אן אשכול אין דער מאכונג
97 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6961
אן אשכול אין דער מאכונג
צומאל זיצט מען מיט א דרעפט עידן ועדנים און מ'האט עפעס נישט דער געדולד זיך צוזאמצונעמען און מסדר זיין.
דא וועט דער עולם קענען מיטטיילן זייערע פלענער, איבער אלעס וואס באקט זיך אין אויוון.
איך זיץ יעצט מיט א דרעפט איבער 'סעקסיזם און חז"ל' , כהאב אבער נישט די געדולד און די צייט צוזאמצונעמען מיינע מחשבות, אויך האב איך מורא אז פאר די לינקע וועט עס זיין צו רעכט און פאר די רעכטע צו לינק... און כ'על בלייבן קרח מכאן ומכאן.
טוט מען?
תכלית גערעדט, ווער נאך ארבעט אויף אן אשכול?
אז איינער רופט זיך אן זאל מען אים געבן חיזוק און אפשר אפילו אפפערן הילף.
חמת מלאה צואה, ופיה מלאה דם, והכל רצין אחריה.
כוכב אויך האב איך מורא אז פאר די לינקע וועט עס זיין צו רעכט און פאר די רעכטע צו לינק... און כ'על בלייבן קרח מכאן ומכאן.
האסט אנגערירט א נקודה וואס שטערט מיך שוין לאנג, נעמליך דאס סטעמפלען געוויסע ניק'ס אלץ רעכטע אדער לינקע, קאווע שטיבל איז נישט קיין צייטונג, ווילאנג מען רעדט צו די זאך איז נישט דא קיין סיבה זיך אפהאלטן פון שרייבן ככל העולה על רוחך.
מען מעג אנרירן טעמעס וואס וועט נישט שמעקן פאר געוויסע מענטשן, דאס איז אייגנטליך די ציל פון אזא ווינקל, אז מענטשן וואס אין ריל ליין דארפן מיטגיין מיט שטרם זאלן האבן א פלאץ ווי צו אויסשמועסן בויך וויטאג און ספיקות, די פלאץ דארף נישט זיין א פאלעמיק פודיום צווישן רעכט און לינק נאר א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען,
נהורא נפישאחמת מלאה צואה, ופיה מלאה דם, והכל רצין אחריה.
חז"ל רעדן דא פון דעם קערפערליכן געשטעל פון א באשעפענישן וואס איז אין פאקט נישט מער ווי חמת מלא צואה און דם, און דאך איז דרכו של איש לחזור אחר אישה.
זיי מיינען נישט צו בעפארצוגן דעם מאן איבער דער פרוי און איך זע נישט דערין קיין סעקסיזם.
ווען ס'זאל איינער זאגן " אידן האבן נעזער ווי עלעפאנטן, ליבן געלט ווי שוויינען האבן ליב זיך קוילערען אין בלאטע, זענען אין די מאווי אינדוסטריע ווי היישעריקן" וואלט עס געווען אן אנטיסעמיטישע סטעיטמענט ?
כוכבנהורא נפישאחמת מלאה צואה, ופיה מלאה דם, והכל רצין אחריה.
חז"ל רעדן דא פון דעם קערפערליכן געשטעל פון א באשעפענישן וואס איז אין פאקט נישט מער ווי חמת מלא צואה און דם, און דאך איז דרכו של איש לחזור אחר אישה.
זיי מיינען נישט צו בעפארצוגן דעם מאן איבער דער פרוי און איך זע נישט דערין קיין סעקסיזם.
דו ביסט 100% גערעכט. דער אפיקורס, מומר להכעיס און עוכר ישראל יוסי שריד האט געניצט אט דעים מאמר חז"ל צו בארעכטיגן פארוואס ער איז ממאס אין דברי חז"ל, רח"ל... 😕 😎 🙄 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮 😲
חז"ל זענען נישט 'איינער', ווי אויך דארפן זיי זיך נישט פארענטפערן פאר א צודרייטער וועלט וואס האט גענומען דעם פאליטיקל-קארעקט ארויס פון יעדער פראפארציע.
און דער אייניער וואס זאגט אזוי האט פראפיילט מיליאנען מענטשן וואס יעדער איז אנדערש פונעם צווייטן. חז"ל רעדן -- ווי געזאגט -- פון דעם קערפערליכן באשטאנדטייל פון יעדן נברא.
נהורא נפישאווען ס'זאל איינער זאגן " אידן האבן נעזער ווי עלעפאנטן, ליבן געלט ווי שוויינען האבן ליב זיך קוילערען אין בלאטע, זענען אין די מאווי אינדוסטריע ווי היישעריקן" וואלט עס געווען אן אנטיסעמיטישע סטעיטמענט ?
