☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » די סיבה פון אנטיסעמיטיזם

די סיבה פון אנטיסעמיטיזם

130 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6984
בלאט: 1 2 3

מצטמק ויפה » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 2:22 pm

· #217289
די סיבה פון אנטיסעמיטיזם
אנטיסעמעטיזם איז ווי א וועקער זייגער פאר אונז אידן. אויב פארגעסן מיר אמאל ווער מיר זענען און אז מיר זענען אין גלות וועט דער אנטיסעמעטיזם אונז ביטער דערמאנען ווער מיר זענען און וואו מיר זענען.

זינט די חורבן פונעם צווייטן בית המקדש זענען מיר אוחסגעשטאנען כל מני רדופות, רוב זענען פאר אונז אלע באקאנט, א שטייגער ווי קרייציגלער, ת"ח ות"ת, גירוש שפניע, צווייט וועלט מלחמה, און אזוי ווייטער. און דערנאך איז דא נישט אזעלכע באקאנטע געשיכטעס פון כלל ישראל, פשוט ווייל עס האט נישט אפעקטירט צו א גרויסע חלק פון כלל ישראל. אבער הצד השווה שבהן איז אז עס כמעט נישט דורך קיין זיביציג יאר און א ציה אן דעם וואס כלל ישראל זאל מיט מאכן א גירוש וכדו'

נו, שטעלט זיך די גרויסע לאנג יעריגע פראגע "פארוואס פארוואס פארוואס???" וואס האבן מיר חוטא געווען אז דער גוי האט אונז אזויפיל פיינט? וואס האבן מיר איהם געטוען?

דורך די יארן זענען היסטוריקער אפירגעקומען מיט עטליכע סיבות פארן אורזאך פון אנטי סעמעטיזם און לאמיר עס צו לייגן און זען אם יש רגליהם לדבר און איז ריכטיג וואס זיי זאגן.

1) אקענאמיע = אידן זענען אלעמאל געווען רייך אלעמאל בעזעסן די הויכע פאזיציעס אין לאנד וכו'

2) אויסדערוועלטע מענטשען = אידן האבן זיך אלס געהאלטן העכער און בעסער ווי סתם גוים.

3) די אידן האבן גהארגט יוזל ימ"ש.

4) ראסע טעאריע = אידן האבן א שוואכע קלאס ראסע.

ווען מיר טראכטן אריין אין די טענות דארפן מיר וויסן, איז דאס געווען א סיבה פאר אנטי סענעטיזם אדער גאר א תירוץ פאר אנטי-סעמעטיזם?  דהיינו אז אויב זאל איך אויפווייזן אז איינע פון די סיבות איז נישט ריכטיג וואלט דאן אנטיסעמעטיזם זיך גדארפט אויפהערן, און אויב נישט דאן איז קלאר אז די אויבערדערמאנטע סיבות זענען תירוצים און נישט קיין סיבות.

איז לאמיר עס צולייגן:

אקענאמיע – און זיבענצענטע, אכטצענטע יאר הונדערט האט אין פוילאנד דייטשלאנד געהערשט א שרעקליכע ארומקייט ציווישן די אידן. ווי אויך האבן זיי אן נישט געהאט קיין שום צוטרוי און די מלוכות.

אויסדערוועלטע מענטשען – א) פאר די צווייטע וועלט מלחמה האבן די דייטשע אידן געלייקענט זייער אויסדערוועלטקייט, נאר גאר פארקערט געארבעט אויף ציווילעזאציע. ( און געהאלפן האט עס זיי א מכה ) ב) קריסטן און מוסלעמענר האלטן זיך פונקט אזוי אויסדערוועלט און אנטי - סעמעטיזם קען זיי דערליידן.

געהארגט יוזל – די בייבל אליין פארציילט אז רוים האט געהארגט יוזל (דאס אז אידן האבן איהם געהארגט איז הערשט געווארן יארן שפעטער) נו פארוואס איז נישטא קיין אנטי - רוים מאוומענט דורך היסטאריע?

ראסע טעאריע – די טעאריע הייבט פשוט נישט אן צו שטימען, פשוט ווייל יעדער איינער קען ווערן א איד אן קיין אויסנאם, און קיין איינער פון א אנדער קולטור, קאליר, איז נישט אויסגעשלאסן צו ווערן א איד.

איז, זעמיר וויפיל אמת עס ליגט אין די אלע ווערטער און גארנישט וועט אונז נישט העלפן עס איז א גזירה מן השמים און פארטיג.

למעשה האב איך געטראפן ווערטער און די טאג בוך פון אנא פראנק וואס איז פאר מיר די מערסטע צום הארצן, זי שרייבט אזוי:

“Who has made us Jews different from all other people?  Who has allowed us to suffer so terribly up until now?  It is G-d who has created us as we are, and it will be G-d, too, who will raise us up again.  Who knows, it might even be our religion from which the world and all people learn good, and for that reason and only that reason do we suffer.  We can never become just Netherlanders, or just English or representatives of any country for that matter.  We will always remain Jews." (Diary of Anne Frank, April 11, 1944)

אין אונזער מאמע לשון זאגט זי אזוי, דער גוי האט אונז פיינט פאר די איינע סיבה ווייל ער ווייסט און שפירט אז מיר האבן פליכטן און מיר האבן א ריטיגע ציל און לעבן. איי וואס גייט איהם אן וואס איך טוה? עס גייט איהם שוין איינמאל אן, ער וויל זיך לעבן א געשמאקע פרייע לעבן טוען וואס זיין הארץ גליסט אן דעם וואס עפעס זאל איהם צירוק האלטן, און מיר זענען די וואס לאזן איהם נישט, מיר זענען די וואס געבן איהם די געפיל אז האללא קוק וויאזוי מען דארף זיך פירן, קוק וואס מיינט לעבן מיט נארמלקייט. און דאס וויל ער בכל כוחו אויסרייסן.

 


נ"ב. א דאנק פאר ידיד נפשי ..... פאר מיר געבן די חיזוק ועידוד צו שרייבן דעם ארטיקל.

יין שרף » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 2:33 pm

· #217290
מדרש רבא פרשת מטות: אמר משה רבון העולמים אם היינו ערלים או עובדי עבודת כוכבים או כופרי מצות לא היו שונאין אותנו ואינן רודפין אחרינו אלא בשביל תורה ומצות שנתת לנו הלכך הנקמה שלך לתת נקמת ה' במדין.

למה נקרא שמה הר סיני...

פליקער » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 3:13 pm

· #217293
געב זיי מוחל א בליטשקע און די אשכול וואס איך האב געשריבן א וויילע ציריק און עס ליגט און קבר שטיבל כדרך כל אשכולות

יאיר » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 7:29 pm

· #217325
אריגינעל האט זיך אנטיסעמיטיזם אנגעהויבן אלס א פשוט'ע זאלי ארוני פייט, ווען קריסטן האבן באטראכט אידן אלס זייער קאמפעטישן וואס ווילן נישט מיטגיין מיט זיי.

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 7:51 pm

· #217336
העללא: מצטמק און יין שרף: איך וויל געיבן ענקער סמארט-פאון נאמבער פאר די גאר חשוב'ע, הייליגע און קלוגע (לגזירה שוה) אידן פו די הייליגע ארגאניזאציע "נטרונא". ווייל ווי ס'זעהט אויס האבן זיי נישט געהערט פון די אלע אנגעגעבענע סיבות פאר אנטיסעמיטיזם וואס עטץ האטץ דא אויסגערעכנט. זיי טענה'ן אז מדינת ישראל און די ציונים זענען שולדיג פאר אנטיסעמיטיזם. און אויב זיי וועלן אויפקלערן פאר די וואוילע גוים אז אינז ערליכע אידן האבן נישט קיין שייכות מיט די טמא'נע מדינה (ס'איז אויכעט דא א "טמא'נא עירוב. און א סאך אנדערע טמא'נע זאכן, ווי דף היומי און נאך.) און די ציונים, דאמאלס וועט זיך שנאת ישראל אויטאמאטיש אויפהערן, און די אלע שונאי ישראל פון די גאנצע וועלט וועלן זוכן דעם ערשטן איד וואס זיי טרעפן און איהם געיבן אלף נשיקות, און א סאך געלט... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😂 😉 😮

קדש הילולים » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:00 pm

· #217359
נישט ריכטיג.
אוודאי איז אנטיסמעטיזם א גזירה מן השמים, פון וועליכע מ׳קען נישט אנטלויפן, אבער דאס אז ס׳זענען דא זאכן וואס ברענגען אנטיסעמטיזם בדרך הטבע, איז נישט קיין פראגע און יעדער בר דעת פארשטייט דאס.
ועוד, עס שטייט דאך קלאר אין דו גמרא אז אויב מען איז עובר אויף דו שלש שבועות שהשביע הקב״ה, קומט דער עונש פון ״הרינו מתיר את בשרכם כצבאות וכאילות השדה״ רח״ל. וואס דאס מיינט דאך פשוט אנטיסעמטיזם אויפן העכסטן גראד ה״י.
איז קלאר אז ס׳איז יא שייך אז מ׳זאל בידים מאכן אנטיסעמטיזם ווי נטרינא שרייבט.

