☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » שערוריה במאנסי

שערוריה במאנסי

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7166
בלאט: 1 2

הדד בן בדד » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 7:14 pm

· #237256
בעל עגלה, סתם פאר אינטערעסאנטקייט, ווער איז רעבעצין קלוגהויפט און ווי קומט זי דא אריין?

outspoken » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 8:27 pm

· #237275
הדד בן בדד
בעל עגלה, סתם פאר אינטערעסאנטקייט, ווער איז רעבעצין קלוגהויפט און ווי קומט זי דא אריין?


<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/171033">viewtopic.php?p=171033#p171033</a><!-- l -->

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 9:05 pm

· #237288
הדד בן בדד
בעל עגלה, סתם פאר אינטערעסאנטקייט, ווער איז רעבעצין קלוגהויפט און ווי קומט זי דא אריין?

דערצייל מיר נישט אז דו ביסט געשלאפן א חוני המעגל שלאף און דו ווייסט נישט וואס ס'טוטצעך אפ אין די יודישע וועלט. ספעציעל אלס תושב פון מאנסי. די רעבצין קלוגהויפט שליט"א האט אין דעם פארגאנגענעם יאר אנגעהויבן שטארק ארומצורודערן מיט התעוררות בענייני צניעות ביי נשים. זי האט ארגאניזירט, אדער געוואלט ארגאניזירן אסיפות און געהאלטן דרשות בענייני צניעות. און זי האט צוגעזאגט ברכות פון צדיקים אויב מ'וועט נאכגיין נאך אירע פלעינער. בקיצור. זי איז איינע פון די מזכי הרבים. אבער נישט סתם מזכה את הרבים נאר זי טראכט טאג און נאכט וויאזוי זי קען צו העלפן פאר"ן באשעפער , כביכול אז דאס אידישקייט זאל ח"ו נישט באנקראטירן. האב איך געוואלט פרעיגן אויב זי האט געהערט אז אין איהר גליללות טוט מען מעגליך דיסקרימינירן אקעיגן אידישע קינדער וועלכע ווילן לערנען תורה. און אויב זי פלאנט צו מאכן אסיפות מיט די מנהלי המוסדות און לאזן דרוקן קול קורא'ס מיט רויטע טינט און שרייענדיגע קידוש לבנה אותיות אז מ'זאלל נישט שטערן אידישע קינדער צו לערנען די הייליגע תורה...!
ר' הדד בן בדד: ייש"כ פאר דיין זארג און אינטערעסע איבער ווער די חשוב'ע רעבעצין שליט"א איז... 🙄

outspoken » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 9:20 am

· #241176
credit@אנאנים
📎 IMG-20141214-WA0134.jpg

געפילטע פיש » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 3:01 pm

· #241232
ס'גיט
איך וויל מיך אביסל אנעמען פאר די מאנסי מוסדות. איך רעד בעיקר צו די וואס מאפען קיין מאנסי,פון בארא פארק ,ווילי וכו' וויל איך אייך אלע זאגען ,אז פאר איר מאפט זאלט איר איינשרייבען דער קינדער אין מוסדות, אין זעהט צו מ'נעמט דיך אן און דאן קענט איר מאפען. אזויווי איר זענט מסדר פון פריער א דירה, job ,וכו' און אן דעם, מאפט מען נישט. עס איז נישט קיין קינס צו מאפען אומצוגעגרייט אין דערנאך מאכט מען א ויצעקו אז מ'האט נישט ווי צו שיקען די קינדער. קיין איין מוסד איז נישט שולדיג אז די האסט געטוהן ווילדע שריט. עס איז אזויווי איינער מאפט קיין מאנסי אין לייגט זיין גאנצע משפחה שלאפען אינמיטען maple ave אויפן גאס , אין שרייט תושבי מאנסי ,אכזרים, ווי לאט עטס מיך אויפן גאס?!! איך מיין אז יעדער וואלט עם געזאגט גיי פון ווי די קומסט . די זעלבער איז ביי מוסדות .

מופן פון איין שטאט צום צווייטן הייסט שוין היינט ווילדע שריט, אוי ווי גוט מ'האט אונז איינגעמיירעט!

הדד בן בדד » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 4:28 am

· #241368
יישר כח פארן פארציילן די פריידיגע נייעס הרב'נית קלוגהויפט פארזארגט דעם רבונו של עולם. איך האב טאקע נישט געוויסט דערפון. זעהט איר, נישט אלעס ווייס איך.

געוואלדיג » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 4:20 pm

· #241541
גראדע דארף מען דא ארויס ברענגען די שבח פון דריי מוסדות אין מאנסי וואס לפי ידיעתי נעמען יא אריין לויט די אומשטענדען און משפט'ן נישט קיין משפחה לויט די חצוניות'דיגע זאכן, לפי ידיעתי האבן זיי נארמאלע תקנות און עס איז דא דארט מיט וועם צו רעדן און ווער עס הערט אויס:
וויזניץ ב"ב
ניקלשבורג
קאלאשיץ

שלמה המלך » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 4:20 pm

· #242224
אמרי שפר
מונקאטש
בלאט: 1 2