☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » ראבין וויליאמס און זיינע ווערק

ראבין וויליאמס און זיינע ווערק

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6947

קאווע קריטיק » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 2:24 pm

· #216488
ראבין וויליאמס און זיינע ווערק
מיט צער און טרויער איז אויפגענומען געווארן די שווערע בשורה, איבער דער פריצייטיגער פטירה פון איינעם פון די באקאנסטע קאמעדיארן, ראבין וויליאמס, דער בארימטער קאמעדיאן און אקטיאר וועלכער איז נעכטן געפינען געווארן נישט בין החיים, נאך אן אנגעבליכן זעלבסטמארד אין זיין היים אין קאליפארניע.

צו פאראייביגן זיין רייכן אנדענק, טוען מיר ווידמען דעם אשכול, איבער זיינע פילמען און ווערק, פון דורכאויס די יארן.

וויליאמס, האט געהאט א רייכע קאריערע פון און קאמעדיע און דראמאטישע אויפטריטן צוגלייך. זיין אסקאר האט ער געווינען צוזאמען מיט מעט דעמאן און בען עפליק אויף גוד-וויל-האנטינג וואו ער לייגט אראפ א דראמטישע פרעזענטאציע פון א פראפעסער-לערער.
ווי @יידל האט שוין דערמאנט קומט די ערשטע ארויף אויפ'ן זכרון ms. doubtfire וועלכער איז אגב אויך געווען איינעם פון מיינע ערשטע פילמען (אין כולל געווען... ס'ווייבל געפערדלט, געקענט זיך דרייען מיט די פי-זשעיס ביז מנחה קטנה, און געעפענט יעדע פיר וואכן א פרישן אקאונט אויף נעטפליקס... גוטע צייטן געווען.)

דארט שפילט ער ווי א מאן וואס האט זיך נארוואס געשיידט פון זיין פרוי און ער פארשטעלט זיך ווי נעני-באביטשקע צו זיין נאנט מיט זיינע קינדער. צוצוגרייטן די מעיקאפ ביים פילמירן, אז ער זאל אויסזען ווי א פרוי האט גענומען איבער 4 שעה טעגליך. וויליאמס האט געוואלט אויספרובירן די אויטענטישקייט פון זיין כאראקטער, אויב ער ווערט טאקע פארטוישט פאר א נעני, איז ער פארשטעלטערהייט געגאנגען איינקויפן אין א געשעפט, און עס האט קיינער נישט אנגעמערקט אז עפעס זאל זיין מאדנע מיט אים'ן. איראניש אז אין ווירקליכן לעבן האט ער זיך געשיידט פון זיין פרוי צו הייראטן די נעני...
די טרעילער

נאך א פילם פון וויליאמס וואס איז מיר געווען אינטרעסאנט, איז jakob the liar און איז שוין דערמאנט געווארן דורך @מאראנצןזאפט אין פילמען מיט אידישע געשיכטעס. אגב, די לינק דארט איז גרייזיג און טראגט צו א פריערדיגער ווערסיע פון דעם פילם מיט'ן זעלבן טיטול.
דארט שפילט ער ווי א איד יעקב אין לאגער, וואס גיט זיך אן כאילו ער האט א באהאלטענע ראדיא און ברענגט כסדר מכלומר'שטע גינסטיגע נייעס פונעם פראנט, וואס בלאזט אריין האפענונג און ענטוזיאזם פאר די ארטיגע העפטלינגען.
די טרעילער

לעצטנס האב איך געזען נאך א פילם פון וויליאמס אויף עמעזאן פריים מיט'ן נאמען worlds greatest dad איראניש רעדט זיך עס איבער א שרייבער וואס זוכט רימע אויף זיינע ווערק, און ווען זיין זון איז בטעות געשטארבן, גיבט ער עס אן אלס זעלבסטמארד (!) און פאבריצירט א דיארי מכלומר'שט פון זיין זון וואס קריגט נאציאנאלע אטענציע. גאנץ א זיסע פילם פאר ווער ס'טרעפט נישט עפעס בעסערס אויף עמעזאן פריים...
די טרעילער
דבריהם הן הן זכרונם, זאלן זיינע ווערק וואס האבן ארויפגעברענגט שמייכלען אויף אזויפיל מיליאנען פנימ'ער אים ברענגען צו געדענקט ווערן צום גוטן, ויהא זכרו ברוך.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 2:45 pm

· #216493
יאפ, געווען א געזונטער לץ, אבער באגאנגען זעלבסטמארד 😞

יידל » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 4:37 pm

· #216507
דאס איז א סצענע פון פעטש עדעמס ווי עדעמס, וועלכער ווערט געשפילט דורך וויליאמס, קאנטעמפלירט סוסייד און איז מטיח דברים כלפי מעלה.

