סוכות אראומע בלעטער, דאונלאוד לינק צוגעלייגט. (+חלק ב')
53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7340
סוכות אראומע בלעטער, דאונלאוד לינק צוגעלייגט. (+חלק ב')
ס'הייסט אז די אראומע מאגאזין (אדער PDF ווי טייל רופן עס) וועט ערשיינען בקרוב. די ארויסגעבער האלטן אויף א פילע שטאב פון 10 פינגערס אז ס'זאל נאך קענען ארויסקומען צווישן היינט און מארגן.
לויט ווי אינסיידערס געבן איבער איז די דעקל שוין געווארן געליקט אויפן ברייטן געוועב, אפשר קען עס איינער ארויפלייגן.
מאנכע זאגן אז נאר די ערשטע ערשיינונג וועט זיין בחינם. דערנאך וועט שוין קאסטען געלט, א קלאפ פאר די נייע
טריביוןיעצט באקומען אויף בליץ פאסט...
אויף טוויטער שמועסט מען אז די דעקל איז טאקע נישט קאנטערווירשעל, אבער אינעווייניג יא.
איך לויף שוין ארויס קויפן א קאלער"ד פרינטע"ר
איך זעה שוין אז עס וועט זיין אינו דומה ווי מיין שווארץ אין ווייס פרינטע"ר
ווער פארקויפט פאר ביליג? דודי"ס האט א ויהי בחצי הלילה סעי"ל לכבוד די בלעטער?
א ספעציעלע ביילאגע איבער די גרעיט דיפרעשאן וועט זיין מיט'ן מאגאזין. אלעס פאר די זעלבע ביליגע פרייז.
פארוואס אן ענגלישער נאמען פאר א אידישן מאגאזין? די ואו אין אראומע קומט זיכער נישט אין אידיש, אפי' אויב מען וויל אידישיזירן דעם ווארט.
די PDF איז גרייט, איך ווארט אין טשעט פאר אונזער מייסטער עדיטער פישעלע, זאל מיר זאגן ווי אזוי מען share'ט עס מיט'ן עולם.
רויטע וואנצעסדי PDF איז גרייט, איך ווארט אין טשעט פאר אונזער מייסטער עדיטער פישעלע, זאל מיר זאגן ווי אזוי מען share'ט עס מיט'ן עולם.
@רויטע וואנצעסניץ
copy.com מ'ברויך נישט אריינסיינען, זייער גרינג צו ניצען
לית דין בר נשאיך לויף שוין ארויס קויפן א קאלער"ד פרינטע"ר
איך זעה שוין אז עס וועט זיין אינו דומה ווי מיין שווארץ אין ווייס פרינטע"ר
ווער פארקויפט פאר ביליג? דודי"ס האט א ויהי בחצי הלילה סעי"ל לכבוד די בלעטער?
נאדער....
@DansDeals: Canon S110, Canon PRO-100 Printer, Photo Paper, And 16GB SD Card For $185 Shipped After $350 Rebate From Ritz Camera <a class="postlink" href="http://t.co/FLiXFYBi9d/s/F6wK">http://t.co/FLiXFYBi9d/s/F6wK</a>
איך האב אביסל שוועריקייטן מיט copy.
דא איז א לינק, מ'קען עס זעהן?
<a class="postlink" href="https://www.copy.com/browse/a:aab4cea;z:copy;b:myfiles/%D7%A1%D7%95%D7%9B%D7%95%D7%AA%20%D7%90%D7%A8%D7%90%D7%95%D7%9E%D7%A2%20%D7%91%D7%9C%D7%A2%D7%98%D7%A2%D7%A8.pdf">https://www.copy.com/browse/a:aab4cea;z ... %D7%A8.pdf</a>
[ציטאט אראפגענומען]
דאס ארבייט יא?
<a class="postlink" href="https://copy.com/O27CsroVbM3uXlz9">https://copy.com/O27CsroVbM3uXlz9</a>
@אנאנים
רויטע וואנצעס[ציטאט אראפגענומען]
דאס ארבייט יא?
