☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » ר' יאסל וואלדמאן

ר' יאסל וואלדמאן

62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #749
בלאט: 1 2

געפילטע פיש » זונטאג יוני 3, 2012 7:31 pm

· #15783
ר' יאסל וואלדמאן
ווער איז דער יוסל וואלדמאן און פארוואס איז ער אזוי באליבט\פארפיינטעט? געבטס א קורצע איבערזיכט אן קיין באשצומינגען אז די פאר נאן-סאטמערע זאלן אויך קענען מיטהאלטן.

זר זהב » זונטאג יוני 3, 2012 7:34 pm

· #15784
געפילטע פיש
ווער איז דער יוסל וואלדמאן און פארוואס איז ער אזוי באליבט\פארפיינטעט? געבטס א קורצע איבערזיכט אן קיין באשצומינגען אז די פאר נאן-סאטמערע זאלן אויך קענען מיטהאלטן.

פאר דעים דארף מען אן עקסטער אשכול, אויב נישט א באזונדערן פארום....

גדעון » זונטאג יוני 3, 2012 7:37 pm

· #15786
געפילטע פיש
ווער איז דער יוסל וואלדמאן און פארוואס איז ער אזוי באליבט\פארפיינטעט? געבטס א קורצע איבערזיכט אן קיין באשצומינגען אז די פאר נאן-סאטמערע זאלן אויך קענען מיטהאלטן.

אויף דעם טשענעל איז דא אסאך חומר פון אים,
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/user/thekingofaron?feature=watch">http://www.youtube.com/user/thekingofaron?feature=watch</a>

גדעון » זונטאג יוני 3, 2012 7:40 pm

· #15790

יידל » זונטאג יוני 3, 2012 7:41 pm

· #15792
וועלקאם בעק גדעון!

זר זהב » זונטאג יוני 3, 2012 7:43 pm

· #15793
יידל
וועלקאם בעק גדעון!

זר זהב » זונטאג יוני 3, 2012 7:44 pm

· #15794
דאס איז העכסט היסטאריש,
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=R0q0apw585c">http://www.youtube.com/watch?v=R0q0apw585c</a>

יהודי שפוי » זונטאג יוני 3, 2012 8:07 pm

· #15809
אדרבא ענטפערט צו די זאך
די הודעה, איז געשריבן אן קיין געפילן, נעגאטיווע אדער פאזיטיוו, נאר אלץ א עכטע שאלה?
וואס זאל א גוי טראכטן ווען ער הערט פון א איד מיט א חרדי'שע צורה אז די אידן עפענען א סקול צו ארויסשלעפן "אבאונטש געלט" פון די רעגירונג, און אז אלעס ווערט דיקטירט דורך איין פערזאן, שפילט עס נישט אין די הענט פון אנטיסעמיטן, אפגעקוקט צו איז עס גערעכט אדער נישט?
אדרבא ענטפערט צו די זאך.
למאי נפקא מינה?
על להבא!

יידל » זונטאג יוני 3, 2012 8:14 pm

· #15812
יהודי שפוי
די הודעה, איז געשריבן אן קיין געפילן, נעגאטיווע אדער פאזיטיוו, נאר אלץ א עכטע שאלה?
וואס זאל א גוי טראכטן ווען ער הערט פון א איד מיט א חרדי'שע צורה אז די אידן עפענען א סקול צו ארויסשלעפן "אבאונטש געלט" פון די רעגירונג, און אז אלעס ווערט דיקטירט דורך איין פערזאן, שפילט עס נישט אין די הענט פון אנטיסעמיטן, אפגעקוקט צו איז עס גערעכט אדער נישט?
אדרבא ענטפערט צו די זאך.
למאי נפקא מינה?
על להבא!

עהההמ.. כאילו יוסל וואלדמאן איז געווען דער ערשטער דאס צו טון און נאך אים האט דאס קיינער מער קיינמאל נישט געטון.

ידען » זונטאג יוני 3, 2012 8:24 pm

· #15816
יידל
וועלקאם בעק גדעון!

