☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » די סיבה פון אנטיסעמיטיזם

די סיבה פון אנטיסעמיטיזם

130 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6984
בלאט: 1 2 3

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 2, 2018 10:15 am

· #415960
איחוד פעלד
berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. דו האסט געפרעיגט און געזאגט זייער שיין בטוב טעם ודעת. אבער דער שמועס איז די זעלבע. פארוואס זאלל א גוי אין ברוקלין, בערלין אדער סידני, זיין אויפגערעיגט אויף זיין שכן דער איד וועלכער איז משכים ומעריב לביהמ"ד, און גייט זיך זיין וועיג, ווייל די ציונים באמבארדירן אין עזה? פון ווי און פארוואס נעמט דער גוי אן אז די אידן תושבי ארצות הגויים זענען ציונים? האבן די חסיד'ישע אידן פון ברוקלין אדער לאנדאן זיך משתתף געוועין אין אן אנטי-פאלעסטינער פאראד?... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮



פאר די זעלבע סיבה וואס אונז האבען מיר פיינט דער אראבער וואס איז דיין שכן און ביקט זיך צו מעקא פינף מאל א טאג.

איחוד פעלד: ס'איז א גרויסער חילוק. דער פאלעסטינער וועלכער איז רח"ל מיין שכן. וועלכער בוקט זיך 5 מאל א טאג צו מעקקא, קען נאכ'ן בוקן זיך, ארויסגיין און שטעכן אדער באמבארדירן אידישע יחידים אדער בתי מדרש...! ווען איז דאס לעצטע מאל וואס דו האסט געהערט אז א איד זאלל גיין באמבארדירן א מאסק. אדער שטעכן א פאלעסטינער...?!

אונטער חכם » פרייטאג נאוועמבער 2, 2018 11:43 am

· #415965
Re: די סיבה פון אנטיסעמיטיזם
berlbalaguleh
ווען איז דאס לעצטע מאל וואס דו האסט געהערט אז א איד זאלל גיין באמבארדירן א מאסק. אדער שטעכן א פאלעסטינער...?!


מינימום צוויי מאל אין די לעצטע פינעף יאר האבן אידן פארברענט פאלעסטינער קינדער.

(דאס איז חוץ די הונדערטער אומשולדיגע וואס זענען געשטארבן אין די מלחמות, וואס איז טאקע פאר סעלף דעפענס, אבער פאר די טויטע, און זייערע פאמיליעס, איז נישט קיין גרויסע חילוק צו עס איז יא געווען בארעכטיגט אדער נישט, למעשה זענען זיי טויט.)

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 2, 2018 3:36 pm

· #415976
אונטער חכם: אז דו ביסט שוין יא מדייק. וועלל איך אויך מדייק זיין און מאכן א חילוק. ווען איז דאס לעצטע מאל וואס דו האסט געהערט אז אן ערליכער איד זאלל גיין באמבארדירן אדער שטעכן א מוסלמעינער אין אמעריקע...?!

קורקלענד » פרייטאג נאוועמבער 2, 2018 5:31 pm

· #415979
@מאך זיכער, איז נישט דאס גענוי דעם רבי'נס שיטה?

מיימון » זונטאג נאוועמבער 4, 2018 4:38 pm

· #416031
איתא בצייטונג, ס'שטייט אין צייטונג (שוין ווייטער...) וזה לשונו: דער פאלעסטינער אמבאסאדאר אין ענגלאנד האט אפילו ארויסגעשיקט א טוויט אין די ענגלישע שפראך פארלאנגענדיג אז די מערדערליכע אטאקע "דארף פאראייניגן אידן, (להבדיל) קריסטן, און מוסלעמענער פאר א פשרה'לאזן קאמף קעגן אלע סארט האס און ראסיזם. עד כאן לשונו.

וואס מאכט מיר וואונדערן צו זענען אידן טאקע מער עקסטרעם סעקטעריש און אפשר ראסיסטיש אפילו פון די מוסלעמענער וואס זענען בארימט מיט זייער אומטאלעראנץ? אדער איז דער אמבאסאדאר נאר זייער גביהה בן פסיסא גאי א שטייגער וואו אונזערע חשובע פאליטישאנס (א.ג. עסקנים) וואס מעגן זאגן אלעס "צו געפעלן פאר די גויים" און דערנאך זאגט מען שטילערהייט ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד?

איך וויל נישט ציען קיין מסקנות.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 4, 2018 4:44 pm

· #416032
מיימון: אבער עם כל הכבוד צו דעם חשוב'ן פאלעסטינער אמבאסאדאר אין ענגלאנד. קלינגט דער פארלאנג א ביסל היפאקריטיש. כלשון בני אדם..."קוק ווער ס'רעדט"...! ס'הייסט אז די גרויזאמע און ברוטאלע פאלעסטינער שחיטות אויף יחידים און גאנצע משפחות איז אין ארדענונג. ווייל ס'איז געטון אין נאמען פון פאלעסטינער פרייהייט. משא"כ ווען א ווייסער, קריסטליכער נאצי טוט עס איז עס נישט אין ארדנונג. און ס'רופט צו אחדות און פאראייניגונג...!

מיימון » זונטאג נאוועמבער 4, 2018 4:48 pm

· #416033
אבער דער אומפארשעמטער פארטרעטער פון א מערדערישע פאלק וואס רצחט קינדער אין נאמען פון זיין נביא ווייסט אויך אז עס איז אמאל דא א צייט ווען מען דארף זיין נייס און כאטש רעדן פון צוזאמלעבן. אבער דער ארטאדאקסישער איד קען דאס אפילו נישט אויפן מויל ברענגען. אינטערעסאנט?

אונטער חכם » זונטאג נאוועמבער 4, 2018 11:10 pm

· #416054
Re: די סיבה פון אנטיסעמיטיזם
דו ווייסט נישט אז ביי זיי איז דא א קלארער היתר אויף כל דבר אסור ווען עס איז לצורך המלחמה קעגן די אינפידעלס, זעהט אויס אז ער האלט אז א חלק פון די מלחמה איז צו ווייזן א שיין פנים ווען עס פעלט אויס.
ביי אונז איז נאר מותר קדלי דחזירי , נישט זיך מתחבר זיין מיט פושעים.

מיימון » מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 8:49 pm

· #418426
עס האט זיך לעצטנס געטון א שטורעם אויף טוויטער ווען דער באקאנטער פארשוין לואיס פאראקאן האט פארגליכן אידן צו שרצים. היינט האב איך זיך צוגעהערט צו א געוויסע רעקארדירונג וואו עמיצער פארציילט א מעשה, בתוך הדברים ערווענט ער אז זיין שכן א א.ג. "גוי" האט געהאט א זעקס יעריגן קינד, אבער אנשטאט זאגן קינד זאגט ער א "שרץ" (שראץ). ויהי לפלא.

