☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מבצע צוק איתן - א סוקסעס אדער דורכפאל?

מבצע צוק איתן - א סוקסעס אדער דורכפאל?

87 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7036
בלאט: 1 2

איש עברי » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:35 am

· #219023
מבצע צוק איתן - א סוקסעס אדער דורכפאל?
נעכטן איז אריין אין א קראפט א פייער אפשטעל צווישן מדינת ישראל און כאמאס, די פייער אפשטעל איז אפיציעל פראקלאמירט געווארן דורך מצרים, און אונטער די קאליסן האט אמעריקע אויך געשפילט א ראלע, מיט'ן דרוקן אויף קאטאר זאל געבן די באפעל פאר כאמאס צו אננעמען דעם פארשלאג

די פייער אפשטעל האט געענדיגט 50 טעג פון שלאכטן, באמבאדירונגען, אסעסינאציעס, דארונטער אויך א ברייטע ערד אינוואזיע, ביז אהער זענען די קאסטן געווען אויף די פאלעסטינער זייט, איבער 2000 טויטע, דארונטער ליידער פולע ציווילע, טויזענטער הייזער חרוב, און צענדליגע טויזענטער היימלאזע, און אויף די ישראל'דיגע זייט 64 סאלדאטן וואס זענען ליידער אומגעקומען, און 5 ציווילע וואס זענען געשעדיגט געווארן פון די ראקעטן.

די "עפטערמעט" פון די מלחמה ברענגט נאטורליך מיט זיך אינטערנאציאלע קאנסעקווענצן, און נאך מער האט דאס אנגעצינדן א פאלטישע ויכוח אינערהאלב די פאליטיקאנטן און אנאליסטן אין ארץ ישראל צו די מדינה האט עפעס פארדינט פון די יעצטיגע קריג, אדער גאר דערלייגט, צו די פרייז פון 65 טויטע זעלנער איז בארעכטיגט אז דאס ברענגט צו אזא אויסגאנג.

א גרויס חלק פון די קריטיק וואס מען ווארפט אין ריכטונג פון די רעגירונג איז עמאציאנעל, און נישט קיין זאכליכע קריטיק, ווי למשל די איינוואוינער פון דרום וואס גיסן אויס זייער אויפברויז אויף זייערע שווערע אומשטענדן, און די אוממעגליכע ראקעטן-רוטין אין וועלכע זיי לעבן, און אין זייערע אויגן האט די רעגירונג נישט געטון גענוג צו דאס אפשטעלן איינמאל פאר אלעמאל, ווידער איז דא רעכטע פאליטיקנטן-אקטיוויסטן וואס פארפירן אז מען האט פארפאסט א געלעגנהייט צו אייננעמען עזה פונדאסניי, וואס דאס איז אויך א היבש אומרעאליסטישע טענה, דאן איז דא די געווענליכע רעטאריק פון די לינקע קרייזן אז מען קען אלעס לעזן אויף דיפלאמאטישע אופנים.

מיט א אביעקטיווע בליק איז שווער צו זעהן א אנדערע אויסגאנג צו די יעצטיגע קריג, און פארן שפרונגען צו א מסקנה אויב ישראל איז ארויס א געווינער, דארף מען פון פריש דעפינירן וואס מיינט "נצחון" אנדערש ווי אין די ווייטע פארגאנגנהייט וואס א נצחון איז געווען שווארץ ווייס, די זייט וואס האט איינגענומען לאנד, געברענגט די שונא צו די קניען איז א געווינער.

ווען מען איז אין קריג מיט א טעראר ארגאניזאציע, אפילו עס איז א קאנווענציענעלע מלחמה [דאס איז א אנאליז פאר זיך צו די יעצטיגע קריג איז געווען א קאנוונציאנעלע מלחמה צווישן צוויי ארמייען איז כמעט אוממעגליך צו ענדיגן די קריג אויף א נארמאלע אופן ווי קריגן ענדיגן זיך, ווען צוויי מדינות קריגן זיך ווערט די קריג אנטשידן דורך ראציאנאלע חשבונות, ווען איין צד זעהט אז ער מוז זיך אונטערגעבן ווייל אזוי וועט ער ארויסגיין מיט גאנצע ביינער, אדער ווען די אנדערע זייט נעמט איין דאס לאנד און צווינגט די דארטיגע ארמיי זיך אונטערצוגעבן, אין נארמאלע פעלער וועט די באזיגטע ארמיי זיך אונטערגעבן ווייל עס האט נישט קיין זין זיך צו שלאגן אומזיסט.

ווען עס האנדלט זיך פון א טעראר ארגאניזאציע וואס זייער סטראטעגיעס זענען נישט באזירט אויף ראציאנאלע און ריאליסטישע חשבונות, זייער לעבן טראגט נישט קיין ווערט, און זיי האבן נישט וואס צו פארלירן, איז זייער שווער צו האבן א דעפענעטיווע נצחון, איבערהויפט די פאלעסטינער וואס ווי מער שאדן זיי האבן הייבט דאס זייער שטיצע אינטערנאציאנאל מאראליש און פינאנציעל, דאס לאזט איבער בלויז צוויי וועגן צו באזיגן, אדער דורך אייננעמען די שטח אין פשוט עלימינירן טויזענעטער קעמפער און אונטערדרוקן די באפעלקערונג, אדער דורך פירן א פסיכאלאגישע קריג וואס זאל גורם זיין פאר זיי צו פארשטיין אז עס לוינט זיי צו איינרוען.

ביי די יעצטיגע רונדע איז נישט געווען קיין פלאן פון צוריק אייננעמען די עזה שטרייף, דאס קאסט א געוואלד פון מענטשליכע פאטאליטעטן און קען ברענגען מער שאדן ווי תועלת סיי פראקטיש און סיי אויפן דיפלאמאטישן פראנט, די מטרה איז דעריבער געווען צו ברענגען כאמאס צו א שטאפל אז זיי זאלן איינזעהן אז זיי צאלן צו א טייערע פרייז פאר זייערע פראוואקאציעס, און זיכער מאכן אז זיי האלטן צוריק זייער פייער אויף א לענגערע צייט, די פרעמעיער מיניסטער האט טאקע נישט דערמאנט אז ער זוכט צו אומווארפן כאמאס נאר כסדר גערעדט אז די מטרה איז צוריקצוברענגען די שטילקייט אין דרום, טראץ וואס ווארשיינליך איז געווען א האפענונג אז די בירגער אין עזה וועלן רעוואלטירן קעגן חאמאס אבער די שאנסן דערצו זענען לכתחלה געווען גאר קליינע [אין פאקט ווערט כאמאס געשטארקט פון אזעלכע מצבים]

דעריבער האט מדינת ישראל געשטעלט פון אנהייב א פארשלאג פאר כאמאס צו פשוט אויפהערן שיסן און עס וועט נישט קומען קיין שום רעאקציע "שקט ייענה בשקט" און טאמער כאמאס וואלט דאן אויפגעהערט שיסן וואלטן זיי פארמיטן טויזענטער טויטע און מיליארדן דאלער שאדן, און אלע קאנסעקווענצן וואס דאס האט געברענגט מיט זיך.

כאמאס האט געבויט אויף א פאלשע סטראטעגיע אז דורך שטופן מדינת ישראל צו א הרגנ'ן א גרויסע צאל פון פאלעסטינע ציווילע - דורך פלאצירן זייערע געווער אין געדעכט באוואוינטע געגנטער – וועט דאס שאפן א דרוק אויף מדינת ישראל צו קומען צו א הסכם אויף א פייער אפשטעל, און די אראבישע וועלט וועט מיטשטיין מיט זיי, און אזוי ארום וועלן זיי ביים פארהאנלונגס טיש באקומען וואס זיי קענען נישט באקומען מיליטעריש, נעמליך עפענען די גרעניצן, און אראפנעמען אלע באגרעניצונגען, און דאס וויכטיגסטע, צייגן א נצחון וואס זאל זיי צוריקקערן זייער געשעדיגטע לעגיטימאציע אין עזה.

אבער מדינת ישראל האט דאס פארמיטן מיט'ן זיך פאראיינגין מיט די נייע פרעזידענט פון מצרים, וועלכע האט פיינט חאמאס נישט ווייניגער ווי ישראל, און זעהט אין זיי א פיליאלע פון די פארהאסטע "ברודערשאפט" גרופע אין מצרים, און דעריבער האט ער מיטגעארבעט מיט מדינת ישראל און זיך געשטעלט אלס פארמיטלער, און דערביי פארגעשלאגן א פייער אפשטעל וואס געט גארנישט פאר חאמאס און שטעלט פשוט צוריק די מצב צום אלטן [אזוי ווי מדינת ישראל האט לכתחלה פארגעשלאגן]

חאמאס האט דאן פרובירט מיט זייער אליאירטע אין קאטאר און אין טערקיי און פרובירט מאנעווירן אז זיי זאלן זיין די פארהאנדלער, [און עס איז זיי אפילו געלונגען צו מאנופעלירן סעקערטערי קערי אין דעם ריכטונג] אבער מדינת ישראל איז געבליבן ביי איר שטעלונג אז זי זעט מצרים אלס די איינציגע לעגיטימע פארהאנדלער, און אזוי אויך איז עזה היסטאריש פארבינדען מיט מצרים וואס דאס האט נאטורליך געגעבן א אויבערהאנט פאר מצרים.