ידען » זונטאג יוני 3, 2012 8:26 pm

· #15817
זר זהב
דאס איז העכסט היסטאריש,
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=R0q0apw585c">http://www.youtube.com/watch?v=R0q0apw585c</a>

כאב יעצט עס אנגעהויבן. כאב ליעב די אלטע זאכן וואס מע זעהט דארט, למשל מיסטער (פארגעסן. דער פון lee ave photo) מיט די אלטע ריזיגע סעלפאן אין בעק פונעם רבי׳ן.

יהודי שפוי » זונטאג יוני 3, 2012 8:28 pm

· #15818
יידל האט גענטפערט
יידל
עהההמ.. כאילו יוסל וואלדמאן איז געווען דער ערשטער דאס צו טון און נאך אים האט דאס קיינער מער קיינמאל נישט געטון.

ער האט דאס געטוהן, נישט איין מאל.

זר זהב » זונטאג יוני 3, 2012 8:34 pm

· #15821
איך האב עס שוין איבערגעקוקט אפאר מאל, ס'מורא'דיג. דער רעפארטער איז געווען איינער פון די בעסטע 60 מינוט רעפארטער ער איז געשטארבן אינג אפאר יאר צוריק.

מערק אויך אן ביי 17:05 ווי ר דוד לייב גריפעלד ע"ה לויפט ארום נעמען בילדער פון די פראטעסטירער זיי אפצושרעקן...

שרייבער » מאנטאג יוני 4, 2012 9:55 am

· #15912
יידל
יהודי שפוי
די הודעה, איז געשריבן אן קיין געפילן, נעגאטיווע אדער פאזיטיוו, נאר אלץ א עכטע שאלה?
וואס זאל א גוי טראכטן ווען ער הערט פון א איד מיט א חרדי'שע צורה אז די אידן עפענען א סקול צו ארויסשלעפן "אבאונטש געלט" פון די רעגירונג, און אז אלעס ווערט דיקטירט דורך איין פערזאן, שפילט עס נישט אין די הענט פון אנטיסעמיטן, אפגעקוקט צו איז עס גערעכט אדער נישט?
אדרבא ענטפערט צו די זאך.
למאי נפקא מינה?
על להבא!

עהההמ.. כאילו יוסל וואלדמאן איז געווען דער ערשטער דאס צו טון און נאך אים האט דאס קיינער מער קיינמאל נישט געטון.

דו וווייסט וואס דער מדרש זאגט ביי עמלק

משכיל » מאנטאג יוני 4, 2012 12:22 pm

· #15933
יוסל וואלדמאן איז א מחותן מיט קעלנער פון מאנסי, וואס קעלנער איז א מחותן מיט נחום ראזענבערג

שמואל הלוי » מאנטאג יוני 4, 2012 12:24 pm

· #15934
ס'האט עפעס מיט די קעלנער וואס איז געווען די עדות קעגן ב.מ. לעבאוויטש?

משכיל » מאנטאג יוני 4, 2012 12:40 pm

· #15936
א ברודער

איחוד פעלד » מאנטאג יוני 4, 2012 12:49 pm

· #15937
Re: יאסל וואלדמאן
יאסעל וואלדמאן איז א גבר בגוברין, דער איינציגסטער וואס האט געהאט די דרייסטקייט מגלה זיין לעיני כל די מעשים פין די באהערדע אין קרית יואל.
אוודאי וועלן חסידים פין די באהערדע אים פארדאמען.

יהודי שפוי » מאנטאג יוני 4, 2012 4:22 pm

· #15974
וואס דארף מען שרייבן, דער עיקר איז מ'ברויך אים קענען.

זלמן זאפיר » דינסטאג יוני 5, 2012 11:43 am

· #16140
דער ברך משה ז"ל האט געזאגט אויף יאסל וואלדמאן גאר שארפע ווערטער.

זר זהב » דינסטאג יוני 5, 2012 11:46 am

· #16144
נאך נישט מקיים געווארן 😮

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 5, 2012 11:47 am

· #16145
ס'איז דא א בילד ווי ער בעט איבער דעם ברך משה על ציונו.

