☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מיינע אבזערוואציעס איבער דעם פסק

מיינע אבזערוואציעס איבער דעם פסק

171 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7021
בלאט: 1 2 3 4

חסיד » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 2:24 pm

· #221821

כנור » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 4:03 pm

· #222185
איך פארשטיי ענק נישט, זיי זענען דאך באבוב, בית דין האט דאך געפסקענט אז זיי זענען באבוב און רבי נפתטשע איז "יא" געווען באבובער רבי, איז דענמאלט פארוואס האבען זיי נישט געטארט ממשיך זיין אלע לאגאס, קאלירען וכו' פון באבוב? זאלען זיי נאכמאכען פאפא אדער קלויזענבערג? זיי זענען דאך באבובער (לשיטתכם "געוועזענע" באבובער) אבער נישט געוועזענע מונקאטשער.

יא, די גייסט מיר זאגען אז בית דין האט געפסקענט אז מען דארף שוין טוישען די קאליר. פיין, אבער אלץ היכר. דעטס אול.

לצים זאגען אז צו וואס דארף מען א היכר, אן א היכר זעהט מען דער חילוק.

הדד בן בדד » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 2:14 am

· #222375
איטשע
לאמיר דיר ווייטער געבן צו פארשטיין "ברחל" "בתך" "הקטנה" - אזוי ווי דער בית דין אין דער פסק דין.

דער "סטרייפ" אויף דער באס, אויף וואס עס שטייט "ישיבת באבוב" וכו', פון ענקערע מוסדות, איז געווען די "זעלבע קאליר" ווי פון די ארגינעלע באבאווער מוסדות.


מסתמא ווייסטו נישט וואס איך מיין, ס'איז נישט מעלה אדער מוריד, ווייל די חברי הפורום, "זיי", פארשטייען יא. - און זיי ציהל איך.


נו טאקע דעם סטרייפ מיין איך. דו קומסט מיר פאר ווי דער יארמער רב, ער פארציילט איין מאל א מעשה ביי א שמחה: נעכטן בין איך געווען אין ירושלים ביי א לוי' און ר' חיים קנייבסקי איז צוגעקומען צו מיר, איין מינוט, אה, דא איז ער (און בשעת מעשה דרייט ער זיך אויס צו איינעם דארט צווישן דעם עולם) ר' גרשון, אמת איר האט מיך געזעהן נעכטן צופרי אין וויליאמסבורג? (ר' גרשון גיט א שאקל מיטן קאפ און ר' יאנקל פירט אויס), נו, זעהט איר דאך שוין אז די מעשה איז אמת.

מען האט דא געשריבן אז זיי האבן געמאכט די זעלבע קאליר. האב איך געזאגט אז עס איז נישט אמת. האסטו געברענגט א יו טוב קליפ ווי מען זעהט אפאר באסעס בעקן אריין א 43ד סטריט. נו פיין, וואס זעהט מען יעצט דארט.

איך זאג דיר נאכאמאל, די לאגא און דער נאמען זענען די זעלבע אויף ביידענס באסעס אבער די קאליר נישט. קיינער זאל מיר נישט גלייבן, גייט אליינס אראפ קיין בארא פארק (פאר ווער עס וואוינט נישט דארט) און טשעקט עס אויס.

איטשע » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 6:17 am

· #222384
ענק האבן געטוישט די קאליר עטליכע יאר צוריק, ווען בי"ד, האבן ענק "געצוואונגען" צו טוישן די קאליר....

דולה ומשקה » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:59 pm

· #222992
יעצט נאכן פסק דין, לחזור עטרה ליושנה צום באבוב'דיגע אהבה ואחוה שלום וריעות
גייט דאס נאך אמאל זיין?
בן ציון ומדכי דוד - באבוב.jpg

בארא פארקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 am

· #223001
ניין, אין דיין לעבן נישט

מארקוס » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 8:27 am

· #223019
דולה ומשקה
יעצט נאכן פסק דין, לחזור עטרה ליושנה צום באבוב'דיגע אהבה ואחוה שלום וריעות.
גייט דאס נאך אמאל זיין?


