☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » "א שטימע פאר קעי זשעי אלייענס איז א שטימע פאר דיר אליין"

"א שטימע פאר קעי זשעי אלייענס איז א שטימע פאר דיר אליין"

71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7505
בלאט: 1 2

ברעט מענינג » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 9:30 am

· #232411
"א שטימע פאר קעי זשעי אלייענס איז א שטימע פאר דיר אליין"
ראש חודש אלול תשס״ט ווען קרית יואל האט זיך אויפגעוועקט אינטער שאק ווען עס איז אוועק א חשובע אינגערמאן פון שטאט אין זיינע מיטעלע יארן איבערלאזענדיג א שטיב מיט קליינע קינדער האט מען נישט געלאזט ברענגן לקבורה ליגענדיג אין א אמבעלאנס פאר שעות ארוכות דורך וועם ? יונייטעד מאנרא אדער דורך די ווילידזש ?

זינטאג ויצא תש״ע אינדערפרי ווען הינדרעטער אידן האבן געוואקט מיט די ספרי תורה אינמיטן שטאט ווייל מהאט ציגעשפארט זייער בית מדרש, ווער האט עס ציגעשפארט יונייטעד מאנרא אדער די ווילידזש ?

טאג נאך טאג ווען די שטעטל האט זיך אויפגעוועקט אין די גאסן זענען געווען באשמירט מיט פאשקעווילן אין באשפריצט מיט נעמען פון פארהייראטע אינגעלייט און פרויען. פאשקעווילן קעגן אונזערע רבנים.קארן באשמירט. פענצטערס געשאסן. דורך וועם ? יונייטעד מאנרא אדער ווילידזש אוו קעי דזשעי ?

ווער האט פארלאנגט אז בית מדרש תהילות יואל אויף מאונטען רד. דארף ווערן איינגעווארפן ? יונייטעד מאנרא אדער ווילידזש אוו קעי דזשעי ?

ווער האט אינגעזעצט פאר פיר יאר צירוק דריי היימישע אינגעלייט און עס האט זיי געקאסט שווערע טויזענטערס פאר לויערס זיך צי פארטיידיגען ? יונייטעד מאנרא אדער ווילידזש אוו קעי דזשעי ?

ווער האט אפגעשטעלט אין קרית יואל ביליגע גאווערמענט הייזער ? יונייטעד מאנרא אדער ווילידזש אוו קעי דזשעי ?

רבותי הזמן יכלו והם לא יכלו אונז וועל מיר קיינמאל נישט ענדיגן אונז קען מיר שטיין און אויסרעכענען צענדליגע רשעות שטיק וואס איז געווארן אפגעטוען דא אין קרית יואל ניין נישט דורך יונייטעד מאנרא נאר דורך אונזער היימישע געטרייע ״ווילידזש אוו קעי דזשעי״, יעצט האבן מיר א געלעגענהייט עס אפצושטעלן דורך אריינברענגן אינזער פריינט און טאון ווערט נישט פארבלענדט פון וויסטע העצע און התגרות באומות אויפן העכסטען פארנעם קומט ארויס און די מאסן אפגעבען אייער שטומע פאר אלע איחוד הקהילות קאנדיטאטן זייט נישט נאכדעם קיין צועקים לשעבר
געדענקט א שטימע פאר די ״אלייענס״ איז א שטימע פאר דיר ״אליינס״

פליישיגער » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 9:34 am

· #232412
אבער עס איז דא א חלק פון די ויואל משה קהילה וואס הייסט אז מען זאל נישט גיין צו יונייטעד מאנרא ווייל זיי זענען שונאי ישראל
ווייסעך נישט וואס צו טון למעשה.

גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 9:47 am

· #232415
ס'איז א מחלוקה צווישן די דעעוועלעפארס און די היציגע יונגעלייט

דהיינו דער קאנדידאט name unnown גייט העלפן פאר די וויליזש מיט די ענעקסאן וואס אלע דעוועלעפערס און ריל עסטעיט אוינער אן ק"י אינקלאדיט אלע דריי קהלות גייען הנאה האבן דערפון ( די דירה קויפערס גייען נישט האבן קיין שום ריוח דערפון שטייטזיך ...... ) מילא וילן זיי גיין מיט די וויליז קאנדידאט

אבער די בעלי יב/היציגע יונגעלייט/בעלי מוחה/די וואס ווילן מכלומרשט לעבן גוט מיט די גוי אבער נישט מיט'ן יוד די ווילן דוקא ארויסגיין קעגן די וויליזש מטעמים כמוסים

לכבוד דעם דארף מען יעצט צוריק מעלה גרה אויסגעדראשענע דרעק

פליישיגער » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 9:55 am

· #232416
דער גרינדער פון אלייענס בעט:
📎 קרית יואל.jpeg

signout » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 10:55 am

· #232434
פליישיגער
אבער עס איז דא א חלק פון די ויואל משה קהילה וואס הייסט אז מען זאל נישט גיין צו יונייטעד מאנרא ווייל זיי זענען שונאי ישראל
ווייסעך נישט וואס צו טון למעשה.
עס דרייען זיך ארום בילדער פין די געשלעג ביי אן אסיפה נעכטן

קאסטנער » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 11:32 am

· #232445
signout
פליישיגער
אבער עס איז דא א חלק פון די ויואל משה קהילה וואס הייסט אז מען זאל נישט גיין צו יונייטעד מאנרא ווייל זיי זענען שונאי ישראל
ווייסעך נישט וואס צו טון למעשה.
עס דרייען זיך ארום בילדער פין די געשלעג ביי אן אסיפה נעכטן


ברענג אראפ פליז
וויפל איך האב געזען זעט אויס היציג אבער שלעק נישט

שטאנג » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 1:02 pm

· #232469
פליישגער, ווען זיגי בראך האט געגרינדעט די אליינעס האט ער געמיינט בלויז זיך, אצינד מיינט ער ווידער בלויז זיך,

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 1:28 pm

· #232477
פארוועם הייסט יוסל וואלדמאן וואויטען? איך וויל בלויז וואויטען פארוועם ר' יוסל הייסט!

ווייל ער איז דער סאמע איינציגיגטער וואס ווייסט גענוי וואס דער רבי זי''ע האט געוואלט, און ער איז דער איינציגסטער וואס האט דערליווערט פאר קרית יואל!

וועם גייט אן וואס חזקאל בראך זאגט? א יוד א מאלטע בילאנער, וואוינט זיך אין דער טרייפענעם בארא פארק, און ווייסט גאר נישט וועלכע ניגון דער רבי זי''ע האט געזינגען אויף אשת חיל, און ער עסט גארנישט קיין קיין בארשט מיטלנאכט יו''ט ווי דער רבי זי''ע, ער גייט נישט מיט קיין גרויסע שיך און ברייטע הויזען מיט שלייקעס ווי די אמתע תלמידים פון רבי'ן זי''ע, ער איז נאר דא זיך צו שטאפן די קעשענעס, נידער מיט אים,

מיר ווילן וויסן וואס דער לעגענדער קעמפער פאר יושר און גערעכטיקייט, ר' יוסל וואלדמאן הי''ו האלט, פארוועמען ער הייסט שטימן, כילנו בעד ר' יוסל בן ר' אליעזר ומרים וואלדמאן......

שטאנג » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 2:12 pm

· #232496
גוט געזאגט!

