קלעבעדיגע ניגונים 37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6968
קלעבעדיגע ניגונים
אפי׳ בהסתרה....... סע האט זיך אריין געקראצט אין מיין קאפ און איך קען עס נישט ארויס קוועטשען.. סיז דא אזעלעכע ניגונים וואס קלעבט זיך אריין און אפי׳ מע וויל שטארק קען מען נישט אוועק פון עס. נאך א מזל אז די ניגון איז שיין און זיס.. וידעו וידעו וידעו איז אויך געווען אזא ניגון. ווער געדענקט האאאאקויל יודיך והכל ישבחוך? סיז מער אזא מזל זאך אדער סיז ווייל סיז א גוטע ניגון? אזוי איז דא ניגונים וואס האבען מער מזל ווי אנדערע. נודה לשמך איז אויך געוועהן זייער פאפעלער אבער נאר ביי חתונות. אפילו בהסתרה זינגט יעדער ווי מע גייט און מע שטייט.
יע איך קען אויך נישט פטור ווערן דערפון ,קען זיין אז וועגן דעם האט ביי אונז נישט אנגעהויבן מיט ברעסלב...
נישט געזארגט... ה' נתן וה' לקח! דעם משוך האט אויך פארנומען ס'העכסטע ארט ביי יעדן קומזיץ און ברעיק ביי די חתונה, ס'קומט א צייט וואס ווען איינער געט א זאג, "נא דעם אלי ביער'ס ניגון" קוקט אים יעדער אן "האלאו, האסט באמת נישט געטראפן בעסער'ס וואס צו זינגן?" יא תעלא בעידנא סגיד ליה יעדע שטיק צייט קומט ארויף א פרישע ניגון וואס ווערט אדורכגעדראשן טויזענטער מאל און יעדער קווייער קומט ארויס מיט פרישע קוועטשן, ביז א צווייטע קומט ארויס און יענץ איז אין די ארכיוון..
If you study music theory you will understand why some songs stick
There are general patterns of characteristics for songs that frequently get stuck, such as being simple, repetitive, and having some mild incongruity,
earworm songs tend to have notes with longer durations but smaller pitch intervals
אבער דא מיט אפילו בהסתרה איז עס מער די ווערטער וואס האלט דעם ניגון ווי דער ניגון/נוסח אליין
הער עס איבער דריי הונדערט און איין מאל, און וועסט נאכדעם נישט קענען דעם ניגון אין פנים קוקן... חחח
הער עס איבער דריי הונדערט און איין מאל, און וועסט נאכדעם ניש
אזויווי אין סקווירא מיט "חסדי ומצודתי"?
אזוי ווי א חתונה מיט רחיייייים
מיר האט זיך לעצטענס אנגעקלעבט די ניגון "ממזרח שמש". איך ווייס נישט וועמענס ניגון דאס איז (אדרבה, ווער ס'ווייסט זאל זיך אנרופן), איך קען עס פון שלומי דסקל'ס סידי. מתחילה ווען כ'האב עס געהערט האט עס מיר גע'עקעל'ט און כ'האב אלץ געמישט ווייטער, אבער לעצטענס קען איך מיך נישט אנזעטיגן דערפון און איך זינג מיך עס אינטער כסדר.
איך קלעב צו די ניגון 'עלה קטן שלי' פון ישי לפידות, און כ'בין שוין אלמאויסט נמאס.. חח
איך וואלט געווען סורפרייזט אויב די ביזט גערעכט, ווייל ס'האט בכלל נישט פון די סקולענע שטריכן
ממזרח שמש אפשר פון יודל ווערדיגער?
ליפאס הלל סי די?
לאמער האפען אז דער שטיימעץ ווערט נישט געוואר פין דעם ״אפילו בהסתרה״ ניגון, ביקאז ווי וויל נעווער היר דע ענד אוו איט. C/P
בשבילי! ממזרח שמש אפשר פון יודל ווערדיגער?
יא, דאס איז עס
כ'האב מיך נאכגעפרעגט און אנדערע האבן אויך אזוי געזאגט
גראדע, רחם פון פינקי וועבער, קען איך נאכאלץ זינגען, אפילו טויזענט מאל
און איך בין נאך נישט BORED פון פון
אלי ביער'ס ויהיו רחמיך .
שמעקעדיג און איך בין נאך נישט BORED פון פון
אלי ביער'ס ויהיו רחמיך .
די מיינסט עס נישט ערענסט lol
שמעקעדיג און איך בין נאך נישט BORED פון אלי ביער'ס ויהיו רחמיך
📎 IMG-20140819-WA0002.jpg
השבעתי פין הייליגען סקלען. איינער מיט מיר?
כשושנה פון קרליבך
ווער געדענק ווען "כי הרבתה" האט זיך צוגעקלעבט?
די "שנעלערע" ניגונים האבן קיינמאל נישט געקלעבט צו מיר, בכלל פלעגט עס נישט קלעבן צו מענטשן 24/7 ווי די לעצטיגע קלעבעדיגע, נאר ענדערש צו די מוזיקאנטן/זינגערס ביי חתונות.. ווי למשל, וידעו וידעו... אבינו מלכנו פתח שערי שמים... כי אתה הוא מלך מלכי המלכים.... וכו',
איי אידעלע איי אידעלע שטארק דיר שטארק דיר אידעלע... אידעלע בשעתו כמשוך נועם בשעתו...
הכל יודוך האט געשאקלט ווענט בשעתו. סהאט אזא נס געדינערט, די ערשטע מאל כהאב עס געהערט איז געווען ביי די סקווירער חתונה נ'ח ווען רבי משהלע איז דא געווען, איך זאג אייך די ווענט האבן געטאנצן. און נאך א שטיק צייט איז עס ארויס פון די נאזלעכער.
עווווד ישמע.. בערי יהודה... דאס גייט נישט אראפ. פארוואס טאקע? ס'איז מעכב די קידושין?
דאס איז טראדישאן
זאגסט א גוטע נקודה
@שמעקעדיג . זייער אסאך ניגונים זענען נישט דוקא קלעבעדיג, זיי זענען אויפגעכאפט אלס טראדישן אדער נאסטאלגיע.
שטילע אינגערמאן לאמער האפען אז דער שטיימעץ ווערט נישט געוואר פין דעם ״אפילו בהסתרה״ ניגון, ביקאז ווי וויל נעווער היר דע ענד אוו איט. C/P
VIDEO
לעצטענס טרעף איך מיך אסאך אינטערזינגן אם השם לא יבנה בית פון רעכניץ. ווייסט איינער אפשר ווי מ'קען דאנלאודען אן אודיא דערפון?
עץ חיים הוא איז אויך רכניץ איינער ווייסט?
קאצקע ציקער עץ חיים הוא איז אויך רכניץ איינער ווייסט?
יא. שוואכע ניגון אבער באמבערט ביי חתונות.
וואס איז געוועהן איז געוועהן איז אויך באמבע פון אין ניגון לעצטענס, איינער ווייסט ווער דער קאמפאזירער איז?
בעלעד'ר רב שליט''א
אוי ראכייייים, רחם נא ד''א ראחחחחחיםייים, עווריוויר איי גא יא היר ראכייייים רחם רחם רחם!!! גיי זאג א צען יעריגן אז דער ניגון האט געקלעבט אזש די לעפצן האבן שוין געקלעבט