☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא מוויזניץ (זצ"ל)

בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא מוויזניץ (זצ"ל)

156 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7270
בלאט: 1 2 3 4

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 8:46 pm

· #389703
איך אויך
הנומ= הנולד מן.

אבער שבתל אפשר אלס וועזניטצער קענסטו מיר מסביר זיין וואסי די משוגעת פון מרגליא ווען עס איז קלאר פאר יעדן אז די מאמע האט געהייסן מרגלית? דאס אז דער רבי איז אין אמעריקא געווארן נאנט מיט סאטמאר און געווארן א קנאי וואס מיינט אז מרגלית איז צו עברית סאונדינג טוישט זיך די מאמעס נאמען למפרע?

איך אויך: וואס פארשטעיסטו דא נישט...?!: אויב זי וואלט געהייסן מרגלית וואלט דער התאחדות נישט געקענט ארויסגעבן דעם קול קורא לזעקה ולתפילה. משא"כ די עדה הרדית זענען דאך האלבע אפיקורסים. שוין ליידער טיילווייז פארכאפט געווארן אין די נעץ פון ציונות, רח" ל מהאי דעתא. זיי שרייבן..."מ'מונסי"... מיט א ווא"וו. הרב מנשה פיליפ שליט"א האט אויף דעים צו דרשנ'ען תילי תילים של שטותים והבלים..!

איסר האטלקי » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:19 pm

· #389713
סאכדעס האט אים היינט מכתיר געווען אלס "זקן האדמורי"ם בדורינו". נאר איינמאל ער איז שוין אויפן רעספארעיטאר...

איך האף נאר אז זיי האבן געפרעגט רשות פון די אייניקלעך פון כ"ק מווערדאן שליט"א איידער זיך באנוצן מיט זייער זיידנס טיטל... אדער קען זיין אז ער איז נישט זקן הרבנים אין קאנאדא אויך...

איסר האטלקי » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:22 pm

· #389715
סמבטיון
פינעם לעצטן בילד ווייזט אויס אז ר' ישראל האט נאך נישט פארלאזט דעם טאטענס בעט זייט שבת, מערקט די ווייסע זאקן.

די ווייסע זאקן איז שוין פאר נעקסטע וואך מסתמא, ווען ער גייט שוין גיין דערמיט א גאנצע וואך...

געדענק איך ווען דער ברך איז געווען אין שפיטאל אין זיינע לעצטע טעג, א פאר ווייסע זאקעלעך איז געפאלן אויף דער ערד, הגרז"ל האט אויפגעהויבן זיין רעשוואלקע צו זען אויב עס איז זיינס, איז ארויסגעפאלן א זילבערנע שטעקן....

יהודי פשוט » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:35 pm

· #389720
Re: בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא שליט''א מוויזניץ
איסר האטלקי
סמבטיון
פינעם לעצטן בילד ווייזט אויס אז ר' ישראל האט נאך נישט פארלאזט דעם טאטענס בעט זייט שבת, מערקט די ווייסע זאקן.

די ווייסע זאקן איז שוין פאר נעקסטע וואך מסתמא, ווען ער גייט שוין גיין דערמיט א גאנצע וואך...

געדענק איך ווען דער ברך איז געווען אין שפיטאל אין זיינע לעצטע טעג, א פאר ווייסע זאקעלעך איז געפאלן אויף דער ערד, הגרז"ל האט אויפגעהויבן זיין רעשוואלקע צו זען אויב עס איז זיינס, איז ארויסגעפאלן א זילבערנע שטעקן....
אויב געדענק איך גוט אין וויזניץ גייען נישט די רבי'ס קיין ווייסע זאקן אינדערוואכן

איסר האטלקי » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:38 pm

· #389722
גערעכט, חוץ פונעם ישועות משה סוף ימיו וואס האט יא אנגעטון צוליב די ווייען אויף די פיס.

א איד » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:45 pm

· #389725
Re: בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא שליט''א מוויזניץ
[ציטאט אראפגענומען]
אבער בדעה צלולה ווס. .....

