☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » אשכול אן א טיטל #7181

אשכול אן א טיטל #7181

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7181

— » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 9:56 pm

· #223733

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ונבנתה העיר » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 10:53 pm

· #223741

מאטי » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:51 pm

· #223755
http://faujsa.fau.edu/jsa/search_LP_form.php
כ'ווייס נישט צו ס'ארבייט אויפן פאון.

ארבעס » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 12:17 am

· #223757
דודי פישער האט אסאך טעיפס ארויס געגעבן פין כמעט אלע אלטע אידישע ניגונים. זיך זיינע טעיפס אין א טעיפ סטאר וועסט הנאה האבען.
נ.ב. היינט איז עס אויף סידי,ס.

טעפל » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 3:21 am

· #223771
מאטי
http://faujsa.fau.edu/jsa/search_LP_form.php
כ'ווייס נישט צו ס'ארבייט אויפן פאון.

דאס איז גוט! דאס קען מען ניצען מיט'ן פילטער..

ישמעאל הכהן » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 9:18 pm

· #230840

לבי במזרח » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 9:04 am

· #230906
ישמעאל הכהן

ביוטיפול! מלא טעם, כיסופים וערגה. ברענגט אויך צוריק געשמאקע קינדישע מעמאריס. ווער זינגט דאס? ווי באקומט נאך פון די ניגונים? איז דא עפעס א אלבום מיט א קאלעקציע פון די סארט?

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 10:27 am

· #240755

ונבנתה העיר » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 11:54 pm

· #253648
דער כאר פונעם אידישן חיל הים זינגט 'אידישע פיראטן'.

מביאליסטוק עד ווהלין
מליטא ועד פולין
כל העם כבודנו ימלל
איזה חברה יאט
יידישע פיראטען
שירבו כמותם בישראל!

אל המסע יצאנו
את המצפן כיוונו
שנפליג ישר אל ארץ כוש ואל תרשיש
מילאנו את הפעקלאך
פסוליה וגם קרעפלאך
פח של צ'ולנט,
פח של בורשט,
חבית גפילטע פיש.

מביאליסטוק עד ווהלין...

הגענו אל הבלטי
אני לים נפלתי
רק צעקתי: שמע ישרואל וי צי מיר געוואלד!
ממעמקים קראתי
אך איש מן הפירטים
לא קפץ להצילני, רק דב-בר לבד.
הרב חובל רב גדליה
נתן לו אז מדליה
וכולם אמרו אתה הוא שימשן הגיבור
ענה דב-בר אני הוא
גיבור גדול אך מיהו
זה הפסקודניאק אשר דחפני מאחור?

מביאליסטוק עד ווהלין...

בנפולי היינו
ושיקסעס שם ראינו
אלוהים ניסה אותנו איזה ניסיון
אחת הושיטה יד לי
אז רק האל עמד לי
וגם זלמן שתפס אותי בצווארון.
הגענו למסינה
משם לפלסטינה
ונרד ביפו לסייר בסקרנות
משם כבר לא יצאנו
גייסו שם את כולנו
ועשו אותנו מקהלת הרבנות.

מביאליסטוק עד ווהלין...

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 4:48 pm

· #357788

רביה''ק זי''ע » זונטאג נאוועמבער 18, 2018 8:31 am

· #416790
The Barry Sisters - Chiribim Chiribom

די לעצטע שטיקל איז זייער שטארקע ווערטער:

מען זאגט אז אין דעם שטעטל חעלעם לעבן נאר נאראנים, אויב מיר זענען די קלוגע האבן מיר א שיינעם פנים.
די חעלעמער לאכן טאג און נאכט צעלוכעס די גזלנים, און זאגז'ע ווער איז נאריש און ווער זענען די חכמים...

קאך_לעפל » זונטאג נאוועמבער 18, 2018 10:32 am

· #416796
ונבנתה העיר
דער כאר פונעם אידישן חיל הים זינגט 'אידישע פיראטן'.

מביאליסטוק עד ווהלין
מליטא ועד פולין
כל העם כבודנו ימלל
איזה חברה יאט
יידישע פיראטען
שירבו כמותם בישראל!

