☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אראומע 27# קען מען היינט מקיים זיין מצות תכלת?

אראומע 27# קען מען היינט מקיים זיין מצות תכלת?

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7364
בלאט: 1 2

חלזון » זונטאג אקטאבער 12, 2014 7:00 pm

· #228550
אראומע 27# קען מען היינט מקיים זיין מצות תכלת?
תכלת אינו כשרה אלא מן החלזון, כדי צו קענען יוצא זיין מצות תכלת מוז די פארב קומען פון א חלזון, איז די שאלה וואס איז דאס דער חלזון?

אין חז"ל געפינען מיר פארשידענע סימנים וואס געבן א בילד אויף אויף דעם חלזון. אבער וואס איז דער פשוט'ער פירוש המילות און טייטש פון דעם ווארט 'חלזון'?
רש"י אויף דאס ווארט "חלזוני" (מין חלזון - רש"י) טייטשט, אז דאס איז: לימ"ץ בלע"ז. אזוי טייטשט אויך רבינו גרשום. אויך אויפ'ן לשון קודש'דיגן ווארט "חומט" (איינס פון די שמנה שרצים מן התורה) טרעפן מיר אז רש"י טייטשט אויף 3 פלעצער אז דאס איז 'לימצ"ה'. אזוי שרייבט אויך: דער ראב"ד; סמ"ג; און תוס' רי"ד; אז חומט מיינט "לימצ"ה" (אדער לימצ"א לימצ"ו לימס"א, והיינו הך).
נאך א לשון הקודש'דיג ווארט טרעפט מען וואס רש"י פארטייטשט אויף עטליכע ערטער אלס לימצ"א: דאס איז דאס ווארט "שבלול". אזוי טייטשן אויך דער ב"ח און רד"ק: "לימצ"א" (אדער לימצו"ן; לימס"א).
זעט מען קלאר אז א חלזון היינו לימצ"א, און לימצ"א היינו שבלול.

די גדולי האחרונים, א שטייגער ווי דער מהרי"ל, מהרש"ל און ב"ח, שרייבן אז אין דייטש ווערט א "שבלול" (און "חומט" - מהרש"ל) אנגערופען 'שנעק'!.
דער מהרש"ל שרייבט טאקע קלאר, אז "חומט" און "שבלול" זענען ביידע די זעלבע זאך, און ווערן אנגערופן א שנעק.
דאס זעלבע טרעפט מען קלאר אין אוצר המדרשים (פרק שירה) חומט מה הוא אומר, ברענגט ער דעם פסוק: 'כמו 'שבלול' תמס יהלוך נפל אשת בל חזו שמש'.
ווייטער אין ספר השרשים (לאבן ג'נאח) שטייט אז 'שבלול' איז דאס וואס מען רופט בלשון ערבי 'חלזון'.
אויפ'ן פסוק "שמלתך לא בלתה מעליך" געפינען מיר אין מדרש רבה, אז פונקט ווי דער חלזון ווען עס וואקסט, וואקסט זיין קלייד מיט אים, אזוי אויך די אידן אין מדבר זענען די קליידער מיטגעוואקסן. רש"י אין חומש ברענגט דעם מדרש, און אנשטאט שרייבן חלזון ווי עס שטייט אין מדרש באנוצט זיך רש"י מיט דאס ווארט "חומט".
ווייסן מיר שוין אז שבלול און חומט זענען היינו הך, און ביידע טייטשן שנעק. אויך ווייסן מיר שוין אז שבלול איז א חלזון און חומט איז חלזון, אויך ווייסן מיר אז שנעק איז לימצ"א און לימצא איז חלזון... קומט אויס אז דער פשוט'ער טייטש פון חלזון איז א שנעק!
אויב האט איר ביז היינט געמיינט אז חלזון איז א סארט פיש האט איר געהאט א טעות... חלזון מיינט א שנעק!
אזוי שטייט אויך אין פירוש מהר"י הכהן (איידעם פון מהר"ל מפראג און שווער פון מהר"ם מלובלין) אז "חלזון" איז א "חומט"; אין ספר תבואות הארץ; אין תרגום פון מהר"ז בינגא (א תלמיד פון מהרי"ל) שרייבט ער אז "חלזון התכלת" איז א מין חומט שנעקע; דער יעב"ץ שרייבט אז תכלת קומט פון א חומט יימי; און אין ספר אלמרשד אלכאפי (לרבי תנחום ירושלמי) אז "חלזון" ווערט "אלחלזון" אין לשון ערבי, וואס דאס מיינט א שנעק, און דער דם חלזון וואס מען פארבט מיט דעם תכלת, איז פון א מין חלזון.

*

אין דער גמרא טרעפן מיר אז א חלזון איז אזא סארט באשעפעניש וואס איז ווי א נחש, א שלאנג. קומט אויס קלאר, אז א חלזון איז אזא סארט שנעק וואס מ'רופט היינט אויף ענגליש א SNAIL!
אינטערעסאנט אנצומערקן, אז אין פראצויזיש רופט מען עד היום א snail א לימצו"ן! ווייטער אויף אראמיש, דער שפראך פון דער גמ' וואס ווערט נאך היינט צוטאגס גערעדט אין פארשידענע ערטער אין סיריע, רופט מען א snail נישט מער און נישט ווייניגער נאר חלוזונא!... אויך אין אראביש און אין פערסיש ווערט דאס אנגערופן עד היום מיט די איינע ווארט, חַלזון!

שטעלט זיך יעצט די פראגע, פון וועלכן ווארעם רעדט מען דא? וואס זענען די סימנים פון דעם ספעציפישן חלזון- חומט - שבלול - לימצ"א - שנע"ק, וואס מ'האט טאקע פאקטיש גענוצט פאר תכלת?
זאגט רש"י: "אומר אני, אז דאס איז א מין שרץ וואס מען רופט לימצ"א, און וואקסט אין א קליפה וואס האלט אין איין מיטוואקסן ארום דעם שרץ".
אין אנדערע ווערטער, אז א חלזון איז א ווארעם מיט א SHELL! ס'האט א קליפה ארום זיך וואס האלט אין איין וואקסן. האבן מיר שוין איין סימן וועלכער ווארעם מיר זוכן. אזא סארט ווארעם וואס האט א shell ארום זיך. (רש"י אגב, זאגט טאקע בפירוש, אז דער "חלזון" וואס מ'נוצט פאר מצות תכלת איז א תולעת, א ווארעם!)
דער אויבנדערמאנטער סימן, אז דער ספעציפישער חלזון פאר מצות תכלת האט א shell, טרעפט מען אויך אין ראב"ד , ר"ש און ראבי"ה .
אזוי שרייבט אויך דער רמב"ם, אז דער חלזון איז א באשעפעניש וואס האט א "צדף" דאס הייסט א "SHELL". און אזוי שטייט אויך אין פסיקתא דרב כהנא, אז א "חלזון" האט א "נרתיק", א "האלטער".

*

אין פאקט זענען דא סנעילס סיי אויף דער יבשה און סיי אין ים, אבער דער חלזון פאר דער מצוה פון תכלת רעדט פון א סנעיל וואס לעבט אין ים!
אזוי שטייט קלאר אין יד רמ"ה, אז דאס וואס מען טרעפט אין חז"ל "חלזונות" אויף די בערג, דאס איז נישט דער חלזון התכלת, ווייל די גמרא זאגט אז דער חלזון התכלת געפינט זיך אין ים הגדול "בחלקו של זבולון", און אין ים פון דער שטאט "צור" (לבנון) ביז דער שטאט "חיפה" (א"י).
אזוי שרייבט אויך: דער רמב"ם, אז "חלזון" איז א "בעל חי הימי"; דער יעב"ץ אז דער חלזון איז א "חומט יימי" א "ים סנעיל".
און אזוי שרייבט דער רמב"ם אין משנה תורה בפירוש אז דער חלזון איז דוקא אזא סארט סנעיל וואס איז א דג, א פיש סנעיל וואס לעבט אין וואסער. אויף ענגליש: "SHELLFISH".
(מ'קען נישט זאגן אז דער רמב"ם מיינט צו זאגן, אז חלזון איז א פיש, ווייל די גמ' זאגט דאך קלאר אז חלזון 'דומה' לדג, ס'איז נאר 'ענליך' צו א פיש, דאס מיינט אז עס איז זיכער נישט קיין פיש)...
ווייסן מיר שוין דריי זאכן: דער חלזון איז א ווארעם; ער קומט מיט א האלטער ארום; און געפינט זיך אין וואסער.

קען מען היינט געפינען אזא סארט סנעיל אינעם ים הגדול אדער ים התיכון (MEDITRANIAN SEA), מיט די אלע אויבנדערמאנטע סמנים, און צי קען מען דערמיט פאבריצירן בלוי פארב?
דער ענטפער דערויף איז א קלארן יא! און דער ספעציפישער סנעיל ווערט אנגערופן מיורעקס murex! אבער פאר מיר גייען ווייטער' לאמיר אביסל אויסשמועסן די היסטאריע פון תכלת וואס וועט קלאר צייגן אז מ'רעדט טאקע פון דעם מיורעקס.

