☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » מעג מען ארויסווארפן א פארדארבענע בחור?

מעג מען ארויסווארפן א פארדארבענע בחור?

78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7115
בלאט: 1 2

Big Boy » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:21 am

· #222724
געפילטע פיש
כוכב, וואס מיינט "פארדארבן" די גאנצע ישיבה? וואס איז די ערגסטע? אז זיי טוען וואס טינעידזשערס טוען נאטורליך און סופרעסען נישט זייערע הארמאנען? שטעל זיי צו מיידלעך און איך זאג דיר צו זיי הערן אויף "פארדארבן". וואלסטו געווארן פונקט אזוי היסטעריש ווען ער מאכט בחורים זיך קראצן די פוס? סך הכל איז עס עפעס א זאך וואס רוב עדאלטס ביי אונז האבן קיינמאל נישט דיוועלאפט נאטורליך, אדער לעבט מען נאכאלץ מיט א גילטי קאנשענס פון די בחור'ישע יארן, און זיך צו פארגעבן די עבירות ווערט מען ווילד ווען מ'הערט אז טינעידזשערס שפילן זיך. בארואיגט אייך, מ'וואקסט עס אויס ביז אפאר יאר.

You know this is never going to happen. There's a group for that that calls itself "modern orthodox. If someone wants that they have to go to a Joseph Lieberman type yeshiva

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:31 am

· #222747
לעיקוואד
עס זעהט מיר נישט אויס צו זיין אזוי דער מציאות כמעט קיינמאל. מיין טענה איז פלעין מיר האבען אלע געלערנט אין ישיבות אין יעדער ישיבה איז דא אן עלעמענט וואס איז עוסק בעיקר און שמוץ, עס זענען דא קוריאזע לב טהור / ננח / וואטעווער טייפס, גדליה נדל/ ק''ש/ אויפגעקלערט טייפס, פון אלע מינע, און איך האב פשוט נישט געזעהן עס זאל געשעהן אזויווי דו לייגסט אראפ עס זאל ווערן א חשש פאר די גאנצע ישיבה אז אנדערע טאטעס זאלן זיך דארפן זארגן. עס ארבעט פשוט נישט אזוי, און ווען מפאדערט ווארפן וועגן אזא זאך איז דאס כמעט קיינמאל נישט וועגן באמת עס איז דא אזא חשש נאר דער חשש איז פאר דער מנהל'ס כבוד / קאנטראל. טעארעטיש וואלט געווען א צד ווי דו זאגסט עס איז אבער פשוט נישט במציאות אזוי.

קודם כל, וויל איך אביסל מוחה זיין. הרב גדליה נדל איז געווען אן אמת'ער אדם גדול און א ת"ח עצום וואס האט זיך פארשווארצט דער פנים לכבוד ה' ותורתו, און ס'קומט איהם נישט קיין נאמען אן א הרב, און אויך נישט צו זיין א חלק פון אזא רשימה. אמת א בחור וואס גייט איהם נאך איז עפ"י רוב נישט פון גרויס הבנה נאר פון אויבער חכמה, אבער מ'דארף רעדען מיט ד"א.
לגבי ארויסווארפען בחורים - ווי איך האב שוין אמאל געשריבען דא אויף ק"ש, ווען א ראש ישיבה איז טאקע לש"ש און ער ווארפט ארויס בלית ברירה מיט א הרגש פון אחריות, און ער לאזט נישט דער ארויסגעווארפענער בחור אויפ'ן וואסער נאר ער האלט א קשר מיט איהם און איז איהם מחזק, ער טרעפט איהם א פאסיגע ישיבה אדער סביבה און טוט וואס ס'איז בכוחו איהם צו העלפען, האט עס אן אנדערע פנים. נאר טאמער דער ראש ישיבה איז א שלעכטע און דער קיילא מאכען אנדערע איז נאר א תירוץ, ער וויל זיך נישט פארען מיט אזא בחור, איז דאס ביטער.
בקיצור מ'דארף נישט האלטען דער מעשה נאר דער מענטש. ווען דער ראש ישיבה איז וואויל, קען מען זיך פארלאזען אז ער טוט צו דער זאך. און ווען דער ראש ישיבה איז אן אויסווארף, איז דאס אויך נישט אין פלאץ צו האנדלען זיין רעכטען.

