☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אראומע #4 - די קאווע שטיבל סוכה

אראומע #4 - די קאווע שטיבל סוכה

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7328

רויטע וואנצעס » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 9:39 pm

· #227804
אראומע #4 - די קאווע שטיבל סוכה
@פישל'ע העררינג מיט די ברעטער אויף די פלייצעס,
בעת דער @ראש הישיבה טיילט עצות,
@פארוואס? רעכענט אויס די פיר עקן גענוי,
@נולד מאוחר פרעגט פארוואס פונקט אזוי,
צוויי ווענט איז כשר פסקענט @געפילטע פיש,
@יואב'ס מומע יענטל דעקט שוין די טיש,
@פליקער שרייט, אזא קליינע דירה, אזוי טייט!
@הוגה בעט דעם עולם פאר רואיגקייט,
@מאטי שטעלט א חקירה גאר טיף,
אויב לבוד לויפט אויך אויף שיעף,
@כוכב הענגט שטערנס שיינע זיסע,
@היימישער ליטוואק טענה'ט ס'איז א חציצה,
@אפטעמיסט דארף אחיעזר מיט'ן שלאק,
@ונבנתה העיר איז משגיח מיט'ן פראק,
@לעיקוואד איז מסביר די ענינים פון די מצוה,
@ברסלבער טאנצט א קעדאשקע, אין קצבה,
@סאשי פיש קלעבט ארויף בילדער הערליך שיין,
@יין שרף גרייט צו גוטע משקה און וויין,
@מאראנצןזאפט הענגט בילדער פון אנשי שם,
@אנאנים דערציילט זכרונות פון דער אלטער היים,
@שמעקעדיג לויפט ארום מקרב זיין דעם ציבור,
א כשר'ע מחיצה געשטעלט פאר @קאווע טרינקער,
@יאיר זאגט די מחיצה צו הויעך, ס'איז באלד ווי א זו,
@דולה ומשקה מאכט אן אייגענע סוכה אויף 52,
@לאליפאפ איז מהנה מיט פרייליכע געזאנגן,
בעת @אחד העם שמועסט בליציגע געדאנקן,
@אנאנים און @אנאנים זענען דא, איך טו גלויבן,
זיי זענען די אושפיזין וואס מ'זעהט נישט מיט די אויגן,
@אנאנים זאגט נשים אין די סוכה איז משוגעת,
@טאמבל סאס פרעגט, היעלה על הדעת?
@berlbalaguleh שרייט פון פענסטער, שא! יונגע לצים,
לאזסט שלאפן, אז נישט ווארף איך סמיילי ביצים,
דער עולם צוגייט זיך מ'האט מורא פונעם בער,
ער וועט אונז נאך באשולדיגן אז מיר קומען פון סקווירא.

רויטע וואנצעס » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 10:16 pm

· #227816
די וואלן פאר היי יאר קומען ערשט פאר חול המועד סוכות, כמובא בהשטאטוטן.

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 10:21 pm

· #227818
פשיהא, מייסטערהאפטיג!

רויטע וואנצעס » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 10:27 pm

· #227821
[ציטאט אראפגענומען]


ס'נישט אזוי פשוט, לויט די א' שמות תקנות עקספייערד די טורם ראש השנה.

ברסלבער » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 9:20 am

· #227924
@רויטע וואנצעס, געוואלדיג!

יואב » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 10:30 am

· #227937
עי וואן רויטע!

שפתים ישק » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 1:36 pm

· #228003
שפתים קישאקTM!

רויטע וואנצעס » זונטאג אקטאבער 12, 2014 11:26 pm

· #228631
@אנאנים געבויעט א סוכה צו פארברענגן און עסן,
פאר די ניקים וואס @רויטע וואנצעס האט טראגיש פארגעסן,
ערשט געלונגען אויפצושטעלן מוצאי שבת חול המועד,
ווען @בענדזשאמין פרענקלין איז אין די מועד,
@ישראל קאפקע רעדט השקפה, וואס מותר וואס אסור,
@שטילע אינגערמאן זיך צוגעהערט ווי אן אביוסטער,
בעת @נהורא נפישא האט פילאזעפירט ביים טיש,
האט אים @שפתים ישק דערלאנגט א רויטע קוש,
@אנאנים האט דערלאנגט קאווע מיט קאצקע צוקע,
@מנשה לוסטיג אלץ מצער געבליבן חוץ לסוכה,
ווי א יון אין די סוכה זיך פארשטעלט @נאר,,פרייליך,
ביז מ'האט אים פארשיקט צום גם כי אלך,
בעת @אנאנים האט געלאכט פון די שלש שבועות,
האט @מצטמק ויפה געגאסן דברי חכמה וחסידות,
א פלא, ס'האט אויפגעהערט צו רעגענען,
ווען @איש עברי האט גערעדט פון סיסטעם פראבלעמען,
@הערשי איז אריינגעקומען באדעקט פון קאפ ביז פיס,
און אנטלאפן ווען ער האט געהערט די ערשטע הוס,
ווי אינגע חסידים אלע פארזאמעלט ארום @בר דעת,
פארגאפט פון זיין ווערטער של כעס,
באמת איז ער אבער רואיג און געלאסן זייער,
לצורך העניין רעדט ער נאר מיט פייער,
@יידל האב איך נאך נישט אינגאנצן ארויס,
האב איך אים דערווייל געלאזט אין הויז.

רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 12:43 pm

· #228904
מ'דארף האבן 50 זאכליכע תגובות און האבן געגעבן 50 לייקס צו ווערן אריינגעלאזט. 🙂