אונטער חכם » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 1:20 am

· #418607
Re: די סיבה פון אנטיסעמיטיזם
זעהט אויס ער האלט ווי די מסקנא פון טוויטער אז מען מעג עס יא זאגן.
(זיי האבן דאך נישט אראפגענומען פאראקאן)

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:10 pm

· #418668
אונטער חכם: היינו טעמא ד'טוויטער והיינו טעמא ד'פעיסבוק, אינסטעגרעם, וכל מיני סאושל מידיא. פארוואס זיי האבן נישט אראפגענומען דעם היטלער פון אמעריקע'ס אנטיסעמיטישע טוויעטס. ווייל זיין עלטער זיידע ערגעצוואו אין די דזשאנגלס פון אפריקע האט געכאפט א שטארקן סאנ בוירן. און ער האט באקומען טונקל שווארצע הויט. און די פנים און שכל פון זיין קאזין די גאריללא...! אויך. ווייל א איד איז נישט עלול צו מאכן ראיאטן און פארברענען גאנץ אמעריקע. אבער פאראקהאן'ס אנהענגערס, יא...!

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 4:55 pm

· #418684
די סיבה פון אנטיסעמיטיזם?! כמים הפנים לפנים, כן לב האדם לאדם, ואידך פירושא זיל גמור...

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 8:41 pm

· #418744
רביה"ק: די אידן אין אויגוסט פונ'ם יאר '91 למספרם האבן ארויסגעוויזן פריינטשאפט צו זייערע שווארצע שכנים. וואס האבן זיי צוריקבאקומען דערפאר?! א ראיאט וואו די צעיושעטע שווארצע אנטיסעמיטישע חיות און רוצחים האבן געשטאכן און געפלינדערט דאס אידישע פארמעגן. און די אידישע גופים. מיט'ן תירוץ אז א אידישער דרייווער האט גורם געווען דעם טויט פון א שווארץ שגץ'ל. ווען דער עכטער מערדער איז גאר געווען א ניגגער וועלכער איז אריבערגעפארן א לייט נאך פאר ס'איז געווארן גרין פאר איהם. און ער האט אריינגעשטופט די קאר פון דעם אידישן דרייווער ר' יוסף ליפש אין די וואנט פונ'ם סיידוואק וואו די שווארצע קינדער האבן זיך געשפיעלט. אויף די ערשטע נייעס באריכטן פונ'ם עקסידענט האבן די נייעס ארגאניזאציעס געוויזן דעם קליפ פונ'ם קאר וואס האט גורם געווען דעם עקסידענט. אבער שפעטער האבן זיי דאס ארויסגעשניטן...!

(ס'איז געווען א אליוו קאליר שעווי מאליבו)

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 8:46 pm

· #418745
א. דאס האט גארנישט מיט אנטיסעמיטיזם צוטאן, די חברה פון וועמען דו רעדסט שלאגן זיך צווישן זיך אויך.

ב. ארויסווייזן פריינדשאפט איז נישט קיין סתירה צו סופרעמיזם, מ'קען זיין זייער פריינדליך צום גוי (ס'דאך א חילול השם...), און נאכאלץ זאגן פאר די קינדער "די שמוציגע גוים".

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 5:36 pm

· #418861
האסט א שפיץ אז אונזער אויפרייסערישקייט איז גורם אסאך שנאה, אבער דאס איז בעיקר לאקאל. שווער צו גלייבן אז דער גוי אין וויאמינג האט פיינט כלל ישראל וועגן שומרים מיט סובורבענס.

דאס וואס דו שרייבסט אז רוב גויים פארשטיין מדינת ישראל און האבן אונז נישט פיינט וועגן דעם, איז ליידער נישט ריכטיג. איך האב מורא דו לעבסט אין א באבל.
איך לייען אסאך ניייעסלעך וועגן מדינת ישראל אין די מידיא וועלכע ערלויבט די ליינער צו שרייבן קאמענטס. איך וואלט געזאגט אז 60-70% פון די גויים האלטן אז מדינת ישראל איז נישט גערעכט און זענען רוצחים, און נעמען זיך ענדערש אן פאר די פאלעסטינער רוצחים.
אז דו ווילסט קען איך דיר געבן אפאר לינקס (סיי פארגאנגענע נייעס צי צוקונפטיגע) וואו איך בין דיר מכבד צו ליינען די קאמענטארן. כ'זאג דיר אז ס'איז נישט געזונט פאר'ן הארץ דאס צו ליינען.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:19 pm

· #418903
רביה''ק זי''ע
א. דאס האט גארנישט מיט אנטיסעמיטיזם צוטאן, די חברה פון וועמען דו רעדסט שלאגן זיך צווישן זיך אויך.

ב. ארויסווייזן פריינדשאפט איז נישט קיין סתירה צו סופרעמיזם, מ'קען זיין זייער פריינדליך צום גוי (ס'דאך א חילול השם...), און נאכאלץ זאגן פאר די קינדער "די שמוציגע גוים".

רביה"ק זי"ע: נישט אייביג איז עס דער איד וואס ווייזט ארויס דעם נישט ריכטיגן פנים אדער צוגאנג צו די טונקל הויטיגע אפריקאנער אמעריקאנער אינדיווידועללן. א סאך מאל איז עס זייער אייגענער קאמפלעקס וואס שטערט צו האבן א נארמאלע רילעישאנשיפ. למשל. איך האב, מיט א סאך יארן צוריק געארבעט אין קאנסטראקשן צוזאמען מיט עטליכע גויים. ובתוכם א שחור. ווען ס'איז געקומען לאנטש טיים איז די גאנצע חבריא (קדישא?) געגאנגען צו א באר. וגם אני בתוכם. די גויים האבן געארדערט ביר. און איך האב גענומען סתם א דרינק. ווען דער שחור האט מיר געאפפערט ביר, האביך איהם אפגעזאגט בדרך כבוד. מיט דעם פשוט'ן טעם אז איך ווילל נישט טרינקען אלקאהאל אינמיטן די ארבעט. האט ער זיך אינגאנצן באליידיגט. (אדער האט ער זיך געמאכט.)...זאגנדיג אז איך ווילל נישט טרינקען מיט איהם ווייל ער איז א שחור...!

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 12:20 am

· #419112
שטייט אין די הייליגע גמרא אין מסכת שבת דף פט. אזוי: רב חסדא ורבה ברי' דרב הונא דאמרי תרווייהו מאי הר סיני הר שירדה שנאה לעכו"ם עליו:

און די סיבה איז פשוט, אז דו טראכסט אז די גוי איז שמוציג און אומווערדיג, אויטאמאטיש טראכט די גוי אז דו ביזט שמוציג און אומווערדיג, כמים פנים לפנים כן לב האדם לאדם. און איינער וואס זוכט זיך אנדערע תירוצים פאר אנטיסעמיטיזם, איז א כופר אין די הייליגע דברי חז"ל, און האט נישט וואס צו זוכן דא אין שטיבל.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 9:09 pm

· #419208
רביה"ק זי"ע: איך וועלל דיר נאר פארציילן א קליינע מעשה'לע וואס דער גרויסער שרייבער חיים גראדע פארציילט...!