יהודי פשוט » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:52 pm

· #389729
Re: בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא שליט''א מוויזניץ
[ציטאט אראפגענומען]
איך פארשטיי אז כהיום גייט וויזניצ'ער רבי פון מאנסי ווייסע זאקן יעדן טאג פשוט ווייל כמעט יעדן טאג האלט ער אדער אינמיטן שבע ברכות פון אן אייניקל אדער איז דא א ברית פון אן אייניקל

יהודי פשוט » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:56 pm

· #389730
Re: בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא שליט''א מוויזניץ
די בעל הקוה"ט פון ויזניץ גייט אויך ווייסע זאקן

שבת אחים » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 12:56 am

· #389746
איך אויך
הנומ= הנולד מן.

אבער שבתל אפשר אלס וועזניטצער קענסטו מיר מסביר זיין וואסי די משוגעת פון מרגליא ווען עס איז קלאר פאר יעדן אז די מאמע האט געהייסן מרגלית? דאס אז דער רבי איז אין אמעריקא געווארן נאנט מיט סאטמאר און געווארן א קנאי וואס מיינט אז מרגלית איז צו עברית סאונדינג טוישט זיך די מאמעס נאמען למפרע?


קלאר געהייסן מרגלית? וואס? ציונת? אבי גערעדט. זי האט קלאר געהייסן מרגליא דיין רביס שווער איז נאר געווארן פארטשעפט און פארעקשהנט אז זיין מאמע האט געהייסן מרגלית פון ווי נעמט ער עס?

אין איר גזע-די ראחמסטריווקא גזע איז געוועהן באוויסט דער נאמען אלץ ״מרגליא״- די באבע נאך וועמען זי האט געהייסן אויף איר ארגענילער מציבה שטייט קלאר ארויסעקריצט מ-ר-ג-ל-י-א (איך האב געזעהן די בילדער).

ר׳ מאטלע האט געפרעגט זיין מאמע און זי האט געזאגט אז זי הייסט מרגליא-נישט מרגלית- פונקט פארקערט די בני ברקע האבן עס מאדענרזירט און גערופן מרגלית וואס קלינגט בעסער אין עברית. ר׳ מאטעלע איז גערעכט זיין מאמע האט געהייסן מרגליא-גארנישט מיט ציונות. זיין ברודער האט זיך אנגעכאפט אין די (דריטע) כתובה פון זיין טאטען וואס דער קממיותער רב האט ״בטעות״ געשריבן מרגלית ווייל מרגליא איז נישט געוועהן קיין באקאנטע נאמען טאקע נאר אין די ראחמסטריווקא גזע פון ווי זי האט געשטמט און סאיז געבעיסט אויף א פשוטע ״טעות סופר״ -קיינער אין די גזע האט נישט געהייסן מרגלית נאר מרגליא.

שבת אחים » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 2:06 am

· #389750

שבת אחים » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 2:06 am

· #389751

ארי נוהם » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 8:47 pm

· #389826
שבת אחים
איך אויך
הנומ= הנולד מן.

אבער שבתל אפשר אלס וועזניטצער קענסטו מיר מסביר זיין וואסי די משוגעת פון מרגליא ווען עס איז קלאר פאר יעדן אז די מאמע האט געהייסן מרגלית? דאס אז דער רבי איז אין אמעריקא געווארן נאנט מיט סאטמאר און געווארן א קנאי וואס מיינט אז מרגלית איז צו עברית סאונדינג טוישט זיך די מאמעס נאמען למפרע?


קלאר געהייסן מרגלית? וואס? ציונת? אבי גערעדט. זי האט קלאר געהייסן מרגליא דיין רביס שווער איז נאר געווארן פארטשעפט און פארעקשהנט אז זיין מאמע האט געהייסן מרגלית פון ווי נעמט ער עס?

אין איר גזע-די ראחמסטריווקא גזע איז געוועהן באוויסט דער נאמען אלץ ״מרגליא״- די באבע נאך וועמען זי האט געהייסן אויף איר ארגענילער מציבה שטייט קלאר ארויסעקריצט מ-ר-ג-ל-י-א (איך האב געזעהן די בילדער).

