☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » הרחקת הנידה vs טהרת המשפחה

הרחקת הנידה vs טהרת המשפחה

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7472

פארוואס? » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 8:40 pm

· #231522
הרחקת הנידה vs טהרת המשפחה
עס איז שוין אסאך מאל ארויפגעקומען דא אין שטיבל פארשידענע ארטיקלען און באהאנדלונגען איבער דעם פארביטערן אידישקייט אינעם היינטיגן אכשר-דרא עפאכע. גייענדיג אין די פאזעטיווע ווינט פון די 'למעשה' ארטיקלען וואס אנאנים שטעלט אונז אהער, וויל איך ארויפברענגען א דוגמא פון פארבעסערן און פארשענערן געוויסע מצוות און הלכות אין די היינטיגע תקופות.

איך וועל נעמען א דוגמא פון די הלכות פון א פרוי בימי נדתה, וואס איז א יסוד בקדושתן וטהרתן של ישראל. עס איז אינטרעסאנט צו איבערבליקן ווי אזוי עס האט זיך געטוישט די צוגאנג און מהלך דערצו במשך פון די דורות.

אלזא לאמיר אנפאנגען מיט דעם וואס עס שטייט אין פסוק:
די תורה
וְאִשָּׁה כִּי תִהְיֶה זָבָה דָּם יִהְיֶה זֹבָהּ בִּבְשָׂרָהּ שִׁבְעַת יָמִים תִּהְיֶה בְנִדָּתָהּ וְכָל הַנֹּגֵעַ בָּהּ יִטְמָא עַד הָעָרֶב. וְכֹל אֲשֶׁר תִּשְׁכַּב עָלָיו בְּנִדָּתָהּ יִטְמָא וְכֹל אֲשֶׁר תֵּשֵׁב עָלָיו יִטְמָא. וְכָל הַנֹּגֵעַ בְּמִשְׁכָּבָהּ יְכַבֵּס בְּגָדָיו וְרָחַץ בַּמַּיִם וְטָמֵא עַד הָעָרֶב. וְכָל הַנֹּגֵעַ בְּכָל כְּלִי אֲשֶׁר תֵּשֵׁב עָלָיו יְכַבֵּס בְּגָדָיו וְרָחַץ בַּמַּיִם וְטָמֵא עַד הָעָרֶב. וְאִם עַל הַמִּשְׁכָּב הוּא אוֹ עַל הַכְּלִי אֲשֶׁר הִוא יֹשֶׁבֶת עָלָיו בְּנָגְעוֹ בוֹ יִטְמָא עַד הָעָרֶב. וְאִם שָׁכֹב יִשְׁכַּב אִישׁ אֹתָהּ וּתְהִי נִדָּתָהּ עָלָיו וְטָמֵא שִׁבְעַת יָמִים וְכָל הַמִּשְׁכָּב אֲשֶׁר יִשְׁכַּב עָלָיו יִטְמָא:
אז מ'טייטשט פשוט פשט די ווערטער, איז משמע אז די פרוי האט געפאדערט א דערווייטערונג, צוליב דעם וואס עס האט גערינען פון איהר בלוט. מ'דארף שטיין ווייט פון איהר און פון אלעס וואס זי רירט נאר אן, וואס עס קומט אן אין בארירונג מיט איהר ווערט טמא. די פרוי איז אן אב הטומאה.

