☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » ווי לייגט מען דאס אויס?

ווי לייגט מען דאס אויס?

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7050

קרעמער1 » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:41 pm

· #219700
ווי לייגט מען דאס אויס?
דאס ווארט קען מען טרעפן - אויף גוגל און אין דזשורנאלן - אויסגעלייגט:

1) איבערמידליכע
2) אומערמידליכע
3) אימערמידליכע
4) אונערמידליכע
5) אומדערמידליכע

וועלכע איז ריכטיג?

ליבי אומר לי: אומערמידליכע
אבער איך ברויך א הסכמה פון יודעי שפה

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:44 pm

· #219704
איך בין נישט פון די יודעים, אבער לכאורה איז מער מסתבר 'איבערמידליכע', 'איבער' מלשון מער [איבערמידליכע כוחות].

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:49 pm

· #219709
[ציטאט אראפגענומען]

וואס מיינט דערמידעט?

Kool man » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:59 pm

· #219711
איבערמידליכע מיינט מ'איז איבער מיד, אווער טייערד בלע"ז
אימערמידליכע מיינט מ'איז אימער מיד, שטענדיג איז מען מיד
) אונערמידליכע איז נישטא אזא ווארט, אבער די וואס פארטוישן א מ מיט א נ וועלן אשטאטץ אומערמידליך זאגן אונערמידליך
אומדערמידליכע איז די זעלבע ווי אומערמידליכע, מיט א צוגעלייגטען דלת, ווי פיל מענטשען וועלען זאגען פערזענדליך אשטאטץ פערזענליך, געווענדליך אשטאטץ געווענליך וכו'

ליבי אומר לי: אומערמידליכע
דיין ליבי זאגט דיר גוט, ריכטיג! אומערמידליך, מ'ווערט נישט מיד, מ'ארבעט איבער די כוחות, וזהו! ❗

Kool man » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:32 pm

· #219729
אנאנים זאגט פיין, העסטו מיר ווען געלייקט העט'ך דיך ווען צוריק געלייקט

כוכב » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:36 pm

· #219732
די מעלות האט געהאט א שמועס דערפון אין פאפולערן קאלום מאמע לשון.
זיי זאגן אז עס קומט אומערמידליכע.

קרעמער1 » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 4:40 am

· #219779
פלוצלינג = 63,300 אויף גוגל
פליצלונג = 296
פלוצלונג = 14,700
פליצלינג = 615

די מיט די מערסטע רעזאלטס מיינט אז ס'איז די ריכטיגע?

כוכב » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 5:57 am

· #219781
פלוצלונג איז די ריכטיגע.

כוכב » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 7:18 am

· #219784
אנאנים, איך האב נאך 'קיינמאל' נישט געזען איינעם שרייבן אומדערמידליכע.

רויטע וואנצעס » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 11:10 am

· #219814
כוכב
פלוצלונג איז די ריכטיגע.


איך האב אויך אזוי געהאלטן אבער דאס איז נאר אין היימיש אידיש. אין אידישע דיקשענאריס ווי אויך גוגל טרענסלעט זאגט פלוצלינג. וועגן דעם מסתמא האט עס די מערסטע רעזולטאטן אויף גוגל, צוליב די אידישסטע צייטונגען.

קינד_אן_קייט » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 1:05 pm

· #219848
ונבנתה העיר
איך בין נישט פון די יודעים, אבער לכאורה איז מער מסתבר 'איבערמידליכע', 'איבער' מלשון מער [איבערמידליכע כוחות].

ס׳ווענדט זיך אוודאי אויף וואס מען וויל ארויסברענגן, לכאורה איז דער כוונה אז יענער טוט למעלה מכוחותיו, וויל מען דאך ארויסברענגן זיין שבח, טא אויב אזוי איז:

איבערמידליך דער ריכטיגער אפטייטש, ווי @ונבנתה העיר האט ערווענט,
אומערמידליך קען אויך ווערן גענוצט, מלשון ״אומערצויגן״, דהיינו, יענער ווערט נישט מיד,
אימערמידליך וואלט געמיינט אז ער איז כסדר (ווען אימער) מיד, לגמרי נישט קיין שבח,
אונערמידליך איז ענליך צו אומערמידליך, דהיינו, אן ווערן מיד (מיט א דייטשע הבהרה),
אומדערמידליך וואלט באדייט דאס זעלבע ווי אומערמידליך.