מ'דארף זעהן צו צופיקסן די התגרות בעומות'דיגע קרית יואל'ע איינוואוינער און זיי באשמוצן אינעם וואל סטריט זשורנעל און לויפן צום רעקארד מיט הייליגע בילבולים אז די קרית יואל'ע איינוואוינער זענען א באנדע גנבים,

וואס קען דען אצינד זיין א הייליגערע פליכט ווי שטיצן די יונייטעד מאנרא וועלכע זאגט צו אז זיי גייען אויסאיבן דרוק אויף די ערוויילטע פאליטישאנס צו ענדליך אויספארשן די שווינדלערייערן פון תושבי קרית יואל???

signout » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 2:38 pm

· #232500
signout
פליישיגער
אבער עס איז דא א חלק פון די ויואל משה קהילה וואס הייסט אז מען זאל נישט גיין צו יונייטעד מאנרא ווייל זיי זענען שונאי ישראל
ווייסעך נישט וואס צו טון למעשה.
עס דרייען זיך ארום בילדער פין די געשלעג ביי אן אסיפה נעכטן
<a class="postlink" href="https://twitter.com/EibigActive/status/529050821913505793">https://twitter.com/EibigActive/status/ ... 1913505793</a>

green sunday » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 4:04 pm

· #232522
ווען וועלען זיך דעי חברה (צד מהרז"ל/בני יואל/קעי דזשי אלייענס/פירוד הקהילות/אד"ג) אויסלערנען אז מיט א "נעגעטיוו שמיציגער קאמפיין" קימט מען נישט אן אסאך, איך האב הנאה אז אנ"ש קאמיטע מאכט זיך נישט וויסענדיג אין גייט אלעס פאזעטיוו, פאר וועם מען זאל וואטען אין ווי וויכטיג עס איז, דעטס איט וואס מען דארף

ברעט מענינג » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 6:03 pm

· #232561
זיי נישט משוגע יעדעס מאל האבן די ווילעזש אף קעי זשעי געפירט א גרויליגע עקלדיגע קאמפיין!
יעצט ווען זיי זעהן אז די בני יואל גייען עס מאכן.... ווילן זיי זיך נישט שפירען ווי א לוזער,
זאגן זיי נאאאא די קאמפיין איך בכלל נישט אזא עהרעהסטער קאמפיין!!

שטאנג » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 6:23 pm

· #232563
green sunday
ווען וועלען זיך דעי חברה (צד מהרז"ל/בני יואל/קעי דזשי אלייענס/פירוד הקהילות/אד"ג) אויסלערנען אז מיט א "נעגעטיוו שמיציגער קאמפיין" קימט מען נישט אן אסאך, איך האב הנאה אז אנ"ש קאמיטע מאכט זיך נישט וויסענדיג אין גייט אלעס פאזעטיוו, פאר וועם מען זאל וואטען אין ווי וויכטיג עס איז, דעטס איט וואס מען דארף
זייער פשוט, זיי דארפן אויפקלערן זייער ציבור וועלכע קענען נישט פארשטיין דעם באשלוס פון ענדערש אונטערברענגען דעם גאנצן שטאט און אריינשטעכן א מעסער אין ריקן פון די מענטשן וואס האבן זיי געהאלפן, ווי איידער חלילה מודה זיין בעקיפין אין די שרעקליכע טמא'נע ווילידזש וואס זייער רבי האט געגרינדעט,

ווידער די ווילידזש ווייסט אז זיי גייען סייווי גארנישט פארדינען פון א נעגעטיוון קאמפיין, ווייל אפילו צוזאמען מיט די עלייענס איז אויך נישט געווען קלאר צי מ'וועט קענען ווידעראמאל באזיגן די יונייטעד מאנרא, אויב אזוי איז ענדערש צו האלטן די טענער אביסל רואיגער, אווי ברעט מינינג זאגט,

ישמעאל הכהן » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 9:09 pm

· #232597
איבעראל איז דא פאן נאר נישט אין וויליאמסבורג
פארשטיי אויך נישט פארוואס אונזער ''ידען'' ארבעט פאר קרית יואל אלייענס.


📎 IMG-20141103-WA0080.jpg

green sunday » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 9:14 pm

· #232598
דאס לעצטע מאל וואס אנ"ש קאמיטע האט געפירט א נעגעטיוון וואלן קאמפיין איז געווען אין 2001 ביי די ערשטע מאיער וואלן אין דעטס איט, משא"כ די אנדערע זייט (צד מהרז"ל/בני יואל/קעי דזשי אלייענס/פירוד הקהילות/אד"ג) האלט נאך יעצט אן, (נעגעטיוו רעדט מען אז מען באשמיצט די אנדערע יודישע זייט)

ישמעאל הכהן » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 9:17 pm

· #232599
גראדע נישט אמת. אלע האבן געוואויט אין די לעצטע פאר וואלן פאר איין רייע קאנדידאט. רעד נישט סתם אין די וועלט אריין.

האלאנד » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 9:56 pm

· #232613
אין א שמועס מיט די טראסטי פון די ווילידש פון קרית יואל ר' גדלי סעגדין נ"י זאגט ער ווי דאונט קעיר. די זאליס האבן געהאפט אז מען וועט זיך קומען בעטען אין זיך ביקען פישוט ידים ורגלים אזוי ווי די כהן גדול יום כיפור צו זיי .אז זיי זאלן קומען וואויטען מיט וויולידש ...מען וועט עס אי"ה דורך מאכן די ענעקסישען בקרוב ממש..

שטאנג » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 10:13 pm

· #232623
ממש נישט צום גלייבן ווייט די קעי דזשעי וויליזש גייט מיט זייער פראפאגאנדע! זיי האבן קודם געמאכט זיכער אז יעדער אין קרית יואל האט מעדיקעיד און מיט א בליטיגע רציחה געהייסן מענטשן האבן וואס מער קינדער מיטן ארויסווארפן מענטשן וואס נעמען בורט קאנטראל, און דערנאך האבן זיי נאך געדינגען די יונייטעד מאנרא גוים צו אפשרעקן די קרית יואל'ע איינוואוינער אז די ערוויילטע פאליטישאנס זאלן אינוועסטיגעיטן א"ג פראוד און בשום אופן נישט צולאזן דאס אנעקסירן פרישע שטחים און מאכן א וואסער פייפליין צו קענען פארברייטערן קרית יואל, אלעס כדי זיי זאלן צום ענדע קענען פירן די קרית יואל'ע אייזלען צו די שטום בודקעס פאר אן אמעדמענט אז מ'טאר נישט בויען ביליגע דירות!!!

איז שוין אמאל אין די היסטאריע געווען אזא שרעקליכע הסתה און מח וואשעריי?!

יהושיע » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 11:59 pm

· #232671
האלאנד
אין א שמועס מיט די טראסטי פון די ווילידש פון קרית יואל ר' גדלי סעגדין נ"י זאגט ער ווי דאונט קעיר. די זאליס האבן געהאפט אז מען וועט זיך קומען בעטען אין זיך ביקען פישוט ידים ורגלים אזוי ווי די כהן גדול יום כיפור צו זיי .אז זיי זאלן קומען וואויטען מיט וויולידש ...מען וועט עס אי"ה דורך מאכן די ענעקסישען בקרוב ממש..