נהורא נפישא: דו כאפסט אבער נישט די נקודה פון אט דעים מאמר חז"ל. עס קומט נישט צו דערנידעריגן אדער מזלזל זיין אין כבוד פון פרויען. דער דגוש (די עמפאסיס) איז אויף די סענטענס: "והכל רצין אחריה". אז א יעדער נארמאלער מאן (וואס איז נישט געי) לויפט אינסטינקטיוו נאך א פרוי. דערפאר, אבער האמיר הלכות און רעגירונגס געזעצן אז מ'זאל זיין ציוויליזירטע מענטשן. די חז"ל האבן נאר גערעדט פון די טבע. די נאטור... 😕 😎 🙄 ❓ ❓ ❓ ❗ ❗ ❗ 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮 😕
עס איז א סעמפל וויאזוי מען ניצט מאמרי חז''ל וואס מען פארשטייט נישט עברי טייטש און מען מאכט דערפון תורעת לאקשען
חז''ל שטעלן אוועק די הגדרה אויפען תאוה פינעם מענטש צו וואס עס איז דומה, און אנשטאט נעמען די לימוד אויף די מוסר געדאנק נעמט מען גאר שימפען אויף די הייליגע רייד וואס דער גרויסער חאכעם פארשטייט ניטאמאל די מכוון דערפון
מיין ווייב וויל וויסען פארוואס זי איז פסול פאר עדות. זאג איך איר כל כבודה...
גוטע תריץ?
און איך וויל וויסן פארוואס אין "אמעריקע" האבן פרויען באקומען רעכט צו שטימען, הערשט אינעם צוואנציגסטער יאר-הונדערט.
פאר די שרייבסט דיין מחקר וואס חז"ל האבן געהאלטן איבער סעקסיזים ברויכסטו אונז לאזן וויסען מיט וויפיל אבזשעקטיוויטי דו ביסטו צוגעגאנגען צו דיין מחקר, אין אנדערע ווערטער וואס ווייסטו שוין יעצט פאר די פאנגסט בכלל אן דיין מחקר אז עס קען נישט זיין (אדער מוז זיין) אז חז"ל האבן געהאלטען?
#כבין נאר מעורר
מאטיאון איך וויל וויסן פארוואס אין "אמעריקע" האבן פרויען באקומען רעכט צו שטימען, הערשט אינעם צוואנציגסטער יאר-הונדערט.
ווייל אויסצורייסן שלעכטע מידות - האט דער רבי געזאגט - נעמט יארן.
אין חז"ל איז דא אסאך בשבח האשה אויך, שווער זיי צו באשולדיגן אין פלעין סעקסיזם אהן פארענטפערן די אלע מימרות.
מאטיאון איך וויל וויסן פארוואס אין "אמעריקע" האבן פרויען באקומען רעכט צו שטימען, הערשט אינעם צוואנציגסטער יאר-הונדערט.
because since machines were invented, People have more time for nonsense.
אן ארטיקל פאר אנשי שם.
איך ווייס נישט פונקטליך וואס מאראנצן מיינט צו זאגן, אבער קודם לייק איך אים, פון גרויס פרייד אויף זיין פלוצימדיגע ערשיינונג.
וואס איז שווער צי פארשטיין, ער גרייט זאגאר צי א נייע אשכול כדרכו, ווי ער נעמט א פערזאן ווי פינקי אדער כל מבשר, צינעמט זיי, מיר ווארטן מיט שפאנינג, דער פערזאן איז נאך דערווייל א סאפרייז, זעיצעך אויס, איך קלער אפשר רעכניצער, אדער שלמה באכנער, אויב ווילסטו נאך איידיע'ס, דאן באשרייב הערשל קאהן, הערשל וועיבער.
איך האב נאך אשר מעולם אנשי שם אויב נייטיג
איך רייב מיינע אויגן. והאיש שמעקעדיג משתאה לו מחריש לדעת, איז דאס טאקע מאראנצן?
אויף דעם האט דער רבי געזאגט, יאוש איז גארנישט פארהאנדן!!
שמעקעדיגאיך רייב מיינע אויגן. והאיש שמעקעדיג משתאה לו מחריש לדעת, איז דאס טאקע מאראנצן?
אויף דעם האט דער רבי געזאגט, יאוש איז גארנישט פארהאנדן!!