ר׳ מאטלע האט געפרעגט זיין מאמע און זי האט געזאגט אז זי הייסט מרגליא-נישט מרגלית- פונקט פארקערט די בני ברקע האבן עס מאדענרזירט און גערופן מרגלית וואס קלינגט בעסער אין עברית. ר׳ מאטעלע איז גערעכט זיין מאמע האט געהייסן מרגליא-גארנישט מיט ציונות. זיין ברודער האט זיך אנגעכאפט אין די (דריטע) כתובה פון זיין טאטען וואס דער קממיותער רב האט ״בטעות״ געשריבן מרגלית ווייל מרגליא איז נישט געוועהן קיין באקאנטע נאמען טאקע נאר אין די ראחמסטריווקא גזע פון ווי זי האט געשטמט און סאיז געבעיסט אויף א פשוטע ״טעות סופר״ -קיינער אין די גזע האט נישט געהייסן מרגלית נאר מרגליא.


דא האסטו א הגדת עדות פון ר' אלי' ניימאן מפי ר' מאטלע איבער זיין מאמעס נאמען. די עדות'ן זעען אויס גאנץ שטארק:

📎 מרגליא - מרגלית.pdf

ונבנתה העיר » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 7:26 pm

· #389894
<a class="postlink" href="https://www.theyeshivaworld.com/news/headlines-breaking-stories/1409721/audio-prof-sorkin-used-igros-kodesh-lubavitcher-rebbe-decide-treat-rav-shteinman-vishnitzer-rebbe.html">https://www.theyeshivaworld.com/news/he ... rebbe.html</a>

קלוגע יודל » פרייטאג דעצעמבער 1, 2017 1:19 am

· #390302
ארי נוהם
שבת אחים
איך אויך
הנומ= הנולד מן.

אבער שבתל אפשר אלס וועזניטצער קענסטו מיר מסביר זיין וואסי די משוגעת פון מרגליא ווען עס איז קלאר פאר יעדן אז די מאמע האט געהייסן מרגלית? דאס אז דער רבי איז אין אמעריקא געווארן נאנט מיט סאטמאר און געווארן א קנאי וואס מיינט אז מרגלית איז צו עברית סאונדינג טוישט זיך די מאמעס נאמען למפרע?


קלאר געהייסן מרגלית? וואס? ציונת? אבי גערעדט. זי האט קלאר געהייסן מרגליא דיין רביס שווער איז נאר געווארן פארטשעפט און פארעקשהנט אז זיין מאמע האט געהייסן מרגלית פון ווי נעמט ער עס?

אין איר גזע-די ראחמסטריווקא גזע איז געוועהן באוויסט דער נאמען אלץ ״מרגליא״- די באבע נאך וועמען זי האט געהייסן אויף איר ארגענילער מציבה שטייט קלאר ארויסעקריצט מ-ר-ג-ל-י-א (איך האב געזעהן די בילדער).

ר׳ מאטלע האט געפרעגט זיין מאמע און זי האט געזאגט אז זי הייסט מרגליא-נישט מרגלית- פונקט פארקערט די בני ברקע האבן עס מאדענרזירט און גערופן מרגלית וואס קלינגט בעסער אין עברית. ר׳ מאטעלע איז גערעכט זיין מאמע האט געהייסן מרגליא-גארנישט מיט ציונות. זיין ברודער האט זיך אנגעכאפט אין די (דריטע) כתובה פון זיין טאטען וואס דער קממיותער רב האט ״בטעות״ געשריבן מרגלית ווייל מרגליא איז נישט געוועהן קיין באקאנטע נאמען טאקע נאר אין די ראחמסטריווקא גזע פון ווי זי האט געשטמט און סאיז געבעיסט אויף א פשוטע ״טעות סופר״ -קיינער אין די גזע האט נישט געהייסן מרגלית נאר מרגליא.


דא האסטו א הגדת עדות פון ר' אלי' ניימאן מפי ר' מאטלע איבער זיין מאמעס נאמען. די עדות'ן זעען אויס גאנץ שטארק:

📎 מרגליא - מרגלית.pdf

דא האט איר אויף פארקערט
📎 מרגליתא חלק א.pdf 📎 מרגליתא חלק ב.compressed.pdf

שבת אחים » זונטאג דעצעמבער 3, 2017 10:46 pm

· #390429
די רבי איז אין אינדערהיים. די מצב האט זיך פארערגערט. איז עס נישט גיט.