עס טוהן מיר זייער לייד. איך האב געסעיוועד א גאנצער דרשה, איך האב געדארפט מאכען אן הפסקה, פארשטייט זיך אז איצט דארף איך אנהייבן פון פריש.
די געוועזענע שב"ק פר' לך אינדערפרי בין געוועזען פארוואנדעלד אין שמועס מיט א חבר אין די מקוה וואס דארף צו שפאצירן זייער א לאנגער וועג אריבער אן האלבער שעה צו א באווארפן פון זיין ברידערס מחותן.
אנטקעגן מיר אין מקוה נישט מער נישט ווייניגער זיצט דער ווילידזש קלערק אליינס בכבודו ובעצמו, צוהערענדיג צו אונזער שמועס גיט ער זאג פאר מיין חבר זאל זיין געזונט, "גיב איבער א ד"ש בשמי. ביי די חתונה וועל איך נישט קענען זיין ווייל דאס קומט אויס בעצם היום של ה'אלעקשאנס". גיב איך עים אזוי א פרעיג וואס דארף מען צו טוהן אין די אלעקשאן דעי אז ניטאמאל קענסטו זיך באטייליגען ביי די חתונה פון א חבר וואס פירט א קינד אינטער די חופה. "די טוה נאר וויאזוי מען הייסט דיר, וועל איך נישט דארפן אזוי שווער ארבעטן אין די אלעקשאן דעי" (לשון קדשו). האב איך געענטפערט ווען די וועסט טוהן וואס איך הייס דיר די אלע יארן וואס עס זענען נישט דא קיין וואוטס וועסטו אויך נישט דארפן אזוי שווער ארבעטן אין די טאג פוו אלעקשאן. "אזוי די האסט עפעס א מיינונג אויף די יונייטעד מאנרא גרופע, וואס זענען נאר דא צו ציברעכען ק"י היל"ת.
געב איך אזוי א פרעיג דעם ווילידזש קלעירק, קענט איר מיר ערקלערן וואס עס מיינט צוברעכען ק"י, וועלן זיי חלולה אראפ נעמען די סטאפ סיינס פון די גאסען, וועלן מיר קיין וואסער נישט קענען האבן, זיי מיר ביטע מסביר וואס עס וועט פאסירן ח"ו ווען/אויב דאס ערגסטע וועט פאסירן און זיי וועלן ח"ו יא געווינען די וואלן, גיסענדיג זאלץ אויף די וואונדען מיט א זיסער המשכה צו מיין טענה, צום ערגסטען פאל וועט מען נישט קענען בויען אזוי ווי מען בויעט אויף סטרעליסק. נא אויב אזוי, מה כל הרעש? אפשר איז כדי די יונייטעד מאנרא זאל אריין קומען מיט א מערהייט פון שטימעס.
די ווילסט אוואדאי נישט אז דיינע קינדער זאלן מאפן אויף בלומינבערג זאגט דער קלעירק מיט זיגרייכער טאן. אזוי פרעגעך גלייך בתמיה, האט דען טאון אף מאנרא מער נישט קיין שטח צו צי שטעלן שיינע ברייטע בעל בתישע דירות, נאר מען מיז שוין אויס ניצען א ליאדע אינטש און בויען 36 אפארטמענטס אויף א שטח וואס אמאל וואלט מען געלייגט נישט מער ווי 12 דירות? נא לאמיר אייך פרעגן וואס מיינט איר איז געווען דער ענטפער. נעה די דארפסט פארשטיין........ און אן המשכה וואס איך דארף פאקשטיין צו איבער דרייען מיין שטימע צו די קהל אינדארסירטע קאנדידאטן.
איר האט א טעות אויב האט איר אזוי געטראכט. דער ענטפער איז געווען אסאך פשוטער. "עס איז שפעיט מען זאגט שוין ברכות" ני אויב אזוי פאר וועם וואוטס איך מארגן ביים שטים בודקע?

יהושיע » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 1:35 am

· #232695
שטאנג

וואס קען דען אצינד זיין א הייליגערע פליכט ווי שטיצן די יונייטעד מאנרא וועלכע זאגט צו אז זיי גייען אויסאיבן דרוק אויף די ערוויילטע פאליטישאנס צו ענדליך אויספארשן די שווינדלערייערן פון תושבי קרית יואל???

איז דאס א פאקט אדער סתם נאך געזאגט פליג בלעטער וואס ווערן געווארפן אין די גאסן פון ק"י דורך די באמטע פוו די ווילידש וואס נעמען ארויס קאפיעס פון קאנטעקסט.
מאנכע גייען דאס נאך. ווען מען ציטירט א פראז פון סיי וואספארא סעקולארערע צייטונג, ליינט ביטע א שורה בעפאר די ציטירטע שטיקעל, און שורה דערנאך.
אבער אז מען רעדט שוין פון אינוועסטיגעיטן די שווינדלערס פון ק"י, וואס די גוים פין טאון פארלייגן זיך געפערליך אז די סטעיט זאל אינפארסירן דאס געזעץ,
וויל איך דא פארציילן פארן פובליקום א סיפור וירא הקהל וכו'
די איז נישט בדידי הוי עובדה אבער די אינפארמאציע איז ערשט האנטיג.
אין א גרינעם דינסטאג פארטאגס, פאר בערך 9 יאר צירוק האט זיך אראפ געלאזט אויף די ק"י ווילידזש אפיס א מחנה אינוועסטיגעטארס פון די"HUD " דיפארטמענט ( די פאליס וואס אחראי, אויף די סעקשאן 8 צאלונגען, און סעקשאן 8 בארעכטיגטע) פארלאנגענדיג געוויסע פיילס פון אקצעפטירענדע סעקשאן 8 בארעכטיגטע. אויפן פארלאנגט אן א שום דיחי האט מען עס אהין געגעבן אן פרעגן, וואס, ווען, און וואו, ( אוואדאי איז בכלל נישט קיין ספק אז נישט געבן איז בכלל נישט קיין אפשען) מיט פאלשע דיפלאמאטיע האבן זיך דיHUD שיין באדאנקט פאר געוואלדיגער קאפאראציע וואס די ווילידזש באאמטע האבן ארויס געוויזן. עס גייט אדורך א שטיק צייט און מען הערט נישט פון די חברה, געוואלדיג וועמער מאכן א שווייג, כאילו לא קרא כלום. ויהי (בלשון צער) די פעדס באלאגערן די שטאט, אין נכנס ואין יוצא ( אזוי ווי עס האט זיך אפגשפילט אפאר יאר בעפאר ביי די ביטערע פרשת ר' מרדכי יצחק, לאמיר נישט אזוי איבער טרייבן, אבער זייער ענדליך אויף א קלענערע פארנעם) 4 אינגעלייט זענען צינויף געזאמעלט געווארן ביי די סעלעקציע, און ויסעו, לעטס מעיק עי לאנג סטארי שארט.
די לויערס פארצופאל צוגעשטעלט געווארן ביי די ווילידזש פאר ווער עס האט עס געוואלט אנעמען (אינטער די אמעריקאנער דעמאקראטישער געזעץ, וואס לויטעט אז יעדער סיטיזען איז בארעכטיגט פאר א פארטייגעגונג, און אויב דער באטראפענער נישט פון ווי עס צי צאלן ווערט עס באצאלט פון די טעקסעס וואס מיר באצאלען נישט, דערפאר דארף מען רעיזאן דעם דעבט סילינג בדרך אגב) בקיצור די לויערס האבן פארטיידיגט די 4 באטראפענע אינגעלייט מיט ציין און נעגל, מיט גרויס ס"ד האבן די לויערס אויסגעאובט א פינאנציעלע באשטראפונג, און ווי אויך דארף דאס גאנצע אומבארעכטיגטע קרן צירוק געשטעלט ווערן אין טערמינען אפצאלונגען.
חסדי ה' כי לא תמנו האט זיך אויס געריסען א געזאנג פון די 4 אנגעקלאגטע. די באאמטע וואס וועלן פארפיגן אויף די קאלעקשאנס פונעם פסק פונעם דזשאדזש, וועט זיין די ווילידזש טעקסעשאן קאלעקשאן דיפארטמענט. (ווען דער רבוש"ע טוהט און העלפט איז דאך ממש א גאנצער ישועה) דער סעקשאן 8 אפיציר מטעם הווילידזש האט גלייך ארויס געשיקט א בריוו צו די בע"ח פון סעקשאן 8 אז די פעימענטס זאלן געמאכט ווערן אזוי ווי עס לויטעט אין דעם פסק צום ווילידזש אפיס דירעקט. און לגבי די פעימענט פלען וואס דער דזשאדש האט מסכים געווען איז ווי פאלגענד 50% פונעם חוב אין 10 טאג, די צווייטע 50% אין 2 וואכען ארום, אבער געוואלד פון וואו נעמט מען דעם סכום און פארוואס דארף דאס גאנצע געלט ווערן באצאלט אין איין חודש האט די דזשאדש בכלל דערמאנט דעם טערמין (רעסטעטושען האט געווענליך א מהלך פון א געוויסע% וואס מען פארדינט) אבער גזירה הוא מלפני ואסור להרר אחריה.
די אנגעקלאגטע אינגעלייט האבו פראבירט צו אויף צייגען אז די דזשאדזש איז נישט דווקא מקפיד אויף א חודש ער גיט זיי מער צייט. "אבער די ווילידזש דארף דאך דאס געלט אפשיקען צום קאונטי, מיר קענען נישט ווארטן, מיר האבן נישט צופיל געדולד זיך צו מיטשען מיט די ביכער"
ממילא דארף מען וואוטן פאר די ווילידזש אינדארסירטע קאנדידאטן.

ברעט מענינג » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 10:23 am

· #232746
וועט טאקע די אנעקסעישאן העלפן די ציבור אדער וועט עס העלפן נאר אפאר יחידים?