אונז לעבן מיר ב'אהבה ואחוה שלום וריעות'.
איך מוז עפעס זיין באהבה מיט די אסטראליער איינוואוינער? כ'מוז זיין באחוה, מיט דעם בארא פארקער מגולח פון דער 20שטע עוועניו? אונז זעמיר בשלום מיט יעדע איינער וואס רעספעקטירט אונז און לאסט אונז לעבן.
די וואס זוכן אונז אונטערצוגראבן, מיט זיי וויל איך נישט האבן קיין שייכות - אבער אונז ווילן מיר און אונז קריגן זיך נישט מיט זיי, אונז זעמיר נישט במחלוקת מיט זיי.
גיי דיר דיין וועג, און לאז מיר גיין מיין וועג, קראס נישט אווער.

אונז ווילן מיר נישט קענען, נישט ר' מרדכי דוד, נישט ר' יהושע רובין, נישט צבי ארי' ריינהאלד, נישט אייזיק דייטש, נישט בנצי דונער ע"ה, נישט קיין איינער פון חסידי באבוב45.
מחלוקת איז, ווען מען טרעפט זיך און מען קריגט זיך - דאס איז וואס די מחרחרי שלום ווילן, און פארלאנגען. ווען גייט מען זיך טרעפן, אונז ווילן מיר שלום, אבער בשעת מעשה, בפועל ווילן זיי נאכאלס אויסווארפן אדמו"ר מבאבוב פון זיין ביהמ"ד און בנינים.
דאס איינציגסטע זאך וואס באבוב45 האט געטוען פאר שלום, איז געווען ווי ר' מרדכי דוד האט געזאגט, זיי זענען ארויס פון באבוב י"ג אדר תשס"ה, דאס איז געווען דער ערשטע שריט זיינע פאר שלום און דער לעצטע.

שלום איז, ווי אברהם אבינו האט אויסגעלערנט לוט, אויב מען קומט זיך נישט אויס, איך גיי מיך מיין וועג, און די דיינס.
באבוב בעהט זיך ביי חסידי באבוב45. אונז ווילן מיר גיין אונזערע וועג, לויפטס אונז נישט נאך. אונז ווילן ענק נישט קענען. גוד ביי טשארלי. אונזער זעמיר נישט אינטערסירט אין ענקערע שמחות. און אונז דארפן ענק נישט האבן, קומטס נישט ביי יעדע געלעגנהייט אריין ביי אונז.

חסיד » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:18 am

· #223023
אויפן פסוק וַיִּסַּע לוֹט מִקֶּדֶ'ם וַיִּפָּרְד'וּ אִי'שׁ מֵעַ'ל אָחִיו זאגט דער בעה"ט אז די ס"ת איז שלום, ווען מ'וועט האבן א נארמאלע פרידה און אויפהערן מיט נאכמאכן און נאכלויפן איינער דעם צווייטן און ערכאות וכדו' וועט מען קענען רעדן פון שלום. אנדערש ווי ווען מ'זאגט א פארטייאישע דרשה מיט גוטע שטעכעס, און מ'גייט פרעגן ביי גדולי ישרא וכדו' און מ'שרייט קאזאק הנגזל אני שלום

כנור » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:25 pm

· #223386
בארא פארקער
ניין, אין דיין לעבן נישט

און די ווייסט זיכער פארוואס.

ווייל באבוב-45 שלאגט זיך נישט מיט באבוב-48, נאר באבוב-48 שלאגט זיך מיט באבוב-45, און א פסק דין וועט נישט טוישען אזעליכע בעלי מחלוקת ווי דיר פון פירען ווייטער דער מחלוקת, אזוי ווי די האסט דא פאר דער גאנצער וועלט מודה געווען!

