בד''ה. אמעריקאנער בחור פארלוירען אין יער ירושלים
67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7022
בד''ה. אמעריקאנער בחור פארלוירען אין יער ירושלים
אינטערסאנט אז ס'איז שוין איבער דריי טעג וואס די בחור איז שוין פארלוירען און ס'איז שטיל דא אין שטיבעל
נאך מער מאדנע איז אז די גאנצע איזרעילי מידיא (אריינגערעכנט די חרדישע צייטונגען און נייעס וועב זייטלעך) זענען ווי שטים, עפעס קיקט אויס ווי מ'פרובירט דארט צו באהאלטן (ווען נישט די אפאר אמעריקאנער עסקנים האבן אנגעהויבן לייגען פרעשור אויפן דארטיגע פאליציי)
די רעדע דא איז פון אמעריקאנער 23 יעריגע בחור אהרן בן חולדא סופר, פון לעיקוואד לערנט אין מירער ישיבה אין ירושלים עיה''ק, וואס איז געגאנגען שפאצירען פרייטאג מיט זיינס א חבר אין די וועלדער פון יער ירושלים, און מ'האט פארלוירען די שפירען נאך אים
העפטיגע זיכערייען גייען אהן בעיקר דורך היימישע יונגעלייט דערנאך וואס די ארטיגע פאליציי טיט גאר ווייניג אים צו טרעפן,
היינט האט מען אנגעהויבן אריינציקיקען אין די שפעקאלאציע אז אפשר איז דאס געווען א טעראריסטישע פארכאפונג
יודען זייטס מתפלל פאר אהרן בן חולדא אז מ'זאל אים טרעפן געזינטערהייט
עס זענען דא פארדאכטן אז ער האט געפרואווט צו היטשן צו א געגנט נעבן ירושלים, טאמער יא רעדט מען מעגליך פון א פארכאפונג.
why is everyone ignoring this story?
קיינער האט נישט קיין צייט פאר אזעלכע אומוויכטיגע זאכן ווי א קידנעפינג. יעצט איז מען ביזי איבער די קריטישע שאלה וועלכע גוי'אישע נאמען פון א שטעטל אין פוילן גאליציע א גרופע אידן וועלן שרייבן אויף זייער לעטערהעד.
אדער אפשר האט מען זינגט מען זיך אונטער ואפילו בהסתרה בתוך הסתרה
ס'איז נישט צום פארשטיין פארוואס די מעשה ווערט פארשלינגען.. עס וואלט געדארפט זיין אויף די העדליינס.
שוין פיר טעג
אפשר וויל עס דו מדינה פארשווייגן, נישט צו האבן פרעשער און דארפן פארהאנדלען מיט דו אראבער?(אייגענע קאנספראציע)
קדש הילוליםאפשר וויל עס דו מדינה פארשווייגן, נישט צו האבן פרעשער און דארפן פארהאנדלען מיט דו אראבער?(אייגענע קאנספראציע)
גלייבעך נישט. ווייל איינס, זיי האבן סייווי א פאליסי פון נישט פארהאנדלען, און צוויי ס'איז בכלל נישט באזירט אויף עפעס מער ווי חשדות, דאס אז ער איז מעגליך פארכאפט.
.📎 IMG-20140826-WA0013.jpg
.📎 IMG-20140826-WA0016.jpg
לאליפאפס'איז נישט צום פארשטיין פארוואס די מעשה ווערט פארשלינגען.. עס וואלט געדארפט זיין אויף די העדליינס.
שוין פיר טעג
קוקט אויס אז די ישראלים האבן שוין נישט קיין כח נאכאמאל איבערשפילן די גאנצע קידנעפינג ענין, זיי האבן שוין געניג געהאט, געניג קאפוויי בפרט ווען מ'האלט נאך אימיטען א מלחמה.
צו דעם אלעם רעדט מען דאך פון א אמעריקאנער בחור זאלן זיך די אמעריקאנער רעגירונג ברעכן קאפ און אים קימען ציהילף
כנלע''ד
אין מיין אפיניען זאל ביבי אנרופן אבאמא און אים שיינערהייט זאגן אז ער קען אריינשיקן אמעריקאנער טרופן קיין עזה צו טרעפן דעם אמעריקאנער בחור ווייל אבאמא לאזט אים נישט אריינשיקן קיין איזראעלי טרופן.
