☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר

נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר

130 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7101
בלאט: 1 2 3

קרעקער » זונטאג יאנואר 11, 2015 3:33 pm

· #247359
לענ"ד טוט ער א טעות מיטען ארויסגעבען א CD יעצט ווען ער איז ניי און זייער ווייניג קענען עם
זיין עיקר שטארקייט איז די פערפארמענס, זיין שאקלען, זיין גאנצער הלוך ילך וואס איז כולו אומר כבוד,
דעס גייט מען נישט זעהן אויפן CD
ער זאל ארויסגעבען וואס מער גוטע קליפס

בשבילי! » זונטאג יאנואר 11, 2015 3:39 pm

· #247362
רעדאגירט

דור האחרון » זונטאג יאנואר 11, 2015 6:25 pm

· #247427
א זינגערס פרנסה איז צו זינגען ביי חתונות און די וועג צי ווערען גאר גיט אויפגעפיקט ווי מזאגט, ספיציעל שמואלי אונגאר וואס איז נאך ניי און דער מארקעט און נישט ציפיל מענטשען האבען שוין געהערט פון אים,איז ווען מגעט ארויס א קנאקעדיגע סידי אז סזאל בלייבען א שם דבר און דער גאס,סא הגם ציפיל געלט מאכט מען נישט פון דעם אבער דער השקעה דאס בלייבט יא און איך בין זיכער אז דער אונגאר וועט אויפשאקלען דעם מוזיק אינדעסטרי....

פליקער » זונטאג יאנואר 11, 2015 11:13 pm

· #247487
איך האב נאך קיינמאל נישט געזעין און אים סיי וואס פאני, איך זעי ער זינגט פשוט הערליך, ער איז געבענטשט מיט א שטימע וואס איז שענער און פילע הינזיכטען ווי סיי וועד.

petergrifin » זונטאג יאנואר 11, 2015 11:28 pm

· #247488
אוי ח״ו איך האב נישט געמײנט אז עפעס איז פאני מיט איהם.

סאשי פיש » מיטוואך פעברואר 4, 2015 9:41 pm

· #251795
א בילד פון אים אין די אינגע יארן!
image.jpg

בשבילי! » מיטוואך פעברואר 4, 2015 10:19 pm

· #251803
ביזט זיכער זיכער אז ס'ער??? עפעס קוקט עס נישט אויס אזוי!!

בעל מדות » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 8:11 pm

· #251976
דער אידישער מיוזיק אינדוסטריע בליעט און גייט פראנאויס, יעדע האלבע יאר וואקסט ארויס א פרישע שטערן וואס אנטוישט נישט די פולע מיוזיק ליבהאבער אינערהאלב די יונגע דזשענערעישן, שמואלי אונגאר איז עדות דערצו, ער טראגט מיט זיך א זיסער אנגענעמע שטימע וואס הערט זיך פליסיג ווי א פידל און ער באשיינט שמחות אינלאנד און אויסלאנד, ער פארט ארום צו פערפארמען ביי ריזיגע איווענט'ס און ער פארמאגט א שטויס פון פארברענטע פענ'ס וואס רעדן פון אים מיט א פולע מויל פון באגייסטערונג, און דאס איז נאך בעפאר ארויסקומען מיט א סידי צו ווייזן וואס ער קען, שמואלי איך דארף נישט באצאלט פאר דעם אומזיסטן "עד" האסט מיר שוין געצאלט מיטן "אני מאמין בעמאנא שלעימא"...

בשבילי! » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 8:17 pm

· #251979
בעל מדות
האסט מיר שוין געצאלט מיטן "אני מאמין בעמאנע שלעימא"....

חחחח... גוט איז גוט

סלינקי » מאנטאג מערץ 2, 2015 11:14 am

· #256650
פרישע סחורה: מיט סימפיני בענד און זמירות...

פליקער » מאנטאג מערץ 2, 2015 9:46 pm

· #256805
מיטן גאנצן אמת,
סימיפיני איז גיט
אונגאר איז גיט
די אנדערע אינגעלייט נישט גיט סארי

יין שרף » זונטאג מערץ 22, 2015 6:30 pm

· #260526

איך אויך » זונטאג מערץ 22, 2015 6:40 pm

· #260531
הערליך און קריעטיוו!