טעפל » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:47 am

· #222750
Big Boy
אויליגער
סאטמארא רב איז טאקע געווען קעגן ארויסווארפען א בחור חוץ איינער וואס איז פארדארבען און פארדארבט אנדערע און א מחוצף

Then he would have to throw out %95 of his yeshiva

מ'דערציילט אויפן חפץ חיים ז"ל אז ס'איז געוועהן א מחלל שבת אין ישיבה און ער האט איהם נישט געווארפען און א מחוצף האט ער יא ארויסגעווארפען, און געזאגט אז פון איהם וועט מען זיך נישט אפלערנען משא"כ פונעם מחוצף יא..

לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:50 am

· #222751
ליטוואק ביסט גערעכט לגבי הרב נדל זצ"ל. מיין כוונה איז נישט געווען ח"ו מזלזל זיין בכבודו איך האב נאר גערעדט וועגן א געוויסע טיפ בחור וואס איז געווען אין ישיבה איך מיין גארנישט ר' גדליה ז"ל.

טישל » זונטאג דעצעמבער 31, 2023 6:32 am

· #542978
Re:
Big Boy #
אויליגער
סאטמארער רב איז טאקע געווען קעגן ארויסווארפן א בחור חוץ איינער וואס איז פארדארבן און פארדארבט אנדערע און א מחוצף

Then he would have to throw out %95 of his yeshiva

א מחוצף מיינט נישט אז מען האט געזאגט פאר זיין מגיד שיעור דו אשטאטס איר, אדער געברענגט די חנוכה טיפ אן קיין ענוועלאפ. א מחוצף מיינט אז מען איז ארויס אין מלחמה מיט זיין מנהל/מגידי שיעור און העצט אן די גאנצע ישיבה קעגן אים.

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג דעצעמבער 31, 2023 8:37 am

· #542986
Re:
געפילטע פיש #
כוכב, וואס מיינט "פארדארבן" די גאנצע ישיבה? וואס איז די ערגסטע? אז זיי טוען וואס טינעידזשערס טוען נאטורליך און סופרעסען נישט זייערע הארמאנען? שטעל זיי צו מיידלעך און איך זאג דיר צו זיי הערן אויף "פארדארבן". וואלסטו געווארן פונקט אזוי היסטעריש ווען ער מאכט בחורים זיך קראצן די פוס? סך הכל איז עס עפעס א זאך וואס רוב עדאלטס ביי אונז האבן קיינמאל נישט דיוועלאפט נאטורליך, אדער לעבט מען נאכאלץ מיט א גילטי קאנשענס פון די בחור'ישע יארן, און זיך צו פארגעבן די עבירות ווערט מען ווילד ווען מ'הערט אז טינעידזשערס שפילן זיך. בארואיגט אייך, מ'וואקסט עס אויס ביז אפאר יאר.
יא יא וויפיל בחורים זענען שוין ארויס לתרבות רעה נאר ווייל מען האט זיי ארויסגעטראסקעט בלויז פארן זיין נאטורליך....
אנשטאט מסביר צו זיין וואס הארמאנען זענען און אנשטאט שיקען אויף העלפ (אויב ס'פעלט אויס) קלעיבט מען ארויף אויף דעם בחור דעם לעיבל מושחת וואס ער איז בכלל נישט.
גראדע מען האלט שוין 10 יאר נאך וואס דער אשכול איז געגאנגען פתיחה, כ’קען זאגן אז "אביסל" איז שוין אכשר דרא מיטהאלטענדיג א פרשה פון א בחור וואס צוליב מיסגיידענס איז ער ארומגעגאנגען מזכה זיין בחורים וד"ל, און מען האט איהם געשיקט צו העלפ אנשטאט ארויסצוווארפן...
אבער ס’איז נאך דא גאר א לאנגער וועג וויאזוי די ראשי ישיבות און משגיחים [וואס האבן געטוהן די זעלבע אלס בחור...] זאלן צו גיין צו אזעלכע פעלער.