יו סעיד איט אול.

כנור » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:33 pm

· #223389
מארקוס
דולה ומשקה
יעצט נאכן פסק דין, לחזור עטרה ליושנה צום באבוב'דיגע אהבה ואחוה שלום וריעות.
גייט דאס נאך אמאל זיין?
... אונז ווילן מיר נישט קענען, נישט ר' מרדכי דוד, נישט ר' יהושע רובין, נישט צבי ארי' ריינהאלד, נישט אייזיק דייטש, נישט בנצי דונער ע"ה, נישט קיין איינער פון חסידי באבוב45...

לייג צו האדמו"ר רבי נפתלי צבי.

אז די האסט אים נישט געוואלט קענען, פארוואזשע זאלסטו וועלען קענען זיינע קינדער!

א באבוב-פארטי-פיפט וואלט געזאגט אז ברוך השם דער שייגעץ (אזעליכע בעלי מחלוקת ווי די) וויל מיר נישט קענען.

moshe613 » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 1:17 pm

· #223405
מארקוס ־ י"ב אדר ווען רב"ץ האט מיט כח הזרוע פארכאפט די בימ"ד האט א ריזן עולם, אנשים נשים וטף {צום היינטיגן טאג כמעט 3000 קינדער אין זייערע מוסדות} ארויס פין בימ"ד, געגאנגען, ארויס, "זיי" האבן צום ערשט געזאגט אין געטוהן אז זיי ווילן נישט וויסן פין קיין רב"צ/בארנפריינד/בראכפעלד/עליאס/שטיהל. קיינער איז נישט "אינטערעסירט" אין דיין צדיקל מיט זיין "חבריא" קדישא, גיין אין בי"ד פארלאנגן די רעכטן איז נארמאל, אז באבובע חסידים רופן זיך באבוב איז זייער נארמאל, עטס האטס 9 יאהר טעראזירט אונזערע מוסדות עטס האבן אויסגעלערנט די קינדער נאכצושרייען קארטשין, אין עטס האבן פארלאנגט אז אונז טארן זיך נישט רופן באבוב.

מארקוס » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 12:02 pm

· #223590
moshe613
מארקוס ־ י"ב אדר ווען רב"ץ האט מיט כח הזרוע פארכאפט די בימ"ד האט א ריזן עולם, אנשים נשים וטף {צום היינטיגן טאג כמעט 3000 קינדער אין זייערע מוסדות} ארויס פין בימ"ד, געגאנגען, ארויס, "זיי" האבן צום ערשט געזאגט אין געטוהן אז זיי ווילן נישט וויסן פין קיין רב"צ/בארנפריינד/בראכפעלד/עליאס/שטיהל. קיינער איז נישט "אינטערעסירט" אין דיין צדיקל מיט זיין "חבריא" קדישא, גיין אין בי"ד פארלאנגן די רעכטן איז נארמאל, אז באבובע חסידים רופן זיך באבוב איז זייער נארמאל, עטס האטס 9 יאהר טעראזירט אונזערע מוסדות עטס האבן אויסגעלערנט די קינדער נאכצושרייען קארטשין, אין עטס האבן פארלאנגט אז אונז טארן זיך נישט רופן באבוב.


9 יאר האבן ענק זיך אינגערעדט אז ס'איז געווען בארעכטיגט.
תשע"ד האט בי"ד, געגעבן צו פארשטיין דער גאנצער וועלט אז ענק זענען "נישט" געווען בארעכטיגט דערפאר.