אל המסע יצאנו
את המצפן כיוונו
שנפליג ישר אל ארץ כוש ואל תרשיש
מילאנו את הפעקלאך
פסוליה וגם קרעפלאך
פח של צ'ולנט,
פח של בורשט,
חבית גפילטע פיש.

מביאליסטוק עד ווהלין...

הגענו אל הבלטי
אני לים נפלתי
רק צעקתי: שמע ישרואל וי צי מיר געוואלד!
ממעמקים קראתי
אך איש מן הפירטים
לא קפץ להצילני, רק דב-בר לבד.
הרב חובל רב גדליה
נתן לו אז מדליה
וכולם אמרו אתה הוא שימשן הגיבור
ענה דב-בר אני הוא
גיבור גדול אך מיהו
זה הפסקודניאק אשר דחפני מאחור?

מביאליסטוק עד ווהלין...

בנפולי היינו
ושיקסעס שם ראינו
אלוהים ניסה אותנו איזה ניסיון
אחת הושיטה יד לי
אז רק האל עמד לי
וגם זלמן שתפס אותי בצווארון.
הגענו למסינה
משם לפלסטינה
ונרד ביפו לסייר בסקרנות
משם כבר לא יצאנו
גייסו שם את כולנו
ועשו אותנו מקהלת הרבנות.

מביאליסטוק עד ווהלין...

צוליב דער אויסטערלישער ליבשאפט צו דעם געזאנג, וואס שפיגעלט אפ דאס פארצייטיש אידיש קולטור, האבן מיר דאס פארטייטשט אויף א היינטיגע אידיש:

" פון ביאליסטאק ביז וואלין, פון די ליטא ביז פוילן, דער גאנצער פאלק פון אונזער ערע רעדט.
א באנדע ליידאקען, אידיש פיראטן, זאלן זיך מערן ווי זיי צווישן אידן."

אויף א רייזע זענען מיר ארויס, דעם קאמפאס האבן מיר אנגעשטעלט, אפצורייזן אן אפנויג צום לאנד כוש און תרשיש.
מיר האבן אנגפילט די פעקלאך, בונדל זופ מיט קרעפלאך, א קאסטן מיט טשולענט, א קאסטן מיט בארשט, און פעסל געפילטע פיש.

" פון ביאליסטאק ביז וואלין, פון די ליטא ביז פוילן, דער גאנצער פאלק פון אונזער ערע רעדט.
א באנדע ליידאקען, אידיש פיראטן, זאלן זיך מערן ווי זיי צווישן אידן."

מיר זענען אנגעקומן צום באלטיק, כ'בין אריין געפאלן אין ים, כ'האב בלויז געשריגן שמע ישראל, ווי צו מיר גיוואלד. פון די טיפענישן האב איך גערופן, זאגאר קיינער פון די פיראטן, איז נישט אריין געשפרינגן מיך צו רעטן, בלויז דוב בעריש זעלבסט.
דער קאפיטאן רבי גדליה, האט אים דאן געשאנקן א מעדאליע, און אלע האבן אים געזאגט אז ער איז שמשון הגיבור, דוב בעריש האט רעאגירט איך בין דער גרויסער גיבור, נאר ווער? דער פאסקודניאק האט מיך אריינגעשטיפט פון אונטערוויילכס.

"פון ביאליסטאק ביז וואלין, פון די ליטא ביז פוילן, דער גאנצער פאלק פון אונזער ערע רעדט.
א באנדע ליידאקען, אידיש פיראטן, זאלן זיך מערן ווי זיי צווישן אידן."

אין נעפאל זענען מיר געווען, און דארט שיקסעס געזען, ג-ט האט אונז דארט מיט עפעס אויספרובירט, איינע האט מיר דערלאנגט די האנט, בלויז ג-ט איז געשטאנען צו מיין זייט, און אויך זלמן וואס האט מיך אנגעכאפט ביים קראגן.
מיר זענען אנגעקומען קיין מאסינא, און פון דארט קיין פאלאסטינע, מיר האבן אפגעשטיגן אין יפו צו שפאצירן מיט נייגער, און פון דארט זענען מיר מער נישט ארויס, מ'האט אונז דארט מאבוליזירט, און מ'האט אונז געמאכט די קאפעליע פון די רבנות.

