☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » די גוטע געפיל ווען...

די גוטע געפיל ווען...

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7078
בלאט: 1 2

יעדער לאכט » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 10:40 am

· #220399
די גוטע געפיל ווען...
ווען די בעיבי שלאפט איין נאך א האלבע שעה וויינען און ברעטשענען נישט וואוסענדיג וואס פעלט אים/איר.

ווען די פאליס שטעלט אפ די קאר וואס האט גע'רעיסט מיט דיר און זיך דערכאפט, אדער דיך אריינגעשניטן ווי א מטורף.

ווען די באקומסט צוריק א "לול" נאכדעם וואס די שיקסט א וויץ.

ווען די מלמד/מגיד שיעור שרייט דיך אן און מאכט א מיסטעיק אינמיטן וואס ברענגט געלעכטער ביים עולם.

די געשריי פון היום תאמצינו נאך א גאנצן טאג דאווענען.

ווען מ'טרעפט א פארקינג נאך א האלבע שעה זוכן.

ווען מ'פארט אין די שניי מיט 4וויעהל דרייוו און אין די זייט גליטשען זיך קארס (גויאישע פארשטייטזיך..) און דו פארסט ווי א מלך.



דער עולם איז מכובד צו לייגן נאך

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 10:41 am

· #220401
ווען א צימעס איד ווערט א קאווע איד.

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 10:44 am

· #220402
מר. לאכט ניקך יאה לך ואתה נאה לניקך.

הממ האסט א מגיד שיעור און א מלמד, זאג ביסט א כיתה ט יונגל?

ברעט מענינג » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 10:58 am

· #220406
ווען איך בין עהרליך!

יעדער לאכט » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 11:18 am

· #220415
ווען חבירים קומט אן דיר צו געבן א בוסט.

ווען די קומסט אן שפעט צום באס סטאפ און פונקט יענע טאג קומט דער באס אן אביסל שפעטער.

ווען די טרעפסט א פלאץ אויף א פולע באס.

ווען מ'רופט דיך גלייך אריין ביי א דאקטארס אפוינטמענט ווי מענטשן וואס זענען אנגעקןמען פאר דיר ווארטן נאך.

יואב » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 12:02 pm

· #220420
ווען עטליכע שטירן קלעבן ארויף זייערע אויגן אויף דיר, און אונטער א גאר שנעלן איבערזיכט ביזטו פאזאטיוו אז דיין זיפער איז הערמאטיש פארשלאסן.

דו טאנצט ארויס פון דיין הויז אין א פרימארגן א צעטומלטער. אויף דער רעכטער זייט פונעם חלום-אפגעריסנעם פרצוף, שטייט דיך די פאה אזוי משזר׳דיג, כקרן השור; די שיך אנגעטאן ווי פאפאטשן, מיט בלויז די ערשטע דריי קנעפלעך פונעם העמעד פארמאכט, צו פארנארן דעם שטן אונטער דעם שאטן פונעם רעקל. שוואכע שאנסן אז דאס קוויטל נוצט נאך נישט דעם ווייפער צו זיך באשיצן פון די ווינטן. טאקע בלויז פינף און פערציג דאללער, אבער ווייסטאך. אולי יחוס עם עני, צען טיקעטס א חודש איז באלד א קמחא דפסחא. דערווייל אבער כאפסטו זיך ס׳איז לעיבאר דעי -- ווי א נקמה אין דער סיטי, פיינעלי זיך דערלעבט.

צוליב נאטירליכע געברויכן ווערסטו אריינגעצווינגען אין א שטאטישן בית מדרש אין מיטן טאג. די ביסקיסעס זענען צו דיין אנטוישונג אונטן, אבער צו דיין פרייד איז צום סוף יא פארהאן פאר-דשי.

יעדער לאכט » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 3:52 pm

· #220521
ווען דו קויפסט עפעס פאר 20 דולער אין גראסערי און דו געסט א אויסגעדראשענע הונדערטער און באקומסט צוריק 4 גלאטע צוואנציגערס.

ווען מ'כאפט (אויף אלע גוים געזאגט..) א גליטש אין די אייזיגע שניי און די גאס איז ליידיג.

