☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא מוויזניץ (זצ"ל)

בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא מוויזניץ (זצ"ל)

156 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7270
בלאט: 1 2 3 4

ימי קדם » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:11 am

· #226145
בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא מוויזניץ (זצ"ל)
ווי געווענליך מיט אלע נייעס בחצר וויזניץ מאנסי, הערט מען ממש גארנישט אינדרויסן פון מאנסי, קטן כגדול. יעצט איז שוין אבער לא עת לחשות.

כ''ק מרן אדמו''ר הגה''ק זקן האדמורי''ם רבי מרדכי בן מרגליא שליט''א איז בעוה''ר מוטל על ערש דוי, און איז זקוק לרחמי שמים מרובים. ווי דער מצב איז יעצט איז עס נישט מוגדר אלס 'מסוכן' די דאקטורים זאגן אבער אז אויב די רבי ווערט נישט בעסער און די קומענדיגע טעג, דען קען זיך עס דערקייקלן זייער שנעל.

ראש השנה אין מאנסי איז די 'זמן קהילה לכל' ווען די גאנצע קהילה מכל קצוי תבל, טויזענטער אידן (היי יאר איז געווען איבער 2100 זיצן, און רוב יונגע יונגעלייט, אונטער 30 קויפן בכלל נישט קיין זיצען, און אוודאי נישט קיין בחורים) קומען זיך מסתופף זיין בצילו פונעם רבי'ן. ממילא איז עס געווען א גרויסער צער אז די רבי האט נישט געפירט במשך דעם גאנצען יום טוב.

די ערשטע נאכט, וואס איז באקאנט צו זיין די קלימאקס פונעם יום טוב, ווען דער רבי גייט ארויף אויפן ארון קודש נאכן דאווענען מאכט קידוש, וואונטשט לשנה טובה, זינגט, און זאגט תורה, איז די רבי בכלל נישט אריינגעקומען. די ערשטע טאג איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית געהעריג, געזאגט אדון עולם, און געדאווענט פון המלך ביז שמונה עשרה, נאכדעם ארויסגעגאנגען. די רבי איז צוריק אריינגעקומען צו תקיעת שופר, פארגעזאגט דריי מאל למנצח לבני קורח מזמור בקול כנהוג, מן המיצר, און די ברכות, ער האט פראבירט בלאזן אבער האט נישט געקענט, מען האט אים ארויסגעטראגן און מער איז ער נישט אריינגעקומען א גאנץ יום טוב. נאר מוצאי שבת האט מען געפענט די מחיצה פונעם עזרת נשים וואו די רבי איז געזיצן אפאר מינוט, און אנגעוואונטשן די גאנצע עולם.
במשך יום טוב האט די רבי נישט געפירט קיין איינע פון די טישן.

די ערשטע טאג יום טוב האט מען אריבערגערופן דעם דאקטער, וואס האט געזאגט אז די איינציגסטע פראבלעם איז אז עס פעהלט אים אקסידזשין, מען האט אים געגעבן, און טאקע די צווייטע טאג איז געווען בעסער, און די רבי האט געדאווענט מיט א מנין מצומצם אינדערהיים.

זונטאג האט זיך די מצב צוריק פארערגערט און מען האט אריינגעפירט דעם רבי'ן צו מאונט סיני שפיטאל, די דאקטוירים זאגן אז דערווייל איז זעהן זיי נישט קיין גרויסע פראבלעמען, אויס אבער די קליינע פראבלעמען ווי די אטעמען און די בלוט דרוק פארבעסערן זיך נישט און די קומענדיגע טאג צוויי, קען עס פאראורזאכן ברייטערע קאמפליצירטע פראבלעמען.

יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:14 am

· #226146
פילייכט וואלט געווען כדאי אויסצוטיילן פון דעם רבי'נס מיליאנען פאר צדקה לזכות רפואתו.

ימי קדם » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:19 am

· #226148
דו מיינסט די מיליאנען וואס ער האט שוין פארטיילט פאר די קינדער? אדער פאר צדקה? די רבי האט אלע יארן געטיילט אויף א פארנעם וואס סאך רייכערע פון אים האבן נישט געגעבן קיין צענטל אזוי סאך. און בכלל היינט האט ער שוין גארנישט, חוץ וואס חסידים געבן, יא, דאס איז אסאך, אבער אלעס ווערט פארטיילט.

