☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » חגים וזמנים לששון - ברוך המבדיל בין עצבים לשלוות הנפש

חגים וזמנים לששון - ברוך המבדיל בין עצבים לשלוות הנפש

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4753

הוגה » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 4:27 pm

· #149822
חגים וזמנים לששון - ברוך המבדיל בין עצבים לשלוות הנפש
נעכטן נאכמיטאג האב איך געהאט אביסל צייט, האב איך מחליט געווען זיך אריבער צו כאפן צו באזוכן מיינע עלטערן. איך קום אן און איך זעה ווי זיי זענען ביידע באזארגט, מיין טאטע נישטערט אדורך די גארבידזש דאמפסטער. איך פרעג וואס גייט פאר, זאגט ער, "מאמי דארף שלאגן כפרות אבער זי קען נישט דרייען אליינס, עס פאסט נישט אז א מאן זאל דרייען פאר איר פארנט פון אנדערע מענער, ממילא זוך איך א באקס צו קענען גיין קויפן א כפרה און אהיים ברענגען" (אין הונדערט דעגרי וועטער). פארשטייט זיך אז איך האב גע'אפערט צו נעמען מיין טאטע מיט מיין קאר צו ברענגען און צוריקטראגן די כפרה.

ווי נאר מיר זענען צוריק געקומען פון די כפרה עפאכע זעהן מיר א מאדנע סצענע, א וואלד איז זיך פלוצלינג צואוואקסן פארנט פון די טיר פון מיין טאטע'ס הויז. מיין טאטע האט געהאט גע'ארדערט צוואנציג בינטלעך פון די פרישע גרינס סכך, ווייל באמבו אדער קייניס איז נישט גענוג גוט, און די חברה האבן עס אפגעדאמפד אזוי פארנט פון די הויז. פארשטייט זיך אז איך האב נישט געקענט לאזן דעם אלטן טאטע עס שלעפן. כ'האב מיך אויסגעטון ס'רעקל, אויפגעשארט די ארבל און אין די היציגע וועטער אריינגעשלעפט די גאנצע מעשה ביזן סוכה.

ווי נאר איך האב געענדיגט, כ'האב נאך אפילו נישט געהאט צייט אפ צו ווישן די שווייס, קומט מיין טאטע ארויס אין די סוכה או ער פרעגט אויב איך וואלט געקענט באשטיין ארויף צו לייגן בינטלעך סכך אויפן סוכה. ער ווייסט אז די אייניקלעך האבן פארשפראכן צו קומען לייגן די סכך, אבער מארגן אידאך שוין תשליך און דערנאך ערב יום כיפור, און ער האט נאך נישט אפילו קיין לולב און אתרג. פארשטייט זיך אז איך האב נישט געטראכט צוויי מאל, איך האב באלד אויפגעשטעלט די לייטער און זיך גענומען צום עבודה. ער שטייט פון אונטן, דערלאנגט די בינטלעך און איך פאק עס ארויף אויבן.

אזוי ארבייטענדיג פרעגט ער מיר, "האסט שוין געשלאגן כפרות אוודאי פאר די ווייב און קינדער"? ניין. "״ווען גייסטו עס טון"? כ'ווייס, אדער מארגן און אז נישט מארגן ערב יום כיפור. "אבער די סוכה שטייט שוין אוודאי"? ניין. "אפילו נישט די ווענט"? Nope! "ווען גייסטו עס טון"? כ'מיין צווישן זוכן פאר אן אתרוג, זיך גרייטן אויף יום טוב. "ווען האסטו צייט"? עס איז דא גענוג און נאך צייט, איך בין נישט באזארגט. ער האט מיר געגעבן אזא קוק אן כאילו איך בין פון Mars.

די זעלבע איז געשעהן ווען כ'האב געטראפן מיין ברודער ביי מנחה מעריב שפעטער. איך האב אים געבעטן אויב ער קען אנפרעגן זיין ווייב א קלייניגקייט וואס איך האב געדארפט וויסן. זיין ענטפער איז געווען: "איך ווייס נישט, איך בין זייער אנגעשטרענגט, כ'האב נאך אזוי פיל צו טון פאר יום טוב, אויב איך וועל טרעפן א מינוט וועל איך איר פרעגן. ברוך השם כפרות פאר מיין ווייב און קינדער האב איך שוין ערלעדיגט היינט, און די ווענט פון די סוכה שטייט שוין, אבער ס'נאך דא אזוי פיל צו טון"! און מיט א שמייכל (וויסנדיג פון פאראויס וואס מיין ענטפער וועט זיין) פרעגט ער מיר: "דו האסט שוין געמאכט כפרות"? ניין. "סוכה"? אפשר זונטאג אדער מאנטאג נאכט. "אתרוג און לולב"? ערב סוכות. "תשובה געטון האסטו שוין יא"? אוודאי! דאס האב איך שוין ערלעדיגט אינמיטן זומער, איך לאז דאס קיינמאל נישט פארן לעצטע מינוט, כ'האב ליב אריינצוקומען אין די ימים נוראים וויסנדיג אז די תשובה איז שוין ערלעדיגט. 😛

שוין! גענוג מיט די מעשיות. לעצם הענין. מענטשן נעמען אן אידישקייט בכלל און ימים טובים בפרט מיט א געוואלדיגע פרעשור און אנגעצויגנקייט. אנשטאט וואס די ימים טובים זאלן זיין א געשמאקע עקספיריענס, א געלעגנהייט אריין צו ברענגען פרייליכקייט און ווארימקייט אין שטוב, דאס בא'טעמ'סטע חלק פון אידישקייט, ווערט עס פיינפול, אנגעצויגן און פאר'מיאוס'ט. מען ווערט פארכאפט אין די rigidness פון הלכות, מנהגים, קפידות און מסורה און מען לאזט אויס די עיקר ציל.

ווי אזוי קען מען זיין קאנצעטרירט צו ריכטיג תשובה טון ווען די תשליך "מוז" זיין שלש עשרה מדות נאכמיטאג, באלד נאך קרבנות, און אויב נישט אך און וויי. וויפיל מענטשן טראכטן און האבן אינזין עפעס ביי כפרות אויסער אז זיי זאלן נישט ווערן אנגעמאכט, אז ס׳שטינקט געפערליך, און פארוואס די העק האט די אייבישטער געמאכט אז נאר אזוי זאל מען קענען האבן א גוט יאר? קען א מענטש מאכן א ריכטיגע הכנה צום יום כיפור ווען ער איז פאריאגט און פארפלאגט צו אויפשטיין שלאגן כפרות פארן עלות, שטיין א האלבע שעה אויפן ליין צום שוחט, באזוכן אלע באבעס מיט דאס געזונדל וואונטשען א גוט יאר, אריין פארן צום רבי'ן אויף יום טוב, און נישט פארגעסן צו גיין 5 מאל אין מקוה אזוי ווי דער כהן גדול? די איינציגסטע מצוות היום - נעמליך די אכילה בתשיעי, די סעודת יום טוב - ווערט אפגעכאפט ווי די אייער מיט אש ערב ת"ב.