*

אין די היסטאריע ביכער פון חכמי אומות העולם וואס האבן געלעבט אנהויב בית שני (אריסטו), און סוף בית שני (פליניוס, און נאך), רעדן זיי קלאר ארום פון תכלת. מ'זעט זיי רעדן ארום באריכות פון געוויסע סנעילס וואס מען מ'פלעגט כאפן ביי די וואסערן אין מיטל מזרח "אין צור און אין חיפה", און דערמיט האט מען געפארבט גאר טייערע קליידער "בגדי מלכות" מיט פארשידענע פארבן. דאס זענען אקוטראט די זעלבע סימנים וואס די גמ' גיט אן אויף תכלת. (די רעפרענצן צו די כתבים פון חכמי אומות העולם טרעפט מען שוין אינעם יעב"ץ וועלכער צייכנט צו צו די היסטארישע שרייבער, אז זיי רעדן פונעם חלזון פון תכלת.)
ווען די חכמים און היסטאריקער פון תקופת חז"ל רעדן פון דעם ספעציפישן סנעיל וואס האט פארמאגט דעם אדער פון וואס מ'פלעגט דערמיט פאבריצירן בלוי פארב, רופן זיי דאס מיט'ן נאמען: "פורפור"א", וואס דאס איז די זעלבע נאמען וואס מ'טרעפט אויף חלזון און תכלת אין די גדולי הפוסקים. (אין ספר שלטי הגיבורים; אין חוות יאיר שטייט קלאר אז תכלת מאכט מען פון דעם דם פון א רמש הים, א געוויסער דג וואס מען רופט "פורפור". ווי אויך אסאך שפעטערדיגע אחרונים שרייבן אז תכלת קומט פון די "פורפו"ר שנעק"ע".)
נאך א קלארע ראי': אין פסוק אין יחזקאל שטייט, אז תכלת קען מען ברענגען פון אן אינזל נעבן "יון", (דער תרגום טייטשט מדינת איטליא, ווי מיר טרעפן אין חז"ל איטליא של יון). עד היום הזה ווערן די אינטרעסאנטע "פארב סנעילס" אנגערופן אין יון - גריכלאנד: "פורפור"א"!
נאך מער איז אינטרעסאנט, אז אין מדרש הגדול שטייט קלאר אויף א בגד מלכות פון תכלת - "פורפירא". און אזוי אויך ברענגט דער ראבי"ה בשם הירושלמי , וואס טייטשט תכלת - "פורפירן".
ווייטער אין תרגום השבעים ווערט געטייטשט כליל תכלת: כולו "פורפורוס". און אין מוסף הערוך (ערך פרפיר"א) שטייט אז "פורפורא" בלשון יווני ורומי מיינט א בגד תכלת. אזוי שרייבט אויך דער אר"י הקדוש, אז א בגד תכלת ווערט אנגערופן "פורפירא" דמלכא.
אזוי אויך טרעפט מען צענדליגער מאל אין מדרשים, אז בגדי מלכות ווערן גערופן מיט'ן נאמען "פורפור"א", און מיר זעען דאך פון מדרש הגדול אז תכלת איז געוועהן א בגד מלכות.
אזוי איז אויך מבואר אין יחזקאל אז "שרים ופחות" האבן אנגעטון בגדי תכלת. דערצו טרעפן מיר אז די שטאט "חיפה" האט מען פארצייטנס גערופן מיטן נאמען "פורפיריון").

*

מיר זעען קלאר אין דער גמרא, אז דורכאויס גאנץ תקופת אמוראים, האט כלל ישראל נאך יא געהאט 'תכלת' אויף צו מקיים זיין מצות ציצית, כאטש ס'איז געווען אויף א באגרעניצטן פארנעם. ערגעץ אינמיטן תקופת הגאונים זעט מען אז עס איז מער נישט געווען צו קריגן קיין תכלת. אין די צייטן פון די ראשונים טרעפן מיר אויך אז זיי האבן מער קיין תכלת נישט געהאט.
אזוי שרייבט טאקע דער רמב"ם: "עס געפינט זיך נישט קיין תכלת אין אונזערע הענט". ולאחריו טרעפן מיר אין חינוך: "שוין אסאך יארן ביי אידן וואס מיר האבן נישט געהערט ווער עס האט זוכה געווען צו תכלת".
מיט אן ערך פון טויזנט דריי הונדערט יאר איז די גאנצע אינדוסטריע פון תכלת אונטערגעגאנגען אין ארץ ישראל. פאסירט האט דאס אין דער צייט ווען די אראבער האבן איבערגענומען דאס הערשאפט אין ארץ ישראל פון דער רוימישער קעניגרייך, בתחי' תקופת הגאונים. אין יענער צייט, האבן די אידן וואס האבן מערסטנסטייל געוואוינט אין בבל און האבן געהאט שייכות מיט א"י פון וואו זיי פלעגן קריגן די תכלת, פארלוירן די הייליגע און טייערע תכלת ווייל די פראדוקציע פאר'ן המון עם האט זיך אויפגעהערט.
אבער די רוימישער מלוכה אליין, האט זיך נאך באנוצט מיט אן ענליכן פארב צו תכלת פאר הונדערטער יארן שפעטער. זיי פלעגן פאנגען געוויסע סנעילס אין אנדערע געגנטער נעבן דעם ים התיכון, און האבן געפארבט דערמיט די בגדי מלוכה מיט אזא מין "רויט פוירפל" קאליר. דאס איז געווען פאררעכנט ווי גאר א חשוב'ער פארב. דאס האט אנגעהאלטן ביז בערך 600 יאר צוריק, ווען די גאנצע רוימישער אימפעריע איז צוזאמגעפאלן.
דורכאויס די הונדערטער יארן וואס אידן האבן נישט געהאט קיין דירעקטע פארבינדונג צו די סנעיל פראדוקציע וואס האט זיך געפינען אונטער דער רוימישער הערשאפט, (און נישט אין ארץ ישראל וואס איז געווען די אריגינעלע פלאץ פון וואו אידן האבן שטענדיג געהאט תכלת) איז נישט געווען קיין מעגליכקייט צו קריגן תכלת פון דער רוימישער מלוכה.
און נאך מער, די רוימישער מלוכה האט ארויסגעגעבן גאר שטרענגע גזירות צו אסר'ן פאר'ן המון עם צו נוצן די דאזיגע סנעילס וואס פאבריצירן סיי פורפע"ל רויט און סיי בלוי. דאס איז געבליבן מיוחד פאר די קעניגן. אזוי ווייט אז עס איז געוועהן אחת דתו להמית!
מען קען נאך היינט ליינען אין זייערע ארכיוון, און די שווערע גזירות זענען געבליבן דאקומענטירט צווישן די געזעצן פון דעם פארצייטישן רוים.
און אזוי שרייבט דער רמב"ן בשעתו: אז עד היום הזה דערוואגט זיך קיינער נישט זיך צו אנצוקליידן מיט א בגד פון תכלת, חוץ דער מלך אליין בכבודו ובעצמו.
בקיצור: דער סנעיל וואס שאפט תכלת איז גע'אסר'ט געווארן דורך דער מלוכה און איז געווארן אויס נחלת הכלל, און די מלוכה אליין פלעגט ווייטער כאפן סנעילס פאר פארב בעיקר פאר פורפל, (זיי האבן נישט געהאט קיין ספעציעל אינטערעסע איו בלויע).

*

די רומישע מלוכה איז שוין צוזאמגעפאלן הונדערטער יארן און ס'איז נישטא קיין גלאטע תירוץ וואס האט גענומען אזוי לאנג צו ווידעראמאל אידענטיפיצירן דעם תכלת. מוז זיין אז מן השמים האט עס געדארפט נגנז ווערן (אזוי טרעפט מען טאקע א לשון אין אין מדרש תנחומא וואס די גאונים ברענגען דאס). פאר יארן לאנג, האבן אלע חכמים, פיזיקער און היסטאריקער, זיך געקענט מוטשען, און עס איז געבליבן באהאלטן, ביז לעצטנס, ווי דער ראדזינער רבי זצ"ל ברענגט א קבלה פונעם הייליגן קאזשניצער מגיד זי"ע, אז תכלת וועט צוריק נתגלה ווערן פאר משיח וועט קומען.
אלזא, פאר בערך 400 יאהר צוריק, ארום 200 יאהר נאכ'ן צוזאמפאל פון דער רוימישער אימפעריע, האבן פארשער פון חכמי האומות געטראפן און פעסטגעשטעלט וואס פאר א סנעילס די רוימישער מלוכה האט פארצייטנס מיט דעם געפארבט "רויט פורפל".
200 יאר שפעטער האט איין פארשער א פארמאסיסט פון וויען מיט'ן נאמען ביזיאו געטראפן 3 מינים פון דער משפחה פון "פורפורא סנעילס" וואס אלע האבן דעם ספעציעלן פארב-אָדער.
ער איז געווען דער ערשטער וואס האט אויספרובירט למעשה צו זען וואס פאר א סארט קאלירן מען קען פארבן מיט זיי. ער האט מחליט געווען אז פון צוויי קומט ארויס א "רויט פורפל" קאליר, און פון די דריטע וואס ווערט גערופן מיורעקס, קומט ארויס אזא מין "בלוי פורפל" וואס מען רופט VIOLET אין ענגליש.
א צווייטער פארשער אין יענער צייט א חיות ספעציעליסט פון פראנקרייך מיט'ן נאמען רוטיערס, האט גע'טענה'ט אז עס איז שקר, נאר פון אלע דריי קומט ארויס דער "רויט פורפל", דער חשוב'ער קאליר וואס פלעגט גענוצט ווערן דורך דער רומישער מלוכה. און אזוי איז געווארן אנגענומען.
שפעטער אבער איז אפירגעקומען קלארע באווייזן אז דער דריטער סנעיל דער מיורעקס, איז אין לויף פון די יארן קלאר גענוצט געווארן צו פאבריצירן א באזונדערן קאליר אנדערש ווי די אנדערע צוויי סנעילס. די ראי' דערצו איז געווען, ווייל מ'האט געטראפן אין דער שטאט 'צידון' וואו מ'פלעגט פאבריצירן תכלת און פארב, גאנצע בערג מיט מיליאנען אויפגעהאקטע סנעילס, און די סנעילס זענען געווען אויפגעמאכט דארט וואו עס געפינט זיך דער אדער מיט פארב; און מען האט געפינען צוויי באזונדערע בערג, איינס פון צוויי מינים, און איינס פון דעם דריטן מין מיורעקס. האט מען זיך קלאר איבערצייגט אז דאס פלעגט מען ניצן פאר א באזונדערער פראדוקציע וואס האט ערצייגן אן אנדערן קאליר.
מ'האט אבער קיין סאך נוצן נישט געהאט פון דעם גאנצן וויכוח, ווייל ווי ערווענט האבן די חכמי האומות נאר געקענט ערצייגן דערפון דעם violet קאליר, און מיר קענען נישט אננעמען אז תכלת איז עפעס אנדערש פון א ריינעם "בלוי", ווי די גמרא זאגט אז תכלת איז דומה לים און צום הימל וואס זענען ביידע בלוי, און ווי אלע ראשונים טייטשן קלאר אז תכלת איז בלוי.
אזוי שרייבט דער תפארת ישראל , אז מיר זענען נישט מקבל דאס וואס די גוים ווילן זאגן אז תכלת איז א "פורפל בלוי", ווייל דאס איז קעגן אונזער מסורה און צוליב דעם איז ער געגאנגען זוכן תכלת אין די טינט פיש.
אביסל פארשריט אין דער נושא האט מען געמאכט פאר אומגעפער 60 יאר צוריק, ווען הרב הערצאג ז"ל, וועלכער איז דאן געווען א רב אין אירלאנד, האט זיך אריינגעלייגט אין דעם ענין ראשו רובו, ער איז געקומען צו דער מסקנא, אז לויט אלע ווארשיינליכקייטן, איז דער מיורעקס די "סנעיל" וואס מען האט מיט דעם געמאכט "תכלת"; אבער למעשה קען מען דאס נישט אננעמען וויבאלד עס גיט נישט ארויס א ריינעם בלויען קאליר. דעריבער מוז מען זאגן א דוחק גדול, אז עס איז געווען אמאל נאך א סנעיל וואס פון דעם איז נישט געבליבן קיין זכר, ניטאמאל ווערט עס דערמאנט אין די היסטאריע ביכער... און מ'טרעפט נישט דערפון קיין שום ארכיאלאגישע געפינסן וואס זאלן צייגן אויף עפעס איבערבלייבענישן פון דעם פארב... און דאס איז געווען דער תכלת...