זעענדיג אז עס גייט זיי נישט ארויסצוקוועטשן א ממשות'דיגע נצחון האבן זיי אנגעהויבן שפילו א אנדערע שפיל, און מסכים געווען צו די מצרישע אינטערווענצן אבער פרובירט ארויסצוקוועטשן וואס מער, און גלייכצייטיג געארבעט אויף הוילע פראפאגאנדע איבער זייער מעכטיגע נצחון וואס זיי האלטן אינמיטן אפהאלטן אויף די "ציוניסטישע פיינט" און געוואשן די מוחות אין עזה ווי שטארק די פיינט איז ערשטוינט פון זייערע מעכטיגע דערגרייכונגען, און נאך ענליכע נארישע בארימערייערן וואס נאר קעמל-רייטנדיגע אראבער קענען דאס אפקויפן.

ווי מער חאמאס איז געווארן געדרוקט צום וואנט האבן זיי מער אנגעהויבן נוצן די נארישע פראפאגאנדע מעטאדן, און פארקויפט פאר זייערע שעפעלעך איבער די היסטארישע נצחון וואס זיי האלטן אפ איבער די פיינט, בעת וואס האלב עזה ליגט אונטער חורבות, די פירערשאפט איז אדער טויט אדער באגראבן אין בונקערס, טויזענטער מענטשן דרייען זיך אן א דאך איבערן קאפ, לעקטער איז נישט דא, קוים עסן איז דא, אבער די מאסן האבן ליב צו הערן אזעלכע זיסע לידער פון נצחון און לאזן זיך נישט פארדרייען א קאפ פון די רעאליטעט.

עווענטועל האט נעכטן כאמאס געליטן א היסטארישע נידערלאגע, זיי זענען קוים געווען א צד אין די פארהאנדלונגן, קיין איין איינציגע פארלאנג פון זיי איז נישט אנגענומען געווארן, אלע זייערע תנאים וואס זיי האבן געשטעלט פאר א פייער אפשטעל איז אפגעווארפן געווארן, און זיי האבן אייגנטליך אראפגעלייגט די געווער ווי שעפעלעך.

אבער פארלוירן? וואס ווי ווען, אין די חרוב'ע עזה האט מען נעכטן נאכט געטאנצן אין די גאסן, אויף די חורבות פון עזה זענען זיך צוזאמגעקומען טויזענטער צוהיצטע אראבער פייערן די "היסטארישע נצחון" אויף די ציוניסטישע אקופירער, די כאמאס פירער זענען ארויסגעקומען פארשטויבט פון די בונקערס, און געהאלטן דעמאגאגישע רעדעס, און געפיטערט די הונגעריגע מאסן מיט הוילע רעטאריק.

מיט א אביעקטיווע בליק האט מדינת ישראל אפגעהאלטן א דעפענעטיווע נצחון, זיי האבן קלאר געווינען די שפיל, אבער די מאסן אין מדינת ישראל זענען געמאכט פון א אנדער מאטריאל פון זייער שכנים אין עזה, אנטשאט זיך פאטשן אין בייכל און זיך פרייען, הערשט א אנטוישונג, סיי די פאקט אז די כאמאס דערקלערט זיך אלס געווינער שמעקט נישט פאר די ישראל'דיגע מאסן וואס דארשטן צו זעהן א צוביילטע און נידערגעשלאגענע חאמאס, און אזוי אויך פאלשע האפענונג וואס גרויס-פיסקיגע פאליטיקאנטן האבן געגעבן איבער "עלימינירן חאמאס" דאס שאפט יעצט א אנטוישונג, ווען אין פאקט האט מדינת ישראל לויט די אומשטענדן אויסדרוקליך געווינען די יעצטיגע שפיל.

לאליפאפ » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:09 pm

· #219081
קדש הילולים
איך זאג איין ווארט: נעבעך נעבעך...
נעבעך אויף דו מדינה.
נאך א גרעסערע נעבעך אויף די וועלכע טאנצען איר נעבעך נאך און זענען נאך פויבסטליכער פונעם פויבסט...
און צייט וואס מען זעט שוין איין אפילו אין די מדינה אליין וואספארא נערישקייט מ׳באגיייט, זענען אבער דו פרומע ציונים נאך יא פארגלייבט אין דו כוחי ועוצם ידי...
נאכאמאל: נעבעך נעבעך...

וואס איז דאס דא? וואס איז דאס?

איז דאס דער גילגול פון @נאר,,פרייליך?

דו קודש הילולים, הער אויס א מינוט. אין א אידישע פארום גייט כסדר זיין אשכולות און הודעות איבער די אידישע מדינה דארט אין מיטל מזרח, אמאל איז עס מיליטערישע נייעס, אמאל איז עס סתם קרישקעלעך, און דאס מיינט אויסדריקליך נישט אז דו גייסט יעדעס מאל מגיב זיין עפעס קעגן ציונות און/אדער מדינת ישראל, פארשטאנען?

אפטעמיסט » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:32 pm

· #219094
ס'האט זיך בכלל נישט געלוינט לדעתי. ראקעטן קענען ווייטער אריינפליען ווייל מען האט עס נישט אינגאנצען פארניכטעט, די "הרתעה" פון מד"י איז ערענסט געשעדיגט געווארן נאכ'ן ליידן ביטערע פארלוסטן, און די אראבישע באפעלקערונג סיי אין עזה און סיי איבער דער וועלט האט אנגענומען חד משמעית אז די פאלעסטינער האבן געווינען. איי די אלע טויטע אראבער? דאס גייט פאר כאמאס נישט צופיל אן, נאכדערצו יעצט אז זייער צופרידענהייט-ראטע איז געשטיגן. די איינציגסטע פארלוסט וואס כאמאס האט געליטן איז די פאר טונעלן און ראקעטן וואס זיי האבן יעצט ווייניגער, אבער ווילאנג גייט דען נעמען ביז זיי זאמלען זיך אן פרישע סחורה?
מדינת ישראל האט נישט גע'חלומ'ט אז צום סוף וועלן זיי גאר זיצן און פארהאנדלען מיט כאמאס. איך פערזענליך האלט אז ס'איז ביזיונות.

איש עברי » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:11 pm

· #219110
די הרתעה פון מדינת ישראל איז אויסדרוקליך געשטארקט געווארן פון די אקציע, עס איז א אלטע טאקטיק פון די אראבער צו שרייען צוביילטערהייט אז זיי האבן געווינען, אין פאקט האבן זיי "גארנישט" פארדינט פון די יעצטיגע רונדע געוואלדטאטן, זיי האבן געהאפט כאטש צו כאפן א סאלדאט אז זיי זאלן קענען באפרייען די ארעסטאנטן פון די שליט אפמאך און עס איז זיי נישט געגאנגען, למעשה האבן זיי זיך אונטערגעגעבן, די כלומר'שטע דעגרייכונגען איז א פיל וואס ישראל האט מסכים געווען זיי צו געבן צו מאכן לייכטער דאס זיך אונטערגעבן.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:05 pm

· #219130
אויב איז אמת אז די אראבישע וועלט שיקט זיי געלט און אנדערע הצטרכות און זיי קענען אלעס צוריק אויפבויען פונדאסניי, ס"ה וועלן אלע אלטע פארקראכטע הייזער ווערן שיין ניי איבערגעבויעט, דאן קענען די אראבער אריינגיין אין קאטעגאריע פון "חוטא נשכר", און מדינת ישראל האט גאנץ ווייניג פארדינט פון די גאנצע קאפוויי.

איש עברי » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:34 pm

· #219163
מען האט זיי נאכגעגעבן נישטיגע פארלייכטערונגען, וואס מען וועלט זיי סיי ווי נאכגעגעבן, ווי למשל פארגרעסערט די שטח ווי עס איז זיי ערלויבט צו כאפן פיש.

אפטעמיסט » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:47 pm

· #219177
נו, האט מען דען גע'חלומ'ט אז ס'וועט גאר זיין חוטא נשכר? דאס איז איינמאל זיכער אז אין מד"י אליין איז ביבי ארויסגעקומען א פארלירער.