קפה נמס » מיטוואך מערץ 25, 2015 4:21 pm

· #261728
וואו !! דער איז מורא'דיג... טאלאנט מיט סעלף קאנפידענס בענאזאם.

קאצקע ציקער » מיטוואך מערץ 25, 2015 5:14 pm

· #261739
איך ציה ציריק

דוד » מיטוואך אפריל 8, 2015 4:22 am

· #264782
יעדער קומט אריין בערך מיט די זעלבע. אז זיין קליפ איז פריפעשינעל... און א חתונה לעבט ער אויף. חוץ פון דעם פארקויפט ער גארנישט. דאס הייסט נישט ביי מיר א שטערן. קען מיך איינער זאגן פארוואס ער באקומט די נאמען שטערן??!

יידל » מיטוואך אפריל 8, 2015 3:20 pm

· #264874
שטערן האט אויך לעוולס.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 12:27 am

· #265027
דוד
יעדער קומט אריין בערך מיט די זעלבע. אז זיין קליפ איז פריפעשינעל... און א חתונה לעבט ער אויף. חוץ פון דעם פארקויפט ער גארנישט. דאס הייסט נישט ביי מיר א שטערן. קען מיך איינער זאגן פארוואס ער באקומט די נאמען שטערן??!


וואס נאך ווילסטו פון אים? ער זאל מאכן א סידי און דערלייגן די הויזן? ער איז א סוקסעספול חתונה זינגער, ער דארף נישט זיין ביזי דערלייגן געלט.

קאנצעפט » פרייטאג אפריל 24, 2015 6:47 pm

· #269501
דוד
יעדער קומט אריין בערך מיט די זעלבע. אז זיין קליפ איז פריפעשינעל... און א חתונה לעבט ער אויף. חוץ פון דעם פארקויפט ער גארנישט. דאס הייסט נישט ביי מיר א שטערן. קען מיך איינער זאגן פארוואס ער באקומט די נאמען שטערן??!


א שטערן הייסט איינער וואס אינספירירט מענטשן, איינער וואס וויפיל מ'הערט אים קען מען זיך נישט אנזעטיגן. וואס הייסט מער שטערן ווי ארויסקומען מיט איין פראפעשאנעל קליפ נאכן צווייטן אלעס פון 'לייוו דזשאבס' און מענשן קענען נישט סטאפן צו הערן און רעדן דערפון, אין מקוה צו אויפ'ן באס, אדער אין עלעוועיטאר...

איך קוק שוין נאך דעם שמואלי'ן פאר צוויי יאר, און איך זע ווי די התפעלות פונעם עולם אויף אים וואקסט איבעראל... גאר שנעל ווערן מענטשן געוואויר פון אים און they can't get enough of him...

ס'איז דא צענדליגע גוטע און גאר גוטע חתונה זינגערס... כמעט יעדע זינגער מאכט קליפס יעדע חודש/צוויי, איינער קומט אן צו פיר טויזנט וויאיו'ס און איינער צו אכט... ס'איז היינט געווארן מער פאפולער ווי אן אלבום אין א געוויסן זין... עס ברענגט די עיקר ביזנעס פאר'ן זינגער און פאר'ן בענד, אבער שמואלי... ער איז סאמטינג עלס... פאר א סיבה קען שמואלי אונגאר בעטן דעם פרייז וואס ער בעט און עס באקומען... ער ווערט גערופן דורך די גרעסטע עשירים, ער פערפארמט יעדע צווייטע נאכט מיט בענדס אויף גאר טייערע חתונות, ער איז א שטערן! פארפאלן, ווי שווער ס'איז פאר געוויסע עס צו איינערקענען... שמואלי אונגאר באווייזט צו שלעפן צוואנציג טויזנט וויאוס און נאך סאך מער פון יעדע איינס פון זיינע קליפס, איינמאל נאכן צווייטן... איך קען איינצעלנע זינגערס וואס האלטן אויף דעם לעוול (חוץ די גאר גרויסע סופער סטארס) שלומי דאסקאל, לוי יצחק פאלקאוויטש און שמואלי אונגאר. און יא, אלע דריי זענען שטערן'ס...

איך האף איין זאך, אז זיין סידי וועט זיין אזוי גוט ווי זיינע קליפס... אויף די וועג וויאזוי ער גייט וועט עס מסתמא זיין בעסער...