ווען ס'האטציך שוין אנגעהויבן די עכט אנטיסעמיטישע צייטן אין פאר מלחמה'דיגן פוילן. (דאס האט גארנישט צו טון מיט דעם פאקט אז די דייטשע נאציס האבן אינוואדירט פוילן אין יאר 1939) זענען געווען אידן האלב פרייע פויגלען, וועלכע האבן ביז דאמאלס געהאט א גאר נאנטן שייכות מיט די גויים. איינער אזא פארשוין איז געווען וועם מ'האט גערופן ..."דער סאלדאט מיט איין פוס"...ער איז געווען א וועטעראן פון די ערשטע וועלט מלחמה וואו ער האט פארלוירן א פוס. ער האט אבער ארומגעוואנדערט איבער א גרויסן טייל פון פוילן. סיי צווישן אידן און סיי צווישן גויים. ווען ער איז געקומען צווישן גויים האט איהם נישט געשטערט אז דאס עסן איז נישט כשר. אבער ווען ער האט שוין דערשפירט די שטארקע שנאה פון די גוי'אישע באפעלקערונג צו די אידן, האט ער זיך איינגעצויגן. און זיך געסעטלט און באזעצט אין די אידישע געגנט פון ווילנא (דאמאלס א טייל פון פוילן). איז אבער געווען דארט אן אנדער סארט כאראקטער, וועם מ'האט גערופן דער איד'ל מיט'ן פידל. ער האט נאכאלץ ארומגעוואנדערט צווישן די גויים און זיי אונטערגעהאלטן מיט זיין פידעלע. ער פלעגט גיין צו די גוי'אישע פריצים און שפילן ביי זייערע הוליאנקעס. און ווען ער האט באקומען א שטיק ברויט מיט חזיר איז ער געווען גליקליך...! איין טאג האבן די גויים פון א געוויסן שטעטל גערופן די ראשי הקהילה און געזאגט אז זיי זאללן קומען אפנעמען זייער טויטן זשיד...די גויים האבן איהם געהרג'עט. כאטש ער איז געווען אויסגעקאכט מיט זיי. און קיינער האט נישט גערופן פאליציי. און קיינער האט נישט געמאכט קיין שום אויספארשונג. איבער ווער ס'האט איהם געהרג'עט...! עד כאן סיפור המעשה...!

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 2, 2019 11:04 pm

· #421018

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 12:10 am

· #421029
אט דא זאגט ער קלאר ארויס וואס דער מצב איז געווען אין דייטשלאנד אין יענע תקופה. אז די מציאות איז געווען אז דער המון עם האט אקטיוו געמאכט היטלער'ס כאראקטער. ד.מ. אז דער המון עם אין דייטשלאנד האט אקטיוו מיטגעהאלטן די אלע העצערייען אקעגן די אידן...!

דאס קומט אונז צו לערנען נישט אזוי ווי א סאך סאטמאר-ערצויגענע מענטשן וועלכע וועללן פארענטפערן דעם דייטשן המון. און אייביג בלעימען די אידן. קרי די..."ציונים"...! זיי באשולדיגן די..."ציונים".. אין האלקאוסט. אבער דאס דייטשע פאלק איז גוט. און זיי וועללן ענדערש פארן מיט די דייטשע עירליין לופטהאנזא ווי מיט אל על. ס'נישט אז פארן מיט אל על איז אזא גרויסע מציאה. איך האב אזא פאנטאזיע אז ווען איינער פון די גאר גרויסע און חשוב'ע רבנים ואדמורים וועלכער האט זייער ליעב געהאט צו פארן מיט לופטהאנזא האט ציך אויפגעוועקט פון זיין נאכמיטאג דרימל, האט איהם די דייטשקע. די פלייט אטענדאנט געזאגט...."הערר ראבינער. וויר זינט אנגעקאממען נאך אוישוויץ"...!

מי אני » דאנערשטאג אפריל 25, 2019 11:32 am

· #429028
Re: די סיבה פון אנטיסעמיטיזם
לגבי אן אפהאנדלונג איבער די סיבה פאר אנטיסעמיטיזם וואלט איך רעקאמענדירט דעם ביך Why the Jews דורך הרב יוסף טעלושקין (און דענניס פרעגער). ער רעדט דארט אויך ארום בנוגע אנטיסעמיטיזם ווס. אנטי-ציוניזים (פון די אוה״ע).


Sent from my iPhone using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 25, 2019 11:40 am

· #429029
די טענה אז ציונות ברענגט אנטיסעמיטיזם איז טפשוטתדיג ביז גאר, פונקט קאפויער, אנטיסעמיטיזם האט געברענגט ציונות. די גאנצע עצם רעיון הציונות האט זיך אנגעפאנגען אלץ אן ענטפער צו אנטיסעמיטיזם, כידוע.

אישתישבי » דאנערשטאג אפריל 25, 2019 11:52 am

· #429031
berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: איך וועלל דיר נאר פארציילן א קליינע מעשה'לע וואס דער גרויסער שרייבער חיים גראדע פארציילט...!

ווען ס'האטציך שוין אנגעהויבן די עכט אנטיסעמיטישע צייטן אין פאר מלחמה'דיגן פוילן. (דאס האט גארנישט צו טון מיט דעם פאקט אז די דייטשע נאציס האבן אינוואדירט פוילן אין יאר 1939) זענען געווען אידן האלב פרייע פויגלען, וועלכע האבן ביז דאמאלס געהאט א גאר נאנטן שייכות מיט די גויים. איינער אזא פארשוין איז געווען וועם מ'האט גערופן ..."דער סאלדאט מיט איין פוס"...ער איז געווען א וועטעראן פון די ערשטע וועלט מלחמה וואו ער האט פארלוירן א פוס. ער האט אבער ארומגעוואנדערט איבער א גרויסן טייל פון פוילן. סיי צווישן אידן און סיי צווישן גויים. ווען ער איז געקומען צווישן גויים האט איהם נישט געשטערט אז דאס עסן איז נישט כשר. אבער ווען ער האט שוין דערשפירט די שטארקע שנאה פון די גוי'אישע באפעלקערונג צו די אידן, האט ער זיך איינגעצויגן. און זיך געסעטלט און באזעצט אין די אידישע געגנט פון ווילנא (דאמאלס א טייל פון פוילן). איז אבער געווען דארט אן אנדער סארט כאראקטער, וועם מ'האט גערופן דער איד'ל מיט'ן פידל. ער האט נאכאלץ ארומגעוואנדערט צווישן די גויים און זיי אונטערגעהאלטן מיט זיין פידעלע. ער פלעגט גיין צו די גוי'אישע פריצים און שפילן ביי זייערע הוליאנקעס. און ווען ער האט באקומען א שטיק ברויט מיט חזיר איז ער געווען גליקליך...! איין טאג האבן די גויים פון א געוויסן שטעטל גערופן די ראשי הקהילה און געזאגט אז זיי זאללן קומען אפנעמען זייער טויטן זשיד...די גויים האבן איהם געהרג'עט. כאטש ער איז געווען אויסגעקאכט מיט זיי. און קיינער האט נישט גערופן פאליציי. און קיינער האט נישט געמאכט קיין שום אויספארשונג. איבער ווער ס'האט איהם געהרג'עט...! עד כאן סיפור המעשה...!


יודל מיטען פידל איז א מאווי פין פאר די קריג געכאפט אין ווארשע. מען קען עס לכאורה זעהן אויף יוטוב.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 25, 2019 12:04 pm

· #429032
קדש הילולים
אפשר זאגסטו מיר פון ווי דו נעמסט אז דו אראבער האבן סתם אזוי פיינט יודן, און נישט דו מדינה איז דו גורם פון דו פיינטשאפט?
האסט אפשר באווייזן דערויף? דו ווייסט אפשר דו מצב מיט דו אראבער בעפאר דו מדינה?

