☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » הצעות פאר א נייע נאמען פאר רמ"ד מבאבוב

הצעות פאר א נייע נאמען פאר רמ"ד מבאבוב

70 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7006
בלאט: 1 2

יין שרף » זונטאג אוגוסט 24, 2014 7:05 pm

· #218381
אזוי? ווער איז געווען די פריעדיגע צאנז-באבובע רבי זצ"ל...?

הדד בן בדד » זונטאג אוגוסט 24, 2014 7:38 pm

· #218386
לאליפאפ, עס איז פסול, 45 מוז זיין די זעלבע סייז...

דולה ומשקה » זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:14 pm

· #218405
* ער האט שוין דעמאלס געזאגט: סאטמאר מאכט א חילול השם דורך גיין אין קאורט, באבוב מאכט א חילול השם דורך גיין צו א בית דין

* סאטמאר איז געוועהן דער ערשטע צו גיין אין קאורט, באבוב איז דער לעצטע צו גיין צו א בית דין.

* בפי המון עם: "באבוב פלעין" נגד "באבוב 45"

דולה ומשקה » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:51 pm

· #218539
אויב רופט ער זיך "48 באבוב", וועט זיך טוהן א צושטיפענישט, יעדער וועט קוקן וועלן כאפן א בליק ווער עס קומט ארויף...

שרייבער » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:01 pm

· #218558
יין שרף
אזוי? ווער איז געווען די פריעדיגע צאנז-באבובע רבי זצ"ל...?

חכם, ער האט יעצט א אפערטונינטי צו זיין דער ראש השושילתא קדישא

טעפל » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:14 pm

· #218561
מ'רעדט ערענסט אז ר' מרדכי דוד (האדמו"ר מבאבוב45/48/צאנז/קרייז/ וגו') וויל זיך רופען צאנז-באבוב אבער די עולם ביי איהם וויל בעסער 45 אזוי וועט בלייבען 48 אויך..

באבובער » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 5:53 pm

· #218594
טעפל
מ'רעדט ערענסט אז ר' מרדכי דוד (האדמו"ר מבאבוב45/48/צאנז/קרייז/ וגו') וויל זיך רופען צאנז-באבוב אבער די עולם ביי איהם וויל בעסער 45 אזוי וועט בלייבען 48 אויך..

שרייבער
יין שרף
אזוי? ווער איז געווען די פריעדיגע צאנז-באבובע רבי זצ"ל...?

חכם, ער האט יעצט א אפערטונינטי צו זיין דער ראש השושילתא קדישא



וואס הייסט? דער הייליגער דברי חיים איז דער מייסד,
ואחריו כל האדמורי"ם לבית צאנז-באבוב זי"ע

דולה ומשקה » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:44 pm

· #218641
אסאך מענטשען דרייען זיך יעצט ארום ווי א קינד פאר'ן ברית - אן קיין נאמען, היינט נאכט איז דער וואך נאכט, מארגען איז דער דרשת הסברה דהיינו דעם נאמען געבן.
דער עולם האלט זיך וואך (קרי: פתח) משמעוסט אין מקייעט איבער און איבער, מחר יהיה האות הזה...

ביבער » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:42 pm

· #218656
פארוואס מאכט באבוב אזא אישו מיט די נעמען, וואס איז שלעכט מיט בענצי מאטי אזוי ווי אין סאטמאר ארוני זאלי?
די פארמאלע נעמען זאל זיין מהרב"ץ און מהרמ"ד.

ביבער » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:51 pm

· #218657
נחום רז"ב האט איינעם באקרוינט אלס באדזשי'ער רב, געפעלט מיר דעם נאמען אבער פון צווישן אזויפיל קללות איז שווער אויפצוכאפן וועם ער מיינט.

