויב עס וואלט געווען דאס פארקערטע, וואלסטו אויך געזאגט די זעלבע? פארווואס פאדערסטו צדקות פון 45 און שלינגסט אראפ רשעות פון 48?
אוודאי אויב 45 שלינגט עס אראפ איז עס צדקות, אבער צדקות איז לפנים משורת הדין, און מען קען עס נישט דעמענדען.
הא הא הא, צדקות?! נאכן ארומלויפן ווי א קאץ דריי חדשים צו יעדען רב און רב'ל, נאכן דריקען דריי קונטרסים, נאכן דינגען א טיעם אדוואקאטן, נאכן ארויסגעבן א פיר הונדערט זייטיגן פאשקעוויל, נאכן שרייען אני שלום בתוך כדי דיבור פון זאגן מ'גייט זען און פרעגן צו מ'זאל פאלגן...
און ואחרי כל אלה
זאגן אלע רבנים אין אחר מעשה בית דין כלום, די אדוואקאטן זאגן ס'איז כמעט ווי זיכער ארויסקומען מיט מיעסע בזיונות, די לעכעריקייט קריכט ארויס פון אלע ווינקלען
ניין!
צדקות נישט, לפנמשה''ד זיכער נישט!
עס איז אריינגעצווינגן געווארן אין א קארנער, און זיך אנטוען מיט ר' יעקב איטשעס תמימות און שרייען אז למען השלום (שלום געמאכט מיטן מצב) גייט מען פאלגן
פליז גימי עי ברעיק ווייל דער רעטאריק ברענגט שוין צום ברעכן
דולה ומשקה@איחוד פעלדהאט געפענט א אשכול וואס טראגט מיט זיך א שאלה "דארף באבוב 45 פאלגען דער פסק?" ער איז נישט דן וואס דער עתיד וועט טאקע זיין, נאר פאר אינטרעסאנטקייט צו זיין דארפען בכלל פאלגען דער פסק, אפגעזעהן צו ער וועט יא אדער נישט פאלגען.
נאכען דולה זיין וויל איך איבער געבען אנצוטריקען פאר די אקסען און קעלבלעך דעתי הקלושה.
ס'דרייען זיך דא אזעלעכע ווי חסיד און נתן מנחם וואס פייערט היתכן א מנהיג עדה של לכל הפחות עשרה בטלנים, זאל גיין אקעגן דער שולחן ערוך און נישט פאלגען א פסק בית דין. אקעי איך הער זיי האבען א שטיקעל טענה, אדער בעסער געזאגט א שטארקע טענה.
אבער למעשה, ר' מרדכי דוד זאל און מוז טוהן וואס איז גוט פאר זוך און פאר זיין עולם. פינטעל. שלינג אראפ. ער דארף נישט געבן א דין וחשבון לכל הפחות בהאי עלמא פאר קיינעם נישט. אויסער אויב באבוב 48 גייט איהם נעמן בערכאות של עכו"ם (אויב יא, האפענטליך מיט רשות בי"ד).
דער גאס האט איהם נישט אנגעקוקט די ערשטע עטליכע יאר, דער גאס האט איהם נישט געשטיצט, די צייטונגן האבען איהם דערמאנט אלץ "כ"ק הגה"צ רבי מרדכי דוד אונגער שליט"א חדב"נ כ"ק אדמו"ר מהרנ"ץ מבאבוב זצ"ל", יא דאס איז געוועהן זיין טיטול דעמאלס. באבוב 45 האט געמאכט זייערע אייגענע פראפאגאנדע זאלן זיי ווייטער אזוי טוהן. דער נעקסטע דריי חדשים איז דאס גוט פאר די בלאגס פאר די נאקעטע אין די מקוה און די בעלי הכתרות'ס גרופעס אויס צו גרעפסן דעם נושא. באדעם ליין קיינער גייט נישט אן דאס, פונקט ווי קיינער גייט נישט אן דער סאטמאר הולכי ערכאות, און פונקט ווי הג"ר יחזקאל ראטה האט נישט געפאלגט פסק בי"ד און זיך ווייטער גערופען קארלוסבורג. נאוי באדי קעירס.