עיין באגרת תימן לרמב"ם לקראת סופו וז"ל: "ואתם אחינו ידוע לכם שהקדוש ברוך הוא הפילנו במהמרות עונותינו בתוך אומה זו שהיא אומת ישמעאל שרעתם חזקה עלינו והם מתחכמים להרע ולמאוס אותנו כמו שגזר עלינו יתברך "ואויבינו פלילים" ושלא תעמוד על ישראל אומה יותר אויבת ממנה ולא אומה שהרעה בתכלית הרעה לדלדל אותנו ולהקטין אותנו ולמאוס אותנו כמוהם שאפילו דוד המלך עליו השלום כשראה ברוח הקודש כל הצרות העתידות לישראל התחיל לצעוק ולקונן בלשון האומה מרעת בני ישמעאל ואמר (תהלים ק"כ ה') "אויה לי כי גרתי משך שכנתי עם אהלי קדר" וראו איך זכר קדר משאר בני ישמעאל לפי שהמשוגע [מוחאמד] הוא מבני קדר כמו שהוא מפורסם מיחוסו ועוד דניאל לא ספר קטנותינו ודלדולנו אלא במלכות ישמעאל שתכנע במהרה שכן אמר (דניאל ח' י') "ותפל ארצה מן הצבא ומן הכוכבים ותרמס" ואנחנו בעודנו סובלים שעבודם וכזביהם ושקרותם למעלה מיכולתנו שאין ביכולת האדם כח לסבול ויהי כמו שאמר דוד ויהי כמו שאמר דוד עליו השלום (תהלים ל"ח י"ח) "ואני כחרש לא אשמע וכאלם לא יפתח פיו" וכמו שהוכיחונו רבותינו לשאת כזבי ישמעאל ושקרו ולשתוק ממנו וסמכו זה לפסוק שכתוב בשם בניו "ומשמע ודומה ומשא" שמע דום ושא וכבר הסכמנו כולנו גדולים וקטנים לסבול שעבודם שכן אמר ישעיהו עליו השלום (ישעיה ג' ו') "גוי נתתי למכים ולחיי למורטים פני לא הסתרתי מכלימות ורוק". ועם כל זה לא נוכל להנצל מרב רעתם ופחזותם בכל זמן וכל זמן שאנו רודפים שלומם הם רודפים אחרינו בחרום ובמלחמה כמו שאמר דוד המלך עליו השלום (תהלים ק"כ ז') "אני שלום וכי אדבר המה למלחמה".

עיין גם בספר צחיח אל-בוכארי וז"ל:
Abu Huraira reported Allah's Messenger (may peace be upon him) as saying: The last day would not come unless the Muslims will fight against the Jews and the Muslims would kill them until the Jews would hide themselves behind a stone or a tree and a stone or a tree would say: Muslim, or the servant of Allah, there is a Jew behind me come and kill him - Sahih Muslim Book 041, Number 6985

אונטער חכם » מיטוואך מאי 1, 2019 12:26 pm

· #429389
Re: די סיבה פון אנטיסעמיטיזם
רביה''ק זי''ע
די טענה אז ציונות ברענגט אנטיסעמיטיזם איז טפשוטתדיג ביז גאר, פונקט קאפויער, אנטיסעמיטיזם האט געברענגט ציונות. די גאנצע עצם רעיון הציונות האט זיך אנגעפאנגען אלץ אן ענטפער צו אנטיסעמיטיזם, כידוע.
איך זעה נישט די טענה דא , איה"נ , אנטיסעמיטיזם האט געברענגט ציונות, אבער אנשטאט צו העלפן האט עס בלויז ערגער געמאכט.

Sent from my AQT80 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 1, 2019 1:00 pm

· #429391
איינמאל דו ביזט מודה אז אנטיסעמיטיזם איז שוין געווען געפערליך פאר די ציונים אויך, איז שוין נישט דא קיין שום וועג אויפצואווייזן אדער אפצופרעגן די נארישע טענה. ס'בכלל נישט נוגע צו ציונות האט בעסער געמאכט צו ערגער געמאכט, אונז ווילן דאך וואוסן די שורש דערפון.

גאלד » מיטוואך מאי 1, 2019 5:56 pm

· #429400
אנטיסמטיזם איז אין נאטור. דאס קען מען נישט היילן דאס קען מען נאר מענעדשן. אונזער פליכט איז צו עס האלטן אין די ראמען אז סזאל נישט ברענגען קען בייזע קאנצקווענצן.

גאלד » מיטוואך מאי 1, 2019 6:00 pm

· #429401
<a class="postlink" href="https://youtu.be/-F3c7ppcfHw">https://youtu.be/-F3c7ppcfHw</a>

איזרעאל איז זיכער א שעדליכע צוגאב וואס איז מעורר די אנטיסמטיזם. סעט זיין סאך געזונטער אז כלל ישראל האקט גענצליך אפ פון זיי.

זאפטיג » מיטוואך מאי 1, 2019 6:06 pm

· #429403
רביה''ק זי''ע
קדש הילולים
אפשר זאגסטו מיר פון ווי דו נעמסט אז דו אראבער האבן סתם אזוי פיינט יודן, און נישט דו מדינה איז דו גורם פון דו פיינטשאפט?
האסט אפשר באווייזן דערויף? דו ווייסט אפשר דו מצב מיט דו אראבער בעפאר דו מדינה?

עיין באגרת תימן לרמב"ם לקראת סופו וז"ל: "ואתם אחינו ידוע לכם שהקדוש ברוך הוא הפילנו במהמרות עונותינו בתוך אומה זו שהיא אומת ישמעאל שרעתם חזקה עלינו והם מתחכמים להרע ולמאוס אותנו כמו שגזר עלינו יתברך "ואויבינו פלילים" ושלא תעמוד על ישראל אומה יותר אויבת ממנה ולא אומה שהרעה בתכלית הרעה לדלדל אותנו ולהקטין אותנו ולמאוס אותנו כמוהם שאפילו דוד המלך עליו השלום כשראה ברוח הקודש כל הצרות העתידות לישראל התחיל לצעוק ולקונן בלשון האומה מרעת בני ישמעאל ואמר (תהלים ק"כ ה') "אויה לי כי גרתי משך שכנתי עם אהלי קדר" וראו איך זכר קדר משאר בני ישמעאל לפי שהמשוגע [מוחאמד] הוא מבני קדר כמו שהוא מפורסם מיחוסו ועוד דניאל לא ספר קטנותינו ודלדולנו אלא במלכות ישמעאל שתכנע במהרה שכן אמר (דניאל ח' י') "ותפל ארצה מן הצבא ומן הכוכבים ותרמס" ואנחנו בעודנו סובלים שעבודם וכזביהם ושקרותם למעלה מיכולתנו שאין ביכולת האדם כח לסבול ויהי כמו שאמר דוד ויהי כמו שאמר דוד עליו השלום (תהלים ל"ח י"ח) "ואני כחרש לא אשמע וכאלם לא יפתח פיו" וכמו שהוכיחונו רבותינו לשאת כזבי ישמעאל ושקרו ולשתוק ממנו וסמכו זה לפסוק שכתוב בשם בניו "ומשמע ודומה ומשא" שמע דום ושא וכבר הסכמנו כולנו גדולים וקטנים לסבול שעבודם שכן אמר ישעיהו עליו השלום (ישעיה ג' ו') "גוי נתתי למכים ולחיי למורטים פני לא הסתרתי מכלימות ורוק". ועם כל זה לא נוכל להנצל מרב רעתם ופחזותם בכל זמן וכל זמן שאנו רודפים שלומם הם רודפים אחרינו בחרום ובמלחמה כמו שאמר דוד המלך עליו השלום (תהלים ק"כ ז') "אני שלום וכי אדבר המה למלחמה".