מצטמק ויפה » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:49 am

· #217397
קלילא טייערע, אן אריינגיין אין נערישע זינלאזע טענות בנוגע דיין עצם תגובה, וויל איך דיר נאר אויפמערקזאם מאכ'ן אז דיין אויספיר איז אויסדריקלך נישט ריכטיג.
די פרעיז פון "עשו שונא ליעקב" איז בכלל נישט קיין מיטל זיך ארויסצודרייען און אפשפעטן פון א גמרא מפורשת, אדער וויאזוי דו רופסט עס "סאטמער". הלכה בידוע איז בכלל נישט קיין תירוץ אויף אנטיסעמעטיזם, די מקור פון דעם איז א מדרש וואס רש"י ברענגט אין פרשת וישלח אז עס מוז זיין עשו האט נישט געקושט יעקב ווייל הלכה בידוע... אבער דאס האט נישט מיט גוים און אידן קיין שייכת, דאס שטייט נאר ביי יעקב און עשו פרעזענליך.

קדש הילולים » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 11:09 am

· #217407
איך פארשטיי נישט, דו שרייבסט קלאר אז נטרונא ונטו"ק מאכן יא אנטיסעמטיזם, נו וואס הייסט אז ס'איז נאר די הלכה בידוע?!
דאס אז ציונות ברענגט ליידער אנטיסעמטיזם בדרך הטבע, זעט מען דאך קלאר אין די יעצטיגע טעג, און ביטע צייג מיך אן אויף איין פאל ווי מ'זעט אז נטרונא האט גורם געווען אנטיסעמיטיזם.
ועל כולם, וויאזוי טרויעסטו זיך צו אפן זאגן אז א זאך וועלכע שטייט קלאר אין די גמרא פאסירט נישט?! א איד א מאמין זאל אזוי זאגן?! (בנוגע אלע אנדרע ענינים וואס דו שרייבסט, איז נישט מן הענין וואס איך האב געשריבן, במילא וועל איך נישט יעצט רעאגירן)

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 11:23 am

· #217409
ר' קודש הילולים שליט"א: שלום עליכם-עליכם שלום. אני הקטן האלט נישט אז נטרונא און נטורי קרתא (אויב מ'קען זיי ארויסזאגן בנשימה אחת, ווייסיך נישט.). פארמערן אדער ברענגען אנטי-סעמיטיזם און שנאת ישראל. אבער מאידך גיסא טוען זיי גארנישט אויף. דער מעסעדזש פון נטרונא איז זייער שיין און לאגיש און מענטשליך. דער פראבלעים איז אבער אז די אלע שונאי ישראל למיניהם ווערן געטריבן צו זייערע העסליכע דיבורים און מעשים דורך אן אנדערן טרייב קראפט. די אור-אלטע שנאה צו די אידישע קינדער. דאס אנטי-ציוניזם איז נאר א תירוץ ביי זיי. ממילא וועט נישט העלפן קיין שום אויפקלערונגען און הבהרות. ס'איז נאך קיין איין איינציגער איד נישט ניצול געווארן פון די רשעת הגויים דורך די אויפקלערונגען. אדרבה. די פאגראמען און רציחות אויף אידן גייען פונקט אזוי שטארק אן. ס'איז נאכנישט געוועין אזא פאל אז א גוי זאל זאגן נו, אט די אידן זענען נישט קיין חלק פון מדינת ישראל. לאמיר זיי נישט טשעפען... 😕 😎 🙄 😈 😈 😢 😞 😠 😛 😳 😉 😮

קדש הילולים » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 2:32 pm

· #217440
berlbalaguleh
ר' קודש הילולים שליט"א: שלום עליכם-עליכם שלום. אני הקטן האלט נישט אז נטרונא און נטורי קרתא (אויב מ'קען זיי ארויסזאגן בנשימה אחת, ווייסיך נישט.). פארמערן אדער ברענגען אנטי-סעמיטיזם און שנאת ישראל. אבער מאידך גיסא טוען זיי גארנישט אויף. דער מעסעדזש פון נטרונא איז זייער שיין און לאגיש און מענטשליך. דער פראבלעים איז אבער אז די אלע שונאי ישראל למיניהם ווערן געטריבן צו זייערע העסליכע דיבורים און מעשים דורך אן אנדערן טרייב קראפט. די אור-אלטע שנאה צו די אידישע קינדער. דאס אנטי-ציוניזם איז נאר א תירוץ ביי זיי. ממילא וועט נישט העלפן קיין שום אויפקלערונגען און הבהרות. ס'איז נאך קיין איין איינציגער איד נישט ניצול געווארן פון די רשעת הגויים דורך די אויפקלערונגען. אדרבה. די פאגראמען און רציחות אויף אידן גייען פונקט אזוי שטארק אן. ס'איז נאכנישט געוועין אזא פאל אז א גוי זאל זאגן נו, אט די אידן זענען נישט קיין חלק פון מדינת ישראל. לאמיר זיי נישט טשעפען... 😕 😎 🙄 😈 😈 😢 😞 😠 😛 😳 😉 😮

אפשר זאגסטו מיר פון ווי דו נעמסט אז דו אראבער האבן סתם אזוי פיינט יודן, און נישט דו מדינה איז דו גורם פון דו פיינטשאפט?
האסט אפשר באווייזן דערויף? דו ווייסט אפשר דו מצב מיט דו אראבער בעפאר דו מדינה? ס׳איז דאך באקאנט פון ר׳ ברוך קאפלאן ז״ל אז ער האט אנדערש געדענקט, אפשר ״געדענקט״ איר בעסער?
ס׳איז דאך א זעלבספארשטענדליכע זאך אז ווען איינער נעמט צו א לאנד פון איינעם ווערט ער אויף אים ברוגז, נישט אזוי? נו פארוואס איז אזוי רחוק צו פארשטיין אז יא, ציונות האט אנגעברענגט אנטיסעמטיזם?!
אגב, וואס דו שרייבסט אז עס נאכנישט געווען א פאל אז אראבער זאלן זיך אפהאלטן פון אטאקירן צוליב אנטי ציוניזם, ווינדער איך זיך וויאזוי דו קענסט שרייבן סטעטמענטס אן פראף. איך פראזענליך ווייס פון א איד וואס איז ג׳פארן אין א טעקסי, דער דרייווער אן אראבער, און אינמיטן פארן איז ער ווילד געווארן אויף אים (ס׳האט זיך דעמלטס געקאכט וועגן עפעס-כ׳געדענק נישט וואס), און ער האט ממש געציטערט פארן לעבן, רופט ער זי אן, דו ווייסט זיכער ס׳זענען דא דו יודן וואס גייען צו דו אראבער, איך בין פון דו!(הגם באמת האט ער מיט זיי גארניש קיין שייכות, נאר צו זיך ראטווען האט ער אזוי ג׳זאגט). פארציילט דער יוד אז מיד נשתנה צורו פונעם אראבער און ער האט אים געזאט, ענק האמיר ליעב, נאר דו ציונים האמיר פיינט! ע״כ המעשה-ערשט האנטיג.
ס׳איז מיר נאך ידוע כמה מעשיות, נאר די מעשה ווייס איך ערשט האנטיג. איז מנין לך לומר מיט אזא זיכערקייט אז ס׳האט נאכנישט פאסירט אזאנס אינעם עבר, זענט איר דען אן עסקן וואס טוט אין די פעלד? א סטעטמענט דארף האבן פראף!

קדש הילולים » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 2:47 pm

· #217445
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב צו דיר זייער א פשוטע פראגע. אויב נטרינא ונט״ק איז א פראבלעם ווייל זיי גיבן א ״תירוץ״ פאר דו שונאי ישראל(לו יצוייר- ס׳איז נאכנישט איבערגעוויזן געווארן), על אחת כמה וכמה דו מדינה אליינס וואס שטענדיג זענען זיך מתגרה מיט זיי+מיט דו גאנצע וועלט, איז דאך זיכער אז זיי גיבן א ״תירוץ״ פאר אלע שונאי ישראל! נו, ביסט אויך אזוי ברוגז אויף דו מדינה?!..

מצטמק ויפה » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 2:54 pm

· #217449
פאר בערך צוויי וואכן צירוק איז געווען א קליפ אויף YWN פון א מחמוד צו וואס, מיט א לאנגע ווייסע בארד ווי ער שימפט און רייסט שטיקר אנטקעגן די מדינה און אינמיטען זאגט ער דארט " אבער עט'ס זאלט'ס וויסן אז נישט אלע אידן זענען גלייך עס איזהדא וואס זענען אויך אנקעגן די מדינה, און מיר זענען נאר אנטקעגן די מדינה".

ישראל קאפקע » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 4:34 pm

· #217463
עשיו 'וישמאעל' מנין?

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:09 pm

· #217467
ישראל קאפקע
עשיו 'וישמאעל' מנין?

ישראלן קאפקע: אזא "ווייסער" ווי דו, דארף דאך זיכער וויסן וויאזוי מ'שרייבט "ישמעאל". לכה"פ דאס ביסטו דאך גורס. אין מיין סידור שטייט "ישמעאל" געשריבן אט אזוי. חוץ די דרשות חז"ל. ווייל אזוי ווי דו האסט עס געשריבן קענמען נישט לערנען די דרשות חז"ל... 😂 🙄 😈 😈 😮

ישראל קאפקע » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:14 pm

· #217468
berlbalaguleh
ישראל קאפקע
עשיו 'וישמאעל' מנין?