ווען דער פסק וואלט ווען געוועהן האלב וועגס נארמאל געשריבען, החרשתי. אבער קען דען איין נארמאלע מענטש (באבוב 48 אינם בכלל) זאגען אז די 6 בלעטער איז נישט עפעס אנדערש ווי א ביליגע פשקעוויל? קען מען דען דאס רופען א 'פסק' פון א 'בית דין'? מ'דארף איגנארירען די חתימות פון די שלשה רועי בקר און אנגיין ווייטער כאילו לא היה.
ר' מרדכי דוד טאר דאס נישט טוהן הן מצד חסידיו ומעריציו, והן מצד כבוד חותנו הגדול רבי נפתלי צבי מבאבוב זצוק"ל. איי זיין שווער וואלט יא געפאלגט אפילו אזא פסק. איים סארי, ר' מרדכי דוד איז נישט זיין שווער, יפתח בדורו כשמואל בדורו, יעדע מנהיג לעבט און א אנדערע תקופה, יעצט איז דער צייט ארויס צו ווייזען תקיפות, האלט דיך מיט דיין דריי הונדרעט פופציג טויזענט דוללער יעדער דריי פערטל יאר. זאל אלע באבוב 48 חסידים אנקוקן בלויז און נאר זייערע רבי און פארטיג.
איז ר' בן ציון אריה ליבוש בכלל א מעין דמעין פון זיין גרויסע טאטע? זיכער נישט, ס'דא וואס ווילן מיט געוואלד איינרעדען דער מענטשהייט אז ער איז יא.
למען הסיכום: אויף גאנץ באבוב קען מען ארויף לייגען איין גרויסע פעד לאק. דער חכמת שלמה איז נישט געוועהן אזא גרויסע חכמה, ער האט נישט געשריבען קיין צוואה, און דער תוצאה דערפון איז מחלוקות ושנאת אחים ושנאת ישראל אויף גאר א גרויסע פארנעם.
לבי אומר לי אז ער האט "יא" געשריבען א צוואה (וחכמתו במקומו מנחת). און אויב ער האט יא געלאזט א צוואה פרעגט זיך דער קשיא, ווער האט עס געקענט מסליק זיין? נאר דער וועמען עס האט געבאדערט, ווער דען?
חסידכנורYossyהינדערט פראצענט ער דארף פאלגען . אפילו אויב סאיז א פסק וואס שטינקט פין קאפ ביז אראפ אין סאיז קלאר אז די דיינים זענען משוחד אין corrupt דארף ער זיין א וועגווייזער פאר סתם אידען אז מען דארף פאלגען א פסק בי"ד , אויב איז ער א ערענסטע מענטש דארף ער גלייבען אז פון פאלגען א פסק דין וועט ער נישט שאדען האבן דער אייבערשטער וועט עם ממלא זיין זיין חסרון אין באצאלען פאר די דיינים וואס סקומט זיי אויב האבן זיי געפסקנט שלא על פי תורה. אויב טוט ער עס וועט ער זיין רעספעקטירט אין ארויפגעקיקט בי אלע שיכטען פון כלל ישראל אין וועט נאר פארדינען אין טאמער נישט איז ער פונקט אזא low life ווי אלע אנדערע וואס פאלגען נישט קיין בי" ד..
אויב עס וואלט געווען דאס פארקערטע, וואלסטו אויך געזאגט די זעלבע? פארווואס פאדערסטו צדקות פון 45 און שלינגסט אראפ רשעות פון 48?
אוודאי אויב 45 שלינגט עס אראפ איז עס צדקות, אבער צדקות איז לפנים משורת הדין, און מען קען עס נישט דעמענדען.
הא הא הא, צדקות?! נאכן ארומלויפן ווי א קאץ דריי חדשים צו יעדען רב און רב'ל, נאכן דריקען דריי קונטרסים, נאכן דינגען א טיעם אדוואקאטן, נאכן ארויסגעבן א פיר הונדערט זייטיגן פאשקעוויל, נאכן שרייען אני שלום בתוך כדי דיבור פון זאגן מ'גייט זען און פרעגן צו מ'זאל פאלגן...
