☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ווען צניעות/קדושה ברענגט פארקערטע רעזולטאטן

ווען צניעות/קדושה ברענגט פארקערטע רעזולטאטן

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6862

הוגה » זונטאג יולי 27, 2014 2:38 pm

· #213927
ווען צניעות/קדושה ברענגט פארקערטע רעזולטאטן
די בעש"ט זאגט אז די עצה ניצול צו ווערן פון ניסיונות, הרהורים וכדומה, איז אז מען זאל מסיח דעת זיין דערפון. די זעלבע זאגט ער אז מ'זאל טון נאך דעם וואס מען איז דורכגעפאלן מיט אן עבירה. וואס איז פשט אין דעם? וואס האט דער בעש"ט געמיינט מיטן הייסן מסיח דעת זיין? איז דאס א סגולה אדער א פראקטישע עצה?

עס איז גאנץ פשוט. נעם א בחור אדער א יונגערמאן, לאמיר אים רופן יענקל, וואס האט OCD אויף הרהורים, קישוי וכדומה, אויב זאגסטו אים אז ער דארף זיין גאר שטארק אפגעהיטן פון זעהן א יעדע סארט פרוי אדער עפעס בדומה צו א פרוי, ווייל דאס וועט אים ברענגן לידי עבירה. דער בחור גייט שפעטער אין גאס און בטעות זעהט ער פאר איין רגע אן אכציג יעריגע באבע, ווערט ער באלד אויפגעשוידערט. אוי! כ'האב געזעהן א ראיה אסורה! און ער הייבט אן צו טראכטן, "האט עס מיר געברענגט צו קישוי אדער נישט?" פארשטייט זיך אז די מער ער טראכט דערפון די מער ער קישוי'ט אוועק. האט ער שוין א קלארע ראיה אז דו ביסט געווען גערעכט, א יעדע מינדעסטע ראיה ברענגט אים טאקע לידי עבירות חמורות מאוד.

ביינאכט ביי שמע קולנו איז ער זיך מתוודה אויף זיין עבירה, ער וויל דאך נישט גיין שלאפן אן תשובה. ווי נאר ער הייבט זיך אן מתוודה זיין אז ער איז דורך געפאלן מיט א ראיה און קישוי וכו' וכו', ער וויל דאך תשובה טון אויף א יעדע פרט קטן, דערמאנט ער זיך ווידער פון די באבע און פון וואס עס איז אים געשעהן, און אז מ'טראכט געשעהט.

די נעקסטע אינדערפרי ווען ער גייט ארויס אויפן גאס, שטעלט ער זיך אפ ביים מזוזה און ער זיך מקבל בקבלה גמורה אז היינט וועט ער עומד זיין על המשמר, ער וועט נישט דורכפאלן אפילו איין מאל. ער וועט זיך היטן פון קוקן אפילו אויף פארפרומטע פרויען וואס זענען גאר צניעות'דיג אנגעטון, אפילו אויף באבעס וועט ער נישט קוקען.