יעצט שרויף גוט אריין די אינפארמאציע אין דיין קאפ.
י"ב אדר ווען רב"ץ האט מיט כח הזרוע פארכאפט די בימ"ד - קיינער האט נישט פארכאפט, מען האט בס"ה משלח געווען איין מחוצף!
האט א ריזן עולם, אנשים נשים וטף {צום היינטיגן טאג כמעט 3000 קינדער אין זייערע מוסדות} ארויס פין בימ"ד, געגאנגען, - מארגן צו טאגס 10,000 - למה לא?
"זיי" האבן צום ערשט געזאגט אין געטוהן אז זיי ווילן נישט וויסן פין קיין רב"צ/בארנפריינד/בראכפעלד/עליאס/שטיהל. קיינער איז נישט "אינטערעסירט" אין דיין צדיקל מיט זיין "חבריא" קדישא - ייש"כ.
גיין אין בי"ד פארלאנגן די רעכטן איז נארמאל - גיין אין קוירט איז נישט נארמאל, פארלאנגן, ארויס צו ווארפן דער באבוב'ער רב פון זיין ביה"מ און אלע זיינע מוסדות איז נישט נארמאל 28 פראצענט, זאל ארויסווארפן 78 פראצענט פון א פלאץ איז נישט נארמאל
עטס האטס 9 יאהר טעראזירט אונזערע מוסדות - אוודאי, "אונז" האבן נאך געמאכט "ענקערע" עמבלעמ'ס, "ענקערע" יוניפארמ'ס, גן איז אלעמאל געווען "ענקערס", וואס נאך?
עטס האבן אויסגעלערנט די קינדער נאכצושרייען קארטשין - פון עטליכע לויזע קינדער נאכשרייען, ביז "אויסלערנען" קינדער - איז א לאנגע מהלך...
עטס האבן פארלאנגט אז אונז טארן זיך נישט רופן באבוב - צום ערשטן מאל וואס די זאגסט א ווארט אמת, און בי"ד האט גע'פסק'נט אז אונז האמיר דאס געמעגט פארלאנגען....

חסיד » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 2:12 pm

· #223626
כ'האט דאס שוין געשריבן אויף גמר הדין אשכול אבער עס זעט אויס אז עס פעלט אויס נאכאמאל:
עס איז ליידער נישט דא ווער ס'זאל לאכן ווען צד מהרמ''ד הייבט אן שפילן דער רחמנות'דיגע שעפעלע נרדף.
פשוט אביסל אויפצופרישן דעם זכרון פון א רשימה חלקי:
(ווער עס וויל קען מוסיף זיין ווייל הזמן יכלה והם לא יכלו)

ווער איז געגאנגן 4 מאל אין ערכאות?
ווער איז אריינגעקומען (היסטאריש) 7:45 י"ג אדר נאכן מכריז זיין בביה''ח אז מ'וועט דאוונען 9 אזייגער בבית מהרנ''צ?
ווער האט אנגעהויבן א דאנערשטאג נאכט שיעור, און פארוואס?
ווער האט געעפנט א האס-אפיס בית צדיקים אין מתיבתא? (כ'וועל שוין נישט דערמאנען וואס מ'האט אלץ געפונען דארט תשס''ה)
ווער איז געשטאנען גלייכגילטיג שמיני עצרת אין ביהמ''ד ווי נישט אים מיינט מען בכלל?
ווער האט געהייסן אז דער רב הצעיר טאר נישט אריינגיין רעדן צום ברודער פריוואט? (אחר החתימה על המכתב בליקוטי כר''ש)
וועמנס בחורים האבן געריפן פייערלעשער רעגלמעסיג, ואין פוצה פה ומצפצף? (אויסער הררח''ד בלום כידוע)
ווער האט געשטערט און אויסגעלאשן וועכנטליך די לעקטער ביים ליל רביעי שיעור, אהן קיין שום מחאה כל שהוא?
ווער האט געהייסן רופען סטראשן מענטשן תשס''ד-ס''ה חלילה נישט געבן סידור קידושין פארן רב הצעיר?
ווער האט מבטל געוועהן דעם דינסטאג נאכט שיעור אין ישיבת כרם שלמה תשס''ב?
ווער האט געהייסן אויפהערן פארקויפן חתן תורה אין ביהמ''ד הגדול און עס גענומען פאר זיך?
ווער האט געכאפט בתקיפות א תקיעת שופר און געברענגט העכער טויזנט אידן צו געלעכטער אום ראש השנה?
וועמען איז געגאנגן בנפשו צו מבטל זיין א פשוט'ע דברי חיים שיעור אין לונדון?
ווער האט צוגענומען מיט כח דעם פעטער'ס פלאץ אויבנאן פורים תשס''ד?
ווער האט מיט כעס ארויסמארשירט פון מתיבתא ר''ח חשון תשע''ב ווייל רנר''צ האט איבערגענומען הררי''י ה''ש שיעור?
ווער האט געזען ווי מ'רייסט אראפ א פשוט'ע אומשילדיגע שטריימל הוק פון די וואנט?!
ווער האט נישט געלאזט זאגן קיין דרשה ביי א הכנסת ס''ת ווייל דער שווער לאזט נישט?
ועל כולם ווער איז דער אני שלום וועלכער קען נישט פארדייען דעם פלוני אתה חייב?