לעטס סי וויאזוי אזא מציאות וועט זיך אויסשפילן.
איך וואלט מייעץ געווען אבאמא אים צו ענטפערן
ביבי טייערע ענדיג קודם דיין זוך אקציע פון די ערשטע דריי פארכאפטע בחורים (פאר ווער עס געדענקט נאך אז מען האלט דא אינמיטען א זוך אקציע)
ווען ביסט פערטיג לאז מיר וויסען
ווייט פישאיך וואלט מייעץ געווען אבאמא אים צו ענטפערן
ביבי טייערע ענדיג קודם דיין זוך אקציע פון די ערשטע דריי פארכאפטע בחורים (פאר ווער עס געדענקט נאך אז מען האלט דא אינמיטען א זוך אקציע)
ווען ביסט פערטיג לאז מיר וויסען
גוטע עצה. נאר עפל
פאלענד ספרינגאין מיין אפיניען זאל ביבי אנרופן אבאמא און אים שיינערהייט זאגן אז ער קען אריינשיקן אמעריקאנער טרופן קיין עזה צו טרעפן דעם אמעריקאנער בחור ווייל אבאמא לאזט אים נישט אריינשיקן קיין איזראעלי טרופן.
לעטס סי וויאזוי אזא מציאות וועט זיך אויסשפילן.
מען קען נישט זוכן נישט די איצטיגע בחור -און נישט די דריי פריערדיגע בחורים וואס זענען ליידער אומגעברענגט געווארן- אין עזה פארן איינציגסטע סיבה אז ער איז פארלוירן געווארן אין ירושלים (מערב ברעג) נישט אין עזה,
א פאר פאקטען פעלען דא.
דער בחור לערנט אין דער ישיבה פון הרב צבי קאפלאן שליט"א, וואס דאס איז געווידמעט פאר בחורים וואס ווילען לערנען אין בריסק אבער זיי זוכען א שטרענגערע פיהרשאפט און השגחה, געווענליך מער ערנסטע בחורים ווייניגע כיטרע גייען אהין. דער בחור איז א זוהן פון הרב משה צבי סופר, פון די חשוב'ער אידען אין לעיקוואוד, וואס לערנט רוב וואך און פיהרט א קליינע ביזנעס כדי חייו. ער איז פון די עמודי התווך פון דער מנין כוותיקין אין לעיקוואוד, און דער וואס האט אמאל געדאווענט דארט קען איהם דערקענען אלס איינער מיט א רויטע\ווייסע בארד און איינער פון די גבאים. הרב משה צבי איז אן איידעם ביי הרה"ג ר' משה אייזענמאן זצ"ל ראש ישיבת וויינלאנד און מגדולי תלמידי הרב אהרן קוטלר און פאר דעם איז ער געפארען פון דייטשלאנד צו לערנען אין דער פאנאוויזער ישיבה אין ליטא! ווען הרב אהרן קוטלר איז אוועק, האט רוב וועלט פארשטאנען אז לא הניח בן כמותו, און די תלמידים האבען געוואלט ממנה זיין הרב אייזענמאן זצ"ל במקומו, אבער לא אסתייעא מילתא, ווייל הרב שניאור קוטלר האט א כיטרע ווייב געהאט, און זי האט זיכער געמאכט אז ס'וועט נישט זיין, און למעשה האט זיך דער ישיבה טאקע געטוישט תחת נשיאותו פון הרב שניאור.
הרב אייזענמאן זעלבסט איז אן איידעם געווען ביי הרב הגאון המפורסם אליעזר פאזען זצ"ל חבר בד"צ דלונדון יצ"ו וואס פון דייטשלאנד איז ארויס א גאון און א שטרענגע קנאי, ווי באקאנט פאר אלע אלטער לאנדאנער אידען.
דער בחור איז געגאנגען שפאצירען מיט א חבר אין יער ירושלים לעבען הר נוף, און אין מיט'ן וועג האט דער חבר פון פראויס פלוצלונג באמערקט אז ער איז נישט אונטער איהם. מ'האט געמיינט ער איז געגאנגען א צווייטע וועג, אבער למעשה נאך א שטיק צייט האט מען זיך פארבונדען מיט די פאליציי און מ'זוכט איהם זייט פרייטיג צו נאכט.