זלמן זאפיר » דינסטאג יוני 5, 2012 11:52 am

· #16149
זר זהב
נאך נישט מקיים געווארן 😮


די מדינה איז נאך אויך נישט אונטער געגאנגען

לעמיל » דינסטאג יוני 5, 2012 11:59 am

· #16151
שמואל הלוי
ס'איז דא א בילד ווי ער בעט איבער דעם ברך משה על ציונו.


ווען איז די פיקטשער? אין איז ער טאקע געגאנגען צו איבער בעטען?????

זר זהב » דינסטאג יוני 5, 2012 12:11 pm

· #16164
זלמן זאפיר
זר זהב
נאך נישט מקיים געווארן 😮


די מדינה איז נאך אויך נישט אונטער געגאנגען

ס'שוין לאנג אונטער

לעמיל » דינסטאג יוני 5, 2012 12:12 pm

· #16166
זר זהב
זלמן זאפיר
זר זהב
נאך נישט מקיים געווארן 😮


די מדינה איז נאך אויך נישט אונטער געגאנגען

ס'שוין לאנג אונטער

ווען איז דאס געשען????

זר זהב » דינסטאג יוני 5, 2012 12:14 pm

· #16168
ווען משה דיין איז געשטארבן

לעמיל » דינסטאג יוני 5, 2012 12:16 pm

· #16171
זר זהב
ווען משה דיין איז געשטארבן

ווען גייט דעיס געשען? די חלומס'ט יעצט???

משמרת » דינסטאג יוני 5, 2012 12:18 pm

· #16173
ביטע נישט פארפארן פונעם נושא!

גלייכצייטיג ווילן מיר אויך דערמאנען יעדן צו שרייבן מיט א איידעלע לשון, און נישט סתם אראפרייסן צוליב פאליטישע אדער אייגענע אינטערעסן.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 5, 2012 1:25 pm

· #16217
אויף וויפיל איך קען אים - אין פערזענליכן לעבן איז ער זייער א וואוילער, געטרייער, ליבליכער איבערגעגעבענער פאטער, א גוטער ביזנעסמאן, א געשמאקער שמועסער. אבער! מען קען אים ארויסברענגען פון די כלים און ער האט א כח אין זיך. ער קען אויפמאכן א מויל אז גויים וועלן זיך טאקע מגייר זיין...

לפי שיטתו - איך גיי נישט אריין צי ער איז גערעכט צי נישט - וואס ער האט געהאלטן אז די ממשלה אין מאנרא טוט בא'עוולה'ן די דאזיגע וועלכע גייען נישט אין שפאן, און זיי גע'רודפ'ט מיט אלע מיטלען עד חרמה, וואס איז "לפי שיטתו" אומגערעכט - האט ער אנגעהויבן א קאמף אנטקעגן זיי מיט אלע כוחות. ער איז מסתמא נישט גערעכט מיט אלעם וואס ער האט געטון, מסירה איז אייביג אסור אנטקעגן יעדן איד ממילא קען איך אים נישט געבן גערעכט אויף אלעם, אבער ער האט נאר געוואלט אויפטון, און ער האט אסאך אויפגעטון.

ער איז בטבע א "פייטער", ער לאזט זיך נישט, און נאגלט אראפ זאכן עד הסוף.

אגב. איך בין לשיטתי אנטקעגן דעם גאנצן אשכול פון נעמען א פריוואטן מענטש און אים אויסשמועסן ברבים, אבער אז מען רעדט שוין ממילא, האב איך אויך געוואלט ארויסברענגען די אנדערע זייט פון די מטבע. און איך האף אז ס'וועט נישט פאסירן "מתוך שבחו בא לידי גנותו".

smart » דאנערשטאג יוני 7, 2012 2:38 pm

· #16633
דו שמועס דא וערט צו קינדעריש אין מיינע אויגן!!