וועלכער רבי? דער מוהר"ן, מהרנ"ת אדער מהרא"ש. אדער גאר הרב אליעזר בערלאנד שליט"א, וועלכער קריכט אין עולם האצילות. איך בעיט נאר ער זאל קיינעם נישט מיט נעמען אין זיינע עולמות. מוחל די טובות... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮
מאטיאון איך וויל וויסן פארוואס אין "אמעריקע" האבן פרויען באקומען רעכט צו שטימען, הערשט אינעם צוואנציגסטער יאר-הונדערט.
ווייל יעדער איז געוועהן sexist אמאל.
אזוי ווי היינט די מאזלימס
[quote="
שמעקעדיג אין דעם אשכול"]
מיט די צייט וועט זיך עפענען א שטעטל פאר די ק"ש מיטגלידער, דארט וועט זיין א מחיה...[/quote]
איך האלט אינמיטן אויס'דמיונ'ען דעם שטעטל, אין פארעם פון א אשכול.... סטעי טונד.
כוכב
איך זיץ יעצט מיט א דרעפט איבער 'סעקסיזם און חז"ל' , כהאב אבער נישט די געדולד און די צייט צוזאמצונעמען מיינע מחשבות, אויך האב איך מורא אז פאר די לינקע וועט עס זיין צו רעכט און פאר די רעכטע צו לינק... און כ'על בלייבן קרח מכאן ומכאן.
טוט מען?
תכלית גערעדט, ווער נאך ארבעט אויף אן אשכול?
אז איינער רופט זיך אן זאל מען אים געבן חיזוק און אפשר אפילו אפפערן הילף.
ענדיג שוין צו דיין ארטיקל פאר א גוט יאר, איך האלט שוין טיף אינמיטן מיין תגובה דערויף...
ביבעראין חז"ל איז דא אסאך בשבח האשה אויך, שווער זיי צו באשולדיגן אין פלעין סעקסיזם אהן פארענטפערן די אלע מימרות.
ווי כוכב האט שוין געזאגט, חז"ל איז נישט איין מענטש.
נישט קיין שלעכטע פלאן. איך בין לעצטנס פויל געווארן צו שרייבן לאנגע אשכולות, איך וועל דא זאגן וועלכע אשכולות איך פלאן צו שרייבן, און איך וועל באקומען די תגובות נאר פארן שרייבן דעם אשכול שלא נברא.
קיינמאהל נישט אזוי גוט ארויסגעהאט ניוטאנ'ס צווייטע געזעץ...
[כוכב, שמעקעדיג, ווי לאנג דארף מען ווארטן?]
אע"פ שיתמהמה עכ"ז אחכה לו בכל יום.
כ'בין היבש פארנומען די טעג. האפענטליך בקרוב.
ונבנתה העירקיינמאהל נישט אזוי גוט ארויסגעהאט ניוטאנ'ס צווייטע געזעץ...
נאך אזעלכע שיינע אשכולות איבער ״דשענעראל רעאליטיוויטי״ איז אלעס אסאך קלארער…
כוכב
וועט יעדער איינער ארויפלייגן זיין 'ניק' אויף זיין טלית בייטל?
[quote="שמעקעדיג"][quote="
שמעקעדיג אין דעם אשכול"]
מיט די צייט וועט זיך עפענען א שטעטל פאר די ק"ש מיטגלידער, דארט וועט זיין א מחיה...[/quote]
איך האלט אינמיטן אויס'דמיונ'ען דעם שטעטל, אין פארעם פון א אשכול.... סטעי טונד.[/quote]
וועט יעדער ארויפנייען זיין 'ניק' אויפן טלית בייטל?
חסידכוכב
וועט יעדער איינער ארויפלייגן זיין 'ניק' אויף זיין טלית בייטל?
וואס טוט זיך אויב ער וועט זיך ח"ו גט'ן אדער טוישן ניקס דא אויף קאווע שטיבל?!... 😕 😂 🙄 😂 🙄 😂 😠 😛 😳 😳 😳 😉 😮
און וואס וועלן טוהן די ניקס וואס לייגן נישט קיין תפילין?
עצל עצל ווי פויל ביסטו, צייט צייט ווי ווייניג ביסטו, וואלט דער צייט מער געווען, וואלט דער עצל ווייניגער פויל געווען...
דעם פזמון ברום איך זיך אונטער, יעדעס מאל וואס איך קום אן צו מיין דרעפט, און איך זעה און מיינע אומגענדיגטע תגוב אדער אשכולות, אבער דאס איז וואס וועט נאכקומען בעזרת הגאט בקרוב,
" אונזערע ראשונים קרקפתא'ס דלא מנח תפילין??", איבער א תקופה און דער יידישער היסטאריע, וואס תפילין איז געווען זייכר נאכגעלאזט, און די סיבות און די סברות והמסתעף, וואלט איך דארטן דן געווען און באשריבען.