ווען דו ביסט פון די עטליכע יודן אין ביהמ"ד וואס קענען די ניגון פון לכה דודי.

ווען איינער האט דיר נישט וואס צוריקצוענטפערן.

ווען "יעדער לאכט" פון עפעס וואס דו האסט געזאגט.

ווען דו קומסט אן צו א רויט לייט אבער די קאנסטרוקציע ארבעטער ווייזט אז דו קענסט ווייטער גיין.

ווען דו פארסט עטליכע מייל אן געז אבער דו קומסט בשלום אן צום געז סטעישאן.

פלעין יודיש » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 5:23 pm

· #220563

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 5:32 pm

· #220567
א תובע בפה איז שווער אפצוזאגן ,נאדר א לייק.

קאפקעיק » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 7:35 pm

· #220596
ווען דיין לעין נעמט זיך פלוצלינג פליען אינמיטן א געדעכטע טרעפיק.

ווען מ'זעצט זיך אוועק נאך א לאנגע דאווענען אדער נאך שטיין א לאנגע צייט.

ווען א פאליסמאן גליטשט זיך אויס אין די שניי אויף דרייצענטע עוועניו, אויפן וועג אנצוקומען צו דיין קאר אויף צו געבן א טיקעט, און דו לויפסט שנעל קויפן נאך א מיטער טיקעט. (בדידי הווי עובדא.)

ווען דו ביסט אינמיטן א העפטיגע טענה'ריי מיט איינעם, און עפעס א משה גרויס מאכט יענעם אוועק און נעמט איבער דו טענה'ריי אנשטאטס דיר.

ווען דו טענה'סטעך מיט איינעם וועלכע וועג איז שנעלער, און דיין וועג האט גענומען א שעה שנעלער. (נישט ווייל דו ביסט גערעכט, נאר ווייל ביי יענעם איז געווען א מעכטיגע עקסידענט.)

יעדער לאכט » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 10:44 am

· #220739
ווען די הגבה געלונגט אויף א שווערע ספר און יעדער קוקט.

ווען מ'זאגט פאר איינעם וואס איז יונגער פון דיר "ווען דו וועסט אביסל עלטער ווערן וועסטו פארשטיין".

ווען דער פאליס בעהט דיין לייסענס און רעגיסטרעישאן און ער לייגט צו די ווארט "סיר".

ווען די רעיסט א גאנצע וועג מיט א גוי און ווען מ'קומט אן צו די טאלל-בוט דארף ער שטיין אין א לאנגע ליין צו צאלן קעש און די פארסט מיט די איזי-פעס לעין.

ווען מ'זעט די לייט ביי די ענדע פון א לאנגע טאנעל אדער די בליטשקעדיגע לעקטערלעך נאכן זיצן א שעה אין טרעפיק.

ווען איינער טרעפט דיך אין ביהמ"ד און זאגט דיר "אה, דיך זוך איך, דו וועסט מיר זיכער וויסן צו ענטפערן"

קפנדריא » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 11:14 am

· #220755
ווען דו גייסט דורך א געפערליכע פאניק און שרעק, און דו דערוועקסט זיך צו זען אז ס'איז נאר געווען א חלום..
א קאלט גלעזל ביר נאכ'ן טשאלנט..
ווען מ'זעט אויף די טאוול אין גאז סטאנציע אז געז קאסט יעצט בלויז 3.15 א גאלאן..
ווען דו קומסט אן מיט דיין פולע טאנק פון נ.נזש. קיין ניו יארק און דו זעסט אז דא קאסט געז 3.59
ווען די פאליציי בליטשקעט אונטער דיר, אבער צום סוף פעסט ער דיך..
ווען די מקוה טורנסטייל איז אפן...
ווען דו גייסט אריין אין א קאלטן ווינטער טאג אין א ווארעמע מקוה..
ווען דו ועקסט זיך אויף גרייט אויפצושטיין, און דו זעסט אויפ'ן זייגער אז דו קענסט זיך נאך צוריקדרייען אויף צוויי שעה..
ווען דו ביסט מכבד א משולח ביים טיר מיט א קאלט גלעזל משקה און זיין פנים שטראלט אויף..
ווען דו הייסט דיין זון עפעס טון און ער ענטפערט דיר נישט "איך וויל נישט"..
ווען דיין טאכטער ברענגט אהיים א גוטן רעפארט קארד..
ווען דיין חבר האט דיר געקויפט מפטיר יונה..
ווען דו ווערסט געוואר אז דיין ביד איז געווארן אנגענומען..
ווען פונקט היינט ווען דו האסט פארשפעטיגט צום דאווענען האט זיך דער בעל תפילה נאכנישט געשטעלט..