איך אז עס איז נישט לטובת המקום זיך צושמועסן אויף אזא אופן

די מחבר האשכול האט עס געעפענט מיט א נארמאלע ציעל פון סתם אים ארויסהאבן וכו' אין די שמועס איז צו פארפארן (הגם לענייית דעתי איז עס ניטש קיין אויסגעהאלטענע זאך. דו וואלסט געוואלט מען זאל עס טוהן מיט דיר??)

אנטשולדיג פארן זיין שארף

יישר כח פארן מעורר זיין, אבער קומענדיגע מאל נוצט ביטע דעם באריכט קנעפל

אדער שרייבט עס אריין אינעם "וואס מען מעג יא אדער נישט שרייבן אשכול"

הק' משמרת

משמרת » דאנערשטאג יוני 7, 2012 3:17 pm

· #16642
מיר זענען דורכגעגאנגען דעם אשכול און רעדאגירט אדער אוועקגענומען געוויסע תגובות וואס זענען געשריבן געווארן צו בייסיג אדער צו שארף.

בקשה: מיר ווילן נישט און עטץ ווילטס אויך נישט אז מען זאל אוועקנעמען אייערע תגובות אדער אריינפירן אין מיסט קאסטן, ביטע שרייבט מיט א לשון נקיה און רייסט נישט אראפ יענעם, אפגעזעהן צו יענער איז גערעכט אדער נישט.

יואליש » דאנערשטאג יוני 7, 2012 4:13 pm

· #16666
זלמן זאפיר
דער ברך משה ז"ל האט געזאגט אויף יאסל וואלדמאן גאר שארפע ווערטער.


ס'איז באקאנט אז איינער האט זיך אמאל באקלאגט פארן ברך משה אז די סאטמארע רבעצין אלטע פיגא האט אים געשאלטן קללות נמרצות. האט דער אדמו"ר געזאגט "מיר האמיר בקבלה ווער ס'קען נישט בענטשן, קען נישט שעלטן.

דרך אגב, דער רמב"ם שרייבט אין זיין הקדמה לפירוש המשניות אז א נביא וואס זיינס א נביאה לרע ווערט נישט מקיום, איז נאכנישט קיין נביא שקר, ווייל ס'קען זיין אז מ'האט תשובה געטוהן וכדומה. אבער א נביא וואס זיין נביאה לטוב ווערט נישט מקיום איז א נביא שקר ווארום כל דבר שיצא מפי הקב"ה לטובה, אפילו על תנאי, אינו חוזר בו.

איז מיר קשה געווארן ס'שטייט דאך אויך קללת חכם אפילו על תנאי היא באה"

ואפשר לומר אז חכם עדיף מנביא. וק"ל.

פינטאו » דאנערשטאג יוני 7, 2012 10:54 pm

· #16773
ס'איז באקאנט אז דער ברך משה זי"ע האט פארשאלטן וואלדמאן מיט זיין חבריא, אז זיי וועלן האבן "ווערעמיגע קינדער".

איחוד פעלד » פרייטאג יוני 8, 2012 12:31 am

· #16779
Re: יאסל וואלדמאן
נאר צו דערמאנען, שעלטען א איד איז א איסור דאורייתא.....
און יא, רעביס טארען אויך נישט....

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 8, 2012 10:40 am

· #16817
פינטאו
ס'איז באקאנט אז דער ברך משה זי"ע האט פארשאלטן וואלדמאן מיט זיין חבריא, אז זיי וועלן האבן "ווערעמיגע קינדער".


ווערעמיגע, קרעציגע.... דאס זענען ווערטער וועלכע איך הער כסדר אויף זיי. האט עס עפעס א פירוש? וואס איז פשט פון דעם?

וואס מיינט ווערעמיגע קינדער?

לפענ"ד טאר מעם נישט רעדן אזוי אויף אידן, אפגעזעהן פון וואס מען האלט אויף א צווייטן.

פינטאו » פרייטאג יוני 8, 2012 11:47 am

· #16831
איך דערצייל וואס כ'האב געהערט.