קליינע צדיק » זונטאג דעצעמבער 31, 2023 11:12 am

· #542996
Re: Re:
גא"מ
היינט איז זיכער אסאך בעסער אין דער נקודה, און איך מיין אז עס ווערט נאר בעסער אין די ישיבות כלפי די חלק פון פיזישע זאכן
אבער מיט טעכנאלאגיע מיין איך דארף נאך א תיקון וואס מ'דיעלט אזוי ווי אמאל מיט די פיזישע זאכן,

די קעפעלע » זונטאג דעצעמבער 31, 2023 4:55 pm

· #543033
Re: Re:
טישל #
Big Boy #
אויליגער
סאטמארער רב איז טאקע געווען קעגן ארויסווארפן א בחור חוץ איינער וואס איז פארדארבן און פארדארבט אנדערע און א מחוצף

Then he would have to throw out %95 of his yeshiva

א מחוצף מיינט נישט אז מען האט געזאגט פאר זיין מגיד שיעור דו אשטאטס איר, אדער געברענגט די חנוכה טיפ אן קיין ענוועלאפ. א מחוצף מיינט אז מען איז ארויס אין מלחמה מיט זיין מנהל/מגידי שיעור און העצט אן די גאנצע ישיבה קעגן אים.

כ'מיין אז כ'האב דאס אמאל געהערט בשם די סקווירא רבי ז"ל - ארויסווארפן איינעם וואס מאכט קאליע אנדערע אדער א מחוצף.

אבער אפילו די ארויסווארפן דארף מען קודם פראבירן אלע אנדערע מיטלען פאר מען שעכט איהם אפ.

וויפיל הונדערטע אינגעלייט וכו' וואס האבן אפגעטוהן אסאך אסאך.... אין די בחורישע יארן, מען האט זיי נישט געווארפן פון קיין ישיבה אדער אפילו געשטעלט אין פלאץ, און זיי זענען היינט שיינע סוקסעספולע אידן אויפן שענסטע פארנעם.

די קעפעלע » זונטאג דעצעמבער 31, 2023 6:24 pm

· #543046
Re: Re:
איך נעם נישט קיין צד אין דעם האקעלע טעמע מיט מיין פריערדיגע תגובה. איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען די מציאות וואס עס גייט פאר כסדר און זאכן סעטלע"ן זיך אליינס.

די צד השני אויף דעם איז אז די עלטערן פון א זוהן וואס ווערט יא קאליע פון א צווייטן און ווערט ליידער א דראפאו"ט אויפן נעקסטע לעוועל וואלט זיכער געזאגט אז מען דארף טוהן אלעס אין די וועלט און ארויסווארפן דעם משחית פון ישיבה ער זאל נישט קענען קאליע מאכן אנדערע.

עס איז זייער א סענסעטיווע ענין וואס מען דארף דורכטוהן מיט אחריות'דיגע פראפעשינאל'ס אויף א קעי"ס ביי קעי"ס בעסיס.

סוף טוב הכל טוב » זונטאג דעצעמבער 31, 2023 6:36 pm

· #543048
Re: מעג מען ארויסווארפען א פארדארבענע בחור?
די שאלה איז צו מ'קען "פארדארבן" אנדערע?
ד.ה. די טעאריע פון "פארדארבן" לויטעט, אז טאמער וואלט נישט געווען קיין "פארדארבערס" וואלט די "פארדארבנע" נישט געווארן "פארדארבן" ווייל זיי ואלטן קיינמאל נישט אויסגעפונען די סודות פון חדר.
די אנדערע זייט איז אז יעדער געפינט אויס אזוי צו אזוי, ממילא איז נישט דער "פארדארבער" שולדיג, און עס איז נישט אזא עמערדזשענסי צו פארמאכן דעם ליעק, די אינפארמאציע גייען 99% בחורים סייווי אויסגעפונען.