ווייט פיש » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:11 pm

· #219190
די כאמאס שפרינגען יעצט אין די גאסען אינאיינעם מיט זייערע פירער כאילו עס איז זיי יעצט געבוירען געווארן פרישע טויזענטער קעמפער דאס פאר זיך איז מסתמא איינע פון די סוקסעסן 😃

דאס אז כאמאס קעשט איין די טויזענטער פגרים זייערע אויף גרויס געלט דאס קען מען אויך צושרייבן צו די סוקסעס פינעם מבצע

דעס אז די מדינה האט געברויכט פאלען צו די פערשט פון די וועלט אז מען זאל לאזען די פאסאזשירען איבער די וועלט קומען צו זייער לאנד איז אויך א היבשער טייל פינעם הצלחה

דאס אז מען דארף זיך דורכקומען מיט כאמאס אויף פארהאנדלונגען און די שטארקע דרוק אויף שלום איז אויך נישט אוועקצומאכען

די העכערונג אין סימפאטיע-בלינדקייט פון פילע אידן איבער די וועלט צום גוסס'דיגע לאנד איז אויך א היבשע סוקסעס פארן געלונגענער מבצע

און נישט פארגעסן אז דאס אויפקומען אויף די שפורען פון די רוצחים פון די דריי בחורים הי''ד איז אויך א טייל פינעם סוקסעס 😃

היות דא קריגט מען שווער לייקס פאר אזעלכע תגובות וועל איך מיר אליין מכבד זיין

👍

בשבילי! » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:14 pm

· #219193
מדינת ישראל האט זיך קיינמאל נישט אראפגעזעצט פארהאנדלען מיט כאמאס. זיי האבן געדילט מיט מצרים

פארוואס? » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:47 pm

· #219208
ווען מ׳רעדט פון סוקסעס אין די אויגן פון כאמאס, דארף מען עס קוקן מיט כאמאס׳ישע גלעזער, אדער לפחות מיט מוסלעמעינער השקפה.
טויטע דזשיהאדיסטן איז ביי זיי נישט קיין אמת׳ע פארלוסט, צובראכענע הייזער ברעכט נישט זייער מאראל.
זיי לעבן מיט אן אידאלאגיע, אומ-רעאליסטיש.
משל למה הדבר דומה, אזוי ווי די ציונים פראבירן אריינשלעפן די חרדי׳שע יידן אין די מיליטער, און זיי שניידן די תקציבים, וכדומה. נישט נעמענדיג אין באטראכט די מהלך המחשבה פון א טיפיקל חרדישער איד.

shem-tov » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:08 pm

· #219227
רבותי סאיז ביטער ווי א גאל. די יעצטיגע מלחמה האט אלעס געטוישט סאיז א נייע ריאליטי. איך מיין אז די פרייע וועקן זיך אויף צום פאקט פון אם ה' לא ישמר עיר. די חברה האבן ערפינדן א פלאן פון לייגן ראקעטן אין רעזידענשאל עריעס - אגב גגנבט די איידיע פון לבנון - און די מדינה קען זיך אויפן קאפ שטעלן. נאר דער אייבערשטער היט די יודן. די פירער זענען צושאסן ללעג ולקלס אין די גאנצע וועלט. ממה נפשך ביים אראבער איז ער דאך סיי ווי אראפגעקוקט און ביים אמעריקאנער גוי איז ער יעצט א ביטערער לוזאר. כמיין די רעדס פון איראן זייער גרויס אבער די קענסט נישט אנמקלען די ביינער פאר אפאר פאלעסטינער יונגעלעך. די חברה כאמאס ימ"ש שרעקען זיך נישט פון קיינעם יעדער טויטער איז ביי זיי א געווינס עפעס א בחינה וואס כהאב אמאל געהערט פון רק בדם תהי לנו הארץ. נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה אל ה' כי אין עצה ואין תבונה נאר בעטן אבינו מלכנו קרע רע גזר דננו

איש עברי » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:32 pm

· #219280
ונזכה להתרוממות קרן התורה והתגלות כבוד שמים עלינו, וביטול מלכות המינים בב"א

I'm back » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:46 pm

· #219288
מען וואונדערט זיך נאך פארוואס די גוטע שרייבער פארלאזן די פלאץ?

איין טראל נאכן אנדערן, און די מנהלים זענען נאר פארנומען פארמעקן די תגובות ווי מען שרייבט קעגן זיי.

petergrifin » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:28 pm

· #219360
@איש עברי גװאלדיג! ענדליך שרײבט אײנער דערװעגן. אין די ביסל צײט װאס איך האב בין איך פארנומען
לײנען די באבאװער אשכולים.

און דערביי פארגעשלאגן א פייער אפשטעל וואס געט גארנישט פאר
חאמאס און שטעלט פשוט צוריק די מצב צום אלטן [אזוי ווי מדינת ישראל האט לכתחלה פארגעשלאגן]

ס׳דערמאנט עפעס װאס רעגט אויף אסאך מענטשן אין די יעצטיגע טעג.
שוין אײם סארי איך װיל נישט פארדרײען..

מנחם » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:01 pm

· #219379
ווייט פיש
די כאמאס שפרינגען יעצט אין די גאסען אינאיינעם מיט זייערע פירער כאילו עס איז זיי יעצט געבוירען געווארן פרישע טויזענטער קעמפער דאס פאר זיך איז מסתמא איינע פון די סוקסעסן 😃

דאס אז כאמאס קעשט איין די טויזענטער פגרים זייערע אויף גרויס געלט דאס קען מען אויך צושרייבן צו די סוקסעס פינעם מבצע

דעס אז די מדינה האט געברויכט פאלען צו די פערשט פון די וועלט אז מען זאל לאזען די פאסאזשירען איבער די וועלט קומען צו זייער לאנד איז אויך א היבשער טייל פינעם הצלחה

דאס אז מען דארף זיך דורכקומען מיט כאמאס אויף פארהאנדלונגען און די שטארקע דרוק אויף שלום איז אויך נישט אוועקצומאכען

די העכערונג אין סימפאטיע-בלינדקייט פון פילע אידן איבער די וועלט צום גוסס'דיגע לאנד איז אויך א היבשע סוקסעס פארן געלונגענער מבצע

און נישט פארגעסן אז דאס אויפקומען אויף די שפורען פון די רוצחים פון די דריי בחורים הי''ד איז אויך א טייל פינעם סוקסעס 😃

היות דא קריגט מען שווער לייקס פאר אזעלכע תגובות וועל איך מיר אליין מכבד זיין
👍

לי יצייר ווען דער סוקסעס זאל ווען זיין גרויס לשיטתך, טוישן זיך די שיטות? די שיטה שטייט נאר ווען עס איז טאקע א עולה פון מדינת ישראל און די מבצע איז דרוכגעפאלן?

מאטי » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:30 pm

· #219390
חמאס האט געטראפן עפעס א פסוק "העברת פי ה' והוא לא תצלח" מוז דאך בע"כ זיין, אז זיי האבן געוואונען.

פארוואס? » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:09 am

· #219397
ווי אזוי עס זאל נאר זיין שטעלט זיך ארויס אז דער פרעימיניסטער באקומט נאך אלס 50% שטיצע.
איך פערזענליך באוואונדער די כח ההנהגה פונעם ראש הממשלה מר @בנימין נתניהו, זיין פערזענליכקייט איז ווערד אן עקסטערע אשכול אין קאווע שטיבל צו באשרייבן.

petergrifin » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:21 am

· #219398
פון אלע פונקטען פון דעם מלחמה/קאנפליקט װאס איז יא גערעכט מאראליש צו נישט. אדער דער האט
געװאונען און דער האט פארלוירען מײן איך איז דער פאקט אז מד״י האט זיך נישט געלאזט פון דער
װעלט מיט דער אלטװעלטליכע מידיע נאר האבן צוריק געשאסען טאקע ארײן אין די ציװילע געגענטער
פון װי די טעראריסטען האבן ארויס געשאסען איז עפעס װאס האט אװעק געשטעלט צום ערשטן מאל
א מציאות פאר כאמאס אז זײער שונא איז אויך נישט די זעלבע פון אמאל נאר איז גרײט צו טוהן װאס
מען ברויך אזוי װי א יעדע נארמאל לאנד װאלט געטוהן. איך װײס נישט אויב דאס װעט זיך לוינען פאר
די מדינה שפעטער װען/אויב די פאלעסטינער גײען גײן צו די אינטערנאציאל קרימינאל געריכט.

פארשטײט זיך ס׳איז דא נאך זאכן װאס קען שאטן צוליב דעם אבער כאטש אויף אזוי פיל װײזט עס
אז מען קען נישט אויף הײבן א טעלעפאן און הײסן טוה אזוי, גײ דא, הער אויף שוין יעצט, איך װיל נישט
הערן נאר הער װאס איך רעד צו דיר, נאר כאמאס זעט אז זײ קענען טאקע פארפירן און מעגן זײן
גערעכט אויך אבער עס גײט גײן בײדע װעגן.

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:43 am

· #219405
פארוואס?
ווי אזוי עס זאל נאר זיין שטעלט זיך ארויס אז דער פרעימיניסטער באקומט נאך אלס 50% שטיצע.
איך פערזענליך באוואונדער די כח ההנהגה פונעם ראש הממשלה מר @בנימין נתניהו, זיין פערזענליכקייט איז ווערד אן עקסטערע אשכול אין קאווע שטיבל צו באשרייבן.