בפרט יעצט פאר יום טוב איז באקאנט אז ער האט געהייסן אז דאס גאנצע געלט זאל גיין פאר אחד מאנ''ש אין א''י וואס האט זיך פארדרייט מיט די מאפיא.

טעפל » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:49 am

· #226152
ישר כוח ימי קדם פאר'ן באריכט, די אייבישטער זאל העלפען זאלסט אונז נאר ברענגען בשורות טובות!

דריידל » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:32 am

· #226165
יאיר
פילייכט וואלט געווען כדאי אויסצוטיילן פון דעם רבי'נס מיליאנען פאר צדקה לזכות רפואתו.


איים סארי, אבער דיין תגובה איז זייער נישט פאסיג. ממה נפשך, אפרישיעטסטי זיין ערליכקייט, דאן ווי קומט דא אריין ליצנות? ; טאמער האלטסטי נישט פון אים, פארוואס זאגסטי נישט עפעס ערענסט וואס ער דארף מתקן זיין?

קענסט מיר זאגן פארוואס אין די וועלט ער זאל דארפן אוועקגעבן זיין געלט פאר צדקה? ער האט פיפצן קינדער און הינדרעטע אייניקלעך וועמען ער האלט אויס למחצה לשליש ולרביע. די גמרא זאגט עושה צדקה בכל עת, זה המפרנס בניו ובנותיו הגדולים. פארוואס זאל די געלט נישט בלייבן פאר זיי?

כוכב » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:42 am

· #226168
א נחת צו זען ווי דער וויזשניצער פונק טוליעט ווי קיינמאל בעפאר.

אכט געבן ווען מ'זינדיגט דער רבי וועט נאך אויסזאגן פאר גאט ברוך הוא.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:16 pm

· #226211
קודם כל ווען מען זאגט תהילים פאר א חולה טאר מען נישט זאגען קיין טיטלען... נישט קיין מרן, רב, רבינו... גארנישט... נאר די נאמען פון חולה.

צוויטענס
קאן מיר איינער אפשר מסביר זיין?
ביי זיין ברודער, ר' משה'לה האט מען געזאגט תהילים פאר
משה בן מרגלית

און יעצט זאגט מען פאר
מרדכי בן מרגליא

וואס איז זייער מאמעס נאמען געווען?
אדער אפשר זענען זיי ברידער פון די טאטע?

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:19 pm

· #226213
לאמיר אלע האפן אז דאס מאל וועלן די מצוקים געווינען און אראלים וועלן מיאוס פארלירען.

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:28 pm

· #226217
יאיר
פילייכט וואלט געווען כדאי אויסצוטיילן פון דעם רבי'נס מיליאנען פאר צדקה לזכות רפואתו.

יאיר: ווען מ'קען געיבן א "לייק" מיט א סמיילי, וואלטיך דיר געגעיבן. נאדיר: 👍 😂 🙄 😠 😛 😛 😛 😳 😮

גאלד » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:32 pm

· #226219
קאווע טרינקער
לאמיר אלע האפן אז דאס מאל וועלן די מצוקים געווינען און אראלים וועלן מיאוס פארלירען.

דאס פאסירט יעדן טאג, ווען א רשע שטארבט, איז דא א פארקערטע מלחמה קיינער ברויך איהם נישט און די אראלים פארלירן מיאוס, גלייב מיר זיי פארלירן מער ווי די מצוקים

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:46 pm

· #226222
ציבעלע-קיגל
קודם כל ווען מען זאגט תהילים פאר א חולה טאר מען נישט זאגען קיין טיטלען... נישט קיין מרן, רב, רבינו... גארנישט... נאר די נאמען פון חולה.

צוויטענס
קאן מיר איינער אפשר מסביר זיין?
ביי זיין ברודער, ר' משה'לה האט מען געזאגט תהילים פאר
משה בן מרגלית

און יעצט זאגט מען פאר
מרדכי בן מרגליא

וואס איז זייער מאמעס נאמען געווען?
אדער אפשר זענען זיי ברידער פון די טאטע?