היינט אין לעיקוואוד איז געווען א פרעס"ע פארזאמעלונג מיט פאליטיקאנטען ווי קרי"ס סמי"ט און בא"ב סינגע"ר (שר"י) און דוב הייקינד און נאך צו ערוועקען דער מידי"א און די אמעריקאנער רעגירונג מיט די איזרעליש"ע רעגירונג צו טוהן עפעס פאר'ן בחור.
ביטע דאווענט און רייסט איין פאר אהרן בן חולדה לישועה שלמה.
ר' ליטטואק פון בודאפעסט: דו טרייבסט מיר ארויף מיין בלוט פרעשור. מיט'ן נישט שרייבן און אויסדרוקן זיך שיין אויף דעם חשוב'ן ראש הישיבה ר' שניאור קוטלר. איך קען מיך עכט נישט מתווכח זיין מיט דיר אין ד'עים ענין ווייל איך בין נישט אזוי נאנט באקאנט מיט אלע אינערליכע מחלוקת אין די עולם הישיבות. אבער איינס איז זיכער אז ר' שניאור ז"ל איז נישט געוועין א קטלא קניא. ר'איז נישט געוועין קיין שוסטער אדער בעל עגלה. נאר א חשוב'ער גאון און גדול בתורה שהיה ראוי לאותה איצטלא. דער אויסדרוק "שלא הניח בן כמותו" שטעכט מיר זייער שטארק. נאר, נאכאמאל. איך בין נישט באקאנט מיט די אינערליכע מחלוקות אין לעיקוואוד. אבער דיין אויסדרוק לאזט איבער א ביטער'ן טעם אין מויל... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😢 😞 😮 😲
it's not the point if kutler was more talmid chuchem then eizman. BUT LEMAAN HASHEM WHERE IS THIS BOY? AND WHE IS EVERY ONE SO QUIET ABOUT IT????
וואס איז נייעס מיטן בחור??
ליטוואק פון בודאפעסטא פאר פאקטען פעלען דא.
דער בחור לערנט אין דער ישיבה פון הרב צבי קאפלאן שליט"א, וואס דאס איז געווידמעט פאר בחורים וואס ווילען לערנען אין בריסק אבער זיי זוכען א שטרענגערע פיהרשאפט און השגחה, געווענליך מער ערנסטע בחורים ווייניגע כיטרע גייען אהין. דער בחור איז א זוהן פון הרב משה צבי סופר, פון די חשוב'ער אידען אין לעיקוואוד, וואס לערנט רוב וואך און פיהרט א קליינע ביזנעס כדי חייו. ער איז פון די עמודי התווך פון דער מנין כוותיקין אין לעיקוואוד, און דער וואס האט אמאל געדאווענט דארט קען איהם דערקענען אלס איינער מיט א רויטע\ווייסע בארד און איינער פון די גבאים. הרב משה צבי איז אן איידעם ביי הרה"ג ר' משה אייזענמאן זצ"ל ראש ישיבת וויינלאנד און מגדולי תלמידי הרב אהרן קוטלר און פאר דעם איז ער געפארען פון דייטשלאנד צו לערנען אין דער פאנאוויזער ישיבה אין ליטא! ווען הרב אהרן קוטלר איז אוועק, האט רוב וועלט פארשטאנען אז לא הניח בן כמותו, און די תלמידים האבען געוואלט ממנה זיין הרב אייזענמאן זצ"ל במקומו, אבער לא אסתייעא מילתא, ווייל הרב שניאור קוטלר האט א כיטרע ווייב געהאט, און זי האט זיכער געמאכט אז ס'וועט נישט זיין, און למעשה האט זיך דער ישיבה טאקע געטוישט תחת נשיאותו פון הרב שניאור.
הרב אייזענמאן זעלבסט איז אן איידעם געווען ביי הרב הגאון המפורסם אליעזר פאזען זצ"ל חבר בד"צ דלונדון יצ"ו וואס פון דייטשלאנד איז ארויס א גאון און א שטרענגע קנאי, ווי באקאנט פאר אלע אלטער לאנדאנער אידען.