די זעלבע איז מיט יעדע יום טוב כמעט. די הלכות ומנהגים נעמען או אזא OCD הנהגה. ביי סוכות איז עס מיט די סוכה, לולב און אתרוג, דאס שלאפן אין די סוכה. מען ווערט ווי ראבאטס. מען איז אלעס מקיים מיט די גרעסטע הידור אויסער דעם ושמחת בחגיך, און די ושמחת אתה וביתך. די ערגסטע איז פארשטייט זיך מיט פסח, סיי די הכנות און סיי די עצם יום טוב.

מ'זאגט נאך אז געוויסע גרויסע צדיקים האבן געהאט א גרויסע מנהג זיך צו רעגן ערב יום טוב. איר ווייסט אז מיין טאטע האט געהאט די זעלבע מנהג, נישט נאר ערב יום טוב נאר יעדע ערב שבת? און מיין שכן פירט זיך אזוי אפילו אין פשוט'ע וואכן טעג. שטעלט אייך פאר, מיר פארמאגן א איד אזא בעל מדריגה בימינו? נישט צום גלייבן!

איר פארשטייט מן הסתם אליין אז איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו מען האט געבלוטיגט פארן באשעפער במלוא מובן המלה און אלעס ארום יום טוב כמעט איז געווען אנגעצויגן. איך האב אבער איינגעזעהן אז דאס מוז נישט אזוי זיין און דאס טאר נישט אזוי זיין. די ימים טובים האבן דאך א מטרה. די מטרה איז נישט צו האבן א מהודר'דיגע אתרוג, אדער א פעטער טשיקען פאר א כפרה. איך האב ביי מיר מחליט געווען אז ווען עס וועט זייך א קאנפליקט צווישן די אמצעי און די מטרה וועט די אמצעי מוזן זיך אוועק רוקן און מאכן פלאץ פאר די מטרה. לדוגמא, חומרות אום פסח, אויב טוט דאס שטערן די קאנעקשאן מיט די יו"ט, דאס געפיל פון חירות, און עס פארשטעלט די וועג צו ווערן אן עם סגולה און מקבל זיין די עול התורה מוז די חומרא פליען! און אזוי איז עס ביי יעדע יום טוב.

עס איז נישט אז איך מאך א פרעשור נישט צו טון די אלע זאכן. איך מאך נישט קיין שום פרעשור, פיריאד! און אזוי פראווען מיר שוין יארן שיינע ליכטיגע ימים נוראים, פרייליכע לוסטיגע ימים טובים און רואיג'ע בא'טעמ'טע שבתים. ראש השנה דאווענט מען אין א קלענערע שול וואו מען ענדיגט פריער און מען פירט א ריכטיגע יום טוב סעודה פרייליכערהייט אז מען איז ארויס זכאי בדין. מען פארברענגט מיט די קינדערלעך און מען ליינט זייערע צעטלעך. די ערשטע טאג ראש השנה לאזט זיך די גאנצע משפחה ארויס אויף א לאנגע שפאציר צו תשליך. אויב מען איז מיד לייגט מען זיך אפילו אראפ ע"פ הוראת האריז"ל. (עס איז אינטערעסאנט אז מענטשן האבן מער מורא פון א פארשלאפענע מזל ווי א גערעגטע נערוועזע מזל.) ערב יום כיפור לויפט מען נישט צו כפרות, מען יאגט זיך נישט 5 מאל אין מקוה, און מען איז נישט פאריאגט און פארפלאגט. אנשטאט דעם קען זיין וועט מען היי יאר ארויס נעמען דאס ווייב פרייטאג פארמיטאג צו די mall איינקויפן זאכן וואס זי דארף אין שטוב. (איז דען דא א בעסערע זכות זיך איינצוקויפן לקראת יום הקדוש?) נאכמיטאג פראוועט די משפחה אינאיינעם צוויי לאנגע פרייליכע יום טוב סעודות פונקט ווי יעדע שבת און יום טוב. מען בענטשט די קינדער מיט ליבשאפט און שמחה, ס'נישט דא דאס איבערגעבעטאכץ און פחד. יום כיפור איז נישט doomsday, ס'איז די טאג וואס דער אייבערשטער מעקט אלעס אויס און פאנגט אן מיט אונז א פרישע בלעטל. דאס זעלבע טוען מיר מיט אונזערע קינדער און די קינדער טוען עס איינער מיט די אנדערע. ווי אזוי קען מען נישט זיין פרייליך? (גערעכט דאס זיין אין שול א גאנצע טאג יום כיפור מאכט אביסל נערוועז, אבער מיט דעם קען מען זיך אויך אן עצה געבן.)

ערגעץ צווישן יום כיפור און סוכות, איין נאכט, גיבט מען א שטעל אויף די סוכה, מען דרייט ארויף די סכך-מעט און די נוי סוכה לאזט מען די קינדער טון ווי אזוי זיי ווילן. ערב סוכות מיטאג צייט נעמט מען ארויס די קינדער קיין דרייצענטע עוויניו (כדי דאס ווייב זאל קענען צוענדיגן קאכן און זיך אפילו אראפלייגן) און מען גייט קויפן די ד' מינים. מען פרעגט די קינדער מבינות. יא, מיין בחור'ל קען מיר פסק'ענען אויב מיין לולב און אתרוג איז כשר, איך קויף נישט אזאנע בדיעבד'יגע אתרוגים אז איך זאל דארפן שטיין אויפן ליין ביי א רב אז ער זאל מיר געבן זיין הסכמה. (אויב איז מען אין די גוסטע קויפט מען זיי אויך א סעט.) מען גייט אויך אין געשעפט איינקויפן אנדערע זאכן וואס פעלט אויס אויף יום טוב. און אויב איז נאך פארבליבן צייט גייט מען אין פארק אויף א שעה.