*

און דאן האט עס פאסירט!
פאר בערך 30 יאהר צוריק האט פאסירט דעם דורכברוך, ווען פארשער אין ארץ ישראל האבן דורך א צופאל אויסגעטראפן, אז אויב לייגט מען דעם "דם חלזון" שטיין אונטער דער זון פאר א קורצער צייט, ווערט דערפון א קלארן בלוי!
אויך איז די כעמיקאל צוזאמשטעל פון דעם קאליר נאכ'ן זיין אונטער דער זון, אויסגעקומען צו זיין גענוי ווי דער כעמיקאל צוזאמשטעל פון "אינדיגו", וועלכע איז א קאליר וואס קומט פון א געוויסן צומח, וואס מען פלעגט זיך באנוצן דערמיט בימי חז"ל. חז"ל רופן דאס אן מיט'ן נאמען "קלא אילן", ווי דער ערוך און נימוקי יוסף און אנדערע ראשונים טייטשן טאקע אז דאס איז אינדק"ו.
דער 'אינדיגו' איז קיינמאל פארגעסן געווארען, און די גוים האבן דאס נאך גענוצט אין גרויסן ביז'ן לעצטן יאר הונדערט ווען סינטעטישע קאלירן זענען ערפינדן געווארן און האבן איבערגענומען די מארקעט (עד היום נוצט מען דאס נאך אין פרימיטיווע צוריקגעשטאנענע פלעצער).
די גמרא ווארנט אן, אז דער באשעפער איז דער איינציגער וואס קען דערקענען דעם חילוק פון תכלת און קלא אילן, און ער וועט באשטראפען איינער וואס וועט אנטוען ציצית פון "קלא אילן".

*

די סוגיא האט געהאלטן ביים געשלאסן ווערן, מיורעקס האט מיט זיך ממש אלע סימנים וואס חז"ל זאגן אויף תכלת:
א. דעם ארט וואו עס געפינט זיך [צור, חיפה און יון].
ב. דעם אופן וויאזוי מען פאנגט דאס [מיט נעצן, מיורעקס ווערט געפאנגען מיט א ספעציעלן גאר אייגנארטיגן מהלך].
ג. וואו דער פארב געפינט זיך [נישט אין דעם דם החיות נאר אין א באזונדערן אָדער];
ד. וויאזוי מען מאכט דעם פארב [מ'דארף עס נעמען דוקא ווען ס'לעבט, מ'דארף עס אויפקאכן מיט סמנים, דערנאך איינטינקען א טראפ צו זען צי דער פארב איז גוט];
ה. עס איז בעסער פון צמחים [ווייל עס האלט זיך גוט, און נישט ווי "קלא אילן"].
ו. דעם באנוץ דערפון אין לויף פון דער היסטאריע [אז די אומות העולם פלעגן דאס נוצן פאר זייערע קליידונג, און דוקא די מלכים, אבער דעם המון עם האט מען גע'אסר'ט פון זיך באניצן דערמיט].
ז. דעם פרייז [גאר טייער].
ח. דעם נאמען [פורפירי"ן].

נאך מער אינטרעסאנט, אז דוקא דער ספעציפישער סנעיל (נישט די אנדערע 2 פון די זעלבע משפחה), האט א צורה פונקט ווי א פיש, ווי רש"י'ס פשט אז די צורה פונעם חלזון איז "דומה לדג", (אנדערש ווי דער רמב"ם וואס לערנט אז עס איז "דומה לדג" מצד דעם וואס עס לעבט אין וואסער). און עס געפינט זיך אין די טיפענישן פון די וואסער, וואו רוב פון זיי זענען (ווייל עס קומט דאך נישט ארויף נאר גאר זעלטן "איינמאל אין זיבעציג יאהר" ווי חז"ל זאגן, און דעריבער דארף מען עס גיין פאנגען ווי חז"ל זאגן), האט עס אויף זיך אזא גרינעם קאליר וואס מאכט עס אויסזען פונקט ווי דער ים, ווי דער גמ' זאגט "גופו דומה לים". (אויך האט דוקא די סנעיל אזעלכע שיינע שורות וואס זעען אויס ווי וואלן פון די "ים").

איין קשי' איז אבער נאך פארבליבן ווייל די גמ' דערמאנט נאר אז מ'קאכט דעם תכלת, און פארוואס זאגט נישט די גמ' אז מ'דארף עס לייגן אונטער דער זון.

דער תירוץ איז ווייל מ'דארף טאקע נישט!... די וואס האבן עס געלייגט אונטער דער זון האבן עס פשוט נישט אויפגעקאכט ווייל היינט מיט די כעמיקאלן קען מען צוגרייטן פארב אפילו בלויז דורך אנווארימען אביסל מער ווי יד סולדת און ס'פעלט נישט אויס עס זאל ממש קאכן. אבער למעשה אויב קאכט מען אויף דעם "תכלת" סנעיל, טוישט זיך דעם קאליר אין איין מינוט צו בלוי!
דער רבי פון ראדזין זצ"ל האט טאקע געטון ווי דער גמ' זאגט, און האט אויפגעקאכט זיין דם. ווי דער גבאי שרייבט האט ער עס אויפגעקאכט "כאש של גיהנום" גאר... שפעטער האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט דורך טעסטס אין א לאבאטאריע, אז צוליב'ן קאכן אויף אזא הייסן גראד איז גארנישט איבערגעבליבן דערינען פון די באשטאנדטייל פון די פיש, און די בלוי פארב איז געקומען פון IRON וואס אויב קאכט מען דאס אויף צו 900 דעגרי, ווערט דאס בלוי...).

לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 12, 2014 8:10 pm

· #228572
נו גיימיר קויפן תכלת? ווי קויפט מען דאס? וויפיל קאסט עס? פארוואס קאסט עס וויפיל עס קאסט? איז דא קאמפעטישין וואס מאכט עס אויך? ווער מאכט זיכער אז עס איז טאקע פון דער חלזון און נישט סתם בלויע פעינט?