לאמיר נאר געבן א בליק אויב מען וועט אנאקסירן צו די פרייזן וועלן טאקע פאלן אדער גאר ווייטער שטייגן?

די מציאות הדברים איז אז די לעצטערע יארן זענען צוגעקומען פילע נייע דעוועלאופמענטס וואס דאס מיינט פילע נייע דירות פאר תושבי קרית יואל, עכ"ז איז דאס אלעס קאנטראלירט אינטערן וועד הקרי' ווער עס זאל דאס בויען, און ווען מען זאל דאס בויען, דאס אלעס בכדאי צו האלטן די מארקעט אויף הויכע פלאקערדיגע פרייזן, די לעצטע 3 חדשים זענען 7 און 8 רומיגע דירות ארויף די פרייז מיט 100 טויזנט דאללער מיט דעם וואס עס איז ביזדערווייל נישטא קיין גרויסע מאנגל אין דירות, און וואו באקאנט קומט יעצט ארויף אינטן עצי תמרים א גרויס דעוועלאופמענט וואס פאר די קומענדיגע 2 יאר וועט זיכער נישט זיין קיין מאנגל, און אזוי אויך בויעט זיך נאך אין שטעטיל אפאר קלענערע דעוועלאופמענטס וואס העלפט אז ביזדערווייל איז נאך נישטא קיין גרויסע מאנגל, און אעפ"כ שטייגן די פרייזן פון די דירות אויף גאר א שנעלע ספיד, די תירוץ איז זייער פשוט אלעס איז קאנטראלירט ביי די ווילעדזש ווער עס אל בויען און "ווען" מען זאל בויען.

דער עולם האט אנגעהויבען האט אנגעהויבן צו שפרינגן ווען 4 שטאקעדיגע בנינים וואס די וואלק אין איז איין שטאק ארויף (צוליב דאס וואס י בעיסמענט אי א אומאפציעלע שטאק פאר זיך) א בילדינג וואס האט פון 20 דירות און ארויף טרעפט זיך מיט קנאפע 15 פארקינגס, און ווייניגער פלאץ פאר די קינדער צו שפילן נאך ערגער וואו אין די שטאט, אפגערעדט וואס די אינפורסטרוקטור און די גאסן זענען אינגאנצן נישט פאר דעם געאייגנט פאר דעם, און בכדאי צו פארמאכן די מיילער פון די עולם האבן זיי אנגעהויבן א שפיל אז עס קומט עפארדעבל האוזינג, אבער למעשה מה שלא יעשו השכל יעשו הזמן האט זיך לעצטענס ארויסגעשטעלט אז די ציבור איז גאנץ קנאפ נהנה דערפון, אין יעדע דעוועלאופמענט זענען די הדיוטים קופצין בראש וואס זענען די זעלבי יחידים המשתלטים על הציבור כאפן עס פאר זיך, און צוגאב צו אדישאנעל דיסקאונט ווייל דאס ווערט געקויפט מיט קעש. מילא האט זיך אנגעהויבן א רידערנישט צווישן די המון עם וויאזוי קען מען וואוינען וואו אמאל מיט מנוחת הנפש אויפן פרייז וואס די טאש ערלויבט, עס איז געקומען הרב אויש וואס האט אהערגעשטעלט בערך 27 לאטס וואס א ציבור אידן האבן זיך צוזאגענומען און געקויפט פראפערטי'ס א טייל בציבור און א טייל אליינס, און בויען זיך הייזער אויף וויפיל די טאש ערלויבט, און דער עולם האב אנגעהוין איינצוזען אז עס איז א מציאות אז מען קען זיך מסדר זיין אפילו נישט אונטער די פירערשאפט פון די ווילעדזש אף קעי דזשעי, דאס אלס שפילט זיך אפ און די צייט וואס עס רודערט זיך ארום פיבערהאפטיגע דעבאטע'ס איבער די אנעקסעישאן וואס ווערט אנגעפירט דורך די ווילעדזש, פארשטייט זיך די עולם האט זיך אנגעהויבן צו פרייען אז אויס עס וועט ווערו געאנאקסירט אזויפיל שטחים וועט מען זיך קענען מסדר זיין און וואוינען שיין, און פאר א גוטע פרייז.

אבער.... וועקט ענק אויף דאס איז אלעס איז נאר געווען פאלשע געדאנקן און די מציאות שטעלט זיך ארויס פונקט דאס פארקערטע.

עס איז דא א גרויסע שטח אין הארץ פון קרית יואל וואס די המון עם קוקט ארויס אויף דעם בכליון ענים אז עס זאל ווערן געאנאקסירט, און מען האט זיך גערישט נאך א בעסערע דיל וואו ביי הרב אויש, וויבאלד די אוינער'ס פון די פראפערטי זענען באוואוסט אלץ גרויסע עוסקי בצרכי ציבור, און טאקע אונז מיטגעשלעפט די לעצטע 12 יאר מיטן אויסרייד אז מען מיינט די ציבור זיי צו העלפן צו ארויסנעמען פון זייער פראפערטי די מערסטע וואס איז שייך.

אבער...... די פאקטן זענען אז פאר אזא סייז פראפערטי וואס הרב אויש האט געבען 350 טויזנט דאללער ווילן די עוסקים בצרכי ציבור בעטן 700 טויזנט דאללער, אבער זיי ווילן עס נאכנישט פארקויפן ווייל זייער פראפערטי שטייט זיער מעגליך אין די נאנטע צייט צו ווערן געאנאקסירט, און דעמאלטס קען מען צובעטן לויט וואו זיי זאגן נאך 15 בז 25 פראצענט.

יעצט לאמיר נעמען פעדער און פאפיר און מאכן א חשבון וואס וועלן מיר פארדינען פון די אנעקסעישאן

אזא פראפערטי איז 10 טויזנט סקווער פיס, לויט די געזעצן פון די ווילעדזש די סעט בעק'ס וואס דארפן אראפגיין פון אלע זייטן בלייבט איבער א מאקסימום פון אכט דירות פון 1700 סקווער פיס וואס דאס איז א שיינע 6 רומיגע דירה, און דאס איז נאר אויב מען גייט ווייטער בויען וואו ביז איצט 4 שטאקעדיגע בנינים, (און נעמט אין באטראכט דאס איז אויך מיט גאר ווייניג פארקינג און אנע פלאץ פאר ד קינדער צו שפילן און ד ב"ב צו פארברענגן.)

לאמיר מאכן צוזאמען א חשבון וויפיל עס וועט קאסטן א דירה פאר די בילדער נאר צו בויען, אויב האט ער באצאלט פאר די פראפערטי לאמיר זאגן נאר 700 טויזנט דאללער דארף מען צוצאלן פאר וואסער 25 טויזנט דאללער פער דירה וואס מען האלט שוין איצט פאר 8 דירות 900 טויזנט דאללער, און עס קומט נאך צו א טשארדזש פארן סוער, פארן פערמיט, וועד הקרי', קאמיוניטי רום (אוודאי נישט פאר אונזערע אינטערעסן נאר אז די צד שכנגד זאלן קענען בויען נאך פרעכטיגע שולן) וואס דאס אלעס ליגט אויפן בילדער וואס דאס קומט אן צו א חשבון פון נאך 100 ביז 200 טויזנט דאללער האלטן מיר שוין איבער א מיליון דאללער נאך פארן אנהייבן בויען,

איצט רעכענט צו די קאסט פון בויען אכט דירות, וואס איר דארפט רעכענען בערך 200 טויזנט דאללער פער דירה דאס ברענג צו א טאטעל פון נאך 1.6 מיליון דאללער, די טאטעל חשבון באטרעפט פון מינימום פון 2.6 מיליו דאללער.

יעצט צוטיילט 2.6 מיליון דאללער און אכט קומט עס אויס א חשבון פון 325 טויזנט דאללער פער דירה.

רעכענט יעצט צו אז געלט קאסט געלט אדער שותפות, וואס דאס וועט ברענגן זיין קאסט פער דירה קרוב צו 400 טויזנט דאללער, דאס מיינט פאר אונז א אויב די אנעקסעישאן וועט אדורכגיין וועט א 6 רומיגע דירה קאסטן באלד 500 טויזנט דאללער, און דאס אלעס איז אויב ער וועט פארקויפן די פראפערטי נאר פאר 700 טויזנט דאללער אפילו נאכן אנעקסעישאן,

פארגעסט נישט מען רעדט דא פון א 6 רומיגע דירה, עס איז א הימל געשריי די פרייז איז באלד די זעלבע פרייז וואו אין די שטאט.

