☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס

ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס

140 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7416
בלאט: 1 2 3

יודישע שרייבער » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 12:05 am

· #303341
מור וקציעה
זעהט אויס ראבינאוויטש האט א גאר טיכטיגע זוהן/ברודער אין ארץ ישראל

עס איז אבסורד און א גרויסע אומרעכט צו נעמען א מעשה עוולה וואס איינער האט געטון און עס ארויפלייגן אויף איינעם וואס האט נאך קיינמאל נישט געטון אזאנס [אדער אויף זיין פאמיליע] בלויז ווייל ער האלט דרשות איבער דעם נושא.
ראבינאוויטש רעדט צו עקסטרעם? קען זיין.
זענען זיינע שאצונגען גערעכט? ניין.
האט ער בכלל געשאצט עפעס פאר ער האט געשאסן זיינע נאמבערס? 99% זיכער אז נישט (אוי, איך זע שוין באלד אויס ווי אים...)

אבער:
האט ער דען אפילו איינמאל אוועק גענומען איינעם'ס סמארט פאון? ניין.
האט ער דען אפילו געהייסן אין זיינע דרשות אז מען זאל טון אזאנס?
האט ער דען אזוי געשריבן אין זיינע קונטרסים?

און אפילו אויב ער וואלט יא געווען א ווילדע חיה, גנב....
וואס זענען זיינע ברידער'ס שולדיג?
וואס זענען זיינע זון שולדיג?
פארוואס ארויפלייגן א נאסע שמאטע אויף א אומשולדיגע משפחה פארן בלויזן 'חטא' אז זיי האבן א קרוב וואס זאגט ברבים וואס ער האלט?
האבן זיי דיר עפעס שלעכטס געטון?
וואלסטו דען באשולדיגט גאנץ משפחת ראזענבערג אלס מנובלים פארן בלויזן חטא אז נחום איז זייער קרוב?
עס איז ממש אבסורד!

מיינע ווערטער זענען נישט אקעגן דיר פערזענליך, עס איז געווענדעט קעגן די ווערטער וואס איך האב געקוואט.

ירא שמים » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 12:18 am

· #303342
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
טעיק איט איזי ער האט נישט ארויסגעלאזט קיין שמועות וכדו׳ עפעס וואס האט א ממשות ער האט געמאכט א וויץ און יעדער פארשטייט דאס און כבין זיכער ראבינאוויטשעס זון הערט עס יעדען טאג , און סמיינט גארנישט מיט נישט , פטפוטי דברים בעלמא.

יודישע שרייבער » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 12:26 am

· #303344
ירא שמים
טעיק איט איזי ער האט נישט ארויסגעלאזט קיין שמועות וכדו׳ עפעס וואס האט א ממשות ער האט געמאכט א וויץ און יעדער פארשטייט דאס און כבין זיכער ראבינאוויטשעס זון הערט עס יעדען טאג , און סמיינט גארנישט מיט נישט , פטפוטי דברים בעלמא.

איך האב אויך פארשטאנען אז עס איז נאר א וויץ, אבער איך האלט נאכאלץ אז עס איז נישט אויסגעהאלטן אזוי צו שרייבן.
בכל אופן וועלקאם איך דיין מיינונג, דאס איז טאקע די געדאנק פון קאווע שטיבל, נישט צו בלייבן פארמאכט אין די אייגענע באקס, נאר צו הערן וויאזוי אנדערע מענטשן קוקן אן א זאך, און פראבירן צו זעען מיט א אמת'ע בליק צו זיי זענען גערעכט אדער נישט.

מור וקציעה » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 1:07 am

· #303347
יודישע שרייבער
מור וקציעה
זעהט אויס ראבינאוויטש האט א גאר טיכטיגע זוהן/ברודער אין ארץ ישראל

עס איז אבסורד און א גרויסע אומרעכט צו נעמען א מעשה עוולה וואס איינער האט געטון און עס ארויפלייגן אויף איינעם וואס האט נאך קיינמאל נישט געטון אזאנס [אדער אויף זיין פאמיליע] בלויז ווייל ער האלט דרשות איבער דעם נושא.
ראבינאוויטש רעדט צו עקסטרעם? קען זיין.
זענען זיינע שאצונגען גערעכט? ניין.
האט ער בכלל געשאצט עפעס פאר ער האט געשאסן זיינע נאמבערס? 99% זיכער אז נישט (אוי, איך זע שוין באלד אויס ווי אים...)