אזוי זעהט מען טאקע אין רמב"ן (פרשת ויצא) אויפ'ן פסוק כי דרך נשים לי:
דער רמב''ן
והנכון בעיני כי היו הנדות בימי הקדמונים מרוחקות מאד, כי כן שמן מעולם "נדות" לריחוקן, כי לא יתקרבו אל אדם ולא ידברו בו, כי ידעו הקדמונים בחכמתם שהבלן מזיק, גם מבטן מוליד גנאי ועושה רושם רע, כאשר בארו הפילוסופים, עוד אני עתיד להזכיר נסיונם בזה (ויקרא יח, יט), והיו יושבות בדד באהל לא יכנס בו אדם, וכמו שהזכירו רבותינו בברייתא של מסכת נדה תלמיד אסור לשאול בשלמה של נדה, רבי נחמיה אומר אפילו הדבור היוצא מפיה הוא טמא, א"ר יוחנן אסור לאדם להלך אחר הנדה ולדרוס את עפרה שהוא טמא כמת כך עפרה של נדה טמא, ואסור ליהנות ממעשה ידיה, ולכך אמרה רחל ראויה הייתי לקום מפני אדוני לנשק ידיו אבל דרך נשים לי ולא אוכל להתקרב אליך וגם לא ללכת באהל כלל שלא תדרוך אתה עפר רגלי, והוא החריש ממנה ולא ענה אותה כי לא היו מספרים עמהן כלל מפני שדיבורה טמא.
דער רמב"ן לייגט אראפ א נדה ווי עפעס וואס איז געווען שרעקליך שלעכט, און אז א נדה איז בעצם "מנודה", דערווייטערט און באזייטיגט. ער ברענגט אויך אזא ברייתא.
און נאכמער, אפילו לבן (וואס איז נישט נכלל אין די אבות וואס האבן מקיים געווען די תורה לפני נתינתה) האט געציטערט דערפאר. עס זעהט אויס אז בימיהם איז עס געווען עפעס א שרעקעדיגע זאך. און אזוי אויך דען מען זעהן באריכות אין רמב"ן (ויקרא יח, יט), עיי"ש.

עס איז אינטרעסאנט צו א קוק טוהן אויף די מנהגים פון אחינו בני אתיופיה, ווי אזוי זיי באציען זיך צו א נדה. זיי פלעגן צושטעלן א ספעציעלע געצעלט ביים עק דערפל, די פרויען וואס האבן באקומען זייער פיריעד זענען אהין געגאנגען און פון דארטן נישט ארויס ביז עס האט זיך געענדיגט די נדה-טעג, וואס דאן האבן זיי געפאסט און געגאנגען טבילה.

עס איז נישט אזוי שווער צו פארשטיין פארוואס זיי האבן באקומען אזא באציהונג, ווייל אין א צייט וואס דיני ווסתות איז אנגעגאנגען ביז דריי חדשים אריין אינעם שוואנגערן, איז די בלוט געווען סתם א שרעק, וואס מ'האט גלייך פאר'שדכנ'ט צו די מיסטישע כחות הטומאה וואס זענען שולט אויפן פרוי.
און ווי באקאנט, איז דאס נישט דוקא א אידישע שרעק, נאר אין יעדע קולטור קענען מיר טרעפן ענליכע באציהונגען.

---

אצינד לאמיר א בליק טאן אויף די מאדערנע ווערטער-וואשער פראפעגאנדע. ווי אזוי זעהט היינט אויס הלכות נדה אין די הלכה-מארקעטינג ליניע?
צום אלעם ערשט האט מען אראפגענומען דעם שמוציגן נאמען "הלכות נדה", און עס א נאמען געגעבן "טהרת המשפחה" (אין די חסידי'שע-כולל וועלט הייסט עס "יורה-דעה חלק בית", אבער דאס איז שוין מער צוליב אכשר-דרא מאטיוון).

עס שטעלט זיך ארויס אז די הלכה-מארקעטינג ביזנעס איז שוין גארנישט אזוי אונטערשטעליג. עס איז שוין מער נישט קיין טומאה, עס איז גאר טהרה!!! און לאו דוקא די פרוי, עס איז פאר די גאנצע משפחה. (כאפט א בליק אין דעם צוגעלינקטן ווידיאו).

די תורה האט פשוט געוואלט אז נאר במשך די צייט וואס א פרוי קען האבן קינדער פון א ביאלאגישע שטאנדפונקט, נאר דעמאלס זאל מען זיין פארנומען מיט פיזישע-בארירונגען. (כאטש וואס ע"פ תורה איז גענוג צו ווארטן נאר זיבן טעג פונעם אנפאנג פיריעד, קשיא). אבער די איבריגע צייט זאל מען זיין פארנומען מיט א נפשיות'דיגע קשר וואס איז אומבאגרעניצט צו פיזישע בארירונגען.

נאך ווען די פרוי ענדיגט זעהן די בלוט, איז דא א "ספעציעלע וועג" צו זיכער מאכן אז עס איז טאקע געענדיגט (אפילו מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע איז מען נאך אלץ נישט אויפגעקומען מיט א בעסערע וועג).

