☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » קלאץ קשיא?

קלאץ קשיא?

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7434

כוכב » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 10:57 pm

· #230267
קלאץ קשיא?
1) וויפיל לייקס האסטו ווען דו רעכנסט צוזאם אלע דיינע ניקים?

2) וויפיל פון דיינע ניקים ווייסט דיין ווייב?

3) וועלכער ניק מיינט אז ער ווייסט ווער דו ביזט אבער עכט איז עס נישט אזוי?

4) ווען איז די לעצטע מאל האסטוך געקריגט מיט דיין ווייב?

5) האסט ליב סאשי?

6) וועמענס טשאלענט האלטסטו איז בעסער, דיין מאמעס אדער דיין ווייבס?

7) ווען האסטו געהאט די פילינג אז קאמענטארן זענען נישט גענצליך איבריג?

8) וואס איז דיין סאשעל סיקיוריטי נומער?

9) ווי אפט דיליטסטו דיין בראוזינג היסטארי?

10) איז דער קאליר פון זשארזש וואשינגטאנס ווייסע הארסי געווען ווייס?

11)וואס גראמט מיט שווארץ?

12) פארוואס פאלט נישט אראפ אן עראפלאן?

13) פארוואס איז דער וויליאמסבורג בארא פארק באס אלעמאל שפעט?

14) ווי ווייט איז פון קאסוב ביז קיטוב?

15) קענסט מיר בארגן אן אלפ'ל?

אפטעמיסט » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 11:12 pm

· #230275
כוכב
1) וויפיל לייקס האסטו ווען דו רעכנסט צוזאם אלע דיינע ניקים?
צוזאמען מיט מיין כוכב ניק האב איך עטליכע טויזענטע
2) וויפיל פון דיינע ניקים ווייסט דיין ווייב?
איינס. איך קען צוויי פון אירע
3) וועלכער ניק מיינט אז ער ווייסט ווער דו ביזט אבער עכט איז עס נישט אזוי?
@איך אויך
4) ווען איז די לעצטע מאל האסטוך געקריגט מיט דיין ווייב?
ענדערש פרעג ווען די לעצטע מאל כ'האב מיך אויסגעקומען מיט איר
5) האסט ליב סאשי?
נישט די רויע
6) וועמענס טשאלענט האלטסטו איז בעסער, דיין מאמעס אדער דיין ווייבס?
מ'האט דאך געשמועסט אז זי קען מען ניק, קען איך נישט רעדן עכט.
7) ווען האסטו געהאט די פילינג אז קאמענטארן זענען נישט גענצליך איבריג?
ביים לייענען דעם אשכול
8) וואס איז דיין סאשעל סיקיוריטי נומער?
078-67-8907. קענסט עס עניוועי נישט מער אנזעצן.
9) ווי אפט דיליטסטו דיין בראוזינג היסטארי?
איי פלי דע פיפט
10) איז דער קאליר פון זשארזש וואשינגטאנס ווייסע הארסי געווען ווייס?
זיינע זאקן זיכער
11)וואס גראמט מיט שווארץ?
הארץ
12) פארוואס פאלט נישט אראפ אן עראפלאן?
ווייל דער אייבערשטער האלט זיין רעכטע האנט
13) פארוואס איז דער וויליאמסבורג בארא פארק באס אלעמאל שפעט?
ווייל די כינעזע זענען אנטיסעמיטען
14) ווי ווייט איז פון קאסוב ביז קיטוב?
נישט געוואוסט אז ס'איז דא א קאטוב'ע ביהמ"ד אין ב"פ
15) קענסט מיר בארגן אן אלפ'ל?
ניין. כ'האב נישט געמאכט קיין פרוזבול.

כוכב » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 11:42 pm

· #230285
1) 4185

2) 2 פון זיבן (מיין פערטע ניק גראמט מיט טיש)

3) מיין ניק אין מאחורי.

4) היינט נאכמיטאג

5) פוי

6) מיין מאמעס לכאורה, אבער מיין ווייב לייגט בעסערע בקר.