א יעדעס יאר הער איך פון חברים אז זיי זענען מיך מקנא אז איך קויף מיינע ד' מינים ערשט ערב יום טוב, אבער זיי פארשטייען נישט ווי אזוי איך קען זיין רואיג און ווי אזוי איך בין נישט אנגעצויגן אז איך וועל נישט טרעפן איינס. איינער זאגט מיר א יעדעס יאר אזוי: "פאריאר האב איך צוגעזאגט אז קומענדע יאר וועל איך זיין ווי הוגה און איינקויפן די ד' מינים ערשט ערב יום טוב, אבער ווען עס איז געקומען למעשה האב איך עס נישט געקענט טון. ווי אזוי טוסטו דאס? האסט נישט מורא אז עס וועט זיין א shortage פון לולבים אדער אתרוגים? ביזט ממש א גבור"! איך קוק אים אן מיט בלעכענע אויגן. What’s the big deal? וואס איז דא צו זיין אנגעצויגן? עס וועט אלעמאל זיין כשר'ע אתרגים. און אפילו אויב עס געשעהט אן אפאקעליפס און פלוצלינג ערב סוכות ווערן פארשווינדן אלע לולבים און אתרוגים, קען מען דאך אלץ בארגן ביי א צווייטע (מתנה על מנת להחזיר כמובן). איך טו דאס שוין זינט מיין חתונה און איך האב יעדעס יאר געפונען ערב סוכות הערליכע לולבים און אתרוגים (פאר א דריטל די פרייז). אפילו אין יארן (א יעדעס יאר) ווען די סוחרים האבן פרובירט איינצורעדן דעם עולם אז ס'דא א מחסור.

איך קען אזוי ווייטער אנגיין מיט דוגמאות, אבער די עיקר איז אז אויב עפעס מאכט אנגעצויגנקייט, אויב מאכט עס זיין מער בהלה ווי א גאנץ יאר דאן טוט מען עפעס נישט ריכטיג. יום טוב דארף זיין עפעס וואס מען קוקט ארויס דערויף בכליון עינים. איך האב נישט ליב אנצורופן מנהגים אלץ משוגעת'ן, אבער אסאך מאל איז עס ליידער נישט מער ווי דעם. און ווען די מנהגים און אפילו הלכות אסאך מאל נעמען איבער און שטערן די עיקר גייט מען אריין אין די כלל פון ולא עם הארץ חסיד.


.

נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 10:11 pm

· #149903
👍

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 11:41 pm

· #149937
@הוגה, די מעלה פון זיין רוהיג איז אז מ'האט נאך צייט צו שרייבן פאר קאווע שטיבל..

שליח » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 7:39 am

· #150123
ר' הוגה, איר ווארפט אריין, אבער כ'מיין עס מעג שטערקער ארויסגעברענגט ווערן, אז דער חילוק איז נישט וויפיל מנהגים מ'איז מקיים, ס'איז א חילוק אין מענטאליטעט. די מנהגים און הידורים זענען לאו דוקא די סיבה צו פארגעסן פונעם עיקר, זיי דינען מער אלס תירוץ. ס'קען זיין איינער וואס האט נאר איין מנהג, למשל תשליך, און אפאר טעג בעפאר דעם און נאכדעם איז ער אנגעצויגן, און א צווייטער וואס איז מקיים אלע מנהגים און הידורים וואס איר האט אויסגערעכנט plus tax, אבער ער גייט צו מיט א רואיגקייט, ער ווייסט וואס איז עיקר און וואס טפל, וואס איז דאורייתא, דרבנן, הידור, מנהג, ענין, סתם חניוקישקייט.
והשתא דאתית להכי, מעג מען שוין זיין פארנומען מיט די זאכן אויך, אויב טוט מען עס מיט חיות און שמחה און ס'גייט נישט אויפן חשבון פון וויכטיגערע זאכן, (טרודים במצוות האט דאך פארט א מקור). אויב לעבט איינער פון זוכן אן אתרוג פון חמשה עשר באב, אבער ער ווייסט אז אפילו אויב וועט ער גארנישט טרעפן ביז ערב סוכות (אדער ער וועט טרעפן עפעס וואס איז פשוט כשר) וועט אויך גארנישט פאסירן, מה טוב ומה נעים, ס'איז נישט קיין ערגערע hobby ווי גיין שאפינג סתם אזוי. אדרבה, וואס מער מ'איז פארנומען מיט מצוות ה' (אפילו מיט שגעונות ארום, כל זמן מ'ווייסט אז זיי זענען שגעונות און מ'טוט זיי מיט א שמייכל) הכל ריוח, סיי פאר זיך וביותר פאר חינוך. פארוואס זאלן די קינדער זעהן מער עקסייטמענט ביים קויפן א קאר ווי ביים קויפן אן אתרוג?

נאר איין שאלה, אויב גייט מען טאקע צו מיט אזא שלוות הנפש און אינערליכע צופרידנקייט, פארוואס עפעס זאל מען ווערן נערוועז פון זיין אין שול אגאנצן טאג? וואס איז דען בעסער און בא'טעמ'טער ווי אוועקגעבן איין טאג און זיך אויסרעדן מיטן בורא כבן המתחטא? לויט אייערע הערליכע מאמרים האט איר דאך אסאך וואס אים צו זאגן.
(פארוואס כאפ איך זיך ארויף אויף קלייניגקייטן? מדין חכמים הזהרו בדבריכם. דער דראנג צו רואיגקייט קען אויך מיינען אז מ'שפירט נישט קיין טעם אין עבודת ה', און דאן איז נישט קיין חכמה צו מאכן דערפון א שיטה, נאר זוכן א לעזונג וויאזוי צוריקצובאקומען דעם טעם. ס'דארף קלארער ארויסגעברענגט ווערן אז אייער מהלך איז במהותו פונקט פארקערט).

הוגה » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 9:26 am

· #150145
א מענטש'ס דעה ווערט פארמירט באזירט אויף די ענוויעראמענט אין וועלכע ער געפונט זיך און ער איז אויפגעוואקסן, און אויף זיינע עקספיריענסן. דער ארטיקל איז נישט קיין יוצא מן הכלל. דאס וואס דו שרייבסט דא איז מעגליך ריכטיג אבער נישט פאר מיר, ווייל צו מיין שכל זענען די זאכן equivalent מיט פרעשור און אנגעצויגנקייט.

מיין ארטיקל זאגט אבער נישט אז מען זאל אוועק ווארפן אלע חומרות בפסח, אדער אז מען זאל נאר גיין ח"ו 4 מאל אין מקוה ערב יו"כ, אדער אז מען זאל בכלל נישט גיין. עס זאגט סך הכל אז די מענטש דארף וויסן וואס איז די עיקר און וואס איז די טפל, און אויב טוט די טפל שטערן די עיקר, אפילו אויב ס'זיין שולד, טאר ער נישט טון די טפל. (כאפ מיר נישט ביים ווארט, כ'נוץ נאר עיקר/טפל אלץ מעסטער אין די ארדער פון וויכטיקייט.)

יא, ס'מעגליך צו האבן די אלע rigid קפידות ומנהגים. איך קען אבער גאר ווייניג מענטשן וואס פירן זיך אזוי וואס עס האט נישט קיין שום אפעקט אויף זיי אדער זייערע ארומיגע. משא"כ די מענטשן וואס פירן זיך פונקט פארקערט זעה איך יא קלאר די פאזיטיווע אפעקט.