דער בחור איז געגאנגען שפאצירען מיט א חבר אין יער ירושלים לעבען הר נוף, און אין מיט'ן וועג האט דער חבר פון פראויס פלוצלונג באמערקט אז ער איז נישט אונטער איהם. מ'האט געמיינט ער איז געגאנגען א צווייטע וועג, אבער למעשה נאך א שטיק צייט האט מען זיך פארבונדען מיט די פאליציי און מ'זוכט איהם זייט פרייטיג צו נאכט.
היינט אין לעיקוואוד איז געווען א פרעס"ע פארזאמעלונג מיט פאליטיקאנטען ווי קרי"ס סמי"ט און בא"ב סינגע"ר (שר"י) און דוב הייקינד און נאך צו ערוועקען דער מידי"א און די אמעריקאנער רעגירונג מיט די איזרעליש"ע רעגירונג צו טוהן עפעס פאר'ן בחור.
ביטע דאווענט און רייסט איין פאר אהרן בן חולדה לישועה שלמה.
אפשר קענסטו אויסברייטערן די געשיכטע ארום הרב שניאור. קיינמאל געהערט דערפון.
please open a new eshkol about the kutler story. lets focus on the poor boy.
פליז פליז פליז א אידישע מאמע'ס טרערן...
maybe we should make a minyen and say umar reb binyumin for 40 days
Tasteless joke.
thanks for the compliment. it was just a way to make sure that this eshkoil doesn't go to sleep and we are praying for him. talking about him. and thinking about him. thanks again
אידיש פליז.
any updates?
דער חבר וואס איז ארויס אויף דעם שפאציר מיט אהרן בן חולדה סופר איז יעצט אינטער א שטייפע אויספארשונג, וויבאלד ער איז דער לעצטער מיט וועם ער האט פארברענגט, די משפחה איז ארויס געקומען מיט א רוף צו כלל ישראל איינצורייסן פאר אים אויך, ער ווערט יעדע צופרי פינף אזייגער אויפגעפיקט פון זיין דירה, און ער ווערט אויסגעפארשט אגאנצן טאג אנדעם וואס מ'זאל עם געבן עסן, מארגן גייט ער דורכגיין א ליי דיטעקטער, און נאכדעם פלאנען זיי עם צו איינזעצן אויף א פאר טעג.
קרעדיט: ק. מ.
#איחוד פעלד אלערט
ליידער לויט ווי עס קוקט אויס, איז יעצט נישט אין די אינטערעסן פון די מדינה צופיל זיך צו בכלל קומערן אויף די וואוילזיין פונעם נפש מישראל, כדרכם מעולם אז די אינטירעסן פונעם לאנד קומט פאר ראטעווען יודישע לעבנס,(פארגעסט נישט דאס איז די ״אידישע לאנד״.)
דארף מען זען איינצורייסן פאר זיין וואוילזיין, דער בוכ״ע קען זיך אונז העלפן אן די כופרים במציאותו אויכעט! לאמיר האפן צו הערן גוטע בשורות.
קדש הילוליםליידער לויט ווי עס קוקט אויס, איז יעצט נישט אין די אינטערעסן פון די מדינה צופיל זיך צו בכלל קומערן אויף די וואוילזיין פונעם נפש מישראל, כדרכם מעולם אז די אינטירעסן פונעם לאנד קומט פאר ראטעווען יודישע לעבנס,(פארגעסט נישט דאס איז די ״אידישע לאנד״.)
דארף מען זען איינצורייסן פאר זיין וואוילזיין, דער בוכ״ע קען זיך אונז העלפן אן די כופרים במציאותו אויכעט! לאמיר האפן צו הערן גוטע בשורות.
איז נישט דאס די הלכה, און אויך דער שכל הישר, אז א לאנד'ס אינטערסט קומט בעפאר א פערזענליכער? (משנה אין פודין את השבוין וכו' מפני תיקון העולם. זעט מען אז תיקון עולם קומט בעפאר דעם שבוי'ס אינטערעסע.
