📎 IMG_20160413_191630.jpg
ר' יאסל וואלדמאן
62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #749
בלאט: 1 2
Listen to the voice of HuRav HaChusid Reb Yossel Waldman Shlit"a CEO 'Simis of London' kids wear chain stores.
What an amazing Kiddish Hashem how he argues with the bank that they gave him back to much change in the thousands
ס'קוקט אויס ווי ער איז מער נתפעל געווארן פון די 'קידוש השם' ווי די באנק איינגעשטעלטע
Re: ר' יאסל וואלדמאן
איך ווער זייער נתפעל פון די געוואלדיגע קידוש השם, אבער מער ווער איך נתפעל פון די געוואלדיגע השגחה עליונה וואס האט פונקט צוגעפירט אזוי אז אלעס איז פונקט געווארן ריקארדירט, פון די טעלעפאון קאלס ביז ווי ער באווייזט זיך אין באנק, און פון די גאנצע געלט וואס איז פונקט געוועין אזוי שיין סארטירט, ממש נס בתוך נס.
Sent from my VS987 using Tapatalk
Sent from my VS987 using Tapatalk
Re: ר' יאסל וואלדמאן
איז דא קליפ דערפון ?
איך זעה דא מער א חילול ה',
ער האט געוויסט אז די טשעק איז 25 דאלער,
פארוואס האט ער גענומען 2500 דאלער און ארויס פון באנק?
ער מאכט ליצנות פונעם טעלער,
ווען באמת איז זי געווען אויף די סעיף סיט,
ווייל אויב זי האט אים געגעבן 2500 דאלער,
האט זי דעפאזיט די טשעק אלץ 2500, און ס'וואלט געווארן דעדאקטעד פון יענעממ'ס אקאונט (די טשעק שרייבער)
שפעטער ווען יענער וואלט געקאלט זיין באנק וואלטטן זיי עס גענומען פון יאסל'ס באנק, און די באנק וואלט עס ארויסגענומען פון זיין אקאונט,
סך הכל,
האט ער ארויס געווישט קעש פון זיין באנק,
און געמאכט פובליסיטי,

c/p קריטישע הערות איבער באנק טעותים וואס ס'איז וויכטיג אז יעדער זאל וויסן
- ס'איז נישט קיין קידוש השם ווען א מענטש טוט וואס ער דארף. ווען א שווארצער פארקויפט נישט קיין דראגס און ווען אן איטאליענער הרג'עט נישט איינער וואס איז אים שולדיג געלט, דרייען זיך נישט די שווארצע און איטאליענער ארום סעלעברעיטן ווי גוט און וואויל זיי זענען.
- ווען איינער באקומט פון די באנק געלט וואס ס'קומט זיך אים נישט (מעשים בכל יום) און ער ברענגט עס נישט צוריק צו די באנק איז עס א קריים און מען קען דערפאר ארעסטירט ווערן.
- דאס זעלבע ווען אן ATM מאשין שפייט ארויס מער געלט ווי עס דארף, און א מענטש האלט עס פאר זיך, איז עס גניבה לויט'ן געזעץ און ער קען דערפאר ארעסטירט ווערן.
- ווען א איד טוט וואס ער איז מחוייב צו טאן לויט'ן געזעץ און מענטשן פרייען זיך און סעלעברעיטן עס האט עס נאר דעם פארקערטן עפעקט: מיר האלטן אזוי ווייניג פון זיך, אז ווען איינער גנב'עט 'נישט' דארף מען זיך גאר פרייען דערמיט.
- ווען א איד גייט אריין אין באנק און וויל אויפטוישן א טשעק פון 25 דאלאר פאר ניקלס און ער שפאצירט ארויס מיט 2,500 דאלאר קעש, קוקט עס אויס זייער זייער נישט גוט, און ס'איז זיכער נישט ווערט אז מען זאל דאס סעלעברעיטן. אדרבא, ס'קוקט אויס אז ער האט ארויסשפאצירט פון די באנק מיט בייזע כוונות.
- ווען א איד טוט א גוטע זאך און מאכט זיכער עס צו רעקארדירן און פאטאגראפירן פון אלע עקן ווייזט דאס אז זיין איינציגסטער ציל איז אטענשאן און נישט צו טאן א גוטע זאך. ס'קוקט אויס זייער מיאוס צווישן אידן. ווער רעדט נאך צווישן גוים.
- ווען א טעלער האט געמאכט א טעות און מען כאפט בילדער פון איר און מען שיקט דאס ארום אן איר וויסן איז עס א געפערליכע עוולה, מען פארשעמט איר פאר'ן מאכן א טעות.
- די בענק זענען נישט ביליאנערסקע ביזנעסער ווייל זיי לאזן מענטשן אוועקוואקן מיט טויזנטער דאלאר פון די באנק'ס געלט. יעדער טעות ווערט אויסגעפינען, פריער אדער שפעטער. ס'איז קלאר אז די באנק וואלט זייער שנעל אויסגעפינען אז דער איד האט באקומען 2,500 דאלאר פאר א 25 דאלארדיגן טשעק און וואלטן דאס דעדאקטעד פון זיין באנק אקאונט, אזוי אז ס'איז פלעין שכל'דיג נישט ארויסצואוואקן פון א באנק מיט 2,500 דאלאר וואס מען האט באקומען פאר א 25 דאלארדיגן טשעק. אלעס ווערט אריינגעקלאפט אין קאמפיוטער און די באנק ווייסט גענוי פאר וועלכן טשעק ס'איז ארויסגעגאנגען וויפיל געלט.
- דאס זעלבע, ווען אן ATM שפייט געלט און איינער איז גענוג נאריש עס צו נעמען דארף ער וויסן אז די באנק וועט גאנץ שנעל אויסגעפינען וואו זיי האבן פארלוירן דאס געלט און דורך נאכגיין ספעציפישע אקאונטס און טשעקן די סעקיוריטי קאמערעס וועלן זיי אראפטרעקן דעם באטרעפנדן מענטש און אים שוין איינמאל מאכן באצאלן א פרייז.
C/P
Sent from my SM-G900T using Tapatalk

ס'קען נישט זיין ס'איז א קידוש השם, ווייל ס'שטייט מגלגלים זכות ע"י זכאי
עיין היטיב בדבריך
הלזאת יקרא מגלגלים? הרי הוא מגלגל בעצמו.
קאווע טרינקערס'קען נישט זיין ס'איז א קידוש השם, ווייל ס'שטייט מגלגלים זכות ע"י זכאי
הלזאת יקרא מגלגלים? הרי הוא מגלגל בעצמו.
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/236350/2016/04/14/monroe-ny-chasidic-kj-resident-returns-2475-accidentally-given-to-him-by-bank-teller/">http://www.vosizneias.com/236350/2016/0 ... nk-teller/</a>
<a class="postlink" href="http://m.recordonline.com/news/20160414/its-mitzvah-man-returns-2475-to-bank">http://m.recordonline.com/news/20160414 ... 75-to-bank</a>
בלאט: 1 2