ער דערמאנט זיך ווי דאס האט זיך אויסגעשפילט דאס לעצטע מאל. ער דערמאנט זיך ווי ער וואקט אין די גאס און ער קוקט אראפ, ער הערט פון דערווייטענס דאס קלאפן פון פרויען שיך, עס נייגערט אים צו זעהן דאס פרוי אבער ער האלט זיך איין און אנשטאט דעם בייגט ער מער אראפ די קאפ צום ערד און צום פארקערטע ריכטונג פון די פרוי. אבער נאר דאס שיך קלאפעריי שפילט שוין שטארק אין זיינע דמיונות, ער קען זיך פארשטעלן דאס קלייד פונעם פרוי. ער קען פון די קול פון די קלאפעריי אליינס שוין וויסן אז דא רעדט מען נישט פון א מאדערנע פרוי, נאר פון אזא חסידישע פענסי פרוי. דער פרוי גייט מן הסתם מיט א טונקעלע קאליר קלייד, דוקע שטרימפ, לכאורה מיט סיעמס. זי גייט מן הסתם מיט מעיקאפ אויפן פנים, די לענג פון די קלייד איז אזוי דזשאסט דזשאסט וכו׳. ער קען אויך זאגן פון די קול פון די שיך קלאפעריי אז דער פרוי איז מן הסתם א מיטל יעריגע פרוי, זי גייט נישט צו שנעל און נישט צו שטייט, זי איז נישט גאר דאר אבער אויך נישט גאר דיק, מן הסתם איז זי א פינף און פערציג יעריגע, מיט א בענד אויפן שייטל, נישט צו שלעכט אבער נישט מורא׳דיג. אזוי האט זיך אונזער טייערע בחור׳ל געפונען פארכאפט אין א נעץ פון אומריינע מחשבות, בשעת ווען ער שלאגט זיך, נישט ארויף צו קוקן, ווייל ער ווייסט אז איין בליק חלילה קען אים ברענגן שאדן פאר זיבעציג יאר. אבער ער קען בשום אופן נישט אפשטעלן די מחשבות. די מער וואס ער פרובירט ארויסצושטופען די מחשבות פון זיין קאפ, ווערן זיי נאר מער און מער עלאבירירט. מרוב יאוש גיבט ער זיך א הייב אויף דאס קאפ און גיבט א בליק אויף די פרוי בשעת זי גייט אים אדורך, און ער זעהט אז מען רעדט דא פון א נישטיגע אלטע אכציג יעריגע באבע. נו, וואס קען שוין זיין פון איין קליינע בליק אויף א באבעטשקע? אבער דא דערמאנט ער זיך אז מ׳האט אים אנגעזאגט אז אזא איינער ווי ער, וואס מוטשעט זיך אזוי שטארק, מוז זיך גענצליך צוריק האלטן פון אלעם, אפילו פון זעהן באבעס, ווייל אזא שוואכע נפש ווי אים וועט קומען לידי קישוי פון א יעדע לייניגקייט, אזוי שטארק איז זיין ייצר הרע. ער איז זיך מתבונן נאר פאר א רגע צו זעהן אויב דער קורצע ראיה האט טאקע געהאט אן השפעה אויף אים, און ווינדער איבער ווינדער....

אזוי איז זיין מחשבה געלאפן אין די פאר סעקונדעס בשעת ער האט געהאלטן זיין האנט אויף די מזוזה, גרייטנדיג זיך ארויסצוגיין אויפן גאס צו שחרית. און בשעת זיין מחשבה לויפט אזוי הונדערט מייל א שעה טרעפט ער זיך פלוצלינג אין די זעלבע לאך, שוין ווידער אדורך געפאלן. וכך חוזר חלילה טאג און נאכט אן אויפהער, ביז ער הייבט אויף די הענט און גיבט אויף.

דאס איז פונקט ווי ווען א חתן רבי זאגט פאר זיין תלמיד אז רוב חתנים קענען נישט פערפארמען בליל החתונה. ער זאגט אים אן אז ער זאל געדענקן צו קאנצעטרירן גוט ווייל אז נישט וועט עס נישט גיין. ביינאכט קומט די חתן אהיים און ער געדענקט אז ער מוז קאנצעטרירן ווייל אז נישט וועט עס נישט גיין. פארשטייט זיך אז די מער וואס ער קאנצעטרירט דערויף די מער נערוועז ער ווערט, די ווייניגער ס׳ארבייט, וממילא קאנצעטרירט ער נאך מער וכו׳ וכו׳.

די בעש״ט איז געווען א קלוגע איד און ער האט פארשטאנען וויאזוי דאס ארבייט. האט ער אונז געלערנט אז די איינציגסטע וועג פטור צו ווערן פון הרהורים און עבירות איז דורך נישט קאנצעטרירן דערויף. פארגעס פון הרהורים, פארגעס פון קישוי, מאך נישט קיין קבלות, ארבייט נישט שווער אוועק צו קוקען, פארגעס דערפון וזהו. גיי אן מיט דיין לעבן, דאווען, לערן, טאנץ, טו חסד, גיי ארבייטן און וואס וועט געשעהן וועט געשעהן. איי ער וועט דורכפאלן מיט א ראיה אדער ערגערס ח״ו? אבער טאמער ער וועט טראכטן דערפון וועט עס אנגיין מיט אימפעט אן אויפהער, וכמו שביארנו לעיל.