<a class="postlink" href="https://copy.com/O27CsroVbM3uXlz9">https://copy.com/O27CsroVbM3uXlz9</a>
@אנאנים
דא איז נאר דא די ביילאגע פון אנאנים.
הייסט דו קענסט עס זעהן? גוט. איך לייג אלעס ארויף.
סוכות אראומע בלעטער PDF לינקס!ברוב שבח והודאה לה' און צו חברים יקרים, לייג איך ארויף די לינק צו די PDF'ס. ס'איז געווען א אומגלויבליכע צוויי טעג זינט כוכב האט פראקלעמירט די געוואלדיגע סוקסעספול "אראומע שרייב קאמפיין". א ספעציעלן יישר כח פאר כוכב, און פאר די גאון עדיטאר, פישל'ע העררינג פאר זייער איבערגעגעבענע הילף.
א פרייליכען יום טוב.
סוכות אראומע בלעטערסוכות אראומע בלעטער סופלעמענטאפאר ארטיקלען זענען ממש יעצט אריינגעקומען, איך האף עס צוצולייגן ווען איך האב אפאר מינוט.
א מייסטערווערק, וואנצעס!
יעצט פארשטיי איך שוין וואס פישעלע האט געמיינט ווען ער האט געזאגט אז ער האט אויפגענומען אן ארבעטער!
הערליכע ארבעט, וואנצעס! אין איין טאג נאכדערצו. עמעיזינג איז נישט די ווארט!
נאך נישט אנגעיאגט כמעט צו ליינען קיין איינע. צווישן די געלויפערייען פונעם ערב יוט גערויש און דאס נאכזוכן בערל'ס מעשהל'ך, איז נישט אויסגעקומען. מ'וועט אלעס ליינען און יעדן אפגעבן כבוד הראוי
בקשה צו גבאים החודשיים: ביטע פין ארויף דעם אשכול כדי עס זאל נישט פארווארפן ווערן לשאול תחתיה ביז נאך יום טוב. יישר!
גבאים קענען נישט פינען. רעד צו די מנהלים.
וועלכע ארומע נוממער איז נעקסט? ווי האלט עס ?
יישר כח פאר @אנאנים פארן פינען די אשכול.
אי"ה ביי זונטאג חול המועד, וועלן די נייע ארטיקלען ווערן צוגעלייגט.
כארומא חמה על נפש עייפה איז מיר געקומען דער ווארימע ארומע בלעטער,
א געוואלדיגע ארבעט נאכדערצו און איין טאג, דאס איז ממש דו כוונה פון בר בי רב דחד יומא, הגהות דחד יומא,
קאווע ה' יחליף כח, זאל געבן פאר דו מנהלים גבאים ניקס כל אחד בשמו הטוב יבורך אסאך כח און געזונט ווייטער אנצוגיין מיט דו עבודת הקודש.
גרויסע שכויח כוכב העולה ומזהיר בשמי רקיע פארן לייגען דרוק און פרעשור. און עס מאכען צו שטאנד קומען
אה, הייסט פרעשור איז יא א גוטע זאך? דעמאלטס וואס האקסטו אויפ'ן סיסטעם?
א פרייליכען יו"ט ווינטשט סאו וואט
so what?
זייער שיין. ס׳וואלט כדי געווען צו מאכן א מינעמאלע פי די עף פאר די וואס ווילן עס פרינטן פון א שווארצע-ווייסע פרינטער
גדעוןזייער שיין. ס׳וואלט כדי געווען צו מאכן א מינעמאלע פי די עף פאר די וואס ווילן עס פרינטן פון א שווארצע-ווייסע פרינטער
אשתדל צו מאכן א b/w
רויטע וואנצעסגדעוןזייער שיין. ס׳וואלט כדי געווען צו מאכן א מינעמאלע פי די עף פאר די וואס ווילן עס פרינטן פון א שווארצע-ווייסע פרינטער
אשתדל צו מאכן א b/w
פעלט נישט אויס איך האב עס ארויסגעפרינט פון א בלעק ענד ווייט און סאיז שיין קלאר.