ישראלן קאפקע: אזא "ווייסער" ווי דו, דארף דאך זיכער וויסן וויאזוי מ'שרייבט "ישמעאל". לכה"פ דאס ביסטו דאך גורס. אין מיין סידור שטייט "ישמעאל" געשריבן אט אזוי. חוץ די דרשות חז"ל. ווייל אזוי ווי דו האסט עס געשריבן קענמען נישט לערנען די דרשות חז"ל... 😂 🙄 😈 😈 😮

🙄 וואס קען מען טון אז מיין קאפ איז נישט געווען אויפן פלאץ? 😮

ווייט פיש » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:18 pm

· #217470

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:34 pm

· #217474
קודש הילולים: דו פרעיגסט (רעטאריש) וואו איז די פראף. אז די אראבערס און אנדערע אנטיסעמיטן און שונאי ישראל זענען נישט מבחין צווישן איין איד און דעם אנדער'ן איידער זיי גיען ארויס מיט האס און רציחה אקעיגן אידן. 'על איך ענטפערן, "משם ראיה". פון דיין מעשה אליינס וואס דו פארציילסט פון אן ערשטהאנטיגע ידיעה. אז דער אראבישער טעקסי דרייווער איז געווארן ווילד און מלא רציחה אויף דעים איד (זיין פאסאזשיר.) ביז דער איד האט איהם געזאגט די דיבורים. האט ער זיך בארואיגט. אבער אין אלע אנדערע פעלער וואו אראבערס או9ן סתם אנטיסעמיטן למיניהם האבן פאגראמירט, גערצח'ט און באראבעוועט אידן און אידישע געשעפטן און זיי האבן נישט מבחין געוועין בין דם לדם.. נאר מזיק געוועין א יעדן איד וואס איז זיי אינטערגעקומען אינטער די הענט. ס'איז פונקט אזוי ווי עטץ זאגטס אז די מדינת ישראל סאלדאטן זענען רוצחים ווייל זיי באמבארדירן די "ציווילע" באפעלקערונג אין עזה און אנדערע פלעצער. אן מבחין צו זיין צווישן פאלעסטינער טאטעס און פעטערס, און מאמעס און קליינע קינדער (גמולי חלב שלא פשעו?). איך האב נאכנישט געליינט אין ענקער חשוב'ן ניו יארק טיימס אז די אראבישע דעמאנסטראנטן און פאגראמיסטן אין פאריז זאללן האבן פארהערט די אידן אויב זיי זענען בקי אין ויואל משה און על הגאולה ועל התמורה, איידער זיי האבן זיך אריינגעריסן אין שול. די זעלבע אין די פארשאלטענע מדינה דייטשלאנד. וואו מ'פראדוצירט די וואוילע און גוטע קארס בי.עם. דאבליו. און מערסעידעס, וואס די (ב"ה) פארמעיגליכע אידן פון קהילתנו הקדושה האבן אזוי ליעב צו קויפן און ליעסן. דארט האבן אויכעט די דייטשע און פאלעסטינער רוצחים נישט געשריגן "טויט צו די פארשאלטענע ציונים און זייער מדינה" נאר זיי האבן געשריגן און געטון "טויט צו די אידן". איים עם סארי. איך בין טאקע נישט קיין ציוני. אבער א איד ביניך ב"ה יא. איז, פארוואס (לשיטתכם) האבן זיי געשריגן אז זיי ווילן מיך אויכעט (ח"ו) הרג'נען?!
לאמיר שוין נישט רעדן פון היסטאריע. אז די נאציס , ימ"ש האבן נישט געפרעיגט קיין איינציגן איד ביי די סעלעקציעס אויב זיי זענען ציונים, אדער געהערן צום קנאי'שן לאגער. נאר זיי האבן זיי אלע געשיקט אין דעם זעלבן גאז קאמער און קרעמאטאריום (פי', אויוון.(. דעם גרעסטן קנאי און ערליכער איד צוזאמען מיט דעם גרעסטן ציוני און מזרחי'סט. צו ער האט טיא געלערנט דעם דף היומי אדער געשפיגן דערויף... 😕 😎 🙄 😈 😈 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 על אלה אני בוכייה 😢 😞 😉 😮

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:40 pm

· #217476
איך האב שוין דא געשריבן מיין שאלה
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/216084">viewtopic.php?p=216084#p216084</a><!-- l -->
אבער דער סמבטיון האט מיר אנגעשריגן און כאב זיך פארלוירן און געבליבן מיט די צונג אינדרויסן.... שרייען קענען אנדערע בעסער, איך בין בטבע א הייזעריגער,

עכ"פ איך וועל דא נאכאמאל פרובירן פארשטעלן די שאלה, מיט האפענונג אז איינער וועט מיך פארשטיין.

הקדמה: איך פארענטפער נישט, גיב נישט גערעכט, האלט נישט, טראכט נישט, חלום נישט, פארטיידיג נישט, וכל שום וחניכא דאית להו, זייער שיטה. איך זאג אויך נישט אז איך בין גערעכט, איך וויל פשוט פארשטיין.
איך פרעג נאר פון אונזערע היגע חברים -- דער עם הנבחר פון 'טאלעראנץ' -- צי עס מאכט איין פראצענט סענס די שיטה פון נטרונא אדער נטו"ק. אדרבה קלערט מיר אויף, "אן קיין געפילן", נאר מיט שכל און הסברה.

יא, אראבער זענען שונאים פאר אידן, און אין די היסטאריע איז פאראן גענוג מעשיות ווי זיי האבן געזוכט צו רודפ'ן און הרג'ענען אידן, אדער אין בעסטן פאל, פארטרייבן פון שטאט. אסאך היימישע "פורימ'ס" ווערט געפראוועט ע"ש א געוויסע פאשא וואס האט געוואלט מאכן טראבל מיט די אידישע איינוואוינערס אין זיין שטאט. אסאך מעשה בוכלעך זענען אנגעפילט מיט די סארטן מעשיות. וראה בספרי מנחם מענדל.

קען זיין אמאל האט מען בעסער געלעבט, אסאך מאל האבן די אראבער טאקע געוויזן אפענע רעספעקט פאר אידן, בפרט ווען השי"ת האט געוויזן אפענע נסים דאן זענען זיי אונז געפאלן צו די פוס און געלויבט השי"ת און זיין פאלק ישראל. אבער פאקטיש כהיום יום האבן זיי ביטער פיינט די אידן, בפרט אין מיטל מזרח און אין אייראפע, און זייער אויסרייד איז נישט נאר צוליב וואס מען האט צוגעכאפט זייער היים, ווייל ביי יעדע מלחמה כאפט מען צו דעם אנדערנ'ס שטאט און דער געווינער טוט דערין כאדם העושה בתוך שלו, נאר בעיקר אז פארפיינטעטע אידעלעך האבן איבערגענומען דאס לאנד און זיך געהויבן דעם קאפ און טוען מיט זיי מה שלבם חפץ, מען רייצט זיך מיט זיי אפן, מען שפילט פאליטיק אויף א אופן וואס זאל זיי כסדר אויפרייצן, און זייענדיג געקנאטן פון דעם ידו-בכל-ויד-כל-בו טייג וואס נקמה איז ביי זיי א מצוה, און זיי ווערן געבוירן בטבע מיט קאכעדיג בלוט בנוסף צו די שנאה וואס ווערט איינגעפלאנצט פון וויגעלע מיט א עקסטערע ליבשאפט צו שטארבן א מארטירער, ווערן אזוי ארום אידן געשטעלט אין א פאקטישע סכנה.

קומען די אידעלעך, נעמען א משל פון חורבן ביהמ"ק ווי די בריונים האבן קאמאנדעוועט און פרובירט איבערצוקלוגן דעם גזירת ה', און זיי פרובירן זיך פירן ווי ר' יוחנן בן זכאי וואס האט אויך פרובירט זיך בעטן ביי די רשעים/רוצחים/שונאים מיט שיינעם און עס האט געהאלפן אויף געוויסע ענינים, זיי שפירן אז זיך מכניע זיין אונטער די שונאים טוט אראפנעמען זייער רציחה אויף א פיל נידריגערע לעוועל, און טוט פארווישן זייער חרון אף צו א קלענערע מדריגה.

ד"ה אזוי, עס איז טאקע פאראן אן אנטיסעמיטיזם בטבע וואס איז מאז היתה ישראל לגוי, אבער נאכדעם איז פאראן א באזונדערע אנטיסעמיטיזם וואס מיר קענען קאנטראלירן, מיר קענען עס ווייכער מאכן אדער גיסן אויל אויפן פייער מיט אונזער התנהגות. עס זענען געווען אין גלות שווערע צייטן און ווייניגער-שווערע צייטן, לויט די היסטאריע זענען רוב צרות געקומען ווען אידן האבן זיך אנגעהויבן שפירן היימיש, בא'גדול'ט, און זיי זענען געווען פון די פני העיר, רייכער, קלוגער, ריינער, ערליכער, און דער גוי האט געפלאצט פאר קנאה און דאן גענוצט זיין מיטל פון ועל חרבך תחיה, און געמאכט חורבנות ה"י. ווילאנג אידן האבן ארויסגעוויזן הכנעה און פריינדשאפט איז געווען דער מצב גרינגער, און אזוי האבן מיר מקובל פון אלע דורות, למה תתראו, זיך נישט רייצן מיטן גוי. יעצט וועגן די נאטורליכע אנטיסעמיטיזם קענען מיר גארנישט טון, דאס לאזן מיר פאר השי"ת און האפענטליך זאל ער אונז באשיצן, אבער וואס איז שייך אונזער השתדלות און זהירות, איז דאך ווי געשמועסט די איינציגסטע עצה ארויסצואווייזן הכנעה, און דאס איז וואס די נטרונא אדער נטורי קרתא - כל אחד לשיטתיה - טוען, זיי ווייזן ארויס מיר זוכן זיך נישט צו רייצן מיט ענק, מיינטס נישט אז גאנץ כלל ישראל איז פאראייניגט ענק צו שטעכן און טשעפען, אדרבה, מיר ווילן לעבן בשלום באהבה ובאחדות אזוי ווי אמאל, און אזוי ווי אין ברוקלין אפילו היינט, ווי אויך אנדערע מקומות ווי אראבער לעבן בשלום מיט די אידן, און עס זאל נישט מקויים ווערן האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף,