יעדער לאכט » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 2:19 pm

· #220825
ווען אינמיטן די אלערדזשי סיזאן איז די 'האפטשו' געלונגען בעסער ווי ערווארטעט (ווער ס'ליידט אויף די 'ראוז' פיבער וועט דאס גוט פארשטיין).

ווען די כפרה שלאגן עריו"כ איז דורכגעגאנגען אן קיין אומאנגענעמליכקייטן.

ווען דאס ווייב איז צופרידן מיט די מתנה וואס דו האסט געקויפט.

ווען מ'זעקלט זיך אויס צו געבן א דאון פעימענט פאר א הויז.

ווען מ'קומט אן אינדערהיים נאך א לאנגע וועג וואקן אין א גאס רעגן.

ווען מ'הערט דעם שמש יו"כ פארן ליינען ביי שחרית שוין פארקויפן די עליות פאר מנחה-מפטיר יונה (ווער ס'דאווענט אין א ביהמ"ד וואס מ'פירט זיך נישט אזוי זאל דאס פארלאנגען, איר וועט מיר נאך דאנקבאר זיין).

מאטי » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 3:18 pm

· #220858
ווען מ'דארף עסן מיט די גאפל אין די לינקע, מעסער אין די רעכטע האנט, און אלעס גייט דורך בשלום.

מאטי » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 3:41 pm

· #220870
ווען איך שטיי אין א הארדוועיר סטאר אנע רעקל, און איינער פרעגט מיך "איר ארבייט דא?"

ניין!!!!!

Milk shake » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 5:26 pm

· #220904
מ'גיט א גוטן גרעבץ פרייטאג נאכמיטאג נאך די טועמיה,
אז די שכן נעבן דיך ביי מנחה האט ענדליך אויפגעהערט צו געבן געז,
אויב דו טאפסט אין טאש די ליידיגע פעקל ציגערעטס און דו טרעפסט נאך איין ציגערעטל,
ווען דו מאכסט א סיום הש"ס,
דער רב פון שול גיט דיר א אמת'דיגע שמייכל,
דו מאכסט חתונה מיט אייגן געלט,
ס'רעגנט נישט שבת אין קאנטרי,

מאטי » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 5:47 pm

· #220911
א באקס'ל מאכט זיך באקוועם צווישן דעם גאז טאנק אינעם אונטערשטן אקסעל, און ברומט ארויס הויכע טראנבאונישע באסאווע קראצערייען, אזש דאס הו הא פונעם ארום ווערט האסטיג צושטערט, מאמעס מיט וועגעלעך דרייען זיך אויס מיט שרעק.. עטליכע שארט סטאפס און ווילדע מאנאווערן, אבער זי גראפעלט זיך שטארק אן מיט די לעצטע כוחות אין איר פאזיציע. ענדליך געט דאס באקסל דעם סאמען לעצטן גוסס'דיגע געשריי און טיילט זיך בע"כ אפ פון איר באקוועמען גריפ, און בלייבט איבער א צוקאליטשטע אינמיטן ראוד פארשעמטערהייט.

יעדער לאכט » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 11:20 am

· #221057
ווען דו הערסט איינעם נאכזאגן ביי א קופקע א זאך וואס דו האסט געשריבן אויף קאווע שטיבל.

ווען דיין בעה"ב קען זיך נישט באגיין אן דיר.

ווען ביי א גרויסע שמחה/מסיבה און די טיילסט אויס עפעס און יעדער שטופט זיך צו באקומען און יעדער ווערט דיין חבר.

