☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » האלא! יא, דו דארט מיט די רבינו תם'ס!

האלא! יא, דו דארט מיט די רבינו תם'ס!

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7020

רויטע וואנצעס » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:35 am

· #218427
האלא! יא, דו דארט מיט די רבינו תם'ס!
האלא! יא, דו דארט מיט די רבינו תם'ס! טו דיר אן די נאסע זאקן, פארמאך די ר"ת שפאלט, און הער וואס איך זאג דיר.

די קאפ איז צווישן די אקסלן, נישט צווישן די פיס.

די נושא פון ליגן אין שמוץ איז שוין א אויסגעדראשענע, ס'שטאמט נאך פון די שטיקעגע ישיבה קטנה שיעור א' ציממער בעובי השובבי"ם. די מגי"ש האט געלאזט פאלן טרערן אויף זיינע חטאים, און אונז דעשראקן איבער אונזערע. די שובבי"ם תורות פון די רבי זיליינו מיט די קליינע סענסער סטריט אותיות, ליגן שוין אין שמות. מיר זענען שוין אלע גרויסע טאטעס, אבער קליינע קינדער ווען ס'קומט צו הרהורים. מ'האט אונז אויפגעצויגן (ערשטע מאל איך האק אויפן סיסטעם, איך האב נאך צוויי סטרייקס) זייער אומגעזונט צו דעם נושא. אמאל מיט גילט, אמאל מיט פעטש, אמאל מיט פחד, און אמאל מיט מוסר. אלעס צו אינטער דריקן די נאטורליכע באשאף פון דעם מענטש.

מיין פוינט איז אז מ'קען זיין אפגעהיטן אויף א געזונטע וועג אויך. ווען א מענטש האט שלעכטע מחשבות מאכט עס אים נאכנישט שלעכט ווי די משגיח זאגט.

שלעכטע מחשבות איז די טבע האדם, ס'איז 100% נארמאל. די פראגע איז נאר ווי אזוי מען ריספאנד צו דעם.

די תורה זאגט ולא תתרו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם. תתרו מיינט ווי טייל ראשונים זאגן, לשם הנאה. די זעלבע גייט אויך ארויף אויף אחרי לבבכם, די איסור פון א שלעכטע הרהור איז נישט אז מ'האט געטראכט, די איסור איז אויב מ'טראכט אריין טיפער, אויף צו ברענגן מער תאוה און הנאה.

ממילא, א בחור וואס הערט זיך אן מיט כל מיני דעות כוזבות אויף הרהורים, און וואספארא חוטא ער איז פאר'ן האבן שלעכטע הרהורים, איז חרוב. די מינוט דער בחור האט א שלעכטע מחשבה, האלט ער זיך שוין פאר א בעל עבירה, ממילא האט ער נישט די כח אוועקצוגיין פון דעם, ער איז שוין ממילא דורכגעפאלן. ווען א מענטש ווייסט אבער אז די הרהור איז נארמאל ווערט ער נישט געקלאפט, נאר ער זעהט א געלעגענהייט מקיים צו זיין די מצוה פון ולא תתרו, און נישט ווייטער אריינטראכטן. ווייל די מצוה קען מען נאר מקיים זיין אויב מ'האט א הירהור און מ'טראכט נישט טיפער.

הוגה האט דא הערליך שיין באשריבן די עצה פון היסח הדעת ביים האבן שלעכטע מחשבות. דאס ארבייט צוזאמען מיט די נקודה דא, אז די מחשבה אליינס איז נישט קיין עולה. די עולה איז, נישט מסיח דעת זיין. די עבירה איז, ווייטער טראכטן. לפי דעם קען מען זאגן אזוי פשט אין פסוק, ולא תתרו - דו זאלסט נישט אריינטראכטן, אחרי לבבכם - אין די נאטורליכע מחשבות וואס א מענטש האט, ווייל אשר זונים אחריהם – ווייל אויב דו וועסט בלייבן ליגן אין די שמוץ, וועסטו קומען לידי עבירה. די עצה: זיי מסיח פון דעם הרהור.

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:48 am

· #218429
תניא פרק כ"ח:

ואפילו אם נופלים לו הרהורי תאוות ושאר מחשבות זרות בשעת העבודה בתורה או בתפלה בכוונה, אל ישית לב אליהן אלא יסיח דעתו מהן כרגע. וגם אל יהי שוטה לעסוק בהעלאת המדות של המחשבה זרה כנודע כי לא נאמרו דברים ההם אלא לצדיקים שאין נופלים להם מחשבות זרות שלהם כ"א משל אחרים. אבל מי שנופל לו משלו מבחי' הרע שבלבו בחלל השמאלי, איך יעלהו למעלה והוא עצמו מקושר למטה:

אך אעפ"כ אל יפול לבו בקרבו להיות מזה עצב נבזה בשעת העבודה שצריך להיות בשמחה רבה, אלא אדרבה יתחזק יותר ויוסיף אומץ בכל כחו בכוונת התפלה בחדוה ושמחה יתירה, בשומו אל לבו כי נפילת המחשבה זרה היא מהקליפה שבחלל השמאלי העושה מלחמה בבינוני עם נפש אלהית שבו. ונודע דרך הנלחמים וכן הנאבקים יחד כשאחד מתגבר אזי השני מתאמץ להתגבר ג"כ בכל מאמצי כחו. ולכן כשנפש האלהית מתאמצת ומתגברת להתפלל, אזי גם הקליפה מתגברת כנגדה לבלבלה ולהפילה במחשב' זרה שלה.

