Re: אראומע 27# קען מען היינט מקיים זיין מצות תכלת?
berlbalagulehאפגעוואנדן!!לפענ"ד: קענמען היינטיגע צייטן ניש מקיים זיי מצות תכלת כהילכתו...!
נאך אלע חשבונות, רעכענונגען און פשט'לעך איז די תכלת פונ'ם ראדזימינער און וואס ברסלב טראגט היינט נישט די ריכטיגע תכלת. כבודו במקומו מונח פונ'ם ראדזימינער. אבער ער האט נישט אנגעטראפן די ריכטיגע תכלת.
די ערשטע קשיא איז. די גמ' זאגט דאך אז תכלת איז דומה לרקיע. דער הימל אין זיין נאטורליכער פארם. (רוב צייט פון טאג). איז נישט טונקל בלוי (קרוב צו שווארץ.). נאר העל בלוי. און דאס איז אויך א סאך שענער ווי די נעיווי בלוי וואס רעפרעזענטירט די ראדזימינער און ברסלב'ער..."תכלת"...!
ממילא. אויב מ'האט נישט די ריכטיגע תכלת קענמען שוין אריין לייגן אנדערע (שיינע) קאלירן אויך. איך וואלט אריינגעלייגט אראענדזש און פינק. ליים גרין אויך. און אפילו פוירפל.
ס'איז מיר טאקע א חידוש פארוואס די געשליפענע סוחרים זענען נאכנישט אויפגעקומען מיט א מולטי-קאלאר'ד ציצית. ס'אסאך שענער ווי די בלעק ענד ווהייט.
זיי וואלטן געטראפן רבנים המכשירים אויך. פאר די ריכטיגע פרייז...!
אשאד אז הרב הערצוג לעבט שוין נישט. הרב הערצוג זצ"ל האט מחבר געווען א דיקן ספר מיט א ברייטן ביאור אינעם מחקר התכלת, און ווען ער האט ווען דעם זכי' צו האבן דא א ניק אויף ק"ש וואלט ער ווען נישט געברויכט אויסגעבן אזויפיל צייט און ענערגיע אויף דעם ענין פון תכלת.
אויך אשאד אז הרב בעלסקי זצ"ל וואס אויך געגאנגן אנגעקליידט מיט תכלת (נישט די ראדזינער) האט זיך נישט געקענט פערזענליך מיט ר' בערל בעל עגלה, ווען הרב בעלזקי וואלט ווען געהאט די זכי' זיך צו קענען מיט ר' בערל'ן וואלט ער עם ווען געקענט אנווייזן די גמ' און הרב בעלסקי וואלט תיכף ומיד אויסגעטוהן די תכלת.
Sent from my SM-G991U using Tapatalk