☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נייעס איבער דעם באבובער פסק דין
נייעס איבער דעם באבובער פסק דין
23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7042
רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:34 pm
· #219120
נייעס איבער דעם באבובער פסק דין
מיר האבן אריינגעפירט אלע אשכולות איבער דעם באבובער פסק דין אין צימעס. דא איז די נייעס פארום, און די אלע טענה'רייען באלאנגען נישט דא. אויב עס וועט זיין סיי וואספארא פרישע נייעס און אנטוויקלונגען וועל איך עס דא מעלדן, מיט א לינק צו צימעס וואו עס ווערט באריכטעט.
אויב בין איך נישט גענוג אפ-טו-דעיט, קען מען מיך אדער @אפטעמיסט שיקן אן אישי צו מעלדן די לעצטע נייעס. אלטס די טעמע לייג אריין "באבובער נייעס".
רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:40 pm
· #219261
כדי דער אשכול זאל זיין א דבר השלם, וועל איך דא איבערגעבן די נייעס פון ווען די היסטארישע פסק איז ארויסגעקומען ביז היינט. איך וועל לייגן א יעדע אפדעיט אין א באזונדערע הודעה ס'זאל זיין מסודר'דיג. קרעדיט פון רוב הודעות קומטס זיך פאר פילע חברים דא, דערפאר וועל איך לינקן צום מקור, אפצוגעבן קרעדיט פאר'ן ספעציפישן ניק. איך האף זיי וועלן מיר מוחל זיין פאר'ן משנה זיין אביסל מלשונם, ס'זאל זיין אביסל מער אויף א נייעס סטייל.
רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm
· #219262
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014
באריכט דורך: @יין שרף
די נייעס קומט אריין אז נאך היינט ביינאכט קומט ארויס די פסק דין פון די באבוב'ע דין תורה!
נאך 9 יאר וועלן די 5 רבנים/דיינים אפעציעל פסק'ענען די דין תורה.
אומבאשטעטיגט אז צד מהרמ"ד דארף ביז 90 טעג אויפקומען מיט א צונאמען צו באבוב, וואס מוז ווערן צוגעלייגט צו אלע זייערע מודעות, און בנינים.
זיי וועלן באקומען 6.2 מיליאן דאללער (בערך 5 פראצענט פון מוסדות באבוב), וואס צד מהרב"ץ וועט דארפן צאלן מיט פעימענטס ביז 5 יאר.
רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:46 pm
· #219264
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014
באריכט דורך: @יין שרף
פסק דין!
PDF
6.jpg 5.jpg 4.jpg 3.jpg 2.jpg 1.jpg
רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:08 pm
· #219269
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014
באריכט דורך: @לאליפאפ
באבובער חסידים אין די ביהמ"ד בנשיאות הרה"צ רב"צ שליט"א רעאגירן צו די נייעס.
bobov.jpg
רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:20 pm
· #219278
פרייטאג אוגוסט 22, 2014
באריכט דורך: @אנאנים
די קהילה פון באבוב בנשיאות הרה"צ רמ"ד שליט"א, לייגט ארויס א מודעה אין ביהמ"ד.
IMG-20140822-WA0097.jpg
רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:48 pm
· #219290
מיטוואך אוגוסט 27 2014
באריכט דורך: @לאליפאפ
נעכטן, דינסטאג נאכט איז געווען די דרשה אין באבוב, הרה"צ רמ"ד שליט"א האט געפאדערט אז די בחורים און יונגעלייט זאלן זיך נישט מישן בשום אופן אין די מחלוקת, ווייל די גאנצע סיבה פארוואס זיין קהילה איז יעצט אין דין תורה, און פארוואס זיין צד האט פארלאזט דעם ביהמ"ד נאך זיין שווערס פטירה איז נאר ווייל מען האט געזוכט שלום, און דאס איז די וועג וואס מען וועט ווייטער גיין.