אבער:
האט ער דען אפילו איינמאל אוועק גענומען איינעם'ס סמארט פאון? ניין.
האט ער דען אפילו געהייסן אין זיינע דרשות אז מען זאל טון אזאנס?
האט ער דען אזוי געשריבן אין זיינע קונטרסים?


דרך אגב
בעיני ראיתי וויאזוי הרב ראבינאוויטש איז אריינגעקומען אין גרויסן וויזניצער שול אין קייאמישא/גיבערס ווי א תמימות'דיגער איד'ל וואס האט געדאווענט ותיקין האט געהאט אנגעשטעלט זיין סמארטפאון צי ווייזן די פונקטליכע סעקונדע פונם נץ [כנהוג אצל הרבה, אולי משום ocd]

נו נו נאר דאס האט אים אויסגעפעלט,
ראבינאוויטש גייט צו צי דעם איד און זאגט אים הויך בקול גדול אז וויזניצער רבי האט גאסרט אריינציקומען מיט א סמארטפאון און זיין שול , דער איד וואס איז שטארק נתבייש געווארען האט זיך פארענפערט אז דאס פאון האט נישטאמאל קיין סערוויס ער ניצט עס נאר פאר א ותיקין זייגער, ראבינאוויטש האט זיך נישט געפוילט און תיכף גענומען די פאון אין די האנט אריין [כמובן שלא ברשות] און בודק געווען פאר אפאר לאנגע מינוט צו עס האט סערוויס, דערנאך זאגט ער פאר דעם איד מיט א שטייפער טאן: איך ווייס נישט צו עס האט סערוויס צו נישט אבער א חילול השם איז עס זיכער משום מראית עין

שמעון וואלף » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 10:33 pm

· #307249
קרעדיט: קול ראבינאוויטש
📎 20151101_205123_HDR~2.jpg

קול הלשון » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 12:46 am

· #312220
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
ראבינאוויטש איז געווען פאריגע וואך אין קווינס ישיבה אין מען האט אים ארויסגעשאסן פון דארט מן הסתם וועגן די סטעף האט אינטערנעט

פליקער » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:28 am

· #312236
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
מיין אינערליכע אינפאאמאציע איז אז מען האט אים פשוט ארויסגעטראסקעט ווייל ער מאכט חוזק פונעם רבין, גריידע מאכט ער חוזק ביידע רביס אייניג,

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:54 am

· #312237
דאס עצם ארומפארן אין ישיבות, רעדן צו בחורים אקעגן זייערע עלטערן וואס פארמאגן סמארטפאונס איז לדעתי זייער נישט גערעכט. אבער ראבינאוויטש טוט דאס כסדר. ער גייט פון ישיבה צו ישיבה. אנשטאט סתם מעורר זיין די בחורים דערוועגן, איז ער ביזי צו זאגן זיין דזשאוק "אז דער טאטע איז א סמארטפאון און די מאמע איז סמארטפאון דאן בלייבט דער קינד איין שטיק סמארטפאון"... חחח... סארי אבער ס'איז זייער ראנג אין מיינע אויגן.

הקטן » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 10:06 am

· #312245
ס'איז פיל מער ווואו ראנג
ס'שאט פיל מער, און אידישקייט, וואו די טאטעס סמארטפאן

זאגן פאר א 14 יעריגע בחורל אז א יעדער וואס האט א סמארטפאן טוט דערמיט אפ דאס ערגסטע און באד זיך אין שמיץ קילט אפ אזא בחור פיל מער.
דער גאנצער מהלך פין "אין בית שאין בו מת" איז א חרבן.

פרייוויליג » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 1:11 pm

· #312267
איך מיין אז מיר זאלן אויך סיינען א פעטיציע צו נאסא ארויפצושוקען ראבינאוויטש צו די ספעיס און אים דארט לאזן.