חלזון » זונטאג אקטאבער 12, 2014 8:25 pm

· #228573
גראדע אין לעיקוואד איז דא א יונגערמאן וואס דיסטריביוט תכלת פאר 50 דאלער בערך א סעט. איך פערזענליך האב עס געקויפט אין אייכלערס אין בארא פארק פאר 60$ דאלער. די קנופן איז אן עבודה פאר זיך. "הטלית" אויף 17 און 49 קנופט מיט הערליכע חוליות פאר א מינימאלע אפצאל פון 12 דאלער.
דער פראבלעם ווערט אבער וויאזוי צו גיין. רוב לומדים גייען כשי' התוס' ווייל אזוי פסקנט דער מחבר, דאס איז צוויי פעדימער, דערנאך איז דא דער ראב"ד וואס לערנט א גאנצע. חסידים גייען עפ"י רוב בשי' הרמב"ם וואס איז א האלבע, ווייל דער זוהר לערנט א האלבע און אזוי האט מכריע געווען דער ראדזינער (ס'דא נאך סיבות צוגיין א האלבע וכמה תלמידי חכמים שאני מכיר גייען א האלבע פרטים אין אישי). איך גיי א האלבע.
רבי חיים אבערלענדער, א לאנגיעריגער תכלת טראגער טענה'ט אז די ריבוי השיטות איז דער עיקר סיבה פארוואס מענטשן האלטן זיך צוריק צוגיין.
אגב, כמה תלמידי חכמים וואס גייען שוין מיט דער תכלת 9עפ"י רוב בצנעה משום מילתא דתמי' לרבים):
ר' עמרם אויפמאן מו"ץ בהעדה
ר' ישראל בעלסקי, ר"י תורה ודעת (שרייבט א פייערדיגער מכתב הסכמה פאר לבוש הארון)
ר' אלי' בער וואכטפויגל, ר"י סאוט פולסבורג
ר' הערשל שעכטער, ר"י ישיבה רבינו יצחק אלחנן
בן הרב גדלי' נאדעל
און וויענער רב פון וומ'ס
ועוד
קאסובער רבי פון בארא פארק זאגט ער זוכט דעם תירוץ פארוואס ער גייט נישט...

חלזון » זונטאג אקטאבער 12, 2014 8:31 pm

· #228574
אין דעם לעצטן קובץ עץ חיים שע'י באבוב איז דא צוויי הערליכע מאמרים פון צוויי ליטווישע תלמידי חכמים פון לעיקוואד וואו זיי קומען ווידעראמאל צו דער זעלבער מסקנה, אז מיורעקס איז די תכלת פון ימי חז"ל און מאכן צו נישט אלע (עפ"י רוב נארישע, ווי חדש אסור מן התורה, מסורה, וכדו') קשיות.

אחד העם » זונטאג אקטאבער 12, 2014 8:33 pm

· #228575
סאיז דא א גאר שיינע שמועס אויף יו טוב פון הרב צבי שכטר, דארט דערמאנט ער אז זיין רבי האט אים קיינ מאל נישט ריכטיג גענטפערט אויף די פראגע פון די נייע ערפינדען חלזון, כמיין סאיז כדאי דא אהער צו לינקען, איך נאמענעיד אלע מלנקקים דאס מלנקק זיין

חלזון » זונטאג אקטאבער 12, 2014 8:50 pm

· #228578
אט האט איר דעם הערליכן שיעור פון הרב שעכטער

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=d0NBKuuyAlQ">http://www.youtube.com/watch?v=d0NBKuuyAlQ</a>

אחד העם » זונטאג אקטאבער 12, 2014 9:34 pm

· #228594
חלזון
אט האט איר דעם הערליכן שיעור פון הרב שעכטער

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=d0NBKuuyAlQ">http://www.youtube.com/watch?v=d0NBKuuyAlQ</a>

יא דאס האב איך געמיינט,

אחד העם » זונטאג אקטאבער 12, 2014 11:52 pm

· #228640
[ציטאט אראפגענומען]

בנוגע רבי יוסף דוב דארפט איר הערן די לינק פון די שמועס מיט הרב שכטר, הרב סאלאוויטשיק האט קיינמאל נישט געהעריג גענטפערט, סהאט משמע געווען אז ער האט נישט אזוי געהאלטען פון דעם
רבי גדלי איז נישט געגאנגען

אחד העם » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 12:32 am

· #228647
פון חזון איש איז גראדע יא דא

חלזון » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 12:22 pm

· #228717
[ציטאט אראפגענומען]



@אנאנים
דער צוזאמענפאל און שליסונג פון דער רוימישער אימפעריע ווערט באצייכנט פאר עטוואס ווייניגער ווי 600 יאר.
זע וויקיפעדיע

קען מיר איינער זאגן וואס מ'וויל דא פונעם חזון איש ווען די גאנצע אויסטרעף פון דעם מיורעקס תכלת האט זיך אנגעהויבן צענדליגער יארן נאך דער פטירה פונעם חזון איש.

אחד העם » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 12:34 pm

· #228720
חלזון ווייסט טאקע נישט...
סאיז דא צוויי מימרות פון חזון איש ווי ער דריקט זיך אויס וואס דער בעיה פון די ראדזינער תכלת וואס פון דעם קען מען לערנען וואס וואלט יא צופרידעגשטעלט דעם חזון איש כדארף עס אפיר זיכען

חלזון » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 1:15 pm

· #228729
אין מעשה איש איז געדרוקט איין מימרא פון חזון איש, אז ע"כ האבן די גדולי ישראל נישט אנגענומען דעם ראדזינערס תכלת מצד ספק ווייל ווען יא וואלטן זיי געגאנגען דערמיט מכוח ספיקא.
פון דעם ברענגען זיי א ראי', אז די רגע עס קוואליפיצירט אלס עכ"פ ספק תכלת איז דא חיוב צו גיין מדין ספיקא דאורייתא לחומרא, און נישט ווי די וואס זאגן א דער חיוב ביי א ספיקא דאורייתא איז נאר ווען דער ספק איז אינעם "חיוב" ומשא"כ ווען דער ספק איז אויפ'ן עצם קיום המצוה.
אויך הרב שעכטער ברענגט בפירושע ראיות פון שלחן ערוך און ראשונים (געבויעט אויף א ר"ן בדין בין השמשות) אז ס'איז יא דא א חיוב מדין ספיקא דאורייתא.
בכל אופן, דער חזון איש איז א מינימאלער פאקטאר אינעם גאנצן שמועס.

יאיר » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 2:30 pm

· #228747
הערליכע באשרייבונג. עטליכע פראגעס:
1) וואלט געווען שייך צו ברענגען עטליכע מראי מקומות פאר די יסודות'דיגע נקודות וואס דו ברענגסט ארויף?
2) וואס איז דער פשט פון ברענגען ראיות פון ראשונים און אחרונים וואס דער חלזון איז ווען זיי אליין האבן נישט געוואוסט?
3) צו זענען דא עפעס זאכליכע טענות דערקעגן? עפעס זענען געווען מאמרים און גינת ורדים דערוועגן לעצטנס.
4) וואס איז געווען דעם ראדזינער'ס תכלת און פארוואס איז מען אזוי זיכער אז ס'איז נישט יענץ?

אחד העם » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 3:29 pm

· #228762
חלזון
אין מעשה איש איז געדרוקט איין מימרא פון חזון איש, אז ע"כ האבן די גדולי ישראל נישט אנגענומען דעם ראדזינערס תכלת מצד ספק ווייל ווען יא וואלטן זיי געגאנגען דערמיט מכוח ספיקא.
פון דעם ברענגען זיי א ראי', אז די רגע עס קוואליפיצירט אלס עכ"פ ספק תכלת איז דא חיוב צו גיין מדין ספיקא דאורייתא לחומרא, און נישט ווי די וואס זאגן א דער חיוב ביי א ספיקא דאורייתא איז נאר ווען דער ספק איז אינעם "חיוב" ומשא"כ ווען דער ספק איז אויפ'ן עצם קיום המצוה.
אויך הרב שעכטער ברענגט בפירושע ראיות פון שלחן ערוך און ראשונים (געבויעט אויף א ר"ן בדין בין השמשות) אז ס'איז יא דא א חיוב מדין ספיקא דאורייתא.
בכל אופן, דער חזון איש איז א מינימאלער פאקטאר אינעם גאנצן שמועס.

פארשטייט זיך אליינס אז עס איז נישט די מרכז הנושא, כהאב נאר גענטפערט פאר איינעם אז די שטעלונג פון חזון איש קען זיין גענויגט אויף פאזעטיוו.
סאיז גראדע דא נאך א משמעות אז ער האט געהאלטען אז די ראדזינער תכלת גיבט די דם גארנישט צו די צבע עיקר איז די סממנים משא"כ מיורעקס.

חלזון » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 8:51 am

· #228877
@יאיר


1) גיט מיר – אדער סיי ווער עס איז נייגעריג – ביטע אייער אימעיל אדרעס און איך שיק אייך אריין דעם קונטרס "לבוש הארון" – א הערליכע ארבעט אויף דער ענגלישער שפראך וואו איר וועט טרעפן מראה מקומות זיך צו באדן.

2) די ראשונים האבן געהאט ידיעות איבער דעם חלזון, סיי בקבלה, און סיי צוליב וואס עס איז נאך דאן באנוצט געווארן דורך דער מלכות. (דער רמב"ם למשל האט גענומען זיין אינפארמאציע פון די כתבים פון אריסטאו (דער רמב"ם שרייבט ודמו שחור, א זאך וואס ווערט נישט דערמאנט אין דער גמ' נאר אין די כתבים פון אריסטו) דאס מאכט טאקע פראבלעמען ווייל עס ברענגט איבערטייטשן מיספארשטענדענישן ואכמ"ל)

3) טענות דערקעגן זענען דא כחול הים:
די ערשטע טענה איז: ביזט פארריקט גייסט תכלת?! צווייטע טענה: ביזט א ברסלבער? דריטע טענה: דיין טאטע איז געגאנגען תכלת? דערנאך קומען די טענות הלמאי ר' חיים קניבסקי און רב וואזנער גייען נישט מיט די תכלת.
א שטאפל ארויף זענען די טענות פון חדש אסור מן התורה (נעבעך, א סינדראם וואס לויפט שוין הונדערט יאר, דער ראדזינער רבי זי"ע האט זיך נאך געדארפט ספראווען דערמיט) און אז מ'דארף האבן א מסורה, וואס איז שטותים, דער מהרי"ל, רדב"ז און חוות יאיר, ברענגען קלאר ארויף די מעגליכקייט, אז תכלת זאל נתגלה ווערן און מ'זאל עס אנהויבן טראגן, דאס הייסט אפילו מ'האט נישט קיין מסורה.