שאולדיספריםפאקער » זונטאג דעצעמבער 3, 2017 10:55 pm

· #390430
פארוואס האט מען אים אהיים געלאזט ?

בן אדם » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 10:54 pm

· #392419
בקשו רחמים

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך יאנואר 3, 2018 8:33 pm

· #392738
די מצב איז איום ונורא
רבותי נעמט די תהילמ'ל אין רייסט איין
דארף א גאר גרויסע ישועה

ברוך שפינוזה » מיטוואך יאנואר 3, 2018 8:35 pm

· #392739
התם ומתמם עם תמימים
די מצב איז איום ונורא
רבותי נעמט די תהילמ'ל אין רייסט איין
דארף א גאר גרויסע ישועה

פרואווט דאווענען פאר מרדכי בן מרגלית אפשר וועט עס העלפן...

קלוגע יודל » מיטוואך יאנואר 3, 2018 8:36 pm

· #392740
Re: בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא שליט''א מוויזניץ
התם ומתמם עם תמימים
די מצב איז איום ונורא
רבותי נעמט די תהילמ'ל אין רייסט איין
דארף א גאר גרויסע ישועה
עפעס איז געשעהן אין די לעצטע פאר מינוט?

התם ומתמם עם תמימים » זונטאג יאנואר 7, 2018 11:46 pm

· #392962
זייטס מוחל אין רייסט איין
איך הער עפעס אז איז שטארק פארערגערט אין עס איז ביטער

פליז זייטס מתפלל פאר די צדיק הדור

שושן פורים » מאנטאג יאנואר 8, 2018 1:03 am

· #392979
סתם איבערגעטריבן
Screenshot_20180108-010139.jpg

שבת אחים » מאנטאג יאנואר 8, 2018 3:55 am

· #392983
גרויסע צרות

גוטע איד » מאנטאג יאנואר 8, 2018 1:43 pm

· #393012
וואס איז די מצב ווייסט איינער?

signout » מאנטאג יאנואר 8, 2018 2:31 pm

· #393019
געהערט סטאביל קריטיש

גר ותושב » מאנטאג יאנואר 8, 2018 11:01 pm

· #393051
Re: בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא שליט''א מוויזניץ
יעצט געהערט אז היינט איז געוועין א גרןיסע שינוי לטובה איך ווייס אבער נישט קיין פרטים

היכי דמי » דינסטאג יאנואר 9, 2018 11:39 am

· #393083
די שינוי לטובה איז געווען אז די טעסטס פון די טשעסט איז צירוקגעקומען גוט ב"ה

אבער פריער האט מען גענומען אנדערע טעסטס פון די נירן און עס איז צירוקגעקומען נישט גוט. די דאקטוירים זענען שטארק באזארגט איבער די מצב. זייטס מתפלל

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 9, 2018 2:24 pm

· #393117
יעצט גערעדט צו א אייניקל וואס איז דארט. די מצב איז נישט גוט. די נירן ארבעט נישט, ה״י.

בן אדם » דינסטאג פעברואר 20, 2018 5:19 pm

· #396032
@שבת אחים ווער זענען די אידן דארט?
📎 IMG-20180220-WA0023.jpg

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 20, 2018 9:26 pm

· #396044
ר׳ מאטלע אויפן וועג צום כותל המערבי אין ירושלים.

רעכטס:
איז דאך די באוויסטע גרעסטע-מאנסי-וויזניצער חסיד וואס איז נאר אמאל געוועהן
הרה״ח ר׳ שלמה ניימאן ז״ל פון מאנסי.
פון די שטוב-מענטשען פון ר׳ מאטלע זז״ג
מ׳דארף עפענען א אשכול נאר פון אים-גאר א אינטערסאנטע איד געוועהן, ער איז געוועהן בערך אזויווי ר׳ יחזקאל שמש-ווערצבערגער הי״ד אין וויזניץ.

