יהושיעפיינע קאוועאון גרויסען סאטמערען ביהמ"ד. און אלע אנדערע שוהל'ן ווי איך גיי ווען איך בין אין קרית יואל איז יעדער מלא תהלה אויף די בליה פון שטעטל. אויף די ווירטשאפט פון די ווילעדזש און אלעס בכלליות. עס איז נישט אן עולם התיקון איך נער זיך נישט אבער גענוג און נאך צו אויספאלגן די ווילעדזש פאר וועם צו וואוטען. מיין משפחה פון קרית יואל. די אהרונים זענען אלע אלע העכסט גליקליך.
ווען איך פאל אריין אין חרדים אויף א ברית אדער ביים טשאטער אויף א קידוש צו אפילו אין טאהשע מקוה אז איך בין אין געגנד אויף שבת. איז מען מלא קללות אויף יעדן. אויף המספיק אויפן עזרת חולים אויף די מענער פרויען טעוועלעך אויף די ווילעדזש אויפן רבין אויפן פארק און וואס נישט. כאפ א שמועס מיט סיי וועלכער בנ"י צו זאלי וועט ער דיר גראד גיבן א טוץ קללות דער איז א מסור דער איז גנב . מיין משפחה פון קרית יואל. די זאלונים אפילו די וואס צאלען 200 דאללאר רענט. און זייער שכר לימוד צאלט בן גמלא זענען זיי אלץ מלא טענות ווייל צוויי יאר פריער איז געווען א בלעקאוט פאר מער וויי צוויי שעה וכדומה
פארשטייסט?
זייער גוט אראפ געלייגט די סיטשועישאן, דאס דעזערווט א לייק וואס איך וועל אי"ה טוהן ווי נאר איך ענדיג דא אפ מיינע פאר שורות.
עס איז אמת אז די בנ"י מיט די זאליס זענען מלא וגדוש מיט אנגעגעסנקייט און דריקען זיך אויס זייער נישט ריכטיג אויף וואס פינקטליך זיי זענען אזוי אנגעווייטאגט, אבער לאמעך דיך פרובירן מסביר זיין,
ףפונקט נעכטן נאכט האט מיר אן ארונישער עסקן פון מאנסי מיר פארענטפערט א שווערע שאלה וואס דער ענטפער פונם עסקן קען זיין די זעלבע אויף דיין קריטיק אויף די זאלונים און די בנ"י אין ק"י תובב"א.
די שאלה וואס איך האב געשטעלט: מיט וואס ביסטו מחייב א בארא פארקער, וויליאמסבורגער, אדער א ק"י אינגערמאן צו העלפן די ארונישער אימפעריע אין מאנסי, אמער ער האט דאך די אבליגעישאן פאר די אייגענע שטאטס מוסדות?
דער ענטפער איז זייער פשוט זאגט ער, דער ארוני שפירט ווי אן אפגעשטויסענער סיי ווי אויסער אין ק"י און ווי אויך האט ער פארלוירען די צענטער, און די וועסט זעהן אז די ארונים שפירן זיך ארויסגעשלאסן און אפגעפרעגט, און ממילא רעגן זיך ארונים אויף די שטאטישע טאטעס און רייסן אראפ די יו. דשעי. או. וכת דיליה אפי אויף גיטע זאכן וואס זיי האבן אויף געטוהן.
ממילא ווי עס איז דא א פלאץ וואס די ארונים זענען שטארק, באסט עס די איגא פונעם ארוני, וועט ער העלפן פאר סיי וואס.
און דער זעלבער שפירט דער זאלי אין ק"י, ממילא רעגט ער זיך און שעלט אויף סיי וואס עס לאזט זיך אפי' עס האט נישט קיין פירוש.
ווען דער זאלי זאל זיך ווען אביסעל אריין לייגן אין די פאקטן וויאזוי די ווילעדזש טאטעס פירן די ווירטשאפט פונעם טאג טעגליכער הלוך ילך וואס א ווילעדזש דארף צו שטעלן פאר די סיטיזענס פון די ווילעדזש, און ווי אויך די גניבה'ס וואס עס ווערט אפגעטאן אויף די בליט פון די ווילעדזש איינואוינער, וואלט ער נישט געשאלטן די צוויי שעה'יגע בלעקאוט, עזרת חולים, און שערי חמלה נאר נאך ווי וואלט ער געהאט אויף וואס צו שעלטן.
איי פארוואס הערט מען נישט פון די ארונישער איינואוינער וועגן די בליט פארגיסונג. נא אדרבה ענטפער די ווייל איך האב נאך נישט זיך דערגרינטעוועט צו א צפרידן שטעלנדער ענטפער.
זייט וויסען, איך בין נישט קיין מענטש וואס באלאנגט צו איינע פון די צוויי. וואס איך בין יא איז א מענטש וואס איך גלייך זייער צו אבזערווען טעמעס, איך נעם א יעדע טעמע וואס גייט אדורך מיין אויער, אויב האב איך דערין אן אינטערעסע וועל איך ריסוערטשען ביזן סוף.
אין קורצן זאגסטו אז ווען אנשי מהר"א שפירן זיך אויסגעשפילט העלפן זיי איינער דעם צווייטן
און דער מהרז"ל אין אזא פאל שעלט הוא אשר דברנו