די מער זאכליכע טענות זענען ווען מ'הויבט זיך אן צו דינגען אויף די סימנים פון חז"ל. ווער עס וויל דוקא קען זיך גוט ארומשפילן דערמיט און טרעפן א תירוץ נישט צו גיין תכלת. נעם למשל דער סימן פון חז"ל אז חזלון איז "עולה אחת לשבעים שנה"; די פשוט'ע מציאות איז געווען, אז חלזון איז געווען א ברייט באנוצטע זאך, סיי פאר אידישע צוועקן און סיי פאר אלגעמיינע געברויכן. מ'טרעפט אין חז"ל אז מ'פלעגט עס גיין פאנגען מיט נעצן און אין מס' שבת איז דא א שאלה אויב מ'איז חייב שבת אלס צידה.
די ראציאנאלסטע און גלאטסטע פשט אין דער גמ' איז, אז חלזון איז געווען זייער א זעלטענע זאך ס'זאל אליין ארויפקומען, עס ליגט אלעמאל ביים בארטן פון ים, ווי דער מציאות איז, און געווענליך האט מען געמוזט דאס גיין פאנגען מיט תחבולות. אזוי לערנט דער רדב"ז, און לייגט צו, אז ווען אידן זענען געווען ראוי, פלעגט געשען א נס און ס'פלעגט ארויפקומען אחת לשבעים שנה.
עס איז אבער זיכער נישט פשט אין דער גמ' אז "נאר" איינמאל אין זיבעציג יאר פלעגט זיין א גרויסער מעמד עליית התכלת און דעמאלט איז עס ארויפגעקומען. עס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל און שטימט נישט סיי היסטאריש און סיי פון דער גמ'.נו, וואס טוט מען מיט איינער וואס האקט אין קאפ אז דער murex איז נישט עולה אחת לשבעים שנה...

וכהנה וכהנה קען מען זיך משוגע מאכן אויף יעדע פון חז"לס סימנים, אבער אז מ'האט דעם גאנצן ארכיאלאגישן און היסטארישן בילד זעט מען ווי אלעס שטימט (למשל, וואס מיינען חז"ל צו זאגן אז עס איז דומה לים? אז איינער זעט דעם מיורעקס במקומו ביים אפגרינד פון ים זעט ער קלאר ווי עס בלענט מוראדיגע אריין אינעם גאנצן ארום אז עס איז כמעט אוממערקבאר, נו וואס טוט מען מיט איינער וואס וויל טענה'ן אז דומה לים מיינט אז דער מיורעקס איז בלוי ווי דער ים...)

4) די טענות אויפ'ן ראדזינער זענען פילפאכיג:
1. איינער פון די שטארקע טענות זענען פונעם בית הלוי, אז די טינט פיש האט מען אלעמאל געהאט און דער ראדזינער האט גארנישט מחדש געווען. עס איז קיינמאל נישט פארשווינדן געווארן, ממילא האבן מיר ווי א מסורה אז דאס איז עס נישט.
2. די בלוט וואו עס ליגט די טינט פונעם "טינט פיש" ליגט אין א דרויסנדיגע נרתיק וואס שלעפט זיך נאך דעם פיש. צי א בולט'דיגע סימן אז עס זאל נישט דערמאנט ווערן אין חז"ל.
3. ווי ערווענט, טינט פיש קען נישט פאבריצירן א בלויען קאליר, און די קאליר קומט פון iron וואס דערגרייכט אן אויסטערלישע היץ. אין פאקט ווערט די גאנצע פיש באשטאנדטייך פארברענט און ס'בלייבט נישט קיין זכר דערפון. די כעמיסטן זאגן אז צו דעם דארף מען נישט קיין טינט פיש, דערפאר קען מען נוצן אויך קארטאפל שאלאכטץ...
4. אפגערעדט אז עס שטימט נישט היסטאריש און ארכיאלאגיש, ווען אלס צייגט אויפ'ן מיורעקס.

חלזון » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 11:22 am

· #228885
דער רדב"ז ח"ב סי' תרפ"ה זאגט קלאר אז חלזון פלעגט מען אפט פאנגען ווי די גמ' אין שבת רעדט פון ציידי חלזון. עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז עולה אחת לשבעים שנה מיינט ליטערלי אז נאר איינמאל אין זיבעציג יאר האט מען געקענט קריגן תכלת ווען יעדע איד האט געהאט תכלת און די גמ' זאגט קלאר אז די מלכות האט זיך באנוצט דערמיט.
דאס וואס רש"י און דער ערוך זאגן איז זייער פשוט, תכלת איז אלעמאל געווען א טייערע קאמאדעטי צוליב וואס עס זיצט ביים אפגרונד פון ים, שווער צו טרעפן און די ספעציעלע תחבולות עס האט זיך געפאדערט דאס צו פאנגען, און טאקע דערפאר האט זיך מיט דעם דער מלכות באנוצט, ווייל עס איז געווען א חשובע און טייערע זאך, אזויווי זיי נוצן גאלד און זילבער וואס זענען קאמאדעטיס שווער צו טרעפן.
שפעטער אבער, אז סאיז געווארן א מאנגל, האט עס די מלכות געאסרט, ווי דער רמב"ן שרייבט קלאר (שמות כח, ב), אלס לעבעדיגער עדות פון זיינער צייט.

(טייערער רבי ריכטיג, מיט'ן פולסטן רעספעקט, אויב האט איר דא אן אגענדע, ביטע זייט מיר מודיע, איר קענט שרייבן וואס איר ווילט אבער איך פערזענליך בין נישט אינטערעסירט אין קיין וויכוחים און איך זיך נישט קיינעם איבערצורעדן. איך האב נישט קיין אינטערעסע אין די גאנצע זאך, איך פארקויף נישט קיין תכלת, און איך שטיי נישט אויס דא צו פארלירן אדער געווינען, איך בין דא בלויז פאר דער וואס איז נייגעריג צו הערן דעם צד פון דער געשיכטע.)

אחד העם » זונטאג אקטאבער 19, 2014 5:18 pm

· #229203
לעיקוואד
נו גיימיר קויפן תכלת? ווי קויפט מען דאס? וויפיל קאסט עס? פארוואס קאסט עס וויפיל עס קאסט? איז דא קאמפעטישין וואס מאכט עס אויך? ווער מאכט זיכער אז עס איז טאקע פון דער חלזון און נישט סתם בלויע פעינט?


נא @חלזוןלאז אונז נישט הענגען, מיט א פלאמעדיג הארץ מקיים זיין א מצווה דאורייתא נאך יארן נישט מקיים זיין..
בד"וו שהחינו דארף מען מאכען?

חלזון » זונטאג אקטאבער 19, 2014 5:56 pm

· #229212
שוין געענטפערט:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/228573">viewtopic.php?p=228573#p228573</a><!-- l -->
ממאכט נישט קיין שהחיינו :
<a class="postlink" href="http://asif.co.il/?wpfb_filepage=alon-shevut-173-61-78-pdf">http://asif.co.il/?wpfb_filepage=alon-s ... -61-78-pdf</a>

אחד העם » זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:00 pm

· #229220
חלזון
שוין געענטפערט:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/228573">viewtopic.php?p=228573#p228573</a><!-- l -->
ממאכט נישט קיין שהחיינו :
<a class="postlink" href="http://asif.co.il/?wpfb_filepage=alon-shevut-173-61-78-pdf">http://asif.co.il/?wpfb_filepage=alon-s ... -61-78-pdf</a>

נישט באמערקט אנטשולדיגט

ברסלבער » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 12:41 pm

· #229340
זייער שיין צוזאמגענומען די נושא. א גרויסן דאנק הרב @חלזון.
איך האב געקויפט דאס יאר אין אומאן א טלית קטן געבינדען מיט תכלת פאר $35, איך בין נייגעריג ווי אזוי עס קען זיין עס איז ממש האלב פרייז פון דאהי. קען זיין אז אין ארץ ישראל איז אויך דאס די פרייז, דארף מען געוואויר ווערן.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 25, 2017 10:37 am

· #376742
לעצטענס האט זיך געמאכט אן אויפוואכונג אין די חסידישע וועלט איבער תכלת, דעריבער עפען איך אויף נאכאמאל דער אשכול.

למעשה קוק איך אן די טענות פון @חלזון אלץ זייער שוואך.

לימו"צ און לימוצ"א דארפען נישט זיין די זעלבע זאך. דער וואס קען אביסל אין שפראך ענינים ווייסט אז ס'איז מסתמא דא עפעס א שייכות צווישען די צוויי, ותו לא.

אז רש"י ברענגט אן אנדערע גירסא פון די מדרש איז א ראיה אז ס'איז דער זעלבע זאך?! וואס עפעס? אויב עפעס איז עס פארקערט!

דער שייכות צווישען א חלזון און א שנעק קומט דורות שפעטער, פון טשיקאווע ספרים וואס זענע נישט געשריבען דורך גדולי דורם און זיי זאגען גארנישט אז ס'איז ביי זיי במסורה. דאס איז גאר א שוואכער ראיה אויף וואס צו בויען.

די אלע שפראך ענינים זענען נישט אין פלאץ. מ'זעט ענליכע ווערטער אין אסאך נושאים און איך האב שוין געהערט ראיות אויף דער שבט און יענער שבט אז זיי זענען פון די עשרת השבטים מיט א מקור פון ווערטער וואס זענען ענליך צו לשוה"ק.