און ואחרי כל אלה
זאגן אלע רבנים אין אחר מעשה בית דין כלום, די אדוואקאטן זאגן ס'איז כמעט ווי זיכער ארויסקומען מיט מיעסע בזיונות, די לעכעריקייט קריכט ארויס פון אלע ווינקלען
ניין!
צדקות נישט, לפנמשה''ד זיכער נישט!
עס איז אריינגעצווינגן געווארן אין א קארנער, און זיך אנטוען מיט ר' יעקב איטשעס תמימות און שרייען אז למען השלום (שלום געמאכט מיטן מצב) גייט מען פאלגן
פליז גימי עי ברעיק ווייל דער רעטאריק ברענגט שוין צום ברעכן
דיין תגובה איז נישט ווערט א ענטפער, אלע ווייסען סיי ווי, און מען קען שוין קיינעם נישט פארקויפען קיין לאקשען.
נאר איין זאך וועל איך דיר יא פרעגען; פארוואס מאכסטו חוזק פון זיין טאטע, ווי האסטו געלערענט אזעליכע פארדארבענע מדות?
כנורחסידכנורYossyהינדערט פראצענט ער דארף פאלגען . אפילו אויב סאיז א פסק וואס שטינקט פין קאפ ביז אראפ אין סאיז קלאר אז די דיינים זענען משוחד אין corrupt דארף ער זיין א וועגווייזער פאר סתם אידען אז מען דארף פאלגען א פסק בי"ד , אויב איז ער א ערענסטע מענטש דארף ער גלייבען אז פון פאלגען א פסק דין וועט ער נישט שאדען האבן דער אייבערשטער וועט עם ממלא זיין זיין חסרון אין באצאלען פאר די דיינים וואס סקומט זיי אויב האבן זיי געפסקנט שלא על פי תורה. אויב טוט ער עס וועט ער זיין רעספעקטירט אין ארויפגעקיקט בי אלע שיכטען פון כלל ישראל אין וועט נאר פארדינען אין טאמער נישט איז ער פונקט אזא low life ווי אלע אנדערע וואס פאלגען נישט קיין בי" ד..
אויב עס וואלט געווען דאס פארקערטע, וואלסטו אויך געזאגט די זעלבע? פארווואס פאדערסטו צדקות פון 45 און שלינגסט אראפ רשעות פון 48?
אוודאי אויב 45 שלינגט עס אראפ איז עס צדקות, אבער צדקות איז לפנים משורת הדין, און מען קען עס נישט דעמענדען.
הא הא הא, צדקות?! נאכן ארומלויפן ווי א קאץ דריי חדשים צו יעדען רב און רב'ל, נאכן דריקען דריי קונטרסים, נאכן דינגען א טיעם אדוואקאטן, נאכן ארויסגעבן א פיר הונדערט זייטיגן פאשקעוויל, נאכן שרייען אני שלום בתוך כדי דיבור פון זאגן מ'גייט זען און פרעגן צו מ'זאל פאלגן...
און ואחרי כל אלה
זאגן אלע רבנים אין אחר מעשה בית דין כלום, די אדוואקאטן זאגן ס'איז כמעט ווי זיכער ארויסקומען מיט מיעסע בזיונות, די לעכעריקייט קריכט ארויס פון אלע ווינקלען
ניין!
צדקות נישט, לפנמשה''ד זיכער נישט!
עס איז אריינגעצווינגן געווארן אין א קארנער, און זיך אנטוען מיט ר' יעקב איטשעס תמימות און שרייען אז למען השלום (שלום געמאכט מיטן מצב) גייט מען פאלגן
פליז גימי עי ברעיק ווייל דער רעטאריק ברענגט שוין צום ברעכן
דיין תגובה איז נישט ווערט א ענטפער, אלע ווייסען סיי ווי, און מען קען שוין קיינעם נישט פארקויפען קיין לאקשען.
נאר איין זאך וועל איך דיר יא פרעגען; פארוואס מאכסטו חוזק פון זיין טאטע, ווי האסטו געלערענט אזעליכע פארדארבענע מדות?