דער נאמען "נדה" האט שוין אויך באקומען א נייע באדייט. עס האט שוין גארנישט מיט נידוי און הרחקה, די פרוי איז נישט דערווייטערט מער ווי דער מאן, עס טייטשט שוין היינט "נדידה", א לשון פון זיך אפשיידן און אוועקגיין איינעם פון צווייטן.
און דאן קומט די מקוה, וואס איז בעצם א וועג ווי אזוי צו פראווען די מיני-חתונה. די מקוה ברענגט אזא דערהויבענע און געשמאקע געפיהל, אז אפילו אומגעהייראטע פרויען ווילן נישט מוותר זיין דערויף.

וואס זענען אלס די בענעפיטן פון טהרת המשפחה?
אהה... וואס נישט?
1. עס ברענגט א גליקליכע שלום-בית לעבן.
2. די פרוי'ס געזונט.
3. דער מאנ'ס געזונט.
4. א סיפוק אין די מערידזש לייף.
5. גוטע און געזונטע קינדער.

עס גייט אויך ביז די דעטאלן פון די הלכות, ווי למשל, יעדע בת-בי-כלה-טיטשער דחד יומא וועט וויסן צו זאגן אז דאס וואס מ'מעג נישט נעמען א שאוער נאכן גיין טבילה אין מקוה, איז צוליב די הייליגע ריינע מקוה-וואסער זאל בלייבן אויפ'ן קערפער.

כוכב » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 8:47 pm

· #231524
בפירושע גמ' מפני מה אמרה תורה נדה לשבעה כדי שתהא חביבה על בעלה.

מאטי » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 8:51 pm

· #231527
ווילאנג די מצוות מעשיות בלייבן די זעלבע, איז נישט קיין פראבלעם צו טוישן דעם משמעות/פילאסאפיע אונטער די מצווה, געוואנדן אינעם דור המקבל. רוחניות/ספיריטואליזם עוואלווד.

פארוואס? » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 8:53 pm

· #231528
כוכב
בפירושע גמ' מפני מה אמרה תורה נדה לשבעה כדי שתהא חביבה על בעלה.

עס איז זיכער אז נישט דאס איז די פשוטע פשט אינעם פסוק, והא ראי'ה אז עס גייט אן אפילו ביי אומ-פארהייראטע פרויען. (ועי' תוה"ש סי' קפ"ג סק"א).

פארוואס? » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 8:54 pm

· #231529
מאטי
ווילאנג די מצוות מעשיות בלייבן די זעלבע, איז נישט קיין פראבלעם צו טוישן דעם משמעות/פילאסאפיע אונטער די מצווה, געוואנדן אינעם דור המקבל. רוחניות/ספיריטואליזם עוואלווד.

איך זאג נישט אז עס איז א פראבלעם, אדרבה, עס איז זייער שיין, צו אויסרייסן אלע שאוועניסטישע דעות מתוכינו. אבער עס איז נאך אלס וויכטיג צו וויסן פון וואו מיר קומען.

קינד_אן_קייט » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 9:18 pm

· #231536
פארוואס?
כוכב
בפירושע גמ' מפני מה אמרה תורה נדה לשבעה כדי שתהא חביבה על בעלה.

עס איז זיכער אז נישט דאס איז די פשוטע פשט אינעם פסוק, והא ראי'ה אז עס גייט אן אפילו ביי אומ-פארהייראטע פרויען. (ועי' תוה"ש סי' קפ"ג סק"א).

לויט דיין צוגאנג (״הלכה-מארקעטינג ביזנעס״), זענען חז״ל בעצם רעפארמער.

כ׳בין נישט מחולק, כ׳וויל נאר קלאר מאכן אז דאס מיינסטו טאקע.

זיגמונד פרויד » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 9:34 pm

· #231540
קינד_אן_קייט
פארוואס?
כוכב
בפירושע גמ' מפני מה אמרה תורה נדה לשבעה כדי שתהא חביבה על בעלה.

עס איז זיכער אז נישט דאס איז די פשוטע פשט אינעם פסוק, והא ראי'ה אז עס גייט אן אפילו ביי אומ-פארהייראטע פרויען. (ועי' תוה"ש סי' קפ"ג סק"א).

לויט דיין צוגאנג (״הלכה-מארקעטינג ביזנעס״), זענען חז״ל בעצם רעפארמער.

כ׳בין נישט מחולק, כ׳וויל נאר קלאר מאכן אז דאס מיינסטו טאקע.