עיין גם בספר צחיח אל-בוכארי וז"ל:
Abu Huraira reported Allah's Messenger (may peace be upon him) as saying: The last day would not come unless the Muslims will fight against the Jews and the Muslims would kill them until the Jews would hide themselves behind a stone or a tree and a stone or a tree would say: Muslim, or the servant of Allah, there is a Jew behind me come and kill him - Sahih Muslim Book 041, Number 6985


עי' גם בספר עץ הדעת טוב מר' חיים וויטאל פירוש על תהילים על הפסוק בקום עלינו אדם שהכוונה פרא אדם ישמעאל לפני ביאת המשיח שזה יה הגלות כי קשה ע''ש לשונו

זאפטיג » מיטוואך מאי 1, 2019 6:08 pm

· #429404
גאלד
https://youtu.be/-F3c7ppcfHw

איזרעאל איז זיכער א שעדליכע צוגאב וואס איז מעורר די אנטיסמטיזם. סעט זיין סאך געזונטער אז כלל ישראל האקט גענצליך אפ פון זיי.


זיי זענען נישט א חלק פון כלל ישראל?
איבאנקא טראמפ איז יא א חלק פון כלל ישראל?
אפשר וועט זיין געזונטער אז כלל ישראל האקט גענצליך אפ פון סאקמער

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 1, 2019 6:10 pm

· #429405
.

גאלד » מיטוואך מאי 1, 2019 7:16 pm

· #429407
זאפטיג
גאלד
https://youtu.be/-F3c7ppcfHw

איזרעאל איז זיכער א שעדליכע צוגאב וואס איז מעורר די אנטיסמטיזם. סעט זיין סאך געזונטער אז כלל ישראל האקט גענצליך אפ פון זיי.




זיי זענען נישט א חלק פון כלל ישראל?
איבאנקא טראמפ איז יא א חלק פון כלל ישראל?
אפשר וועט זיין געזונטער אז כלל ישראל האקט גענצליך אפ פון סאקמער


כאדאך נישט גיזאגט איזראליס. ליידער איז געווארן אזוי אז איזרעאל איז געווארן דער אידישער פראיעקט. דער גאנצער עם ישראל בכל כדור העולם איז ציגיטשעפעט צו איזראעל. יעדע משוגעת זייערע דארף איך פארענטפערן.
למה??

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 1, 2019 7:40 pm

· #429408
It's all in you head

האק דיך ארויס פון קאפ אז דו דארפסט זיי פארענטפערן, ווילאנג זיי האבן דיך נישט אויפגענומען אלץ ווארטזאגער האסטו גארנישט מיט זיי, דו דארפסט קיינעם נישט פארענטפערן נאר זיך אליינס.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 1, 2019 9:24 pm

· #429418
רביה''ק זי''ע
די טענה אז ציונות ברענגט אנטיסעמיטיזם איז טפשוטתדיג ביז גאר, פונקט קאפויער, אנטיסעמיטיזם האט געברענגט ציונות. די גאנצע עצם רעיון הציונות האט זיך אנגעפאנגען אלץ אן ענטפער צו אנטיסעמיטיזם, כידוע.

און הרב סענדער דייטש זכותו יגון עלינו, אלס שרייבער און פראפאגאנדיסט האט ארויסגעלייגט אלערלי שקרים און בילבולים, וואס האט נאכמער צובלאזן די פלאמען פון שנאה. אין די מערסטע טייל שנאת חינם. וואס דער נאאיווער און אומוויסנדער המון האט אויפגעכאפט. ר' סענדער'ס מזל איז געווען אז אין יענע צייט איז נאכנישט געווען אזא געבענטשטע זאך ווי דער אינטערנעט. וואס מיט איין דריק אויף א קנעפל וואלט מען געקענט אויסגעפונען איבער אלע זיינע שקרים און בילבולים וואס ער האט געניצט פאר זיין אגענדא...!

מ'קען נאך מיינען אז איך בין א סימפאטיקער פון די (אמאליגע) ציונים. בכלל נישט. ס'איז דא גענוג אמת'ע טענות וואס מ'האט צו זיי. אבער די נקודה דא איז. אז ער האטציך נישט צוריקגעהאלטן פון ניצן אפענע שקרים און בילבולים...!

און דאס וואס סאטמאר היינט אלס קהילה איז אבסעסס'ד מיט ..."ציונות"... דאס איז סתם א שטות און א צייט פארברענג. אדער א דיווערסיע. וואס מ'נוצט פאר א תירוץ כדי נישט צו דארפן באהאנדלען די אקטועלע פראבלעמען פון חינוך וכדומה. זיי שמייסן א געפגר'טן פערד, אזוי צו זאגן...! ווייל אין די היינטיגע צייטן איז שוין מער נישטא קיין ציונים. ארץ ישראל איז איינגעטיילט אין 2 חלקים. אידן און גויים. פונקט אזוי ווי אין א יעדן אנדער'ן לאנד זענען דא אידן און, להבדיל, גוים. און קיין איין ערליכן איד אינטרעסירט נישט וואס די גויים טוען. אויב זיי פארן אום שבת מיט די קארס אדער נישט. די זעלבע מציאות (רעאליטעט) איז אין ארץ ישראל...!

איך וועלל נאר ברענגען א קליינעם משל. איבער ר' סענדער'ס שיטה. וואס איך רוף אן דעמאגאגיש'קייט. ס'איז דא דער בארימטער מימרא וואס איינער פון די ציוניס'טישע פיהרערס אין ארץ ישראל האט געזאגט ווען ער האט זיך אפגעזאגט פון העלפן ראטעווען אידן פון די נאציס. ..."רק בדם תהיה לנו הארץ"...! ס'איז אמת אז איינער פון די ציוניסט'ישע פיהרערס האט עס געזאגט. אבער אין אנ'אנדערע צייט און קאנטעקסט. ווען ביי די ערשטע וועלט מלחמה האט ענגלאנד אגיטירט אז די אידן וועלכע האבן דאן געוואוינט אין ארץ ישראל זאללן אריינגיין דינען אין בריטישן מיליטער אקעגן די טערקן. האט איינער פון די ציוניסט'ישע פיהרערס צוגערעדט זיינע חברים מיט דעם סלאגאן..."רק בדם תהיה לנו הארץ"...מיינענדיג צו זאגן אז אויב די אידן וועללן נישט אריינגיין אין די מלחמה העלפן פאר ענגלאנד. מיט וואספארא טענה וועללן זיי קענען קומען צו האבן די הערשאפט איבער ארץ ישראל...!