פורפורא איז א ווארט אויף דער פארב purple און ס'דארף נישט האבען קיין שייכות צו די מציאות פון וואס מ'רעדט. אזוי איז עס אין מעדיצין און אנדערע ענינים.

און דער רמב"ם האבען זיי סתם אזוי פארזע'ען, נאכ'ן אראפ ברענגען זיין לשון. ער זאגט קלאר (פרק ב' מהל' ציצין הל"ב) כיצד צובעין תכלת של ציצית לוקחין הצמר ושורין אותו בסיד ואחר כך מכבסין אותו עד שיהיה נקי ומרתיחים אותו באהלא וכיוצא בו כדרך שהצבעין עושין כדי שיקלוט את העין ואחר כך מביאין דם חלזון והוא דג שדומה עינו לעין התכלת ודמו שחור כדיו ובים המלח הוא מצוי ונותנין את הדם ליורה ונותנין עמו סממנין כמו הקמוניא וכיוצא בהן כדרך שהצבעין עושין ומרתיחין אותו ונותנין בו הצמר עד שיעשה כעין רקיע וזו היא התכלת של ציצית:

אלץ וואס ער זאגט שטימט נישט מיט די מיורעקס, פון דעם אז ס'געפונט זיך אין ים המלח (נישט ים התיכון), ביז די סממנין וואס זיי ווייסען נישט וואס זיי זענען. ער רופט עס אן א דג, נישט כמו דג, און ער דערמאנט די שווארצע בלוט, נישט די זייטיגע אדער. בקיצור די איינציגסטע וועג וויאזוי צו פארענטפערען דער רמב"ם איז דןרך זיך בייגען אהין און אהער און זיך דרייען אין א פרעצעל.

דער טענה קעגען דער ראדזינער תכלת אז דער גמרא וואלט אונז געדארפט זאגען דער סימן וואס איז אזוי בולט, איז א וואניזיניגע נערישקייט. ובכללות, אסאך פון די תכלת פראמאטערס רעדען וועגען די גמרא כמאן דלא טעים איניש שמעתתא. די גמרא זוכט נישט אונז מגלה צו זיין וואסס דער חלזון איז. אויף דעם האט מען זיך פארלאזט אויף וואס מ'האט זיך אלץ פארלאזט. מיר האבען נישט קיין חשבון צו סברא ווען איז שבת, דער סיסטעם גייט ווייטער זייט מתן תורה. אזוי איז ביי לולב און אתרוג, חטה ושעורה און נאך זאכען. די דורות גייען ווייטער און מ'געדענקט אלץ. חלזון איז א פלאנטער און מיר האבען נישט דער סיסטעם וויאזוי מ'האט אלע אנדערע זאכען געלערנט. און דעריבער זוכט מען אפיר צו קראצען ראיות פון דא און דארט.


נ.ב. די ווערטער באציען זיך צום פותח האשכול, און זיין ראיות. איך ווייס ס'איז נאך דא א סאך צו רעדען דערוועגען, און א גאנצע וועבסייט איז שוין געווידמעט צו דעם. איך מיין נאר די טענות דא.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יוני 25, 2017 4:47 pm

· #376757
Re: אראומע 27# קען מען היינט מקיים זיין מצות תכלת?
ליטוואק פון בודאפעסט
לעצטענס האט זיך געמאכט אן אויפוואכונג אין די חסידישע וועלט איבער תכלת, דעריבער עפען איך אויף נאכאמאל דער אשכול.

למעשה קוק איך אן די טענות פון @חלזון אלץ זייער שוואך.

לימו"צ און לימוצ"א דארפען נישט זיין די זעלבע זאך. דער וואס קען אביסל אין שפראך ענינים ווייסט אז ס'איז מסתמא דא עפעס א שייכות צווישען די צוויי, ותו לא.

אז רש"י ברענגט אן אנדערע גירסא פון די מדרש איז א ראיה אז ס'איז דער זעלבע זאך?! וואס עפעס? אויב עפעס איז עס פארקערט!

דער שייכות צווישען א חלזון און א שנעק קומט דורות שפעטער, פון טשיקאווע ספרים וואס זענע נישט געשריבען דורך גדולי דורם און זיי זאגען גארנישט אז ס'איז ביי זיי במסורה. דאס איז גאר א שוואכער ראיה אויף וואס צו בויען.

די אלע שפראך ענינים זענען נישט אין פלאץ. מ'זעט ענליכע ווערטער אין אסאך נושאים און איך האב שוין געהערט ראיות אויף דער שבט און יענער שבט אז זיי זענען פון די עשרת השבטים מיט א מקור פון ווערטער וואס זענען ענליך צו לשוה"ק.

פורפורא איז א ווארט אויף דער פארב purple און ס'דארף נישט האבען קיין שייכות צו די מציאות פון וואס מ'רעדט. אזוי איז עס אין מעדיצין און אנדערע ענינים.

און דער רמב"ם האבען זיי סתם אזוי פארזע'ען, נאכ'ן אראפ ברענגען זיין לשון. ער זאגט קלאר (פרק ב' מהל' ציצין הל"ב) כיצד צובעין תכלת של ציצית לוקחין הצמר ושורין אותו בסיד ואחר כך מכבסין אותו עד שיהיה נקי ומרתיחים אותו באהלא וכיוצא בו כדרך שהצבעין עושין כדי שיקלוט את העין ואחר כך מביאין דם חלזון והוא דג שדומה עינו לעין התכלת ודמו שחור כדיו ובים המלח הוא מצוי ונותנין את הדם ליורה ונותנין עמו סממנין כמו הקמוניא וכיוצא בהן כדרך שהצבעין עושין ומרתיחין אותו ונותנין בו הצמר עד שיעשה כעין רקיע וזו היא התכלת של ציצית:

אלץ וואס ער זאגט שטימט נישט מיט די מיורעקס, פון דעם אז ס'געפונט זיך אין ים המלח (נישט ים התיכון), ביז די סממנין וואס זיי ווייסען נישט וואס זיי זענען. ער רופט עס אן א דג, נישט כמו דג, און ער דערמאנט די שווארצע בלוט, נישט די זייטיגע אדער. בקיצור די איינציגסטע וועג וויאזוי צו פארענטפערען דער רמב"ם איז דןרך זיך בייגען אהין און אהער און זיך דרייען אין א פרעצעל.

דער טענה קעגען דער ראדזינער תכלת אז דער גמרא וואלט אונז געדארפט זאגען דער סימן וואס איז אזוי בולט, איז א וואניזיניגע נערישקייט. ובכללות, אסאך פון די תכלת פראמאטערס רעדען וועגען די גמרא כמאן דלא טעים איניש שמעתתא. די גמרא זוכט נישט אונז מגלה צו זיין וואסס דער חלזון איז. אויף דעם האט מען זיך פארלאזט אויף וואס מ'האט זיך אלץ פארלאזט. מיר האבען נישט קיין חשבון צו סברא ווען איז שבת, דער סיסטעם גייט ווייטער זייט מתן תורה. אזוי איז ביי לולב און אתרוג, חטה ושעורה און נאך זאכען. די דורות גייען ווייטער און מ'געדענקט אלץ. חלזון איז א פלאנטער און מיר האבען נישט דער סיסטעם וויאזוי מ'האט אלע אנדערע זאכען געלערנט. און דעריבער זוכט מען אפיר צו קראצען ראיות פון דא און דארט.


נ.ב. די ווערטער באציען זיך צום פותח האשכול, און זיין ראיות. איך ווייס ס'איז נאך דא א סאך צו רעדען דערוועגען, און א גאנצע וועבסייט איז שוין געווידמעט צו דעם. איך מיין נאר די טענות דא.


און דער רמב"ם האבען זיי סתם אזוי פארזע'ען, נאכ'ן אראפ ברענגען זיין לשון. ער זאגט קלאר (פרק ב' מהל' ציצין הל"ב) כיצד צובעין תכלת של ציצית לוקחין הצמר ושורין אותו בסיד ואחר כך מכבסין אותו עד שיהיה נקי ומרתיחים אותו באהלא וכיוצא בו כדרך שהצבעין עושין כדי שיקלוט את העין ואחר כך מביאין דם חלזון והוא דג שדומה עינו לעין התכלת ודמו שחור כדיו ובים המלח הוא מצוי ונותנין את הדם ליורה ונותנין עמו סממנין כמו הקמוניא וכיוצא בהן כדרך שהצבעין עושין ומרתיחין אותו ונותנין בו הצמר עד שיעשה כעין רקיע וזו היא התכלת של ציצית:

אלץ וואס ער זאגט שטימט נישט מיט די מיורעקס, פון דעם אז ס'געפונט זיך אין ים המלח (נישט ים התיכון), ביז די סממנין וואס זיי ווייסען נישט וואס זיי זענען. ער רופט עס אן א דג, נישט כמו דג, און ער דערמאנט די שווארצע בלוט, נישט די זייטיגע אדער. בקיצור די איינציגסטע וועג וויאזוי צו פארענטפערען דער רמב"ם איז דןרך זיך בייגען אהין און אהער און זיך דרייען אין א פרעצעל.