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג דעצעמבער 31, 2023 8:53 pm

· #543072
Re: מעג מען ארויסווארפען א פארדארבענע בחור?
דאס מערסטע האט מיר געבאדערט במשך די יארן וויסענדיג פון עטליכע געשיכטעס וואס בחורים וואס זענען געווען פארדארבן (לשיטתם) און די הנהלה האט עס ארויפגעווארפן אויף עפעס א שעיר לעזאזל דהיינו עפעס א נעבעך-קינד, וואס בעצם איז דער פארדארבענער (נאכאמאל, לשיטתם) געווען דער גביר’ס א קינד אבער מען האט איהם נישט געקענט טראסקענען מטעמים מובנים,

אין איין פאל איז עס געווען ווי ס’האט זיך ארומגעדרייט אין ישיבה ביכער פון שפילצייג, וד"ל,
און מען האט גענומען א [נאיוו] בחור וואס איז געקומען פון א רחמנות שטוב און אלעס ארויפגעלייגט אויף איהם, כדי צו קענען מטהר זיין די נעמען פון די אנדערע עליטע בחורים,
איבריג איז צו זאגן אז דער ארויסגעווארפענער בחור איז אויסגעשטיגען דער גאון הדור... און ער לייגט תפילין לויט אלע שיטות...

סוף טוב הכל טוב » זונטאג דעצעמבער 31, 2023 8:59 pm

· #543073
Re: מעג מען ארויסווארפען א פארדארבענע בחור?
OK אבער דאס שוין טיפיקל קארופציע, איך האב געשריבן לגבי די עצם שאלה, ס'גארנישט אזוי פשוט אז עס איז שייך צו פארדארבן, אדער צו עס איז שייך צוריקצוהאלטן פון ווערן פארדארבן מיט אדער אן די "הילף" פון א פארדארבער.

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 31, 2023 10:27 pm

· #543083
Re: מעג מען ארויסווארפען א פארדארבענע בחור?
שמחהלע קאפשטיק #
דאס מערסטע האט מיר געבאדערט במשך די יארן וויסענדיג פון עטליכע געשיכטעס וואס בחורים וואס זענען געווען פארדארבן (לשיטתם) און די הנהלה האט עס ארויפגעווארפן אויף עפעס א שעיר לעזאזל דהיינו עפעס א נעבעך-קינד, וואס בעצם איז דער פארדארבענער (נאכאמאל, לשיטתם) געווען דער גביר’ס א קינד אבער מען האט איהם נישט געקענט טראסקענען מטעמים מובנים,

אין איין פאל איז עס געווען ווי ס’האט זיך ארומגעדרייט אין ישיבה ביכער פון שפילצייג, וד"ל,
און מען האט גענומען א [נאיוו] בחור וואס איז געקומען פון א רחמנות שטוב און אלעס ארויפגעלייגט אויף איהם, כדי צו קענען מטהר זיין די נעמען פון די אנדערע עליטע בחורים,
איבריג איז צו זאגן אז דער ארויסגעווארפענער בחור איז אויסגעשטיגען דער גאון הדור... און ער לייגט תפילין לויט אלע שיטות...

שרעקליך!
ווי אזוי האבן נישט די ראשי ישיבה און די אנדערע וואס ידיהם שפכו את הדם נישט מורא זיך צו שטעלן פאר'ן בי"ד של מעלה.
אוי להם מיום הדין.

סוף טוב הכל טוב » זונטאג דעצעמבער 31, 2023 10:43 pm

· #543088
Re: מעג מען ארויסווארפען א פארדארבענע בחור?
אויב עס איז בכפייה דאן הייסט עס רעיפ, אויב בפיתוי און איז בערך די זעלבע עלטער איז דאס נישט רעיפ.

און אויך וואלט נישט געווען אפגעפרעגט ווען מגי"שים און רמי"ם זענען מודיע אז פאר רעיפ, קען מען גיין יושב'ן.

די קעפעלע » מאנטאג יאנואר 1, 2024 2:43 pm

· #543174
Re: מעג מען ארויסווארפען א פארדארבענע בחור?
[ציטאט אראפגענומען]

קלאר אזוי, אויסגעפונען די סודות פון חדר דארף זיין אויף א געזונטע וועג, די מערסטע וואס ס'איז שייך.