יעצט ווען אנאנים מיט רבי בערל בעל עגלה ענדיגן נישט איבערקייען אז אנטיסעמיטיזם איז אלץ געווען אין אלע דורות, און מען מישט עס צוזאם מיט די שנאה וואס איז ארויסגעקומען דורך די מדינה, איז עס בכלל נישט ריכטיג, מען דארף עס אפטיילן איינס פון צווייטן, און נאכדעם וואס דער מח פראסעסד דעם טיילונג סוקסעספול, ערשט דאן קען מען אריינטראכטן אריינטראכטן צי די חברה מיט זייער "עקסטרעמע שיטה" האבן נישט עפעס א פראצענט פון א פוינט מיט זייער מהלך, פאר יעדנ'ס בענעפיט, וואס זאל פארמינערן דעם אנטיסעמיטיזם עד כמה שידם מגעת. דאס איז מיין שאלה.

איך וועל דאנקבאר זיין צו הערן לאגישע תירוצים, אן קיין קולות, קללות חרמות (און יאיר, ביטע אויך נישט קיין וויצן. גענוג געווען.)

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:46 pm

· #217477
ר' בערל האקט, ביזי מיט דייטשלאנד,
אדרבה משם ראיה, ווען מען האט געוואלט פארהאנדלען מיט זיי, צי מיט געלט צו אנדערע חנופה אופנים, האט מען דען נישט אויפגעטון פיל מער ווי צב"ש אזא שרעקעדיגן אויפשטאנד אין ווארשא וואס האט אריינגעברענגט די דייטשע רוצחים אין א שוידערליכן ווילדע גרימצארן?
ווען דער שונא איז שרעקעדיג און שטארקער/גרעסער פון דיר, קענסטו נישט גיין מיטן ווילדן, נאר מיטן שיינעם. דאס איז די איינציגסטע מהלך וואס קען פארגרינגערן, סיי שכל'דיג און סיי תורה'דיג. ופשוט הוא.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:55 pm

· #217478
ווייט פיש

ר' ווייט פיש. ייש"כ פאר צוברענגען דעם לינק. איך האב אבער נישט פארשטאנען מיין שייכות מיט די וועלכע שעלטן און שימפן אויף שיטת רביה"ק מסאטמאר, זי"ע און די אידן וועלכע פארשפרייטן ד'עם דבר ה'.
איך האב שוין כמה פעמים איבער געחזר'ט אז איך האב נישט קיין איין שלעכט ווארט צו זאגן אויף נטרונא, אדער אפילו די נטורי קרתא. וואס איך טענה איז, אז די דיבורים און הסברים העלפן גארנישט. ווייל די אלע שונאי ישראל למיניהם ווערן געטריבן דורך אן אנדער'ן כח. און דאס איז פשוט אלטמאדישע שנאת ישראל (נישט מדינת ישראל.). און זיי זענען נישט מבחין בין דם לדם. און זיי פארהערן קיינעם נישט צו מ'איז א קנאי אדער ציוני. דאס אנטי-ציוניזם און די מכלומר'שטע עוולות פון די ציונים זענען נאר א גוטער תירוץ פאר זיי. ווייל, לפי ידיעתי איז נאך קיין איין און איינציגער איד נישט געראטעוועט געווארן פון די ידי עשיו וישמעאל דורך די הבהרות פון נטרונא. אדער די פילע הפגנות וואו ערליכע אידן האבן קלאר ארויסגעזאגט זייער התנגדות צו ציונות.
א קליינע ראיה'לע וועל איך ברענגען צו מיינע ווערטער. בשעת די עראפלאן היידזשעקינג, וואס די דייטשע שגץ און שיקסע האבן פארכאפט מיט די הילף פון זייערע אראבישע פריינט, וועלכע האט געענדיגט אין ענטעבע, אוגאנדא, אין יאר '76 למספרם. האבן די טעראריסטן געמאכט א סעלעקציע. זיי האבן אפגעטיילט צווישן אידן און גויים פאסאזשירן אויף דעם עראפלאן. די גויים האבן זיי באפרייט און די אידן האבן זיי אריינגעלייגט אין געפענגענישט. איז געוועין דארט, צווישן די פאסאזשירן אן ערליכער, חסיד'ישער איד פון ווין, עסטרייך. ער האט אויכעט געהאט אן עסטרייכישן בירגערשאפט פאספארט. אויך האט ער געטענה'ט צו די טעראריסטן אז ער איז נישט קיין ציוני. און האט מיט ציוניזם קיין שום שייכות נישט. ס'האט איהם גארנישט געהאלפן. נאר זיי האבן איהם מיט די שפיץ פונ'ם ביקס אריינגעשטופט, צוזאמען מיט די אנדערע אידישע פאסאזשירן.
דעם סוף פון די מעשה וועל איך דא נישט איבערדערציילן. ווייל ס'האט צו טון מיט ציוניזם. און נישט איבער דעים איז דא דער וויכוח... 😕 😎 😈 😈 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

קדש הילולים » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:57 pm

· #217479
[ציטאט אראפגענומען]

לאמיר קלארשטעלן: ס׳זענען אודאי דא שונאי ישראל בזמנינו פינקט ווי אייביג, ס׳איז נישט מעגליך צו אנטלויפן פונם ביישעפער, וואס ער האט אזוי אוועקגעשטעלט דו גלות, ווי אויבן געשריבן אז ס׳איז א שטעקן פונעם אייברשטן,(דו גמ׳ זאגט דאך גדולה הסרת טבעת וכו׳ אויף המן הרשע).
נאר דו רעדע איז דא, צו מ׳קען נישט זאגן אז ציונות ברענגט און פלאקערט אויף אנטיסעמטיזם, אזוי האט געשריבן בערל בעל עגלה.(נאר אז נטרינא מאכט אנטיסעמטיזם קען מען זאגן..). ברענג איך ארויס אז ס׳איז לגמרי נישט ריכטיג. ווי ס׳איז פשוט שייך בדרך הטבע. און אודאי וויס׳שטייט אין די גמ׳ ווי אויבן דערמאנט.
אבער אז אן אראבער רעדט אנטסעמיטיש, איז עס טאקע דאס מ׳האמיר געשריבן, אז ציוניזם פלאקערט אויף אנטיסעמטיזם.
און נטרינא טענה׳ט דאך כסדר דאס, אז דו ציונים גיבן פאר דו אנטסעמיטן אין מויל אריין דו אלטע אנטסעמיטישע טענות. און אודאי איז נישט קיין ווינדער נאכדעם פארוואס שפראצט ליידער אנטיסעמטיזם?
איז דו ארבעט פון נטרינא צו פארשפרייטן אז יודן זענען נישט קיין ציונים, במילא נעמט מען אוועק דו תירוץ פון דו אנטסעמיטן. און אודאי דארף מען אלץ האבן א השגחה עליונה, אבער פשוטע השתדלות דארף מען טוהן.

ווייט פיש » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 6:03 pm

· #217480
@בערל בעל עגלה אויב דיר גייט נישט אהן און סשטערט דיר נישט וואס נטרונא טוט און די ביסט נאר ביזי מסביר זיין פארוואס עס איז אומנויטיג
נו וואס באדערט דיר אזוי ווען יענער טוט אומנויטיגע זאכן? זיי דיר בעסער מטפל מיט זאכליכערע זאכן

איחוד פעלד » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 6:09 pm

· #217482
מען פארזעהט א פשוטע נקודה.

פונקט אזויווי אסאך דא האבען פיינט אנדערע פאקציעס פין כלל ישראל, האבען אסאך גוים פיינט אנדערע פאקציעס פין אמונה.

דאס אז אז עס גייט עד כדי להמית דאס איז שוין ווייל דער מענטש איז א רוצח.

אראבער האבען פונקט אזוי פיינט קריסטען, אייסיס הרג'ט אויס גאנצע שטעט מיט קריסטען אין עיראק, כ'בין זיכער אז זיי זאגען אויך אז עס איז א גזירה מן השמים...