"האמעניזעם פון די בעלי מוסר VS. דער מענטש בעיני החוזה", איבער דער מיינונגס פארשידענהייטען צווישען די מוסרניקעס און דער חוזה האלוקי, החזון איש, איבער מעמד האדם ביחס לאל,והבריאה.
"דער נאעיווער נגחן", א דעקונג אויף גרשם שלום'ס גישה צו ספירעטאליזעם און קבלה, אז עס איז נובע פון א געוויסע נאעיווקייט, און ווי עס איז בעיקר בולט ביי זיין מלחמה מיט מארטין בובר, און איך וואלט ביידע געשטעלט אויפן טיש און דן געווען.
און נאך
כ'האב גרייט אן אשכול, אבער צו מיין באדויער געב איך זיך נישט אן עצה, ווען עס קומט צו אראפשרייבן מאטעמאטישע עקוועיזשנס, code איז נישט קיין אפציע, ווער ווייסט וואס מ'קען טוהן, אז עס זאל ארויסקומען ריכטיג. left העלפט נישט דערפאר.
@געפילטע פישפארוואס?כ'האב גרייט אן אשכול, אבער צו מיין באדויער געב איך זיך נישט אן עצה, ווען עס קומט צו אראפשרייבן מאטעמאטישע עקוועיזשנס, code איז נישט קיין אפציע, ווער ווייסט וואס מ'קען טוהן, אז עס זאל ארויסקומען ריכטיג. left העלפט נישט דערפאר.
@געפילטע פיש
א דרך ארוכה קען איך דיר געבן.
שרייב עס אראפ אין ווארד, מאך 'פרינט סקרין', פעיסט עס אין ווארד, קראפ ארום די עקוועישאן, רייט-קליק אויף די פיקטשער, 'סעיוו עז פיקטשער', סעיוו עז jpeg, לייג עס ארויף אלס א פיקטשער.
איך ווייס נישט אויב ס'איז דא א וועג צו טייפן די עקוועיזשאנס, אין רוב סייטס ווי למשל וויקיפידיע ווערן זיי געברענגט אין אימעדזש פיילס, איך גלייב אז רוב עיקוועיזשענס וואס דו ווילסט ברענגען קענסטו טרעפן א פארטיגע בילד ערגעץ. מאך א גוגל אימעדזש סוירטש אויב וויקי האט נישט.
ונבנתה העירפארוואס?כ'האב גרייט אן אשכול, אבער צו מיין באדויער געב איך זיך נישט אן עצה, ווען עס קומט צו אראפשרייבן מאטעמאטישע עקוועיזשנס, code איז נישט קיין אפציע, ווער ווייסט וואס מ'קען טוהן, אז עס זאל ארויסקומען ריכטיג. left העלפט נישט דערפאר.
@געפילטע פיש
א דרך ארוכה קען איך דיר געבן.
שרייב עס אראפ אין ווארד, מאך 'פרינט סקרין', פעיסט עס אין ווארד, קראפ ארום די עקוועישאן, רייט-קליק אויף די פיקטשער, 'סעיוו עז פיקטשער', סעיוו עז jpeg, לייג עס ארויף אלס א פיקטשער.
עס איז טאקע א דרך ארוכה, נעמענדיג אין באטראכט אז איך וועל עס דארפן טוהן אכט מאל.
(ביי דע וועי, עס איז ״נישט״ די צווייטע געזעץ פון ניוטאן).
געפילטע פישאיך ווייס נישט אויב ס'איז דא א וועג צו טייפן די עקוועיזשאנס, אין רוב סייטס ווי למשל וויקיפידיע ווערן זיי געברענגט אין אימעדזש פיילס, איך גלייב אז רוב עיקוועיזשענס וואס דו ווילסט ברענגען קענסטו טרעפן א פארטיגע בילד ערגעץ. מאך א גוגל אימעדזש סוירטש אויב וויקי האט נישט.
דיין אמונה איז מיר מוטל בספק, ווייל אויב מיר וועלן נעמען אלע מעגליכע עקוועיזשנס וואס איז דא אויף דער וועלט, וועלן מיר באקומען ענדלעסס (מיט א שטארקייט ווי די ריעל נומערן), אזוי אז איך בין כופר בעיקרי אמונתך.