כלפי מה דברי אמורים? לעצטע וואך איז געווען נאך א סקולענער צניעות אסיפה אין לאנדאן. ביי די אסיפה האט מען אויסגעטיילט אן עקלדיגע ליסטע פון צניעות גיידליינס פאר פרויען, וואס זיי זאלן זיך אונטערנעמען אין אויסטויש פאר א קוויטל צום סקולענער רבי שליט״א. דער וואס האט געשריבן דער ליסטע מוז האבן א שמוציגע קאפ. איך בין ממש געווען שאקירט ווען איך האב געליינט דער צעטל. אויב מוז איך guess׳ן, וואלט איך געזאגט אז די קאמפיזיציע פון דעם צעטל איז צוגעגאנגן בערך אזוי.

א יונגערמאן, א גרויסע עובד אויף קדושה - בערך ווי אונזער הייליגע יענקל הנ״ל - האט זיך אוועק געזעצט און האט מחליט געווען איין מאל פאר אלעמאל פטור צו ווערן פון זיינע שווערע פלאגענישן און נסיונות. האט ער געמאכט א ליסטע פון אלעס וואס דערווארימט אים. ער דערמאנט זיך פון קלאפעדיגע שוך, ארויף אויף די ליסטע. טונקעלע קליידער ציט אים, אויך לעכטיגע, בלויע, געלע, גרינע און רויטע. לאנגע קליידער איז געפערליך, אויך קורצע. ער האט ליב די סטייל פון צוויי אינטשעס לענגער ווי די קני, אויך פיר, אויך זעקס און אויך אכט אינטשעס לענגער. אלעס ארויף אויף די ליסטע. ווען ער הערט א פרוי רעדן אויף די סעלפאון, אדער ווען זי רעדט סתם אזוי צו א פרוי אין די גאס, אויך א פרוי וואס אייז איידל און שטיל, אלעס ארויף אויף די ליסטע. א פרוי מיט א טישירט ציט אים שטארק, אפילו ווען עס איז איבערגעדעקט מיט א מאנטל, ארויף אויף די ליסטע. בקיצור, איר כאפט די נקודה, אזא ליסטע, דאס פארפאסן, דאס פארשפרייטן, דאס רעדן דערפון לאנגע דרשות און דאס מבקל זיין, אלעס איז די היפוך פון מסיח דעת זיין. דאס איז אריינשטעקן די קאפ אין שמוץ און פארשפרייטן שמוץ אין אונזערע געמיינדע השם ישמרנו. אוי האט יענער לץ ליידער גוט געזאגט. אזא צעטל איז softcore porn.



.
image.jpg

פליקער » זונטאג יולי 27, 2014 3:15 pm

· #213934
איין נקידה וויל איך צילייגן אויב איך מעיג @הוגה, אז דער זעלביגער אהסידי ביי די מזוזה, שטעלט זיך נישט אפ זיין מעשה, די מעשה ציט זיך ווייטער אביסל, דער זעלבער פריק ווערט אביסל עלטער, און דאן אביסל מער שעידליכער, ער בויט זיך אויס זיין שנאה צי לאדישען גענדער, און זיין מוח בויט זיך אויס דעים אויבן דערמאנטען ליסטע פון פירצות, יעדע פירצה איז ביי אים בדוק ומנאסע, ער ווייסט אלע ריזאלטאטן, ער ווערט א שונא צים גאנצען מענטשהייט, זיין בליט גייט אים און מוח ביי יעדע געלעיגענהייט, הייבט אן לייגן פאשקעווילן וועיגן די קראך היטן מיט קראך קליידער, ביז מיר זיצן דא און באשרייבן זיי, אלעס פארן נישט זיין אויף זאלאפט הינדערט מיליגראם.

געפילטע פיש » זונטאג יולי 27, 2014 5:16 pm

· #213964
וויאזוי האט זיך יענער אויסגעדרוקט? סקולען...


אוי הוגה, דו ווייסט נישט וואס דו האסט מיר אנגעווערטשאפט מיט דיין מיטל יעריגע לעידי, ס'איז חורבנות!