ישמעאל הכהן » פרייטאג אפריל 24, 2015 7:16 pm

· #269508
איך קוק שוין נאך דעם שמואלי'ן פאר צוויי יא

דרייסטיך ארום מיט א שפיגל? 😛

קאנצעפט » זונטאג אפריל 26, 2015 6:34 pm

· #269832
ישמעאל הכהן
איך קוק שוין נאך דעם שמואלי'ן פאר צוויי יא

דרייסטיך ארום מיט א שפיגל? 😛


נאנסענס איז באמת נישט ווערד א רעספאנס... אוי, אט האב איך רעספאנדעד...
אבער דאס מאכט נישט קיין איין ווארט פון דיר מער סענסיבל...

קאצקע ציקער » זונטאג אפריל 26, 2015 6:42 pm

· #269836
Woe woe chill
נעם עס נישט אזוי פערסענאל

moshav zekeinim » מאנטאג מאי 11, 2015 8:37 pm

· #274197
און אז ער נעמט עס יא פערסענל וואס האסטו טענות. ער שטעלט פאר עפעס וואס איז ידוע פאר יעדן, און אט פירקלט איינער א קינדישע פוינטינג טשעפע וואס נעמט אוועק דעם טעם פון ווייטער שמועסן געלאסן.

moshav zekeinim » מאנטאג מאי 11, 2015 8:40 pm

· #274199
דער שמואל אונגאר לויט זיין זינגען און כאראקטער קוקט ער מיר אויס צו זיין א איזראעלי. איז עס ריכטוג?

רויטע וואנצעס » מאנטאג מאי 11, 2015 9:45 pm

· #274237
ער אליינס נישט אבער זיין מאמע דאכט זיך אז יא.

שלום45 » פרייטאג יוני 26, 2015 9:16 am

· #285270
עס איז דא זייער א אינטרעסאנטע אינטערוויאו אויף "קול מבשר" פין שמולי ער זאגט אז ער גייט ארויס געבן א קאלעקשן סידי סע קימט ארויס דעם ווינטער אי"ה
ער דארט פין זיין בייפאס אז ער גייט אפפאלן 250 פאונט...

שלום45 » פרייטאג יוני 26, 2015 10:12 am

· #285277
נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר
םוםוםוםו

קאמענטירער » מיטוואך יולי 1, 2015 5:58 pm

· #286547
שלום45
עס איז דא זייער א אינטרעסאנטע אינטערוויאו אויף "קול מבשר" פין שמולי ער זאגט אז ער גייט ארויס געבן א קאלעקשן סידי סע קימט ארויס דעם ווינטער אי"ה
ער דארט פין זיין בייפאס אז ער גייט אפפאלן 250 פאונט...

אויס געהערט סאיז געוואלדיג, זעלטען רעדט א מענטש אויף די אונטערוויוס אזוי אפען פון זיך, איך ווייס נישט פארוואס דער אונטערוויאער האט האט עפעס קעגן אים אז ער צימבלט אים אזוי און ער פראקט אים אויס ברבים , כמעט זיכער אז ער האט גענומען רשות פון שמואלי אז ער זאל אין קענען אויספרעגען אזוי אגרעסיוו ( וויפיל נעמסטו? אזוי סאך) און ער געבט אים הדרכה ( אזוי איזעס אויב מווערט פאפולער וועלן מענטשען בארעדן א, אז מהאט כבוד דארף מען צאלען א פרייז) און פרעגט אים אויס פריוואטע זאכען (די סליף האט זיך אויסגעארבעט?) און מאכט אים משוגע מיט מאדנע קשיות (וואס וואלסטו געזאגט פארן גאווענער, וואו דארף מען זוכען די צוויי פארברעכערס? גראדע האט ער זייער גוט צוגעטראפען און בערך וואס ער האט געגעסט, איז אזוי געווען #חכם עדיף) באטעם ליין סאיז א געלונגענע/אינטערסאנטע אונטערוויא, מקען הערן אביסעל וויאזוי ער זינגט וכו׳ שמעו ותחי.

און יעצט צו דיר שמואלי סקוקט אויס ווי דו ביסט אויף די ריכטיגע רעלסען קיפ איט אפ! יא עדיטוד נישט שמעשעטוד די עיקר אונטערטען די אודיענץ!

moshav zekeinim » מיטוואך יולי 1, 2015 7:28 pm

· #286568
ער זאגט אז ער איז פון קרית יואל, לויט דער סטייל וויאזוי ער זינגט וואלט איך נישט געגלייבט אז ער איז א קרית יואלער.