ולא כטעות העולם שטועים להוכיח מנפילת המחשבה זרה מכלל שאין תפלתם כלום, שאילו התפלל כראוי ונכון לא היו נופלים לו מחשבות זרות. והאמת היה כדבריהם אם היתה נפש אחת לבדה, היא המתפללת והיא המחשבת ומהרהרת המחשבות זרות. אבל באמת לאמיתו הן שתי נפשות הנלחמו' זו עם זו במוחו של אדם, כל אחת חפצה ורצונה למשול בו ולהיות המוח ממולא ממנה לבדה. וכל הרהורי תורה ויראת שמים מנפש האלהית, וכל מילי דעלמא מנפש הבהמית רק שהאלהית מלובשת בה.

והוא כמשל אדם המתפלל בכוונ' ועומד לנגדו עו"ג רשע ומשיח ומדבר עמו כדי לבלבלו, שזאת עצתו בודאי שלא להשיב לו מטוב ועד רע, ולעשות עצמו כחרש לא ישמע ולקיים מה שכתו' אל תען כסיל באולתו פן תשוה לו גם אתה, כך אל ישיב מאומה ושום טענה ומענה נגד המחשבה זרה, כי המתאבק עם מנוול מתנוול ג"כ, רק יעשה עצמו כלא יודע ולא שומע ההרהורי' שנפלו לו ויסירם מדעתו ויוסיף אומץ בכח כוונתו, ואם יקשה לו להסירם מדעתו מפני שטורדים דעתו מאד בחזקה אזי ישפיל נפשו לה' ויתחנן לו ית' במחשבתו לרחם עליו ברחמיו המרובים כרחם אב על בנים הנמשכים ממוחו וככה ירחם ה' על נפשו הנמשכת מאתו ית' להצילה ממים הזדונים ולמענו יעשה כי חלק ה' ממש עמו.

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:55 am

· #218432
רויטע. אלעס פארשטיי איך אויסער דעם ערשטן פאראגראף. מה פשט?

יין שרף » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:59 am

· #218435
וכן הוא פשוט ווי אזוי מען האט אונז אויסגעלערנט (ניין נישט און א סאטמארע חדר אדער ענווירעמענט) אז פונקט אזוי ווי ביי א ראיה אסורה. איז די בליק אליין נישט אסור נאר הסתכלות יתירה (כן הוא ברוב ראשונים) אזוי אויך איז מיט א נישט ריינע מחשבה, איז די מחשבה אליין נישט קיין עבירה נאר אויב מען איז זיך מתעמק דעראין. פונקט ווי די לא תתרו אחר עיניכם מיינט א הסתכלות יתירה און נישט א ראיה בעלמא די זעלבע איז מיט די אחרי לבבכם.

רויטע וואנצעס » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:00 am

· #218436
שמעקעדיג
רויטע. אלעס פארשטיי איך אויסער דעם ערשטן פאראגראף. מה פשט?


לכתחילה האב איך עס געשריבן זייער מאחורי'דיג, עפעס איז איבערגעבליבן... די ר"ת שפאלט איז אפן פאר א סיבה, און די זאקן זענען נאס פאר א סיבה. די מסבב פון די סיבה איז זיינע שלעכטע הירהורים. איך האף ס'איז די בזה.

יין שרף » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:06 am

· #218437
איך וועל מיר טרויען צו זאגען אביסל א קאנרעווערסיאלע סטעיטמענט, און ווער עס וויל קען זיך קריגען.
נאר אין די חדרים וואס מען איז געווען ביזי מיט קדושה און פגם הברית, איז דאס געווען די עיקר פראבלעם ברוחניות. סיי אלץ ראשון לחשבון עונות דכיון דאדחי אדחי (יאוש בלע"ז) און סיי אלץ המתחיל במצוה אומרים לו גמור, מתחיל בזה עד שאומר לו לך עבוד ע"ז.
ובזה אסיים און איך פלאן נישט מער מרחיב זיין בזה.

מבקר » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:42 am

· #218442
יין שרף
איך וועל מיר טרויען צו זאגען אביסל א קאנרעווערסיאלע סטעיטמענט, און ווער עס וויל קען זיך קריגען.
נאר אין די חדרים וואס מען איז געווען ביזי מיט קדושה און פגם הברית, איז דאס געווען די עיקר פראבלעם ברוחניות. סיי אלץ ראשון לחשבון עונות דכיון דאדחי אדחי (יאוש בלע"ז) און סיי אלץ המתחיל במצוה אומרים לו גמור, מתחיל בזה עד שאומר לו לך עבוד ע"ז.
ובזה אסיים און איך פלאן נישט מער מרחיב זיין בזה.

לויט ווי איך פארשטיי מיינסטו דא 'חדרים' חסידות'ן?? ווי לדוגמא ברסלב???