מבקר » זונטאג יולי 27, 2014 5:28 pm

· #213966
א בחור איז אמאל צוגעקומען צו ר' גד'ל אייזנער פון די גור'ע ישיבה, זיך אפרעדן אויף די אלע מחשבות זרות וואס ער האט געהאט אויפן וועג אין ישיבה, ווען ביי יעדע פארבייגייענדע פרוי האט עם ממש ארויסגנומען פון גלייכגעוויכט, פרעגט עם ר' גד'ל: וויפיל קעץ האסטו היינט געזעהן אויפן וועג אין ישיבה? די בחור הייבט אן צו לאכן, וואס הייסט איך האב נישט קיין אננונג, וואס האט עס מיט מיר, וואס אינטערעסירט מיך עס?. זאגט עם ר' גד'ל: דאס איז וואס איך האט דיך געוואלט לערנען, די אלע זאכן דארפסטו נישט, און טארסטו נישט, און זאלסטו נישט משים לב זיין, ווייל נאר ווען דו ביסט משים לב צו דעם קען עס דיך צוברענגן צו מחשבות רעות

קול דודי » זונטאג יולי 27, 2014 5:54 pm

· #213968
מבקר, אין דעם ר׳ גדל׳ן האט אויך געבאדערט אז די קעץ גייען נישט צנועות׳דיג, אדער האבן איהם נאר די נישט צנועות׳דיגע פרויען געבאדערט?

שמעקעדיג » זונטאג יולי 27, 2014 5:56 pm

· #213969
הוגה
א יונגערמאן, א גרויסע עובד אויף קדושה - בערך ווי אונזער הייליגע יענקל הנ"ל - האט זיך אוועק געזעצט און האט מחליט געווען איין מאל פאר אלעמאל פטור צו ווערן פון זיינע שווערע פלאגענישן און נסיונות. האט ער געמאכט א ליסטע פון אלעס וואס דערווארימט אים
.

מאן יימר אז דאס האט געטון א יונגערמאן. אפשר גאר א אשה 'צדקנית'?

הוגה » זונטאג יולי 27, 2014 5:58 pm

· #213972
עס איז די זעלבע זאך. דער פראיעקט defeats its purpose. עס קען נאר קאליע מאכן. און עס איז די פרי דמיון פון איינער וואס דארף הילף ווי אזוי מסיח דעת צו זיין.

.

איך אויך » זונטאג יולי 27, 2014 8:59 pm

· #214005
הוגה ,איך האב דאס מרמז געווען בקצרה כדרכי.
איך אויך
דעם מנוול נחמיה דארף מען געבן די גערע פילן ויפה שעה אחת קודם.

מבקר » זונטאג יולי 27, 2014 9:25 pm

· #214019
קול דודי
מבקר, אין דעם ר׳ גדל׳ן האט אויך געבאדערט אז די קעץ גייען נישט צנועות׳דיג, אדער האבן איהם נאר די נישט צנועות׳דיגע פרויען געבאדערט?

וואס פארשטייסטו נישט? פאר ר׳ גדל׳ן האט ביידע נישט געבאדערט. נ.ב. מסתמא האט ספעציעל אויסגעפעלט אזא מהלך, צוליב די גור'ע פרויען וד"ל.

petergrifin » זונטאג יולי 27, 2014 11:48 pm

· #214057
װאס הײסט זי זאל זיך מקבל זײן נישט צו גײן אזוי אינדערהײם האסט געפרעגט איר מאן? מנװל!

פארוואס? » זונטאג יולי 27, 2014 11:58 pm

· #214060
דער ריינע אמת, כ׳האב ביז היינט געהאלטן אז עס קען נישט זיין אז מענער זענען ביזי דערמיט, ביז איך האב מיר לעצטנס באקאנט געמאכט מיט איינעם, א בלויע קאפ בלע״ז.
און כ׳האב איינגעזעהן אז איך זעה נישט אלעס וואס יענער זעהט.
ווען ער גייט אין וואלמארט, קען ער זיך נישט קאנצעטרירן אין גארנישט… ער איז נאר ביזי מיט די קאקי חיוורי.

petergrifin » מאנטאג יולי 28, 2014 12:34 am

· #214069
א בלויע קאפ בלע״ז

blue collar?

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 28, 2014 1:05 am

· #214079
[quote="wikipedia"]
ו"ראש כחול" הוא כינוי לאדם שמחשבות זימה מעסיקות אותו.
[/quote]

ברסלבער » מאנטאג יולי 28, 2014 3:33 pm

· #214211
הוגה, זייער גוט ארויסגעברענגט.