בנוגע דעם פסק האט הרה"צ רמ"ד שליט"א געלאזט וויסן אז דאס ווענדט זיך נישט אין אים נאר ער וועט לאזן גדולי ישראל מחליט זיין את הדרך בה ילכו.
און בכלל האט ער אויפגעפאדערט זיינע חסידים זיך צו שטארקן אין תורה ועבודה אין די ימי אלול ווי מ'האט זיך געפירט אין באבוב אלע יאר ביים ר"ח אלול טיש.
אגב, מפי השמועה האט קול באבוב האטליין געהאט נעכטן ארום 50,000 אריינרופער.
רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:54 pm
· #219292
מיטוואך אוגוסט 27 2014
באריכט דורך: @moshe613
לינקס צום אודיאו פונעם דרשה פון הרה"צ רמ"ד שליט"א:
http://www.jdn.co.il/news/385776
https://www.youtube.com/watch?v=iatPf1SptVc
רויטע וואנצעס » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:27 pm
· #219306
מיטוואך אוגוסט 27 2014
באריכט דורך: @קענער, @לאליפאפ, @רויטע וואנצעס
יעצט גייט ארום א בשורה, אז הרה"צ רמ"ד שליט"א האט געלאזט הענגן אין בית יעקב א גרויסע מודעה איבער "המשכת מלכות באבוב" באגלייט מיט א הערליך בילד פון א נייע פראכטיגע בית מדרש הגדול, וואס גייט געבויט ווערן במקום די בית המדרש אויף 49'סטע גאס.
די מודעה לאדענט דעם עולם צו א "מעמד אדיר ונשגב להמשכת מלכות באבוב" וואס וועט פארקומען, ביום א' כי תבא, י"ב אלול, "באהל ענקי שיוקם במיוחד לכבוד המעמד".
בילדער פון די מודעה:
IMG-20140827-WA0063.jpg IMG-20140827-WA0064.jpg IMG-20140827-WA0065.jpg
רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:19 am
· #219429
דאנערשטאג אוגוסט 28 2014
באריכט דורך: @רויטע וואנצעס
משפחה מאגאזין אין עברית, האט א אינטערוויו די וואך מיט'ן בורר הרב ראזענבערג.
IMG-20140828-WA0000.jpg
רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 7:36 pm
· #219655
דאנערשטאג אוגוסט 28 2014
באריכט דורך: @רויטע וואנצעס
א לענגערע אפהאנדלונג פון צד הרה"צ רב"צ שליט"א, אין ריספאנס צום דרשה פון הרה"צ רמ"ד שליט"א.
PDF
רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 10:19 am
· #220396
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014
באריכט דורך: @אנאנים
צד הרה"צ רמ"ד שליט"א לייגט ארויס מודעות פון כשרות אינפארמאציע, איבער די געשעפטן תחת השגחת איינער פון די בעלי הדין אין דעם דין תורה, הרה"ג מטארטיקוב שליט"א. עס דארף באמערקט ווערן, אז ס'איז נישט קלאר צו דאס איז א אפעציעלע מערכה מצד הרה"צ רמ"ד שליט"א, אדער פון אפאר יחידים.
6a00d83451b71f69e201a73e0c9b30970d-400wi.jpg 6a00d83451b71f69e201a73e0c9b56970d-400wi.jpg 6a00d83451b71f69e201b8d0609ef9970c-400wi.jpg
רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 7:38 pm
· #220599
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014
באריכט דורך: @אוהב ספרים
א פרישע קונטרס איז היינט ארויסגעקומען מיט'ן נאמען "קובץ הלכה ברורה" - "בירור התורה וההלכה בנידון זכוית ירושת והמשכת כ"ק אדמו"ר הרה"ק מרן מ'באבוב זצוקללה"ה זי"ע". וואס שטעלט פאר מיט זיך בירורים לטובת צד הרה"צ רמ"ד שליט"א.