עס איז זיכער דא אסאך פראבלעמאטישע בחורים וואס קענען און מאכן לאנג-טערמיניגע דעמעד"ש אויף זייערע אומשולדיגע קרבנות, צו זאל עס זיין בחורים צו קינדער.

די טיפיקע"ל מעשה וואס געשעהט מיט צוויי בחורים פריוואט אן קיין באצווינגען וועט געווענטליך נישט אנקומען צום משגיח/מנהל, און אפילו ווען יא, וועלן רוב נארמאלע מחנכים נישט נעמען קיין ווילדע שריט פאר דעם.

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג יאנואר 1, 2024 4:51 pm

· #543186
Re: מעג מען ארויסווארפען א פארדארבענע בחור?
נישט אמת!
רוב משגיחים מעשיות זענען פארנומען אריינצוקריכן אין פריוואטע געשיכטעס און געשליכטעס צווישן צוויי בחורים.

סביב העולם » מאנטאג יאנואר 1, 2024 4:56 pm

· #543189
Re: מעג מען ארויסווארפען א פארדארבענע בחור?
איך האב נישט געהאט אזוינע משגיחים מעשיות אין ישיבה, אבער אויף וויפיל כ'האב געהערט פון חברים איז עס געווענליך געווען ווייל אזוי האבן זיי געקענט אנקומען צו איינער וואס איז א מקדיח תבשילו לרבים. זייער וועג אריין איז געווען דורך טרעפן קליינע פיש, וואס האט זיי געברענגט צו די גרויסע פיש.

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך יאנואר 3, 2024 1:20 am

· #543421
Re: מעג מען ארויסווארפען א פארדארבענע בחור?
נאך אזאך וואס ענדלט אין דעם מהלך המחשבה:
די היימישע וועלט'ס נישט רעדן איבער רעיפיסטן און די גרויסע סכנה דערפון, נישט רעדן פון וואס ערוואקסענע מענער טוהן באונס צו פרויען און מיידלעך.
ווייסט פארוואס מ'רעדט נישט דערפון?
נישט ווייל סאיז ניבול פה, ווייל פון אנדערע כעטהידיעס רעד מען אין גרויסן.
נישט ווייל מ'וויל נישט וויי טוהן דעם אפענדער, ווייל אנדערע טוט מען וויי אין גרויסן.
נאר בלויז פאר איין טעם:
מ'מיינט אז דארך עס ווארפן אונטער די קארפעט, וועט קיינער עס נישט טוהן...
זיי מיינען אז דאס איז אזא קאנטעיזשעס מחלה, וואס אויב מ'רעדט דערפון קען זעך עס אריבערכאפן צו נאך מענטשן.
און צוליב דעם מאכט מען נישט קיין ויצעקו ווען אזא זאך פאסירט.
און ליידער פאסירט עס צופיל מאל.

יעקב מענטש » מיטוואך יאנואר 3, 2024 3:19 pm

· #543506
Re: מעג מען ארויסווארפען א פארדארבענע בחור?
נישט זיכער פארוואס דו האסט מחליט געווען אז דאס איז די סיבה פון באהאנדלען די זאכן שטילערהייט. אבער נניח אז דו ביזט גערעכט אז די מאטיוו איז אז דער פראבלעם זאל נישט ווערן 'גרינג' בעיני בני אדם איז עס גראדע אויך א גוטע סיבה.

ס'פעלט נישט קיין אווערנעס אויף די היימישע גאס איבער דעם ענין, און ס'איז נישט דאס קיין גרעסער פראבלעם ביי אונז ווי אין די אלגעמיינע גאס.

אבער לענין האשכול, דאס איז א האקעלע טעמע, און יעדער איינער וואס פראבירט צו זאגן א מיינונג אז מ'זאל דעם בחור נישט ווארפן לעזאזל וכו' (גראדע קען איך עס הערן, איך פערזענליך קען איינעם וואס איז געווען ידו בכל אויף א שטארקע פארנעם, און איז היינט פון די חשוב'סטע אינגעלייט אין מיין עידזש) זאל קודם מסכים זיין אז ער קען ביישטיין אז דער בחור זאל שלאפן נעבן זיין בחור אין קעמפ.

די not in my backyard עטיטוד קומט שטארק אפיר אין אזוינע פעלער.