בפשטות מיינט דאס אז זיי וועלן זיין שוואכער אין אידישקייט קעגן זייערע עלטערן. (פון א סאטמארער שטאנדפונקט.)

ישמעאל הכהן » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 10:25 pm

· #244176
גם כי יזקין
הרה''ח יוסף וואלדמאן הי''ו אינטערוויו אן עלטערן איד מיט זיינע נייע פאטענטן.

ישמעאל הכהן » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 10:49 pm

· #245556
ס'האט זיך נישט אפגעשטעלט ביי די פאטענטן...

smart » זונטאג יאנואר 4, 2015 3:33 pm

· #245735
זעט נישט אויס ואו יאסל פלאנט אויפצווואקסען??? וואס גייט פאר מיט אים?

אזוי וואו סיונגט זיך אזוי עלטערט זיך....

smart » זונטאג יאנואר 4, 2015 3:39 pm

· #245742
וואס וויל ער פון דעם אלטען איד.. נעבעך ער רודפט אים פארגארנישט

פארוואס גייט ער טשעפענען אן אלטען איד

איין זאך זעע ער איז גארנישט קיין רחמנות

איך אויך » זונטאג יאנואר 4, 2015 3:47 pm

· #245751
עס זעהט מיר אויס דער בעל הצלת יוסף צו וואטעווער מען רופט עם האט א ספעציעלן האבי יעדעס יאר זיך אנצופגרן אין א צווייטן אלטן קרבן און יענעם דערגיין די יארן כדי ער זאל האבען סחורה פאר יו-טוב.

נאך אלעס איז ער דאך אלע יארן אויפגעוואקסן אין סאטמאר..

ישמעאל הכהן » זונטאג יאנואר 4, 2015 5:31 pm

· #245803
מיט גאווערנאר קאמא הכ"מ

שמן זית » מאנטאג יאנואר 5, 2015 11:13 am

· #245927
כמדומה לי, האט די רבי דער ברך משה נישט "געשאלטן" בני יואל אז זיי זאלן האבן ווערעמיגע קינדער. ער האט זיי "אנגערופן" ווערעמיגע, אז זיי "זענען" ווערעמיג. פשוטו כמשמעו..

געוואלדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 2:50 pm

· #311933
די עקספערעישן דעיט האסטו ארויס געלאזט.

הרב_שלום » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 7:41 pm

· #311969
שבת וישלח האט יוסל וואלדמאן געדאווענט אין אוהל פיגא (אן ארונישע שול) די ארונים האבן איהם גארנישט גזאגט, ביים ארויסגיין האט ער זיך אנגערופען פאר די גבאים אז ביז אפאר וואכן דאווענט ער אינעם גרויסען ביהמ"ד

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 1:11 am

· #311999
געוואלדיג
די עקספערעישן דעיט האסטו ארויס געלאזט.

געוואלדיג: אויב ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן, און ר' געציל בערקאוויטש און ווער שמועסט נאך דער שארמאשער רב זענען געחתמ'ט אויף איין צעטל, האט עס זיכער עקספייערט א לאנגע צייט צוריק. די קומענדיגע מאל וואס זיי גייען זיין אויף די זעלבע פעידזש אדער צעטל וועט זיין בביאת משיח צדקנו, בב"א...!

פליקער » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 8:38 am

· #312001
Re: ר' יאסל וואלדמאן
סימיר ל'פלא אז שארמאשער רב זז"ג האט אינטערגעשריבן.

דעת תורה » פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 9:03 am

· #312003
Re: ר' יאסל וואלדמאן
יאסל וואלדמאן האט שוין א קליפ ווי ער ציט צוריק...

נ"ג האט ער זיך נאך געדרייט אין קהל'ישע בתי מדרשים. איך ווייס נישט וואסערע חסיד ער איז געווען אבער מסתמא פלעגט ער נאך קומען צו די טישן

ליפא » מיטוואך אפריל 13, 2016 7:18 pm

· #329041
📎 IMG_20160413_191645.jpg
בלאט: 1 2