קול הלשון » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 1:25 pm

· #312270
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
א גיטע עצה וויאזוי מאכט מען עס

שטילע אינגערמאן » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:08 pm

· #312279
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
פרייוויליג
איך מיין אז מיר זאל אויך סיינען א פעטיציע צו נאסא ארויפצושוקען ראבינאוויטש צו די ספעיס און אים דארט לאזן.

בשו״א, וואס פארגינסטו נישט אידן צו שמייכלען אינדערפרי פאר א שווערע טאג ארבייט
טאמער ווערט ער נעלם וויל איך א צווייטע קאמעדיען זאל געבן א דרשה יעדער טאג ביי אשרי ובא לציון

שמעקעדיג » פרייטאג פעברואר 5, 2016 1:45 pm

· #320371
דאס האט מיר איינער (הרוצה בעילום שמו) אריינגעשיקט,
איך האב נישט מברר געווען צי דאס איז א ריכטיגער פאשקעוויל אדער סתם א ביטערער וויץ.

.
📎 002.jpg 📎 001.jpg

געוואלדיג » פרייטאג פעברואר 5, 2016 1:48 pm

· #320373
געזעהן צוויי טעג צוריק אויף די גאסן

#טויטמעשיגע

הקטן » פרייטאג פעברואר 5, 2016 2:11 pm

· #320375
שמעקעדיג
דאס האט מיר איינער (הרוצה בעילום שמו) אריינגעשיקט,
איך האב נישט מברר געווען צי דאס איז א ריכטיגער פאשקעוויל אדער סתם א ביטערער וויץ.
.

ליין דאס דארך (זעה דער לעצטער פארעגראף) און זאג מיר אויב דו ווייסט נישט זיכער ווער האט דאס געשריבן.


דאס איז פין אן אנדערע אשכול
אפשר
היינט האב איך געהערט פון ראבינאוויטש אזא גוט ווארט, איך מיין אז אפילו ער אליין האט נישט משיג געווען וואס פאר א גוט ווארט דאס איז.
ער האט געזאגט אז "סמארט פאונס איז אזא שרעקליכע זאך, אזש עס האט אנגעברענגט דעם ראבינאוויטש"



איב האב דאס געזען א וואך ציריק אין בהמ"ד טוילעט, דארט וואו איך טרעף די קארטלעך פין דו קאץ מיט די קעצעלע

ירא שמים » פרייטאג פעברואר 5, 2016 2:36 pm

· #320379
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
לכאורה האט דאס ראבינאוויטש אליין געשריבן.

געוואלדיג » פרייטאג פעברואר 5, 2016 2:52 pm

· #320380
קלאר אזוי.

יהושע חיים » מוצ"ש פעברואר 6, 2016 7:17 pm

· #320400
דאס איז לשונות וואס ער וויל מען זאל ניצן אויף עהם
נו אז קיינער שרייבט נישט דארף ער עס אליין טוהן

לית דין בר נש » זונטאג פעברואר 7, 2016 10:15 am

· #320472
און איך ווי א נער ליין די ערשטע צוויי פארפגראפן און פארשטיי אז מען רעדט פון שלמה יודא רעכניץ וואס האט די זעלבע ראשי תיבות און די לשונות האבן גוט געשטימט ביז די דריטע פאראגראף.

medic » זונטאג פעברואר 7, 2016 1:07 pm

· #320505
איז דא איינער וואס קען אים טרעפן א גוטן דזשאב? למצוה גדולה יחשב. ס'קוקט אויס ווי ס'הייבט אן אריינגיין אין תחום פון שגעון.

דריידל » מיטוואך מערץ 23, 2016 4:42 pm

· #326262
.
📎 CePJraiW8AIzCZ7.jpg

יואב » דאנערשטאג מערץ 24, 2016 1:32 am

· #326279
דריידל
.

נאך א מזל דאס קעפל איז געפינטלט. שוין, האמער נאך א סינאנים צו היטלער'ן.

זבולון » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 11:54 am

· #329144
באקאנט אייך מיט קובי לוי, די ישראלישע גירסא פאר ראבינאוויטש, און זיין עקסטרעמיסטישע ביכל ״דג חי״.