אבער איך פארשטיי נישט דאס וואס מאנכע שרייבן דא, אז דער מנהל זאל אים פארשאפן א צווייטע ישיבה און זיין בקשר וכו', דו ביזט מסכים אז די צווייטע ישיבה ווי דער בחור גייט גיין זאל זיין דיין זונ'ס ישיבה?

די קעפעלע » דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 11:58 am

· #543611
Re: מעג מען ארויסווארפען א פארדארבענע בחור?
דו ביסט זייער גערעכט.

אבער עס איז קלאר אז געוויסע קליינע ישיבות זענען מער געאייגענט פאר בחורים מיט די סארט פראבלעמען עכ"פ ווען מען כאפט/טרעפט איהם באצייטענס, סיי בנוגע השגחה אויף אזא בחור, און די ערפארונג מיט די ריכטיגע צוות וואס פארשטייט ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט איהם ארויסצוהעלפן מיט זיין פראבלעם, אויב איז דער בחור נאך אין א סטע"ג ווי ער איז גאר צובראכן מיט זיין מצב און זוכט א וועג ארויס. מיט הדרכה אישית קען מען זיי בפשטות גוט אוועקשטעלן און פארמיידן פרישע פראבלעמען.

אשטארקעפרומער » דאנערשטאג יאנואר 4, 2024 10:59 pm

· #543691
Re: מעג מען ארויסווארפן א פארדארבענע בחור?
די שאלה איז וואס מיינט א פארדארבענע בחור.. אין וואס איז די הילף וואס מען קען געבן פאר מען ווארפט.

אברהם שנית מן השמים » זונטאג פעברואר 18, 2024 9:25 pm

· #550191
Re: מעג מען ארויסווארפן א פארדארבענע בחור?
אויף וואס איז א ישיבה געמאכט אויב נישט צו מטפל זיין און אויף בעיון א בחור מיידל

ארכיטקט » זונטאג פעברואר 18, 2024 9:53 pm

· #550193
Re: מעג מען ארויסווארפן א פארדארבענע בחור?
איך האלט מ'זאל נישט ווארפן אבער אים קלאר מאכן אז נאך איין מאל מ'הערט נאך א מעשה מיט אים גייט די גאנצע ישיבה וויסן דערפון און מ'וועט זיך היטן פון אים

סוף טוב הכל טוב » זונטאג פעברואר 18, 2024 10:18 pm

· #550198
Re: מעג מען ארויסווארפן א פארדארבענע בחור?
אברהם שנית מן השמים #
אויף וואס איז א ישיבה געמאכט אויב נישט צו מטפל זיין און אויף בעיון א בחור מיידל
א בחור מיידל??

וואס??!!

שאולדיספריםפאקער » זונטאג פעברואר 18, 2024 11:25 pm

· #550208
Re:
קפנדריא #
ס'איז דא אין בארא פארק און וויליאמסבורג אינגעלייט ספעציעליסטן וואס באהאנדלען די סארט בחורים, זיי האבן שוין אסאך מושחתים געמאכט פאר ערליכע נארמאלע בחורים, די נארמאלערע ישיבות האבן קשר מיט די אינגעלייט, און מ'פרובירט דאס געווענליך אלס אן ערשטן שלב, ווען דאס גייט נישט איז דער מהלך אין רוב ישיבות אז מ'מוז דעם בחור שיקן ווייטער, ווייל אז נישט איז עס א חורבן אין די ישיבה..

איך ווייס פון א בחור וואס האט קאליע געמאכט בחורים אן א שיעור, מ'האט פרובירט מיט גוטן און נאכדעם מיט שטרענגען, דער איז אבער געווען חולה נפש, ער פלעגט ביינאכט ארומלויפן צו די בעטן, און נאך יאר קווענקלנישן, נאכדעם וואס ער האט שוין אנגעמאכט מאסיווע דעמעדזש, האט מען אים ענדליך געשיקט לעזאזל..