כנלפע״ד.

לאליפאפ » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 3:22 pm

· #219937
רויטע וואנצעס
כוכב
פלוצלונג איז די ריכטיגע.


איך האב אויך אזוי געהאלטן אבער דאס איז נאר אין היימיש אידיש. אין אידישע דיקשענאריס ווי אויך גוגל טרענסלעט זאגט פלוצלינג. וועגן דעם מסתמא האט עס די מערסטע רעזולטאטן אויף גוגל, צוליב די אידישסטע צייטונגען.


זיכער פלוצלינג.
פון ווי נעמט כוכב פלוצלונג ווייס איך נישט..

ביבער » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:41 pm

· #219970
phenomenon זאגט זיך 'פענאמענאן' אבער איך זעה עטליכע שרייבער דא לייגן עס אויס 'פענאמען', לכאורה סתם א טעות.

כוכב » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:42 pm

· #219971
אויף אידיש זאגט מען פענאמען.

קרעמער1 » מוצ"ש סעפטעמבער 6, 2014 10:49 pm

· #221695
באגנוגן
באגענוגן
באגענוגען
באגענוגענען

איך נוץ בדרך כלל די צווייטע

כוכב » מוצ"ש סעפטעמבער 6, 2014 11:18 pm

· #221701
באגנוגן.

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 9:59 am

· #221748
עס איז לעצטנס אריין אין סטייל צו נוצן דעם ווארט פענאמען. דער מאמענט, צב"ש, פארפעלט נישט א וואך מיט דעם ווארט (דער שרייבער 'שלמה וואלף' נוצט עס אפט).

אריין אין דעם אשכול........
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6966">viewtopic.php?f=10&t=6966</a><!-- l -->

בשבילי! » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 1:06 pm

· #222797
ענליך אדער ענדליך

לעצטענס זעט מען דא שרייבער שרייבן ענדליך במקום ענליך, אפשר איז די טעות צוליב ענדלט

כוכב » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 1:08 pm

· #222798
ענדליך איז דער באס אנגעקומען
אתרוג איז ענליך צו א לימאן

בשבילי! » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 1:11 pm

· #222799
יא, אבער דו ענדלסט זייער אין דיין טאטן, קומט שוין מיט א דל''ת. אפשר דאס ברענגט דעם טעות

ישובניק » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:45 am

· #226130
קרעמער1
דאס ווארט קען מען טרעפן - אויף גוגל און אין דזשורנאלן - אויסגעלייגט:

1) איבערמידליכע
2) אומערמידליכע
3) אימערמידליכע
4) אונערמידליכע
5) אומדערמידליכע

וועלכע איז ריכטיג?

ליבי אומר לי: אומערמידליכע
אבער איך ברויך א הסכמה פון יודעי שפה


די איינציגע ריכטיגע זענען
אומערמידליך
אומדערמידליך

ביידע מיטן זעלבן משמעות. דער חילוק איז נאר צי מ'ניצט א ד' צי נישט, אזוי ווי ביי אנדערע ווערטער, ווי אנדערע האבן שוין דערמאנט. אויב איר וואלט געשריבן ערמידליך (טעארעטיש - ווייל פראקטיש איז נישטא אזא ווארט), איז אומערמידליך. דערמידליך - אומדערמידליך.
די אנדערע ווערטער זענען נישט קיין ווערטער.

ישובניק » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:47 am

· #226131
כוכב
די מעלות האט געהאט א שמועס דערפון אין פאפולערן קאלום מאמע לשון.
זיי זאגן אז עס קומט אומערמידליכע.


אומדערמידליך איז אויך בארעכטיגט (אזוי ווי דערוואקסן, דערהאלטן, אומדערשעפליך), נאר ווייניגער פאפולער.

ישובניק » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:47 am

· #226132
קרעמער1
פלוצלינג = 63,300 אויף גוגל
פליצלונג = 296
פלוצלונג = 14,700
פליצלינג = 615

די מיט די מערסטע רעזאלטס מיינט אז ס'איז די ריכטיגע?



