הצעות פאר א נייע נאמען פאר רמ"ד מבאבוב
70 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7006
הצעות פאר א נייע נאמען פאר רמ"ד מבאבוב
אזוי ווי מיר הערן פון קראנטע מקורות אז די גרויסע שישקעס אין באבוב דרייען זיך דא און כידוע זענען זיי אובד עצות איבער א פאסיגע נאמען האב איך מיר געטראכט אז עס וואלט נישט געווען מער ווי פאסיג אז די קאווע שטיבל מעמבערס מיט זייער גאונישע קעפ זאלן אויפקומען מיט געניאלע נעמען און זיי ארויסהעלפן אין זייער פלאנטער. אינדעם אשכול וועט יעדער האבן א געלעגנהייט איבער צוגעבן זיין געדאנק פאר א נאמען.
וזה החלי מיין געדאנק איז אדער סערעט-באבוב אדער מאכנובקה-באבוב אדער פאפא-באבוב
נו רבותי געגאנגען!
אויס-באבוב/ ניי-באבוב/ באבוב-הישן/ באבוב-המקורית / באבוב-בתפארתה
באבובער רבי ז"ל
בני שלמה
בשבילי!בני שלמה
בני נפתלי אויב עפעס
מען קען שרייבן ערנסטע הצעות אויך, איך האלט למשל אז צאנז-באבוב וואלט געווען א שיינע נאמען (אזווי צאנז-קלוזנבורג) סוף כל סוף שטאמט באבוב פון צאנז אזוי אויך טראגט דער נאמען צאנז עהרע און ריספעקט ביי חסידישע קרייזן.לבי אומר לי אז זיי וועלן גיין אין דעם ריכטונג.
שארית הפליטה..
באבוב בהסתרה! 😛
מיטן קנייטש, באבעוו בעהאסטו.ו.ו.ו.ו.ערע, 😂
בהבו, מיט די באבובע ה' דגושה.
ס'פאלט מיר איין א גאונ'ישע המצאה. רב"צ זאל זיך ווייטער רופן קהל שערי ציון ד'באבוב, און רמ"ד זאל זיך פשוט רופן קהל שערי ציון מ'באבוב — דהיינו אז זיי קומען ארגינעל פון באבוב! כ'גלייב אליין נישט ווי קליג איך בין!
די ביזנעס דערעקטארי שרייבט אזוי.
דרכי ציון אבילות
תרחם ציון
מ'ציון ישאג
מ'ציון ישועת ישראל
קהל נהי נשמע מ'ציון
זכרי נא וקונני כל בית ישראל, על שברינו
כי השמידה הבית דין את קהלינו
בימי זעם מחלקותינו
בפסקים משונות ואכזריות סבלנו
זרקו אותנו מכל רכושינו
גם הוסיפו 'לאטע' על שמינו
מלא בית כסף מלא להבית דין שילמנו
ומשם נשלחנו בשש וחצי שיתקבל בקטני תשלמוני
במספרים תבכה נפשינו
להוסיף מספרים אחר שמינו
או להיכר שם עיר בשמינו לפנינו
או מה היה לנו
אדמור מבאבוב-לאטא
וואס גייט טאקע זיין מיט באבוב=לאטא? איז עס נישט אויסגעהאלטען מער צו קויפען
בכלל בין איך מוחה אויפן חותן המלך יתרו, די ערשטע מהרס נאך בי"ד פסק דין, וואס שרייבט רמ"ד מבאבוב אן צולייגן 45 דערצו...
ווייט פישוואס גייט טאקע זיין מיט באבוב=לאטא? איז עס נישט אויסגעהאלטען מער צו קויפען
אוודאי מעג מען, ס'האט א נאמען צוגעלייגט צו באבוב...
איך מיין ער זאל זיך ריפן בארא פארק באבוב. סיריעסלי.
1 באבוב
רמ"ד באבוב
איך מיין לויט די פסק מעג ער זיך צולייגען די ווארט ״עכטע״
די ״עכטע באבוב״ר רבי.
עכטע באבובע שול.
איך גיי צו די ״עכטע באבוב״ע סוכה.
כל העולם כולו: בילד פון די עכטעע באבוב רבי.
תלמוד תורה ד׳עכטע באבוב. איך גיין אין ״עכטע באבוב חדר״
די עכטע באבובע רבי איז מכובד מיט סידור קידושין.
וואזוי וועט מען שרייבן כ''ק אדמו''ר מ'עכט באבוב??
📎 Capture.JPG
probably bobov is not the real name, as known the tzadikim didn't call their city's by the real name, so maybe they should find out the real name & call it that way
וואס איז שלעכט באבוב'ר
איינע וועט הייסען סתם באבוב און די אנדערע וועט זיך רופן ער איז א באבובער
ווער איז עכט צאנז קלויזענבורג? אדער קלויזענבורג סתם
יתרומען קען שרייבן ערנסטע הצעות אויך, איך האלט למשל אז צאנז-באבוב וואלט געווען א שיינע נאמען (אזווי צאנז-קלוזנבורג) סוף כל סוף שטאמט באבוב פון צאנז אזוי אויך טראגט דער נאמען צאנז עהרע און ריספעקט ביי חסידישע קרייזן.לבי אומר לי אז זיי וועלן גיין אין דעם ריכטונג.