רבי נחמן ברענגט אז דער בעש"ט האט אמאל אנגעצינדען א ציגארעטל פון א חלב ליכט און עס האט אים נישט אויפגעהערט צו פייניגן די מחשבות אז ער איז נכשל געווארן באיסור חלב, ביז ער האט געשוואוירן אז ער וועט שוין זייין גאנץ לעבן אנצינדען א לולקע נאר פון א חלב ליכט... רבי נחמן האט דאס געזאגט פאר איינעם וואס האט זיך אפגערעדט אז ער קען נישט דאווענען ווייל ווען ער דאווענט פילט ער ווי א גוי שטייט קעגן איבער אים מיט א צלם אויפן הארץ, און וויפיל ער פרובירט זיך אוועקצורייסן פון די מחשבה קען ער נישט מסיח דעת זיין דערפון. האט אים רבי נחמן געזאגט אז ער זאל לאזן דעם גוי שטיין דארט און אזוי דאווענען...
און די זעלבע איז ביי אלע אזעלכע מחשבה פראבלעמען, ווי מער מען קריגט זיך מיט זיי ווערן זיי נאר שטערקער.

די רשימה דערמאנט אויך פונעם חתן וואס האט נישט געוואוסט וואס דער שדכן וויל פון אים "האסט מיר דאך נישט אנגעזאגט נישט אריינצולייגן די הענט דורכ'ן וויין פלאש ביים געבן מזל טוב פארן מחותן?"... מיטן געבן אזעלכע פונטקליכע אינסטראקשענס אויף צניעות, איז א באווייז אז מען ווייסט בכלל נישט וואס צניעות איז.

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 28, 2014 5:11 pm

· #214227
petergrifin
א בלויע קאפ בלע״ז

blue collar?

פיטער גריפפין: ניין. בעברית, ר"ל. "ראש כחול". כ'האב געזאגט ר"ל אויף עברית.... 😂 😂 😂 😂 🙄 🙄 😳 😉 😮

פוןדעסטוועגןדאך » מאנטאג יולי 28, 2014 11:40 pm

· #214309
ברסלבער היקר,
קענט איר אזוי גוט זיין ביטע, און אנצייכענען אוואו ר' נחמן דערציילט די מעשה פון בעל שם טוב און די חלב לעכט?
א דאנק פון פראנאויס

גוטע פינטעלך » דינסטאג יולי 29, 2014 1:58 am

· #214324
מענין לענין, האב איך אמאל געזען אין ספר "ונכתב בספר" פון ר' יעקב מאיר שעכטר שליט"א, אז עס איז געקומען צו אים א בחור מיט ocd לגבי קריאת שמע על המטה, ער האט געליינט און איבער געליינט וכו' וכו', האט אם רי"מ געהייסען אז ער זאל בכלל נישט ליינען קרי"ש (שעל המטה) פאר א שטיק צייט, און דער בחור מיט זיין טאטע זענען געגאנגען צו ר' מאיר בראנסדאפער ז"ל און אים פארציילט וואס רי"מ האט געהייסען, האט ר' מאיר זיי געזאגט אז מען טאר נישט פאלגען רי"מ, הלמאי ער הייסט דאך עובר זיין אויף א הלכה מפורשת, זענען זיי צוריקגעקומען צו רי"מ און אים פארציילט די פסק פון ר' מאיר בראנסדארפער, האט ער אנגעקלונגען ר' מאיר און אים געזאגט: "אז קען זיין אז הלכות קען ער בעסער אבער תורת הנפש קען ער בעסער", און ער האלט אז כדי דער בחור זאל נאך קענען אמאל ליינען נארמאל קרי"ש פעלט זיך יעצט אויס אז ער זאל אינגאנצען נישט ליינען קיין קרי"ש ביז דער שיגעון וועט פארגעסען ווערען פין עם, וכך הווה, און נאך א פאר חדשים האט ער צוריק אנגעהויבען צו ליינען קרי"ש אבער נארמאל.