לייג ביטע בלאט נומערן שכויעח.
אקעי.
@גדעון קענסט ארויספרינטן א פראפעשענעל BW. קודם פרינט עס אלץ א PDF ווי ס'איז דא א אפציע עס צו פרינטן אויף BW, און פון דארט פרינט עס ארויס געהעריג.
ארויסגעפרינט אויף יום טוב. שכויעח פאר'ן צושטעלן קאווע שטיבל אויף שבת ויום טוב אויך.. לקיים מה שנאמר לא ימוש קאווע הזה מפיך. א גוט יום טוב.
זייער שיין אז די ווינטש אונז גוט יו"ט, מיר זענען אבער נישט מוותר אויף דיין אראומע שטיקעל/פילסאפיזע פאנאל.
קום אריבער קיין לעיקוואד מ'עט עס מאכען לייו..
@כוכב די האסט מיר גישטערט מיין גאנצע שמחת יו"ט
איך בין פון צוויי טעג פאר יו"ט גיזעצן רוב טאג אויפן כלי ווייל עס האט געהאלטן אין איין אריינפליסען פרישע אראומע'ס מיט שיינע תגובות וכו'
עכ"פ to make a long story short מיין נוי סוכה האב איך נישט גיענדיגט הענגן איך האב נאר געהאנגען אפאר זאכן אויפן וואנט די דאך איז ליידיג! מיין ד' מינים האב איך הערשט געבינדען נאכ'ן סעודה ביינאכט!
מיין ווייב בלאזט אויף מיר אויף א שרעקליכע פארנעם אז איך האב נישט געטוהן פאר יו"ט all my duties קוים וואס זי האט מיר סערווירט די סעודות
עס גייט מיר קאסטן אפאר טאלער דער חול המועד אדער ביי א טעראפיסט אדער א שיינע מתנה אז מיין שלום בית זאל זיך אביסל צריק שטעלן!!!
נעקסט טיים פליז מאך די סאמעטוכע א וואך פאר יו"ט.
טענ"ק י"ו
קי"פ א"פ יו"ר גו"ד ווער"ק
שיין! אז דו קוקסט אריין אין דיין סידור ביים דאווענען...
רויטע וואנצעסאקעי.
@גדעון קענסט ארויספרינטן א פראפעשענעל BW. קודם פרינט עס אלץ א PDF ווי ס'איז דא א אפציע עס צו פרינטן אויף BW, און פון דארט פרינט עס ארויס געהעריג.
איך מיין צוזאגן עס צו מאכן אויף אויף אזא אופן אז ס׳זאל זיך נישט אויסנוצן דו גאנצע טאנער ביים פרינטן, ס׳זאל זיין מער סימפל, ווייניגער בלעטער, און אנע בעקראונד. בכלל איז היינט סימפעל פלעט מינימעל אין סטייל.
נעקסט טיים...
מען האט מיר געבעטן צו מאכן אין קאליר מאגאזין סטייל. אויב א גרויסע עולם וויל מער פשוט און toner friendly, וועל איך אקאמאדירן.
Toner friendly
עס איז אלעמענס ערווארטונג אז די קומענדיגע חלק זאל זיין
@הוגה פרענדלי מיט א מאמר פון אייער מאיאסטעט.
אויך ווערט נאך ערווארטעט מאמרים פון @אנאנים און
@מאטי.
א קאפיטל תהלים קען נישט שאטן.
אי"ה היינט נאכט וועט ארויסקומען די "סוכות אראומע בלעטער" חלק ב'. געדענקט! מיר זענען די איינציגסטע היימישע אויסגאבע וואס קומט ארויס לכבוד די צווייטע טעג 😉.