@ליטוואק, כ'פארשטיי נישט די ראי' וואס דו ברענגסט פונעם רמב"ם, דעם רמב"ם מוז מען עניןועי דרייען ווי א פרעצעל, ווייל אין ימ המלח איז קיין פיש נישטא, מ'האט גראדע געטראפן דארט געוויסע לעבעדיגע מייקרובס אבער נישט מער, איז אדער קענסטו עס פארענטפערן אז ס'מיינט זאלץ וואסער ווי למשל ים התיכון לאפוקי ים כנרת למשל.
און פון די אנדערע זייט קען מען אויך צולייגן אז דער רמב"ם האט נישט מיטגעלעבט מיט די היינטיגע מציאות.. און נאך אנדער תירוצים

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 25, 2017 4:49 pm

· #376758
Re: אראומע 27# קען מען היינט מקיים זיין מצות תכלת?
הייסט׳ס דער רמב"ם איז א קשיא? אקעי, אויב אזוי זענען די ראשונים בכלל נישט קיין ראיה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יוני 25, 2017 4:53 pm

· #376759
Re: אראומע 27# קען מען היינט מקיים זיין מצות תכלת?
ליטוואק פון בודאפעסט
הייסט׳ס דער רמב"ם איז א קשיא? אקעי, אויב אזוי זענען די ראשונים בכלל נישט קיין ראיה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

די מציאות זאגט אז ס'איז א ראי'

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 25, 2017 4:58 pm

· #376760
Re: אראומע 27# קען מען היינט מקיים זיין מצות תכלת?
דאס איז גאר אן אנדערען ענין. אונזער פותח האשכול האט דוקא געוואלט ראשונים, און אין דער אריכות אויף אייוועלט און אוצה"ח, עקשנ׳ן זיי נאך מער.

דער מציאות דארף מען אהער ברענגען. איינער האט געטראפען ציצית פון דעמאלס און קלאר באשטעטיגט אז ס׳קומט פון א שנעק, און גאר דער שנעק?

איך האב נישט געליינט פון אזא מציאות. טאמער ס׳איז דא אויפווייזונגען, לאמיר זע׳ען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יוני 25, 2017 5:24 pm

· #376762
Re: אראומע 27# קען מען היינט מקיים זיין מצות תכלת?
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז גאר אן אנדערען ענין. אונזער פותח האשכול האט דוקא געוואלט ראשונים, און אין דער אריכות אויף אייוועלט און אוצה"ח, עקשנ׳ן זיי נאך מער.

דער מציאות דארף מען אהער ברענגען. איינער האט געטראפען ציצית פון דעמאלס און קלאר באשטעטיגט אז ס׳קומט פון א שנעק, און גאר דער שנעק?

איך האב נישט געליינט פון אזא מציאות. טאמער ס׳איז דא אויפווייזונגען, לאמיר זע׳ען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ס'ליגט מיר אין מיין זכרון ערגעץ ווי אז ס'דא ספרים וואס געבן זיך אפ אויפצו ווייז אז די מציאות דערפון שטימט מיט די גמ'. כ'האב עס נישט הענדי יעצט אבער כ'וועל עס פרובירן אפיר צו זוכן

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 25, 2017 5:28 pm

· #376763
Re: אראומע 27# קען מען היינט מקיים זיין מצות תכלת?
דאס יא. אבער ווילאנג מ׳האט נישט געטראפען קיין ראיה אז מ׳האט עס גענוצט פאר ציצית, איז עס נאר א guess נישט קיין באווייז.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יוני 25, 2017 5:54 pm

· #376766
Re: אראומע 27# קען מען היינט מקיים זיין מצות תכלת?
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס יא. אבער ווילאנג מ׳האט נישט געטראפען קיין ראיה אז מ׳האט עס גענוצט פאר ציצית, איז עס נאר א guess נישט קיין באווייז.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

די ראי' איז אז מ'האט עס געניצט פאר ציצית, מ'האט ג'גראבען ארום יענע שטחים וואס מ'האט משער געווען אז לויט אלטע שריפטן צו פון גמ' אדער אנדערע פלעצער געפונט זיך עס דארט, און מ'האט געטראפן דארט געוויסע כלים וואס מ'האט געניצט יענע צייט צו מאכן ציצית אדער אנדערע קליידער וואס האט געדארפט האבן תכלת

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 25, 2017 5:59 pm

· #376767
Re: אראומע 27# קען מען היינט מקיים זיין מצות תכלת?
׳אדער אנדערע קליידער׳
הייסט׳ס מ׳ווייסט נישט וועלכע קליידער האבען עס געהאט? מ׳ווייסט נאר אז מ׳האט עס פאר עפעס גענוצט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יוני 25, 2017 6:04 pm

· #376768
Re: אראומע 27# קען מען היינט מקיים זיין מצות תכלת?
ליטוואק פון בודאפעסט
׳אדער אנדערע קליידער׳
הייסט׳ס מ׳ווייסט נישט וועלכע קליידער האבען עס געהאט? מ׳ווייסט נאר אז מ׳האט עס פאר עפעס גענוצט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ציצית, אנדער קליידער מיין איך למשל די קליידער פון כהן גדול, די מלכים, אידישע און אידישע, ס'געווען א טייערע זאך האט מען דערפון געמאכט פארשידענע מיני קליידער וואס האט ארויס געברענגט א מין אריסאקראטישקייט

תנחום » זונטאג יוני 25, 2017 7:46 pm

· #376770
תכלת דיבעיט און וויליאסבורג
היינט נאכט קומט פאר א דיבעיט בנוגע די נייע תכלת אין כולל רמ"א 45 וויליאמסבורג סט. מיט הרב מרדכי אפל און הרב דוד נח אייזיקאוויטש. 8:00.
דער עולם איז גאר העפליך געלאדענט אנטייל צו נעמען

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 25, 2017 8:50 pm

· #376775
Re: אראומע 27# קען מען היינט מקיים זיין מצות תכלת?
איך פרעג פראסט און פשוט, האט איינער געטראפען אן אלטען בגד מיט פיהר עקען, מיט ציצית פעדעמער אויף די עקען, וואס זענען געפארבט מיט די חלזון פארב? מיר גייט נישט אן קעניגליכע קליידער צו אנדערע ענינים.

ביז דאס איז נישט אויפגעוויזען, ווייסט מען נאר השערות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » מאנטאג יוני 26, 2017 9:33 am

· #376811
וואס איז דיין פוינט?

דער כהן גדול האט זיכער געהאט תכלת בזמן המשנה, עס שטייט נישט צווישען די זאכען וואס פעלען בזמן בית שני.

און די באקאנטע גמרא וועגען דער וואס לייגט קלא אילן און זאגט עס איז תכלת.

בן עקיבא » דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:37 am

· #377185
ליטוואק פון בודאפעסט

ביז דאס איז נישט אויפגעוויזען, ווייסט מען נאר השערות.


איינע פון די קלארסטע באווייז, לעניות דעתי, אז די מיורעקס איז טאקע די ריכטיגע חילזון התכלת איז פון די גמרא אין מנחות מג א (כ'געדענק נישט די קלארסטע וואס די גמרא פרעגט פארדעם, האועווער) אמר להו רב אחאי אלא הא לא תכילתא היא ולא קלא אילן היא? אין אידיש, ס'געווען דארט א שאלה אויף געפארבטע וואל צי עס איז כשר'ע תכלת, און מ'האט עס גע'טעסט, און לויט איין שיטה איז אויסגעקומען אז די וואל איז נישט די כשר'ע תכלת און נישט די קלא אילן, אויף דעם האט רב אחאי געפרעגט "סאו דו ווילסט מיר זאגן אז דאס איז נישט תכלת און נישט קלא אילן?" פשט, ס'קען דאך נישט זיין אז עס איז דא נאך א וועג צו פארבן די קאליר אחוץ די צוויי מעטאדן, און מכוח די קשיא זאגט די גמרא שמע מינה אז יענע שיטה איז אפגעפרעגט.
זעהט מען קלאר אז עס דער תכלת איז א קאליר וואס דאס קען מען מאכן אויף נאר צוויי אופנים, איינס דורך קלא אילן וואס דאס איז אינדיגאו, די צווייטע איז די דורך די חילזון התכלת.
סאו, אויב מיורעקס איז די זעלבע קאליר ווי אינדיגאו, ווי קען זיין עס זאל נישט זיין כשר?
אויף דעם פרעגט מען געווענליך, "אבער אפשר האבן חז"ל טאקע נישט געוואוסט פון די מיורעקס?" אבער דאס שטימט נישט מיט די היסטוריה ווי מ'זעהט אז מ' האט גענוצט דעם מיורעקס אין יענע צייטן (דארט זיך אז @חלזון האט עס שוין אראפגעברענגט)

בלייבט מיר נאר איבער צו וואונדערן אויף רבי @חלזון פארוואס ער האט נישט געברענגט די גמרא

בן עקיבא » דאנערשטאג יוני 29, 2017 5:00 pm

· #377254
לויט מיין אינפורמציה איז נאר דא איין נאטורליכע קאליר, נישט געמישט מיט כעמיקאלן (סממנים) וואס טוישן די קאליר.
אדרבה, אפשר זאגט איר מיר וויאזוי מען קען ארויסנעמען אן אנדערע קאליר דער פון, אדער עטליעסט וואסערע קאליר דו רעדסט פון

קל וחומר » דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:27 pm

· #377290
Re: אראומע 27# קען מען היינט מקיים זיין מצות תכלת?
פון דעם פורפרא מאכט מען פורפעל.
מ'האט היינט אויסגעטראפן א וועג צו מאכן דערפון דורך די זון, בלוי. מהיכי תיתי אז דאס האט מען שוין געוואוסט בימי חז"ל?
בפשטות האט מען דאס גענוצט פאר ארגמן.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 30, 2017 10:36 am

· #377329
פארוואס קען מען אננעמען אז 'אינדיגו' מיינט נאר איין זאך, און חלזון קען אלצדינג מיינען? אפשר פארקערט? אפשר איז נאר דא איין תכלת, און מערערער קלא אילן'ס, און די בדיקות פון דער גמרא גילט דוקא אויף תכלת און נישט די אנדערע.