יא: זייט זיי ( וויזניץ/מאנסי) זענען געווארן "פאליטיק'לי קארעקט", און זיי חנפנ'ען זיך צו סאטמאר, זאגט מען און מ'שרייבט "מרגליא", ווייל "מרגלית" קלינגט אפשר ווי עברית, ר"ל. אזוי ווי למשל, מ'האט געקענסל'ט א תפילת מנחה ברבים אין מאנהעטן, צוזאמען מיט די אגודה אויף 5 ביעקמאן סטריט מיט פארשיעדענע נארישע תירוצים. אדער, אז מ'האט נישט געברענגט דעם רבי'ן צום סיום הש"ס העולמי פון דף היומי, ווייל הרב לאו איז דארט געוועין, און ר'האט גערעדט אויף עברית. (צוויי עבירות בהעלם אחד(.
נאר, ס'עט זיי גארנישט העלפן. און צווייטנס. זיי האבן א גרויסן רבי'ן ה' יאריך ימיו ושנותיו. איז, פארוואס מאכן זיי זיך נאריש?!... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮

יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 4:06 pm

· #226235
ימי קדם
דו מיינסט די מיליאנען וואס ער האט שוין פארטיילט פאר די קינדער? אדער פאר צדקה? די רבי האט אלע יארן געטיילט אויף א פארנעם וואס סאך רייכערע פון אים האבן נישט געגעבן קיין צענטל אזוי סאך. און בכלל היינט האט ער שוין גארנישט, חוץ וואס חסידים געבן, יא, דאס איז אסאך, אבער אלעס ווערט פארטיילט.

בפרט יעצט פאר יום טוב איז באקאנט אז ער האט געהייסן אז דאס גאנצע געלט זאל גיין פאר אחד מאנ''ש אין א''י וואס האט זיך פארדרייט מיט די מאפיא.

דאס איז באמת א חשוב'ע זאך מיט וואס ווייניג רבי'ס קענען זיך בארימען. לאמיר זיך מצרף זיין מיט א קאפיטל תהלים פאר א איד א תלמיד חכם און עובד את ה' בתמימות וואס רבים צריכים לו, לשיטת הסוברים כתיבה כדיבור דמי.
א לַמְנַצֵּחַ, מִזְמוֹר לְדָוִד.
ב יַעַנְךָ ה' בְּיוֹם צָרָה יְשַׂגֶּבְךָ שֵׁם אֱלֹקי יַעֲקֹב.
ג יִשְׁלַח-עֶזְרְךָ מִקֹּדֶשׁ, וּמִצִּיּוֹן יִסְעָדֶךָּ.
ד יִזְכֹּר כָּל-מִנְחֹתֶךָ, וְעוֹלָתְךָ יְדַשְּׁנֶה סֶלָה.
ה יִתֶּן-לְךָ כִלְבָבֶךָ, וְכָל-עֲצָתְךָ יְמַלֵּא.
ו נְרַנְּנָה, בִּישׁוּעָתֶךָ וּבְשֵׁם-אֱלֹקינוּ נִדְגֹּל; יְמַלֵּא ה' כָּל-מִשְׁאֲלוֹתֶיךָ.
ז עַתָּה יָדַעְתִּי כִּי הוֹשִׁיעַ ה' מְשִׁיחוֹ. יַעֲנֵהוּ מִשְּׁמֵי קָדְשׁוֹ, בִּגְבֻרוֹת יֵשַׁע יְמִינוֹ.
ח אֵלֶּה בָרֶכֶב וְאֵלֶּה בַסּוּסִים; וַאֲנַחְנוּ, בְּשֵׁם-ה' אֱלֹקינוּ נַזְכִּיר.
ט הֵמָּה, כָּרְעוּ וְנָפָלוּ וַאֲנַחְנוּ קַּמְנוּ וַנִּתְעוֹדָד.
י ה' הוֹשִׁיעָה, הַמֶּלֶךְ יַעֲנֵנוּ בְיוֹם-קָרְאֵנוּ.

zurich » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 4:28 pm

· #226238
יאיר ביסט א געפערליכע לץ!

