☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר

נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר

130 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7101
בלאט: 1 2 3

lazar » זונטאג אוגוסט 28, 2016 4:53 pm

· #347516
רויטע וואנצעס
וואס הערט זיך מיט'ן סידי? געהייסן ס'וועט ערשיינען די צייט פון יאר.

שוין ענדליך ערשינען!

קנאקעדיג » זונטאג אוגוסט 28, 2016 4:57 pm

· #347518
ער איז א חתן געווארן

קאמענטירער » זונטאג אוגוסט 28, 2016 5:32 pm

· #347528
קנאקעדיג
ער איז א חתן געווארן

מיט וועמען?

קנאקעדיג » זונטאג אוגוסט 28, 2016 5:40 pm

· #347530
מיט לעווין

מאן דאמר » זונטאג אוגוסט 28, 2016 6:26 pm

· #347538
ער איז נאך א בחור?

שלום על ישראל » זונטאג אוגוסט 28, 2016 6:31 pm

· #347540
מאן דאמר
ער איז נאך א בחור?

געווען א גרוש

ווייל אזוי » זונטאג אוגוסט 28, 2016 8:30 pm

· #347551
.

town1 » זונטאג אוגוסט 28, 2016 10:18 pm

· #347564
שטיצט דעם רבינס מוסדות
<a class="postlink" href="http://www.nigunmusic.com/index.php?route=product/product&product_id=492">http://www.nigunmusic.com/index.php?rou ... uct_id=492</a>

סמבטיון » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 10:06 pm

· #348358
קען מיר איינער מסביר זיין וועם ער טרייט צו געפעלען מיטן זינגען אויפן ליטווישן הבהרה? בכלל בין איך דיסעפוינטעט פונעם טראסק וואס ער האט געמאכט פארן ארויסגעבן דעם סידי, איך האב ערווארטעט עפעס בעסערס פון אים, נאר דאס גייט מיר אויף די נערווען אז די פאר שיינע נגונים וואס ער האט שוין יא, פארוואס זינגט ער עס ווי א ליטוואק?

און צי דיר שמאולי אויב דו זעסט מיינע ווערטער דא וויל איך דיר זאגן אז איך ווער צודרייט פאר דיין שטימע, זעלטן צו טרעפן אזא שארפע קלארע שטימע וואס האלט אזוי גוט א טאן, אבער פליז נעקסט טיים זינג וויאזוי דיין רבי האט דיר אויסגעלערנט עברי.

פליקער » זונטאג סעפטעמבער 4, 2016 10:17 pm

· #348361
Re: נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר
סמבטיון, מיר גייט נישט אן זיין הבהרה של ליטע, אבער אים גאץ ווילן ער זינגט דאך אזוי הערלעך ביי חתונות, הלמאי טויג ער נישט פאר קיין טעיפ'ס, וצע''ג.
איך קלער נאר איין תירוץ, ווייל אז מען לייגט נישט אריין גייט מען נישט ארויס, פארוואס זאל ער אריין אינוועסטירן ווען אלעס גזל'ט, איך האלט טאקע אז ער מאכט א מעסטעיק, ער ברויך נאר אינוועסטירן און עטליכע גיטע יוטוב קליפס, און וועט אים גיט עדווערטייזן וזהו.

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 10:39 am

· #348403
סמבטיון
קען מיר איינער מסביר זיין וועם ער טרייט צו געפעלען מיטן זינגען אויפן ליטווישן הבהרה?

נאר יואלי גרינפעלד מעג?
ס'איז א לעצטיגע טרענד אז אלע זינגערס זינגען אויף מערערע הברה'ס אויף זייערע אלבומ'ס, פון אברהם פריעד, מרדכי ב"ד, שוועקי, שלומי גערטנער, יואלי גרינפעלד, שלומי דאסקאל, א.א.וו.
זעהט אויס זיי ווילן אפעלירן צו אלע שיכטן און קרייזן, פון די חסידישע, ליטווישע, ביז די ספרדישע..

קל וחומר » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 11:07 am

· #348410
Re: נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר
אברהם און מרדכי זענען אויפגעצויגן געווארן מיטן ליטווישן הברה.
וועם נאך מיינסטו?

סמבטיון » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 12:12 pm

· #348415
טאקע איינע פון די סיבות פארוואס איך האס דעם גרינפעלד.
שלומי דסקל ביי זיינע רילעקס סידיס זינגט ער יעדע ניגון וויאזוי דער מחבר זינגט עס , און דאס איז גראדע שיין, ווייל אז נישט האט עס א טעם ווי ירמיה דמן ווען ער זינגט יום טוב ערליך'ס נגונים מיט א חסידישן הברה.
אנאנים, איך ווייס נישט פון וועלכע מנגנים דו רעדסט אבער ביז תש"מ איז געווען אדער מבד יום טוב ערליך אברהם פריעד בן ציון שענקער און ליבאוויטש און די ערשטע פאר סידיס פון בעלזא, אדער אפשר משה גאלדמאן אויך , איך בין נישט זיכער, און יעדער האט געזינגען אויף זיין שטייגער .

moshav zekeinim » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 1:22 pm

· #348429
קל וחומר
אברהם און מרדכי זענען אויפגעצויגן געווארן מיטן ליטווישן הברה.
וועם נאך מיינסטו?