יא יא. געדענק אז חז"ל זענען דער וואס זאגען אז "עין תחת עין" מיינט נישט כפשוטו

mevakesh » פרייטאג סעפטעמבער 9, 2016 6:05 pm

· #349023
Re: הרחקת הנידה vs טהרת המשפחה
לדעתי איז א גרויסער נפקא מינא צו מען איז למעשה מבטל א מצוה צו מען לייגט אריין א נייע משמעות אין די ארגינעלע מצוה
די רעפארמער האבן געוואלט מיט די חשבונות עוקר זיין מצוות התורה וואס אלס ריאקציע צו דעם האבן די ארטעדוקסן גענומען די פארקערטע עקסטרעם אז די מצוות האט יעצט פונקט דער זעלבע משמעות ווי פאר טויזענטער יאר צוריק אבער עס איז נישט מוכרח נאר ווילאנג מען היט די מצוות און מען גייט בדרך התורה איז עס נישט קיין פראבלעם צו אריינלייגען פרישע משמעות נאר אדרבא אזוי איז דער תורה טאקע א לעבעדיגע זאך

קאצקע ציקער » פרייטאג סעפטעמבער 9, 2016 6:13 pm

· #349024
אויב אזוי, וואס דארף מען ווארטן ביז משיח קימט מען קען עס שוין יעצט מבטל זיין.

געוואלדיג » פרייטאג סעפטעמבער 9, 2016 6:32 pm

· #349026
איני יודע וואס שטערט פאר ר' אנאנים, טוישן די פנימיות המצוה איז אינגאנצן נישט זיין חידוש, מצאנו כזאת ביי יו"ט שבועות וואס איז טראנספארמירט געווארן פון א יו"ט עצרת 50 טעג נאך פסח צו זמן מתן תורתינו, סוכות איז מבואר בכתבי אויבערלענדער אז די כוונה איז געטוישט געווארן, און צו רעפארם איז לא נגע ולא פגע, ואיני יודע על מה יצא הקצף.

moshav zekeinim » פרייטאג סעפטעמבער 9, 2016 6:46 pm

· #349030
אנאנים, דו ביסט שוין א מזיד, דו ביסט א יודע את בוראו ומכוון למרוד בו. אדער אין אנדערע ווערטער, א יודע את האמת ומתעקש לעמוד באמונות המיושנות. אלס פאר כבוד פון די עסטעבלישמענט.

moshav zekeinim » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 1:35 am

· #349085
אלס דעם רמב"ם אויס, ער האט דאך דעם מורה געשריבן נאך דעם משנה תורה, ד.ה. ער איז שפעטער נחמץ געווארן. אבער אפילו לאמיר זאגן אז דער רמב"ם האט נישט געהאט קיין פראבלעם סותר צו זיין דעותיו בפסקיו מיינט עס דען אז דאס איז ריכטוג?

moshav zekeinim » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 4:07 am

· #349096
יא עס איז ריכטיג צו מאכן שטארקע פרינציפן אין לעבן געבויט אויף טראדיציאנעלע אויסגעאקערטע פרינציפן, הייליגע בלאף, אבער צו וואס זאל א חכם און אויפגעקלערטער זיך קאכן אין דעם בלאף, ווען ער קען זיך קאכן אינעם תכלית אליין׳ס.

הקטן » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 10:23 am

· #349104
אל כל שאר בשרו לא תקרבו לגלות ערוה טעם איסור העריות בשאר הבשר איננו מפורש והרב אמר במורה הנבוכים (ג מט)

כי הוא למעט המשגל ולמאוס אותו ולהסתפק ממנו במעט והנשים האלה אשר אסר הכתוב בשאר האשה הן המצויות עמו תמיד וכן בשאר עצמו מצויות לו והוא נסתר עמהן וכטעם הזה יגיד הרב על כולן וכבר כתב ר"א גם כן כי בעבור היות יצר לב האדם כבהמות לא יתכן לאסור כל הנקבות והנה אסר כל הנמצאות עמו בכל שעה וזה טעם חלוש מאד שיחייב הכתוב כרת על אלה בעבור המצאן עמו לפעמים ומתיר שישא אדם נשים רבות למאות ולאלפים ומה יזיק אם ישא את בתו לבדה כמותר לבני נח (סנהדרין נח) וישא שתי אחיות כיעקב אבינו ואין לאדם נשואים הגונים כמו שישיא את בתו לבנו הגדול ממנה וינחילם בנחלתו ויפרו וירבו בביתו כי הארץ לא תהו בראה לשבת יצרה
ואין בידנו דבר מקובל בזה אבל כפי הסברא יש בענין סוד מסודות היצירה דבק בנפש והוא מכלל סוד העבור שכבר רמזנו לו ודע כי המשגל דבר מרוחק ונמאס בתורה זולתי לקיום המין ואשר לא יולד ממנו הוא אסור וכן אשר איננו טוב בקיום ולא יצלח בו תאסור אותו התורה זה טעם אל כל שאר בשרו (כאן) כי את שארו הערה (להלן כ יט) ירחיק הדבר מפני השאר והלשון נגזר מן הנשאר בציון והנותר בירושלם (ישעיהו ד ג) ולכך יאמר שארה הנה זמה היא (להלן פסוק יז) כלומר אינם נשואין ואישות כי לא יצליח אבל היא זמה מחשבת תאוה בלבד