ישראל קאפקע » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 6:15 pm

· #217485
ר' בערל אויב דו געדענקסט האב איך דיר געפרעגט א פראגע עטליכע טעג צוריק (דאכט זיך אז סאיז געווען דיר ס'קען זיין אז איך בין זיך טועה) אויב דו ביסט מודא אז אנטיסעמיטיזם איז ביז זיבעציג יאר צוריק געווען קאנצענטרירט אין אייראפע אן איז היינט צוטאגס די שטארקסטע אין די אראבישע וועלט, דו האסט זיך ארויסגעדרייט פון געבן א קלארע קורצע ענטפער,

פאקטיש איז היינט די געפארפולסטע האס קעגן אידן קאנצענטרירט אין די אראבישע וועלט, נאך די חורבן אייראפע איז אייראפעאישע אנטיסעמיטיזם געווארן אלטמאדיש און 'אנקול', מצד שני האט אנטיסעמיטיזם פון די אראבישע וועלט עקספלאדירט נאך תש'ז-תש'ח, און ניין איך זאג 'נישט' אז ס'האט זיך אנגעהויבן דאן, און סאיז נישט געווען אזא זאך ווי אנטיסעמיטיזם פארדעם, סאו קום מיר נישט מיט דיין אויסגעדראשענע טענה איבער די פאגראם אין חברון אין תרפ"ט, אדער די דמשק בלוט בילבול,

פאקט בלייבט פאקט אז די גרעסטע גורם פון שנאת ישראל כהיום איז מדינת ישראל, נאר א שוטה קען זאגן אנדערש,
פאקט בלייבט פאקט אז צוליב מדינת ישראל קענען אידן נישט לעבן רואיג אין א גרויסן חלק פון אייראפע,
פאקט בלייבט פאקט אז א גרויסע חלק (ווארשיינליך רוב רובו) פון איבערפעלער אויף אידן איבער די וועלט איז צוליב מדינת ישראל,
פאקט בלייבט פאקט אז איבער א מיליאן אראבישע אידן זענען צוליב מדינת ישראל געווארן אזוי אומזיכער אין זייער היימלענדער וואו זיי האבן געוואוינט איבער צוויי טויזנט יאר (תימן) פופצן הונדערט יאר (איראק איראן סיריע וכו') און ווייניגסטנס פינף הונדערט יאר (טערקיי מאראקא וכו') אז זיי האבן געמוזט עמיגרירן/אנטלויפן,

צו לייקענען די פשוטע פאקטן דארף מען זיין אדער מוראדיג נאריש און קליינקעפיג, אדער גאר איגנאראנט אין היסטאריע און אין די מצב אין די וועלט היינט צוטאגס, אדער אזוי פארקוועטשט אין ציוניסטישע פראפאגאנדע, דעמאגאגיע און מיטאלאגיע אז מען איז בלינד צו זען וואס איז קלאר ווי די טאג,
און אזויווי די שונאים אויף קאווע שטיבל זענען על פי רוב סיי נישט קיין נארנים, און סיי נישט קיין איגנאראנטס, מוז מען אננעמען די דריטע אפציע אז זיי זענען בלינד פון זייער ציוניזם!

קדש הילולים » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 6:16 pm

· #217486
berlbalaguleh
קודש הילולים: דו פרעיגסט (רעטאריש) וואו איז די פראף. אז די אראבערס און אנדערע אנטיסעמיטן און שונאי ישראל זענען נישט מבחין צווישן איין איד און דעם אנדער'ן איידער זיי גיען ארויס מיט האס און רציחה אקעיגן אידן. 'על איך ענטפערן, "משם ראיה". פון דיין מעשה אליינס וואס דו פארציילסט פון אן ערשטהאנטיגע ידיעה. אז דער אראבישער טעקסי דרייווער איז געווארן ווילד און מלא רציחה אויף דעים איד (זיין פאסאזשיר.) ביז דער איד האט איהם געזאגט די דיבורים. האט ער זיך בארואיגט. אבער אין אלע אנדערע פעלער וואו אראבערס או9ן סתם אנטיסעמיטן למיניהם האבן פאגראמירט, גערצח'ט און באראבעוועט אידן און אידישע געשעפטן און זיי האבן נישט מבחין געוועין בין דם לדם.. נאר מזיק געוועין א יעדן איד וואס איז זיי אינטערגעקומען אינטער די הענט. ס'איז פונקט אזוי ווי עטץ זאגטס אז די מדינת ישראל סאלדאטן זענען רוצחים ווייל זיי באמבארדירן די "ציווילע" באפעלקערונג אין עזה און אנדערע פלעצער. אן מבחין צו זיין צווישן פאלעסטינער טאטעס און פעטערס, און מאמעס און קליינע קינדער (גמולי חלב שלא פשעו?). איך האב נאכנישט געליינט אין ענקער חשוב'ן ניו יארק טיימס אז די אראבישע דעמאנסטראנטן און פאגראמיסטן אין פאריז זאללן האבן פארהערט די אידן אויב זיי זענען בקי אין ויואל משה און על הגאולה ועל התמורה, איידער זיי האבן זיך אריינגעריסן אין שול. די זעלבע אין די פארשאלטענע מדינה דייטשלאנד. וואו מ'פראדוצירט די וואוילע און גוטע קארס בי.עם. דאבליו. און מערסעידעס, וואס די (ב"ה) פארמעיגליכע אידן פון קהילתנו הקדושה האבן אזוי ליעב צו קויפן און ליעסן. דארט האבן אויכעט די דייטשע און פאלעסטינער רוצחים נישט געשריגן "טויט צו די פארשאלטענע ציונים און זייער מדינה" נאר זיי האבן געשריגן און געטון "טויט צו די אידן". איים עם סארי. איך בין טאקע נישט קיין ציוני. אבער א איד ביניך ב"ה יא. איז, פארוואס (לשיטתכם) האבן זיי געשריגן אז זיי ווילן מיך אויכעט (ח"ו) הרג'נען?!
לאמיר שוין נישט רעדן פון היסטאריע. אז די נאציס , ימ"ש האבן נישט געפרעיגט קיין איינציגן איד ביי די סעלעקציעס אויב זיי זענען ציונים, אדער געהערן צום קנאי'שן לאגער. נאר זיי האבן זיי אלע געשיקט אין דעם זעלבן גאז קאמער און קרעמאטאריום (פי', אויוון.(. דעם גרעסטן קנאי און ערליכער איד צוזאמען מיט דעם גרעסטן ציוני און מזרחי'סט. צו ער האט טיא געלערנט דעם דף היומי אדער געשפיגן דערויף... 😕 😎 🙄 😈 😈 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 על אלה אני בוכייה 😢 😞 😉 😮

הוא אשר דיברתי!
ליין וואס איך שרייב פאר אנאנים. יעצט דער טעקסי דרייוער האט נישט מבחן געווען צווישן יידישקייט און ציונות, איז ער געווען ברוגז אויף ״יודן״, איינמאל ער ווערט געוואר אז ער האט מיט ציונות נישט קיין שייכות, איז אראפ דו שנאה.

יאיר » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 6:25 pm

· #217489
עס איז שוין צייט צו אויפהערן מיט די הלכה בידוע, דאס איז נישט קיין הלכה און ווערט נישט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך. אויב איז טאקע ריכטיג אז עס איז דא עפעס א הימלישע גזירה אז מען זאל אונז פיינט האבן, דאן וואלט דאס געווען א ראיה אז מען האט אונז אויך פיינט פון הימל ח"ו. און די קריסטן האבן טאקע גענוצט די אידישע צרות אלס א ראיה כאילו גאט אהאט אונז פארלאזט, מען דארף זיין א נאר צו איבער'חזר'ן די זעלבע שטותים.
לעצם הענין איז ווירקליך גאנץ קלאר אז די מדינה האט גורם געווען א ריזיגע שנאת ישראל אין די מוסלעמענער וועלט. אבער ווי איך בין מחולק מיט נטרונא איז אין דעם וואס זיי מאכן די מדינה א נארישע זאך, כאילו עס איז געווען סתם א תאוה און משוגעת פון אפאר ציונימ'לעך און א דאנק דעם ליידן אלע אידן. דאס איז דורכאויס פאלש. די סיבה פארוואס די מדינה איז צושטאנד געקומען איז טאקע צוליב די שנאת ישראל בעיקר אין אייראפע, און אויך אין אנדערע פלעצער, ווען מען האט געזען אז דער איד איז אין ערגעץ נישט זיכער האט מען אפגעמאכט אז מען מוז האבן אן אייגן לאנד מיט אייגענע וואפן זיך צו קענען באשיצן. דאס איז די מערסטע שכל'דיגע זאך געווען, און מעגליך אפילו היינט אויך. למעשה האבן אידן געליטן ביטערע צרות איבער די גאנצע וועלט, און די מערסטע שכל'דיגע זאך איז זיך צו צוזאמענעמען מיט אן ארמיי און זיך נעמען אין די הענט אריין. ווען מען וואלט דאס געטון מיט הונדערט יאר צוריק וואלט קיין האלאקאוסט קיינמאל נישט פארגעקומען, טראץ די שנאת ישראל פון די מוסלעמענער וואס דאס וואלט גורם געווען. און פארגעסט נישט אז נאך די צוויי וועלט מלחמה איז פשוט נישט געווען וואו צו גיין הונדערטער טויזנטער אידן זענען געבליבן שטעקן אויף אדמת אייראפע און קיינער האט זיי נישט געוואלט ארייננעמען. וואס האט מען געדארפט טון? נאכאמאל אויפשטעלן קהילות אין אייראפע כדי מען זאל אונז נאכאמאל קענען אויס'הרג'ען דארט פופציג יאר שפעטער?

קפנדריא » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 7:20 pm

· #217493
למה נקרא שמה "סיני", שמשם ירדה שנאה לאומות העולם...

אבער די וואס צובלאזן עס און העצן עס מער און מער האבן בלוט אויף זייערע הענט..

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 7:29 pm

· #217494
בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז מר. קודש איז 'אותה גברת בשינוי אדרת'?