moshe613 » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 3:32 pm

· #223647
מאך די ליסטע קורץ. רב"ץ פרובירט צו פירן רעביסטיווע ווייל זיין ברידער איז קראנק, אין די חסידים באקומען א שנאה צו איהם, די רעשט איז היסטארי.

איטשע » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 3:39 pm

· #223650
ער האט גארנישט געפירט מער ווי זיינע נעפיוס

חסיד » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 9:39 am

· #223787
moshe613
מאך די ליסטע קורץ. רב"ץ פרובירט צו פירן רעביסטיווע ווייל זיין ברידער איז קראנק, אין די חסידים באקומען א שנאה צו איהם, די רעשט איז היסטארי.

געשאסן א לאטקע און האפט עס וועט קלעבן.
כידוע אז מהרב''צ האט נישט געטוען די מינדענסטע וואס מ'זאל קענען אפילו קלערן רביסטיווע, פארשטייט זיך
אויב האט ער אנגענומען סידור קידושין שילהי תשס''ד אנשטאט שיעלע איז דאס א פאברעך!
אויב ער זאגט א דברי חיים שיעור איז א פאברעך!
ער לייגט תפילין פאר זיין זוהן, רביסטיווע!
ער מאכט חתונה א קינד, רביסטיווע!
ער פארט קיין אר''י צו דוד רוט, רביסטיווע!
ער זאגט א שיעור אין מתיבתא, רביסטיווע!
ער זאגט א דרשה פאר ר''ח אב אין סילווערפאנד, רביסטיווע!
ער קען די באבוב'ער נוסח מוסף ראש השנה, און דאווענט מתיקות'דיג, רביסטיווע!
ער קען בלאזן שופר, רביסטיווע!
וכהנה רבות
נקודה. דער עולם איז אין די יארן געוועהן הונגעריג לשמוע בקול דברו, צו הערן אביסל פון מהר''ש'ס תורה וענינים און געקומען אין די מאסן הערן זיינע שיעורים, און די שונאים האבן געפלאצט, און פלאצן נאך עד היום, ידידי היקר על זה נאמר 'יצאו עיניכם', האסט געהאט אלע ברירות צו קוטשען די צוויי איידימער צו זאגן שיינע דרשות און אויב דער עולם וועט זיין אינטרעסירט וואלט ער אויך געהאט אן עולם, נאר וואס דען דער באבוב'ער עולם איז געוועהן קנאפ אינטרעסירט אין נוסח סאסרעגן אין קריאת המגילה (בשלשה ועשרים יום בו!!!) און די אומפארגעסליכע דאמברוב'ע תקיעות, שרייט מען 'ער פראוועט רבי'סטיווע! כ'פארשטיי מ'וועט ארויסנאגן מעשות פון פינגער דער בלינדער האט געזען ווי דער הונקעדיגער איז געגאנגן וכו' און בח''ג האט געזאגט אז ער האט אליין געהערט (ווער פארגעסט דען זיין קלארע איבערטייטשונג פון מוציו''ט אויפן פארטש...) און מ'קימט מיט די מעגא-טענה רבי'סטיווע, די איידימער האבן גאמאכט שירות ותשבחות א האלב יאר (ניסן ס''ד-סוכות ס''ה), אבער דער ברודער אחת דתו-רביסטיווע!
זיסער קינד, איי פיל יאר פעין, אבער זיין איינציגער פאברעך איז געוועהן אז דער עולם האט געוואלט הערן זיינע ווערטער!