יאיר » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 8:02 pm

· #216539
You created the world in six days, and you rested the seventh day. Maybe you should have spent that day on compassion. 👍

קאווע קריטיק » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 8:09 pm

· #216540
שבת איז די מתנה טובה נאכ'ן חטא פון אדם הראשון. א ריכטיגע compassion.

kliger » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:11 am

· #216586
very funny
https://www.youtube.com/watch?v=DiCxqbT2Ru8

ער דערמאנט די ראביי פון nj וואס האט פארקויפט אברים

קרעמער1 » זונטאג אוגוסט 24, 2014 3:09 am

· #218241
ראבין ז"ל איז געווען א געוואלדיגער טאלאנט און אויסערגעווענליכער גאון
אויף גאר ווייניג עקטער'ס קען מען זאגן ווי אויף אים, אז ממש אין יעדע ראלע וואס ער שפילט איז ער הונדערט פראצענט גוט
סיי דראמע און אפגערעדט קאמעדי

אז מ'טראכט אריין וויפל ער האט אלץ געליטן, איז דער חידוש נאך גרעסער אז ער האט געקענט אנגיין אזוי לאנג מיט א אויסערליכע פרישקייט

דאס איז עטליכע פון זיינע פילמען וואס איך פערזענליך האב זייער געגליכן

"מאן פון יאר"
http://www.imdb.com/title/tt0483726/?ref_=tt_rec_tti

"מאסקווע אויפן האדסאן"
http://www.imdb.com/title/tt0087747/?re ... lmg_act_89

"לייסענס צו וועד"
http://www.imdb.com/title/tt0762114/

און דא קענט איר ענדזשויען זיינס א הילעריעס לייוו סטענד-אפ אויף בראדוועי
https://www.youtube.com/watch?v=TQCbbMDHHqE

נײגעריגער » זונטאג מאי 2, 2021 9:41 am

· #472152
קאווע קריטיק

לעצטנס האב איך געזען נאך א פילם פון וויליאמס אויף עמעזאן פריים מיט'ן נאמען worlds greatest dad איראניש רעדט זיך עס איבער א שרייבער וואס זוכט רימע אויף זיינע ווערק, און ווען זיין זון איז בטעות געשטארבן, גיבט ער עס אן אלס זעלבסטמארד (!) און פאבריצירט א דיארי מכלומר'שט פון זיין זון וואס קריגט נאציאנאלע אטענציע. גאנץ א זיסע פילם פאר ווער ס'טרעפט נישט עפעס בעסערס אויף עמעזאן פריים...
די טרעילער
דבריהם הן הן זכרונם, זאלן זיינע ווערק וואס האבן ארויפגעברענגט שמייכלען אויף אזויפיל מיליאנען פנימ'ער אים ברענגען צו געדענקט ווערן צום גוטן, ויהא זכרו ברוך.

דא קען מען יעצט זעהן די גאנצע פילם אומזיסט:
https://tubitv.com/movies/438045/world- ... start=true

ראַבין איז איינע פון די אַקטיאָרן װאס כ'בין מוכן צו זעהן יעדע פילם אין װאס ער נעמט אנטייל
אויך אויפן זעלבן זייטל, (לזמן קצר)

Cadillac Man
https://tubitv.com/movies/466259/cadill ... start=true

License to Wed
https://tubitv.com/movies/589006/licens ... start=true

The Final Cut
https://tubitv.com/movies/316457/the-fi ... start=true
אינטערעסאנטע סיי-פיי

Boulevard
https://tubitv.com/movies/465293/boulevard?start=true

מיר קענען יעצט אלע נוצן אביסל א ברעיק פון די טראַגישע נייעס, און די נאָכװייען װעלכע װעלן נישט אזוי שנעל פאַרגעסן װערן; זינלאָזע קאמעדי איז די בעסטע רפואה פאַרן נפש. ראַבין אלס גאסט אויף "די שפּעטע שפּעטע שאָו", איז געװאַלדיג: https://www.youtube.com/watch?v=9GsPoTRd4C4, ספּעציעל די דאָזיגע איבערראַשנדע בּאַזוך https://www.youtube.com/watch?v=sBp7RybcrHQ, זיך צו האלטן ביי די זייטן, די צװיי פארשטייען זיך גאָר גוט...
לאַכט און טשוכעט אייך אויס אביסל

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 4, 2021 11:16 pm

· #472431
כ'האב דאס לעצטנס געטראפן, ס'האט מיר געפאלן.
📎 robin.jpg