פלוצלינג

ישובניק » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:49 am

· #226133
קינד_אן_קייט
ונבנתה העיר
איך בין נישט פון די יודעים, אבער לכאורה איז מער מסתבר 'איבערמידליכע', 'איבער' מלשון מער [איבערמידליכע כוחות].

ס׳ווענדט זיך אוודאי אויף וואס מען וויל ארויסברענגן, לכאורה איז דער כוונה אז יענער טוט למעלה מכוחותיו, וויל מען דאך ארויסברענגן זיין שבח, טא אויב אזוי איז:

איבערמידליך דער ריכטיגער אפטייטש, ווי @ונבנתה העיר האט ערווענט,

.


נישט אין אידיש.

ישובניק » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:49 am

· #226135
קרעמער1
באגנוגן
באגענוגן
באגענוגען
באגענוגענען

איך נוץ בדרך כלל די צווייטע


באנוגענען פלעגט גענוצט ווערן.

ישובניק » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:50 am

· #226136
שמעקעדיג
עס איז לעצטנס אריין אין סטייל צו נוצן דעם ווארט פענאמען.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6966">viewtopic.php?f=10&t=6966</a><!-- l -->


שוין אן אלטער פענאמען אין אידיש.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 8:39 pm

· #233373
קרעמער1
דאס ווארט קען מען טרעפן - אויף גוגל און אין דזשורנאלן - אויסגעלייגט:

1) איבערמידליכע
2) אומערמידליכע
3) אימערמידליכע
4) אונערמידליכע
5) אומדערמידליכע

וועלכע איז ריכטיג?

ליבי אומר לי: אומערמידליכע
אבער איך ברויך א הסכמה פון יודעי שפה

קרעמער 1: "אומ-ערמידליכ/ע" איז ריכטיג. פי', דער מענטש ארבעט מיט אומ-ערמידליכע כוחות. He/she worked Tirelessly...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 8:47 pm

· #233377
בשבילי!
יא, אבער דו ענדלסט זייער אין דיין טאטן, קומט שוין מיט א דל''ת. אפשר דאס ברענגט דעם טעות

יא. אבער דער שם דבר איז "ענליך". נישט ענדליך....!

petergrifin » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:16 pm

· #301173
Welsh town of Llanfairpwllgwyngyllgogerychwyrndrobwllllantysiliogogogoch

לעבוד-ברצון » דינסטאג יוני 21, 2016 3:57 pm

· #338546
לאליפאפ
רויטע וואנצעס
כוכב
פלוצלונג איז די ריכטיגע.


איך האב אויך אזוי געהאלטן אבער דאס איז נאר אין היימיש אידיש. אין אידישע דיקשענאריס ווי אויך גוגל טרענסלעט זאגט פלוצלינג. וועגן דעם מסתמא האט עס די מערסטע רעזולטאטן אויף גוגל, צוליב די אידישסטע צייטונגען.


זיכער פלוצלינג.
פון ווי נעמט כוכב פלוצלונג ווייס איך נישט..

לעבוד-ברצון » דינסטאג יוני 21, 2016 3:59 pm

· #338547
לאליפאפ
רויטע וואנצעס
כוכב
פלוצלונג איז די ריכטיגע.


איך האב אויך אזוי געהאלטן אבער דאס איז נאר אין היימיש אידיש. אין אידישע דיקשענאריס ווי אויך גוגל טרענסלעט זאגט פלוצלינג. וועגן דעם מסתמא האט עס די מערסטע רעזולטאטן אויף גוגל, צוליב די אידישסטע צייטונגען.


זיכער פלוצלינג.
פון ווי נעמט כוכב פלוצלונג ווייס איך נישט..


דאס איז שוין טאקע שוין אן אלטן אשכול, אבער איך האב געוואלט מיטטיילן אז "פלוצלינג" איז טאקע דער ריכטיגער ווארט, ווייל אויף דייטש איז דאס "plötzlich", געבנדיג עס א מלאפים ביים ערשטן טייל און א חיריק ביים צווייטן.