פארוואס? » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 5:37 pm

· #226248
@יאיר, גם לשיטת הסוברים כתיבה כדיבור דמי. עדיין צ״ע, אם copy/paste ככתיבה דמי.

ואת״ל דככתיבה דמי, מצינא לרפאות את כל החולים, ע״י סיום אלפי רבבות פעמים ספר תהלים בכמה שניות.

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 4:20 am

· #227641
ווייסט איינער צו די וויזניצער רבי איז געוועהן אין ביהמ״ד יוכ״פ ? נו @ימי קדם א באריכט ביטע ?

דריידל » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 8:00 am

· #227651
שמעתי אז די רבי האט פארגעזאגט איין מאל כל נדרי, און שמע ישראל ביי נעילה.

ב"ה מ'זעט אז מיינע תפילות האבן א כח

הדד בן בדד » מאנטאג אקטאבער 6, 2014 7:19 pm

· #227788
יאיר
פילייכט וואלט געווען כדאי אויסצוטיילן פון דעם רבי'נס מיליאנען פאר צדקה לזכות רפואתו.


יאיר, דו ביסט זיס, דו ביסט נישט נושא פנים פאר קיינעם. איך האב הנאה פון דיר.

ימי קדם » זונטאג אקטאבער 12, 2014 10:47 pm

· #228615
א קורצע אפדעיט:

במשך די ערשטע טעג איז די רבי אריינגעקומען נאר איינמאל צום זינגן תתברך ביי שחרית. די מצב איז זייער נישט גוט.

קאווע טרינקער » זונטאג אקטאבער 12, 2014 10:56 pm

· #228620
ימי קדם
די מצב איז זייער נישט גוט.

פאר וועם? פאר די קינדער וואס ווארטן?

סאו וואט » זונטאג אקטאבער 12, 2014 10:57 pm

· #228621
למאי נפק"מ?
למקח וממכר...

ימי קדם » זונטאג אקטאבער 12, 2014 11:07 pm

· #228623
קאווע טרינקער
ימי קדם
די מצב איז זייער נישט גוט.

פאר וועם? פאר די קינדער וואס ווארטן?

אויף וואס פונקטליך ווארטן זיי? אלע קינדער האבן זיך שוין זייערע אייגענע קהילות, און די וואס גייען זיין רבי'ס האבן שוין א רביסטיווע. וואס פונקטליך פעהלט זיי יעצט? די קאלירטע בעקעטשעס און די פאנאטישע חסידים קומען משוגע מאכן אויף יעדע קליינקייט? איך מיין זיי זענען אלע מוותר דערויף 😉

סאו וואט » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 2:01 pm

· #228737
ימי קדם
קאווע טרינקער
ימי קדם
די מצב איז זייער נישט גוט.

פאר וועם? פאר די קינדער וואס ווארטן?

אויף וואס פונקטליך ווארטן זיי? אלע קינדער האבן זיך שוין זייערע אייגענע קהילות, און די וואס גייען זיין רבי'ס האבן שוין א רביסטיווע. וואס פונקטליך פעהלט זיי יעצט? די קאלירטע בעקעטשעס און די פאנאטישע חסידים קומען משוגע מאכן אויף יעדע קליינקייט? איך מיין זיי זענען אלע מוותר דערויף 😉


זיי ווארטן אויף מתי ימות זקן ההוא, ויקרבו ימי אבל אבי, ואכני אנהיג את הדור...

ימי קדם » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 2:12 pm

· #228738
מיט וואס וועלן זיי פירן מער פון היינט? ר' ישראל פון מאנסי פירט האלב מאנסי אזוי אויך. ר' יצחק יוחנן איז פון די אנגעזעהנע רבנים אין וויליאמסבורג אזוי אויך. ר' מענדיל האט זיך זיין שטעטל, און חוץ דעם האט ער נישט קיין השפעה. קיין איינע פון די גייען זיך נישט קיין סאך טוישן.

קאווע טרינקער » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 3:51 pm

· #228773
שוין, מ'וועט דיר נאכגעבן אויף דעם חלק. אבער וואס פשט אז מ'דארף אים אריינברענגען צו זינגען "תתברך" ער איז דען א חזן?