היות ס'איז דא ב"ה א געוואלדיגע שפע פון הערליכע ארטיקלען, איז מעגליך אז איך וועל מוזן לאזן אפאר ארטיקלען פאר נעקסטע מאל, כדי מ'זאל קענען ארויסגעבן די PDF צייטלעך.
ח"ב וועט זיין אויף די זעלבער פארמאט ווי ח"א (מאגאזין סטייל). אי"ה אין די עתיד וועלן איך פרובירן צופרידנשטעלן די וואס ווילן מער toner friendly.
PDF דאונלאד פאר די "סוכות אראומע בלעטער" חלק ב'
מיט שמחה טו איך פארשטעלן די "אראומע בלעטער" חלק ב'. יישר כח כוכב און פישעלע פאר אייער נאכנאנדע הילף בעצה ובתושיה.
א גוט יום טוב טייערע חברים, א זיס לעכטיג יאר.
סוכות אראומע בלעטער חלק ב'Wow wow אומגלויבליך! הערליכע ארבעט!
אנבעליוועבל!
@רויטע וואנצעס מיט
@כוכב - יישר כחכם!
ה-ע-ר-ל-י-ך!
אזויפיל קען איך ענק אויסזאגן פון הינטער די קוליסן, רויטע איז א ממש א קעקל פון אן עדיטאר, נישטא א זאך וואס איז מיר נאר איינגעפאלן און ער האט נישט געפאלגט ווי א טאטעלע כאילו ער איז אויף פעי ראל ביי מיר.
לאוו יו רויטע.
איך מיין אז אראומע איז די בעסטע באווייז אויף די הויכע ניווא פון קאווע שטיבל ממש א כרכא דכולא בי' מלא תוכן: היסטאריע (ונבנתה), תורה (כוכב, חלזון), מחשבה (יאיר, פארוואס), חכמה (יידל), סיפורי צדיקים (אתא, בשבילי!, נהורא), דעה ובינה (קאווע טרינקער), מדות ומוסר (יין שרף, כוכב), היכל הנגינה וואס איז נעבן היכל התשובה (מצטמק, מאראנצן) צוזאמען פארעמט עס א הערליכע רעגן בויגן מיט די שענסטע קאלירן.
wow a master piece
👍 👍 👍
איך האב נישט די ווערטער זיך צו קענען אויס דריקן א ריכטיגע ייש"כ פאר ידידינו החשוב
@רויטע וואנצעס ואתו עמו ידידינו החשוב
@כוכב עס דערקענט זיך אין זיי אז זיי זענען פון די מקבלים ומחסידיו ומעריציו פון כ"ק הגה"צ רבי ישראל טוסיג שליט"א אבד"ק בעלעד יצ"ו - אנדערש וואלט דאך דאס נישט שייך געוועהן.
דער דעקל, דער הקדמה, דער מפתח, דער סדר הארטיקלען, דער טייפסעטינג, דער גרעפיקס, דער שרייבערס, דער שרייבן, דער פי די עף, דעאס ארויף שטעלן, דער רויטע וואנצעס, דער כוכב, די אלע משתתפים, די אלע ניקים, כל אחד ואחד בשמו המבורך, זאלט איהר אלע זעהן פיל נחת ברכה והצלחה, ובעיקר בישועתן של 'ישראל', בביאת משיח צדקנו, ומלכנו רבינו בראשינו, בסוכת עורו לויתן, ברחמים גדולים אמן.
ווי אזוי שרייבט ראובן
צום באדויערן בין איך נישט אנגעקומען צו שרייבן מיין אראמא.
אי"ה וועל איך משלים זיין מיין ארימע חלק. איך זיך נאר א נושא וואס דער עולם האלט איך זאל שרייבן דערפון. ווייל לעווני הרב קומט מיר עפעס גארנישט אריין אין קאפ כעת עתה ולשרה בן.
היינט איז דיין יארצייט ,זאג נאך עפעס א שיין ווארט.