אהא איך הער די מצב גאר קלאר!
קאך_לעפלדי קענסט שרייען ווי הויעך די ווילסט, די ביזט לגמרי נישט גערעכט.
א ב''ד שבישראל וואס איז געווען מרוצה אויף ביידע צדדים (פארשטייט זיך אז נאר ביזן פס''ד) האט ארויס געגעבן א פסק מיזן עס אלע צדדים איינהאלטן, אז נישט רייסט מען אויס די גאנצע תורה הק'( וואס איז שוין ליידער כמעט אויסגעריסען) דער צד פון ר' מרדכי דוד שליט''א אויב ווילן זיי נישט איינהאלטן 'דעם פסק, זאל זיי אויף נעמען א טוען רבני אדער א בורר, און פראבירן איבערצוקליגן דעם פסק. סתם אזוי שרייען איך וויל נישט פאלגען, וועגן קאראפציע אדער אנדערע סיבות, איז פארבאטן לפי דעת תורתינו הק'. און עס ווייזט אויף שוואכקייט, דאס פאסט אויסדריקליך נאר פאר הגז''ל מסיגוט מיט זיינע נאכשלעפער. א ערליכע יוד דארף פאלגן א פסק ב''ד. פינטל......
זיי האבען שוין אזוי געטוהן און ארויס געגעבען א ספר "זאת התורה לא תהא מולחפת". נישט אז זיי האבען געדארפט "איבער קליגען" דעם פסק, ווייל קיין חכמה ליגט נישט אין דעם נאר רשעות ליגט אין דעם; נאר למען ידעו דורותיכם אויף וואסארע שקרים איז דער פסק געבויעט געווארען, און דאס קען היינט אפילו א בלינדע זעהן.
כנורקאך_לעפלדי קענסט שרייען ווי הויעך די ווילסט, די ביזט לגמרי נישט גערעכט.

יא יא און אויף דעם איז צוגעפאסט דאס בייגעלייגטע
📎 doivrei shulom_img.jpg
דריידלערגעץ האב איך געליינט אז אויף די שטרי בירורין איז געשטאנען אז די פסק מוז ווערן אינטערגעשריבן פון אלע פינף דיינים. קען דאס איינער באשטעטיגן? איז דא ערגעץ ווי מ'קען זעהן די שטרי בירורין?
אפילו אויב יא, מוז אבער זיין אלע פינעף חתומות און אויב נישט איז דער פסק נישט חל. העכסטענס קען מען פרעגען פארוואס דער פינפטע חתמנט נישט; ער וועט דיר גערען ענטפערען אויב די ווייסט נישט אליינס דער תירוץ.
צו וואס האט מען אים געוואלט משחד זיין מיט א מיליאן דאלער, אויב מען דארף נישט זיין חתומה?
כנורדריידלערגעץ האב איך געליינט אז אויף די שטרי בירורין איז געשטאנען אז די פסק מוז ווערן אינטערגעשריבן פון אלע פינף דיינים. קען דאס איינער באשטעטיגן? איז דא ערגעץ ווי מ'קען זעהן די שטרי בירורין?
אפילו אויב יא, מוז אבער זיין אלע פינעף חתומות און אויב נישט איז דער פסק נישט חל. העכסטענס קען מען פרעגען פארוואס דער פינפטע חתמנט נישט; ער וועט דיר גערען ענטפערען אויב די ווייסט נישט אליינס דער תירוץ.
צו וואס האט מען אים געוואלט משחד זיין מיט א מיליאן דאלער, אויב מען דארף נישט זיין חתומה?
כינור, לייען די שטרי ברורין ביטע, צום פערדן מאל לערן דיך אויס צו לייענען פארן רעדן,
''יהא על דעת רוב הבית דין, ורוב יכול להכריע אף אם חלק מהדיינים יסתלקו ואף אם חלק מהדיינים יאמרו איני יודע''
איז האק נישט אין קאפ אריין וועט שוברו בצידו, די מאכסט דאס גענאר פון דיר אליין! וישמחו כל העם בשמחת אמרי נועם!
האט מען שוין דיר גע'ענטפערט.