7) ווען כ'האב געליינט אמאל אין אן ארטיקל אז קאמענטארן זענען איבריג.

8) *** ** ****

9) יעדע נאכט

10) פון וואו זאל איך וויסן?

11) אויב זאגט מען עס מיט א קמץ, גראמט עס מיט *ארץ (טאמבל סוס אלערט)

12) ווייל ס'בלייבט אין דער לופטן.

13) ווייל זיי האלטן זיך נישט אין צייט.

14) אזוי ווייט ווי פון קיטוב ביז קאסוב (מ'דארף אדורכגיין א ברונעם).

15) ניין.

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 9:29 am

· #230326
כוכב

12) פארוואס פאלט נישט אראפ אן עראפלאן?

עיין כאן ותמצא נחת
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=20394">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=20394</a>

איך אויך » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 10:21 am

· #230334
שמעקי האסט עובר געווען אויף די תקנות הפורום די אשכול איז נאר פאר קלאץ כאשעס און קלאץ טעריצעם. לאלי גייט דיך שיקן א ווארענונג.

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 10:37 am

· #230339
סארי כאב נישט געכאפט, איך האף אז תשובה וועט העלפן.

דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:34 am

· #231325
איך האב עטליכה שאלות, פאר געוויסע קען דאס אויס זעהן ווי 'קלאץ קשיות', אבער איך ווארט באמת תשובות אויף די קשיות, ווי נעריש אדער קלאציש די קשיות זענען, זענען זיי דאך פארט קשיות וואס ערווארט תירוצים.

1) ווער איז אויף געקומען מיט די עצה פון א 'מקוה קארטל'?

2) ווער האט אויף געבויעט די ערשטע מקוה אין בארא פארק?

3) ווער איז אויפגעקומען מיט דעם טרינק הידוע 'סעלצער'?

4) וועלעכע מלמד איז געוועהן דער ערשטע צו ניצען א STAGE אין זיין כתה?

5) וועלעכע מקוה איז געוועהן די ערשטע צו טיילען די 'קליינע זייפלעך'?

א דאנק.

כוכב » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:38 am

· #231326
ס'הייסט אז קראלער רב פון בארא פארק (א ביזנעסמאן) איז געווען דער ערשטער איינצופירן א מקוה קארטל. דער לאקסמיטה, לעפקאוויטש, דאוונט ביי אים, אזוי איז די זאך צושטאנד געקומען. (דער אפיציעלער תירוץ איז געווען וועגן מושחתים...)

דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:05 am

· #231331
אקעי ייש"כ. פיר מער צו גיין.

בד"וו בערך וועלעכע יאר האט ער דאס געלאזט אינסטולירען?

לית דין בר נש » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:10 am

· #231333
איך ווייס נישט ווער האט געבויט די ערשטע מקוה אבער איך מיין אז די ערשטע מקוה און בארא פארק איז גיוועהן די 46 סטריט מקוה דאס האבן אלע מענער גענוצט.

דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:14 am

· #231334
לית דין בר נש
איך ווייס נישט ווער האט געבויט די ערשטע מקוה אבער איך מיין אז די ערשטע מקוה און בארא פארק איז גיוועהן די 46 סטריט מקוה דאס האבן אלע מענער גענוצט.


דאס זיכער נישט, ווייל 52 מקוה איז געוועהן סאך פריער, יענער מקוה איז שוין געוועהן שנת תש"ז.

לית דין בר נש » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:32 am

· #231337
איך מיין 46 איז נאך גיוועהן פריער
@berlbalaguleh אונז זיכן דיר אונז דארפו דיינע זכרונות פון תש"ה
איך גידענק נישט אזוי גוט איך בין נאך גיוועהן גאנץ אינג דעמאלס

מאטי » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:49 am

· #231339
ווער איז אויפגעקומען מיט די איידיע אז כדי צו באקומען א באטל "מילך" דארף מען דורכגיין א רעזדשיסטער און באצאלן געלט?