איך בין אויפגעוואקסן מיט איין עקסטרעם, נאטירליך בין איך געגאנגן צום אנדערע עקסטרעם (בתוך המסגרת), טראץ דעם וואס איך ריספעקטיר שטארק מיינע עלטערן און זייערע עבוה"ש. איך ווייס אז עס איז דא א 50 פראצענט טשאנס אז מיינע קינדער וועלן צוריק גיין צום אנדערע עקסטרעם. איך בין אקעי מיט דעם.

שרייבער » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 1:17 pm

· #150209
געוואלדיג הוגה, א באזונדערע לייק 👍

הלואי אויף מיין קאפ געזאגט אזא רואיגקייט, וואס זאל איך טון, איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב וואס אלעס האט געמוזט זיין פונקטליך פון פריער, פסח האט מען געמוזט וויסן וואס מען טוט שמחת תורה (לאו דוקא, אבער א משל)

איך טריי עס צו מאכן אביסל ממוצע, איך האב נאך נישט אזעלכע גאטס צו ווארטן מיטן אתרוג ביז ערב סוכות, אבער מען פרובירט

איך האב שוין עטליכע יאר אויפגעהערט מיטן מנהג פון זיך טובלן ביי זמן עיו"כ, צוליב שלום בית, היי יאר האב איך עס גראדע צוריק אנגעהויבן, איך האב שוין גרעסערע קינדער אינדערהיים האב איך עס געקענט טון

סעודת המפסקת מאך איך שוין אויך עטליכע יאר 2 שעה פארן זמן, נישט די לעצטע מינוט

ה' יעזור

סאו וואט » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:56 pm

· #150234
אן ארטיקעל מיט אסאך אמת און זיך.
איך דערמאן זיך בשנים קדמוניות ווען שאץ מאץ האט געהאט אזעליכע ארטיקלען אויף איי וועלט זכרונו לברכה.
אבער הוגה. דו האסט סאך שענערע מקורות און טעמים, בעיקר בעסערע פוינטס, פאר וואס צו זיין רואיג.

אפשר וואלט איך מציע געוועהן לחברי חדרי הקפה צומאכען א גליון אויף סוכות פון ארטיקלען וואס זענען געשריבען געווארן אויף קאווע שטיבעל.
איז מען מסכים מיט מיר?

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 3:07 pm

· #150237
הוגה, ס'בלאנגט אין אלע צייטונגען, סאמטינג ספעשיל! איך מיין אבער דער בלאט וועט עס נישט אריינלייגן, ס'קומט נישט נאך די הויכע סטאנדארד פון טיפשות.

חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 3:20 pm

· #150242
סאו וואט


אפשר וואלט איך מציע געוועהן לחברי חדרי הקפה צומאכען א גליון אויף סוכות פון ארטיקלען וואס זענען געשריבען געווארן אויף קאווע שטיבעל.
איז מען מסכים מיט מיר?

כבר קדמך חזקיהו המלך, ולא עלתה בידו.

יעדער דרוקט זיך ארויס וואס איהם געפעלט.

חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 4:12 pm

· #150258
פי. די. עף.
📎 הוגה_יום טוב בשמחה.pdf

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 5:43 pm

· #150286
חכם, פון וואו האסטו פארשאפט דעם אויסקוק, די פאנטס?
עס שיינט מיר ווי אן אלטער אויסגאבע פון "אידישע ליכט" תשי"ח..

הוגה » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 9:08 pm

· #150349
א גרויסע יישר כח פאר אלע קאמפלימענטן, ובעיקר פאר ידידינו החדש באשי שתחי', פארן שיין מסדר זיין די ארטיקל אין א פדף פארמאט.

איך וויל נאך אמאל קלארשטעלן אז דער ארטיקל איז נישט געשריבן געווארן מיט די מטרה אוועק צו מאכן די ווירדע פון הכנות, מנהגים וקפידות, נאר ארויס צו ברענגן א שטארקע נקודה און פערספעקטיוו.

די נקודה איז אז ימים טובים און מצוות דארפן ברענגן נאנטקייט, שמחה און געוואלדיגע צופרידנקייט. אויב זענט איר פון דער פראצענט אידן וואס פילן דאס נישט בזמנים המיוחדים אלו דאן טוט איר עפעס ראנג. איך כאפ אן דוגמאות ולאו דווקא. אויב איז די פאקט וואס איר האלט אן במסירות נפש די מנהג אבותיכם נישט צו עסן געקויפטע פראדוקטן אין פסח א שטער פאר די שמחת יו"ט אין אייער היים, און איר פילט אז די איינציגסטע וועג ווי אזוי איר קענט אריין ברענגן די שמחה איז דורכן קויפן עפעס גוטס פאר זיך און די קינדער, זענט איר מחויב עס צו טון. און די זעלבע איז מיט אלעס. קוקט אויב די פעולות וואס איר טוט ברענגט די ערווארטעטע רעזולטאטען, אויב נישט דאן מוזט איר טוישן עפעס. סתם פון זיך אריינרעדן אז מ'האט א שמחה של מצוה ווערט נאך נישט קיין שמחה, און זיכער נישט פאר די קינדער. ספעציעל איז וויכטיג דאס צו איינ'חזר'ן בימים הנוראים ווען דאס אנגעצויגנקייט הערשט אין די גאסן לרחצה.

אויב אבער טון אלעס מיט דער פונקטליכע אויסגערעכנטקייט און סדר איז עפעס וואס שטערט נישט אנצוקומען וואו מען וויל אנקומען, סיי פאר זיך און סיי פאר די קינדער, דאן אדרבא ואדרבא, עס גיבט אפילו צו א געוויסע טראדיציע צום טאג/מצוה. ואני הקטן נוהג אז אפילו ווען איך טו נישט געוויסע זאכן, פארצייל איך אבער די קינדער איבער די מנהגים וקפידות.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 11:53 pm

· #150403
רויטע וואנצעס
הוגה, ס'בלאנגט אין אלע צייטונגען, סאמטינג ספעשיל! איך מיין אבער דער בלאט וועט עס נישט אריינלייגן, ס'קומט נישט נאך די הויכע סטאנדארד פון טיפשות.

און דער איד אדער דער צייטונג יא ❓ ❗

הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 2:49 pm

· #150957
ב. ד. וו. פאר די אלע וואס האבן זיך געזארגט וויל איך מודיע זיין אז כ'האב שוין גע'תשליכ'ט, כפרה געשלאגן (מיט געלט שטייצעך) תשובה געטון, גע'שאוערט 5 מאל, געקאכט די צונג, און יעצט ב"ה געענדיגט די סוכה. ווער וואלט געגלייבט? אן אתרוג האב איך שוין אויך בסיעתא דשמיא, כ'ווייס פשוט נישט ביי וועם עס ליגט.... 😉

יעצט בין איך נאר נערוועז אז איך זאל האבן וואס צו טון פון יעצט ביז יו"ט.

גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 4:42 pm

· #150985
איך האב נישט געיאגטערהייט און נישט נערוועזערהייט אלעס געהאט און געפערטיגט פאר יו"כ און יעצט זיך איך אויפ'ן פאטעל

געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:50 pm

· #151004
גיימער בויען די סוכה? ארויפשארצן די ערמעל צו נישט?

הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 2:45 pm

· #151171
האמיר שוין אן אתרוג און לולב אויך. כחצות היום (עס איז געווען חצות, איך זאג נאר כחצות כדי די ליצני הדור זאלן נישט קענען אפפרעגן...) בין איך אריין צום אתרג סוחר און - נישט מער און נישט ווייניגער - דארט אויפן טיש איז געלעגן "מיין" אתרוג. ווי אזוי ווייס איך אז ס'געווען "מיין"? ווייל אויף "דעם" אתרוג האב איך דאך געבעטן ט"ו בשבט. איך ווייס נישט פארוואס אבער די אתרוג סוחר האט מיר נישט געוואלט געבן די אתרוג, גיי ווייס פארוואס א איד זאל נישט וועלען געבן איינעם זיין אייגענע אתרוג. האב איך אים אונטערגעשמירט מיט א פופציגע און ער האט נאכגעגעבן. למעשה בין איך אים מוחל די פופציגער, איך ווייס אז ער קען נוצן די פופציג דאלער אויף יום טוב צו מאכן, זאל עס אים וואויל באקומען. פאר די זעלבע געלט האט ער מיר שוין געגעבן א שיינע דרעי לולב, הדסים און א קיישעלע. מיין בחור'ס אויגן האבן אויפגעלאכטן זעענדיג די הערליכע פירות פונעם אייבישטער. מען דארף זיך פארלאזן אויפן אייבישטער און אלעס וועט זיך אויסארבייטען!

מיינע טייערע ידידים, האטס אלע א לוסטיגע פרייליכע יום טוב! מועדים לשמחה!

יואב » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 2:49 pm

· #151173
הוגה, וואס שלעפסטו ארום דיין בחור איבעראל. אין יעדן צווייטן אשכול ביזטו מיט איהם ערגעץ אנדערש. לאז איהם גיין זיין וועג. אגב, שיין פון דיין זייט צו צאלן א פופציגער פאר אן אתרוג. כאטש א הדר? חחח

לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 3:06 pm

· #151178
גם אני בחלומי, געווען היינט אינדערפרי ביים סוחר, איינגעקויפט אן אתרוג לולב הדסים ערבות, אלץ פאר בערך פופציג דאלער, איך ווייס נישט פאר וואס איך האב געבעטן, אבער עכ''פ יעצט איז עס מיינס. עס איז שיין די אתרוג האט כמעט קיין פלעק שי לולב איז פארמאכט ביז אויוון די הדסים זענען משולש די ערבות זענען רויט אקיצור שמחת יום טוב.


כ'האב שוין דאכציך אמאל צוגעברענגט דער רמב''ם אין מורה וואס גיט א טעם פאר מצוות אתרוג לשמוח עם הפירות בזמן האסיף, און פארוואס פונקט די מינים, ווייל זיי זענען מצוי נישט צו טייער און גרינג צו טרעפן, און איינע פון די יסודות פון די תורה לאפוקי עבודה זרה איז אז גאט פארלאנגט נישט קיינע שווערע עבודות ווי שעכטן די קינדער וכדו ' ווי די עובדי ע''ז פלעגן, נאר א קלייניקייט בקלות והעיקר כוונת הלב.

איך ווייס נישט צו פופציג דאלאר הייסט ביליג,אבער עכ''פ לפי ערך שי עבודה זרה וואס מהאט ליידער געמאכט דא פון דעם וואס מ'געט ארויס הונדרעטער דאלארן און מפארברענגט טעג און שעות צו זיכען האב איך זיכער גמאכט א שטיקל ביטול ע''ז שהוא מעיקרי יסודי התורה.

א פרייליכער גרינגער יום טוב אלעמען.

קינות גירושין » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 3:21 pm

· #151180
כהאב גענדיגט ארבעטן חצות, נאכדעם צוויי שעה גקאכט איו קדושת לוי און בני יששכר, יעצט אויפגשטעלט מיין פאפ אפ סוכה, כגיי יעצט פוצען די שיך, נעכדעם כאפ איך א נעפ, א שויער, און נאכדעם וועל איך זוכען א שיינע אתרוג פאר 15דאלער, כהאב פארגעסן צו בעטן חאמישה עשר, אבער איך האב בטחון אין גאט אז כוועל טרעפן
(ווי קען מען גיין און ב.פ.נאכען זמן נעמען טאמער כהאב נישט,גייסט זיין יו״ט אין באבעוו דעם יו״ט ?

הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 5:10 pm

· #151186
יואב
הוגה, וואס שלעפסטו ארום דיין בחור איבעראל. אין יעדן צווייטן אשכול ביזטו מיט איהם ערגעץ אנדערש. לאז איהם גיין זיין וועג.


@יואב, האסט מיר געבעטן רשות צו מאכן א ניק אויף קאווע שטיבל, כ'בין געווען א גוטע טאטע און כ'האב דיר געלאזט. דאס מיינט נישט אז א יעדעס מאל ס'געפעלט דיר נישט עפעס וואס איך טו קענסטו מיך דא אויספראקען. האסט א פראבלעם, קענסטו מיר זאגען פערזענליך, אדער פאר מאמי. איך האב דיר געזאגט אינדערפרי, דו ביזט שוין מחויב במצוות פונקט ווי מיר, ממילא דארפסטו האבן ד'מינים פונקט ווי איך. האמיר געקויפט א סעט בשותפות, פארדעם ביסטו מיט געקומען. איך האב דאך נישט געוואלט קויפן עפעס וואס דו האסט נישט ליב.

ודי למבין » מיטוואך מערץ 19, 2014 10:30 pm

· #191429
לתועלת הרבים ברענג איך ארויף אט די גאר רעלעוואנטע ארטיקל פאר די ערב פסח טעג. ליינט עס דורך און האט א רואיגע ערב פסח

הוגה » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 6:31 pm

· #226871
דבר בעתו מה טוב. ארויפגעברענגט צוליב'ן רעלעוואנץ.

ישראל קאפקע » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 7:01 pm

· #226876
הוגה
דבר בעתו מה טוב. ארויפגעברענגט צוליב'ן רעלעוואנץ.