וכל שכן אז ער האט א ניק דא

קדש הילולים » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 1:46 am

· #219413
@פארוואס: ס׳איז טאקע צום באווינדערן זיין הנהגה, וויאזוי אינטער זיין פירערשאפט ווערט די מדינה איזעלירט פון די גאנצע וועלט ממש, אויך די ביז איצטיגע פריינט וואס זענען אזוי קריטיש וויכטיג פארן צוקאנפט פון די מדינה, ווערן וואס א טאג שפעטער אלס מער אפגעפרעמדעט און אפגעהאקט פון די מדינה.
אויף די מיניט איז ער טאקע א ״שטארקער״ און ער קען זיך גרויסן אז קיינער קען אים נישט איינטיילן וואס צו טון, אבער ווייסט מען דען נישט אז עס קאסט א פרייז?! אז אין די צוקאנפט וועט עס גארנישט אזוי פויגעלדיג זיין?!
צו רעדט זיך איינער איין אז די מדינה קען זיך אליין באשיצן פון די וואס ווילן איר איינשלינגען?!
ה״י זיינע הפקירות׳דיגע מעשים זאלן נישט שאדן פאר יודישע קינדער.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 2:15 am

· #219419
ווידער א פארפירערישער קעפל, לארטיקלתך איז עס נישט קיין 'אדער
א זייער איינזייטיגע 'אנאליז',
די גרעסטע סוקסעס פון מדינת ישראל האט נישט צו טון מיטן איצטיגע מלחמה, נעמליך אז די אייראן דאום ארבייט אייזן, דריי דריי אהאלב טויזנט ראקעטן און קיין איין טויטער (אפשר יא איין אויסלענדישע ארבייטער) כאמאס קען שיסן פון היינט ביז מארגן אבער חוץ שווער מאכן פאר די איינוואוינער אין דרום, קענען זיי נישט טון קיין פאטאלע שאדן,

די מדינה'ס גרעסטע דורכפאל, אז זיי האבן פארלוירן 65 סאלדאטן און דאך נישט געקענט אויספירן די עיקר מיליטערישע ציל, אפצושטעלן די ראקעטן (אפגעזען פון די כלומרשטע 'אמת'ע' ציל צו צעשטערן די (אלטע נייעס) טונעלן)

איך ווייס נישט וואס פונקטליך וואס די בלאקאדע פארגרינגערונג מיינט, וואו ווייט כאמאס האט עררייכט זייער עיקר אנגעבליכע ציל, אבער וועלט סימפאטיע האבן זיי שטארק פארדינט, און ליידער איז זיי געלונגען צו הרגנען א פרעצעדענטלאזע 65 מ.י. סאלדאטן נעבעך, און אויך האבן זיי ווידער גאר שטארק ארויסגעברענגט זייער אויסהאלט קראפט, אין די לעצטע טעג האבן זיי געשאסן איבער הונדערט הונדערט-צוואנציג ראקעטן פער טאג, מער ווי סיי וועלכע טאג פארדעם, טראץ די אומגלויבליכע חורבן וואס עס האט פאראורזאכט אין עזה,

די אלגעמיינע עזה באפעלקערונג האט פילייכט גאר שטארק פארלוירן, חוץ אויב די בלאקאדע גייט טאקע שטארק פארלייכטערט ווערן, (וועסטו פרעגן צוויי טויזנט טויטע לוינט זיך פאר א פארלייכטערונג אין די בלאקאדע? די תירוץ איז אז אזוי ווי סאיז געווען אין די לעצטע אכט יאר איז פילפאכיג ערגער פאר אפאלק ווי צוויי טויזנט טויטע, מען דארף נעמען אין חשבון די פילע וואס שטארבן 'שטילערהייט' אין אזא אלגעמיינע מצב פון בלאקאדע, נישט האבנדיג קיין צוטריט צו וויכטיגע מעדיצינען, מעדיצינישע עקספערטיז, ביליגע ריינע וואסער, און די אלגעמיינע פינאנציעלע דערדרוקעניש,)

פערזענליך האט נתניהו זייער שיין פארדינט אבער דאס האט גאר דראמאטיש אויסגעוועפט אין די לעצטע צוויי וואכן, און ער שטייט יעצט דאכט זיך מיר די שוואכסטע וואס ער איז נאר געשטאנען סיי ווען,

איש עברי » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 3:00 am

· #219421
די פאקט אז אייראן דאום ארבעט איז אויסדרוקליך א טייל פון די סוקסעס, איך פארשטיי נישט דיין פוינט, די סך הכל איז אז מדינת ישראל האט נאכאמאל געוויזן אז זיי האבן די מיליטערישע און טעכנאלאגישע אויבערהאנט, און חמאס קען איר מיטאמאל שעדיגן.
כאמאס האט פארדינט רעספעקט??? חמאס איז ארויס ביטער צוביילט, איר גוטע פריינט איראן איז געשטאנען אין די זייט, אין מצרים איז מען איר מחרים, די וועלט וואס האט געהאלטן אט אט ביים אנערקענען אין חמאס האט איר צוריק אנערקענט אלץ טעראר גרופע, און צום אלעם וויכטיגסטן, זיי האבן נישט דערגרייכט קיין איין איינציגע פארלאנג וואס זיי האבן געבעטן.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 3:18 am

· #219424
אז מדינת ישראל האט געוויזן אז זיי האבן די טעכנאלאגישע אויבערהאנט? אמת, כ'האב טאקע אנגעפאנגען קלערן אז כאמאס געווינט די טעכנאלאגיע מלחמה מיט מ.י. מיט זייערע מעכטיגע טאנקען און אייגענע עזה פראדוצירטע באמבאדיר פליגער, באליסטישע מיסילס, און ערשטע קלאס קריגס שיפן, קאם אן! דריי נישט קיין קאפ, אביסל רידינג קאמפריהענשאן וואלט נישט געשטערט,
די אשקול רעדט פון מבצע צוק איתן, אייראן דאום איז עלטער גרעסער און נישט פארבינדן מיטן 'מבצע צוק איתן',

סימפאטיע כתיב, רעספעקט קרי? (ווידער א מאנגל אין רידינג קאמפריהענשאן)
כאמאס צעביילט? עזה יא, כאמאס? מיט וואס? אלס א טעראר/ווידערשטאנד באוועגונג איז איבערלעבן, מיט די פילע ביז איצטיגע מעגליכקייטן (ווי שוין געזאגט די גרעסטע צאל ראקעטן געשאסן אין די לעצטע צוויי טעג) אפשר נישט קיין סוקסעס, אבער ביטער צעביילט???

ימים ידברו אויב כאמאס האט פארלוירן די שאנס פון וועלט אנערקענונג, אבער איך וואלט געזאגט אז דען אויפברענגען דעם לעצטן פונקט, בארירט דאס וואס איך האב געטנעהט פון אנהייב, אז די אמתע ציל פון מ.י. איז צו טארפעדאען די שאנס פאר די פאטאך כאמאס פאראייניגונג אפמאך,
זיי האבן נישט דערגרייכט קיין איינס פון זייערע פארלאנגען? האב אייך שוין געזאגט אז איך בין נישט קלאר וואס די בלאקאדע פארלייכטערונג אין די אפמאך גייט רעאליזירט ווערן, סאיז נאך א ספק, אויב גייט עס ערנסט פארלייכטערט ווערן איז די קריג איבערהויפט יא א סוקסעס פאר כאמאס,

diff » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 8:00 am

· #219438
Loosening the blockade is our victory not theirs. Lets wish they finally accept it. Gaza is not a place to exist if there are no wars

איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 9:49 am

· #219451
מאטי
חמאס האט געטראפן עפעס א פסוק "העברת פי ה' והוא לא תצלח" מוז דאך בע"כ זיין, אז זיי האבן געוואונען.

האסט פארגעסן די 6 פינטלעך אינדערמיט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:48 am

· #219474
איך בין שוין לאנג ברוגז אויף די חברה וואס זיצן אין ביהכ"ס אויפן אינטערנעט און האבן טענות אויפן פרעזידענט אדער אויפן ראש הממשלה פארוואס ער האט נישט געטון וואס זייער קלוגע קאפ טראכט, אדער ווי ער האט גע'טענה'ט אין מקוה,
אדרבה, לאמיר הערן פון די צולייגער'ס, וואס וואלט איר געטון אין זיין פאזיציע? אפשר וועט זיין ניק אפליינען די קלוגע אדווייס און לערנען א לעסאן אדער צוויי פאר די נעקסטע מלחמה (היל"ת)

ווייט פיש » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 1:00 pm

· #219506
מנחם
ווייט פיש
די כאמאס שפרינגען יעצט אין די גאסען אינאיינעם מיט זייערע פירער כאילו עס איז זיי יעצט געבוירען געווארן פרישע טויזענטער קעמפער דאס פאר זיך איז מסתמא איינע פון די סוקסעסן 😃

דאס אז כאמאס קעשט איין די טויזענטער פגרים זייערע אויף גרויס געלט דאס קען מען אויך צושרייבן צו די סוקסעס פינעם מבצע

דעס אז די מדינה האט געברויכט פאלען צו די פערשט פון די וועלט אז מען זאל לאזען די פאסאזשירען איבער די וועלט קומען צו זייער לאנד איז אויך א היבשער טייל פינעם הצלחה

דאס אז מען דארף זיך דורכקומען מיט כאמאס אויף פארהאנדלונגען און די שטארקע דרוק אויף שלום איז אויך נישט אוועקצומאכען

די העכערונג אין סימפאטיע-בלינדקייט פון פילע אידן איבער די וועלט צום גוסס'דיגע לאנד איז אויך א היבשע סוקסעס פארן געלונגענער מבצע

און נישט פארגעסן אז דאס אויפקומען אויף די שפורען פון די רוצחים פון די דריי בחורים הי''ד איז אויך א טייל פינעם סוקסעס 😃

היות דא קריגט מען שווער לייקס פאר אזעלכע תגובות וועל איך מיר אליין מכבד זיין
👍

לי יצייר ווען דער סוקסעס זאל ווען זיין גרויס לשיטתך, טוישן זיך די שיטות? די שיטה שטייט נאר ווען עס איז טאקע א עולה פון מדינת ישראל און די מבצע איז דרוכגעפאלן?

עס איז שוין געווען גרויסע סוקסעסן, ביים זעקס טאגיגען קריג און נאך... .. אבער ווי האלט מען היינט נאך די אלע סוקסעסן?