כמו"כ (כמו כן, פאר די עמי הארצות/אמעראצעם.) קענמען שרייבן סאטמאר-ארוני, סאטמאר-זאלי, סאטמאר בני יואל, סאטמאר-נטורי חרתא, סאטמאר-נטרונא... 😕 😎 😂 🙄 😂 😈 😈 😠 😛 😳 😞 😉 😮
ווייט פישוואס גייט טאקע זיין מיט באבוב=לאטא? איז עס נישט אויסגעהאלטען מער צו קויפען
די דאללערס, וואס מ'צאלט און מ'געווינט, קומען פון וואשינגטאן. און זענען די זעלבע פאר די בני ציון און די בני רמ"ד... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮
היסטאריקערprobably bobov is not the real name, as known the tzadikim didn't call their city's by the real name, so maybe they should find out the real name & call it that way
דער עכטער נאמען אויף פויליש איז Bobowa' מיט נאך א פאר תנועות צוגעלייגט וואס מיין קיעבאורד קען נישט ארויסגעיבן. 😂 🙄
גאלד1 באבוב
אדער אפשר 107באבוב, פארשטייצעך נאר אז מאטי איז מסכים...
איך קלער, אזויווי ס'דא סקווער בארא פארק, סקווער פלעטבוש, און סקווער סקווער, קענען זיין מאכן באבוב באבוב.. אזויווי באבוב שבתוך ההסתר.. כ'מיין שבתוך באבוב.
מנשה, זאל נאר איינער פראבירן צו רופן דיין רבי סקווער סקווער.
מיין הצעה
אדמו״ר מקדושת ציון באבוב.
והעיקר אז דאס וועט גורם זיין נאך א דין תורה,ווי זיי וועלען זיין די נתבעים.
באבוב48!
אדער גאר באבוב ז״ל...
דריידלמנשה, זאל נאר איינער פראבירן צו רופן דיין רבי סקווער סקווער.
ס'הייסט אזוי
מיין הצעה "די באבובע פלעי".
וואסיטאקע פשט אז די פסק דין רעדט נישט פון די באבאבע פלעי? יאיר האסט א הסבר דערויף?
וועט יענקל פריער דארפן טוישן די לייסענס פלעיטס צו באבוב 45?
הער איך אז באבוב׳ער רב ז״ל פליט אפ די וואך קיין לאנדאן, צו אנטייל נעמען ביי די פרישוואסער חתונה...
גאלד
איך האב אבער א פילינג אז אנשי רמ"ד זענען בטלניש אין זיי גייען זיך דא פארפאטשקען און זיך טוישן צו צאנז-באבוב,
לפענ"ד איז דאס זעלבסטמארד,
זיי זאלן למען השם דוקא לאזן צו באבוב-45, גארנישט עפעס אנדערש,
קודם כל מ'האט זיך זיי דאך ביז יעצט גערופן 45, פשוט להבדיל צו 48,
ממילא וועט כמעט זיך נישט אנזעהן אז דא עפעס געשעהן א טויש, אונז זעמיר נעכטן געווען 45 און מ'זעמיר ווייטער,
צווייטנס איז עס א נאמבער, איך זעה נישט וויזוי א נאמבער זאל זיך איינגעבן אלס דער איינציגער נאמען,
דריטנס היות עס איז א נומבער מיינט דאס אז "באבוב" איז די איינציגע ווארט וואס איז א נאמען פון א שטאט,
פערטנס, 45 איז מער א גאסן שפעט נאמען, אזוי ווי "זאלי" "ארויני", מיינט דאס אז אזוי לאנג די נומער "45" וועט לעבן, וועט בעל כרחך דער נומער "48" אויך נתעורר ווערן,
פיפטנס, ס'העט זיין זייער שווער פאר א פרעמדער רב אדער פערזענליכקייט זיך צו באציען צו רמ"ד מיט דעם נומער "45", דאס מיינט "באבוב" איז ער זיכער "45" אדער יא אדער נישט,
זעקסטן דער נומער "45" איז אויפאלענד אז לעולם ועד, כל רואיה יכירי וידעו אז דער 45 איז איז ווייל רב"צ וויל דער נאמען באבוב נאר פאר זיך,
נישט מסכים, ווייל יעדע אפציעלע צעטיל וועט מוזן שטיין באבוב-45 אנגעפאנגען פון א סיין אויף זייער בית מדרש, חדר, מיידל סקול, באסעס אין גענדיגט ביי א חתימה אויף יעדע קול קורא אדער אפילו הסכמה אין א ספר, סאיז א ליצנות פון א נאמען. א קליינע ביישפיל א איד וועט שרייבן אין זיין ספר נכנסתי אל הקודש פנימה לכ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א ונתן את ברכתו וכו' אדער ווען ער וועט קומען צו א גרויסע אסיפה און מען וועט אים מכבד זיין רעדן וועט מען זאגן כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב 45 איז מכובד צו רעדן און די ביישפילן זענען ענדלאז. מאז היתה ישראל לגוי האט נאך קיין רבי נישט געהאט צוגעשטעפעט א נומבער צו זיין נאמען, און ער זאל נישט זיין דער ערשטער נאר עס צו האבן.
אביסול ביסטי גערעכט אבער די מאכסט עס ערגער. למשל, א בית המדרש מיז נישט האבן א סיין, סאטמאר ראדני האט נישט. א חתימה מוז נישט האבן די נאמען פון חסידות, בעלזער רב שרייבט זיך אינטער בלויז הק' ישכר דוב. א חסיד וואס דערמאנט די רבי אין ספר מעג שרייבן וויאזוי ער וויל.
פאפעוו
וועלכע?
דער דריטער.
באבוב מיט א פ'....
חחחחח פליקער דו ביסט פיין
ערנסט גערעדט
קרייז- באבוב
אדרע אנ א נאמען פלעין קהל בני שלמה וכדו', און יעדער וועט זיי במילא רופן באבאוו
עטליכע הצעות דורך הרב וואטסעפפ
📎 IMG-20140825-WA0016.jpg 📎 IMG-20140825-WA0015.jpg