גאלד » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 2:27 pm

· #224048
מארקוס
גאלד

האלא! ווען דער פסק קומט ווען ארויס נאך א נארמאלע צייט, א יאר צו וויפיל, וואלט דאך קיינער נישט געדארפט זאגן פאר קיינעם אז ער איז נישט באבוב, ס'וואלט זיך לכתחלה אזוי איינגעפעדעמט ושלום על ישראל...



דאס הייסט אז די ביסט מודה, אויב דער פסק קומט ווען ארויס א יאר שםעטער, איז א גוטע פסק.
נאר וואס, ס'איז א דורך 9 יאהר.
ווי ווייט איך געדענק האט זיך די תורה נישט געטוישט אין די לעצטע ניין יאהר, איז פארוואס פארשטייסטו אז דער פסק מוז זיך יא טוישן.


ניין, ווייל נאך 9 יאר איז שוין א אנדערע מציאות, ס'שוין נישט די זעלבע שאלה וואס איז געווען 9 יאר צוריק, און ס'אלעס די בי"ד שולד אז זיי האבן נישט אפגעשטעלט די צירקוס בעוד מועד,

טראכט אריין, וואס ברויך א פרעמדער וואס האט היינט א תביעה איבער א רבנות קלערן, וואס, איך גיי גיין צו די"ת ווי א איד, און אין 9 יאר ארום גייט ער באקומען זיין פסק?
האט דאס א טראפ שכל צו ראשינאל?

מארקוס » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 9:19 am

· #224240
הער מיך אויס צדיק'ל.
אין די 9 יאר האט בי"ד גע'פסק'נט "10" דין תורה'ס, רעכן אראפ די לעצטע 2 יאר וואס דער פסק ליגט שוין גרייט. בלייבט א 3/4 יאר פער דין תורה.
דאס איז שנעל!
שטעל דיך פאר ענק, מאכ'ן זיך נישט נאריש, מיט'ן נאכמאכן די באסעס, ענק נעמען די פשרה פון די קעמפ'ס, פארפירן נישט וועגן די ביה"ח, קומען גלייך אויפפיקן די פסק, וואלטן ענק שוין געהאלטן 8 יאר נאכ'ן פסק!
דעריבער הער אויף צו זינגען "9 יאר". - ס'האט טעכניש גענומען בלויז איין 3/4 יאר....

איינער ואס האט תביעה אויף רבנות, וואלט איך עם געראטן אזוי:
נישט לויפן אין קוירט שלא ברשות בי"ד.
נישט זיך נאריש מאכ'ן, און גורם זיין 9 אומוויכטיג פסקי די זמני וחלקי.
ווען דער פסק איז גרייט, זאל ער עס תיכף גיין אפנעמען.

לפי דער חשבון פון די באבובער די"ת, דארף די גאנצע די"ת ישט נעמען מער פון א 3/4 יאר.

טאנער האבן זיך ענקערע קארפן קעפ איינגערעדט, אז נאך 9 יאר,וועט בי"ד נתפעל ווערן פון די גאס, און מען וועט שוין נישט קענען צו נעמען די נאמען באבוב פון ענק. שטעלט זיך ארויס, אז די דיינים זענען נישט נתפעל געווארן דערפון.