ר׳ שלמה איז געוועהן פון די גרויסע פארצווייגטע וויזניצע -ניימאן משפחה. ער איז געוועהן די טאטע פון די באוויסטע חסיד ר׳ גרשון ניימאן נ״י די גבאי פונעם ביהמ״ד הגדול אין מאנסי.
און פון ר׳ יעקב דוד ניימאן נ״י (ניימאנס פיש-מאנסי) פון די שטוב מענטשען פון ר׳ מאטלע. און פון ר׳ ברוך ניימאן ע״ה.

לינקס: ווייס איך נישט. דארפסטו פרעגן איינער וואס איז עלטער פון מיר. אזא איינער ווי מיין טאטע וועט אפשר וויסן. אדער אויף אייוועלט וועט מסתם אזא איינער ווי @מילללער @ביקסאד אדער @יוראפ וועט דיר קענען ענטפערן אויב ווילסטו וויסן וויכטיג.

שבת אחים » מיטוואך פעברואר 21, 2018 2:17 am

· #396054
א חלק פון די ניימאן משפחה איז נאך געקומען דא פארן קריג. זיי זענען געוועהן די ערשטע צו עפענען א וויזניצער-שטיבל אין די איסט-סייד. פארן אהערקומען זענען די ניימאן ברודער געגעאנגען פרעגן דעם סב״ק דער אהבת ישראל צו זיי זאלן באזעצן אין די דאן ׳טריפנע אמעריקע׳ דער אהבת ישראל האט זיי צו געזאגט אז פאר זייערע קינדער וועט אמעריקע נישט שאטן, און זייערע קינדער וועלן בלייבן שומרי שבת, ער האט דאס אראפגעשריבן אין א ׳באוויסטע בריוו׳. און למעשה איז טאקע אזוי געוועהן. די וויזניצער דיין׳ס אייניקל הרה״ג ר׳ אברהם ניסן ניימאן לרפו״ש האט מיר געזאגט אז ער שוין די זיבעטע דור א יענקי און ער רעדט נאכאלץ נישט קיין פליסיגער ענגליש...

סאיז געבליבן טויזנטער אייניקלעך בלי גוזמא פון די ברודערס וואס זענען געקומען קיין אמעריקע ממש אלע זענען פרום. סאיז כמעט נישטא אזא משפחה.

און למעשה האבן זיי זיך געראטעוועט כמעט זייער גאנצע משפחה פונעם ביטערן האליקאוסט.

א חלק פון די משפחה וואס איז דארט געבליבן האט זיך אויך געראטעוועט ווי למשל דער ריבניצער׳ס שווער הרה״ח ר׳ חיים סענדער ניימאן ז״ל איז יא געוועהן ביי די קריג און ער האט עס דורכגעלעבט.

פאר מעהר קענסטו זעהן אייוועלט׳ס אשכול איבער די ניימאן משפחה:
אידשקייט אין אמעריקע: משפחת ניימאן מוויזניץ-ווישאווא.
<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=63&t=28336&hilit=%D7%A0%D7%99%D7%A1%D7%9F+%D7%A0%D7%99%D7%99%D7%9E%D7%90%D7%9F">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7%90%D7%9F</a>

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 12:31 am

· #396126
שבת אחים
א חלק פון די ניימאן משפחה איז נאך געקומען דא פארן קריג. זיי זענען געוועהן די ערשטע צו עפענען א וויזניצער-שטיבל אין די איסט-סייד. פארן אהערקומען זענען די ניימאן ברודער געגעאנגען פרעגן דעם סב״ק דער אהבת ישראל צו זיי זאלן באזעצן אין די דאן ׳טריפנע אמעריקע׳ דער אהבת ישראל האט זיי צו געזאגט אז פאר זייערע קינדער וועט אמעריקע נישט שאטן, און זייערע קינדער וועלן בלייבן שומרי שבת, ער האט דאס אראפגעשריבן אין א ׳באוויסטע בריוו׳. און למעשה איז טאקע אזוי געוועהן. די וויזניצער דיין׳ס אייניקל הרה״ג ר׳ אברהם ניסן ניימאן לרפו״ש האט מיר געזאגט אז ער שוין די זיבעטע דור א יענקי און ער רעדט נאכאלץ נישט קיין פליסיגער ענגליש...