געדענקט די ווילעזש וועט ווייטער קאנטראלירן די מארקעט, זייער אמליגע פיינט זענען היינט זייער גוטע פריינד, נישט אומזינסט ווילן די אוינער'ס פון די פראפערטי אז מען זאל גיין מיט די ווילעדזש וואויטן,

אבער מיר וועלן דעם דינסטאג ענטפערן אין די וואל בודקע א גרויסן ניין!!! מיר וועלן וואויטן פאר אונזער אייגענע טובה מיר וועלן וואויטען פאר וועם די ריכטיגע עוסקים בצרכי ציבור וועלן אונז הייסן, און נישט פאר די טובה פון אפאר פריוואטע יחידים

שטאנג » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 1:42 pm

· #232804
געוואלדיג! גייטס אלע שטימען פאר די יונייטעד מאנרא, און די דירות פרייזן אין קרית יואל פאלן ווי פון א וואסער פאל!

סטעיט טונד!

(אגב, כ'האף אז דער שרייבער פון די ווערטער פארשטייט יא וואס ער רעדט)

יהושיע » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 2:00 pm

· #232811
שטאנג
געוואלדיג! גייטס אלע שטימען פאר די יונייטעד מאנרא, און די דירות פרייזן אין קרית יואל פאלן ווי פון א וואסער פאל!

סטעיט טונד!

(אגב, כ'האף אז דער שרייבער פון די ווערטער פארשטייט יא וואס ער רעדט)

אנטשולדיגט הר"ב שטאנג, האסטו אפי' פרובירט צן צילייגען א משהוא מחשבה צו וואס ער האט בכלל געשריבען? לייג צו עטוואס אביסעל מוח וועסטו פארשטיין וואס ער זאגט און ענטפערן ווי אן עדאלט.

פיינע קאווע » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 2:21 pm

· #232819
ברעט און ישמעאל לאמיר נאר ארויסברענגען א נקודה

די אהרונים וועלן וואוטען פאר וועם די ווילעדזש הייסט וואוטען. זייער ביז איצטיגע רעקארד איז ב"ה גאלד. אידן פון איבעראל מופען קיין קרית יואל יעדן טאג. רובא דרובא אהרונים זענען צופרידען ביז איבערן קאפ . די געבויעכץ פאר צרכי כלל רעדט מער ווי טויזענט פאשקעווילען וואס מען פארשפרייט. אשת חיל. מעדיקעל צענטער. בניני המוסדות יוכיחו.

די זאלונים וועלן סייווי כסדר וואוטען פונקט פארקערט ווי די ווילעדזש בעט. סוי די אלע לאנגע שורות מיט קרעפ איז פשוט איבעריג. א שאד די צייט. סי דא דירות ביליג און טייער פונקט ווי איבעראל. אלע זאלי פערזענליכע פראבלעמען און פארטיי פראבלעמען איז אייביג סייווי שולדיג דער רבי מיטן ווילעדזש און פארשטייט זיך פארוועם מען הייסט וואוטען

ישמעאל הכהן » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 2:29 pm

· #232823
ישמעאל הכהן
גראדע נישט אמת. אלע האבן געוואויט אין די לעצטע פאר וואלן פאר איין רייע קאנדידאט. רעד נישט סתם אין די וועלט אריין.

signout » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 3:10 pm

· #232836
ישמעאל הכהן
ישמעאל הכהן
גראדע נישט אמת. אלע האבן געוואויט אין די לעצטע פאר וואלן פאר איין רייע קאנדידאט. רעד נישט סתם אין די וועלט אריין.

גראדע נישט אויף אלע קאנדידאטען, זיי האבען דעמאלטס נאכנישט געהאט די גאטס צו גיין מיט יונייטעד מאנרוי, אין אפילו יעצט איז אויך געווען געשלעגן וועגן דעם

ישמעאל הכהן » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 3:24 pm

· #232840
די ''געשלעגן'' יעצט זענען געווען צווישן אלע זאליס און צוויי דריי שישקעס. איך וואלט עס נישט גערופן א געשלעג.

signout » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 3:44 pm

· #232848
ישמעאל הכהן
די ''געשלעגן'' יעצט זענען געווען צווישן אלע זאליס און צוויי דריי שישקעס. איך וואלט עס נישט גערופן א געשלעג.
משה פרידמאן, יחזקאל בראך, קויפמאן, געלב זענען סתם שישקעס? נידערמאן, פערענץ, דייטש זענען סתם שישקעס?

ישמעאל הכהן » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 3:47 pm

· #232849
כמיין צו זאגן די פאוער בראקערס קעגן דעם המון עם

ישמעאל הכהן » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 10:37 pm

· #232951
קרית יואל אלייענס געווינט

אלס ווייסער » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 7:48 am

· #233016
די אומשולדיגע יונייטעד מאנרא, זיי האבן נאא א פראבלעם אז מיר נוצן צופיל פראגרעמס, מיר ווילן דאס טאקע אויפהערן אבער די ווילידזש צווינגט אונס עס אנצוהאלטן...
📎 image.jpg

signout » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 10:48 am

· #233048
ישמעאל הכהן
קרית יואל אלייענס געווינט
נאר חי' שעה - מהרז''ל ווארטזאגער האט שוין צירוקגעצויגן, חוץ די 1 טאון קאנסיל זיץ האט קרית יואל אין מאנסי דערווייל אלע פאליטישע זיצן געווינען

פיינע קאווע » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 5:55 pm

· #233125
די קרית יואל / ווילעדזש / סאטמאר אינדארסירטע קאנדיטאטען האבן אין די ענדע געווינען
די וועם זאליס מיט די אנטעסימיטען פון מאנרא האבן געוואוט האבן פארלוירען
צום ווידער זעהן אין צוויי יאר אי"ה

ישמעאל הכהן » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 6:01 pm

· #233126
איך ווייס נישט וואו דו ליינסט. די יונייטיד מאנראו/קרית יואל אלייענס טאון קאנדידאט האט געווינען און די ווילעדזש קאנדידאט האט פארלוירן.

יהושיע » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 6:21 pm

· #233134
פיינע קאווע
ברעט און ישמעאל לאמיר נאר ארויסברענגען א נקודה

די אהרונים וועלן וואוטען פאר וועם די ווילעדזש הייסט וואוטען. זייער ביז איצטיגע רעקארד איז ב"ה גאלד. אידן פון איבעראל מופען קיין קרית יואל יעדן טאג. רובא דרובא אהרונים זענען צופרידען ביז איבערן קאפ . די געבויעכץ פאר צרכי כלל רעדט מער ווי טויזענט פאשקעווילען וואס מען פארשפרייט. אשת חיל. מעדיקעל צענטער. בניני המוסדות יוכיחו.

די זאלונים וועלן סייווי כסדר וואוטען פונקט פארקערט ווי די ווילעדזש בעט. סוי די אלע לאנגע שורות מיט קרעפ איז פשוט איבעריג. א שאד די צייט. סי דא דירות ביליג און טייער פונקט ווי איבעראל. אלע זאלי פערזענליכע פראבלעמען און פארטיי פראבלעמען איז אייביג סייווי שולדיג דער רבי מיטן ווילעדזש און פארשטייט זיך פארוועם מען הייסט וואוטען

זיי נישט ברויגעז ביטע אז איך פרעיג אזוי, לייגסטו אפשר אריין אלקאהאל אין דיין קאווע, דער עולם איז צופרידען אויף וועלעכער פלאנעט לעבסטו, איי ביזנעס סענטער, עזרת חולים, מען מופט ארויס אין גרויסן. געלט, געלט, און ווייטער געלט. די מופן מיינט נאך נישט צופרידן עס מיינט אז וויליאמסבורג איז ווי די ווארשעווער געטא וואס ווער עס האט נאר געקענט איז אריין געלאפען קראקע אפי' די מצב איז געווען ביטער.