שכוח @הוגה פארן הערליכן ארטיקל, און פארן צייטליכן ווידער ארויפברענגען.

רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 8:14 pm

· #226904
הוגה, די ארטיקל ליגט מיר נאך אין די ביינער. במשך די יאר בין איך אפאר מאל צוריקגעקומען עס איבערליינען. סארי מ'לאזט נאר לייקן איינמאל, האב איך געמוזט באדאנקן ווי א אנכי-וועלטער מיט אן הודעה.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 4, 2015 5:39 pm

· #303310
נך אן אויפוועקונג
די פראבלעם איז גאר א גרויסע, און אין אלע תחומין, אז דער תכלית ווערט פארגעסען צוליב די פרטים פון די וועג אנצוקומען צו די תכלית. יעצט קומט שמיני עצרת. מ'זעט אין ביהמ"ד אמאל ראפשיצער אייניקלעך וואס ס'גלוסט זיי צו פראווען הקפות שמיני עצרת ביי טאג כמנהגם. וואס טוט מען? נאכ'ן לאנגע דאווענען, מיט גשם און יזכור, און צומאל א קהלת אויך, הונגעריג ווי א בער און מיד ווי עצרת צו פרי (גזירה שווה עצרת עצרת), מ'ציילט קעפ און טליתים צו זען אז מ'האט א מנין (פארוואס? וויס איך נישט. ס'איז דען דברים שבקדושה?), מ'ווארט אז דער שמש און רב זאלען אהיימגייען, ווייל זיי לאזען נישט צו איבערקערען די ביהמ"ד און ממציא זיין א נייעם מנהג, מ'ברעכט אריין בדרך לא דרך אינ'ם ארון הקדש און מ'נעמט ארויס א ספר תורה א קליינער, אפשר א פסול'ער, ווייל פארט איז עס דא נישט די מנהג, מ'זאגט פלינק און שנעל די אנא ה'ס און מ'קריכט ארום די בימה אביסל זיבען מאל, וחסל.
אקס איינער! וואס איז דאס הקפות? וואס זוכט מען אויפצוטוהן? ס'האט מיט שמחת יום טוב, מיט זיך פרייען וועגען די תורה צו די שמחת בית השואבה, צו די כפרה פון יום הדין צו וואס, אבער מ'טאנצט אויף זיך צו פרייען. אז אין ראפשיץ האט מען געזען פאר וויכטיג צו פרייען שמיני עצרת אויך, גוט פאר זיי. אבער דאס קריכען ארום די בימה כאילו מ'איז אין קעלער ביים אינקוויזיציע, און מ'האלט פעסט אן א מנהג פון קריכען איז פארדרייט די נושא אויף פארקערט.
הקפות באופן כללי איז שוין לאנג א פארדרייטע זאך. יעדער ביהמ"ד האט אפאר אזעלכע וואס גאנץ הקפות זענען זיי באשעפטיגט מיט'ן זאגאכץ אינ'ם מחזור, צו אין די נוסח פון די שטאט אין בעסאראביע פון וואנעט זיין באבע האט געלערנט רעצעפט'ן פאר קינדעל שמחת תורה, און מ'זאגט פארפרומטעהייט די אלע פאעזיע'ס און מ'דמיונ'ט אין רעבע זכנולברכה ווי מ'האט אמאל געזען הקפות, וואס היינט איז עס נאר א משל. נאך דעם האט מען איינגערעדט אז מ'טוט יעצט אין תיקון היסוד. מ'ברענגט אריין די גאנצע געמיינקייט אינ'ם הויכע שמחה פון יום טוב, פון נגילה ונשמחה בך בתורתך, און ס'איז געווארען פארוואלגערט אין מענטשליכע גאטשע'ס און פאסקודנע תאוות.
אין אנדערע פלעצער טאנצט מען בכלל נישט. מ'קוקט צו די 'הייליגע עבודה' פון איך ווייס וואס. פארוואס איז דאס א 'הייליגע עבודה'? וואס באדייט עס, דאס קוקען אויף יענעם גייען ארויף און אראפ? וואס האט עס מיט שמחה, צו שמחת תורה?
די עקסטאז פון די ליבשאפט פונ'ם חרדים קומט נישט מיט א פארקוועטשט'ן שטערן, זי קומט נישט מיט אן אנגעצויגענע מוט, און ס'איז זיכער נישט קיין חיוב אפצופטר'ן און ענדיגען די דאזיגע ווערטער אין מחזור. די זענען אויסדרוקען פון דערהויבענקייט, פון ענדלאזע ליבע צום אין סוף, און מיט פרומקייט און פארכמארעקייט קומט מען דארט נישט אן. נפשי חולת אהבתך, דעריבער אנא קל נא רפא נא לה, דאס איז א תיקון היסוד? צו אן ערוועקונג פון געפילען וואס נאר מיט משלים און מליצות קען מען איהר אנטאפען, ווייל די נשמה איז ווייט פון אונז?
וז"ל החזו"א, אם האדם הוא בעל נפש, ושעתו שעת השקט, חפשי מרעבון תאוני, ועינו מרהיבה ממחזה שמים לרום, והארץ לעומק, הוא נרגש ונדהם, כי העולם נדמה לפניו כחידה סתומה, כמוסה ונפלאה, והחידה הזאת מלפפת את לבבו ומוחו, והוא כמתעלף, לא נשאר בו רוח חיים, בלתי אל החידה כל מעינו ומגמתו, ודעת פתרונה כלתה נפשו, ונבחר לו לבוא באש ובמים בשבילה, כי מה לו ולחיים, אם החיים הנעימים האלו נעלמים ממנו תכלית ההעלם, ונפשו סחרחרה ואבלה וכמהה להבין סודה ולדעת שרשה והשערים ננעלו. ע"כ. דאס איז די שפראך פון דער שאקעלענדיגע אויסגעדארטע וואס שטייט אונטער דיר און פראבירט צו קנייטשען די אויגען ביי 'האדרת והאמונה'? דאס איז די מהלך המחשבה פון איינער וואס מאכט א שפיל אין מיט'ן שול פאר די ארומיגע כדי זיי זאלען ח"ו נישט לויפען צום ברודער\פלעמעניק\פעטער\שוועסטער-קינד צוצוקוקען די לעכטיגער הקפות דארט? אדער דער טיפזיניגע אויסדרוק פון די נישט אויסדרוקבאר פון ליבע און בענקשאפט?