לית דין בר נש » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:57 am

· #231343
איך דארף נישט דוירך גיין א רעדזיסטער און צאלן געלט
איך גיי דוירך די רעדזיסטער איך גיב א פאון נאמבער און ער לאזט מיר עס נעמען VIP

ברסלבער » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 12:14 pm

· #231346
איך בין נייגעריג ווער ס'איז אויפגעקומען מיט די איידיע צו אהיימשיקן גראסערי פראדוקטן אין באקסעס, א זאך וואס איז דערווייל נאר דא אין היימישע גראסעריס. א חידוש איז אז אין קאליפארניע, וואו מען האט גע'אסר'ט די פלעסטיג בעגס, האט מען נישט אדאפטירט די באקסעס פאר גרעסערע ארדער'ס, וואס דאס וואלט נישט געשטערט די פלעסטיג מתנגדים.

לית דין בר נש » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 12:18 pm

· #231347
פארוואס איז די שאלה מער אויף א גראסערי ווי אויף amazon b&h wal mart וכו' וכ' יעדע ארדער וואס די באקומסט קומט אין א באקס
אין קאליפארניע איז בכלל דא אזא זאך ווי גראסערי ארדערס אדער מען נעמט עס אליין אהיים?

ונבנתה העיר » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 1:06 pm

· #231367
גאלד
איז עס די זעלבע סייענס אז א מ'קען נישט אטעמען דורך די מויל און די נאז די זעלבע צייט?

וואס פאלט דיר ביי? דו האסט שוין פראבירט צו שנארכן בהקיץ?

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 1:07 pm

· #231368
פשוט ווייל אין שני מלכים משתמשים בכתר אחד, עיי' ערך זאלונים ארונים,
סארי, כ'ווייס דו גיבסט א HOOT, אבער בכדי צו פארענטפערן דיין קשיא וועסטו מיר מוזן מוחל זיין.

גאלד » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 1:29 pm

· #231372
ונבנתה העיר
גאלד
איז עס די זעלבע סייענס אז א מ'קען נישט אטעמען דורך די מויל און די נאז די זעלבע צייט?

וואס פאלט דיר ביי? דו האסט שוין פראבירט צו שנארכן בהקיץ?


ביסטעך יא גערעכט, כאב אזוי עקפערעמענטעט יעצט, האבעך אויך באמערקט אז ווען מ'זינגט אדער מ'רעדט וואס דאס איז זאך זיכער דורך די אטעמען פון מויל, קיינער זינגט נישט אדער רעדט מיט די נאז, עכ"ז קומט ארויס א שטילע ליפטעל פון די נאז לעכער, והא ראי' פרוביר צו פארשטאפן די נאז ביים רעדן אדער זינגען, זעהט אויז עפעס געבט צו די נאז צו די שטימע,

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 3:49 pm

· #231430
דולה ומשקה
אקעי ייש"כ. פיר מער צו גיין.

בד"וו בערך וועלעכע יאר האט ער דאס געלאזט אינסטולירען?

דעיס איז שוין אן עכטע קלאץ קשיא. לכל הדיעות...! 🙄

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 3:57 pm

· #231434
לית דין בר נש
איך מיין 46 איז נאך גיוועהן פריער
@berlbalaguleh אונז זיכן דיר אונז דארפו דיינע זכרונות פון תש"ה
איך גידענק נישט אזוי גוט איך בין נאך גיוועהן גאנץ אינג דעמאלס

אין שנת תש"ה ביניך נאך געוועין אין פריערדיגן גילגול. איך בין געוועין אן אלטער באטשי, וואס האט געוואוינט אויף ליע עוועניו, קארנער היוז סטריעט. איך געדענק ווען די סאטמאר'ער חסידים זענען געקומען. איך האב געהאט א זכיה אז אויף מיין קארנער האט מען פארברענט דעם טמא'נעם 😂 מדינת ישראל פאן.
פרעיגט תוס' א קשיא. אין שנת תש"ה איז דאך נאך נישט געוועין קיין מדינת ישראל?! ענטפערט תוס'. קיין מדינת ישראל איז טאקע נישט געוועין. אבער נטורי חרתא איז שוין יא געוועין. און זיי האבן געוויסט אז ס'גייט זיין א מדינת ישראל...האבן זיי שוין פארברענט די פאן אויף דעים סמך...!