והנה העריות מכלל החוקים דברים שהם גזירת מלך והגזרה הוא הדבר העולה על דעת המלך שהוא החכם בהנהגת מלכותו והוא היודע הצורך והתועלת במצוה ההיא שיצוה בה ולא יגיד אותו לעם זולתי לחכמי יועציו

רמב"ן ויקרא יח ו

ס'איז כדי צי האבן דעם פילער פיקטשער פאר מען פאנגט אן האקן אין טשייניק

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 11:20 am

· #349113
אינטרעסאנט כ'האב אויך לעצטנס באמערקט דעם רמב"ן און זיך געוואונדערט, איז דאס טאקע אזא דבר מאוס, אדער איז עס א שיינע הייליגע מצוה ווי מען זעהט אין אזויפיל אנדערע פלעצער? 🙄 ❓

הקטן » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:56 pm

· #349128
רמב"ן ויקרא יח, יט :
"ואל אשה בנדת טומאתה" - אסר הכתוב הנדה מפני טעם שהזכרתי (לעיל בפסוק ו)

איך גיי נישט אריין אין דעם עצם נידון
all im saying is אז דאס איז נישט דער פילער פיקטשער
האט דען דער רמב"ן נישט געוויסט דעם חז"ל מפני מה אמרה תורה נדה לשבעה כדי שתהא חביבה על בעלה?
נאך וואס ר' מאיר האט שוין געטוישט דער טעם פארוואס זיכט זיך דער רמב"ן צרות?
האבן חז"ל געזאגט אז דאס איז דער איינציגער טעם?

דאס אז לויט דער טעם פין ר' מאיר וואלט מען ווען נישט געדארפט גיין אין מוקוה איז נאן סענס - וועלעכע פין די טעמי המוצות פארענפערט א יעדער פרט.


וואו אזוי גייט דאס ווערטעל: האלבע פאקטן זענען ערגער פון גאנצע ליגנטס.

ווער ס'פילט זיך געטארפן בעט איך איבער

זבולון » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:40 am

· #349640
בנוגע דער ענין פונעם פותח האשכול.

איבערמאכן און אדזשאסטן די מיינונג פון מצוות מעשיות איז נישט קיין עוולה, די תורה איז פרה ורבה און עס איז דא פלאץ פאר אלע סארט מהלכים און טעמים.

עס איז אפשר נישט אזוי שיין צו רעדן אין יענעם׳ס נאמען, אבער קענענדיג @פארוואס? פערזענליך, בין איך זיכער אז ער וואלט היינט נישט געהאט קיין שום פראבלעם דערמיט, (ער האט דאס געשריבן פאר צוויי יאר צוריק).

מי אני » פרייטאג יולי 16, 2021 10:42 am

· #477809
לגבי טעמו של ר״מ על מצות איסור נדה איז אין א שטודיע/סורוועי איבער געשליכטליכע באציאונגען צווישן ארטאדאקסישע קאָפּלס זאגן זיי:
With respect to whether sexual or emotional life is enhanced by the observance of taharat haMishpahah, we noted that more than three-quarters of our sample believed that their sexual life is improved by following these laws. The following quotations represent women’s experiences. “When you know you only have two weeks each month, you tend to make more of an effort;” and “I really feel that sex would have become too routine and boring without the rest period that the mikvah provides.” Also representative was the following remark: “It certainly helps. Even though our sexual relations are less than satisfying on the whole, having a break because of niddah does help the sexual relations become a little bit more satisfying; it’s ‘fresher.’”