פיינע קאווע » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 8:27 pm

· #233153
און גרויסען סאטמערען ביהמ"ד. און אלע אנדערע שוהל'ן ווי איך גיי ווען איך בין אין קרית יואל איז יעדער מלא תהלה אויף די בליה פון שטעטל. אויף די ווירטשאפט פון די ווילעדזש און אלעס בכלליות. עס איז נישט אן עולם התיקון איך נער זיך נישט אבער גענוג און נאך צו אויספאלגן די ווילעדזש פאר וועם צו וואוטען. מיין משפחה פון קרית יואל. די אהרונים זענען אלע אלע העכסט גליקליך.
ווען איך פאל אריין אין חרדים אויף א ברית אדער ביים טשאטער אויף א קידוש צו אפילו אין טאהשע מקוה אז איך בין אין געגנד אויף שבת. איז מען מלא קללות אויף יעדן. אויף המספיק אויפן עזרת חולים אויף די מענער פרויען טעוועלעך אויף די ווילעדזש אויפן רבין אויפן פארק און וואס נישט. כאפ א שמועס מיט סיי וועלכער בנ"י צו זאלי וועט ער דיר גראד גיבן א טוץ קללות דער איז א מסור דער איז גנב . מיין משפחה פון קרית יואל. די זאלונים אפילו די וואס צאלען 200 דאללאר רענט. און זייער שכר לימוד צאלט בן גמלא זענען זיי אלץ מלא טענות ווייל צוויי יאר פריער איז געווען א בלעקאוט פאר מער וויי צוויי שעה וכדומה

פארשטייסט?

גאלד » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 11:38 pm

· #233211
די רעדע איז דא איבער 2 פארמעסטן וואס די זאליס קלעימען גרויס זיג,
די ערשטע איז פאר א מאנרא טאון קאנסיל זיץ (1 פון 4),
ווי עס זענען געלאפן א דעמאקראט, און א "יונייטעד מאנרא" קאנדידאט,
ס'נישט געווען קיין רעפאבליקאנער קאנדידאט,
"יונייטעד מאנרא" איז א פארטיי געגרינדעט געווארן ספעציפיש צו פייטן די קרית יואל ענעקסעשן, און די א"ג קאראפציע פון די טאון באורד וואס איז פאני בראט מיט די ווילעדש,
די ווילעדש מיט די ארונים טענה'ן אז זיי זענען "אנטיסמיטן", וואס זוכן צו חרוב מאכן די שטעטל,
צו ס'איז ממש אזוי ווייסעך נישט, איך בין דערוויל נאך נישט קאנווינסט, אבער דאס איז פאר אן אנדערסמאל צו דעבאטירן,
די וואלן זענען בלויז פאר די טאון אוו מאנרא איינוואוינער, און דעם איז נכלל קרית יואל,
אין אלגעמיין זענען אביסל מער ווי האלב מאנראע וויילער חסידים, און די רעשט זענען גוים פון אינדרויסן פון שטעטל,
דאס מיינט כל זמן אלע חסידים וואוטען פאר איין קאנדידאט קענען זיך די שכנים אויפן קאפ שטעלן,
אבער דאס מיינט אויך אז באופן וואס אלע גוים שטימען פה אחד פאר א געוויסער קאנדידאט, קענען די זאליס זייער גרינג טוישן די אויסגאנג פון די וואלן למרות די ווילעדש,
ווייל ווען מ'פליפט א שטימע פון קאנדידאט 1 צו קאנדידאט 2 איז עס א טאפעלטע נעט געווינס, ואין לי כח להסביר, אבער דאס איז א אנגענומענע חשבון,
דאס מיינט מ'ברויך נישט קיין סאך צו קאליע מאכן,
די זאליס האבן טאקע אינדארסירט דעם יונייטעד מאנרא קאנדידאט, דעניס מעקוואטערס,
פארוואס?
ווייל אז די זאגסט רויט זאג איך גרין כנהוג בחצר הזלונים, רודפי שלמונים, והדברים ידועים ואכמ"ל,
איי דער ווילעדש קאנדידאט האט דיך קיינמאל געטשעפעט,
דערווייל האבן זיי נאך אלעמאל געהאט א אפען טיר ואוזן קשבת ביי אלע טאון פאלעטישנס,
און זיי זענען עס מודה, זיי גרויסן זיך דערמיט רעגלמעסיג אין דער איד,
אבער דאס איז נישט גענוג מ'מוז למען השם אנלערנען אהרן טייטלבוים, דאס איז פריארעטי נומער 1,
טראץ וואס יונייטעד מאנרא אגענדע איז צו שטערן די וואוקס פון קרית יואל,
אין מ'האט נאך א זאק מיט תירוצים אויך,
קודם איז דער ערשטער קלאסישע תירוץ אז די ארונים זענען סאך ערגער ווייל זיי זענען טעראריסטן,
מ'ברענגט אפיר אלטע עקספייערט מעשיות, נאך מימי רביצין אלטא פיגא ע"ה ולמעלה,
וואס איך האלט איז א גרויס אחריות צו מעורר זיין שנאה ואיבה צווישן אידישע ברודער, פאר די אייגן בענעפיט,
בשלמא בשעת כעסו בשעת מעשה קען מען נאך מלמד זכות זיין,
אבער סתם אזוי אין א גרינעם מיטוואך, גיין בשאט נפש מחתא זיין בגחלים,
צוליב פארשטינקענע פאליטשע חשבונות,
און דאס זענען נאך מנהיגים דעה זאגער,
לפענ"ד שפילט מען זיך מיט פייער,
נאכאמאל איך וואלט געקענט אפשר אביסל פארשטיין זייער עצם שריט,
ווי נישט ווי זענען זיי אויסגעהינגערט פאר רעקעגנישן, און דא האבן זיי א היכי תמצא וואו מ'מוז רעדן פון זיי,
מסכים, אבער ווי איז דאס ביסל אחריות צו סתם העצן מענטשן,
נאר אז מ'האט נגיעות ונטיות, טרעפט מען זיך אלע סארט הסברים אין תירוצים,
נאכדעם איז געווען נאך א פארמעסט וואס די זאליס האבן דא איינגעזעהן אז כאן מצא בעל חובו לגבות את חובו,
נעמליך דער סטעיט אסעמבלי זיץ,
אויף דעם פארמעסט האט אויך יונייטעד מאנרא ארויסגעשטעלט א קאנדידאט,
אבער דא האבן די זאליס אינגאנצן פארגעסן פון זייער נייער פריינד און געלאזט הענגען דעם יונייטעד מאנרא קאנדידאט,
פארוואס ווייל אויף דעם טיקעט זענען יא געלאפן סיי א רעפובליקאנע און סיי א דעמאקראט,
און דער יונייטעד מאנרא קאנדידאט האט געהאט זערא שאנס צו געווינען א אסעמבלי דיסטריקט וואס דעקט א גרויסער שטח, גאנץ דרום ארענדש קאונטי, און אריין צו ראקלענד, וואס נעמט אריין די מאנסיער חרדישע געגנט,
ממילא היות קיינער גייט דאך זיי נישט געבן קיין עטענשן האבן זיי אינגאנצן פארגעסן פון התגרות באומות און איגנארירט דעם יונייטעד מאנרא קאנדידאט,
וועם האבן זיי אינדארסירט? דעם רעפובליקאנער! פשוט ווייל דער ווילעדש האט אינדארסירט דעם דעמאקראט!
אבער די חכמים האבן דא אויך אריינגעשטאכן א מעסער אין די מאנסיער אידן וואס כידוע דראפען זיי זיך מיט ציין און נעגל קעגן די גויאישע שכנים,
אגוטן פורים!
די רעזולטאטן זענען דערווייל אומבאשטעטיגט, ס'ממש ציטיילט חצי חצי, דער דעמאקראט שטייט יעצט העכער מיט נישטיגע 10 שטימען,
פארשטייצעך און קרית יואל גופא האבן זיי שיין פארלוירן כרגיל,
3940=ארונים, 1843=זאלונים,
אויף דעם פייערן די זאליס זייער גרויסער זיג!

