באבוב45ער רבי זאגט אין זיין דרשה.
״מען איז ארום געגעאנגען צו רבני מורי הוראה אויסעגרופענע גדולים אין דעם ענין… כ׳וויל דא אביסל איבערגעבן וואס די רבנים, גדולי ישראל האבן געזאגט, זיי האבן געגעבן גרויס חיזוק, דער פסק איז ביי זיי געווען נישט אזוי פארשטענדליך, יעדער מיט אן אנדערע אויסדרוק, איינער האט געזאגט ס׳איז איינזייטיג, איינער האט געזאגט ס׳איז עיוות הדין, איינער האט געזאגט שארפערע אויסדרוקן, טייל האבן אפי׳ געזאגט מען מעג גיין אין ערכאות. אין ארץ ישראל, פון די אויסגערופענע פוסקים, הייסט הרה״ג ר׳ מענדל שאפראן שליט״א, גראדע מיט עם האב איך אליין גערעדט אויפן טעלעפאן , אויך זיך אויסגעדרוקט אויפן פסק אז ער פארשטייט נישט, און געזאגט מען מעג אין ערכאות ארויף לייגן אן עיכול אויף דעם פסק, האב איך עם געפרעגט צו איך מעג עס איבערזאגן אין זיין נאמען, האט ער מיר געזאגט קלאר, זאלסט עס אויפנעמען אויף א טעיפרעקארדער, מען זאל הערן ווי ער זאגט עס. טייל האבן געזאגט אז מען זאל שיקן א הזמנה אז ס׳איז ארויס געקומען געוויסע ספיקות אויף טייל פון די דיינים, א בי״ד זאל שיקן א הזמנה, און מיר האבן באקומען פון א בי״ד הזמנה מיט א עיקול אויף דעם פסק. קומט אויס אזוי, לויט די משמעות פון דעם גאנצן שמועס, וואלט געווען א שטארקע מקום צו זאגן למעשה אז מען זאל נישט אויספאלגן, מיר האבן א שטארקע דעקונג אויף דעם אבער, פון דער צווייטע זייט איז געווען כמה חששות וואס קען ארויס קומען, מכשולות פון דעם, ס׳קען ארויס קומען א חילול ה׳, אז מען גייט אין ערכאות קומט ארויס געוויסע זאכן פון איין יוד אויפן צווייטן, קען ח״ו גורם זיין א חילול ה׳. מען זאל נישט אויספאלגן א פסק, הגם ס׳איז דא אויף דעם דעקונג, אבער אין דער וועלט, איז דאך דא א גרויסע וועלט, און ליידער איז דער מעמד פון בתי דינים אין אונזער דור נישט אויף דעם אויך דעם שטערקסטן אופן, קען דאך דאס חלילה אריינברענגען א שוואכקייט, יודען וועלן זאגן באבוב האט מען נישט אויסגעפאלגט, מען איז געגאנגען אין ערכאות,.. מען דארף נישט פאלגן א די״ת, וועט ברעגנען א געוואלדיגע מכשול. ערליכע יודן, ווייסן דאך, יש דין בישראל, מען טאר נישט גיין אין ערכאות, לפניהם ולא לפני עובדי כוכבים, מען וועט נישט וויסן אז ס׳איז דא א היתר, און ס׳איז אנדערש וויבאלד ס׳איז אזא ברבים׳דיגע זאך, אוושא מילתא, דארף מען חושש זיין אויף דעם. א דריטע חשש, אז אויב זאל מען גיין קעגן דעם פסק, קען עס גורם זיין, ס׳זאל זיך צופלאקערן אש המחלוקת״
פון הגאון ר׳ חיים קאניעוסקי האסטו פארגעסן, מה שכחה עושה..
זעהר שיין! קוק ווי וויט דו ביזט חושש פון צו גיין ערכאות. פארוואס ביסטו אין ערכאות אין א״י!
״מען פארשטייט נישט דער פסק - פארוואס זאל מען אננעמען דער פסק?״
און אז מען פארשטייט נישט, דארף מען נישט פאלגן?
״די השפלה, וואס דער עולם פיהלט פון דעם, א מורא׳יגע סיבה, פארוואס זאל מען זיך לאזן?״
ווייל מען דארף פאלגן די תורה!
ֿ
״און די מטרה פון דעם איז מיטן אייבערשטענ׳ס הילף זאל ווערן א גאנצע שלום, און דאס זאג מיר לאת אשר ישנו פה ואת אשר איננו פה, אונז נעמען דעם שריט אויף די מטרה, אנצוקומען צו א גאנצע שלום, און דעמאלטס וועט זיך דער פסק האלטן, אז ס׳וועט זיין א גאנצע שלום וועט עס זיך האלטן, והמבין יבין״
ווי אזוי פארלאנגסטו שלום, ווע דו גייסט אן מיט׳ן גאנתן אימפעט, און די פירסט א מערכה קעגן באבוב אין די איזראעלי קוירט?!?!?
״מיר וועלן גיין מיט דעם היכר פון 45… דאס איז נישט קיין שם לווי, דאס איז א היכר״
ניין! סאיז א שם לווי, אויב איז עס א היכר, איז עס קלאר קעגן די פסק עי׳ בפסק סעיף ד׳ ה׳!
רבי לעבן
פאלג דער פסק ווי א מענטש!
מאך א סימבאל ווי א מענטש!
דער פסק לויטעט אז דו ביסט נישט באבוב, שריי נישט אז 45 איז בלויז א היכר!
כ׳וועל צו ענדיגן מיט רמ״ד ווערטער:
״עמיצער זאגט אווארט, דארף מען נישט צוריק ענטפערען.״
גוד ביי