וועלווי שמעלצער פרעגט אים פון וואו ער נעמט דאס אויסדרייען דעם מייק צום עולם אויף אויסצולאזן א שטיקל ניגון (טאטע מיר פארלאזן זיך: נאר אויף דיר), און שמואליק געדענקט נישט פון וואו. בדרך צחות ברענגט וועלווי אויף א מעגליכקייט אז עס נעמט זיך פון דער רבי אין חדר וואס פלעגט לאזן די קינדער אויסלאזן דעם זאץ.

אבער אזוי ווי שמואליק דערמאנט אין אנהייב אינטערוויו אז זיין ראויל מאדעל איז דדי (אדער וויאזוי רבי וואלף שמאלצירא רופט אים ביים פולן נאמען ר' דוד גראוכער) מיט וועמענס מוזיק ער איז אויפגעוואקסן. קלער איך אז דער איידיע האט ער גענומען טאקע פון דדי'ן זיין רויעל מאדעל וועלעכע איז זיך נוהג ביי חתונות און קאנצערטן אויסצודרייען די מייק צום עולם. צו זעהן דדי מיטן בייכל אוו סטעיטש איז א מחי' נפשות, און שמוליק האט טאקע א סך פון זיינע אייגנשאפטן.

כלפי זיין אפקאמינג סידי פון וואס ער רעדט, פארשטיי איך אז עס האנדלט זיך פון א גענצליך נייע פראיעקט מיט פרישע ניגונים.

ער זאגט נאר אז ער גייט נישט אריין ברענגען קיין נייע סטייל'ס אין דעם סידי, ווייל ער האלט אז נייע סטיילס זענען נישט מצליח.

מוזיק פארשטיי איך וועט מאכן זיין פראדוסער נפתלי משה שניצלער. הגם ער איז זייער יוניק און קריעטיוו ווער איך עפעס נאך נישט אזוי עקסיידעט מיטן הערן נפתלי משה'ס נאמען אויף די ארעינדזשמענטס.

שמוליק האפט מיט די הסכמה פון נפתלי משה'ן דער אונטערנעמער פונעם סידי צו ניצן משי רויט פון תזמורת המנגנים פאר קווייער.

עס איז נישטא וואס צו רעדן אז אזא זינגער ווי שמוליק איז באמת א חידוש בשמי אמעריקא. זיין אייגנארטיגקייט און ענערדזשי איז עלול צו טוישן די צורה פון חתונות. און טראץ זיין ווילדע געזינגעכטץ גלייב איך אז ער איז נישט קיין דארן און אויג פאר ערנסטע היימישע מחותנים, צוליב זיין געשמאקע און היימישע עדיטוד.

אפטעמיסט » מיטוואך יולי 1, 2015 9:14 pm

· #286605
וועלכע נומער אינטערוויא?

Kool man » מיטוואך יולי 1, 2015 9:23 pm

· #286607
ווער'יז זיין טאטע? שווער? אוואו וואוינט'ר?

רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 1, 2015 9:33 pm

· #286615
אפטעמיסט
וועלכע נומער אינטערוויא?


1235

lazar » מיטוואך יולי 1, 2015 10:59 pm

· #286633
Kool man
ווער'יז זיין טאטע? שווער? אוואו וואוינט'ר?

כ'מיין אז זיין טאטע איז פרייצייטיג נפטר געווארן.

ווי ער איז א איידעם ווייס איך נישט.

און אגב ר' נפתלי משה שניצלער דער פראדוסער איז אויך פון קרית יואל אלס קינד.

קרית יואל גיט ארויס שיינע פירות 😃

lazar » מיטוואך יולי 1, 2015 10:59 pm

· #286634
שמואלי זאגט אין זיין אינטערוויו אז היינט צוטאגס וואוינט אין מאנסי.

אפטעמיסט » דאנערשטאג יולי 2, 2015 8:13 am

· #286686
רויטע וואנצעס
אפטעמיסט
וועלכע נומער אינטערוויא?