אז די רעדסט שוין יא פון שיטה קלינגט אין די אויערן
#עס.וועט.זיי.נאך.באנק.טאן.זייערע.נצחונות
די יעצטיגע אטמאספערע שרייט עס אויס אז מען קען ח''ו טויב ווערן

קדש הילולים » זונטאג אוגוסט 31, 2014 4:22 pm

· #220150
מבצע צוק איתן- א סוקסעס אדער א דערוכפאל?
אז מ׳רעדט פון הצלחה, דארף מען קודם וויסן וואס איז געווען די ציל, און צי האט מען עס דערגרייכט. אויב מען האט נישט דערגרייכט דעם ציל איז עס נישט קיין הצלחה, אויסער אויב מ׳האט געגרייכט עפעס וואס איז כדאי לעצמו צי הייסן סוקסעס.
וואס איז געווען די ציל?
יעדער ווייסט ס׳האט זיך אנגעהויבן, די אראבער האבן פארכאפט 3 בחורים, האט די מדינה צוריק ארעסטירט הינדערטער כאמאס פירער, האבן די אראבער אנגהויבן שיסן ראקעטן, די מדינה האט צוריק געשאסן פון די ליפטן.
זענדיג אז זיי קענען נישט אפשטעלן די ראקעטן דורוך די ליפט, איז מען אריין אויף אן ערד אינוואזיע ״אויף געציילטע טעג״, צי אפשטעלן די ראקעטן. ״מ׳גייט אריין אויף איינס צוויי טעג און מ׳ברענגט אום אלע טערעריסטן וואס שיסן, און מ׳גייט ארויס״ איז געווען די סלאגאן דעמלטס.
למעשה נאכן זיין דארט א שיינע פאר טעג, און מ׳איז נאך ווייט פון פערטיג, דאן איז ״געבוירן״ א ״נייע״ פראבלעם, די טונעלן! די גאנצע ציל פון די אינוואזיע איז יעצט געווארן צי פארטיליגן די טונעלן.
אפגעזען פונעם פאקט אז די טונעלן פראבלעם איז נישט קיין נייע, אבער אויב מ׳איז טאקע וועגן דעם אריין, פארוואס איז מען דערפון געוואר געווארן הערשט נאכן אריין גיין? און אויב איז טאקע אזא געפאר די טונעלן, פארוואס האט די מדינה גרייט געווען אויף א פייער אפשטעל נאך פארן אריינגיין, נאר כאמאס איז געווען דער וואס האט נישט מסכים געווען?
יעדער ווייסט גאנץ גוט אז די ציל איז נישט געווען עפעס אנדערש ווי אפצישטעלן די ראקעטן, און צוריק ברענגען רואיגקייט אין לאנד.
למעשה, האט מען דערגרייכט דעם ציל? נאך איבער 5 וואכן שלאכטן, לופט אטאקעס, ערד אינוואזיע, טאנקען, אקציעס, האט כאמאס אויף קיין איין מיניט נישט אויפגעהערט שיסן! ביז מען האט זיך אראפגעזעצט צים פארהאנדלונג טיש.
הן אמת, זיי האבן טאקע גוט אריינגעבויבן, 2,000 טויטע, א חרובע עזה. פון די אנדרע זייט וויפיל האבן זיי דען שוין צוריק דערלאנגט? ס״ה 70 קרבנות, אפאר קליינע געלט שאדנס.
אבער ס׳מעסט זיך בכלל נישט די סוקסעס פון די מלחמה אזוי, קיינער האט נישט געמיינט אז דאסמאל וועט כאמאס באמבעדירן מיט פליגער, אראפשיסן מד״י פליגער, אינוואדירן מדינת ישראל, קיינער האט נישט גערעדט פון דעם. יעדער ווייסט ווער ס׳האט די שטארקערע מיליטער, און דאס אז מד״י האט א שטארקער מיליטער מיינט נישט אז ״צוק איתן״ איז געווען א סוקסעס, נאר אז די מדינה בכלל איז ספיסטעקירט מיט א שטארקע מיליטער. אבער אז צוק איתן זאל זיין א סוקסעס דארף די פשוטע ציל ווערן אויסגעפירט- אפשטעלן די ראקעטן. אויב מען קען דאס נישט באווייזן, אפילו האסט אומגעברענגט אזויפיל אראבער, איז אפעראציע צוק איתן ״נישט״ קיין סוקסעס.
משל למה הדבר דומה, א קליין קינד נעמט צי א חפץ פון א גרויסער שטארקער מענטש. דער מענטש ווארנט אים ער זאל עס צוריק געבן ווייל אז נישט וועט ער אים שלאגן ביז ער וועט עס צוריק געבן. דער קליינער זאגט אים, קענסט שלאגן, באקומסט עס נישט! ער כאפט אים און הויבט אן אריינצושמייסן אבער דער קליינער ברעכט זיך נישט. נאר ער גיבט צוריק וויפיל ער קען. פארשטייט זיך אז ער באקומט סאך מער... אבער ער ברעכט זיך נישט. ביז ס׳קומען מענטשן און הייבן אן פארפירן ער זאל אויפהערן שלאגן דאס קינד. ס׳העלפט אים נישט מסבר זיין דאס שילד פונעם קינד. און ער מוז אויפהערן שלאגן, און דאס חפץ האט ער נישט. וועט איינעם בייפאלן אז ס׳איז געווען א סוקסעס פארן גרויסער מענטש? הלמאי, ער האט למעשה געגעבן סאך שטארקערע פאטש. קוק אן דעם קינד׳ס פנים ווי רויט ס׳איז! זיין פנים איז נאר אביסל... וועט מען אים זאגן אודאי האט קיינער נישט געמיינט אז דער קינד וועט געבן שטארערע פעטש, אבער למעשה ביזטו דער פארלירער יעצט, דיין ציל האסטו נישט עררייכט אפילו מיט דיין שטארקייט!!
אט אזוי איז יעצט מיט די מדינה און אראבער! די אראבער האבן באוויזן צי אויסהאלטן באמבאדירונגען, ערד מלחמה, חרבונות, און נישט אויפהערן צי שיסן. געוויזן קלאר פאר מדינת ישראל אז ס׳וועט נישט הערשן רואיגקייט אין לאנד נאר מיטן זיך אראפזעצן פארהאנדלן מיט זיי. און מדינת ישראל האט זיך געמוזט ארפזעצן פארהאנדלען מיט די אסאך שוואכערע, צוריקגעשטאנענע, לאנד!
איז וואס איז שייך צו זאגן אויף דעם ״סוקסעס״? למעשה האט מען געהרגט מער פון זיי? יא, אויפן פראנט האסטו געווינען, אבער די מלחמה האסטו פארלוירן! די ציל פון די מלחמה האסטו ביטער פארלוירן, די גרויסע מעכטיגע מיליטער, וואס הייסט פון די שטערקסטע מיליער אין די וועלט, קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט די ״קליינע״ צורירגעשטאנענע אראבער! זיי הערן אויף שיסן ווען זיי זענען מחליט, און ביז דאן איז די מדינה אין א סכנה.

אויך ביים חלק פון וועלט סימפאטיע, שטעלט זיך ארויס אן אומדערעקטע זיג פאר די אראבער, און אן אומדערעקטע פארלוסט פאר מד״י. די גאנצע וועלט איז געווארן אויפגעברויזט אויף די מדינה, זענדיג די בילדער פון וואס ס׳קומט פאר אין עזה, (און ליידער איז עס געגאנגען ווייטער, עס האט אויפגעפלאקערט אנטיסעמיטיזם קעגן יודן בכלליות בכל קצוי תבל ממש.) ווידער די פאלאסטינער האבן באקומען וועלט׳ס סימפאטיע אויף א ריזן פארנעם.
עכ״פ צוריק צום ענין, אז ס׳איז נישט שייך צו זאגן אז די מדינה האט געהאט א סוקסעס ווייל זיי האבן געהרגט 2,000 פאלאסטינער, ווייל דער ציל איז נישט נאר נישט געווארן אויסגעפירט, נאר פונקט פארקערט, ס׳איז איבעגעוויזן געווארן פאר יעדן, די שאנדע פון די מדינה אז זי קען זיך נישט קיין עצה גיבן מיט די אראבער, און ברענגען פראמינענטע רואיגקייט אין לאנד, אפילו זיי האבן א שטארקע מיליטער. זיי מוזן זיך אדורוך קומען מיט די אראבער.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 31, 2014 4:51 pm