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 7:52 pm

· #217499
ווייט פיש
@בערל בעל עגלה אויב דיר גייט נישט אהן און סשטערט דיר נישט וואס נטרונא טוט און די ביסט נאר ביזי מסביר זיין פארוואס עס איז אומנויטיג
נו וואס באדערט דיר אזוי ווען יענער טוט אומנויטיגע זאכן? זיי דיר בעסער מטפל מיט זאכליכערע זאכן

ר' ווייט פיש: לויט ווי איך זעה האסטו נאכנישט געכאפט די נקודה העיקרית פון מיין פזמון. איך זאג נישט (און האב קיימאל נישט געזאגט) אז די ארבעט פון נטרונא איז אומנויטיג. אדרבה. טעארעטיש (לכאורה) איז עס זייער שטארק נויטיג און וויכטיג. די נקודה איז אז ס'טוט (ליידער) גארנישט אויף. ווייל קיין איין אנטיסעמיט און רוצח האטזיך נאכנישט צוריקגעהאלטן פון זיינע מעשי רציחה, ווייל ס'איז דא א הסבר אז ערליכע אידן זענען נישט קיין ציונים. ווייל וואס ס'טרייבט זיי איז נישט אנטי-ציוניזם. נאר פשוט אנטיסעמיטיזם. און דאס אנטי-ציוניזם איז נאר א תירוץ, א כסות-עיניים פאר זייערע מעשים תעתועים.
אדרבה. ווען מ'וועט הערן אז די ארבעט פון נטרונא האט עושה פירות געוועין, און גויים וועלן אפן זאגן און ארויסווייזן בפועל אז זיי טשעפען נישט קיין אידן ווייל אינז זענען נישט זייערע שונאים, וועל איך זיין, בלי"נ פון די ערשטע און העכסטע שרייערס וואס וועלן אויסשרייען בקרית חוצות אז נטרונא איז גערעכט. (נישט אז זיי דארפן מיין הסכמה.( 😂 . אבער דערווייל ליידער איז די מציאות פארקערט. סוף פסוק. 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 8:00 pm

· #217500
שמעקעדיג: ייש"כ. דו האסט געפרעיגט און געזאגט זייער שיין בטוב טעם ודעת. אבער דער שמועס איז די זעלבע. פארוואס זאלל א גוי אין ברוקלין, בערלין אדער סידני, זיין אויפגערעיגט אויף זיין שכן דער איד וועלכער איז משכים ומעריב לביהמ"ד, און גייט זיך זיין וועיג, ווייל די ציונים באמבארדירן אין עזה? פון ווי און פארוואס נעמט דער גוי אן אז די אידן תושבי ארצות הגויים זענען ציונים? האבן די חסיד'ישע אידן פון ברוקלין אדער לאנדאן זיך משתתף געוועין אין אן אנטי-פאלעסטינער פאראד?... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

קדש הילולים » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:34 pm

· #217510
יאיא האט געשריבן:די סיבה פארוואס די מדינה איז צושטאנד געקומען איז טאקע צוליב די שנאת ישראל בעיקר אין אייראפע, און אויך אין אנדערע פלעצער, ווען מען האט געזען אז דער איד איז אין ערגעץ נישט זיכער האט מען אפגעמאכט אז מען מוז האבן אן אייגן לאנד מיט אייגענע וואפן זיך צו קענען באשיצן. דאס איז די מערסטע שכל'דיגע זאך געווען, און מעגליך אפילו היינט אויך. למעשה האבן אידן געליטן ביטערע צרות איבער די גאנצע וועלט, און די מערסטע שכל'דיגע זאך איז זיך צו צוזאמענעמען מיט אן ארמיי און זיך נעמען אין די הענט אריין. ווען מען וואלט דאס געטון מיט הונדערט יאר צוריק וואלט קיין האלאקאוסט קיינמאל נישט פארגעקומען, טראץ די שנאת ישראל פון די מוסלעמענער וואס דאס וואלט גורם געווען.


הגם ס׳איז בכלל נישט מן הענין פון וואס מ׳רעדט דא יעצט, דאך בין איך מוחה אויף דברי כפירה ממש וואס זענען דא געשריבן געווארן.
מיר זאגן יו״ט ביים דאווענען, ומפני חטאינו גלינו מארצינו, נישט ווייל מיר האבן נישט דאן געהאט א גוטע מיליטער זיך צו ״דעפענדן״ זענען מיר געגאנגן אין גלות אריין,ח״ו, נאר צוליב אונזערע עונות ופשעים מוזן מיר זיין אין גלות, און אפקומען און מתקן זיין דאס אלעס. יא, מיר דארפן זיין כשה א׳ בין שבעים זאבים, דאס איז די רצון ה׳, און נישט אלץ פארשטייען מיר פארוואס, פארווען, פארווי, אבער מיר זענען מאמינים בני מאמינים און מיר גלייבן אז אלעס איז זיכער פאר אונזער אמתדיגע טובה לעתיד, ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין(האפנטלעך בקרוב) צום ״כי אתה ה׳ באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה״, דורוך הקב״ה, דורוך משיח צדקינו.
אויך איז ממש כפירה צו זאגן אויף א גזירה וואס ס׳איז געקומן מן השמים, און מ׳האט ממש געזעהן אז ס׳איז געווען א גזירה אפי׳ שלא כדרך הטבע אין געוויסע זאכן, אז ״ווען מ׳וואלט ווען געהאט א מיליטער וואלט א האליקאסט קיינמאל נישט פארגעקומן״.
וכל זה הוא אהן דו טיפשות וועליכע ליגט אין דו ווערטער, היינט איז יא דא א מיליטער, נו, היינט וועט בדרך הטבע נישט פארקומען א האליקאויסט?! עס איז דא איינער היינט וואס זאגט אזוי?! ס׳איז דאך א געלעכטער, ווען נישט אמעריקע זאל שטיצן דו מדינה וואלט זי בדרך הטבע שוין לאנג איינגעשלינגען געווארן, נו וואס האט מען אויפגעטון מיטן מיליטער, מען מוז דאך סייווי צוקומען צו דעם גוי׳ס חסדים?..

יאיר » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:47 pm

· #217514
אויך איז ממש כפירה צו זאגן אז נאך די עקזיסטענץ פון די מדינה פאר פינף און זעכציג יאר אין א צי, וואס מ'האט ממש געזען אז דאס איז א גזירה מן השמים שלא כדרך הטבע צו פארזיכערן א היים פאר די אידן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה אם יהיה נדחך בקצה השמים משם יקבצך השם אלקיך, צו זאגן אז מיר זענען מחוייב צו בלייבן אין גלות און גיין ווי שאף צו דער שחיטה.

ישראל קאפקע » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:01 pm

· #217518
יאיר
אויך איז ממש כפירה צו זאגן אז נאך די עקזיסטענץ פון די מדינה פאר פינף און זעכציג יאר אין א צי, וואס מ'האט ממש געזען אז דאס איז א גזירה מן השמים שלא כדרך הטבע צו פארזיכערן א היים פאר די אידן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה אם יהיה נדחך בקצה השמים משם יקבצך השם אלקיך, צו זאגן אז מיר זענען מחוייב צו בלייבן אין גלות און גיין ווי שאף צו דער שחיטה.

כ'פארשטיי נישט פארוואס סאיז ממש כפירה? און וואס האט עס מיט פינף אין זעכציג יאר?
און וואס איז שלא כדרך הטבע? סאיז אפשר שלא כדרך העולם, אבער וויבאלד סאיז מע'ן מעי'ד איז עס נישט חוץ לדרך הטבע.

קדש הילולים » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:07 pm

· #217519
יאיר
אויך איז ממש כפירה צו זאגן אז נאך די עקזיסטענץ פון די מדינה פאר פינף און זעכציג יאר אין א צי, וואס מ'האט ממש געזען אז דאס איז א גזירה מן השמים שלא כדרך הטבע צו פארזיכערן א היים פאר די אידן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה אם יהיה נדחך בקצה השמים משם יקבצך השם אלקיך, צו זאגן אז מיר זענען מחוייב צו בלייבן אין גלות און גיין ווי שאף צו דער שחיטה.

דו האלטסט טאקע אז דער פסוק מיינט דו מדינה?!
דאס מיינט טאקע דו גאולה?! און דאס מיינט אז אידן האבן א ״היים״?!
אך און וויי צו אזא גאולה! איז דאס דו גאולה וואס מיר ווארטן שוין כמעט צוויי טויזענט יאהר?! א גאולה צו א לאנד ווי ס׳ווערן נעבעך געהרגעט דו מערסטע יודן א יאר פון אלע אנדערע לענדער?! א גאולה צו א לאנד ווי ס׳קומען ארויס דו גרעסטע רדיפות על הדת פון אלע אנדערע לענדער?! א גאולה צו א לאנד ווי ס׳גייט אן א ״שמד סיסטעם״ ווי אין קיין איין לאנד היינט?!
טאקע דאס מיינט ״יקבצך ה׳ אלקיך״?!
דו האלטסט טאקע אז אוזער נחמה אינם לאנגן גלות איז אט דו ״גאולה״?!
עד כדי כך אז ס׳איז שוין פשוט כפירה צו זאגן אז דאס איז נישט דו גאולה?....

יאיר » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:33 pm

· #217522
ישראל קאפקע
יאיר
אויך איז ממש כפירה צו זאגן אז נאך די עקזיסטענץ פון די מדינה פאר פינף און זעכציג יאר אין א צי, וואס מ'האט ממש געזען אז דאס איז א גזירה מן השמים שלא כדרך הטבע צו פארזיכערן א היים פאר די אידן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה אם יהיה נדחך בקצה השמים משם יקבצך השם אלקיך, צו זאגן אז מיר זענען מחוייב צו בלייבן אין גלות און גיין ווי שאף צו דער שחיטה.