One of the interesting observations was the contrast between the high percentage of women who believed taharat haMishpahah enhanced their sex lives with the much smaller segment who felt that their emotional life with their husband was enhanced by taharat haMishpahah. In fact some women who claim sexual benefits of believed that the niddah period impacted negatively on their emotional lives. One woman stated:

“I believe that following the laws of niddah and the mikvah does enhance my sexual life. While I love my husband, after some time sex does get boring. The laws of niddah force a break and renewal. Right after going to the mikvah any physical contact is exciting and invigorating. My problem with the whole process is how my husband and I interact during the time of niddah. It seems like we take a complete emotional break from each other, as well as a physical break. I can’t understand why my husband can’t show me his emotions and feelings about me without sex.”

This sentiment was expressed repeatedly: “My husband feels he has to become numb and he withdraws from me;” “My husband and I both have a huge problem with the suddenness of the switch between ‘can’ and ‘can’t’ and the accompanying feeling on the mikvah night that we ‘have to’ because the clock has started ticking again. The pressure kind of kills the desire and it ends up feeling very non-spontaneous;” “We fight more when I am in niddah. I feel rejected by not passing objects. It is rude - like I am untouchable. Even though I understand the reason, I still feel rejected.” “I am a very touchy, feely person and suffer terribly not being able to snuggle with my husband. Being a nursing mother now, I do miss the initial excitement of coming home from mikvah, but I would not give up my status of taharah (non-niddah) for that.” “We learned how to have sex properly when I was pregnant [and therefore had nine months of non-niddah time together]. We never found there was enough time to learn and experiment in between niddah sessions.”

A representative quotation from the much smaller sample of women who wrote that niddah did enhance their emotional life is illustrative: “Sometimes, for example, if a crisis situation arises during niddah, you’re able to resolve it without touching; it brings you emotionally closer.”

די שטודיע האט נאר אויסגעפרעגט [ארטאדאקסישע] פרויען. ווי אויך זאגן זיי אז האלב פון די פרויען וואס האבן געענטפערט אויפ׳ן סורוועי האבן געהאט גענוצט סייקאָטעראפּי.

עובדיה » פרייטאג יולי 16, 2021 2:24 pm

· #477824
בדומה צו די טעם וואס "רבי מאיר" זאגט לגבי נדה טרעפט מען אין מדרש שה"ש "ר' חוני בשם ר' מאיר מפני מה נתעקרו אמהות כדי שיהנו בעליהן בנוין וכו'".

אישתישבי » פרייטאג יולי 16, 2021 6:01 pm

· #477841
עובדיה
בדומה צו די טעם וואס "רבי מאיר" זאגט לגבי נדה טרעפט מען אין מדרש שה"ש "ר' חוני בשם ר' מאיר מפני מה נתעקרו אמהות כדי שיהנו בעליהן בנוין וכו'".


אינטרעסאנט, איז דאך דא א בפירושע מדרש אז בורט קאנטראל איז א מצוה.

מנחם מנדל » מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:19 pm

· #550478
Re: הרחקת הנידה vs טהרת המשפחה
נישט געטראפן קיין אשכול ווי צו פרעגן, אבער איינער ווייסט פון א דיין וואס פסק'נט בדיקות דורך וואטסעפפ?

שמעון וואלף » מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:47 pm

· #550481
Re: הרחקת הנידה vs טהרת המשפחה
מנחם מנדל #
נישט געטראפן קיין אשכול ווי צו פרעגן, אבער איינער ווייסט פון א דיין וואס פסק'נט בדיקות דורך וואטסעפפ?
איך האב אמאל געהערט אז ר' אשר עקשטיין ענטפערט אויף וואטסעפפ, אבער איך ווייס נישט לגבי בדיקות שאלות.
פראביר ביי מאדערן ארטאדאקס רבנים אדער אפשר חב"ד.

טאמער ביסטי באקוועם דערמיט, שטעל עס ארויף דא און די חכמי השטיבל וועלן ענטפערן.

געטרייע טאטע » דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:03 am

· #550490
Re: הרחקת הנידה vs טהרת המשפחה
איינער קען מיר גיבן זיין נומבער לאמיר אים טרייען צו פרעגן א שאלה

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:31 am

· #550497
Re: הרחקת הנידה vs טהרת המשפחה
געטרייע טאטע #
איינער קען מיר גיבן זיין נומבער לאמיר אים טרייען צו פרעגן א שאלה
לייג ארויף דא, און דערנאך פרעג איהם. לאמיר זעהן צו מיר קענען פאסקענען דא ווי עס דארף צו זיין?