קאצקע ציקער » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 7:25 pm

· #347846
.

כלבאשבוע » זונטאג אקטאבער 2, 2016 2:08 pm

· #351657
א ראבינאוויטש חסיד צושמעטערט אייפאונס אין פראנקרייך

DJ123go » מיטוואך אקטאבער 5, 2016 8:54 am

· #351699
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
איין מינוט די פראבלעם איז אז אין מקווה שמועסט מען פון ראבץעינאוואטש

Sent from my C6743 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 9:47 am

· #355097
דער רבי נעתר לבקשתינו און ער פארט קיין לאנדאן
📎 rabinovitch comes to london.jpg

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 10:41 am

· #355098
איך וואלט געוואלט ליינען די אויבערשטע חלק, האסט נישט א קלארערע בילד דערפון?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 12:29 pm

· #355105
ס'איז גאר וויכטיגע רייד וועגען סמארטפאונס און שומרים קארטלעך.

א. פוסטע לאזונגען פון איכא דרכא אחרינא.

ב. אז דריי נעמלאזע רבנים פון דער ווייטער אמעריקא קוקען און זענען מסכים צו יעדער קארטעל.

ג. אן אנערקענטע מורה הוראה אין לאנדאן האט אויך מסכים געווען

קל וחומר » מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 6:00 pm

· #355129
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
א חבר מיינער זאגט מיר היינט אז נאכן זעהן דעם דעם רע-בינאוויטש מיט זיין מערכה הייבט ער אהן צו פארשטיין פארוואס היטלער האט אזוי פיינט געהאט דעם איד.

בן אדם » מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 7:19 pm

· #355133
אין היטלער'ס צייטן איז נאכנישט געווען קיין סמארטפאונ'ס

שלום על ישראל » מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 7:24 pm

· #355134
בן אדם
אין היטלער'ס צייטן איז נאכנישט געווען קיין סמארטפאונ'ס

איך גלייב באמונה שלימה אז ראבינאוויטש איז געווען צורידערט פאר די סמארטפאון איז געבוירן געווארן.

signout » דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 12:55 pm

· #355198
ווער איז לטהרינו לאנדאן?

דעת הקהל » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 12:02 pm

· #355397
י"ג עיקרים נוסח תשע"ז
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/11104">viewtopic.php?f=4&t=11104</a><!-- l -->

פליקער » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 12:41 pm

· #355400
דם ישראל הנשפך
אקעי די אייפאון האלטער זענען מאסן מערדער, אקעי קען זיין
אבער די קללה פון נקום נקמת דם עבדיך השפוך דאס איז שוין אינטערן פאסיק
נאך איין מזל איך האב א אנדרויד
📎 photo_2016-11-24_12-38-35.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 1:15 pm

· #355406
איך געדענק טאקע אז בעפאר די אייפון עפאכע זענען קיינמאל נישט געשען קיין טראגעדיעס. "אלמנות און יתומים" איז א ניי אויסגעטראפענע, היינטיגע טערמין.

נעגעל וואסער » מיטוואך מערץ 8, 2017 7:02 pm

· #364967
Re: ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס

איש את רעהו » מיטוואך מערץ 8, 2017 7:39 pm

· #364969
זעה מיר שוין ווי די סמארטפאון פירט...
ארויס ווארפן א איד פון הויז איז טאקע אווי יענע שחורים וואס פארשטעלן זיך ווי השומרים קאסטיום.

ליפא » דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 4:29 pm

· #416939
בד''ה

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 25, 2018 6:54 pm

· #417304
איך אויך
עס דרייט זיך א קליפ ווי דער זיסער בערקאוויטש מבודאפעסט שטייט מיטן קוטשמע און פארט גוט אריין פאר דעם ראבינאוויטש. אפשר קען עס איינער אהערברענגן.

גנדי
דא א בילד

למעשה איז ר' שלמה בערקאוויטש ע''ה נעכטן נפטר געווארן און ראבינאוויטש לעבט נאך.
בלאט: 1 2 3