ירא שמים » דינסטאג אקטאבער 6, 2015 9:49 pm

· #303325
Re: חגים וזמנים לששון - ברוך המבדיל בין עצבים לשלוות הנפש
ליטוואק צו וועלכע רבי גייטסו שמחת תורה ? כזעע בוסט אזוי באקאנט …

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 6, 2015 9:53 pm

· #303327
Re: חגים וזמנים לששון - ברוך המבדיל בין עצבים לשלוות הנפש
ס'איז דא ווידיאו'ס אנליין פון הקפות, און יעדער בית המדרש האט א פאר קונטרס מורמעלער'ס ביי הקפות

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 10, 2016 2:46 pm

· #352159
ישראל קאפקע
הוגה
דבר בעתו מה טוב. ארויפגעברענגט צוליב'ן רעלעוואנץ.

שכוח @הוגה פארן הערליכן ארטיקל, און פארן צייטליכן ווידער ארויפברענגען.

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 10, 2016 9:37 pm

· #352189
ליטוואק פון בודאפעסט (ס'הייסט, זיין אוואטאר. ווייל דער הייליגער וואודרידזשער האט געהאט א קפידא אויף זיין טרעידמארק.)
זייער שיין אראפגעלייגט. מהאי טעמא זאג איך טאקע נישט קיין סאך יוצרות אום ר"ה און יום כיפור. נאר די פאבליק שטיקלעך. די סאך זאגעכצער לאז איך פאר א צווייטן. ווער ס'האט מער נערוון צו זאגן די אלע פיצינקע ווערטער צווישן איין גרויסן פיוט און דעם צווייטן. און ווער שמועסט נאך אוואו ס'שטייט אין מחזור..."בקצת קהילות אין אומרים זה"... דארט ביניך זיכער פון די קצת קהילות...! איך נוץ אויס די צייט אריינצוקוקן אין א ספר, אדער כאפן א פיינעם זאפטיגן, שטילן שמועס מיט מיין שכן אין ביהמ"ד...!

אייז קריעם » דינסטאג אקטאבער 11, 2016 12:18 pm

· #352259
יעדער דור האט זיך זיין סטייל, ווי סאיז שוין דאקיומענטעד.

אינזערע עלטערן האבן געשעפט חיות פון פאניקן ביים בויען די סוכה און ביים כשר'ן וכדומה.
הינטיגע דור, בכלל, סיי גוים און סיי יודן האבן ליב טשילד און מער איזי גאואינג, אלעס וואס איז מער קאנוועניענט און קאמפערטעבל הרי זה משובח, נישט אז עפעס איז ראנג, נאר אינזערע מאמעס און באבעס האבן געהאט א געוויסע סאטיספאקציע נאכן גוט אפרייבן א קינדס קליידל אדער די פאדלאגע.

איך וואונדער מיך וויאזוי אונזערע זיידעס האבן געקיקט אויף זייערער זיידעס, צו בבחינת ירידת הדורות אדער אכשור דרא.

וויאזוי אונזערע אייניקלעך גייען קוקן אויף אונז, דאס קען איך זיך שוין פארשטעלן...

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 3:20 am

· #352319
אייז קריעם: אונזערע אייניקלעך און איר אייניקלעך גייען קוקן אויף אונז אז אונז האבן געהאט מאדנע הער מאשינדלעך אין די אויערן און מ'האט געהאלטן אין איין רעדן צו זיך אליינס. און מ'האט געהאט אזעלכע פאני באקסעלעך וואס מ'האט געהאלטן אין איין דריקן, אן מ'האט געשמייכלט צו זיך אליין.
אויך וועללן זיי לאכן פון די פארצייטישע אידן וועלכע האבן געהאט קארס און מיני ווענס מיט א געז און ברעיק פעדל. ווייל די מאדערנע קארס פון פונ'ם יאר 2025 וועללן שוין פארן פון זיך אליינס...!

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 3:27 pm

· #365097
איך האב מיר דערמאנט פון דעם ארטיקל יעצט, ערב פורים. עס איז זייער וויכטיג עס צו איבערליינען יעצט.

כלפי מה דברים אמורים? חז"ל האבן אונז מזכה געווען מיט אזא לעכטיגע פרייליכע יו"ט פורים, מרדכי און אסתר האבן געוואלט אידישע קינדער זאלן פייערן דעם פורים בשמחה וצהלה, און עס זאל נתרבה ווערן אהבה ואחוה ושלום ורעות, האבן מען אונז געגעבן די מצוות פון משלוח מנות איש לרעהו, ווי אויך מתנות לאביונים, לכה"פ 2 אביונים, אבער אויב מען האט די מעגליכקייט, איז אדרבה, כל המרבה הרי זה משובח, וכל הפושט יד נותנים לו, מען טרינקט מען טאנצט, מען פארשטעלט זיך און מען לאזט זיך וואוילגיין, דאס אלעס איז א רעסעפי פאר א אמת'ע פרייליכע אחדות'דיגע טאג, וואס קען דען זיין בעסער....

עס וואלט געקענט זיין די שענסטע טאג אינעם יאר. דערווייל איז עס נשתלשל געווארן אין א טאג פון פרעשור און עגמת נפש, גענוי ווי פילע אנדערע ימים טובים ביי אונזער סאסייעטי. שוין וואכן בעפאר אדר איז מען שוין ביזי מיט די צעדרייטע הויך-שטאקיגע שאלאחמאנעס, אפגערעדט פון כלות פאר די מחותנת'טעס – א גזירה פאר זיך, אבער אפילו נאר צווישן די שכנים און קרובים מוז מען זיין "ספעציעל", אנשטאט "יענעם" דערפרייען מיט א גוט שטיקל עסן, דערפרייעט מען "זיך" מיט א געצווינגענעם קאמפלימענט פאר א שטיקל נארישע טשאקאלאד ארומגעדרייט א אראנדזש מיט א סאוער-סטיק, וואס יענער ווארפט גלייך אריין אין מיסט, שטייצעך אויב די קינדער עספיען נישט עס ארויסצוכאפן פונעם קארב ווען די מאמע זעהט נישט און עס שנעל איינשלינגען בשעת עס איז אנגעשמירט מיט די רויטע פארב פונעם פרצופ'ל....

וואס ברענגט צו די נושא פון פארשטעלעכץ... וויפיל טעג און וואכן פלאנירט מען, וויפיל כח און מח און געלט!! גייט אריין אין די פארשטעלאכץ, א THEME דארף מען גאר, הו קעירס, כ'גיי נישט איבערשרייבן שטיסל'ס גאנצע געלונגענע אשכול, עיי"ש ותמצא נחת לרוב.

עס קומט צו די מגילה, א גאנצע פרעשור ווער גייט וואו, ווען. דא הייבט מען אן פריער, אבער ברכה'לע דארף בעביסיטן, דארט אין יענע שול הייבט מען אן שפעטער, סאו דו וועסט זיין דא אדער דארט? אה איך הער אז מושי וועט ליינען די מגילה ביי באבי, וויפיל אזייגער? וועסט מיך טראגן אהין?