בקיצור, לא אלמן ישראל ולא גרוש ישראל, ס'קומט נאך גוטע ארטיקלן..
קום איך פון צימעס, זעה איך א אשכול אין די באמאכונג...
מאראנצןזאפטאן ארטיקל פאר אנשי שם.
נא ווי לאנג גיין מיר ווארטן פאר דעם???
@מאראנצןזאפטוועט יעדער ארויפנייען זיין 'ניק' אויפן טלית בייטל?
פארוואס?און וואס וועלן טוהן די ניקס וואס לייגן נישט קיין תפילין?
וואספארא שייכות האט דאס האבן א טלית בייטל מיט לייגן תפילין? 😉
שוין אלע קרעכצען, לאמיך אויך קרעכצען, וואו מאכט מען צייט צו ליינען די אלע לאנגע ארטיקלן??
אשכול קאכט זיך: 'העי בריסקער, יוצא געווען אלע שיטות פון תקיעות, גיי און מקווה'
אחד העםאשכול קאכט זיך: 'העי בריסקער, יוצא געווען אלע שיטות פון תקיעות, גיי און מקווה'
ווען דער בריסקער (ליטוואק) זאל גיין אין מקוה וואלט ער באקומען אלע הארות און כוונות אויפ'ן וואסער, (מיט א קמץ אונטער די "אלף", כלשון הרה"צ מריבניץ, ז"ל) און ער וואלט נישט געהאט קיין ספיקות... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮
פארוואס?כ'האב גרייט אן אשכול, אבער צו מיין באדויער געב איך זיך נישט אן עצה, ווען עס קומט צו אראפשרייבן מאטעמאטישע עקוועיזשנס, code איז נישט קיין אפציע, ווער ווייסט וואס מ'קען טוהן, אז עס זאל ארויסקומען ריכטיג. left העלפט נישט דערפאר.
@פארוואס? כ'האב אן עצה בדוק ומנוסה וועלכע נעמט בלויז דריי סטעפס:
סטעפ נומער איינס: גיי צו wolframalpha.com און געב רעב וואלפרעמ'ן דיין עיקוועזשאן. וואלפרעם וועט דיר צוריקגעבן א שיינער בילד פונעם עקוועזשאן.
סטעפ נומער צוויי: רייט-קליק אויפן בילד פונעם עקוועזשאן וועט ארויפקומען א מעניו, וועל אויס "copy image URL" (אין קראום. אין פייערפאקס הייסט עס "copy image location" און אין אינטערנעט עקספלארער קומט זיך דיר פעטש פארן עס נוצן... דזשאסט קידינג, אין אינטערנעט עקספלארער הייסט עס "copy".)
סטעפ נומער דריי: קום צוריק צו קאווע שטיבל, קליק אויף Img קנעפל, און פעיסט אריין דעם URL, אין ווינדאוס דורכן דרוקן Ctrl צוזאמען מיט V און אין מעק דורכן דרוקן Command (⌘) צוזאמען מיט V.
דעטס איט! זע דוגמא: כ'האב אריינגעלייגט x^2+(y-(x^2)^(1/3))^2=1 אין וואלפרעם און ער האט מיר געגעבן דעם פאלגענדעם בילד.

דאס אלעס האסטו חנם אין כסף. ווי איז אבער אויב האסטו וואלפרעם פרא דאן האסטו צענדליגע אפציעס וויאזוי צו אהערברענגן דעם עקוועזשאן ואכמ"ל וד"ל ודפח"ח.
אה, העיקר שכחתי. כ'ארבעט יעצט אויף א רעצענזיע פון דזשאסעף בערגער'ס נייע בוך.
ליידער ליידער נצחו אראלים את המצוקים און כהאב יעצט פארלוירן א אשכול וואס איז געווען און די מאכונג 😳 😳 😳 😳 😳 😳
יעצט זע איך אז וואלפרעם מעקט אויס דעם בילד נאך א שעה צוויי. שגץ וואס ער איז. שוין, בלית ברירה וועל איך דיר מוזן געבן א פיר שטאפלנדיגער פלאן:
סטעפ 1: ווי פריער
סטעפ 2: רייט קליק אויפן בילד און וועל אויס save image as (אזוי איז עס אין קראום און אין פייערפאקס. אין אינטערנעט עקספלארער איז עס Save picture as.
סטעפ 3: לאדן ארויף דעם בילד דורכן נוצן דעם"" צולייגן א פייל" קנעפל.
סטעפ 4: פעטישאן די הנהלה זיי זאלן לאזן מער ווי פיר בילדער פער תגובה.