מנחם מנדל » דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:31 pm

· #550598
Re: הרחקת הנידה vs טהרת המשפחה
שמעון וואלף #
מנחם מנדל #
נישט געטראפן קיין אשכול ווי צו פרעגן, אבער איינער ווייסט פון א דיין וואס פסק'נט בדיקות דורך וואטסעפפ?
טאמער ביסטי באקוועם דערמיט, שטעל עס ארויף דא און די חכמי השטיבל וועלן ענטפערן.
🙄

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:06 pm

· #550610
Re: הרחקת הנידה vs טהרת המשפחה
מנחם מנדל #
שמעון וואלף #
מנחם מנדל #
נישט געטראפן קיין אשכול ווי צו פרעגן, אבער איינער ווייסט פון א דיין וואס פסק'נט בדיקות דורך וואטסעפפ?
טאמער ביסטי באקוועם דערמיט, שטעל עס ארויף דא און די חכמי השטיבל וועלן ענטפערן.
🙄
וואס איז דער פראבלעם?

ברוך שפינוזה » דינסטאג פעברואר 20, 2024 6:46 pm

· #550702
Re: הרחקת הנידה vs טהרת המשפחה
מנחם מנדל #
נישט געטראפן קיין אשכול ווי צו פרעגן, אבער איינער ווייסט פון א דיין וואס פסק'נט בדיקות דורך וואטסעפפ?
ס'דא אן עפפ וואס שיקט אויטאמאטיש א בילד צו א רב, איך געדענק נישט ווי ס'הייסט אבער דו דארפסט עס קענען גרינג צו טרעפן.

געטרייע טאטע » פרייטאג פעברואר 23, 2024 8:26 am

· #551045
Re: הרחקת הנידה vs טהרת המשפחה
עס איז דא פרויען וואס ווילן נאר פרעגן שאלות נאר צו פרויען למשל די כלה טיטשער צו קוקן נישט צו דיינים

א אידיש קינד » פרייטאג פעברואר 23, 2024 1:57 pm

· #551068
Re: הרחקת הנידה vs טהרת המשפחה
ברוך שפינוזה #
מנחם מנדל #
נישט געטראפן קיין אשכול ווי צו פרעגן, אבער איינער ווייסט פון א דיין וואס פסק'נט בדיקות דורך וואטסעפפ?
ס'דא אן עפפ וואס שיקט אויטאמאטיש א בילד צו א רב, איך געדענק נישט ווי ס'הייסט אבער דו דארפסט עס קענען גרינג צו טרעפן.
ווייסט איינער די נאמען פון די עפפ?

nespresso » פרייטאג פעברואר 23, 2024 3:52 pm

· #551093
Re: הרחקת הנידה vs טהרת המשפחה
ברוך שפינוזה #
מנחם מנדל #
נישט געטראפן קיין אשכול ווי צו פרעגן, אבער איינער ווייסט פון א דיין וואס פסק'נט בדיקות דורך וואטסעפפ?
ס'דא אן עפפ וואס שיקט אויטאמאטיש א בילד צו א רב, איך געדענק נישט ווי ס'הייסט אבער דו דארפסט עס קענען גרינג צו טרעפן.
איך האב מורא דעס וועט זיין א פראבלעם ווי א בעסערע טעלאפאן קעמרע מיט א בעסערע זום אלטס מער וועט זיין אסור, א אויג קען נישט זען וואס א גוטע קעמרע קען

ברוך שפינוזה » פרייטאג פעברואר 23, 2024 4:08 pm

· #551096
מעגליך אז דאס איז די סיבה פארוואס רבנים שטופן עס 😈 🙂 https://www.5tjt.com/rabbis-urge-women-to-use-tahor-app/

אברהם שנית מן השמים » מיטוואך מערץ 13, 2024 9:07 pm

· #554814
Re: הרחקת הנידה vs טהרת המשפחה
מן התורה אעז נדב בלויז זיבן טעג און נישט צוועלף אדער נאך מער וייל מעדארף נקיים מן התורה אעז נישטא קיין שום הרחקות חוץ ממש…..