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 29, 2014 12:17 pm

· #214373
גוטע פינטעלך
מענין לענין, האב איך אמאל געזען אין ספר "ונכתב בספר" פון ר' יעקב מאיר שעכטר שליט"א, אז עס איז געקומען צו אים א בחור מיט ocd לגבי קריאת שמע על המטה, ער האט געליינט און איבער געליינט וכו' וכו', האט אם רי"מ געהייסען אז ער זאל בכלל נישט ליינען קרי"ש (שעל המטה) פאר א שטיק צייט, און דער בחור מיט זיין טאטע זענען געגאנגען צו ר' מאיר בראנסדאפער ז"ל און אים פארציילט וואס רי"מ האט געהייסען, האט ר' מאיר זיי געזאגט אז מען טאר נישט פאלגען רי"מ, הלמאי ער הייסט דאך עובר זיין אויף א הלכה מפורשת, זענען זיי צוריקגעקומען צו רי"מ און אים פארציילט די פסק פון ר' מאיר בראנסדארפער, האט ער אנגעקלונגען ר' מאיר און אים געזאגט: "אז קען זיין אז הלכות קען ער בעסער אבער תורת הנפש קען ער בעסער", און ער האלט אז כדי דער בחור זאל נאך קענען אמאל ליינען נארמאל קרי"ש פעלט זיך יעצט אויס אז ער זאל אינגאנצען נישט ליינען קיין קרי"ש ביז דער שיגעון וועט פארגעסען ווערען פין עם, וכך הווה, און נאך א פאר חדשים האט ער צוריק אנגעהויבען צו ליינען קרי"ש אבער נארמאל.

די מעשה איז זייער שטארק אינטרעסאנט ווייל ר' מאיר בראנסדארפער ז"ל, כאטש ער האט געהאט א שווערע יוגנט, און זיך געוואלגערט אין פארשידענע קאטוילישע מאנאסטעריעס דורכאויס די צווייטע וועלט מלחמה, האט איהם דאס לעיבן גארנישט אויסגעלערנט. איך האב שוין געהערט פון אנדערע מקורות, אז ער האט זייער שטארק מחמיר געווען מיט זיינע פסקים. נישט רעכענענדיג זיך מיט די אומשטענדן און מצבים פון די שואלים. נאר אייביג געפסק'נט שמאל לחומרא. לעומת הרה"צ ר' יעקב מאיר שכטר שליט"א האט אדורכגעמאכט שווערע מצבים אין זיין לעיבן און ער האט זיך בעז"ה גובר געוועין אויף זיי. ממילא האט ער א סאך פראקטישע מהלכים אין לעיבן. חוץ די סיגופים וואס ער גייט אדורך, נישט לאזן פאלן פון זיין לימוד והתמדת התורה. און אלעס באנפין נהירין.
נ.ב: ווער ס'פארשטייט נישט קען איך עס איבערשרייבן אויף אונגאריש. אדער ספאניש... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

בשבילי! » דינסטאג יולי 29, 2014 1:39 pm

· #214393
ספאניש ביטע...

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 29, 2014 2:10 pm

· #214397
בשבילי!
ספאניש ביטע...

Yo no estoy seguro si usted habla la idioma...!!! 😕 😂 😂 😂 🙄 😠 😳 😮

ברסלבער » דינסטאג יולי 29, 2014 4:21 pm

· #214418
פוןדעסטוועגןדאך
ברסלבער היקר,
קענט איר אזוי גוט זיין ביטע, און אנצייכענען אוואו ר' נחמן דערציילט די מעשה פון בעל שם טוב און די חלב לעכט?
א דאנק פון פראנאויס

איך האב עס געשריבן פון זכרון, יעצט האב איך עס נאכגעקוקט און עס שטייט א משהו אנדערש, אבער די נקודות זענען די זעלבע.