נ.ב. היינט איז דער חוטא ומחטיא אן א.ג. "או טי די", (וואס פארגעסט נישט צו בלעימען זיינע עלטערן און וועם נישט? וואס זענען ווי פארשטענדליך אייביג שולדיג פאר זיינע יצר הרע'ס, ער איז דאך זיכער נישט שולדיג..), און דער אומפארשעמטער מאנס און רעיפיסט שעמט זיך נישט צו שטיין ביי יעדע פראטעסט אקעגן מאלעסטעישאן צוזאמען מיט אלע בעלי תאוה און נואפים, טרעט אויף פאר צייטונגען און האקט אויף בלאגס, ווען זיינע הענט זענען פארשמירט און פול מיט צואה רותחת..
ביסט אזוי זיכער אז דער חוטא ומחטיא אוואו דו רופסט אים איז נישט געווען א וויקטים פון זיינע עלטערן אדער מלמדים אדער עפעס א יוד אין מקוה, און מען האט אים קיינמאל נישט געשיקט פאר העלפ, ווייל ביי אונז פאסירט נישט אזעלכע זאכן?

איך אויך » מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:18 pm

· #550298
Re: מעג מען ארויסווארפן א פארדארבענע בחור?
ער זאגט דאך אז מען האט פראבירט אלעס מיט יענעם בחור עם צו העלפן.

סבא דבהתא » מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:24 pm

· #550302
Re: Re:
שאולדיספריםפאקער #
קפנדריא #
ס'איז דא אין בארא פארק און וויליאמסבורג אינגעלייט ספעציעליסטן וואס באהאנדלען די סארט בחורים, זיי האבן שוין אסאך מושחתים געמאכט פאר ערליכע נארמאלע בחורים, די נארמאלערע ישיבות האבן קשר מיט די אינגעלייט, און מ'פרובירט דאס געווענליך אלס אן ערשטן שלב, ווען דאס גייט נישט איז דער מהלך אין רוב ישיבות אז מ'מוז דעם בחור שיקן ווייטער, ווייל אז נישט איז עס א חורבן אין די ישיבה..

איך ווייס פון א בחור וואס האט קאליע געמאכט בחורים אן א שיעור, מ'האט פרובירט מיט גוטן און נאכדעם מיט שטרענגען, דער איז אבער געווען חולה נפש, ער פלעגט ביינאכט ארומלויפן צו די בעטן, און נאך יאר קווענקלנישן, נאכדעם וואס ער האט שוין אנגעמאכט מאסיווע דעמעדזש, האט מען אים ענדליך געשיקט לעזאזל..

נ.ב. היינט איז דער חוטא ומחטיא אן א.ג. "או טי די", (וואס פארגעסט נישט צו בלעימען זיינע עלטערן און וועם נישט? וואס זענען ווי פארשטענדליך אייביג שולדיג פאר זיינע יצר הרע'ס, ער איז דאך זיכער נישט שולדיג..), און דער אומפארשעמטער מאנס און רעיפיסט שעמט זיך נישט צו שטיין ביי יעדע פראטעסט אקעגן מאלעסטעישאן צוזאמען מיט אלע בעלי תאוה און נואפים, טרעט אויף פאר צייטונגען און האקט אויף בלאגס, ווען זיינע הענט זענען פארשמירט און פול מיט צואה רותחת..
ביסט אזוי זיכער אז דער חוטא ומחטיא אוואו דו רופסט אים איז נישט געווען א וויקטים פון זיינע עלטערן אדער מלמדים אדער עפעס א יוד אין מקוה, און מען האט אים קיינמאל נישט געשיקט פאר העלפ, ווייל ביי אונז פאסירט נישט אזעלכע זאכן?
און אז יא? ממילא מעג ער שוין טוהן וואס ער וויל? מ’קען האבן מיטלייד מיט אים אבער די טריקענע מציאות בלייבט ער א סכנה פאר אנדערע מענטשן און פונט ווי די פארשטייסט אז א לייב באלאנגט אונטער גראטעס הגם ער איז בכלל נישט שולדיג אז ער איז געבוירן אלס לייב

שאולדיספריםפאקער » דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:04 pm

· #550609
Re: Re:
סבא דבהתא #

איך האב זיך באצויגן אויף די נ.ב.
בלאט: 1 2