ווען ס'געלונגט דיר צו פיקסן א טוי פאר דיין קינד (אפילו מיט א פלעינע שאקל אדער א גוטע זעץ דערויף).

ווען די באנק טעלער שמייכלט צו דיר יותר מדי.

ווען די גראמער באגיסט דיך מיט אומגעשטויגענע שבחים און טיטלען.

ווען דו טרעפסט די לעצטע פעקל ברויט אין גראסערי אסרי חג פסח.

קאפקעיק » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 11:33 am

· #221059
ווען מ'האקט אויף די אויסגעברענטע העדלייט און ס'צינדט זיך צוריק אן.

טעפל » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 1:55 pm

· #221109
ווען יעדער לאכט..

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 2:42 pm

· #221147
ווען טעפל טיילט קענדיס באישון ליל....

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 12:31 am

· #221301
ווען מ'כאפט אריין לייקס פאר די הודעה איז געווארן פארמעקט..

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 1:02 am

· #221306
שמעקעדיג
ווען טעפל טיילט קענדיס באישון ליל....


טעפל איז דיין צווייטע ניק? האסט דאך די זעלבע מנהג.

מאטי » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 1:41 am

· #221312
ווען איינער איז מיר חושד צו זיין אן אנדערע געלונגענע ניק...

טעפל » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 3:19 am

· #221317
רויטע וואנצעס
שמעקעדיג
ווען טעפל טיילט קענדיס באישון ליל....


טעפל איז דיין צווייטע ניק? האסט דאך די זעלבע מנהג.

WOW וויאזוי ביסטו ארויף אויף דעם??

יעדער לאכט » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 11:17 am

· #221363
ווען דו פארדרייסט א ניגון און יעדער זינגט מיט.

ווען א משלחת פון די מוסדות קומט ארויף צו דיר אין דיינונג רום.

ווען די טענה'סט עפעס א אומגעשטויגענע טענה און קיינער פרעגט עס נישט אפ.

ווען דו ווערסט געזעהן אין א פיקטשער און איינע פון די וועכענטליכע מאגאזינען.

מאטי » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 12:21 pm

· #221374
ווען א גוי'שע קאר סערוויס צינד אן א מב"ד קאסעטע

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 12:29 pm

· #221376
..און א שלעכטע געפיל פאר דער איד וואס האט עס דארט איבערגעלאזט.

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 2:27 pm

· #221400
ווען די ראש ישיבה וואס האט נישט געוואלט אנ-נעמען מיין זוהן ווייל ער איז נישט געווען גענוג...
מצוין... חסידיש... צו די ר"ת'ס איז נישט געווען גענוג לאנג... (לייג אריין די סיבה) קומט צו מיר אהיים נאך געלט, און איך ווארף איהם אראפ פון אלע טרעפ!

יעדער לאכט » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 4:46 pm

· #221434
ווען מ'זאגט אויף דיינע קינדער אז זיי זעען אויס אינגאאאאאאנצן ווי דיר.

ווען ס'געלונגט צו פארקן ביים ערשטן מאל פרובירן.

ווען א קינד זאגט דיר "פליס קראס מיך".

ווען מ'קען זאגן פאר איינעם "זעהסט? כאדיר געזאגט.. נעקסט טיים פאלג מיך".

ווען מענטשן באטראכטן דיין נייע רעקל/בעקיטשע וואס דו האסט געקויפט.

שטאפענע קאפעליטש » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 5:07 pm

· #221449
ווען כ'מוף א דירה, אין ס'דא קנאקעדיגע ווייפיי פון די נייע שכן, אסאך בעסערע ברוך הבא ווי די קוגל זיי האבן אריין געשיקט פארגאנגענע שבת.

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 5:55 pm

· #221459
יעדער לאכט
ווען א משלחת פון די מוסדות קומט ארויף צו דיר אין דיינונג רום.

NO WAY!!!!
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/57162">viewtopic.php?p=57162#p57162</a><!-- l -->

קאפקעיק » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 7:29 pm

· #221473
ווען ס'קומט ארויס א אפדעיט פון וואטסעפפ

קאפקעיק » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 7:31 pm

· #221475
שטאפענע קאפעליטש
ווען כ'מוף א דירה, אין ס'דא קנאקעדיגע ווייפיי פון די נייע שכן, אסאך בעסערע ברוך הבא ווי די קוגל זיי האבן אריין געשיקט פארגאנגענע שבת.