ליקוטי מוהר"ן ח"א תורה עב
[list]כָּל זְמַן שֶׁעֲדַיִן לא נִתְקַדֵּשׁ וְנִטְהַר גּוּפוֹ אֵין שׁוּם תַּקָּנָה מַה שֶּׁמִּתְגַּבֵּר וּמִתְאַמֵּץ וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים גְּדוֹלִים לְסַלֵּק הַמַּחֲשָׁבָה כִּי יוֹתֵר וְיוֹתֵר הֵם מִתְגַּבְּרִים כַּנַּ"ל גַּם עַצְבוּת הוּא מַזִּיק מְאד וְנוֹתֵן כּחַ לְזֶה הַיֵּצֶר הָרָע הָעָב הַגַּשְׁמִי עַל כֵּן אַדְּרַבָּא אִם רוֹצֶה לִהְיוֹת. יְרֵא ה', וְרוֹצֶה לְהִתְפַּלֵּל וְאֵינוֹ רוֹצֶה בְּאֵלּוּ הַמַּחֲשָׁבוֹת רָעוֹת צָרִיך שֶׁלּא לְהַשְׁגִּיחַ עֲלֵיהֶם כְּלָל וְשֶׁלּא יִכְפַּת לֵהּ מַה שֶּׁעוֹמְדִים לְפָנָיו וְרַק יַעֲשֶׂה אֶת שֶׁלּוֹ בַּמֶּה שֶּׁהוּא עוֹסֵק בַּתּוֹרָה אוֹ תְּפִילָּה אוֹ מַשָּׂא וּמַתָּן וְלא יַשְׁגִּיחַ עֲלֵיהֶם כְּלָל וּכְמוֹ שֶׁשָּׁמַעְתִּי מַעֲשֶׂה בְּאֶחָד שֶׁבְּשָׁעָה שֶׁעָמַד לְהִתְפַּלֵּל הָיָה מִזְדַּמֵּן וְעוֹמֵד לְפָנָיו בְּדִמְיוֹנוֹ עַכּוּ"ם עָרֵל וְהָיָה לוֹ יִסּוּרִים גְּדוֹלִים מִזֶּה וְכָל מַה שֶּׁרָצָה לְהִתְגַּבֵּר וּלְסַלֵּק הַמַּחֲשָׁבָה הִתְגַּבְּרָה עָלָיו יוֹתֵר וְיָעַץ לוֹ חָכָם, שֶׁלּא יִכְפַּת לֵהּ וְיַעֲמד הָעַכּוּ"ם, וְאַף עַל פִּי כֵן יַעֲשֶׂה אֶת שֶׁלּוֹ וְיִתְפַּלֵּל וּבָזֶה יִסְתַּלֵּק מִמֶּנּוּ [/list:u]

חיי מוהר"ן תקנ"ב
[list]לְעִנְיַן הַמָּרָה שְׁחוֹרוֹת שֶׁמְּבַלְבְּלִין אֶת הָאָדָם וּבִפְרָט בִּשְׁעַת הַתְּפִילָּה וּמַכְנִיסִים סְפֵקוֹת וּבִלְבּוּלִים בְּמַחֲשַׁבְתּוֹ בַּאֲשֶׁר שֶׁזֶּה הַדָּבָר עָשָׂה שֶׁלּא כַּהגֶן וְנִכְשַׁל בְּאֵיזֶה אִסּוּר חַס וְשָׁלוֹם סִפֶּר לִּי רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מַעֲשֶׂה מֵהַבַּעַל שֵׁם טוֹב זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה שֶׁפַּעַם אַחַת עָמַד הַבַּעַל שֵׁם טוֹב זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לְהִתְפַּלֵּל וְלא הָיָה יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל כִּי נָפַל בִּלְבּוּל בְּמַחֲשַׁבְתּוֹ בַּאֲשֶׁר שֶׁהָיָה מְעַשֵּׁן אֶת הַלּוּלְקֶע [מַקְטֶרֶת] אֵצֶל נֵר שֶׁל חֵלֶב נִמְצָא שֶׁנִּכְשַׁל בְּאִסּוּר חֵלֶב וּמֵחֲמַת זֶה לא הָיָה יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל. וְכָל מַה שֶּׁרָצָה לְהִתְפַּלֵּל וְלִדְחוֹת אֶת הַמַּחֲשָׁבָה הַזּאת. וּלְהַעֲבִירָהּ מִדַּעְתּוֹ לא הָיָה יָכוֹל בְּשׁוּם אפֶן כִּי בִּלְבֵּל אוֹתוֹ בְּכָל פַּעַם בַּאֲשֶׁר שֶׁנִּכְשַׁל בְּאִסּוּר כָּזֶה, בְּאִסּוּר חֵלֶב עַד שֶׁלּא הָיָה אֶפְשָׁר לוֹ לְהַתְחִיל לְהִתְפַּלֵּל. עָמַד הַבַּעַל שֵׁם טוֹב וְקָפַץ וְנִשְׁבַּע שֶׁיְּעַשֵּׁן לְעוֹלָם הַלּוּלְקֶע אֵצֶל נֵר שֶׁל חֵלֶב. וְכֵן הֲוָה כַּאֲשֶׁר מְסַפְּרִים הָעוֹלָם שֶׁהַבַּעַל שֵׁם טוֹב הָיָה מְעַשֵּׁן הַלּוּלְקֶע אֵצֶל נֵר שֶׁל חֵלֶב.[/list:u]