כ'פארשטיי נישט פארוואס סאיז ממש כפירה? און וואס האט עס מיט פינף אין זעכציג יאר?
און וואס איז שלא כדרך הטבע? סאיז אפשר שלא כדרך העולם, אבער וויבאלד סאיז מע'ן מעי'ד איז עס נישט חוץ לדרך הטבע.

איך רעד לשיטת מר. קודש'ס פארקרומטע אידעאלאגיע אז איינער וואס גלייבט נישט אין דעם "גזירת הגלות" פון די האלאקאוסט איז א כופר, ווייל מ'האט ממש געזען אז ס'איז געווען שלא כדרך הטבע, קען מען אסאך ענדערש זאגן אז איינער וואס גלייבט נישט אין די ניסים פון הקמת המדינה און שיבת ציון איז א כופר. אדרבה, על צד אז די האלאקאוסט איז מן השמים און איינער זאגט אז ס'איז בדרך הטבע איז ער העכסטנס עובר אויף א רמב"ם הלכות תענית, אבער על צד אז די מדינה איז אן אתחלתא דגאולה איז דאך לייקענען דערין ממש כפירה בביאת המשיח ר"ל.

יאיר » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:36 pm

· #217524
קדש הילולים
א גאולה צו א לאנד ווי ס׳ווערן נעבעך געהרגעט דו מערסטע יודן א יאר פון אלע אנדערע לענדער?! א גאולה צו א לאנד ווי ס׳קומען ארויס דו גרעסטע רדיפות על הדת פון אלע אנדערע לענדער?! א גאולה צו א לאנד ווי ס׳גייט אן א ״שמד סיסטעם״ ווי אין קיין איין לאנד היינט?!

נישט אמת, אין אמעריקע איז אסאך ארגער. אין די מדינה לאזט מען מאכן מציצה בפה.

Big Boy » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 11:27 pm

· #217534
יאיר
קדש הילולים
א גאולה צו א לאנד ווי ס׳ווערן נעבעך געהרגעט דו מערסטע יודן א יאר פון אלע אנדערע לענדער?! א גאולה צו א לאנד ווי ס׳קומען ארויס דו גרעסטע רדיפות על הדת פון אלע אנדערע לענדער?! א גאולה צו א לאנד ווי ס׳גייט אן א ״שמד סיסטעם״ ווי אין קיין איין לאנד היינט?!

נישט אמת, אין אמעריקע איז אסאך ארגער. אין די מדינה לאזט מען מאכן מציצה בפה.



MBP is not the only issue that matters. Believe it or not there are other important issues besides MBP

diff » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 11:46 pm

· #217540
like KY Annex, brothers fighting in court and at the governor's office, mesirot, forcing and suing politicians Etc.

diff » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 7:51 am

· #217564
There is a new meaning to the word soneh
It does not mean those who take to the streets against us. Also not the group that made sure to damage all the tzadikim that were in wmb"g

Its those who criticize Kopka in Kava Shtieble

ישראל קאפקע » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:01 am

· #217566
diff
There is a new meaning to the word soneh
It does not mean those who take to the streets against us. Also not the group that made sure to damage all the tzadikim that were in wmb"g

Its those who criticize Kopka in Kava Shtieble

And I call them sonim on kaveh shtiebl for good reason,
קוק זיך גוט ארום, וועסטו זען אז קיין שום זאך אדער גרופע ווערט נישט קריטיקירט אויף קאווע שטיבל אפילו א צענטל וויפיל נטרונא און ניטורי קרתא ווערן קריטיקירט, באוואשן און אפילו געשאלטן, סאו שונאים אויף קאווע שטיבל = די וואס האסן נטרונא/ניטורי קרתא.

מצטמק ויפה » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:47 am

· #217573
לאמיר אביסל צירוק דרייען די אשכול אויף די רעלסן.
מיר זענען ברוך השם נישט אויפגעוואקסן אין דזונגעל, מיר זענען נישט קיין גרים, ממילא לאמיר זעהן וואס היסטאריע ווייזט, וויאזוי איז מען זיך אומגעגאנגען ווען כלל ישראל איז באטראפן געווארן מיט א גירוש וכדומה? צו האבן עס די תנאים, גדולים, צדיקים, באשולדיגט אויף דעם הלכה בידוע ( וואס ווי געשריבן אויבן האט עס נישט קיין שום מקור אויף שנאה בין ישראל לעמים נאר דירעקט בין יעקב לעשו) אדער אויף די שוואכקייט פון די אידישע פאלק, וכד' אדער מען האט עס אנגעלייגט אויף עפעס א חטא וואס כלל ישראל איז באגאנגען אין יענע תקופה?

די תירוץ איז זייער פשוט; מען האט זיך קיינמאל ארויס געדרייט מיט'ן תירוץ פון הלכה בידוע כאטש וואס עס איז די גרינגסטע וועג ארויס.

לאמיר מקדים זיין וואס די חוות דעת שרייבט אין זיין הקדמה אויף מגילת איכה: סתם צו לערנען און ליינען היסטאריע און טראגעדיאס וואס כלל ישראל איז אדורך, אן דעם וואס מען זאל פארציילן די סיבה פארוואס עס איז געקומען, איז סתם פארברענגט צייט און האט נישט קיין פשט. פארציילן היסטאריע מוז קומען מיטן חטא פארוואס דאס איז געשעהן און נאר דאן האט מען אויפגעטוען מיט'ן ליינען, הערן, פארציילן, היסטאריע.

איז לאמיר צירוק גיין א צוויי טויזענט יאר. עס איז געשעהן דעם ביטערן חורבן פון בית ראשון, כלל ישראל איז פארטריבן געווארן אין גלות צום ערשטן מאל נאכן אנערקענען אונעם גרויסן באשעפער. זענען געקומען די סאטמערע תנאים און זיך גלייך אנגעלייגט אויף עפעס, שפיכת דמים, גילו עריות, עבודה זרה. העי? פארוואס? וואס איז שלעכט מיט הלכה בידוע, אדער א פראבלעם מיט די מיליטער?

ביים צווייטען בית המקדש, אודך, דאסמאל וועגן שנאת חינם אבער עס איז דא סאך א גרינגערע ווע"י אוי"ט אבער ניין.

גזירת ת"ח ות"ת איז ידוע די מי שברך פונעם תוס' יו"ט אויף ווער עס רעד נישט ביים דאווענען, ווייל ער האט געהאלטן אז די גזירה איז געקומען וועגן דעם. (האללא ער איז אויך געווען א סאטמערער?!?!)

גירוש שפאניע, די יעב"ץ האט ארויסגעגעבן א גאנצע חיבור מעריך צו זיין צילוב וועלכע חטא דאס איז געקומען.

און אפילו יעצט ביים צווייטען וועלט מלחמה איז געווען די וואס האבן זיך חולק געווען מיטן שיטה פון סאטמער רב און עס אנגעלייגט אוף סימעליזאציע און די נירעמבערג געזעצן איז געווען מדה כנגד מדה וכו' אבער ווייטער נישט הלכה.

ממילא אפצופרעגן סאטמער רב מיטן טענה אז עס איז פשוט געקומען מכח הלכה אדער וכדומה איז נישט אידישלעך און תורה'דיג. סך הכל האט ער געטוען די האום ווארק פאר וועלכע חטא עס איז געקומען.

diff » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 9:02 am

· #217575
דאסמאל וועגן שנאת חינם
Well said . Many Jews helped the Nazis destroy us. And everybody was busy only with himself. Only in Israel we work together

קדש הילולים » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 10:29 am

· #217583
יאיר
קדש הילולים
א גאולה צו א לאנד ווי ס׳ווערן נעבעך געהרגעט דו מערסטע יודן א יאר פון אלע אנדערע לענדער?! א גאולה צו א לאנד ווי ס׳קומען ארויס דו גרעסטע רדיפות על הדת פון אלע אנדערע לענדער?! א גאולה צו א לאנד ווי ס׳גייט אן א ״שמד סיסטעם״ ווי אין קיין איין לאנד היינט?!

נישט אמת, אין אמעריקע איז אסאך ארגער. אין די מדינה לאזט מען מאכן מציצה בפה.

נאכאמאל, אונז זעמיר אין גלות, כשה א׳ בין ע׳ זאבים, און אין אלע דורות איז געווען גזירות אויף אונז יודן, און אפילו אין היינטיגן פרייע גלות שיקט אונז הקב״ה דערמאנינגען אז מיר זענען נאך אין גלות. אבער טאקע דערפאר רעדט זיך קיינער נישט איין אז מ׳איז שוין אויסגעלייזט! ס׳פאלט פאר קיינעם נישט ביי! איז דעריבער גאר ווינדערלעך אז מ׳קען זיך איינרעדן אז דוקא אין דו לאנד וואס אידן זענען דארט אנגעוויזן אויף דו מערסטע רחמי שמים ברוחניות ובגשמיות, אז דאס זאל טאקע מיינן דו פסוק ״יקבצך ה׳ אלקיך״, חס מלהזכיר.
מיר זאגן אין דו וואכן דו הפטורות פון ז׳ דנחמתא, און אויף אזא גאולה און אזא נחמה ווארטן מיר, קוק אריין אין דו פסוקים אביסל, דארט זעט מען וואס הייסט א גאולה. דאס זענען דו פשוטע אלף בית פון א איד, א מאמין בה׳ קען נישט אנדערש טראכטן.