לא תחמוד רשת רעך!

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 7:43 pm

· #221479
ליבערשט איינמאל לא תגנוב ווי כסדר לא תחמוד.....

איך אויך » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 7:47 pm

· #221480
חח גוט!

אפטעמיסט » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 7:50 pm

· #221482

איך אויך » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 8:18 pm

· #221486
איך האב דיר שוין געלייקט במקומו ובזמנו ממילא אויף מיר קענסטו נישט שרייען.

אליצפן » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 3:24 pm

· #221623
שמעקעדיג
ליבערשט איינמאל לא תגנוב ווי כסדר לא תחמוד.....

בדומה לזה האב איך אמאל געהערט אזא מעשה:
משה קוקט צו מיט קנאה צום ניייעם שכן'ס שיינע גלאנצענדע אייפעד. ער טראכט צו זיך מיט ביטערניש "ממה נפשך בין איך אין פעקל, טאמער גנב'ע איך עס בין איך עובר לא תגנוב, טאמער נישט בין איך דאך עובר לא תחמוד".
נאכדעם האט ער זיך בארעכנט, "אז איך גנב'ע עס נישט בין איך עובר לא תחמוד און כ'האב גארנישט דערפון, משא"כ אז כ'גנב'ע עס יא בין איך טאקע עובר לא תגנוב, אבער כ'וועל כאטש האבן דעם אייפעד! און דאס האט אים געהאלפן מאכן א דעסיזשין...

ציבעלע-קיגל » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 6:19 pm

· #221881
ווען מיין שווער האט שוין ווידער טענות און מיט איין גוט'ן זעץ שיס איך איהם אויס אלע ציין...

( נישט אלע איינס דארף מען איבערלאזען פאר ציין ווייטאג )

אויסגערוט » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 10:21 pm

· #221956
ווען גלייך אונטער דיך עפנט זיך דער drawbridge

ווען מען לייגט דעם שיסל טשולענט ביים קידוש אין פראנט פון דיר

א ציגארעטל צווישן קאנעקטינג פלייטס

סמבטיון » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 4:54 pm

· #222598
ווען מעפירט דאס קינד אינעם קערידזש איבער דע גאסן, אין מעגעבט עס א שטופ אין עס פליעט לענגער ווי געראכטן...

לית דין בר נש » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 5:16 pm

· #222863
ווען מען קומט אהן צום דאקטערס אפיס און די waiting room איז ליידיג! עס איז נישט דא קיין שום wait.

אויסגערוט » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 9:49 pm

· #222960
ווען מען קומט אן שפעט צו דער ארבעט און דער בעהב איז נאכנישט דארט

petergrifin » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 9:54 pm

· #222961
אלטערנעט סײד פארקינג איז סוספענדעט.

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:44 pm

· #223097
דער רבי אין חדר האט געגעבן א לויף צו, צו מיר, מיר צו געב'ן א פאטש... און גיבט זיך א גליטש אויס (אויף זיין אויסגעגאסענע קאפי) און טראסקעט אראפ... און האט זיך "גוט" צוקלאפט...

(דער פאטש האט שוין נישט ווייגעטוהן)

אויסגערוט » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:20 pm

· #223107
דער גאנצער קלאס האט מסתם געכאפט נאכדעם

יין שרף » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 2:59 am

· #224962
די גוטע געפיל ווען...
מען עסט א פעקל ניסלעך, און די לעצטע איז פונק א גוטע...

חלה דעקל » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 3:36 am

· #225141
מעזיצט אין בית הכבוד פאר א געזונטע שעה און גארנישט גייט נישט האסט שוין געטוהן אלעס אין די בוק.. געסט שוין כמעט אויף און ס'קומט צו קנאקען נאך מער ווי געראכטען.. ממש חסדי ה'! 😂

יעדער לאכט » זונטאג אקטאבער 5, 2014 2:04 pm

· #227453
נעכטן נאכט אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד נאך מעריב
בלאט: 1 2