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 29, 2014 7:13 pm

· #214447
.
📎 Elyashiv.jpg

משבק » דינסטאג יולי 29, 2014 7:14 pm

· #214448
דאס איז א אנגענומענע מעטאד אקעגן OCD

העלא » דינסטאג יולי 29, 2014 9:33 pm

· #214476
איך זאג די זעלבע זאך נאר אביסל פארקערט,
איך האב אלץ בחיור געהאט די פראבלעם, מיט קרי"ש,
איך פלעג אלץ מורא האבן אז כ'האב נישט אינזין געהאט,
האב איך געמאכט א תקנה אז איך האב מער נישט אינזין ביי אחד,
נאך עטליכע טאג איז עס געווארן גרינגער,

ווי אויך ביי קריאת שמע שעל המטה פלעג איך האבן מוראדיגע פרעשור,
עס פלעגט מיר נעמען זייער לאנג,
ביז מיין געדולד האט געפלאצט,
און זעלטן וואס איך ליין קריאת שמע שעל המטה,

זאג איך אלץ פאר מענטשן וואס טוען זאכן מער ווי מ'דארף,
אז עס איז יצא שכרו בהפסדו,
וועם די דאווענען נעמט זייער לאנג, אויב איין טאג וועט ער נישט האבן קיין געדולד צו דאווענען,
וועט ער ענדערש נישט דאווענען ווי דאווענען שנעלער,

איך האב לעצטענס געזאגט פאר איינעם וואס טובל'ט זיך ש"י טבילות:
אמת ווען דו האסט קיין געדולד פאר ש"י טבילות גייסטו נישט אין מקוה,
זאגט ער מיר:
גערעכט,
האב איך אים געענטפערט, א"כ יצא שכרו בהפסדו,

העלא » דינסטאג יולי 29, 2014 9:34 pm

· #214477
עס איז א בפירושדע הלכה גע'פסק'נט אין שו"ע
מוטב שיחלל שבת אחד ואל יחלל הרבה שבתות,
דאס גייט אהן אין כל התורה כולה,

פוןדעסטוועגןדאך » דאנערשטאג יולי 31, 2014 8:56 am

· #214754
א שיינעם דאנק ר' ברסלבער, פאר די מראה מקום פון די מעשה מיט די בעל שם טוב און די חלב לעכט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:37 pm

· #214821
איך מיין דאס קומט מכתבי הר"ר משה מידנער ז"ל
📎 help.jpg

נאך א מיינונג » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 12:17 pm

· #215827
ר' ליטוואק - דער מעשה איז זייער א שטארקער, אונז ווייסען מיר אז ר' חיים וואלאזינער האט אזוי שטארק געזאגט, יעצט זעט מען אז דער רבי ר' זושא האט אויך פארשטאנען אזוי.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 3:23 pm

· #215862
שמעקעדיג
הוגה
א יונגערמאן, א גרויסע עובד אויף קדושה - בערך ווי אונזער הייליגע יענקל הנ"ל - האט זיך אוועק געזעצט און האט מחליט געווען איין מאל פאר אלעמאל פטור צו ווערן פון זיינע שווערע פלאגענישן און נסיונות. האט ער געמאכט א ליסטע פון אלעס וואס דערווארימט אים
.

מאן יימר אז דאס האט געטון א יונגערמאן. אפשר גאר א אשה 'צדקנית'?

ס'איז מער מסתבר. מסתמא א תלמידה פון די חשוב'ע רביצין קלוגהויפט שליט"א. און זי האט אויכעט צוגעזאגט אז אויב וועט מען ארומגיין פארשלאמפערט וכו', 'עט מען באקומען א ברכת צדיק... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