כ'גלייב נישט אז די הלכה אדער שכל הישר איז וואס מאכט זייער מיינונג, זיי האבען גאנץ א קנאפע פראבלעם מיט א נפש מישראל, און נאך ווינציגער מיט א חרדי
קדש הילוליםליידער לויט ווי עס קוקט אויס, איז יעצט נישט אין די אינטערעסן פון די מדינה צופיל זיך צו בכלל קומערן אויף די וואוילזיין פונעם נפש מישראל, כדרכם מעולם אז די אינטירעסן פונעם לאנד קומט פאר ראטעווען יודישע לעבנס,(פארגעסט נישט דאס איז די ״אידישע לאנד״.)
דארף מען זען איינצורייסן פאר זיין וואוילזיין, דער בוכ״ע קען זיך אונז העלפן אן די כופרים במציאותו אויכעט! לאמיר האפן צו הערן גוטע בשורות.
ווען מענטשן פארשטייען נישט
וואס מען רעדט צו זיי..
זק"א: בדקות האחרונות נמצאה גופה באיזור עין כרם, נבדק חשד כי מדובר בנעדר אהרון סופר
רחמנא ליצלן. ברוך דיין האמת.
B D E ;(;(;(
ערוץ 7:
נמצאה גופה באזור עין כרם בירושלים, נבדק האם מדובר בנעדר אהרון סופר, שנראה בפעם האחרונה ביום שישי.
ברוך דיין האמת
מקום מציאת הגופה

היימישער ליטוואקקדש הילוליםליידער לויט ווי עס קוקט אויס, איז יעצט נישט אין די אינטערעסן פון די מדינה צופיל זיך צו בכלל קומערן אויף די וואוילזיין פונעם נפש מישראל, כדרכם מעולם אז די אינטירעסן פונעם לאנד קומט פאר ראטעווען יודישע לעבנס,(פארגעסט נישט דאס איז די ״אידישע לאנד״.)
דארף מען זען איינצורייסן פאר זיין וואוילזיין, דער בוכ״ע קען זיך אונז העלפן אן די כופרים במציאותו אויכעט! לאמיר האפן צו הערן גוטע בשורות.
איז נישט דאס די הלכה, און אויך דער שכל הישר, אז א לאנד'ס אינטערסט קומט בעפאר א פערזענליכער? (משנה אין פודין את השבוין וכו' מפני תיקון העולם. זעט מען אז תיקון עולם קומט בעפאר דעם שבוי'ס אינטערעסע.
יא , אבער מיינסטו טאקע אז ביבי נתניהו שר״י קען טאקע די משנה?! ניין, ס׳איז זיין ציוניסטישער שכל וואס הייסט אים אזוי טון.
נו, איז פון וואספארע תיקן העולם רעדט מען שוין -ציוניסטיש גערעדט?! #1 די שטאלץ פונעם לאנד זאל ח״ו נישט גערירט ווערן. #2 נישט ח״ו פארהאנדלן מיט די אראבער(עפ״י הלכה דארף מען באפרייען אלע טערעריסטן פאר איין נפש מישראל וואס איז אין א מצב סכנה, הגם ס׳איז אפשר א סכנה, איז עס ספק נגד ודאי.), #3 אויב איז עס א חרידי-נישט א מתנחל, איז נישט אזוי געפערלעך, וכו׳ וכו׳ וואספארע מורא׳דיגע חשבונות עס זענען אלס פארן ״תיקן העולם״ פון די ״אידישע מדינה״.
(ווער רעדט נאך פונעם ״תיקן״ אז זיין אייגענע בענקל זאל חלילה נישט געטשעפעט ווערן. וואס פארדעם וועט ער טאקע גרייט זיין מפקיר צו זיין דם ישראל, מפני״תיקוךן העולם״. גענוי ווי אלע פאליטיקאנטן פון די וועלט.)
די אלע חשבונות פון תיקן העולם איז א הלכהדיגע שאלה וואס ווערט געפסקנט דורוך די פורקי עול וואס אויסער וואס זיי גלייבן נישט אין די תורה, האבן זיי בכלל נישט קיין געפיהל צו א יוד, נאר צו דעם אז אז ער געהערט אויך צום ״יודישן לאנד״, נו , פאר א לאנד קומט דאך אז ס׳זאל קאסטן בלוט.