אין די היינטיגע צייטן ווען ס'איז דא גוגל און אינטערנעט וואלט ער נישט געקענט פארציילן אזא גראבן ליגנט, און בילבול...! ווייל מ'וואלט אויפגעדעקט זיין שקר און שווינדל אין א מינוט...!

זאפטיג » דאנערשטאג מאי 2, 2019 8:27 am

· #429445
דאכצעך מעך אז רביה''ק האט געשוואירען אז עס וואלט געדארפט זיין ביאת המשיח נאר די ציוניסטן האבן אפגעהאלטן. ניין?

גאלד » דאנערשטאג מאי 2, 2019 8:36 am

· #429448
דער חורבן איז נעבעך אז מיטאמאל כאפסטו אז דער סלאגאן "רק בדם תהיה לנו הארץ" איז פארפוילט און בניגוד יהדות אין סיי וועלכער קאנטעקסט.

און דאס אז די ציונים האבן סאבאטאזשירט רעטונג אקציע'ס פון די האלאקאסט ווייל ס'האט נישט געשטימט מיט זייערע פלענער פאר א מדינה איז לגמרי נישט קיין סענדר דייטש טעאריע, אדער א סאטמארע המצאה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 2, 2019 9:13 am

· #429454
Re: די סיבה פון אנטיסעמיטיזם
עס איז געווען מענטשן וואס האבען סאבאטאזשירט רעטונגס אקטיוויטעטן, און מאנכע זענען געווען ציונים. אנדערע זענען געווען חסידישע רביס און רבנים. עס זענען אויך געווען מענטשן וואס האבען געהאלפען און געשטופט רעטונגס אקאיוויטעטן, און מאנכע זענען געווען ציונים. אנדערע זענען געווען חסידישע רביס און רבנים.

עס איז נישט קיין כלל.

און דער זאץ ׳רק בדם׳ איז פונקט אזוי אין קעגענזאץ צו תורה ווי דער פיטש פון א לייף אינשוראנס סעילסמאן וואס פרעגט דיר "וואס וועלן דיין ווייב און קינדער טון?" פאר עפעס א סבה איז כחי ועוצם ידי אויך ממצוות התלויות בארץ.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גאלד » דאנערשטאג מאי 2, 2019 12:34 pm

· #429478
ציונית איז בשיטה געבויט אויף אנזייען חרבונות ביי כלל ישראל, בתקופות השואה יעדעס מאל עס האט נאר אויסגעקוקט אז כלל ישראל גייט טרעפן א רוח והצלה ממקום אחר, האבן זיי געשפרינגן פון די הויט אן געטאן כל טצדקי בעולם צו סאבאטאזשירן. ווי למשל ווען די מערב לענדער זענען גרייט געווען צו נעמען גרעסערע קוואנטום פליטים האבן די ציונים שישקעס פארפירט אז דאס מאכט חרוב זייער צוקנופטיגער מדינה.

דאס גייט נאך אן אזוי עד היום הזה. איזראעל געמבלט אויפן חשבון אויף נאך א האלאקאסט רח"ל, אז די וועלט זאל ווערן יודן-ריין און כלל ישראל זאל ווערן געקארנערט קיין איזראעל. סהאט נאך קיינמאל פאסירט אזאנס אז די צינים זאלן טאהן דאס מינדעסטע אז דער איד אויסער איזראעל זאל זיין מער פארזיכערט און באקוועמער. זיי ווילן דאס נישט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 2, 2019 12:39 pm

· #429479
Re: די סיבה פון אנטיסעמיטיזם
יא, עס איז געווען ציונים וואס האבען געארבעט אז נאר ארץ ישראל זאל זיין די אפציע. אנדערע ציונים האבען זיך געשלאגען מיט זיי, א שטייגער ווי זרח וורהפטיג.

און די אלע רביס און פרומע מנהיגים וואס האבען געזאגט ׳נאר נישט ארץ ישראל׳ זענען נישט ווייניגער שולדיג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גאלד » דאנערשטאג מאי 2, 2019 12:50 pm

· #429481
כווייס נישט פון וועמען דו רעדסט וואס זאל האבן געזאגט אז 'נאר נישט ארץ ישראל'.
ווייל פאלעסטינע איז לעולם נישט געווען קיין אפציע בשעת די האלאקאסט, די ענגלענדער האבן הערמעטיש פארשלאסן די טויערן, אויך צו פארדאנקען די ציונים 'מצילי ישראל'

שיטה הקדושה » דאנערשטאג מאי 2, 2019 2:06 pm

· #429492
Re: די סיבה פון אנטיסעמיטיזם
אנטיסעמטיזם קומט פון יעדע איד וואס טרייט צו הייבן די קאפ,
ווי למשל מען קען זעהן אז לעצטענס זענען אויכט דא אנטי מאזלים זייער שטארק,די סיבה איז אילען אמאר, זי פארפירט אין וואשינגטאן באקומן מענשן א עקל צו מאזליםס די זעלבע איז מיט אידען,
עס איז געווען א שוסעריי, אונז דארפען עס פארדאמן אבער נישט מער,
נאכמער, דעס וואס אונז האבען א פרעזידענט יר"ה
וואס נעמט זיך אן פאר אונז דעס שטיפט מער אנטיסעמטיזם און די אנדערע פארטיי.
נאך א סיבה וואס איך טראכט,
יעדע אידישע קאמפעני דארף וויסן אז ביי די גוי
רעפעזענט ער דעם איד,
למשל ווען א מאנסי טרעילס באס פארט אויף די לינקע לעין שטייט אין בלאקט טרעפיק
בויט ער אנטיסעמטיזם,
די זעלבע ווען א חדר באס בלאקט ראדס ,
איך וויל אויך מיטיילן א אונטערסאנטע זאך,
איך האב א מנהג צו שמייכלען צו יעדע מענטש וואס איך טרעף,
איין טאג בין איך געפארן אין א Uber און איך האב
געפאלגט מיין מנהג, אין עהם געזאגט א ברייטע גוט מארגען,
ווען ער האט מיך אראפ געלאזט האט ער מיך געזאגט אז ער האט אייביג געמיינט אז אלע אידען זענען משוגה יעצט האט ער געטוישט זיין mind,
וואס א שמייכעל קען אויףטוהן,



Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 2, 2019 2:21 pm

· #429496
גאלד
https://youtu.be/-F3c7ppcfHw

איזרעאל איז זיכער א שעדליכע צוגאב וואס איז מעורר די אנטיסמטיזם. סעט זיין סאך געזונטער אז כלל ישראל האקט גענצליך אפ פון זיי.

גאלד: ביטע זיי נישט אזוי נאאיוו. פאר ס'איז געווען א מדינת ישראל האבן די פוילשע גויים נאכגעשריגן פאר די אידן..."זשידזשי דא פאלעסטינא"...אידן גייטס קיין פאלעסטינא. די זעלבע די אונגארישע גויים...!