I'm back » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 10:38 am

· #217584
ישראל קאפקע
diff
There is a new meaning to the word soneh
It does not mean those who take to the streets against us. Also not the group that made sure to damage all the tzadikim that were in wmb"g

Its those who criticize Kopka in Kava Shtieble

And I call them sonim on kaveh shtiebl for good reason,
קוק זיך גוט ארום, וועסטו זען אז קיין שום זאך אדער גרופע ווערט נישט קריטיקירט אויף קאווע שטיבל אפילו א צענטל וויפיל נטרונא און ניטורי קרתא ווערן קריטיקירט, באוואשן און אפילו געשאלטן, סאו שונאים אויף קאווע שטיבל = די וואס האסן נטרונא/ניטורי קרתא.


און אזוי אויך ווערט קיינער נישט געשאלטן אזוי פיל ווי די נאציס.

קדש הילולים » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:08 am

· #217593
ישראל קאפקע
diff
There is a new meaning to the word soneh
It does not mean those who take to the streets against us. Also not the group that made sure to damage all the tzadikim that were in wmb"g

Its those who criticize Kopka in Kava Shtieble

And I call them sonim on kaveh shtiebl for good reason,
קוק זיך גוט ארום, וועסטו זען אז קיין שום זאך אדער גרופע ווערט נישט קריטיקירט אויף קאווע שטיבל אפילו א צענטל וויפיל נטרונא און ניטורי קרתא ווערן קריטיקירט, באוואשן און אפילו געשאלטן, סאו שונאים אויף קאווע שטיבל = די וואס האסן נטרונא/ניטורי קרתא.

ווען פנחס האט געטון דו מעשה מיט זמרי, און דו תוה״ק האט געזאגט הננו נותן לו את בריתי שלום, וואס טראכט איר האבן אידן געהאלטן פון פנחס׳ן? מן הסתם האט מען אים געקושט דו פיס, ניין? זאגט אונז רש״י, לפי שהיו השבטים מבזים אותו, הראיתם בן פוטי זה שפטם אבי אמו עגלים לע״ז וכו׳.
נו, לכאורה איז דאך נישט צום פארשטיין, ער האט דאך פשוט געטון דעם רצון השם, און מיט דעם האט ער אראפגענוען דעם חרון אף פון כלל ישראל, ולא כיליתי את בני ישראל, נו פארוואס איז מען אזוי מבזה?!
נאר ווען עס קומט צו טון פאר כבוד שמים (ואפי׳ צו העלפן יודן פון א חרון אף!) קאסט עס א פרייז פון השבטים מבזים אותם...

איחוד פעלד » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 6:46 pm

· #217687
berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. דו האסט געפרעיגט און געזאגט זייער שיין בטוב טעם ודעת. אבער דער שמועס איז די זעלבע. פארוואס זאלל א גוי אין ברוקלין, בערלין אדער סידני, זיין אויפגערעיגט אויף זיין שכן דער איד וועלכער איז משכים ומעריב לביהמ"ד, און גייט זיך זיין וועיג, ווייל די ציונים באמבארדירן אין עזה? פון ווי און פארוואס נעמט דער גוי אן אז די אידן תושבי ארצות הגויים זענען ציונים? האבן די חסיד'ישע אידן פון ברוקלין אדער לאנדאן זיך משתתף געוועין אין אן אנטי-פאלעסטינער פאראד?... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮



פאר די זעלבע סיבה וואס אונז האבען מיר פיינט דער אראבער וואס איז דיין שכן און ביקט זיך צו מעקא פינף מאל א טאג.

petergrifin » זונטאג מערץ 15, 2015 1:57 am

· #258613
מײקל דאגלעס האט געשריבן אן אפ–עד װעגן אנטיסעמיטיזים.
זײן טאטע איז געװען איד און זײן מאמע א גוי׳ע.

<a class="postlink" href="http://www.latimes.com/opinion/op-ed/la-oe-0315-douglas-anti-semitism-20150315-story.html">http://www.latimes.com/opinion/op-ed/la ... story.html</a>

Buddy » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 4:05 pm

· #415775
We may be witnessing the beginning of the end
Originally posted to the MIDA website}

We may be witnessing the beginning of the end of the Jewish diaspora. While the anti-Semitic terrorist attack against a synagogue in Pittsburgh is a grave warning for American Jewry, the danger for Jews in Scandinavian countries, France and Britain has been evident for some time.


The Jewish diaspora is the most enduring exile in human history. For 2000 years, the Jewish people has been scattered across the globe and contributed disproportionally to humanity. Against all odds, Jews have survived persecution from the times of Babylon and Rome to the Spanish Inquisition, Soviet Russia, Nazi Germany and Islamist terrorism.

Before the establishment of modern Israel, the destiny of millions of Jews was decided by the whims of different non-Jewish rulers in Christian Europe and the Muslim world. Being forced to flee with short notice with little more than a suitcase was the harsh reality for generations of Diaspora Jews. Islamist Jew-hatred has virtually wiped out once thriving ancient Middle Eastern Jewish communities from Morocco to Iran.

As late as 1939, most of the world’s Jews lived in Europe and Russia. As a result of Nazism, Communism and emigration to Israel and America, only a fraction remains. Seven decades after the Holocaust, European Jewry is ageing and assimilating while facing increasing levels of antisemitism from Islamism and extremists on the Right and Left.

Generations of Jews have referred to America as “The Golden Medina” – the golden country of endless freedom and opportunity. The American Jewish community is the largest and most successful Jewish population in the history of Jewish diaspora. In fact, many assimilated US Jews with little affiliation with Israel and Jewish peoplehood, no longer consider themselves living in exile at all.

Historically, antisemitism in America was relatively mild compared to traditional European Jew-hatred. Anti-Jewish discrimination and bigotry in the United States rarely translated into European-style pogroms. However, an increasing number of US Jews are gradually recognizing that there is a growing trouble in their cherished American home. A recent report by the Los Angeles County Commission on Human Relations, shows that 72% of all religious hate crimes in Los Angeles in 2017 targeted Jews. While many liberals talk about Islamophobia, only 12% of all religious hate crimes targeted Muslims. Furthermore, the reports shows that the proportion of religious hate crimes against Jews in Los Angeles have increased from 68% in 2016 to 72% in 2017. For sure, Jew-hatred in America is by no means limited to Los Angeles.

Jewish leaders in Sweden recently admitted that there is likely no Jewish future in Sweden. According to a 2015 poll, 58% of British Jews doubt whether there is a Jewish future in Europe.

Private talks with family members and friends whether to stay or emigrate, is no longer limited to European Jewry. An increasing number of US Jews privately ask themselves whether there is a Jewish future in America. The recent anti-Semitic lethal attack on a Pittsburgh synagogue is certainly not reassuring.

More and more US Jews who for generations viewed America as a blessed final stop, are starting to look at alternative places like Canada or Israel. Even most pessimists don’t believe that a Holocaust could take place in 21st century America. However, the American Jewish community is not as confident and certain as it was a few years ago.

Many Jewish and non-Jewish liberals blame President Trump for the growing antisemitism. However, President Trump has strongly condemned Jew-hatred including the latest anti-Semitic attack in Pittsburgh. President Trump has also been far more supportive towards Israel than his predecessors have. Jew-hatred in America existed long before Trump. While threats from fringe Neo-Nazis are real, Islamists and Leftist extremists are responsible for the majority of Jew-hatred in Europe and America.

Some post-Zionist critics have argued that the most dangerous place for Jews is Israel. The Jewish state does face serious challenges from hostile neighbors. However, unlike Diaspora Jewry, Israeli Jews have a Jewish state and a Jewish army to protect them.

The number of lethal terrorist attacks in Israel have dropped significantly since Arafat launched the Second Intifada terrorist war on Israel in the early 2000s. By contrast, Islamist terrorist attacks have increased dramatically in America and especially in Europe.

Affected by 19th century romanticism, Theodor Herzl wrongly believed that return of the Jewish people to its ancestral homeland Israel would end antisemitism. However, pragmatists like David Ben-Gurion, Golda Meir and Menachem Begin did not harbor these illusions.

Antisemitism will not disappear any time soon. What has changed dramatically is that today there is a powerful Jewish state. Only in Israel is the Jewish people capable of defending itself by itself.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2018 8:25 pm

· #415929
מאך זיכער: דער ..."ראביי"... טאויטא הערט זיך ווי אן אפריקאנער גלח. אפשר א קרוב צו בישאף טו טו...?! ער קען גיין דרשנ'ען צו זיינע פאלקס מענטשן אין הארלעם. אדער גאר אין אן אפריקאנער דזשאנגל...!

הקטן » פרייטאג נאוועמבער 2, 2018 8:15 am

· #415957
מאך זיכער

It's a fact that Jews control Hollywood
It's a fact that Jews dominate the banking industry
It's a fact that banks controlled by Jews own all the pharmaceutical companies
It's a fact that Jews created Communism and tried to destroy Christianity from Russia
It's a fact that Jews and Muslims dominated the slave trade
It's a fact that Jews control the porn industry
It's a fact that Jews control the United States
It's a fact that Jews openly brag and take credit for all the third world immigration into European countries


wow
זייער אימפרעסיוו, וואו אזוי מאכן מיר דאס? ווייניגער וואו א פערטעל פרעסענט פין וועלט פאפעלאציע
בלאט: 1 2 3