זיבעטע דור איז לכאורה א גוזמא. וועלכע יאר זענען זיי אהער געקומען?

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 3:18 am

· #396128
א דור איז זיבעציג יאר. 7X70=490...דאס מייינט אז ער האט געדארפט קומען אהער קיין אמעריקע אין יאר 1528. א פאר יאר נאך קריסטאפער קאלאמבוס.אויף אידיש. אין יאר רפ"ח...! דאמאלס האט דער ערשטער ניימאן זיידע נאך געקענט די אינדיאנער שבטים וועלכע האבן געהערשט אין מאנהעטן. איז ער געקומען קיין אמעריקע נאך פאר די פילגרימס. ווייל זיי זענען ערשט אנגעקומען אין יאר 1620...!

שבת אחים » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 3:40 am

· #396133
זיי זענען אהערגעקומען אין 1905 און די זיבעטע דור איז זייער מעגליך. מיין טאטע איז אין די זעכציגער און האלט שוין ביים דריטן דור.

8 ברודערס האבן זיך באזעצט דא:
ק/פ פון אייוועלט:

ר' אברהם ניסן ניימאן פון מיטל-ווישיווא איז געווען דער זיידע פון די באקאנטע וויזשניצע ניימאן פאמיליע. 8 פון זיינע 9 קינדער האבן זיך באזעצט אין אמעריקא נאך פאר'ן קריג און האבן געלעבט דא אויפן פולסטן חסיד'ישן שטייגער גענוי ווי אינדערהיים.
זיין עלטסטער זון ר' ברוך איז שוין אהערגעקומען אין יאר תרס"ו (ווי עס ווייזט אויס פון די עליס איילענד רעקארדס), ער האט געוואוינט א שטיק צייט אויף די איסט סייד ווי (עס ווייזט אויס) ער האט געדינט אלס ראש הקהל פון די מארמאראשע קהילה, שפעטער האט ער געוואוינט עטליכע יאר אין באסטאן מאסאטשוסעטס, און דערנאך צוריק אין ניו יארק. די קינדער האט ער (און אזוי אויך אלע אנדערע ברודער) צוריקגעשיקט לערנען קיין ווישיווא אין די ישיבה פונעם ווישעווער רב בעל שארית מנחם זי"ע.
עס איז דא פיל צו פארציילן איבער די ניימאן פאמיליע, וואס אין א געוויסן זין זענען זיי געווען די וואס האבן געגרינדעט און אויפפגעשטעלט די וויזניצע קהילה דא אין אמעריקא, אבער הזמן יכלה והם לא יוכלו
...

אט איז א בילד פון 5 פון די ניימאן ברידער אין יאר תר"ע דא אין אמעריקא. מימין לשמאל: ר' יצחק, ר' ברוך (אביו של ר' שלמה ניימאן ז"ל), ר' זונדל, ר' יעקב (אביו של ר' חיים סענדער ניימאן ז"ל), ר' מיכל (חותנו בזוו"ר של ר' בערל פרידמאן ז"ל ראה"ק סאטמאר)

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 3:45 am

· #396135
שבת אחים: איך האף אז דו ביסט נישט באליידיגט. מיין פריער'דיגע תגובה איז נאר געווען א ביסל הומאריסטיש...!

שבת אחים » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 3:58 am

· #396136
berlbalaguleh
שבת אחים: איך האף אז דו ביסט נישט באליידיגט. מיין פריער'דיגע תגובה איז נאר געווען א ביסל הומאריסטיש...!


חס ושלום.

חסיד פון ליטא » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 8:40 am

· #396141
Re: בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא שליט''א מוויזניץ
שבת אחים, דו האלטסט אז טאמער וואלט דער אהבת ישראל צוגעזאגט פאר דיין זיידע אייניקלעך שומרי שבת וואלסטו געבליבן א שומר שבת?