דו און די אנדערע אידן דכוותך וויללן נישט אריינטראכטן וואספארא מצב ס'קען ח"ו ווערן ווען די פארשאלטענע שמוציגע און שטינקעדיגע (עיין רש"י הק' אצל מכירת יוסף) נואפים און גנבים, די אראבערס זאללן באקומען די שליטה אויף ארץ ישראל. זיי וועללן ח"ו, היל"ת אויסשעכטן און רעיפן יונג און אלט. און ס'וועט נישט זיין קיין פוצה פה ומצפצף...! די יו.ען, ווען זיי וועללן צוריקקומען פון זייער וואקאציע וועללן זיך אויסקראצן און פארדאמען רציחה אויף א פארווען אופן. און דער היפאקריטישער פויפסט וועט שאקלען מיט זיין טמא'נעם פינגער און זאגן מוסר, אז ס'פאסט נישט אז ארנטליכע מענטשן זאללן אפטון מעשים תעתועים. און אז אונז אלע זעמיר ברודערס. און ער וועט אריבערגיין צו זיין סדר היום...! און די לאקאלע אנטיסעמיטן ווי פארראכאן, ימש"ו וועט זאגן אז מ'דארף די זעלבע טון צו די אמעריקאנער אידן. און זיינע נאכפאלגערס וועלן עס מקיים זיין מיט גרויס התלהבות...! און אונז אידעלעך עמיר זיך ארומקריגן ווער פון אונז איז געווען גערעכט. און פאר וועלכע חטאים ס'איז אונז געקומען דער עונש...!

יא. איך האב (ליידער) די טונקלע, שווארצע חזיונות...ה' ירחם...!

נ.ב.: איך וועיס שוין פון פאראויס די תגובה פון הרב...... שליט"א...!

גאלד » דאנערשטאג מאי 2, 2019 3:10 pm

· #429501
פארוואס קלערסטו אז איך זאל האבן פארצוג וויזוי איזראעל זאל זיך ספראווען מיט זייערע שונאים. איך בין דאך איין אמעריקאנער. איך זאג נישט לא לכאן ולא לכאן.

לאמיך דיר מסביר זיין:
איזראעל איז ביי מיר אוואו אוקריינא למשל, דהיינו, אזוי לאנג וואס - לו יצויר - זייער הצלחה זאל פונקט זיין א הצלה פאר אחינו בני ישראל תושבי אוקריינע וועל איך אוואדי ארויסקוקן פאר זייער הצלחה. אבער דאס מאכט נאך נישט אוקריינע מיין לאנד אדער א אידישער לאנד. סהאט זילטדש מיט כלל ישראל. איך פלאן קיינמאל צו ווערן זייערס א פאטריאט אדער אנהענגער פון די אוקריינישער אומה אדער מדינה. אויב זאל א אילאן אומאר, צו ווער אימער, קריטיקירן אוקריינע וועט עס מיך עס אינטערסירן ווי א קאפ אין לאך אקוראט די זעלביגע איז ביי מיר איזראעל. און לפענ"ד העט זיין סאך געזונטער פאר אחינו בני ישראל סיי אין אר"י סיי און חו"ל אז אז כלל ישראל זאל גיין מיט דעם מהלך. גלייב מיר.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 2, 2019 6:34 pm

· #429531
אודאי איז געזונטער ווען מ'זאל גיין אויף דעם מהלך, דאס נעמט אבער נישט אוועק פונעם פאקט אז די חברה זענען וויסטע אנטיסעמיטן. ציונות איז טאקע א געפערליכע פראבלעם (נישט וועגן אנטיסעמיטיזם), אבער אנטי-ציונות איז פונקט אזא פראבלעם. מדינת ישראל דארף טאקע זיין ביי דיר פונקט ווי אוקראינע, דארפסט נישט זיין זייער'ס א פאטריאט און ווארטזאגער, אבער אויך נישט זיין פארנומען אנצוזייען שנאת ישראל אונטער'ן שלייער פון קנאות. די פאלעסטינער וועלכע ווערן נעבעך ערמארדעט לשטיתך, דארף דיר פונקט אזוי אנגיין ווי די טיבעטן און קורדן וועלכע ווערן ערמארדעט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 2, 2019 9:34 pm

· #429546
גאלד
זאפטיג
גאלד
https://youtu.be/-F3c7ppcfHw

איזרעאל איז זיכער א שעדליכע צוגאב וואס איז מעורר די אנטיסמטיזם. סעט זיין סאך געזונטער אז כלל ישראל האקט גענצליך אפ פון זיי.




זיי זענען נישט א חלק פון כלל ישראל?
איבאנקא טראמפ איז יא א חלק פון כלל ישראל?
אפשר וועט זיין געזונטער אז כלל ישראל האקט גענצליך אפ פון סאקמער


כאדאך נישט גיזאגט איזראליס. ליידער איז געווארן אזוי אז איזרעאל איז געווארן דער אידישער פראיעקט. דער גאנצער עם ישראל בכל כדור העולם איז ציגיטשעפעט צו איזראעל. יעדע משוגעת זייערע דארף איך פארענטפערן.
למה??

הרב גאלד שליט"א: ס'איז טאקע אינטרעסאנט צו באמערקן אז אלע אידן ארום דעם כדור הארץ בכל מקומות שהם. אפילו סאטמאר. אויסער פארשטייצעך א פאר יחידי סגולה. די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני. זענען צוגעטשעפעט צו אלעס וואס טוטציך אין און ארום ארץ ישראל. פארוואס ווייזן זיי נישט ארויס די זעלבע אינטרעס ארום וואס טוטצעך אין רעוואנדא אדער טימבאקטו...?! איך מיין אז ס'האט צו טון מיט דעם וואס ס'שטייט אין אן אור אלטן היסטאריע בוך אז דער גאט פון אברהם, יצחק און פון יעקב האט צוגעזאגט פאר אלע 3 פון אונזערע עלטער זיידעס אין פארשידענע צייטן אז ער וועט געבן דאס גאנצע לאנד וואס אונז ערליכע אידן רופן אן פאלעסטינע פאר זייערע קינדער. וועלכע הייסן פערצופאל אידן. און ס'איז געווען עפעס א וויין סוחר וואס האט געוואוינט אין פראנקרייך. און ער האט געמאכט א פירוש אויף דעם אור אלטן היסטאריע בוך. איז ער דארט מסביר גלייך ביים אנהייב פונ'ם ערשטן קאפיטל, אז דער גאט פון אברהם האט געגעבן דאס לאנד פאלעסטינע פאר זיינע אייניקלעך. און טאמער וועללן קומען סאטמאר'ע אידן אדער להבדיל די נטורי חרתא פאררוקטע משוגעים און זיי וועללן זאגן אז פאלעסטינע איז פונקט אזוי ווי אוקריינע. און אז ירושלים איז נישט די הויפטשטאט פון דעם אידישן פאלק, וועט מען זיי ווייזן וואס ר' שלמה וויינהענדלער'ס טאטע ר' יצחק דיאמאנטנשטיין האט צו זאגן איבער דעם...!

איך האףף אז יעצט פארשטייט איהר שוין א ביסל פארוואס א יעדן נארמאלן איד'ס הארץ ציעט צו ארץ ישראל און אלעס וואס געשעהט ארום איהר...