1235

וויאזוי קום איך אן ביז די אינטערוויאו אפטיילונג? כ'געב מיך נישט קיין עצה

moshav zekeinim » דאנערשטאג יולי 2, 2015 1:20 pm

· #286728
דייעל קול מבשר, ווארט אויס ביז נאכן ערשטן אדווערטייזמענט, דערנאך דרוקט #3 און דערנאך ביים אינטערוויו אפטיילונג #1 און דארטן הער צו די ליסטע פון די אינטערוויו'ס ביז ער וועט צו קומען צו שמואל אונגאר וואו ער זאגט וועלעכער נומער צוקוועטשן

ודי למבין » דאנערשטאג יולי 2, 2015 2:31 pm

· #286753
moshav zekeinim


עס איז נישטא וואס צו רעדן אז אזא זינגער ווי שמוליק איז באמת א חידוש בשמי אמעריקא. זיין אייגנארטיגקייט און ענערדזשי איז עלול צו טוישן די צורה פון חתונות. און טראץ זיין ווילדע געזינגעכטץ גלייב איך אז ער איז נישט קיין דארן און אויג פאר ערנסטע היימישע מחותנים, צוליב זיין געשמאקע און היימישע עדיטוד.


איך בין נישט זיכער וועלכער חידוש ער ברענגט צום טיש. יא, ער זינגט שיין, וזהו!
דו האסט שוין אמאל גערעדט מיט אים? ווייל, זיי מיך מוחל, אבער זיין עדיטוט איז גרויליג און עס איז מיין פרעדיקשען אז עס גייט אים אוועק הארגענען...

קאנצעפט » דאנערשטאג יולי 2, 2015 5:06 pm

· #286789
moshav zekeinim

איך בין נישט זיכער וועלכער חידוש ער ברענגט צום טיש. יא, ער זינגט שיין, וזהו!
דו האסט שוין אמאל גערעדט מיט אים? ווייל, זיי מיך מוחל, אבער זיין עדיטוט איז גרויליג און עס איז מיין פרעדיקשען אז עס גייט אים אוועק הארגענען...


אויב איינער קען נעמען זיין שטערקסטער טול, און דעיס פרובירן אראפצוברענגען עד כדי גרויליג.... דאן אדער רעדסטו פון א צווייטן, אדער האסטו נאכנישט גערעדט צונעם... אדער...

געוואלדיג » פרייטאג יולי 3, 2015 1:15 pm

· #286988
איך קען איהם פערזענליך נאך פון זיינע בחור'ישע יארן, זיין עדיטוט איז זייער א צוגעלאזענע.

קפה נמס » פרייטאג יולי 3, 2015 2:43 pm

· #287006
איך קען אים שוין אויך א שטאק מיט יארן. זיין צוגעלאזנקייט און זיין סענס אף יומער מאכט א געשמאק זיך צו דרייען ארום אים...

ליפא » פרייטאג יולי 3, 2015 2:52 pm

· #287008
זיך דרייען ''ארום'' אים קען נעמען צייט...

ודי למבין » מאנטאג יולי 6, 2015 2:19 pm

· #287372
אולי פאר די וואס קענען אים איז ער זייער גוט, אבער פאר קלייאנטן און פאר סתם עמך יודן איז ער א גרויסע "ווייז-גיי"

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2015 12:12 am

· #294051
יעצט אנגעיאגט צו הערן דעם אינטערוויו. באמבאסטיש!

קפה נמס » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 2:27 am

· #305213
<a class="postlink" href="https://youtu.be/jR2vmobqvIU">https://youtu.be/jR2vmobqvIU</a>
אהבת ישראל פון MBD

its me » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 8:07 pm

· #305302
He is a very friendly person

ליפא » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 8:14 pm

· #305304
its me
He is a very friendly person

Me too

געוואלדיג » דינסטאג אקטאבער 20, 2015 8:49 pm

· #305306
i would say the same @its me if

יושב אהל » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 9:31 pm

· #310767
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=rAs7zIilI-8">https://www.youtube.com/watch?v=rAs7zIilI-8</a>

ודי למבין » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 7:43 pm

· #311466
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=8-SpDyv21bk">https://www.youtube.com/watch?v=8-SpDyv21bk</a>

דער בחור האלט א ביעט פיין!

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 8:34 pm

· #311473
וואס הערט זיך מיט'ן סידי? געהייסן ס'וועט ערשיינען די צייט פון יאר.
בלאט: 1 2 3