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 12:13 am

· #233232
גאלד ס'פאסט פאר דיר צו זיין מער אויפריכטיג. די זאליס האבן אין די לעצטע פאר וואלן געשטימט פאר די זעלבע קאנדידאטן וואס דער ווילעדזש האט אינדארסט, נישט אז דו זאגסט אזוי גיי איך פארקערט. און זיי טענה'ן דאס מאל אז די ווילעדזש קאנדידאט האט זיי איגנארירט, איך גלייב אז זיו קריכן נישט על לא דבר. און צווייטענס, דו ווייסט גאנץ גוט אז די הויעכע חברה האבן אויך אינדארסט די ארוינשע קאנדידאט, איך דער איד פאריגע וואך האט חזקל בראך געבעטן מזאל שטימען פאר דשאנסאן. ס'איז זיכער געווען זאליס וואס האבן געפאלגט אדער געבליבן אינדערהיים. די אלייענס האט שוין אין דער פארגאנגענהייט ארויסגעברענגט 2500 שטימען!
די זאליס פייערן זיג אז זיי זענען א כוח מיט וואס ממוז זיך רעכענען.

signout » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 11:53 am

· #233292
ישמעאל הכהן
גאלד ס'פאסט פאר דיר צו זיין מער אויפריכטיג. די זאליס האבן אין די לעצטע פאר וואלן געשטימט פאר די זעלבע קאנדידאטן וואס דער ווילעדזש האט אינדארסט, נישט אז דו זאגסט אזוי גיי איך פארקערט. און זיי טענה'ן דאס מאל אז די ווילעדזש קאנדידאט האט זיי איגנארירט, איך גלייב אז זיו קריכן נישט על לא דבר. און צווייטענס, דו ווייסט גאנץ גוט אז די הויעכע חברה האבן אויך אינדארסט די ארוינשע קאנדידאט, איך דער איד פאריגע וואך האט חזקל בראך געבעטן מזאל שטימען פאר דשאנסאן. ס'איז זיכער געווען זאליס וואס האבן געפאלגט אדער געבליבן אינדערהיים. די אלייענס האט שוין אין דער פארגאנגענהייט ארויסגעברענגט 2500 שטימען!
די זאליס פייערן זיג אז זיי זענען א כוח מיט וואס ממוז זיך רעכענען.
@גאלד איז זייער אויפריכטיג, פין די מערסט אויפריכטיגע שרייבער אין שטובל אפילו ער זאגט וואס די ווילסט נישט הערן, מהרז''ל האט נאר ביי די לעצטע וואלען געשטומט פאר רוב וויליזש קאנדידאטען ווייל די נארמאלע מענטשן האבען פארפירט אז יעדער וועט ליידן אויב יונייטעד מאנרוי געווינט מאמענטום אבער יענע מענטשן זענען דאסמאל פארשריגען געווארען - ווי שוין באקאנט דורך די היצקעפ, לויט די נ''מ פין די שטומען צווישן די אסעמבלי אין די טאון קענסטו זעהן וויפיל פין צד מהרז''ל האבען נישט געשטומט פאר מעיקוועד (מען רעדט פין 100 שטומען...), עס איז פארשטענדליך פארוואס צד מהרז''ל דארף זיך פארענטפרן אויף זייער שריט אין זייט די וואלען האלטן זיין אין איין שרייען אז זיי האבען יא געווינען

פליישיגער » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 12:59 pm

· #233296
@ישמעאל הכהן גראדע גלייך איך אסאך פון אייערע מעשים די קהל מהרי''י
אבער די עדיטאריעל אויף זייט 35 אין דער בלאט ציפט שטארק און עס פראסקעט אין פנים, עס האט נישט קיין תשובה אין מיינע אויגען.

גאנצל » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 1:36 pm

· #233300
@גאלד

ביסט נישט אינגאנצן גערעכט ווייל די וויליזש באקריוועדעט די חברה ויואל משה נאך היינט אפשר קלייניקייטן אבער זיי טוען דאס ווי למשל מיט נישט וועלן געבן וואסער פאר זייער ת"ת ( נישט ווייל די וויליזש איז זיי עפעס שולדיג זיי שטעלן זיך קיינמאל צו צו די ווילעזש אבער פארט א טענה אויסער דעם האבן זיי נאך אזעלכע זאכן )כאטשיג פון די אנדערע זייט געט זיי די וויליזש אסאך זאכן נאך ווי למשל האבן די ביהמ"ד אן א פערמיט אבער זיי ווילן דאך אלעס נוסח בני מהרז"ל

די גאנצע עניקסעישן אישו האט די וויליזש איבערגעטריבן ווייל די אנדערע קאנדידאט וואלן אויך סוכ"ס נאכגעגעבן אפשר נישט די גאנצע אבער רוב

@ישמעל

די אללייענס האט זיך לעצטע מאל צוגעשטעלט צו די וויליזש וועגן זייער אייגענע אינטערעסן נישט למען השלום כלשון פון דעם ליגנער יעקב מאיר פערענץ נאר צוליב וואס זיי האבן געוואלט באקומען באסעס פונעם געאסרטן סקול דיסטריקט און דאס מאל די וואס האבן זיך יא געוואלט צושטעלן איז אויך וועגן אייגענע אינטרעסען וועגן זיי האבן פראפערטי און זיי ווילן די עניקסעישן

די זעלבע סיבה וואס זיי האבן נישט געקענט נעמען די באסעס האבן זיי יעצט געהאט heat מיט די קאנדידאטן ווייל די יונגעלייט זענען אומערצויגענע האבן נישט קיין רעספעקט צו זייער אייגענע פירער

יהושיע » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 1:42 pm

· #233302
פיינע קאווע
און גרויסען סאטמערען ביהמ"ד. און אלע אנדערע שוהל'ן ווי איך גיי ווען איך בין אין קרית יואל איז יעדער מלא תהלה אויף די בליה פון שטעטל. אויף די ווירטשאפט פון די ווילעדזש און אלעס בכלליות. עס איז נישט אן עולם התיקון איך נער זיך נישט אבער גענוג און נאך צו אויספאלגן די ווילעדזש פאר וועם צו וואוטען. מיין משפחה פון קרית יואל. די אהרונים זענען אלע אלע העכסט גליקליך.
ווען איך פאל אריין אין חרדים אויף א ברית אדער ביים טשאטער אויף א קידוש צו אפילו אין טאהשע מקוה אז איך בין אין געגנד אויף שבת. איז מען מלא קללות אויף יעדן. אויף המספיק אויפן עזרת חולים אויף די מענער פרויען טעוועלעך אויף די ווילעדזש אויפן רבין אויפן פארק און וואס נישט. כאפ א שמועס מיט סיי וועלכער בנ"י צו זאלי וועט ער דיר גראד גיבן א טוץ קללות דער איז א מסור דער איז גנב . מיין משפחה פון קרית יואל. די זאלונים אפילו די וואס צאלען 200 דאללאר רענט. און זייער שכר לימוד צאלט בן גמלא זענען זיי אלץ מלא טענות ווייל צוויי יאר פריער איז געווען א בלעקאוט פאר מער וויי צוויי שעה וכדומה

פארשטייסט?

זייער גוט אראפ געלייגט די סיטשועישאן, דאס דעזערווט א לייק וואס איך וועל אי"ה טוהן ווי נאר איך ענדיג דא אפ מיינע פאר שורות.