· #220159
קודש הילולים: און ספעציעל מיט אזאלכע "וואוילע" אידן ווי דו און דיינ'ס גלייכן. דו ודכוותך מאכן נאר איין קליינעם טעות. דאס אנטיסעמיטיזם פון די גוי'אישע וועלט איז נישט א תוצאה פון די מדינת ישראל אקציעס. דאס אנטיסעמיטיזם עקזיסטירט שוין מער ווי דריי טויזנט יאר. פארקערט. אלס תוצאה פונ'ם גוי'אישן וועלטליכן אנטיסעמיטיזם האט די מיליטער פון מדינת ישראל נישט געקענט אדורכפיהרן דעם דזשאב וואס זיי וואלטן געדארפט צו טון. וואס א יעדע אנדערע מדינה וואלט געטון. למשל ענגלאנד, ביי די צווייטע וועלט מלחמה האט אפגעווישט גאנצע דייטשע שטעיט אלס ענטפער צו די נאצישע ראקעטן באמבארדירונגען אויף לאנדאן. די אראבישע רוצחים פון חאמאס האבן שוין פאר די לעצטע פאר יארן געשאסן ראקעטן אויף די אידישע שטעיט און מדינת ישראל האט נישט אפגעענטפערט. נאר עטץ (די אלע בהמות וואס רעדן זיך איין אז האקן און שעלטן און זיך פרייען מיט די מפלות פון די ישראלי מיליטער) וועט ענק עפעס העלפן. ניין קיין כ'הוא זה נישט. ווייל די אראבישע און אנדער גוי'אישע רוצחים זענען נישט מבחין בין דם לדם. זיי ווילן ח"ו הרג'נען א יעדן איד וואס קומט זיי אינטער די הענט. צו ער איז א ציוני אדער א קנאי. נאכדעים מאכט עטץ נאך א מורא'דיגן טעות. עטץ רעדטס ענק איין און ווילטס איינרעדן פאר א יעדן אז דעיס איז שיטת רביה"ק זי"ע. ניין. בפירוש נישט. ס'אי סתם שטותים והבלים און שנאת ישראל. ווייז מיר איין פאל ווען אן אנטיסעמיט אדער אנדער אראבער האט געזאגט "אט די אידן וועלן מיר נישט טשעפענ'ען ווייל זיי זענען נישט קיין פריינט פון מדינת ישראל". ברענג מיר נאר איין פאל. ס'נישטא. ס'עקזיסטירט נישט. קום מיר נישט דערציילן אז דער מעסעדזש איז נאכנישט אנגעקומען צו זיי. זיי זענען נישט אזאלכע תמימים. זיי האלטן אלעס מיט. די נטורי קרתא אקציעס, און די נטרונא אדווערטייזמענטס אין די גוי'אישע צייטונגען און אויף די ראדיא. אדרבה. ווייז מיר וואו זענען די גוטע תוצאות וואס וואלטן זיך געדארפט אהערשטעללן?!... 😕 😎 😈 😈 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

מאטי » זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:18 pm

· #220173
מ'דארף אריינעמן אין כלל אז חמאס האט זיך אויך בלויז געוואלט אראפזעצן (און מסכים געווען אויפצוהערן שיסן מיט מינימאלע תנאים) ווייל די מד"י פעטש האט זייער זייער וויי געטון.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:38 pm

· #220182
מאטי
מ'דארף אריינעמן אין כלל אז חמאס האט זיך אויך בלויז געוואלט אראפזעצן (און מסכים געווען אויפצוהערן מיט מינימאלע תנאים) אויך ווייל די מד"י פעטש האט זייער זייער וויי געטון.

נעה. וואס פאלט דיר ביי. מ'טאר דאך נישט רעדן אזאלכע דיבורים. דאס הייסט משבח געוועין די ציונים. אן ערליכער איד דארף זאגן : מדינת ישראל און די ציונים האבן ב"ה געכאפט גרויסע מפלות. און מ'דארף וויינען מיט קראקאדיל טרערן כאילו ס'טוט וויי אז אידן זענען נעבעך געשעדיגט געווארן. מ'דארף צו זאגן "קוקטס, וויפיל קרבנות זענען שוין נעבעך געפאללן אויף דעים מזבח הציוני" נאר אויב די זעלבע באמבעס וואלטן ח"ו געפאללן אויף וויליאמפעסט אדער מאנרא. וואס וואלט מען דאן געזאגט?! וועלכע התגרות באומות וואלט מען דאן באשולדיגט?!.. ביים קישינעווער פאגראם אין יאר 1903 (ס'נאך דאמאלס נישט געוועין קיין ציונים. עכ"פ קיין מדינת ישראל האט נאך דאמאלס נישט עקזיסטירט.) איז אויכעט געוועין אידן וועלכע האבן באשולדיגט די אידשע איינוואוינערס פון יענעם שטאט אז זיי האבן גורם געוועין דעם פאגראם...נאר ס'דא נארישע אידן וואס טראכטן. זאללן די באמבעס און ראקעטן פאללן אויף ארץ ישראל. אינז ע'מיר זיצן דא אין אמעריקע שאנן ובטח. און זייענדיג ביזי מיט מאכן געשעפטן אויף אי.בעי און עמעזאן, און פראווען קנאות אויפ'ן חשבון פון די אידן אין ארץ ישראל. אה נאך א זאך מ'דארף אויסדרוקן אמת'דיגע סימפאטיע און רחמנות אויף די אראבערס וועלכע זענען געהרג'עט געווארן דארט אין עזה. כאילו זיי האבן זיך נישט געפרייט מיט א יעדע בשורה לא טובה וואס די זייעריגע האבן געהרג'עט אידן זענען די וואוילע און שטילע איינוואוינערס פון עזה ארויס אין די גאסן טאנצן פאר שמחה... 😕 😎 🙄 😈 😈 😈 😠 😛 😢 😞 😉 😮

קדש הילולים » זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:54 pm

· #220191
@בערל בעל עגלה:די אנטיסעמיטיזם וואס עקזיסטירט שוין אזויפיל יאר, ווערט אויפגעפלאקערט דורך מדינת ישראל צו גאר הויכע שטאפלן, ווי יעדער בר דעת זעט עס אין די יעצטיגע טעג ה״י.

איך האלט אין פרינציפ נישט פון די פעולות פון ״נטורי קרתא״, אבער דעס איז זיכער אז זיי פארמיידן אסאך שנאת ישראל. זייער אסאך אראבישע גרויסע פירער/רעדנער, נאכן זיך טרעפן מיט זיי, האבן זיי נאך קיינמאל נישט דערמאנט א קללה פאר ״יודן״.(ווי עס פלעגט זיין זייער שפראך טויט צו ״יאהוד״ רח״ל) נאר זיי זאגן דערעקט ״ציונים״. א שטארקע ביישפיל פאר דעם איז דער געווזענער איראנער פירער, זייט זיי האבן זיך געטראפן מיט אים, האט ער אלס ביי זיינע רעדעס זיך באצויגן צו ציונים און נישט צי יודן. וואס די איין דוגמא אליין איז אין לשער די געוואלדיגע אויפטו און הצלת נפשות ממש וואס קומט ארויס פון דעם. נאכאמאל איך האלט נישט פון זייערע פעולות, אבער אין דעם הינזיכט איז זיכער אז זיי טוען אויף.
איך האב שוין געשריבן איינמאל א מעשה וואס איך פרעזענליך ווייס ערשט-האנטיג, אינעם אשכול ״די סיבה פון אנטיסעמטיזם״. א יוד מיט א טעקסי דרייוער, ואכמ״ל.
דאס אלעס יעדער בר דעת פארשטייט עס אליינס, נאר אויב האט מען נגיעות צום ״יודישע מדינה״, ווערט מען פשוט בלינד צו פארשטיין און מ׳זוכט כל מיני פארקרומטע תירוצים און מיינונגען, צו פארדרייען וואס יעדער בר דעת פארשטייט.
ווי שוין ערווענט כמה פעמים, איז נישט קיין ווינדער פארוואס א אראבער האט פיינט אלע יודן אפילו וואס זענען קעגן די מדינה, ווייל טאקע אט דאס איז דאך די ארבעט פון נטרינא, קלאר צו מאכן פארן גוי די חילוק פון יודישקייט ביז ציונות, און קיינער מיינט נישט אז נטרינא האט שוין נישט קיין ארבעט, ליידער זענען נאך דא זייער אסאך וואס ווייסן נאך נישט צו זאגן פון דעם. ובפרט איז נישט קיין ווינדער נאכדעם וואס עס זענען אין די לעצטע צייט פארשפרייט געווארן פאר די גאנצע וועלט בילדער, וויאזוי יודישע ראבייס מיט בארד און פיאות, זענען געווען די גרעסטע שטיצער פאר די יעצטיגע מלחמה, אזוי אויך די ״חרידישע״ חברי הכנסת זענען שטענדיג די שטיצער פאר מלחמה, און די קעגנער פאר שלום. אט די אלע אויבן דערמאנטע האבן א חלק אין די אלע שנאת ישראל וואס דאס איז גורם און די אלע קאנסעקווענצן אירע וועט גיין אויף זייער חשבון.

און ווי שוין געשריבן מערערע מאל, איז די גרעסטע איבערצייגינג אז די אראבער האבן ״נישט״ פיינט יודן, איז וואס עס דערציילט ר׳ ברוך קאפלאן ז״ל וואס ער געדענקט פון פאר ס׳איז געווארן די מדינה.
און אדרבה, במשך אלע גלות יארן ביז 100 יאר צוריק איז נישט געווען די שטארקע שנאה פון אראבער צי יודן ווי היינט, נו וואס האט פארסירט? עס איז אויפגעשטאנען א מדינה.
איז פשוט אז מיטן אוועק נעמען די סיבה וועט אויך אוועקגיין די תוצאה, מיטן אויבערשטנס הילף.

מאטי » זונטאג אוגוסט 31, 2014 6:22 pm

· #220201
קדש טייערער, די מדינה איז העיר טו סטעי, אנטיסעמיטיזם איז העיר טו סטעי . לאז די אראבער אריינכאפן אפאהר געזונטע מכות אין די זייט, פאר די זעלבע געלט..

סיריעסלי נישט קיין נפק"מ צו די אראבער האבן אנגעהויבן פיינט האבן אידן 60 יאר צוריק צו 100 יאר צוריק. אויב נעמט מען אן ווי די גדולים וואס האלטן אז מ'מעג על פי תורה אנהאלטן די מדינה, איז נישט דא קיין שום סיבה דאס אויפצוגעבן. פונקט ווי די פארשטייסט אז אמעריקע דארף נישט אוועקגעבן זייער לאנד צו על קאיאדע וויבאלד אסאמא בין לאדין האט אראפגעווארפן די צווילינגען, און יעדעס מאל אמעריקע פליקט אראפ נאך א טעראריסט הייבט זיך די שנאה צו אמעריקע ביי די אראבער.