" פון ביאליסטאק ביז וואלין, פון די ליטא ביז פוילן, דער גאנצער פאלק פון אונזער ערע רעדט.
א באנדע ליידאקען, אידיש פיראטן, זאלן זיך מערן ווי זיי צווישן אידן."

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 18, 2018 1:05 pm

· #416811
פיינע ליצים.

פראפעסאר » זונטאג נאוועמבער 18, 2018 6:40 pm

· #416821
ניגונים מיט אינסטרומענטן: "שיח השדה" פון מאנטריאל
איך לייג שטארק פאר די הארציקע רוחניות'דיק חסידישע ניגונים, ניי רעקארדירט פון דער קאפעליע "שיח השדה" פון מאנטריאל:
https://www.youtube.com/playlist?list=PLSVM0jGnlC32GsKvshbA4r4d54MRfjs7I

איך אויך » מיטוואך יאנואר 30, 2019 12:52 pm

· #423536
שיר אהבה לגעפילטע פיש.

https://soundcloud.com/nationallibrary- ... ecuraegdlx

תנחום » מיטוואך יאנואר 30, 2019 1:35 pm

· #423540
איך אויך
שיר אהבה לגעפילטע פיש.

https://soundcloud.com/nationallibrary- ... ecuraegdlx

אויך דא א טאנץ פאר דעם (זהירות נשים)
https://www.youtube.com/watch?v=iweYCgBRaqs

איך אויך » מיטוואך יאנואר 30, 2019 2:28 pm

· #423550
סתם נאריש.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 30, 2019 8:29 pm

· #423597
אויף יוטיוב זענען דא אסאך:

The Barry Sisters

Mendy Cahan

Chava Alberstein

Leiele Fisher

Dudu Fisher

Benzion Witler

zupfgeigenhansel

און נאך. אויסער דעם זענען דא אסאך קלעזמער גרופעס וואס האבן אויך לידער מיט ווערטער, זוך אין יוטיוב 'klezmer band yiddish song'.

החוקר » זונטאג מאי 19, 2019 11:28 pm

· #430788
אן אפהאנדלונג אויף "א אידישע מאמע".
https://www.history.com/.amp/news/jewis ... -holocaust

צפור בודד » מאנטאג מאי 20, 2019 1:24 am

· #430791
ס'זענען דא א גרופע ניגונים וואס מ'קען אנרופן אויף א לויזן אופן בערך 'לכה דודי' ניגונים וואס אלע זענען פאפולאר אויף דער ערשטער האלב פון לכה דודי. זיי זענען בדרך כלל לענגערע שטאטע ניגונים, כמעט אלע פון פיר פעלער געבויט אויפן אבגב יסוד, כמעט אלע שטארק מעלאדיש און נישט ווי א סך אלטע ניגונים. א סך האבן אויך א מער 'מאדערנערער' קלאנג און נישט אויפן סטיל פון אלטע וואלינער אדער גאליציאנער ניגונים מימי הבעל שם ותלמידיו וכדומה. איך רעכן זיי זענען מער פון צווישן די קריגן כאטש ס'איז בלויז א השערה. איינס פון זיי (דאס רעכן איך איז פון די עלטערע) זינגט מען אין בעלז (אפשר ביי אנדערע אויך) אויף תמניא אפי בלילי חנוכה אנגעהויבן אויף הורני ה' דרך חקך אויף אותיות ה' ו' ז' ח'.

אפשר קען מיר איינער זאגן וויאזוי איך קען רעקארדירן קליינע שטיקלעך אז מ'זאל קענען געבן א מקור.

מילי בתרי » דינסטאג אפריל 16, 2024 4:18 pm

· #559339
עס איז דר א בר מצוה ניגון אין אידיש וואס די קינדער זינגען אין ירושלים יאמא-מא אויב איינער וויסט ווי איך קען באקימען דער ניגון נישט נאר די ליריקס נאר הערען דעם ניגון. יישכ

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 16, 2024 5:18 pm

· #559350
תנחום #
איך אויך
שיר אהבה לגעפילטע פיש.

https://soundcloud.com/nationallibrary-of-israel/itecuraegdlx
אויך דא א טאנץ פאר דעם (זהירות נשים)
ס' וואלט אויך געווען א גוטע קאמערשל פאר קדם אדער אונגאר'ס געפילטע פיש. ווען נישט די נ---!