געוואלדיג » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 8:44 am

· #396142
שוין גענוג פארדרייט דעם אשכול, צוריק אין חדר אריין... עם... אינעם אשכול אריין.

וואלווי » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 9:32 am

· #396145
חסיד פון ליטא
שבת אחים, דו האלטסט אז טאמער וואלט דער אהבת ישראל צוגעזאגט פאר דיין זיידע אייניקלעך שומרי שבת וואלסטו געבליבן א שומר שבת?


העי, כ'בין מוחה!

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 11:14 am

· #396149
חסיד פון ליטא
שבת אחים, דו האלטסט אז טאמער וואלט דער אהבת ישראל צוגעזאגט פאר דיין זיידע אייניקלעך שומרי שבת וואלסטו געבליבן א שומר שבת?

חסיד פון ליטא: וואספארא הוה אמינא האסטו אז שבת אחים איז ח"ו נישט קיין שומר שבת...!

שבת אחים » דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 4:33 pm

· #396178
חסיד פון ליטא
שבת אחים, דו האלטסט אז טאמער וואלט דער אהבת ישראל צוגעזאגט פאר דיין זיידע אייניקלעך שומרי שבת וואלסטו געבליבן א שומר שבת?


ווילסט הערן א מעשה אדער ווילסט פרעגן נערישע אומרעלעווענט קשיות?

בן אדם » פרייטאג פעברואר 23, 2018 11:15 am

· #396234
ק/פ
אבינו מלכנו קרע רע גזר דיננו

רייסט איין פאר רבינו שליט"א וואס דארף דורכגיין אן אפאראציע צוליב קאמפליקאציעס מיט די קישקעס. דאקטוירים זענען גאר שטארק באזארגט איבער די מצב.

מניני תהילים שטעלן זיך יעצט אין אלע וויזניצע צענטערן צו איינרייסן ביי אבינו מלכינו פארן רבין א גאנצע רפואה!


געווענדליך עס איך נישט קיין קישקעס שבת, אבער איך נעם זיך אונטער היינט יא צו קויפן קישקע לכבוד שבת.
You never know!!

וואלווי » פרייטאג פעברואר 23, 2018 2:39 pm

· #396256
בן אדם
געווענדליך עס איך נישט קיין קישקעס שבת, אבער איך נעם זיך אונטער היינט יא צו קויפן קישקע לכבוד שבת.
You never know!!


האסט פארגעסען אנזאגען די בני בית אז ס'שבת זכור די וואך און אנגרייטען עמל"ק קוגעל?

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך מערץ 14, 2018 2:46 pm

· #397453
קרעו שערי שמים
רבותי רייסט איין
דער מצב איז איום ונורא

השתדלו והרבו תחינה בעבור כ"ק אדמו"ר הגאון הקדוש רבי מרדכי בן מרגליא לרפו"ש

עס איז זייער קריטיש, אידן דאווענט פאר די צדיק הדור זאל ער שוין האבן א רפו''ש אינגיכן

בן אדם » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 9:01 am

· #397522
יעצט איז טאקע געפערליך...
והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים.

ביבער » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 9:33 am

· #397525
איך מיין ס'איז צייט אריינצומישן PETA

איסר האטלקי » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 9:52 am

· #397526
כ'האב אלעמאל געמיינט אז די וויזני'צע האבן נישט קיין שכל. איך זע ווי זיי רייסן איין יעצט בתפילה ותחנונים פארן רבי'ס געזונט, ציה איך צוריק. זיי ווייסן יא וואס ס'ווארט זיי אפ נאכן רבי'ן....

איסר האטלקי » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 9:53 am

· #397527
פארמעקט לבקשת הרבים.

בן אדם » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 10:30 am

· #397531
ווילאנג עטס זענטס נישט אויף די זעלבע בעט וואס ער איז יעצט קענט עטס ווייטער מאכן ליצנות.

בן אדם » דאנערשטאג מערץ 15, 2018 10:34 am

· #397537
קאווע טרינקער
לאמיר אלע האפן אז דאס מאל וועלן די מצוקים געווינען און אראלים וועלן מיאוס פארלירען.
בלאט: 1 2 3 4