מאטיטדרבה לאמיר הערן וואס האלטסטו? צו וועלכען פאלק האט די כותל א משמעות
די כותל געהערט פאר יודן. ס׳איז א יודישע זאך. אזוי אויך גאנץ ארץ ישראל איז אונזער׳ס, און נאר פאר דעם איז עס באשאפן געווארן. ווי רש״י הק׳ זאגט אנהויב בראשית. אז פאר דעם הייבט די תורה אן פון בראשית און נישט פון החודש הזה לכם, צו ציוויסן טון פאר די אומות העולם אז ארץ ישראל געהערט נישט צו זיי, נאר השי״ת וואס האט עס באשאפן פאר אים געהערט עס און ער גיבט עס פאר די יודן.
אזויווי מיר האבן ליידער נישט ציגעהערט צום אויברשטן, אפילו ער האט אונז געווארנט אז מ׳וועט גיין אין גלות, איז אונז געקומען דער שרעקליכער לאנגער גלות, וואס מיר מאכן שוין אזויפיל מיט אזויפיל יארן. און מיר האפן און זענען מתפלל יעדן טאג אז ס׳זאל שוין זיין די גאולה, און מיר זאלן שוין צוריק גיין קיין ירושלים. ובנה אותה בקרוב בימינו. למעקור פלחנא נכראה מארעא.
אבער ווילאנג מיר זענען ליידער נישט זוכה צו דעם, איז יא דא א פלחנא נכראה, ס׳איז ליידער שועלים הלכו בו, צוליב אונזערע חטאים. ווי חז״ל זאגן כל דור שלא נבנה ביהמ״ק בימיו כאילו נחרב בימיו. זענען מיר מתפלל אז ס׳זאל שוין זיין נבנה בימיו, דורך הקב״ה אליין. כי אתה ה׳ באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה.
ס׳איז די גרעסטע כפירה בה׳ ובתורתו צו זאגן אז מיר קענען און מעגן אליין זיך אויסלייזן פון גלות, צוריק נעמען א״י פון די גוים. און דער צייט וואס אלע פסוקים זענען פיל מיט נבואות ה׳ פארוואס ס׳קומט דער חרבון און גלות, און אז עס וועט זיין די גאולה נאר דורך הקב״ה אליין, דורך תשובה. ס׳איז א כפירה גלוי׳ אין די אלע פסוקים, מאמרי חז״ל, און קבלות כלל ישראל בכל הדורות, צו זיך אליין באפרייען פון די גלות וואס השי״ת האט אונז געשיקט.
מ׳ווייזט מיט דעם אז מ׳זאגט פארן אייבערשטן: דארפסט אונז נישט העלפן ווי די האסט אונז צוגעזאגט, ווייל מיר וועלן זיך שוין אליין באפרייען נאך איידער ס׳איז דיין רצון. רח״ל. היש לך כפירה ובעיטה אינעם כביכול גדולה מזו?!