ימי קדם » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 3:54 pm

· #228774
זינגען תתברך איז איינע פון די הויכפונקטן פונעם יום טוב אין וויזניץ.

קאווע טרינקער » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 8:44 pm

· #228822
נוסח ספרד זאגט תתברך טאג טעגליך!! הא הא!

ימי קדם » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 3:37 pm

· #228927
ברוך ה' די רבי שליט''א איז היינט אריינגעקומען צו שחרית ווי געהעריג, געזאגט די ברכות, און צום ערשטן מאל דעם יום טוב פארגעדאווענט הלל און הושענות כבימי קדם. אזוי אויך די נענועים אלע פיר מאל ווי געווענליך. ביי ''אודך כי עניתני' האט די רבי זיך ממש צופייערט, און געזאגט בקול רם מיט א ספעציעלע תנועה.

אזוי אויך האט די רבי אויפגענומען דעם ציבור נעכטן נאכט, און היינט נאך שחרית לברך ולהתברך בגמר טוב לקראת הושענא רבה הבעל''ט.

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 8:52 pm

· #228970
נו אז דער רבי דאווענט ווי ימי קדם קען ימי קדם דאווענען ווי דער רבי.

ראש הישיבה » מיטוואך אקטאבער 15, 2014 3:17 pm

· #229035
דער רבי האט היינט געדאווענט פארן עמוד. מען האט ב"ה געקענט הערן. דער מצב אין ביה"מ איז געווען רואיג כבשנים קדמוניות. די תפלות זאלן נתקבל ווערן לרצון
א גוט קוויטל א גוט פדיון און א זיס יאר

שבת אחים » זונטאג אפריל 3, 2016 9:39 pm

· #327456
C/p

Vizhnitz-Monsey rebbe just got rushed to the hospital after being unwell and suffering strong, please daven for מרדכי בן מרגליא לרפואה שלימה

רויטע וואנצעס » זונטאג אפריל 3, 2016 10:03 pm

· #327466
/
photo_2016-04-03_22-03-26.jpg

שבת אחים » זונטאג אפריל 3, 2016 10:35 pm

· #327473
די רבי לאזט דאך נישט כאפן קיין בילדער רח"ל! מסתם געכאפט מיט א סמארטפאון ה"י היל"ת!

שבת אחים » זונטאג אפריל 3, 2016 10:57 pm

· #327476
C/P

רבותי, זאגטס תהלים! רבינו שליט"א איז ל"ע זייער שוואך. מנחה האט ער געדאווענט אין בעט. נאך מנחה איז ר' יאסל ראאב ארויסגעקומען און געוויינט היסטעריש אז מ'זאל איינרייסן לרפואת רבינו שליט"א

האדמו"ר מויזניץ-מאנסי בדרך לביה"ח אחרי שלא חש בטוב ויסורים חזקים, מרן מרדכי בן מרגליא לרפו"ש.

שבת אחים » זונטאג אפריל 3, 2016 10:58 pm

· #327477
עפעס מיט די קישקעס, די מצב איז נישט גיט.

תהילים כעת בבית מדרשו בוויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, גיבערס.

שטילע אינגערמאן » זונטאג אפריל 3, 2016 11:07 pm

· #327479
שבת'ל כ'זעה ס'ברענט אין דיר, קום אריין אין ביהמד אין וויזניץ מיטן פלעסטיק גלעזער אונעם גארטעל, כאפ א תהלים און מאך קולות, טוה וואס דיין הארץ באגערט.

שבת אחים » זונטאג אפריל 3, 2016 11:09 pm

· #327480
מיין טאטע האט מיך געטעקסט איך זאל זאגן תהלים. איך האב שוין געהאלטן כמעט ביים סוף פון קאפיטל קי"ט און איך האב באמערקט אז מיין היט איז געוועהן אויף די לינקע זייט (כבין דאך א לינקער 😉 ל"ע ול"ע), איך האב שנעל אויסגעדרייט די היט אויף די רעכטע זייט כמנהג וויזניץ און אנגעפאנגען נאכאמאל די קאפיטל, אז נישט איז מען נישט יוצא!