אפשר וואלט שוין טאקע געווען צייט ארויסצוקומען מיט אן אפיציעלע קאווע בלעטל יעדע שטיק צייט, ווי הערשי האט פארגעשלאגן במקום אחר. פילייכט וואלט מען אפילו געקענט בעטן אפאר פרוטות עס צו דאונלאודן און פון דאס געלט צאלן פאר איינעם פון די קאווע שטיבל חברים וועלכער זאל דאס געהעריג מגיה זיין און מסדר זיין פראפעסיאנעל.
יאיראפשר וואלט שוין טאקע געווען צייט ארויסצוקומען מיט אן אפיציעלע קאווע בלעטל יעדע שטיק צייט, ווי הערשי האט פארגעשלאגן במקום אחר. פילייכט וואלט מען אפילו געקענט בעטן אפאר פרוטות עס צו דאונלאודן און פון דאס געלט צאלן פאר איינעם פון די קאווע שטיבל חברים וועלכער זאל דאס געהעריג מגיה זיין און מסדר זיין פראפעסיאנעל.
פארוואס נאר צו דאונלאדן, פארוואס נישט די גאנצע פלאן פון הערשי?
лпم iοوԴא ריזיגע דאנק פאר אלע משתתפים. דאס האט מיך געמאכט א ריכטיגע עונג יו"ט.
איך האב געהאט געפלאנט ארויסצופרינטען די אראמע פאר יו"ט, אבער כ'בין נישט אנגעקומען דערצו. האט השי"ת מזמין געווען אז דעם צווייטן טאג יו"ט גייענדיג אין ביה"כ אינמיטן די הקפות האב איך געטראפן דארטען א קאפי פון די גאנצע חלק ב'! אפשר האב איך עס געדארפט דארט לאזן צו מזכה זיין אנדערע, אבער כ'האב עס קונה געווען, און דאס האט מיך מחיה געווען נעכטן און היינט.
ישר כח!!
העי, גנב!!
כ׳האב עס נאכנישט געהאט געענדיגט, וואס האסטו מיר עס צוגענומען?
פארוואס?יאיראפשר וואלט שוין טאקע געווען צייט ארויסצוקומען מיט אן אפיציעלע קאווע בלעטל יעדע שטיק צייט, ווי הערשי האט פארגעשלאגן במקום אחר. פילייכט וואלט מען אפילו געקענט בעטן אפאר פרוטות עס צו דאונלאודן און פון דאס געלט צאלן פאר איינעם פון די קאווע שטיבל חברים וועלכער זאל דאס געהעריג מגיה זיין און מסדר זיין פראפעסיאנעל.
פארוואס נאר צו דאונלאדן, פארוואס נישט די גאנצע פלאן פון הערשי?
ווייל תפסת מרובה לא תפסת. דרוקן א געהעריגע אויסגאבע איז צו א גרויסע פראיעקט צו אנהייבן.
איך האב ארויסגעפרינט די אראומע בלעטער פאר סוכות און חול המועד סוכות. איך האב עס אריינגעלייגט אין מיין בעקעטשע. איך האב עס נישט געוואלט לייענען ברבים. ממילא איז מיר געווען שווער צו לייענען. הקיצור איך האב עס געהאלטן ביי מיר, און יעדער וואך שבת דא און דארט זיך געריקט פאראויס מיט נאך א פאר בלעטער.
דעם שבת האב איך געמארט א סיום אויף די אראומע'ס.
עס איז נישטא קיין ווערטער צו זאגן. עס איז געווען געשמאק צו לייענען יעדער ארטיקל פאר זיך מלא תוכן. ספיציעל ליגט מיר די ארטיקל אויף רבי מרדכי פון נאדבורנה זי"ע, די סיפורים פון בערל בעל העגלה, און פאוסט קאוווע שטיבל (פאוסט x 10).
איך באדאנק דא פערזענליך פאר אלע שרייבער (איך מיין אז איך האב שוין געלייקט פארן לייענען), ובראשם פאר
@כוכב, וואס האט מנצח געווען אויף די מלאכה.
כה לחי, וכה נוסיף כהנה וכהנה רבות.