ס'איז לעצטענס ארויס א קונטרס אין לעיקוואוד מיט'ן נאמען 'כולו הפך לבן', מיט שטארקע טענות קעגען די מיורעקס. איך געדענק יעצט אויפ'ן פלאץ איין טשיקאווע זאך (נישט קיין ראיה, אבער פארט אינטרעסאנט), אז רש"י אין פארשידענע פלעצער זאגט אנדערע זאכען לגבי דער חלזון, און צו באמערקען איז אז ווען מ'רעדט פון תכלת פון ציצית, רופט ער עס אן א 'תולעת', א ווערים נישט קיין שנעק. נישט קיין ראיה, אבער פארט מערקבאר.

איך האב געהערט אז א געוויסע יונגערמאן האט זיך געזעצט דורכלערנען דער קונטרס אין ביהמ"ד, און גלייך דערנאך איז ער ארויס אין דערויסען און אויסגעטוהן דער טלית קטן זיינער מיט תכלת. מער פרטים ווייס איך נישט.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 30, 2017 10:58 am

· #377331
לכאורה פון די לשון פון דער ראב"ד אין הקדמה לספר יצירה ווייזט אויס אז דער חלזון איז אזא amoeba וואס איז צוגעקלעבט צום קרקעית הים, נישט א שנעק וואס קען זיך ארום דרייען, נאר זייער שטאטלעך.

בן עקיבא » פרייטאג יולי 7, 2017 7:00 pm

· #378288
[ציטאט אראפגענומען]


גערעכט, די ראיה וואס איך האב געברענגט אויבן איז פעלערהאפטיג מחמת השכחה, איך גיי פרובירן עס צו איבערשרייבן כראוי האפענטליך נאך דעם מוצ"ש.
שבת שלום.

בן עקיבא » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 12:22 pm

· #390259
ראיה נוספת שלא היה חלזון פסול בזמן חז"ל, מן הגמרא (מנחות מג.) שהגמ' שם בגלל חשש זיוף של תכלת ע"י קלא אילן, נותנת שני אפשרויות לבדוק זה ע"י העברת חומרים על הצמר הצבוע, וע"י השפעה של הבדיקה יש להוכיח אם זה תכלת או קלא אילן, והגמרא נותנת שתי סוגי בדיקות, וקרה מעשה שהביאו תכלת, ולא הסתפקו באחד משני הבדיקות אלא עשו את שתי הבדיקות, ולפלא מצאו סתירה ביניהם, שלפי בדיקה אחת זה קלא אילן ולפי הבדיקה השניה זה תכלת, ובגלל זה רצו לפסול התכלת מחמת הסתירה. ואז הגיע רב אחאי (סוף תקופת האמוראים, תחילת סבוראים) ואמר, לא יתכן דבר כזה, הרי א"כ זה לא קלא אילן ולא תכלת, וא"כ מה זה, ובגלל זה הכריח, ששני הבדיקות אלו הולכים ביחד, שרק אם ע"פ שני בדיקות הוכרע שזה קלא אילן, אז פסול, אבל אם ע"י בדיקה אחת הוכח שזה תכלת, אף שע"י בדיקה השניה זה קלא אילן, אנו מניחים שזה תכלת. ועכשיו החשבון פשוט , אילו היה באותו תקופה מין שלישי של חלזון פסול, שהוא לא תכלת הכשר ולא קלא אילן אלא חלזון פסול, מה תמה רב אחאי, הרי אולי זה מין חלזון הפסול, אלא ודאי, שאין דבר כזה חלזון פסול שאפשר להפיק ממנו תכלת, אלא יש רק שני דברים, או תכלת מחלזון כשר או קלא אילן שהוא פסול. ואם יש לנו מידע שזה לא קלא אילן, זה ממילא כשר. עכ"ל.

אישתישבי » פרייטאג יוני 4, 2021 12:10 pm

· #474709
.
📎 IMG-20210604-WA0000.jpg

תוהו ובוהו » זונטאג יוני 6, 2021 9:14 pm

· #474877
Re: אראומע 27# קען מען היינט מקיים זיין מצות תכלת?
[ציטאט אראפגענומען]
וויענער רב גייט תכלת?! ברבים זיכער נישט

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » זונטאג יוני 6, 2021 9:34 pm

· #474880
קענסט מיר אויך צולייגן צום ליסטע, אין די אינגע יארן פלעג איך אויך גיין תכלת. למעשה האב איך אויסגעטוהן די תכלת ווייל ס'שטייט אין פסוק "ועשו להם ציצית על כנפי בגדיהם לדורותם, ונתנו על ציצית הכנף פתיל תכלת" האב איך גע'דרש'נט אז נאר די פעדימער גייען אן "לדורותם" - אין אלא דורות, אבער תכלת איז נאר געווען פאר יענע דור (ועיין תענית ל:)

עובדיה » מאנטאג יוני 7, 2021 11:37 am

· #474925
דער אור החיים הק' שרייבט שוין דעי דרש "ואמר לדורותם קודם זכרון התכלת, לומר שהלבן לדורותם, אבל תכלת כשאינו בנמצא אין חיוב בו".

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג יוני 7, 2021 9:06 pm

· #474989
Re: אראומע 27# קען מען היינט מקיים זיין מצות תכלת?
עובדיה
דער אור החיים הק' שרייבט שוין דעי דרש "ואמר לדורותם קודם זכרון התכלת, לומר שהלבן לדורותם, אבל תכלת כשאינו בנמצא אין חיוב בו".
אבער ווען ס'יא דא צו באקומען דאן איז יא דא א מצוה!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

איזי גאו אינג » מאנטאג יוני 7, 2021 11:25 pm

· #475009
תוהו ובוהו
[ציטאט אראפגענומען]
וויענער רב גייט תכלת?! ברבים זיכער נישט

Sent from my KFDOWI using Tapatalk





איך ווייס נישט צו דאס הייסט ברבים, אבער איך פלעג איהם זעהן אין מקוה כסדר און זיין טלית קטן האט געהאט תכלת

אינטערסאנטער » מאנטאג יוני 7, 2021 11:28 pm

· #475012
איזי גאו אינג
תוהו ובוהו
[ציטאט אראפגענומען]
וויענער רב גייט תכלת?! ברבים זיכער נישט

Sent from my KFDOWI using Tapatalk





איך ווייס נישט צו דאס הייסט ברבים, אבער איך פלעג איהם זעהן אין מקוה כסדר און זיין טלית קטן האט געהאט תכלת


איך האב אויך געהערט פון ווינע תלמידים אז דער ווינער רב גייט מיט תכלת, אבער ער הייסט אז די תלמידים זיינע זאלן נישט אנטוהן. פארוואס ווייס איך נישט.

תוהו ובוהו » מאנטאג יוני 7, 2021 11:39 pm

· #475019
Re: אראומע 27# קען מען היינט מקיים זיין מצות תכלת?
איזי גאו אינג

איך ווייס נישט צו דאס הייסט ברבים, אבער איך פלעג איהם זעהן אין מקוה כסדר און זיין טלית קטן האט געהאט תכלת

כ'הער.

אין מקוה איז די עשה פון ''וראיתם אותו'' דוחה די ל''ת פון ''ולא יבואו לראות כבלע את הקודש''

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 8, 2021 10:32 am

· #475045
איזי גאו אינג
תוהו ובוהו
[ציטאט אראפגענומען]
וויענער רב גייט תכלת?! ברבים זיכער נישט

Sent from my KFDOWI using Tapatalk





איך ווייס נישט צו דאס הייסט ברבים, אבער איך פלעג איהם זעהן אין מקוה כסדר און זיין טלית קטן האט געהאט תכלת

איזי גאו יונג: ס'הייסט. ווען ער גייט אין מקוה טוט ער נישט אן זיין (ברייטן, וואלענעם) טלית קטן...?! אין מקוה הייסט אויך ברבים...!

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 8, 2021 10:43 am

· #475049
לפענ"ד: קענמען היינטיגע צייטן נישט מקיים זיי מצות תכלת כהילכתו...!

נאך אלע חשבונות, רעכענונגען און פשט'לעך איז די תכלת פונ'ם ראדזימינער און וואס ברסלב טראגט היינט נישט די ריכטיגע תכלת. כבודו במקומו מונח פונ'ם ראדזימינער. אבער ער האט נישט אנגעטראפן די ריכטיגע תכלת.

די ערשטע קשיא איז. די גמ' זאגט דאך אז תכלת איז דומה לרקיע. דער הימל אין זיין נאטורליכער פארם. (רוב צייט פון טאג). איז נישט טונקל בלוי (קרוב צו שווארץ.). נאר העל בלוי. און דאס איז אויך א סאך שענער ווי די נעיווי בלוי וואס רעפרעזענטירט די ראדזימינער און ברסלב'ער..."תכלת"...!

ממילא. אויב מ'האט נישט די ריכטיגע תכלת קענמען שוין אריין לייגן אנדערע (שיינע) קאלירן אויך. איך וואלט אריינגעלייגט אראענדזש און פינק. ליים גרין אויך. און אפילו פוירפל.

ס'איז מיר טאקע א חידוש פארוואס די געשליפענע סוחרים זענען נאכנישט אויפגעקומען מיט א מולטי-קאלאר'ד ציצית. ס'אסאך שענער ווי די בלעק ענד ווהייט.

זיי וואלטן געטראפן רבנים המכשירים אויך. פאר די ריכטיגע פרייז...!
בלאט: 1 2