לינק: http://www.scribd.com/doc/238357834/Kov ... -Din-Torah
רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 10:41 pm
· #220669
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014
באריכט דורך: @אוהב ספרים, @באלעבאס
א פרישע קונטרס מיט'ן נאמען "יא! אני שלום!" איז היינט צושפרייט געווארן פון צד הרה"צ רמ"ד שליט"א. די קונטרס איז א ענטפער צום קונטרס "אני שלום - והמה למלחמה" וואס איז ערשיינען אפאר טעג צוריק פון צד הרה"צ רב"צ שליט"א. (וואס איז געווען א ריספאנס צום דרשה פון הרה"צ רמ"ד שליט"א)
לינק: http://www.scribd.com/doc/238367760/Unt ... qMDy4JyyWl
רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 3:34 pm
· #220865
דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014
באריכט דורך: @בארא פארקער
א נייע קונטרס, "יא! המה למלחמה!" (אן איבערגעארבייטע אפדעיט פונעם קונטרס "אני שלום - והמה למלחמה") איז היינט ערשיינען אנליין. די קונטרס איז אן ענטפער פון צד הרה"צ רב"צ שליט"א צום נעכטיגן קונטרס, "יא! אני שלום!" פון צד הרה"צ רמ"ד שליט"א.
אידיש: https://t.co/2HIqYuWNXi
לשה"ק: https://t.co/OmdeMfHoHJ
עס דארף באמערקט ווערן אז ווען מיר שרייבן "צד" אין דעם אשכול, מיינט עס נישט דוקא אן אפעציעלע קונטרס מטעם הקהילות. די כונה קען אויך זיין צו די אנהענגער פון יענעם צד.
רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 3:02 pm
· #221155
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014
באריכט דורך: @באבובער
(אין אישי)
א ועד מיט'ן נאמען "ועד העסקנים לפיקוח כשרות ההשגחות", פון די קהילה פון הרה"צ רמ"ד שליט"א, האט היינט ארויסגעלייגט אן הכרזה. די הכרזה לייקענט אז די צעטלעך מיט כשרות אינפארמאציע וואס זענען פארשפרייט געווארן איבער די השגחה פון הרה"ג מטארטיקוב שליט"א, איז געווען אפיציעל מטעם הקהילה. די הכרזה דערקלערט אז ס'איז געווען די ארבייט פון אפאר יונגעלייט מדעת עצמם. זיי דערקלערן אויך אינעם מודעה, אז די הכשר פון הרה"ג מטארטיקוב שליט"א, איז מהדרין מן המהדרין, ויאכלו וישבעו בלי שום חשש של מכשול.
BwoJtucCUAIZZ5H.jpg
אחראי » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 7:29 pm
· #235690
די ניינציג טעג וואס בי"ד האט געגעבן פאר אדמו"ר רמ"ד צו פאלגן דעם פסק ענדיגן זיך אין די קומענדיגע טעג. אין צימעס איז טאקע יעצט לעבעדיג מיט כסדר'דיגע פרישע אפדעיטס איבער וואס האדמו"ר פלאנט צו טוהן.
א בריוו פון הג"ר משה שטערנבוך
📎 loading=
אחראי » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 7:30 pm
· #235691
די שטרי בירורין זענען יעצט ארויס
📎 loading=
אחראי » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 7:30 pm
· #235692
אן אסיפה מארגן דינסטיג פאר חסידי רמ"ד
📎 loading=
אחראי » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 7:31 pm
· #235693
אחראי » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 7:42 pm
· #235697
📎 loading=
אחראי » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:37 pm
· #236194
אדמו"ר רמ"ד האט אנגענומען די פסק, און רופט זיך באבוב 45.
דאס איז די נייע לאגא מיט "45" אריינגעלייגט קינצליך אויף די לינקע זייט
📎 loading=
לאליפאפ » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:06 pm
· #236322
ווי אויך האט צד באבוב 45 ארויגעגעבן א בלו פרינט פון זייערע באס אויפשריפטן מיט דעם נייעם סימבאל.
📎 IMG-20141119-WA0055.jpg