לאליפאפ » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 3:17 pm

· #231715
איך אויך
שמעקי האסט עובר געווען אויף די תקנות הפורום די אשכול איז נאר פאר קלאץ כאשעס און קלאץ טעריצעם. לאלי גייט דיך שיקן א ווארענונג.

נע, דאונט ווארי.. שיקן א אייוועלט לינק איז א approved קלאץ תירוץ!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 6:43 am

· #232124
[ציטאט אראפגענומען]

מיין קלאץ קשיא איז: פארוואס האט דער קעלנער נישט קיין קאפ? וויאזוי קען ער סערווירן? זעהט ער וואו דער טיש איז?
דער תירוץ איז, ער האט א הידדען קעמרע אין די מיטלסטע קנעפל פון זיין העמעד!... 😂

לית דין בר נש » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 10:02 am

· #232143
איך האב א ערנסטע חשש אז ער האט יא א קאפ נאר ער האט עס אפגעשניטן פארן בילד. דאס איז אלץ נאר בדרך אפשר

נאך א פשט » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 11:50 am

· #232166
גאלד

1. פארוואס קען נישט א מענטש טוהן ביידע סארט צרכים די זעלבע צייט, איז עס די זעלבע סייענס אז א מ'קען נישט אטעמען דורך די מויל און די נאז די זעלבע צייט?

2. וויזוי גוגל איך אזא שאלה?


<a class="postlink" href="http://lmgtfy.com/?q=why+can%27t+I+urinate+and+defecate+at+the+same+time">http://lmgtfy.com/?q=why+can%27t+I+urin ... +same+time</a>

קינד_אן_קייט » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 10:19 pm

· #232944
איז בארא פארק יא משוגע אדער נישט?

דער גאנצער ענין איז נישט קלאר, ס׳הערשט א שרעקליכער צומישעניש.

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:10 pm

· #241759
) וויפיל לייקס האסטו ווען דו רעכנסט צוזאם אלע דיינע ניקים?
איך האב צופיל צו ציילען
2) וויפיל פון דיינע ניקים ווייסט דיין ווייב?
זי ווייסט נישט בחייכון וביומכון
3) וועלכער ניק מיינט אז ער ווייסט ווער דו ביזט אבער עכט איז עס נישט אזוי?
עס זענען דא אפאר אבער איך וויל נישט פורס זיין בשמם
4) ווען איז די לעצטע מאל האסטוך געקריגט מיט דיין ווייב?
ווען נישט
5) האסט ליב סאשי?
ניין
6) וועמענס טשאלענט האלטסטו איז בעסער, דיין מאמעס אדער דיין ווייבס?
מיין אייגענס
7) ווען האסטו געהאט די פילינג אז קאמענטארן זענען נישט גענצליך איבריג?
ווען איך ליין דעם וועב סייט
8) וואס איז דיין סאשעל סיקיוריטי נומער?
2 משה רבנו איז געוועהן 1
9) ווי אפט דיליטסטו דיין בראוזינג היסטארי?
קיינמאהל
10) איז דער קאליר פון זשארזש וואשינגטאנס ווייסע הארסי געווען ווייס?
וואס פאלט דיר ביי איך ווייס איש מפי איש אז עס איז געוועהן גרין
11)וואס גראמט מיט שווארץ?
הארץ
12) פארוואס פאלט נישט אראפ אן עראפלאן?
ווייל מיין מאמע האלט צו די שטריק
13) פארוואס איז דער וויליאמסבורג בארא פארק באס אלעמאל שפעט?
ווייל די כינעזער דרייווערס קענען נישט עפענען די אויגען אינגאנצען, זעהען זיי נישט ווי צו גיין
14) ווי ווייט איז פון קאסוב ביז קיטוב?
ווי איז קיטובער בית מדרש?
15) קענסט מיר בארגן אן אלפ'ל?
ביזטו נארמאל?