פון די גרים און בעלי תשובה רעדט מען דאך נישט. למשל אונזער חשוב'ער ניק הרב ישראל קאפקע מוז זיכער שטאמען פון גרים. (ס'איז נישט קיין שלעכטע זאך. אבער ער מוז זיצן א ביסל איינגעלייגט.) ווייל וואו א אידיש הארץ ציעט קען ער (נאכנישט) פארשטיין. למשל, אז ער האט נישט קיין רחמנות ווען אידישע קינדער אין ארץ ישראל ווערן ל"ע געהרג'עט דורך די פארשאלטענע, שמוציגע און שטינקעדיגע רוצחים. די בני ישמעאל וקטורה. אבער ווען די אידישע בחורים גייען מיט מסירות נפש באקעמפן די רוצחים און א פאר אראבישע שרצים און שרצות ווערן א כפרה, באוויינט ער עס...!

נאר, ס'איז דאך א באוואוסטע רש"י פון ר' שלמה וויינהענדלער זצ"ל אויפ'ן פסוק ..."ויחד יתרו"... נעשה בשרו חדודין חדודין...! און הרב וויינהענדלער זאגט נאך ווייטער אז די מענטשן זאגן א ווערטל אז פאר א גר זאלל מען נישט פארשעמען א גוי, ביז צען דורות. ווייל ס'וועט איהם שטעכן. מסתמא פארדעים האט ר' ישראל קאפקע נישט קיין געפיהל פאר די אידישע בחורים וועלכע ווערן ל"ע גהרג'עט און ר'האט יא רחמנות אויף די אראבישע שרצים, ימ"ש...! ובזה סיימתי ליל ששי פ' אחרי מות-קדושים שנת תשע"ט לפ"ק. פה עיר הטעירעה והחסידות, בורא ד'פארקא, יצ"ו...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 2, 2019 9:46 pm

· #429548
רביה''ק זי''ע
אודאי איז געזונטער ווען מ'זאל גיין אויף דעם מהלך, דאס נעמט אבער נישט אוועק פונעם פאקט אז די חברה זענען וויסטע אנטיסעמיטן. ציונות איז טאקע א געפערליכע פראבלעם (נישט וועגן אנטיסעמיטיזם), אבער אנטי-ציונות איז פונקט אזא פראבלעם. מדינת ישראל דארף טאקע זיין ביי דיר פונקט ווי אוקראינע, דארפסט נישט זיין זייער'ס א פאטריאט און ווארטזאגער, אבער אויך נישט זיין פארנומען אנצוזייען שנאת ישראל אונטער'ן שלייער פון קנאות. די פאלעסטינער וועלכע ווערן נעבעך ערמארדעט לשטיתך, דארף דיר פונקט אזוי אנגיין ווי די טיבעטן און קורדן וועלכע ווערן ערמארדעט.

רביה"ק זי"ע: ניין ס'איז דא א שטיקל חילוק. אויף די טיבעטן און קורדן קען איך אמאל האבן א ביסל רחמנות. ווייל זיי האבן מיר גארנישט געטון קיין שלעכטס. משא"כ די אזוי גערופענע פאלעסטינער רוצחים וויללן מיך אקטיוו הרג'נען. וואס זאלל מען ליידער טון אז א פאר נארישע אידעלעך וועלכע רעדן זיך נעבעך איין אז זיי פארשטייען די שיטה פון זייער רבי'ן. און זיי רעדן גרויסע שטאקעדיגע נארישקייטן און טיפשות. כמעט אזוי ווי להבדיל די בייזוויליגע קוען פון די נטורי חרטא....!...!

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 2, 2019 9:53 pm

· #429549
@berlbalaguleh: אפשר געדענקט איר די מעשה מיט יארן צוריק, ווען איינער פון די "ראשי הכופרים" איז געווען באזוכן אין ניו יארק אום חול המועד סוכות, און רביה"ק האט ארגאנאזירט א הפגנה נאר עס צו מבטל זיין אין די לעצטע מינוט פאר'ן ארויפגיין אויף די באסעס, ווייל מ'איז געוואר געווארן אז די אראבער האבן זיך אויך פארזאמלט דארטן פאר א הפגנה, און דער רבי האט בשום אופן נישט מסכים געווען אז ס'זאל חלילה אויסזען כאילו אונז גייען צוזאמען מיט זיי.

גראף » פרייטאג מאי 3, 2019 12:59 am

· #429553
Re: די סיבה פון אנטיסעמיטיזם
@berel
ווען איז די לעצטע מאל ישראל קאפקע איז געווען דא אין שטיבל? וואס האסטו זיך עפעס יעצט דערמאנט?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 3, 2019 1:00 am

· #429554
רביה"ק זי"ע: יא. אבער וואס זאלל מען ליידער טון אז ס'איז אויף געשטאנען א דור אחרון אשר לא ידעו ולא יבינו. וואס דער סאטמאר'ע רבי זי"ע האט געזאגט און געשרבין. און וואס זיין שיטה און דרך החיים איז געווען. נאר זייערע איצטיגע מורי דרך זענען אזעלכע יונגלעך ווי מנשה פיליפ און שמואל שלמה טעללער. זיי זענען די דוגלי השיטה. דער סאטמאר'ע רבי זצ"ל שרייבט אין די הקדמה צום ספר ויואל משה. (אין א טייל אויסגאבעס איז עס אויף דף ח'.). נאכדעים וואס ער איז מברר וואספארא שטער ס'איז אז די ציונים האבן געמאכט א מדינה אין ארץ ישראל. ער זאגט אבער צו מיט דעם שארפסטן לשון, אז היינט, אז ס'איז שוין יא דא א מדינה דאף מען מתפלל זיין אז ס'זאלל נישט בטל ווערן דורך די גויים (אומות, כלשונו הק')..."כי אם ע"י האומות, לא יהי' טוב ליהודים, ח"ו"...!. דאס מיינט מען די אידן אין ברוקלין אויף בעדפארד עוועניו אויך...!

נאר די היינטיגע דעמאגאגן און עמי הארצים, אזוי ווי די 2 אויבנדערמאנטע תרי צנתרי דדהבא, וועללן קומען און זאגן אז די ציונים ווי אגודה און מזרחי האבן עס אריינגעשמוגלט אין ויואל משה...! ווייל די היינטיגע אזוי גערופענע ..."קנאים"... גייען שוין צוזאמען מיט די נטורי חרתא צו דעמאנסטראציעס מיט די גרעסטע שונאי ישראל. אזוי ווי די מיאוסע (בגשמיות וברוחניות) ניגערישע גוי'טע אילהאן אומאר, ימ"ש. און די צווייטע פערד בצורת בהמה די ספאנישע ציגיינער'טע. קארטעז. נאר די שונא ישראל נומער איינס, די ניגער'טע פון די אפריקאנער דזשאנגלס האטציך נישט געוואלט טרעפן מיט די שמוציגע יונגען וועלכע וואשן זיך נישט אפ...!

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 3, 2019 1:01 am

· #429555
גראף
@berel
ווען איז די לעצטע מאל ישראל קאפקע איז געווען דא אין שטיבל? וואס האסטו זיך עפעס יעצט דערמאנט?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

ווייל איך האב באגעגנט זיינע תגובות וועלכע זענען נאכאלץ אקטיוו...!
בלאט: 1 2 3