א איד » זונטאג אפריל 3, 2016 11:36 pm

· #327484
Re: בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא שליט''א מוויזניץ
דיין טאטע האט טעקסט?

שבת אחים » מאנטאג אפריל 4, 2016 12:35 am

· #327490
א איד
דיין טאטע האט טעקסט?


זעהט זיך אויס אז יא

גר ותושב » מאנטאג אפריל 4, 2016 4:16 am

· #327498
Re: בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא שליט''א מוויזניץ
ביה"ח מאונט סיני: לאחר בדיקות מקיפות בביה"ח הוחלט עפ״י עצת הרופאים להשאיר את האדמו"ר מויזניץ ממונסי להשגחה עד הבוקר (ב׳) למרות ששרוי בהכרה מלאה ואין סכנה לבריאותו וישוחרר בעז״ה בשעות הבוקר לביתו.

ברוך שאמר » מאנטאג אפריל 4, 2016 11:50 am

· #327543
עפעס נייעס פון שפיטאל אויב איינער ווייסט?

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג אפריל 4, 2016 2:06 pm

· #327561
די רבי שליט''א איז שוין ב''ה אהיים

שבת אחים » מאנטאג אפריל 4, 2016 3:21 pm

· #327570
התם ומתמם עם תמימים
די רבי שליט''א איז שוין ב''ה אהיים


מיינסט צוזאגן ״לביתו נאווה קודש״! א רבי האט נישט קיין היים.

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 4, 2016 6:20 pm

· #327580
שבת אחים
מיין טאטע האט מיך געטעקסט איך זאל זאגן תהלים.

התם ומתמם עם תמימים
די רבי שליט''א איז שוין ב''ה אהיים


ביסטו דאך יא גערעכט!

שבת אחים
זעהט זיך אויס אז מיין תהלים העלפט יא!

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/327368">viewtopic.php?p=327368#p327368</a><!-- l -->

ווילסטו זאגן תהלים פאר מיר אויכעט?

חכם עתיק » מאנטאג אפריל 4, 2016 6:56 pm

· #327586
א גאנצע רעש וועגן א מאגן ברענעניש.

ווען איך פלעג קארשן און צ"ון פלעגט מיר אויך ברענען

petergrifin » מאנטאג אפריל 4, 2016 10:35 pm

· #327620
חכם עתיק
א גאנצע רעש וועגן א מאגן ברענעניש.

ווען איך פלעג קארשן און צ"ון פלעגט מיר אויך ברענען


And how old are you?

אדונינו » דינסטאג אפריל 5, 2016 1:22 am

· #327631
.

אדונינו » דינסטאג אפריל 5, 2016 1:24 am

· #327632
אדונינו
petergrifin
חכם עתיק
א גאנצע רעש וועגן א מאגן ברענעניש.

ווען איך פלעג קארשן און צ"ון פלעגט מיר אויך ברענען


And how old are you?

He is 95, i know him well mr. petergrifin

שבת אחים » דינסטאג אפריל 5, 2016 1:51 am

· #327634
חכם עתיק
א גאנצע רעש וועגן א מאגן ברענעניש.

ווען איך פלעג קארשן און צ"ון פלעגט מיר אויך ברענען


ער איז דאך די עלטסטע אדמור אויף די וועלט היינט! און פון די איינציגסטע איבערגעבליבנע רבנים וואס קומען נאך פון די אלטע היים! וואס רעדסטו נערישקייטן! ער האט טויזענטער חסידים וואס האלטן אז ער איז זייער וועג ווייזער. דו האסט איין חסיד?

petergrifin » דינסטאג אפריל 5, 2016 9:56 am

· #327658
Re: בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא שליט''א מוויזניץ
@אדונינו דו הייסט אפשר חכם עתיק?

שבת אחים » דינסטאג אקטאבער 24, 2017 3:19 am

· #387429
די מצב איז נישט גוט. מהאט אים פריער אריינגעפירט אין מאונט סיני האספיטאל.

השדתלו והרבו תחינה ובקשה
מרן מרדכי בן מרגליא לרפ״ש בתשח״י
בלאט: 1 2 3 4