גיין אין מלחמה, איינשטעלן יודישע לעבנס אין א סכנה, איז אסור עפ״י תורה אן א סנהדרין, זיי זענען די וועליכע דארפן מעסטן וואס ס׳איז יא מותר מפני תיקן העולם און וואס נישט.
יעצט לאמיר הערן וועלכע מקובלים האבן אלס געוואוסט וואו ער איז ...
ס'איז צו האפן אז די מכלומר'שטע עסקנים און כלל טיערס וועלן לאזן די ישראלישע פארשער מאכן אלע נויטיגע בדיקות אויפ'ן גוף צו קענען פעסטשטעלן די טויט אורזאך, צייט, וכדו', און דורך דעם קענען אראפנעמען דעם חשד פון דעם נפטר'ס חבר.
איך האב נישט געוואלט שרייבן בשעת ווען מ'האט נאך געהאלטן אינמיטן זוכן, אבער יעצט קען איך ארויסלאזן מיין ווייטאג:
איך בין באמת נבהל ונשתומם ווי די
חרדי'שע מידיא, אן קיין שום בושה, האלט אין איין באשולדיגן די אלגעמיינע מידיא, אז מ'שאצט אונטער די ווייטאג, אדער אז די פאליציי טוהט נישט גענוג.
מיט די גאנצע ווייטאג און מיטלייד מיט די משפחה, אבער איך מיין, באמת?! איז עס די ערשטע מאל איינער ווערט פארלוירן אין א וואלד נאכן גיין שפאצירן? וואס פונקטליך ווילסטו מ'זאל טוהן? מ'זאל איבערקערן די גאנצע מדינה. אן קיין שום ראציאנאלע סיבה. ווייל מענטשנ'ס דמיונות פארט זייער שנעל, און זיי רעכענען אז עס איז געווען א פארכאפונג?!
עס איז א בושה אז אונז חרדי'שע אידן, אנשטאט צו מכיר טובה זיין פאר די פאליציי און די מיליטער, פארן טוהן די מסירות-נפש ארבעט פאר אונז, און אין די צייט קענען מיר עוסק זיין רואיג על התורה ועל העבודה, (חוץ ווען ס'מאכט זיך א פיקוח נפש, ווי למשל אז א
חרדי'שער בחור איז פארלוירן געווארן, דעמאלס דערמאנען אונז זיך אז פיקוח נפש איז פריער ווי לימוד התורה).
היימישער ליטוואקקדש הילוליםליידער לויט ווי עס קוקט אויס, איז יעצט נישט אין די אינטערעסן פון די מדינה צופיל זיך צו בכלל קומערן אויף די וואוילזיין פונעם נפש מישראל, כדרכם מעולם אז די אינטירעסן פונעם לאנד קומט פאר ראטעווען יודישע לעבנס,(פארגעסט נישט דאס איז די ״אידישע לאנד״.)
דארף מען זען איינצורייסן פאר זיין וואוילזיין, דער בוכ״ע קען זיך אונז העלפן אן די כופרים במציאותו אויכעט! לאמיר האפן צו הערן גוטע בשורות.
איז נישט דאס די הלכה, און אויך דער שכל הישר, אז א לאנד'ס אינטערסט קומט בעפאר א פערזענליכער? (משנה אין פודין את השבוין וכו' מפני תיקון העולם. זעט מען אז תיקון עולם קומט בעפאר דעם שבוי'ס אינטערעסע.