אפטעמיסט » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:56 pm

· #218658
איך בין דאך א מתנגד, אבער ווי מער איך טראכט אריין אין דעם פארשטיי איך די טראמא און ווייטאג וואס חסידי רמ"ד גייען דורך. כ'מיין, שטעלט אייך פאר איר זענט דורי דורות א סאטמארער חסיד, נישט נאר איר זענט א חסיד, נאר איר זענט דבוק ומקושר צום רבי ז"ל אויף אזוי ווייט אז סאטמאר איז ווי א חלק פון אייער לעבן, און פלוצלינג, איין טאג, איז מען אייך מודיע אז וועדער יו לייק איט אר נאט — מהיום והלאה זענט איר א פאפא'נער. אנטשולדיגט, אבער איך וואלט געפאלן חלשות! שטעלט אייך פאר א בעלזער צי וויזניצער ווערט איין טאג געוואויר אז ער ווערט מער נישט פאררעכענט א וויזניצער נאר א גור'ער חסיד, גלייבסט מיר ער וואלט זיך גענומען דאס לעבן.

דערפאר, דער וואס האט שכל טוט וואס איך טו און מ'לאזט זיך אפ פון די אלע מעשיות און מ'ווערט א מתנגד. וואס דארף איך אז אין צעהן יאר ארום זאל איך אויסגעפונען אז מ'נעמט מיר בעל כורחי אוועק מיין מוטער-קרייז?! ס'איז מיר בעסער דאס וואוינען אין לעיקוואד, רעדן מיט א סמך און זיין פארשפארט אין פריזער. איר זענט אלע געלאדענט עס צו אויספרובירן. טעמי וראי כי טוב.

אויליגער » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:02 am

· #218661
יתרו
מאז היתה ישראל לגוי האט נאך קיין רבי נישט געהאט צוגעשטעפעט א נומבער צו זיין נאמען, און ער זאל נישט זיין דער ערשטער נאר עס צו האבן.


ספינקע 18

יאסל ראקאווער » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:03 am

· #218662
טשאקעווע באבוב
גאליציאן באבוב
גופלעך באבוב

וויקיפידיע האט א גאנצע ליסט פון שטעט וואס איז קוים א האלבע אות לאנג. קען 45 צולייגען א האלבע אות און מקיים פסק זיין על אפם פון די 48

<a class="postlink" href="http://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of_short_place_names">http://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of_ ... lace_names</a>

וואס שלעכט פון ק"ק אדמו"ר ד' באבוב..
D, De, da, איז א שם עיר..

ונבנתה העיר » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:04 am

· #218663
אפטעמיסט
גלייבסט מיר ער וואלט זיך גענומען דאס לעבן.

און וואס טוהט א מתנגד אז ער געפונט אויס אז ער איז א חסיד?...

אפטעמיסט » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:10 am

· #218665
כ'גיי טאקע נישט צום גריבוב'ער משום פיקוח נפש

דולה ומשקה » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 1:17 am

· #218680
רבי יחזקאל ראטה האט טאקע דאן געטוישט זיין יוניפורם, זיך אנגעטוהן דעם ירושלים'ער לבוש...

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 1:17 am

· #218681
איך געדענק נאך. דער כהנא פון ווילי האט (געהאט?) א סמעדרישל אויף בעדפארד

I'm back » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 9:31 am

· #218709
פארוואס האט ר' יחזקאל פארלוירן?
זיין טאטע איז נישט געווען קארלסבורגער רב?

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:56 am

· #218726
אדמו"ר מחסידי באבוב, דער רבי פון די באבובע חסידים. בי"ד קען זיכער נישט הייסן מענטשען וויאזוי זיך צו רופן, זיי קענען מיר נישט אפהאלטן פון זיך רופן א ניקלעשבורגע חסיד, ממילא איז ער די אדמו"ר פון באבובע חסידים, און בקיצור זאגט מען עס אדמו"ר מבאבוב.

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 10:05 am

· #221339
ר' ב"צ זאהל זיין באבוב
ר' מ"ד זאהל זיין באבוב, באבוב.

אדער...

אין בורו פרק פלעגט זיך יאהר'ן צוריק ארום דרייען א שנארער... " איך בין דער אמת'ר פייע רבי"
אפשר זאהל ר' מ"ד ווער'ן... דער אמת'ר באבוב'ער רבי.

איינער זאגט מיר אז ער האט א גוטע נאמען...
אדמור מ "באבוב און צולייגען 45"
בלאט: 1 2