דעריבער איינער וואס האט א תביעה לגבי דער נאמען - זאל ער וויסן אז ציען דער די"ת פאר 9 וועט עם העלפן ווי אויף א טויטן באנקעס.

חוץ אויב ער וועט נעמען ר' יהושע רובין, פסח מיללער, און ברוך חנה גרינפעלד פאר דיינים.

חסיד » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 9:21 am

· #224241
גאלד
מארקוס
גאלד

האלא! ווען דער פסק קומט ווען ארויס נאך א נארמאלע צייט, א יאר צו וויפיל, וואלט דאך קיינער נישט געדארפט זאגן פאר קיינעם אז ער איז נישט באבוב, ס'וואלט זיך לכתחלה אזוי איינגעפעדעמט ושלום על ישראל...



דאס הייסט אז די ביסט מודה, אויב דער פסק קומט ווען ארויס א יאר שםעטער, איז א גוטע פסק.
נאר וואס, ס'איז א דורך 9 יאהר.
ווי ווייט איך געדענק האט זיך די תורה נישט געטוישט אין די לעצטע ניין יאהר, איז פארוואס פארשטייסטו אז דער פסק מוז זיך יא טוישן.


ניין, ווייל נאך 9 יאר איז שוין א אנדערע מציאות, ס'שוין נישט די זעלבע שאלה וואס איז געווען 9 יאר צוריק, און ס'אלעס די בי"ד שולד אז זיי האבן נישט אפגעשטעלט די צירקוס בעוד מועד,

טראכט אריין, וואס ברויך א פרעמדער וואס האט היינט א תביעה איבער א רבנות קלערן, וואס, איך גיי גיין צו די"ת ווי א איד, און אין 9 יאר ארום גייט ער באקומען זיין פסק?
האט דאס א טראפ שכל צו ראשינאל?


'א פרעמדער וואס האט היינט א תביעה' מוז נישט נעמען א בית דין של חמש וואס יעדער איינס פון זיי איז פון די פארנימנסטע רבנים אויף דער וועלט, בפרט ווען איינער פון די רבנים איז געוועהן פון אויסלאנד און האט געקענט קומען מאקסימום איין מאל אין פיר וואכן! נאר וואס דען מ'שרייט אזוי וועגן דעם עינוי הדין צו פארשווארצן דעם נאמען פונעם בי''ד צו פארענטפערן פארוואס דער פארלירער קלערט פון פייפן על ד' ותורותו, דאס איז חוץ פון די פאקט אז א פשוט'ע די''ת זיכט מען צו ענדיגן משא''כ דא זענען די צדדים געוועהן זייער רואיג צו שלעפן און זאגן כל טענה וטינה דאית בעלמא הדין!

גאלד » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:08 pm

· #224370
אגוטן פורים! ס'גרינג צו זאגן פאר יענעם גיי נישט און קארט, ווען דו זיצט זיך באקוועם אינעווייניג מיט די הילף פון די משטרה, און יענער איז אויפן גאס אנע דאך איבערן קאפ, איר האט נישט די מאראלישע קרידענשלס צו קאמפלעינען אז דער אנדערער צד איז געגאנגען אין קארט,

דערמאנט מיך פון די קאראפטירטע זאליס, האבן אויך פארפירט "ערכאות!" נאכן זיך אויסלאכן פון די"ת, אויסגעטראפן די פארשימלטע "תהולכי הקהלה" תירוץ, די ארונים זענען נאקעט אויפן גאס בלי משען ומשענה, האבן זיי נאך די העזה צו פארפירן "ערכאות!" אבער אין אנדערע מקומות ווי זיי זיצן אינדרויסן, למשל ב"פ אין קרית יואל, זענען זיי געלאפן מיט א חשק אין געריכט און נאך גע'כשרט מיט א "רבי ז"ל" באבע מעשה, און א היתר (צו א מצוה) פון ר' אברהם לייטנער,