ווייטער מאכט מען א גאנצע ליסטע פאר וועמען עס "פאסט" צו געבן שאלעכמאנעס, צום אלעם ערשטן איז כ"ק אדמו"ר שליט"א אליינס, ער וועט דאך מיר זיכער מער ליב האבן נאך אזא שיינע משלוח מנות, ממש דאס מיינען דאך חז"ל מיט 'להרבות רעים'... און מתנות לאביונים? אויך פאר'ן רבי'ן, וואדען, ווער נאך ווי אים ער דארף נעבעך אנקומען צו מיינע פדיונות, דער רבי איז דאך אן עני ואביון אן א דזשאב, מען דארף אים דאך צאמשטעלן געלט פאר יעדע פוירסט-קלעס נסיעה און ביי יעדע חתונה א פערמיט אפצושפארן די הויפט גאס, ער קען עס נישט אליינס עפפארדן; פון דארטן גייט מען צו נאך 50 אידן געבן שלחמנות, קיינער פון זיי דארף נישט דיין וועיפער און לאלי פאפ, דאס איז קיינמאל נישט געווען די כוונה פון חז"ל, יענער האט בכלל נישט קיין הנאה, און איך מיט מיין משפחה מוטשעט זיך אין די קעלט אדער די היץ, צי אין די שיכור'ע גאס, צי אויפ'ן ראוד אין די ביטערע טרעפיק, מען קען צומאל פלאצן, יא, אודאי עס איז "פאן", מען זעהט א גרויסע קלאוני מיט א פאני הוטל אויפן קאפ, הא הא הא, און איין קאר פארט אדורך מיט אויפגעהויבענע ווייפערס מיט הענטשוך אנגעבינדן דערויף און עס דרייעט זיך רעכטס און לינקס, די קינדער קאטשען זיך... עכ"ז מוטשעט עס אויס.

נאכדעם דארף מען גיין צו אלע מלמדים און טיטשערס, יעדער וואוינט אויף א אנדערע עק פון שטאט, יעדער האט אנדערע צוויי שעות אויפצונעמען, לא ראי זה כראי זה, הצד השווה שבהן אז יעדעס איינע קומט אן מיט קאפ-וויי, און פארוואס דארף מען דען גיין, אה, ווייל דאס קינד וויל ווייזן פאר'ן רבי'ן אז ער איז א פארשטעלט פאר א מעכטיגע טויס-4-יו לייב, ער וויל אויספרובירן צי דער מלמד וועט אים דערקענען... ווער רעדט נאך אויב מען קען נישט אנקומען צו יענעם טיילן משלוח מנות, זענען שוין פאראן פילע ארגאניזאציעס אדער געשעפטן וואס דעליווערן אפאר טשאקאלאדן אין דיין נאמען פאר יענעם פאר בלויז אפאר טאלער, ויקרא שמו בישראל משלוח מנות... וואט עי דזשאוק... קאמאן!

נאכ'ן אפרעכטן אזא שיינעם טאג, קומט מען אהיים אן קיין טראפ כח, מען שרייעט אויף די קינדער, כאטש זיי קענען קוים הערן, זיי זענען ביזי רוקן נאש פון אלע שלחמנות, זיי זענען הייפער פון די צוקער, און די שיכורים ליגן אויף דער ערד, דער וויינט, דער שרייעט, דער ברעכט, און די מוזיק הילכט אין די גאסן, אזש מ'ווייסט נישט וואו צו לויפן...

דערנאך האט מען גענומען דעם כל הפושט יד און מען האט דאס אויכעט אביוזט אויף א געפערליכן פארנעם, קע"ה פון די צענדליגער טויזענטער קינדערלעך תשב"ר, אלע קומען ביי מיר קלאפן מיט זייערע הענטעלעך, און די טויזענטער בחורי חמד, און אודאי די געווענליכע געלט גייערס, פאר זיך צו פאר יענעם, כל מיני צוועקן, אלעס בו ביום, שוין פון פארטאגס, וואס רעד איך, שוין פון ביינאכט אינמיטן די מגילה, עס הויבט נאר אן שמעקן די פאררויכערטע המן פייערקרעקערס, און שוין מישט זיך אויס די המן קלאפער געצייג מיט די געלט גייערס קלאפעריי, ווען האבן זיי געהערט די מגילה? ווייסט איין באשעפער.... ממש עס האט נישט קיין שיעור, כ'קען דאך נישט פארטיילן פורים מער פון 700 טויזענט, סארי, כ'האב נישט מער, יא שעפעלע איך ווייס עס שטייט כל הפושט יד נותנים לו, אבער עס שטייט נישט וואס, אפשר קען מען געבן א פעטשל אזוי ווי דער כיתה ד' מלמד...

לאמיר נישט מאריך זיין דערין, די טעמע איז שוין אויכעט געווארן אויסגעשמועסט דא מערערע מאל אין שטיבל, און איך בין שוין האלב שיכור (פון פאסטן...) איך לויף פון איין נושא צום צווייטן, בעיקר וויל איך ארויסברענגען אז די משפחות וואס לויפן ארום אן א קאפ פאר גאנצע וואכן בעפאר פורים ובפרט בו ביום, זיי זענען זיך מיאוס טועה, זיי טוען פונקט דאס פארקערטע וואס חז"ל האבן מתקן געווען, מען נעמט א פרייליכע טאג און מען פארוואנדלט דאס אין איין שטיק אנגעצויגענקייט, געהעריג מחללי יו"ט! ערגער ווי טראגן שבת מיט'ן וויליאמפעסטע עירוב!

האט'ס מיר אלע א פרייליכן פורים.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 3:37 pm

· #365098
שוין צו שפעט. פעטש איז שוין געפלויגען רעכטס און לינקס.

נעקסטע יאר וועט זיין בעסער

אייז קריעם » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 4:19 pm

· #365103
מען פארגעסט פון פנימיות און מען מאכט פונעם חיצוניות אן עיקר, עס איז אזוי ווי איינער זאל אנטוהן דעם רעקל inside out.

גראדע פאלט מיר איין זיך אזוי צו פארשטעלן דעם פורים. אנטוהן דעם רעקל און הויזן פארקערט. אוי, איך וועל דאך נישט האבן קיין טאשן....

גראדע האלט איך אז עס זענען פשוט דא מענטשן וואס קענען נישט זעהן נאר הנראה לעינים און וואס ווילן מיר נעבעך פון זיי. משא"כ די קליגע ווייסן דאך וואס צו טוהן.

הוגה » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 11:31 pm

· #365171
גוט געזאגט, שמעקעדיג. איך האב עפעס את שטיקל פילינג אז פורים איז נישט דיין מערסט פעיוועריט יום טוב. 😃

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 1, 2017 12:16 pm

· #365256
וואס רעדסטו נארישקייטן???????
I looooooooove Purim......

Written under the influence....