עס איז אמת אז די בנ"י מיט די זאליס זענען מלא וגדוש מיט אנגעגעסנקייט און דריקען זיך אויס זייער נישט ריכטיג אויף וואס פינקטליך זיי זענען אזוי אנגעווייטאגט, אבער לאמעך דיך פרובירן מסביר זיין,
ףפונקט נעכטן נאכט האט מיר אן ארונישער עסקן פון מאנסי מיר פארענטפערט א שווערע שאלה וואס דער ענטפער פונם עסקן קען זיין די זעלבע אויף דיין קריטיק אויף די זאלונים און די בנ"י אין ק"י תובב"א.
די שאלה וואס איך האב געשטעלט: מיט וואס ביסטו מחייב א בארא פארקער, וויליאמסבורגער, אדער א ק"י אינגערמאן צו העלפן די ארונישער אימפעריע אין מאנסי, אמער ער האט דאך די אבליגעישאן פאר די אייגענע שטאטס מוסדות?
דער ענטפער איז זייער פשוט זאגט ער, דער ארוני שפירט ווי אן אפגעשטויסענער סיי ווי אויסער אין ק"י און ווי אויך האט ער פארלוירען די צענטער, און די וועסט זעהן אז די ארונים שפירן זיך ארויסגעשלאסן און אפגעפרעגט, און ממילא רעגן זיך ארונים אויף די שטאטישע טאטעס און רייסן אראפ די יו. דשעי. או. וכת דיליה אפי אויף גיטע זאכן וואס זיי האבן אויף געטוהן.
ממילא ווי עס איז דא א פלאץ וואס די ארונים זענען שטארק, באסט עס די איגא פונעם ארוני, וועט ער העלפן פאר סיי וואס.
און דער זעלבער שפירט דער זאלי אין ק"י, ממילא רעגט ער זיך און שעלט אויף סיי וואס עס לאזט זיך אפי' עס האט נישט קיין פירוש.
ווען דער זאלי זאל זיך ווען אביסעל אריין לייגן אין די פאקטן וויאזוי די ווילעדזש טאטעס פירן די ווירטשאפט פונעם טאג טעגליכער הלוך ילך וואס א ווילעדזש דארף צו שטעלן פאר די סיטיזענס פון די ווילעדזש, און ווי אויך די גניבה'ס וואס עס ווערט אפגעטאן אויף די בליט פון די ווילעדזש איינואוינער, וואלט ער נישט געשאלטן די צוויי שעה'יגע בלעקאוט, עזרת חולים, און שערי חמלה נאר נאך ווי וואלט ער געהאט אויף וואס צו שעלטן.
איי פארוואס הערט מען נישט פון די ארונישער איינואוינער וועגן די בליט פארגיסונג. נא אדרבה ענטפער די ווייל איך האב נאך נישט זיך דערגרינטעוועט צו א צפרידן שטעלנדער ענטפער.

זייט וויסען, איך בין נישט קיין מענטש וואס באלאנגט צו איינע פון די צוויי. וואס איך בין יא איז א מענטש וואס איך גלייך זייער צו אבזערווען טעמעס, איך נעם א יעדע טעמע וואס גייט אדורך מיין אויער, אויב האב איך דערין אן אינטערעסע וועל איך ריסוערטשען ביזן סוף.

signout » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 4:01 pm

· #233333
די בחור'לעך קומען איבעראל אן... א שרעק די נייע דור (אגב, אזויפיל שטותים צו רעדן אין די לעצטע 2 תגובות)

shlomyg » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 4:56 pm

· #233339
פליישיגער
@ישמעאל הכהן גראדע גלייך איך אסאך פון אייערע מעשים די קהל מהרי''י
אבער די עדיטאריעל אויף זייט 35 אין דער בלאט ציפט שטארק און עס פראסקעט אין פנים, עס האט נישט קיין תשובה אין מיינע אויגען.



can you please scan it in?

יהושיע » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 5:34 pm

· #233343
signout
די בחור'לעך קומען איבעראל אן... א שרעק די נייע דור (אגב, אזויפיל שטותים צו רעדן אין די לעצטע 2 תגובות)

סתם גערעדט שטותים? ברענג ארויס דיינע נאטיצען ירא הקהל וישפוט נישט סתם גערעדט בלא.בלא בלא.

פיינע קאווע » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 6:10 pm

· #233344
יהושיע
"דער ארוני שפירט ווי אן אפגעשטויסענער סיי ווי אויסער אין ק"י און ווי אויך האט ער פארלוירען די צענטער" ???
אזיינע שטותים דארף מען נישט ענטפערן גיי צוריק אין חדר

יהושיע » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 6:25 pm

· #233345
פיינע קאווע
יהושיע
"דער ארוני שפירט ווי אן אפגעשטויסענער סיי ווי אויסער אין ק"י און ווי אויך האט ער פארלוירען די צענטער" ???
אזיינע שטותים דארף מען נישט ענטפערן גיי צוריק אין חדר

ווי איז צענטעראלער סאטמאר געווען אלע יארן נישט ראדני?
אן ארוני פילט ווי אן אפגעפליקטער שייסער אריין גייענדיג דארט, די ווידעא קליפס ווי מען ווערט פון דארט ארויס געשטויסען ליגט נאך יעדען אין די ביינער. זאג נאר וואס הייסט דאס א באקוועימער אורח אדער אן אפגעשטויסענער?

פיינע קאווע » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 8:24 pm

· #233369
די צענטראלע סאטמאר געווען?
עס ווענדט זיך ווען דו ביזט געבוירען? אויב פאר די צווייטע וועלט מלחמה מסתם איז אין סאקמיר אינדערהיים געווען א שיין גרויס ביהמ"ד ביז די נאציס האבן יעדן פארטריבן.
אויב ביזטו פון די סענדז סטריט חברה. דאן איז סאטמאר צענטער געווען אין נעפ מענשען מייניך האט עס געהייסן ביז מען האט דאס אראפ געווארפן. אדער 500 בעדפארד. שפעטער אין ראדני. ויסעו מראדני ויחנו בהופער ביז מוועט טרעפן א גרעסער בית מדרש ווייל עס איז שוין ב"ה אויסגעוואקסען.
אויב א שוהל וואס דו רופסט עס ראדני ע"ש דעם שחור ראדני איז ביי דיר "די זאך" ביזטו גיט אויף צרות.
א אפגעפליקטער איז דער וואס זיין רבי איז טאקע נאר רבי ווייל דאס מזל האט אים געשפילט אין ער האט ראדני. ווען ער וואוינט מאיזה סיבה אין מיסעסיפי וואלט קיין נפש חי' נישט געוויסט אז ער עקזעסטירט
משא"כ האט יענער א ברידער וואס ווען ער וואוינט אין סיביר וואלטן אלע זיינע צופליקטע געפארען אהין וואוינען.

יעצט פארשטייסטו שוין?

קאך_לעפל » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 8:35 pm

· #233372
פיינע קאווע
די צענטראלע סאטמאר געווען?
עס ווענדט זיך ווען דו ביזט געבוירען? אויב פאר די צווייטע וועלט מלחמה מסתם איז אין סאקמיר אינדערהיים געווען א שיין גרויס ביהמ"ד ביז די נאציס האבן יעדן פארטריבן.
אויב ביזטו פון די סענדז סטריט חברה. דאן איז סאטמאר צענטער געווען אין נעפ מענשען מייניך האט עס געהייסן ביז מען האט דאס אראפ געווארפן. אדער 500 בעדפארד. שפעטער אין ראדני. ויסעו מראדני ויחנו בהופער ביז מוועט טרעפן א גרעסער בית מדרש ווייל עס איז שוין ב"ה אויסגעוואקסען.
אויב א שוהל וואס דו רופסט עס ראדני ע"ש דעם שחור ראדני איז ביי דיר "די זאך" ביזטו גיט אויף צרות.
א אפגעפליקטער איז דער וואס זיין רבי איז טאקע נאר רבי ווייל דאס מזל האט אים געשפילט אין ער האט ראדני. ווען ער וואוינט מאיזה סיבה אין מיסעסיפי וואלט קיין נפש חי' נישט געוויסט אז ער עקזעסטירט
משא"כ האט יענער א ברידער וואס ווען ער וואוינט אין סיביר וואלטן אלע זיינע צופליקטע געפארען אהין וואוינען.

יעצט פארשטייסטו שוין?


דער פיינער קאווע זאגט דאך גארנישט אזוי שלעכט....

גאנצל » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 9:34 pm

· #233390
ווער וויל טאן א חסד און ברענגען די אלע פלעצער ווי מ'שמועסט די סאטמארע פאליטיק כדי מ'זאל נישט דארפן אנפילן נאך אפאר בלעטער מיט די זעלבע אויסגעדראשענע זאכן

@אנאנים

וואס פלוצים ווייטאגסטו אז ענקער ת"ת איז אין טאון עטץ האטץ דאך 50 בתי מדרשים אין ק"י ווי (ר') אאאאאאאאאאהרןןןןןןןןןןןןןןן קען נישט אריינגיין ?
בלאט: 1 2