ענוי וועי- דער באבובער סיכסוך איז לעולם א ריב לא לו, איך פארגין ר' בן-ציון'ען כל הכבוד, און דער אמת איז איך טראכט אריין פאליטיש פון א סאטמארע פרעספעקטיוו, בין איך זייער ציפרידן פון דעם פסק, ווייל איך בין עס אביסל מדמה צו די מהלך המחשבה וואס די גאס האט געהאט צו די 2 סאטמארע רבי'ס, ווייל אויפן גאס איז מער אנגענומען אז רמ"ד איז דער מער געלונגענער, און רב"צ מהיכי תיתי, נישט אז איך זאג עס, איך האב באמת גארנישט קעגן זיי קיינער, איך קען זיי נישט, אבער די פאקט איז דאס איז דער מדובר אויפן גאס, ממילא פאר דעם האט דער פרעמדער מער סימפאטיע צו רמ"ד,
כן הדבר אין סאטמאר, האט דעמאלטס בשעתו די גאס געהאט מער סימפאטיע צו רז"ל, ר' אהרן האט געהייסן דער טעראריסט, דער וואס האט רעפרעזענטירט סטעטוס-קווא, און רז"ל האט רעפרעזענטירט נועם המידות, אהבה מוסתרת, ס'קומט נייע צייטן, יעצט אפשר סאונד עס מאדנע, אבער דאס איז דעמאלטס געווען וואס מ'האט איינגערעדט די גאס, אבער ע"פ שורת הדין האט רז"ל געהאט קיין שום ביזנעס צו קלעימען סאטמאר, נישט די נאמען נישט די נכסים, גארנישט, און די זאליס האבן עס גוט געוויסט, והא ראי' ווי נאר מ'האט זיי גערופן צו בי"ד האבן זיי פארפירט אז דער רבי האט דאס לעצטע ווארט און קיין שום פרעמדע בי"ד קען נישט גיין קעגן די רבי, איי פארוואס זאל א ערליכע יושר'דיגע בי"ד דען נישט פארשטיין אז דער רבי איז בעה"ב, נאר די פשט איז אז ווען זיי זאגן אז דער רבי איז בעה"ב מיינט דאס די "דע-פאקטא" רבי, דהיינו משה גבאי, אז נאר ער ווייסט וואס דער רבי וויל, אבער וויזוי קען מען דעם זאגן אז א פאלנער בעה"ב איז דער רבי, פארדעם קומט טאקע די "תהולכי הקהלה" המצאה ציניץ, אז דער רעיון קען נאר א סאטמארער פארשטיין, אבער דער צד השוה איז אז די זאליס האבן ארויסגעוויזן אז ביי א נארמאלע די"ת ווי באבוב זענען זיי פארלירער, נאר היות א נארמאלע די"ת פארשטייט נישט די טיפזיניגע "תהלוכי הקהלה" זענען זיי אימיונד פון צו גיין צו די"ת,
איי וועט איר פרעגן וואס קיי איך דא איבער אויסגעקייטע שטרוי, וואס גיי איך דען געינען דערפון, די ארונים גייען דען באקומען ראדני? וועל איך אייך ענטפערן, ניין די ארונים גייען שוין ע"פ דרך הטבע גארנישט צוריק באקומען אין וומ"ב, אבער איך בין אביסל א מאדנער מענטש, אז איך פיל מיך גוט, מיין טאג גייט מיר בעסער, איך שלאף בעסער ביינאכט, ווען איך איבערצייג מיך אין מיין געוויסן אז איך בין אויף די גערעכטע זייט, ס'רופט זיך ווינדיקעשן, טראץ וואס בפועל באקום איך גארנישט,

חסיד » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 9:34 am

· #233480
נו, יעצט קען מהרמ''ד ארויסנעמען דעם בילד און....
בלאט: 1 2 3 4