און די קענסט נישט ארויפצווינגען די סאטמערע שיטה אויף אנדערע און מאכן דערפון א פאליטישע טוויסט.

חרבונה » זונטאג אוגוסט 31, 2014 6:26 pm

· #220203
@מאטי די קנאים אר הער טו סטעי די וואקסענדע אנטיסעמיטיזעם איז הער טו סטעי
נו לאז די מדינה אביסעל אריינהייבען ...

מאטי » זונטאג אוגוסט 31, 2014 6:34 pm

· #220209
חרבונה
@מאטי די קנאים אר הער טו סטעי די וואקסענדע אנטיסעמיטיזעם איז הער טו סטעי
נו לאז די מדינה אביסעל אריינהייבען ...

איך כאפ נישט דיין אויספיר.. די מדינה האט גארנישט געטון פאר די קנאים אז זי זאל דארפן אריינהייבן פון זיי.

ישראל קאפקע » זונטאג אוגוסט 31, 2014 7:18 pm

· #220222
מיסטער העלבראנז איז אין די נייעס!

איך ווארט נאך צו זען @אנאנים און @בערלבעלעגלה און @diff און @איש עברי און @איך אויך @ראש הישיבה וכו'... טענהן ''הלכה בידועה עשיו שונא ליעקב'' און למה נקרא שמו סיני.....'' וכו' וכו'

Nah I don't think so!!!

איך אויך » זונטאג אוגוסט 31, 2014 7:19 pm

· #220223
קדש הילולים

איז אין לשער די געוואלדיגע אויפטו און הצלת נפשות ממש וואס קומט ארויס פון דעם. נאכאמאל איך האלט נישט פון זייערע פעולות, אבער אין דעם הינזיכט איז זיכער אז זיי טוען אויף.

אפשר ביסטו אביסל מרחיב דעם דיבור און פארצייל אונז די געוואלדיגע הצלת נפשות וואס איז שוין ארויסגעקומן פון נפוחי חרטא פעולות.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 31, 2014 7:46 pm

· #220231
ר' קודש הילולים און ר' ישראל קאפקע שליט"א, בלשון רבים(:מיך שטערט נישט סיי די נטורי קרתא און סיי די נטרונא. פון מיר אויס זאללן זיי לעיבן עד מאה ועשרים מיט א סאך נחת, כל אחד לפי ערכו ותבונתו. אויב למשל ביי די אנשי נטורי קרתא הייסט אן עונג שבת, אדער אויפטון פאר אידישקייט גיין שבת נאכמיטאג, (פאר קידוש אדער נאך קידוש) שטיין צוזאמען מיט אראבערס און אנדערע גוי'אישע רעפארטערס, אנגעטון מיט די שטריימלעך און בעקיטשעס , און אויך מעוטר מיט דעם אראבישן/פאלעסטינער טלית'ל, פארגין איך דאס זיי מיט'ן גאנצן הארצן. איך האב ב"ה אן אנדערן אופן פון עונג שבת. אלעס וואס איך טענה איז, אז מ'זעהט נאכנישט די גוטע תוצאות וואס וואלטן געדארפט ארויסקומען פון די אלע פעולות. סיי פון די נטורי קרתא און סיי פון נטרונא. דערווייל האביך נאכנישט געהערט פון קיין פאל וואס די וואווילע און פרידליכע אראבערס זאללן כאפן דעם ערשטן איד וואס זיי באגעיגענען און מאכן מיט עים א לחיים, און טאנצן א רקידה'לע. און זאגן "אחינו אתה". דו ביסט אויכעט נישט קיין ציוני, אזוי ווי אינז. נאר פארקערט, ליידער, יא... 😎 😂 🙄 😠 😛 😢 😞 😮

ישראל קאפקע » זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:05 pm

· #220236
berlbalaguleh

איך וואוין נישט נעבן אראבער, און איך טרעף מיר זייער ווייניג מיט אראבער פערזענליך, אבער איך זע טעגליך פאזיטיווע רעפערענצן צו ניטורי קרתא אויף טוויטער, קאמענטארן אויף יוטוב, און קאמענטארן אויף נייעס באריכטן אין די אלגעמיינע נייעס,

פאלעסטינע, אראבישע, און אלגעמיינע מוסלעמענער וואס באציען זיך און הייבן ארויס די חילוק צווישן אידן און ציוניסטן,
(אסאך מאל זענען עס דווקא די קאמענטירער מיט די בורקאס און ניקאבס אדער דער יונגער אראבער מיטן קליינטשיגער בערדל וואס באשגצן די ראסיסטישע נעא נאציס, סקינהעדס, און סתם אייראפעאישע אנטיסעמיטן פארן זייערע אנטיסעמיטישע אויסברוכן!!

זוך וועסטו זען!

קדש הילולים » זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:10 pm

· #220238
@איך אויך,@בערל בעל עגלה: ס׳זעט אויס אז עטס האטס נישט געליינט וואס איך האב געשריבן אויבן, איך ברענג דארט 2 ראיות.

diff » זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:12 pm

· #220239
Mazel tov to the new shidduch, kodesh and kopka . Wishing you all blessings of A. Akbar

סאשי פיש » זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:15 pm

· #220243
diff
Mazel tov to the new shidduch, kodesh and kopka

זאג נישט פאר קיינעם אבער זיי האלטען שוין ביי זיווג שני...

מאטי » זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:20 pm

· #220245
ישראל קאפקע
berlbalaguleh
ר' קודש הילולים און ר' ישראל קאפקע שליט"א, בלשון רבים(:מיך שטערט נישט סיי די נטורי קרתא און סיי די נטרונא. פון מיר אויס זאללן זיי לעיבן עד מאה ועשרים מיט א סאך נחת, כל אחד לפי ערכו ותבונתו. אויב למשל ביי די אנשי נטורי קרתא הייסט אן עונג שבת, אדער אויפטון פאר אידישקייט גיין שבת נאכמיטאג, (פאר קידוש אדער נאך קידוש) שטיין צוזאמען מיט אראבערס און אנדערע גוי'אישע רעפארטערס, אנגעטון מיט די שטריימלעך און בעקיטשעס , און אויך מעוטר מיט דעם אראבישן/פאלעסטינער טלית'ל, פארגין איך דאס זיי מיט'ן גאנצן הארצן. איך האב ב"ה אן אנדערן אופן פון עונג שבת. אלעס וואס איך טענה איז, אז מ'זעהט נאכנישט די גוטע תוצאות וואס וואלטן געדארפט ארויסקומען פון די אלע פעולות. סיי פון די נטורי קרתא און סיי פון נטרונא. דערווייל האביך נאכנישט געהערט פון קיין פאל וואס די וואווילע און פרידליכע אראבערס זאללן כאפן דעם ערשטן איד וואס זיי באגעיגענען און מאכן מיט עים א לחיים, און טאנצן א רקידה'לע. און זאגן "אחינו אתה". דו ביסט אויכעט נישט קיין ציוני, אזוי ווי אינז. נאר פארקערט, ליידער, יא... 😎 😂 🙄 😠 😛 😢 😞 😮

איך וואוין נישט נעבן אראבער, און איך טרעף מיר זייער ווייניג מיט אראבער פערזענליך, אבער איך זע טעגליך פאזיטיווע רעפערענצן צו ניטורי קרתא אויף טוויטער, קאמענטארן אויף יוטוב, און קאמענטארן אויף נייעס באריכטן אין די אלגעמיינע נייעס,

פאלעסטינע, אראבישע, און אלגעמיינע מוסלעמענער וואס באציען זיך און הייבן ארויס די חילוק צווישן אידן און ציוניסטן,
(אסאך מאל זענען עס דווקא די קאמענטירער מיט די בורקאס און ניקאבס אדער דער יונגער אראבער מיטן קליינטשיגער בערדל וואס באשגצן די ראסיסטישע נעא נאציס, סקינהעדס, און סתם אייראפעאישע אנטיסעמיטן פארן זייערע אנטיסעמיטישע אויסברוכן!!

זוך וועסטו זען!

און וויפיל יוטוב קליפס ווערן געשאפן יעדעס מאהל מ'זעט די חברה שטייען צוזאמען מיט אראבער. אידן און נישט אידן צוגלייך ווערן אויפגעבראכט אז ס'איז דא אזעלכע וואס פאראייניגן זיך מיט האלאקוסט פארלייקענער אדער מיט עלעמענטן וואס זענען געטאנצן אין די גאסן סעפטעמבער עלעוון.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:22 pm

· #220248
קדש הילולים
@איך אויך,@בערל בעל עגלה: ס׳זעט אויס אז עטס האטס נישט געליינט וואס איך האב געשריבן אויבן, איך ברענג דארט 2 ראיות.