אבער רעדן בגנות הציונים וגירוריהן, ימ"ש איז שקול כנגד כל המצוות שבתורה. מ'שרייבט אזאלכע וואנזיניגע און רשעות'דיגע דיבורים, און נאכדעים גייט מען צוריק אין ווינקעלע און מ'באוויינט אז די וועלט איז פול מיט שנאה אקעיגן "סאטמאר". דער פלעק, סאטמאר... דער רעבע שליט"א השוכן כבוד בעיר הקודש מאנרא, יצ"ו מאכט אויכעט אזאלכע און ענליכע וואנזיניגע און רשעות'דיגע סטעיטמענטס. אז די פארשאלטענע ציונים, ימ"ש מיט זייער ראש הכופרים פראקטיצירן שרעקליכע התגרות באומות, בשעת די ראקעטן פון די חאמאס מערדערס פליען איבער גאנץ ארץ ישראל. און נאכדעים באוויינט ער אז די וועלט איז נתפס לציונות. און מ'האט א שנאה אויף סאטמער...ווייל סוכ"ס די ראקעטן און די אראבישע מערדערס זענען נישט מבחין צווישן סאטמאר'ער ביהמ"ד און וויזשניץ. צווישן דער וואס גייט יא צו די בחירות הטמאות (איך ווינדער מיך, ווען זיי זענען געווארן "טמאות". ווייל אין די צייטן פון דברי יואל זי"ע האט מען סתם גע'אסר'ט צו גיין צו די בחירות.) און דער וואס גייט נישט... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮
דער רבי זכיגנייני האט מיט זיין בלוט בשעת'ן טויט מכשיר געווען דער בחירות לקבל טומאה, און דערנאך זענען זיי בחירות הטמאות. בחייו איז געווען פאר'ן הכשר קען עס נישט ווערען טמא, ופשוט.
פארוואס?איך האב נישט געוואלט שרייבן בשעת ווען מ'האט נאך געהאלטן אינמיטן זוכן, אבער יעצט קען איך ארויסלאזן מיין ווייטאג:
איך בין באמת נבהל ונשתומם ווי די
חרדי'שע מידיא, אן קיין שום בושה, האלט אין איין באשולדיגן די אלגעמיינע מידיא, אז מ'שאצט אונטער די ווייטאג, אדער אז די פאליציי טוהט נישט גענוג.
מיט די גאנצע ווייטאג און מיטלייד מיט די משפחה, אבעראיך מיין, באמת?! איז עס די ערשטע מאל איינער ווערט פארלוירן אין א וואלד נאכן גיין שפאצירן? וואס פונקטליך ווילסטו מ'זאל טוהן? מ'זאל איבערקערן די גאנצע מדינה. אן קיין שום ראציאנאלע סיבה. ווייל מענטשנ'ס דמיונות פארט זייער שנעל, און זיי רעכענען אז עס איז געווען א פארכאפונג?!
עס איז א בושה אז אונז חרדי'שע אידן, אנשטאט צו מכיר טובה זיין פאר די פאליציי און די מיליטער, פארן טוהן די מסירות-נפש ארבעט פאר אונז, און אין די צייט קענען מיר עוסק זיין רואיג על התורה ועל העבודה, (חוץ ווען ס'מאכט זיך א פיקוח נפש, ווי למשל אז א
חרדי'שער בחור איז פארלוירן געווארן, דעמאלס דערמאנען אונז זיך אז פיקוח נפש איז פריער ווי לימוד התורה).
און דוב הייקאנד האט נאך געזאגט אן א בושה אז מען דארף זיך באגיין מיט די זוכעריי כאילו ער איז א סאלדאט, א מין חוצפה דעס ער איז נישט קיין סאלדאט אין נעם איין א שטילשווייגעניש.
ליטוואק פון בודאפעסטדער רבי זכיגנייני האט מיט זיין בלוט בשעת'ן טויט מכשיר געווען דער בחירות לקבל טומאה, און דערנאך זענען זיי בחירות הטמאות. בחייו איז געווען פאר'ן הכשר קען עס נישט ווערען טמא, ופשוט.
דעיס איז גוט פאר א ווערטל. אבער ערנסט גערעדט. מ'פארדרייט די יוצרות און מ'איז מנחיל שקר פאר די היינטיגע תלמידים. און מ'רעדט זיך נאך איין אז דאס איז שיטת רביה"ק.
אויב די סאטמאר'ע רבי זי"ע וואלט געהאלטן ווי די היינטיגע טאן געיבער'ס און ווארטזאגערס אין סאטמאר, ווי מנשה פיליף ודכוותיה זאגן, וואלט ער פארמאכט די מוסדות אין ארץ ישראל, און געהייסן פאר אלע זיינע חסידים אוועקמופן פון דארט...און אינז ווייסן דאך פארקערט. אז ער האט געשיקט מיליאנען פאר די א"י מוסדות און ישובים פון ערליכע אידן... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