איך ווייס נישט אין וועלעכער חדר מרדכי איז געגאנגען, זיין טאטע האט אלס חזן טאקע געזינגען ברבים מיטן חזנישן הברה, אבער פריוואט איז דער שטוב געפארן אויפן פוילישן הברה. זיי זענען דאך גערע. מרדכי פאר זיך אליין דאוונט עפעס ווי א ליטוואק? אזויפיל יא, ער האט אנטוויקלט פאר זיך אליין עפעס א פשרה׳דיגער הברה וואס איז ענדליך צו דער רומענישער הברה, ד.ה. אלוקעיני מעלעך אנשטאט אלויקייני מעילעך. ווארשיינליך ווייל עס פילט זיך פאר אזא ארטיסט ווי אים מער ארגינעל, ארויס פונעם זיך, און מער השתפכות׳דיג. (אדער אפשר גאר, נאך אזויפיל יאר, ביים ריבניצן רבי׳ן).

און אפילו אברהם פריד וואס אין חדר איז ער דאך זיכער אויפגעוואקסן מיט א ליטווישער הברה, איז אבער אויפגעוואקסן ביי א גאליציאנער טאטן פון קרעניץ וואס האט געזינגען די זמירות אויפן גאליציאנעם הברה. אברהם פריד האט טאקע צעהן יאר צוריק ארויס געגעבן א וואקאלישער טעיפ מיט באבובע ניגונים געהערט ביי זיין טאטן. דאס איז געזינגען מיט א גאליציאנעם הברה. (אבער פארט הערט מען אז אברהם איז בעסער געפראגראמט אויף א ליטווישער הברה).

כוכב » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 1:23 pm

· #348430
מושב וואס זאגסטו צו שמואלי'ס אלבום?

קל וחומר » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 1:28 pm

· #348431
Re: נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר
אין זיין טאטען'ס טעיפס וואו ער זינגט אלס קינד, זינגט ער מיטן ליטווישן הברה ווי א פרא. (געפין אויס וואו ער האט געלערנט אין חדר).

moshav zekeinim » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 1:32 pm

· #348432
איך האב עס נאך נישט געהערט, נאר ישמע האב איך געהערט. דאס ענדלט צו די גאלדן עידזש ניגונים פון מבד און אברהם פריד. דער זינגט מיט חשק.

moshav zekeinim » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 1:36 pm

· #348434
קל וחומר
אין זיין טאטען'ס טעיפס וואו ער זינגט אלס קינד, זינגט ער מיטן ליטווישן הברה ווי א פרא. (געפין אויס וואו ער האט געלערנט אין חדר).


זיין זינג הברה איז לכאורה טאקע געווען ליטוויש. ווייל ער האט דאך באגלייט זיין טאטן אין שיל אלס חזן, און מסתמה האט דוד געזינגען רוב זמירות ליטווישדיג, (חוץ ווען ער איז געווען מיד אדער אנגעצויגן און אפגעכיפערט עפעס א גערער ניגון). קומט אויס אז בעת מרדכי איז אויפגעוואקסן מיטן דאווענען גאליציאניש און זינגען ליטוויש, איז אברהם אויפגעוואקסן מיט דאווענען ליטוויש און זינגען (שבת) גאליציאניש.

קאצקע ציקער » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 4:37 pm

· #348451
איך וואלט געווען נייגעריג צו הערן מרדכי זינגען אלטץ קינד. וויזוי הייסט די טעיפ אויף וואס ער זינגט?

דער דאס » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 5:18 pm

· #348455
ס'קען זיין מכאל שניצלער איז געווען דער ערשטער ארויס צוגיבן קאסעטן מיט די חסיד'שע הברה?

סמבטיון » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 6:05 pm

· #348459
חיים באנעט ירמיה דמן משה גאלדמאן זענען געווען אסאך פריער

moshav zekeinim » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 10:24 pm

· #348483
יצחק אונגאר נאך פריער.

סמבטיון » מאנטאג סעפטעמבער 5, 2016 10:30 pm

· #348484
פון וויזניץ?

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 12:18 am

· #348504
קאצקע ציקער
איך וואלט געווען נייגעריג צו הערן מרדכי זינגען אלטץ קינד. וויזוי הייסט די טעיפ אויף וואס ער זינגט?

כ'בין נישט זיכער ער מיינט אלס קינד, נאר אלס יונגערמאן. ער זינגט אויפן טעיפ 'אשא עיני', דעם ניגון ידיד נפש.

קל וחומר » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 12:33 am

· #348508
Re: נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר
איך בין יא זיכער....

ס'פארהאן פילע טעיפס פון ר' דוד ווערדיגער ע"ה אין וואס מרדכי זינגט אלס קינד.
בעהט פון די בחורים מיט די הארד-דרייווס זאלן דיר שיקן אויף וואצעגרעם.

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 10:34 am

· #348535
כ'בין נישט קיין בחור אבער כ'האב רוב קאסעטן פון ר' דוד. זאג מיר א נאמען און כ'וועל נאכזוכן.

קל וחומר » דינסטאג סעפטעמבער 6, 2016 11:50 am

· #348552
Re: נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר
געדענק נישט א ספעציפישע נאמען, עפעס ליגט מיר אין קאפ ביים ניגון 'יהללו את שם השם' זינגט דארט מרדכי (כ'האב עס געהערט לעצט פאר ארום פופצן-צוואנציג יאר צוריק, אבער אין זיכרון ליגט מיר אזוי).

בן ישי » מאנטאג יולי 17, 2017 2:36 am

· #379244
שמואלי ארבעט שוין אויף זיין צווייטע סידי

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 17, 2017 2:48 am

· #379245
מיינסט, זיין דריטע?
וויל עס איז שוין דא שמואלי 2....

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 17, 2017 2:09 pm

· #379297
שמעקעדיג
מיינסט, זיין דריטע?
וויל עס איז שוין דא שמואלי 2....

ניין. ער ארבעט יעצט אויף שמואלי1. כנהוג בק"ק יארמע.

גראדע הער איך איז טובטעמ'ס ארבעט אויף א נייע סעלעט.
בלאט: 1 2 3