כ'הא געליינט די ראיות. מיט'ן טעקסי דרייווער און הרב קאפלאן. וואויל פאר דעים איד וואס איז געפארן מיט דעים אר 😈 😈 :rollאבישן טעקסי דרייווער. און הרב קאפלאנ'ס מאמרים האביך שוין געהערט א לאנגע צייט צוריק. אבער די אלע סגולות און רפואות האבן גאנץ ווייניג געהאלפן ביום עברה. ווייל דער מענטש אליעזר (כ'האב שוין פארגעסן זיין לעצטן נאמען) וועלכער האט געוואוינט אין חברון אין שנת תרפ"ט. ער איז געוועין אן אנגעשטעלטער אין א ענגלישע באנק. און די באנק האט געוואלט צו נעמען די הויז מיט'ן פארם פון אן אראבישע משפחה. און דער אליעזר, האט זיי געגעיבן א הלוואה אויף זיין אייגענע אחריות, וואס האט זיי געראטעוועט. וואלט מען דאך געקענט מיינען אז דער זכות איז עים ביי געשטאנען ביום צר. ניין די אראבישע רוצחים האבן עים פונקט אזוי געהרג'עט, מיט אלע אנדערע אידן וואס האבן זיך באהאלטן אין זיין הויז, מיט די זעלבע רציחה ואכזריות וואס זיי האבן אויסגעשחט'ן די אלע אנדערע אידן פון חברון... 😈 😈 🙄 😳 😞 😉

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:25 pm

· #220252
ר' ישראל קאפקע: אדרבה. געב מיר עפעס א לינק פון אן ארטיקל אדער א יו. טוב קליפ וואו איכ'ל קענען קלאר זעהן די תוצאות פון די אלע מעשים טובים. וישמח לבי גם אני... 😕 😎 😂 🙄 😢 😞 😳 😉 😮

קדש הילולים » זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:28 pm

· #220256
מאטי
קדש טייערער, די מדינה איז העיר טו סטעי, אנטיסעמיטיזם איז העיר טו סטעי . לאז די אראבער אריינכאפן אפאהר געזונטע מכות אין די זייט, פאר די זעלבע געלט..

סיריעסלי נישט קיין נפק"מ צו די אראבער האבן אנגעהויבן פיינט האבן אידן 60 יאר צוריק צו 100 יאר צוריק. אויב נעמט מען אן ווי די גדולים וואס האלטן אז מ'מעג על פי תורה אנהאלטן די מדינה, איז נישט דא קיין שום סיבה דאס אויפצוגעבן. פונקט ווי די פארשטייסט אז אמעריקע דארף נישט אוועקגעבן זייער לאנד צו על קאיאדע וויבאלד אסאמא בין לאדין האט אראפגעווארפן די צווילינגען, און יעדעס מאל אמעריקע פליקט אראפ נאך א טעראריסט הייבט זיך די שנאה צו אמעריקע ביי די אראבער.

און די קענסט נישט ארויפצווינגען די סאטמערע שיטה אויף אנדערע און מאכן דערפון א פאליטישע טוויסט.

#1 אונז זעמיר יא מתפלל יעדן טאג אויף די ביטול פון די מלכות המינות, ולמלשינים אל תהי תקוה וכל המינים כרגע יאבדו, ומלכות הרשעה מהרה תעקר וכו׳. אונז האף מיר יא אויף די ביטול המדינה, אזויווי אלע כיתות פונעם ס״מ במשך פון כלל ישראל׳ס היסטאריע. זאל דאס שוין זיין במהרה.

#2 אבער באמת איז די עיקר רעדע דא בנוגע נטרינא, וואס אפילו ווילאנג די מדינה שטייט, איז דאך דא א וועג פון מפרסם זיין פאר די וועלט אז אונז האמיר גארנישט מיט די מדינה און זיי רעדן נישט און אונזער נאמען. מיט דעם נעמט מען אראפ די כעס פון די גוי אויפן יוד בכלליות.

#3 וואס די שרייבסט אז ס׳איז געווען א מיינינג פון גדולי ישראל אז מ׳מעג האבן א מדינה. איז שקר. ס׳גאנצע תירוץ איז אלס געווען אז ״ס׳איז שוין סייווי א מציאות״, אבער אז יודן זאלן מעגן האבן א מדינה מיטן אייגענעם בחירה, איז נישט געווען קיין איין פון די פריערדיגע גדולים וואס האבן אזוי געהאלטן! אדרבה יעדער האט זיך מתנגד געווען דערצו. אפשר מיינסטו היינטיגע ״גדולים״ אויף דעם איז טאקע נישט כדאי לטפל בדברים...אדער אפשר מיינסטו רב קוק? ער איז פון דיינע גדולים?

מאטי » זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:29 pm

· #220258
איך וויל פארשטיין די שיטה וואס האלט אז אויב מ'זאל אויפגעבן די מדינה וועלן די אראבער זיין שטיל. וויאזוי קען מען זיי בכלל גלייבן? ווער זאגט אז דאן וועלן זיי אויפהערן רצח'ן. אפשר וועלן זיי טרעפן עפעס א שטיקל קוראן וואס זאגט אז וויבאלד די אידן "האבן" געהאט א מדינה זענען זיי שוין חייב מיתה אפילו נאכן אויפגעבן. דאס וועט יעדער מודה זיין אז ס'איז בעסער צו כאפן פון די אראבער מיט א מדינה ווי אן א מדינה. איר גלייבט זיי ממש אויפן ווארט אז ס'לוינט זיך צו נעמן א שאנס? קאפקע... באמת....

מאטי » זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:33 pm

· #220260
קדש הילולים
מאטי
קדש טייערער, די מדינה איז העיר טו סטעי, אנטיסעמיטיזם איז העיר טו סטעי . לאז די אראבער אריינכאפן אפאהר געזונטע מכות אין די זייט, פאר די זעלבע געלט..

סיריעסלי נישט קיין נפק"מ צו די אראבער האבן אנגעהויבן פיינט האבן אידן 60 יאר צוריק צו 100 יאר צוריק. אויב נעמט מען אן ווי די גדולים וואס האלטן אז מ'מעג על פי תורה אנהאלטן די מדינה, איז נישט דא קיין שום סיבה דאס אויפצוגעבן. פונקט ווי די פארשטייסט אז אמעריקע דארף נישט אוועקגעבן זייער לאנד צו על קאיאדע וויבאלד אסאמא בין לאדין האט אראפגעווארפן די צווילינגען, און יעדעס מאל אמעריקע פליקט אראפ נאך א טעראריסט הייבט זיך די שנאה צו אמעריקע ביי די אראבער.

און די קענסט נישט ארויפצווינגען די סאטמערע שיטה אויף אנדערע און מאכן דערפון א פאליטישע טוויסט.

#1 אונז זעמיר יא מתפלל יעדן טאג אויף די ביטול פון די מלכות המינות, ולמלשינים אל תהי תקוה וכל המינים כרגע יאבדו, ומלכות הרשעה מהרה תעקר וכו׳. אונז האף מיר יא אויף די ביטול המדינה, אזויווי אלע כיתות פונעם ס״מ במשך פון כלל ישראל׳ס היסטאריע. זאל דאס שוין זיין במהרה.

#2 אבער באמת איז די עיקר רעדע דא בנוגע נטרינא, וואס אפילו ווילאנג די מדינה שטייט, איז דאך דא א וועג פון מפרסם זיין פאר די וועלט אז אונז האמיר גארנישט מיט די מדינה און זיי רעדן נישט און אונזער נאמען. מיט דעם נעמט מען אראפ די כעס פון די גוי אויפן יוד בכלליות.

#3 וואס די שרייבסט אז ס׳איז געווען א מיינינג פון גדולי ישראל אז מ׳מעג האבן א מדינה. איז שקר. ס׳גאנצע תירוץ איז אלס געווען אז ״ס׳איז שוין סייווי א מציאות״, אבער אז יודן זאלן מעגן האבן א מדינה מיטן אייגענעם בחירה, איז נישט געווען קיין איין פון די פריערדיגע גדולים וואס האבן אזוי געהאלטן! אדרבה יעדער האט זיך מתנגד געווען דערצו. אפשר מיינסטו היינטיגע ״גדולים״ אויף דעם איז טאקע נישט כדאי לטפל בדברים...אדער אפשר מיינסטו רב קוק? ער איז פון דיינע גדולים?

בקיצור אדער איז מען א גדול, אדער האלט מען פון די מדינה.

נו יעצט איז דאך שוין דא א מדינה פארוואס זאל מען דאס אויפגעבן.

ישראל קאפקע » זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:34 pm

· #220261
diff
Mazel tov to the new shidduch, kodesh and kopka . Wishing you all blessings of A. Akbar

פון די צווייטע זייט קען מען פייערן טויזנט חתונות אין איין נאכט!! 😂 😂
מיר זענען נעבעך צוויי lone voices! 😕 😞 😉 😕 😎

אה וועט דאס זיין אינטערעסאנט @אנאנים מיט diff@, ער קען נישט קיין ענגליש און דער קען נישט קיין אידיש, 😂 😃, ווען די שלום בית וועט אונטערהינקען וועט ר' אתא'ן ארויסלאזן זיין לאנגע קייט פון געשליפענע קללות וחרמות מיט זיין ברייטע באסאווע שטימע אז עס וועט גיין א רויעך אזש די ווענט וועלן ציטערן, און דער איידעלער @diff וועט נעבעך צוריק ענטפערן מיט זיין דממה דקה'דיגן קול זיין צוויי שורהדיגער אומפארשטענדליכע ענגלישע אנטווארט! 😎 😈 😈 😳 😢 😮 😞 😃 ❗ ❗

מאטי » זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:39 pm

· #220265
קאפקע הער אויף נאשן די לאקשן און נעם דיך צו די זופ...
בלאט: 1 2